בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דו בעטסט חיזוק אויף צוויי זאכן, אויף דאווענען מיט מנין; דו ווייסט נישט וואס איז געשען, דו שטייסט נישט אויף צייטליך, דו בלייבסט שלאפן ביז די לעצטע מינוט, נאכדעם דאווענסטו אפגעכאפט, אן מנין. די צווייטע זאך וואס דו בעסט חיזוק איז אויף שמירת עיניים.
מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, די צוויי זאכן זענען אנגעהאנגען איינס אינעם צווייטן; אז מען היט נישט די אויגן, מען קוקט אויף אויסגעלאסענע בילדער, עקלדיגע קליפס, גרויליגע מאוויס רחמנא לצלן - דאס מאכט מען זאל פארלירן דעם טעם פון דאווענען, דאס מאכט מען זאל בלייבן שלאפן, נישט אויפשטיין; עס נעמט אוועק דעם טעם פון גיין אין שול. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נ): "כִּי כָּל הַפּוֹגֵם בַּבְּרִית", ווער עס פאלט אראפ אין די עבירה פון פגם הברית, "אֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל", דער שפירט א ביטערע טעם אין דאווענען, דאס דאווענען האט ביי אים א טעם פון "מַיִּין מְרִירִין" - ביטערע וואסער, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (שמות טו, כג): "וְלֹא יָכְלוּ לִשְׁתּוֹת מַיִם מִמָּרָה", די אידן האבן נישט געקענט טרינקען די וואסער פון מרה, "כִּי מָרִים הֵם", ווייל עס איז געווען ביטער; בפשטות מיינט דער פסוק צו זאגן אז מען האט נישט געקענט טרינקען די וואסער ווייל דאס וואסער איז געווען ביטער, מוהרא"ש זאגט: "כִּי מָרִים הֵם", זיי האבן נישט געקענט טרינקען די וואסער - ווייל "זיי" זענען געווען פול מיט קשיות אויפ'ן אייבערשטן; אז מען היט זיך נישט די אויגן און מען קוקט שמוציגע קליפס, מען ליגט אין ניאוף - פארלירט מען אלעס.
וואס האט מען פון קוקן עבירות? וואס האט מען פון קוקן שמוץ?! האסט שוין געזען, האסט שוין געקוקט, וואס איז דא צו קוקן נאכאמאל און נאכאמאל? עס קריכט דיר נאכנישט ארויס פון די נאז? וואס איז דא צו זען?!
בכלל איז א קשיא, האסט דאך חתונה געהאט, האסט דאך א טייערע ווייב, וואס נאך דארפסטו? וואס נאך איז דא?! דיין ווייב איז אזוי טייער, זי איז גרייט אלעס צו טון פאר דיר.
נעם די עצה פון רבי'ן, גיי התבודדות; גיי שרייען צום אייבערשטן, בעט אים די ווערטער:
"רבונו של עולם, וואס וועט זיין מיט מיר, איך בין אריינגעפאלן אין ניאוף; איך ליג אין א שרעקליכע בלאטע, איך קוק עבירות, ראטעווע מיר! איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין הייליג".
דו וואוינסט אין שטעטל, אין אזא ליכטיגע פלאץ, מען קען זיך דארט גוט מתבודד זיין; גיי מיט עקשנות יעדן טאג התבודדות, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דו זאלסט זיך אפלאזן פון די דמיון, פון די דיבוק וואס הרג'עט דיר און נעמט אלעס צו פון דיר. אז מען היט נישט די אויגן פארלירט מען אלעס, סיי רוחניות און סיי גשמיות; מען לאזט אפ די תורה און מען לאזט אפ דאס דאווענען, מען לאזט אפ די ווייב און קינדער, מען פאלט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן. נאכדעם פאלט מען אריין אין אן עצבות השם ישמרינו, די עבירה מאכט דעפרעסט און צעבראכן, אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְזֶה בְּחִינַת חוֹלַאַת שֶׁקּוֹרִין בְּרֶעכֶנִישׁ, רַחֲמָנָא לִצְלָן, שֶׁשּׁוֹבֵר עֲצָמוֹת שֶׁל אָדָם", די עבירה ברענגט די מחלה וואס הייסט 'ברעכעניש' - דער מענטש ווערט צעבראכן אויף שטיק שטיקלעך און האט נישט קיין געדולד צו דאווענען.
אז דו וועסט פאררעכטן די זאך - וועסטו שוין אויפשטיין דאווענען, דאווענען וועט ווערן א גוטע זאך, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "וְאֵין יָכוֹל לִטְעֹם מְתִיקוּת בַּתְּפִילָּה, אֶלָּא כְּשֶׁתִּקֵּן פְּגַם הַבְּרִית", א מענטש קען נישט שפירן א טעם אין דאווענען נאר אז ער פאררעכט זיינע פגמי הברית, ער טוט תשובה און ער היט זיך אפ פון שלעכטס; דעריבער אויב מען איז אפגעהיטן אין קדושה, מען היט זיך די אויגן און די מחשבה - דאן איז דאס דאווענען א זיסע זאך, עס שפירט זיך ווי "מַיִם מְתוּקִים" - זיסע וואסער, מען וויל נאך און נאך דערפון.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.