בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מ'דארף זיך זייער שטארקן זיך צו קענען דערהאלטן ביים הייליגן רבי'ן
שידוכים, התחזקות, חסידות ברסלב, התחדשות, תכלית, ישיבה, ראש ישיבה, תפלות אויף אידיש, מניעות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר טהרה, א' דראש חודש אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


דא שרייבט צו דיר דיין "אלטער" ראש ישיבה.


איך בענק זיך זייער נאך דיר, איך ווארט צו הערן פון דיר; איך פרעג זיך אלץ נאך ביי אנשי שלומינו צי דו קומסט דאווענען צווישן זיי, צי דו האסט נאך שייכות מיט'ן רבי'ן, אזוי ווי דו האסט געהאט אין דיינע יונגע יארן.


דעם פארגאנגענעם יום טוב פורים האט מיר איינער פון דיינע "נייע" חברים אריין געמורמלט אין אויער אין דיין נאמען אז דו בענקסט זיך צו דער "אלטער" ראש ישיבה, דו זאגסט אז דער ראש ישיבה איז שוין נישט וואס ער איז געווען אמאל. יענער אינגערמאן, דיין "נייע" חבר (וואס לויט ווי איך געדענק האסטו נישט געהאט מיט אים און מיט די אנדערע "נייע" חברים קיין שייכות אין ישיבה) – האט מיר נישט אפגעלאזט, א לאנגע צייט האט ער מיר געשריגן אין אויער אז דיין הארץ איז צעריסן, דיין הארץ איז צעפליקט, דו ווייסט נישט וואס איז געשען מיט'ן ראש ישיבה, ער איז שוין נישט דער "אלטער" ראש ישיבה.


טייערער ליבער הארציגער ברודער ... נרו יאיר, עס קען זיין אז דו דרייסט זיך נישט אזוי סאך אין ישיבה, דערפאר מיינסטו אז דער "אלטער" ראש ישיבה איז שוין נישט דא, וויל איך דיר מודיע זיין אז דער ראש ישיבה זיצט אין ישיבה פון שנת תשס"ט עד היום הזה, און וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף זיין גאנץ לעבן טון וואס מוהרא"ש האט אים געהייסן טון, מחזק זיין בחורים און אינגעלייט מיט אמונה פשוטה.


טייערער ברודער, איך וועל דיר זאגן צו וואס איך בענק זיך; איך בענק זיך צו מיין טייערער "אלטער" תלמיד ... וואס האט זיך "יא" געטוישט (איך האף אז דאס איז נאר א צייטווייליגע זאך), איך בענק זיך צו מיין תלמיד וואס האט געברענט צום אייבערשטן, צו מיין תלמיד וואס האט געהאט שמירת עיניים, צו מיין תלמיד וואס האט נישט געהאט קיין שמוץ טעלעפאן ה' ישמרינו, איך בענק זיך צו מיין תלמיד וואס האט זיך מוסר נפש געווען יעדן טאג צו גיין אין מקוה און דאווענען מיט מנין, איך בענק זיך צו די תמימות, די אמונה, די זויבערקייט וכו', וכו'.


טייערער ..., פארוואס זאלסטו פארשווארצט ווערן זיבעציג יאר בזה העולם מיט נארישקייטן? וואס בלייבט דען פונעם מענטש? געב א קוק וואס גייט פאר יעצט אויף דער וועלט, ווער האט געקענט פאראויס טראכטן וואס וועט פאסירן? מען זעט אפן אז דער גאנצער מענטש מיט די גאנצע געלט איז איין גרויסער דמיון, נאר דאס אידישקייט בלייבט, נאר דאס נעמט מען מיט.


