בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין פרייליך און זיין בשלום מיט זיך אליין?
קינדער, שמחה, אמונה, התחזקות, הפצה, מחלוקת, מנהגים, נחת, קשיות, שבועות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת במדבר, ראש חודש סיון, מ"ה לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע חברים תלמידי היכל הקודש פון ארץ הקודש, ה' עליהם יחיו


איך וויל אייך שרייבן אביסל פון די שיינע חיזוקים וואס מיר האבן געשמועסט די וואך ביים ליל שישי שיעור אין אמעריקע. מיר שטייען שוין ביים בארג סיני, מיר גייען שוין זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה, און ביי קבלת התורה שטייט (שמות יט, ב): "וַיִּחַן שָׁם יִשְׂרָאֵל נֶגֶד הָהָר", זאגט רש"י, פארוואס שטייט א לשון יחיד? ווייל איבעראל איז געווען תרעומות און מחלוקת, און ביים בארג סיני איז געווען אָן מחלוקת.


האבן מיר גערעדט אז דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן לג): "הכלל הוא, שצריך לבקש שלום", מען דארף שטענדיג זוכן צו זיין בשלום, "שיהיה שלום בין ישראל", סיי מיט מענטשן, עס זאל זיין שלום צווישן אידישע קינדער, "ושיהיה שלום לכל אדם במדותיו", און סיי מיטן מענטש אליין, דער מענטש זאל זיין בשלום מיט זיך, "היינו שלא יהיה מחלק במדותיו ובמאורעותיו", ער זאל נישט זיין ברוגז ווען זאכן גייען נישט ווי ער וויל, "שלא יהא לו חילוק בין בטיבו בין בעקו", 'סיי ווען עס גייט מיר גוט און סיי ווען עס גייט מיר פארקערט', "תמיד ימצא בו השם יתברך", 'ווייס איך אז דער אייבערשטער איז דא מיט מיר און ער מאכט מיר נאר גוטס, אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהלים נו, יא) 'בה'', ווען דער אייבערשטער געבט מיר חסדים, 'אהלל דבר', דאנק איך אים, 'באלקים', און ווען עס קומט דער מידת הדין, 'אהלל דבר', דאנק איך אים', דאס זאגט אונז די תורה, ווען די אידן זענען געקומען צום בארג סיני איז נישט געווען קיין מחלוקת מיט זיך אליין, מען איז נישט געווען ברוגז אויפן אייבערשטן, מען האט נישט געהאט קיין טענות; דאס מיינט דער פסוק: "וַיִּחַן שָׁם יִשְׂרָאֵל, 'כאיש אחד בלב אחד'", מיט איין הארץ, אן קיין תרעומות.


טייערע חברים, מען קען גיין אנגעטון מיט די שמונה בגדים, אבער אויב מען האט איין פינטעלע טענות אויפן אייבערשטן, איין פינטעלע תרעומות - איז מען ביי די טומאה רחמנא לצלן; מען טאר נישט האבן קיין קשיות און טענות אויפן אייבערשטן, מען דארף האבן אמונה אז דער אייבערשטער מאכט נאר גוט, ער פירט אלעס בצדק ובמשפט בחסד וברחמים.


איך האב פינקט געשמועסט מיט איינעם פארן שיעור, יענער האט זיך זייער אפגערעדט, יענער איז נעבעך אריינגעפאלן אין א קטנות הדעת, אין די טומאה רחמנא לצלן; פול מיט קשיות אויפן אייבערשטן און אויף צדיקים פון ווייטאג אז זיינע קינדער ברענגען אים נישט נחת, זיי טוען זיך נישט אן ווי אים. האב איך דערציילט ביים שיעור, איך געדענק יארן צוריק בין איך איינגעשטאנען ביי א ברסלב'ער חסיד, א גרויסער צדיק, איך האב געגעסן ביי יענעם די שבת סעודות, און דארט אין שטוב זענען דא קינדער וואס זענען ביז דערווייל נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין, די קינדער זענען געקומען צום שבת טיש זייער נישט מסודר, איך האב געזען דעם ברסלב'ן חסיד ווי די פנים שיינט אים מיט אזא שמחה, מיט אזא הייליגקייט, איך האב געטראכט צו מיר 'ווי איז מען זוכה צו האבן א ריינעם הארץ, נישט האבן קיין טענות און תרעומות, ווייטער ליב האבן די קינדער, ווייטער טון וואס מען האט צו טון...'


