בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת בלק, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש תושבי ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו
מיר זענען נאכאלץ אפגערוקט מיט א וואך, ביי אונז אין אמעריקא איז די וואך פרשת בלק, ביי ענק איז שוין פנחס. איך וועל ענק שרייבן וואס מיר האבן גערעדט נעכטן ביים ליל שישי שיעור, צוויי וויכטיגע נקודות.
דאס ערשטע האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון תשובה. די הייליגע חכמים זאגן (במדבר רבה כ, טו) אויפ'ן פסוק (במדבר כב, לד): "וַיֹּאמֶר בִּלְעָם אֶל מַלְאַךְ ה' חָטָאתִי", בלעם האט געזען ווי דער מלאך שטייט מיט'ן שווערד האט ער גלייך געזאגט: "חָטָאתִי", זאגן חכמינו זכרונם לברכה: "שֶׁהָיָה רָשָׁע עָרוּם", בלעם איז געווען א קלוגער רשע, "וְיוֹדֵעַ שֶׁאֵין עוֹמֵד מִפְּנֵי הַפֻּרְעָנוּת אֶלָּא תְּשׁוּבָה", ער האט געוויסט אז די איינציגסטע זאך וואס האלט אפ א שטראף - איז תשובה, "שֶׁכָּל מִי שֶׁחוֹטֵא וְאוֹמֵר חָטָאתִי", ווייל ווען א מענטש וואס האט געזינדיגט זאגט חטאתי, ער טוט תשובה - "אֵין רְשׁוּת לַמַּלְאָךְ לִגַּע בּוֹ", קען קיין מלאך אים נישט אנרירן; ווען ער האט געזען דעם מלאך קומט צו אים מיט'ן שווערד - האט ער גלייך תשובה געטון, אזוי האט ער זיך ארויסגעדרייט פונעם שטראף.
דאס איז זייער שטארקע חיזוק, ווען מען איז אראפגעפאלן אין עבירות, מען שפירט זיך אזוי שלעכט, מען שפירט זיך אזוי דערווייטערט - זאל מען זאגן פאר'ן אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך האב געזינדיגט, איך האב געטון זאכן וואס מען טאר נישט, איך בעט דיר זיי מיר מוחל"; די פאר ווערטער נעמט אוועק אלע שלעכטס, דער אייבערשטער איז מוחל דעם מענטש.
אויך האבן מיר גערעדט פון דעם אז בלעם איז געווען בלינד אויף איין אויג. רש"י הקדוש זאגט (במדבר כד, ג) בלעם האט נישט פארשטאנען וואס איז די זאך פון מאן און ווייב לעבן אינאיינעם און דער אייבערשטער געפונט זיך צווישן זיי, איש ואשה זכו שכינה שריה ביניהם; ווי קען זיין: "מי שהוא קדוש ומשרתיו קדושים" - זאל זיין צווישן מאן און ווייב? די טומאה וויל נישט מען זאל לעבן מאן און ווייב, ווייל ווען מען לעבט מאן און ווייב בשלום ובאהבה - איז מען אפגעהיטן פון שלעכטס, מען איז נאנט צום אייבערשטן.
איך וועל נישט מאריך זיין יעצט ערב שבת, איך וויל אבער בעטן פון די מלמדים ביי אונז אין תלמוד תורה, איך וויל מען זאל לערנען נאר אויף אידיש, אלעס זאל זיך ארום דרייען אידיש; איך וויל נישט האבן מיט די טמאים, מיט די ערב רב; אונזערע קינדער זאלן רעדן נאר אידיש, איך וויל געבן אונזערע קינדער א ריינע חינוך.
געלויבט דעם אייבערשטן מיר האבן טייערע מלמדים מיט א גוטער מנהל וואס געבט זיך אפ זייער שטארק מיט יעדן פרט אין תלמוד תורה, איך האלט מיט יעדע פרט מיט יעדן קינד; מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון אנדערע תלמוד תורה'ס, די קינדער לעבן מיט'ן אייבערשטן, זיי לעבן מיט תפילה, זיי לעבן מיט יראת שמים.
ביי אונז גרייט מען זיך שוין אויפ'ן רבינ'ס ראש השנה; מיר האבן היינט געקויפט טיקעטס, ונזכה ונחי' צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה.
א גוט שבת.