איך וויל דיר מחזק זיין אזוי ווי אמאל אין די "אלטע" גוטע צייטן ווען דער ראש ישיבה איז נאך געווען דער "אלטער" ראש ישיבה. הייב זיך אויף, באניי זיך, הויב אן גיין אויף די וועג פון רבי'ן, די וועג פון "התבודדות", וואס דאס איז די "אלטע" וועג; אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "איך פיר אייך אויף א 'נייעם' וועג וואס איז אן 'אלטע' וועג פון אברהם, יצחק און יעקב וואס האבן געלעבט מיט די וועג פון התבודדות".


גיי יעדן טאג אין א שטילע פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט, זאלסט פארמאכן דיין טעלעפאן, זאלסט זיין אינגאנצן אליין און אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, זאג אים: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל נישט פאר'תכל'עווען מיינע יארן מיט נארישקייטן, העלף מיר איך זאל האבן דעם געפיל צו רבי'ן, איך זאל האבן דעם געפיל צו צדיקים אזוי ווי אין אנהויב פון מיין התקרבות. רבונו של עולם, איך וויין צו דיר, איך פרעג זיך אליין: וואס גייט פאר? וואס איז געשען מיט מיר? אמאל פלעג איך ליב האבן תמימות'דיגע חברים, איך פלעג זיין א תמים, איך האב געאטעמט דעם רבי'ן, געאטעמט יראת שמים, פארוואס היינט האב איך נישט דעם געפיל? פארוואס לאך איך זיך אויס וכו', וכו'?"


פאלג מיר טייערער "אלטער" חבר, פיר זיך מיט דעם וועג וועסטו זיך אויפפרישן, דו וועסט זיין פריש, דו וועסט האבן דעם זיסן טעם אין לעבן וואס דו האסט געשפירט אמאל.


יעצט בשעת איך שרייב דיר כאפ איך זיך אז דו ביסט גערעכט, איך האב זיך יא געטוישט, איך בין נישט דער "אלטער" ראש ישיבה, איך דערמאן זיך ווי אמאל, יארן צוריק, פלעג איך זיך אנדערש פירן מיט תלמידים, ווען א תלמיד האט זיך געפירט נישט ווי עס דארף צו זיין פלעגט אים דער ראש ישיבה זאגן וואס ער האט אים געהאט צו זאגן, דער ראש ישיבה פלעגט זיין זייער שארף, אן קיין פשרות; אבער לעצטנס, די לעצטערע יארן האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מער שמייכלען און נישט זאגן וואס עס ליגט אויפ'ן הארץ.


איז יעצט אז איך הער פון דיינע "נייע" חברים אז דיין הארץ איז צעריסן, דו בענקסט זיך צו די אמאליגע צייטן, צו די "אלטע" צייטן; וועל איך דיר צוליב טון, איך וועל דיר זאגן וואס ליגט מיר דיר צו זאגן און אויפהערן שמייכלען און שווייגן.


געדענקסט ווען משניות איז געווען א טייל פון דיין קערפער? א טייל פון דיין נשמה? פארוואס זאלסטו דאס אראפלייגן און אפלאזן דיין נשמה?! געדענקסט ווען דו האסט זיך מוסר נפש געווען צו קומען רעדן מיט אנשי שלומינו? פארוואס זאלסטו זיך נישט דרייען מיט חברים וואס לעבן מיט'ן רבי'ן און מיט די עצות פון רבי'ן?!


דיין "נייער" חבר זאגט מיר אז איר טוט זיך צאמקומען, איך האב אים געזאגט אז איך האב הנאה וכו', אבער דיר זאג איך אז ווען מען קוקט אויף די חבורה קלעבט איינער מיט'ן צווייטן ווי עס קלעבן באנדלעך צום וואנט; הלוואי זאלסטו מאכן חבורות, זיך מחזק זיין מיט דיינע "אלטע" חברים און רופן דיין "אלטער" ראש ישיבה, וועסטו הערן פון אים די זעלבע דיבורים וואס דו האסט געהערט פאר יארן צוריק.