עס איז כדאי ענק זאלן אויסהערן די שיעור נאך פאר יום טוב שבועות; בפרט די וואס האבן א שטוב מיט קינדער זאלן וויסן אז די שטוב, די סעודות שבת ויום טוב – דארף זיין איין שטיק שמחה, איין שטיק געשמאק, נאר אזוי קען מען זוכה זיין די קינדער זאלן ווייטער גיין אויף די וועג פון די תורה, ווייל אז קינדער זעען ווי מען וויינט, מען שרייט, מען קריגט זיך, טאטע מאמע קוקן זיך נישט אין די אויגן, יעדער האט אנדערע טענות - ווילן די קינדער נאר אנטלויפן.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן אבער עס ווערט שוין דער זמן, איך בעט ענק זייער ענק זאלן זיך אויפפרישן מיט הפצה, איך בעט די אלע גבאים פון הדפסה זאלן מיר שיקן וועכנטליך א באריכט וויפיל אלע זענען מפיץ, איך וויל ארויפריקן די נומערן, און יעדער איינער פון אנשי שלומינו זאל אנהויבן מער טון אין הפצה. מיר פארן שוין נאך אביסל צום רבי'ן אויף ראש השנה, און באֵלו פנים וועלן מיר קומען צום רבי'ן אָן מזכה זיין נשמות ישראל... ווייל דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן אמאל: "אויב דו קומסט צו מיר פארוואס קומען נישט אלע? און אז אלע קומען נישט - פארוואס קומסטו יא?" בכן זאלן די גבאים פון די הדפסה אין יעדע פלאץ וואו מען דרוקט - מיר שיקן וועכנטליך א באריכט וויפיל אלע באשטעלן, און איך האף אז די נומערן וועלן זיך ארויפריקן ביי יעדן.


איך שרייב אייך אין קורצן די מנהגים פון שבועות ביי אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש. ווען עס ווערט דער זמן פון יום טוב שבועות איז מען זייער פרייליך, מען גייט דאווענען, נאכן דאווענען בלייבט מען נישט שמועסן, מען גייט אהיים צו די ווייב און קינדער און מען מאכט א סעודה. ביי די סעודה איז מען זייער פרייליך, מען רעדט צו די קינדער ווי גליקליך מיר זענען, מיר זענען אידן נישט קיין גוים. ביינאכט איז מען זייער פרייליך, מען זאגט די תיקון און מען גייט אין מקוה, און ביידע טעג איז מען זייער זייער פרייליך אז מיר זענען אידן.


איי וועסטו פרעגן, זייער שיין געשריבן און זייער שיין גערעדט, אבער ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין פרייליך און זיין בשלום מיט זיך אליין? קוק אריין די ווערטער פון רבי'ן (לקוטי מוהר"ן, שם), דער רבי פרעגט די פראגע: "ועל ידי מה ימצא השם יתברך בין בטיבו בין בעקו", ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו דעם, עס זאל נישט זיין קיין חילוק פון גוט און שלעכט, מען זאל וויסן אז דער אייבערשטער מאכט אלעס און אלעס איז נאר גוט? "על ידי התורה הנקראת שלום", דורך לערנען תורה איז מען זוכה צו דעם, די תורה מאכט דעם מענטש צופרידן. אזוי ווי עס שטייט (משלי ג, יז): "וְכָל נְתִיבוֹתֶיהָ שָׁלוֹם", די תורה ברענגט שלום, "ועל ידי צדיקים", אויך דורך די צדיקים; אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים, מען הערט די עצות און חיזוק פון צדיקים - ווערט מען א צופרידענער, "ומחמת זה יכול לאהוב את השלום בכל מקום, הן בטיבו הן בעקו", אז מען איז מקורב צום צדיק, מען פאלגט די עצות און מען לערנט תורה - ווערט מען א צופרידענער מענטש, מען האט זיך אליין ליב, "ויכול להיות שלום בין ישראל, ולאהוב זה את זה", און אויך האט מען ליב יעדן איד.


א גוט שבת.