געדענקסט אוודאי ווער עס האט מקרב געווען דעם הייליגן רבי נתן צום הייליגן רבי'ן, עס איז געווען א וואוילער איד א גרויסער סוחר – ר' ליפא וועלכער האט געוואוינט אין נעמירוב, רבי נתן מיט זיין חבר רבי נפתלי האבן געזען ווי שיין ער דאווענט, מיט אזא זיסקייט, אזוי ווי איינער רעדט צו א חבר און בעט זיך ביי אים ער זאל אים העלפן. זיי זענען געוואויר געווארן אז ער איז א תלמיד פון רבי'ן זענען זיי געקומען און מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן. יארן שפעטער איז ר' ליפא נתרחק געווארן און אפגעלאזט דעם רבי'ן. איינמאל האט רבי נתן באגעגנט דעם ר' ליפא און אים געפרעגט: "ליפא! עמנו הייתם! ביסט דאך געווען צוזאמען מיט מיר ביים רבי'ן, וואו ביסטו היינט?!" האט אים ר' ליפא געזאגט אז דער רבי האט אים פארשעמט.


וואס איז געווען די מעשה? ר' ליפא איז געווען אונטערוועגנס צו א יריד, אויפ'ן וועג האט ער געטראכט אז ער גייט זיך אפשטעלן און זיין אויף שבת ביים רבי'ן, מוצאי שבת ביי שלש סעודות האט ער געווארט אז דער רבי זאל שוין ענדיגן די תורה ווייל ער האט שוין געוואלט פארן צום יריד פארדינען געלט. דער רבי האט דאך אלעס געוואוסט ברוח הקודש, ער האט געשפירט אז ר' ליפא'ס קאפ איז נישט דא, עס איז ערגעץ ווייט אוועק, ביים מאכן געלט, האט אים דער רבי געזאגט הויך: "געלט איז אזא שטארקע אויגן פארבלענדעניש, עס לאכט און שמייכלט צום מענטש אין די יונגע יארן און ביים סוף הרג'עט עס דעם מענטש"; ר' ליפא האט זיך זייער פארשעמט, ער איז אוועק געגאנגען און מער נישט צוריק געקומען. אויף אים האט דער רבי געזאגט די שיחה (חיי מוהר"ן, סימן שטו): "תָּמֵהַּ אֲנִי", איך וואונדער זיך, "אֵיךְ מַשְׁלִיכִים", ווי אזוי קען א מענטש איבערלאזן, "חֲבוּרָה אֲהוּבָה וַחֲבִיבָה כָּזוֹ", אזא טייערע באליבטע חבורה וכו', וכו'.


טייערער ברודער, טייערער תלמיד, טייערער חבר, דו ווייסט ווי שטארק דער סמ"ך מ"ם ימח שמו האט פיינט דעם רבי'ן? ער שטייט און לאקערט טאג און נאכט אויף יעדן איינעם פון אונז, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו.): "אִינְהוּ נְפִישִׁי מִינָן", זיי [די קליפות] זענען מער פון אונז, "וְקָיְימִי עֲלַן", און זיי שטייען אויף אונז "כִּי כִּסְלָא לְאוּגְיָא", אזוי ווי זאמד ארום א גרוב; אזוי שטייט דער סמ"ך מ"ם און לאקערט אויף יעדן פון אונז אים צו מרחק זיין פון רבי'ן, ער באווייזט זיך צו יעדן איינעם אויף אן אנדערע וועג. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך ווייס שוין אלע וועגן ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט'ן יצר הרע קומט ער צו מיר מיט א נייע וועג וואס איך האב נישט געקענט אויסטראכטן פון פאראויס".


דער יצר הרע האט מורא ווען מען לעבט מיט א צדיק, ווייל דער וואס לעבט מיט א צדיק לעבט; לעבן מיינט אז מען לעבט א לעבעדיגע לעבן, מען האט ליב די תורה, מען פריידט זיך צו גיין דאווענען, מען פריידט זיך פאר שבת, מען פריידט זיך פאר יום טוב וכו', וכו'; מען פארברענגט נישט די יארן מיט נארישקייטן, מען געבט נישט אוועק די טייערע צייט אויף צו קוקן אין טעלעפאן וכו', וכו'; דעריבער זוכט דער יצר הרע אוועק צו נעמען דעם מענטש פון רבי'ן, יעדן איינעם מיט א צווייטע וועג.


בעט איך דיר טייערער תלמיד, חזר זיך וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן עב): "לִפְעָמִים בָּא לָאָדָם הִרְהוּר תְּשׁוּבָה, וְנַעֲשֶׂה בְּאוֹתוֹ שָׁעָה אִישׁ כָּשֵׁר", אמאל כאפט זיך אריין א גוטע געדאנק, א גוטע מחשבה אין א מענטש; דער מענטש וויל זיין גוט, ער וויל זיין ערליך, "וְאַחַר כָּךְ רוֹצֶה לַעֲשׂוֹת עֻבְדָּא בַּאֲשֶׁר שֶׁנִּתְעוֹרֵר לִבּוֹ לִתְשׁוּבָה בְּכֵן רוֹצֶה לִנְסֹעַ לְהַצַּדִּיק", ער איז מחליט אז ער פארט צום צדיק, "וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁנּוֹסֵעַ", נאכדעם ווען ער פארט שוין צום צדיק, "מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע, וְנוֹפֵל מִתְּשׁוּקָתוֹ שֶׁהָיָה לוֹ תְּחִילָה", איז זיך דער יצר הרע מתגבר אויף אים און ער מאכט אז דער מענטש זאל פארלירן דעם חשק, "וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁבָּא לְהַצַּדִּיק", נאכדעם ווען דער מענטש איז שוין ביים צדיק, "מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע עוֹד יוֹתֵר", איז זיך דער יצר הרע מתגבר אויף אים נאכמער, "וְאוֹבֵד כָּל חִשְׁקוֹ", און ער פארלירט דעם גאנצן חשק.


דאס איז וואס מען זעט כסדר און דאס איז מיין נסיון, ווייל דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו האבן די ישיבה שוין צוועלף יאר, פון שנת תשס"ט; עס קומען אריין בחורים, מען צינדט זיי אן, זיי הייבן אן ברענען און פלאקערן צום אייבערשטן, צום צדיק און צו די תורה, זיי שלאגן זיך מיט אלע מניעות וכו', וכו'; ביז שפעטער ווען מען איז זוכה אז מען קומט שוין צום צדיק, ווען דער רבי עפנט די טיר, דאס איז ווען מען האט חתונה, ווייל פאר די חתונה לאזט נישט דער רבי קומען; ביים רבי'ן האבן בחורים נישט געהאט קיין מקום, דער רבי פלעגט זאגן פאר בחורים: "דו וועסט צוריק קומען מיט א טלית".


קומט אויס אז ווען א בחור וועט מקורב, ער וויל, ער בענקט און גלוסט צו זיין אן ערליכער איד און עס גייט אים נישט, דער יצר הרע מוטשעט אים מיט שווערע נסיונות; ער פאלט אריין אין ביטערע שווערע עבירות, אין פגם הברית – הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, דעמאלט האט ער דעם חשק. אבער שפעטער ווען ער האט חתונה, פלוצלינג: "מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע עוֹד יוֹתֵר", שטארקט זיך דער יצר הרע און עס פאסירט דאס ערגסטע זאך וואס קען פאסירן פאר'ן מענטש - "וְאוֹבֵד כָּל חִשְׁקוֹ", ער פארלירט דעם גאנצן חשק.


דאס איז וואס מען זעט און מען האט געזען אלע יארן אין היכל הקודש; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט שטענדיג זאגן, א בחור האט א געפיל צום רבי'ן ווייל ער דארף חיזוק, שפעטער ווען מען האט חתונה הייבט זיך אן אלעס פון פריש, מען דארף נאכאמאל מקורב ווערן, מען דארף פון פריש וועלן זיין ערליך.


מיין נסיון איז אז מען שטייט און מען איז מחזק בחורים, מען געבט אוועק די לעבן, די ווייב, די קינדער און די געזונט, אלעס, אלעס פאר אנדערע, און שפעטער ווארט מען צו זען פירות, אבער עס פאסירט וואס דער רבי זאגט: "וְאוֹבֵד כָּל חִשְׁקוֹ", מען פארלירט די חשק, מען קילט זיך אפ וכו'; און אין די זעלבע צייט קומען פרישע בחורים, זיי בעטן חיזוק, זיי ווילן אוועק נעמען די צייט, די ווייב און די קינדער, און עס קומט אריין מחשבות: 'לאז אפ', 'פארמאך די טיר', 'א שאד די צייט'; דעמאלט דארף איך זיך שטארקן און נישט צוהערן די מחשבות, נאר פון פריש נעמען פרישע תלמידים און אנהייבן פונדאסניי.


דאס איז נאך א קליינע נסיון; נאכדעם איז דא א שטערקערע נסיון, עס איז זייער שווער צו טראכטן וואס צו טון דערצו. דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו מאכן שידוכים; דו נעמסט א טייערע וואוילע אומשולדיגע מיידל וואס וויל א ברסלב'ער בחור, זי וויל לעבן די שיינע זיסע לעבן אזוי ווי דער הייליגער "תם" האט געלעבט, און איך בין זיך מוסר נפש צו מאכן שידוכים; איך צוקריג זיך מיט אלעמען אבי צו מאכן א שידוך, און עס גייט אריבער א שטיק צייט און די ווייב הייבט אויף שטילערהייט א טעלעפאן און וויינט: "ראש ישיבה, מיין מאן איז נישט דער 'אלטער' מאן מיט וועם איך האב חתונה געהאט, ער האט זיך געטראפן 'נייע' חברים וואס שלעפן אים אין נישט גוטע פלעצער, ראש ישיבה – וויינט זי – צוליב דעם האב איך זיך געדארפט מוטשען צו באקומען א ברסלב'ער בחור וכו', וכו'?!" פון דעם ווערט מיר דאס הארץ זייער צעריסן און איך שטיי פאר א גרויסע נסיון ווען עס קומט נאך א מיידל און בעט: "ראש ישיבה, איך וויל די שיינע לעבן וואס איך הער ביי די שיעורים, איך וויל לעבן די זיסע לעבן פונעם תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט' - מחכם ותם) וואס האט געשפירט אלע טעמים אין זיין ברויט און אלע טעמים און זיין וואסער וכו', וכו'", עס קומט אריין אין מחשבה: 'פארוואס זאל איך מאכן שידוכים ווען שטילערהייט וויינען פרויען, נאכדעם וואס זייערע מענער זענען אנגעקומען צו דאס וואס דער רבי זאגט: "וְאוֹבֵד כָּל חִשְׁקוֹ", די חשק, די גלוסטונג, די ווילן – האט זיך אויסגעלאשן?' וואס טו איך? איך גיי שטילערהייט צום אייבערשטן און וויין צו אים, איך וויין פאר אלע תלמידים, פאר אלע שידוכים און פאר אלע מיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן, איך בין מחזק שטילערהייט די ווייבער (פארוואס שטילערהייט? ווייל זיי האבן מורא וכו') אז זיי זאלן דאווענען און האבן סבלנות, זיי זאלן ווארטן און ווארטן און ווארטן און ווארטן אויף די ישועה פונעם אייבערשטן.


איך האב נאכנישט אנגעהויבן שרייבן וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ, איך שרייב דיר אביסל זאלסט וויסן וואס גייט אריבער אויף מיר; מיט דעם אלעם בין איך פרייליך, רוב טאג בין איך זייער פרייליך חוץ ווען איך גיי אביסל התבודדות דעמאלט וויין איך צום אייבערשטן: "רבונו של עולם העלף מיר, איך וויל גיין אויפ'ן אמת'ן וועג, העלף מיר איך זאל זיך נישט נארן, דער רבי זאגט ((שיחות הר"ן, סימן נא): 'די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן'; אפשר בין איך דער נאר פון וועם דער רבי רעדט? אפשר נאר איך זיך? רבונו של עולם איך וויל נאר דיר; איך וויל נאר טראכטן פון דיר, איך וויל נאר זען דיר, איך וויל נאר הערן דיר, העלף מיר איך זאל נישט פארגעסן קיין איין רגע פון דיר; אפילו אלע רעדן פון דעם און פון יענעם זאל איך געדענקען אז דו ביסט מחי' ומהוה די גאנצע בריאה".


ליבער ברודער, עס בענקט צו דיר דיין "אלטער" ראש ישיבה וואס וויל טרעפן דעם "אלטן" תלמיד ... וואס פלעגט בלעטערן דעם משניות און גמרא; די משניות און גמרא האט געלעבט, עס איז געווען מיט א נשמה, מיט א הארץ. מאך אויך התבודדות, גיי אין א ווינקעלע און רעד צום אייבערשטן, וויין צו אים; אז דו קענסט נישט וויינען, דער הארץ איז דיר פארשטאפט פון הערן אזויפיל נארישקייטן, פון אויסהערן גוים טמאים – זייערע דיעות און עצות, צי אין ביזנעס צי סתם זאכן, זאלסטו רעדן קאלטע טרוקענע ווערטער ביז דער קוואל וועט זיך עפענען; עס וועט נישט גיין אין איין טאג און נישט אין איין וואך, דו וועסט דארפן גראבן און גראבן אזוי ווי מען גראבט א קוואל, מען גראבט און גראבט, אסאך מאל דארף מען גראבן גאר טיף ביז מען טרעפט וואסער; אזוי איז מיט רעדן צום אייבערשטן, א מענטש ווארט צו גיסן טרערן, אבער אסאך מאל שפירט מען פארלאשן און פארקלאפט, איז די עצה צו גראבן און גראבן, רעדן טריקענע ווערטער.


זאג: "רבונו של עולם, עס איז מיר פינסטער, איך בין פארלאשן, האב רחמנות אויף מיר", וועסטו מיט די צייט זוכה זיין צו קענען רעדן און זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן.


איך האף אז נאכן ליינען דעם בריוו וועסטו זיך טרעפן מיט דיין "אלטער" ראש ישיבה, דו וועסט אנהייבן בענקען צו די תמימות'דיגע יארן. דו געדענקסט אוודאי דיין ראש ישיבה אז ער האט ליב תמימות, איך האב נישט ליב קיין לצנות, עד כדי כך אז ווען איך הער פון איינעם לצנות הייב איך זיך אן עקלען פון אים, איך עקל זיך פון לצנות, פון חוזק מאכן פון תמימים. דערפאר האב איך דיר אזוי ליב געהאט אלע יארן, ווייל איך האב ליב געהאט דיין תמימות. איך האף אז דו האסט דאס נאך אין דיר, עס איז נאך זיכער אין דיר, קען זיין אז עס איז פארדעקט געווארן מיט אסאך זאמד; מיט קוקן און הערן גוים טמאים, ערלים, פארשטאפטע הערצער – רעדן, זיך ווערטלען און זאגן עצות, מיט דעם אלעם גלייב איך אז מען קען טרעפן אונטער די זאמד דעם מים חיים, דער נחל נובע מקור חכמה.


איך דארף שוין לויפן צו מיינע בחורים, זיי ווייסן נישט פון "אלטע" ראש ישיבה – "נייער" ראש ישיבה, זיי דארפן חיזוק.


איך האף דיר נאך צו שרייבן מער באריכות.


דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיר און בענקט צו דיר.