בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אזוי שיין געווען אין שטעטל די הכנות צום פסח
תפילות אויף אידיש, חינוך הילדים, אמונה, שלום בית, צדקה, קעמפ, שטעטל, סיום, ראש ישיבה, שמחות, פירושים, פסח, שבת הגדול, נערווען, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני א', י"א ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין געפארן אין שטעטל אויף יום טוב, איך בין ארויסגעפארן דאנערשטאג נאכט נאכן שיעור. איך האב זייער הנאה דא, איך דערמאן זיך וואס רבי נתן האט געזאגט נאכן בודק חמץ זיין, ער שפירט שוין א שטיקל טעם פון פסח נאך בדיקת חמץ. איך שפיר שוין יעצט א געשמאק צו זיין מיט אנשי שלומינו, מען לעבט מיט אמונה, מען לעבט מיט העלפן איינער דעם צווייטן; עס איז עפעס אן אנדערע וועלט, עס איז ממש חוץ לישוב, דער פלאץ וואו דער בעל תפילה פלעגט פירן זיינע מענטשן (עיין ספורי מעשיות מעשה יב, מבעל תפילה).


פרייטאג בין איך געווען אין חדר, איך האב געלערנט מיט די עלצטע כיתה און געדאווענט מיט זיי. איך האב מסיים געווען צוויי מאל ששה סדרי משנה, (איך האב געהאט איבערגעלאזט א משנה פון איין מאל פריער), נאכדעם האבן מיר געדאווענט אינאיינעם.


פון דארט בין איך געגאנגען אין שטוב פון הרב ר' יעקב לעזער שליט"א צו א סיום מסכת נזיר. ער לערנט מיט די קינדער יעדן טאג דעם בלאט גמרא, קינדער וואס ווילן לערנען נאך חדר בהתנדבות לבם. עס איז געווען אזוי שיין צו זיצן מיט די קינדער און זען די ליכטיגקייט אויף זייערע פנימ'ער.


נאכדעם האט מען אויסגעטיילט פון בית התבשיל - פאר א גרויס חלק שטעטל - קארטלעך צו קענען איינקויפן אין גראסערי פאר פסח. דאס קומט צו באדאנקען די טייערע איבערגעגעבענע גבאים פון בית התבשיל וואס זיי האבן אויסגעטיילט אזויפיל געלט פאר אנשי שלומינו פאר יום טוב. מיך האט מען געבעטן עס אויסצוטיילן, די גבאים ווילן אפילו נישט וויסן ווער באקומט און וויפיל מען באקומט. זיי ברענגען די געלט און מער פון דעם ווילן זיי נישט, זיי האבן מיר געבעטן איך זאל דאס אויסטיילן. מען זאגט מיר יישר כח, אבער עס האט גארנישט מיט מיר, דער יישר כח קומט פאר די גבאים.


שבת הגדול איז געווען הערליך שיין, איך האב געדאווענט אלע תפילות אין בית המדרש אונטער מיין שטוב און די סעודות האב איך געגעסן ביי מיין זון הרב שלמה. ביי מיר אין שטוב איז שוין גע'כשר'ט און איבערגעדעקט אלע קאונטערס גרייט צו קאכן פאר פסח. נאך די סעודה זענען געקומען אנשי שלומינו, אויך דער דיין שליט"א; עס איז געווען זייער שיינע שמועסן, שמועסן פון תכלית, שמועסן פון אמונה.


שבת אינדערפרי האבן מיר געלערנט ספר פעולת הצדיק, פון וואס דער רבי זאגט דער עיקר תכלית אויף די וועלט איז נאר מען זאל רעדן צום אייבערשטן, כידבר איש אל רעהו. עס איז געווען א הערליכע שמועס, אפשר וועט איינער פון די צוהערער דאס אפשרייבן.


ספורי מעשיות האבן מיר געלערנט סיפורי מעשיות (מעשה יג) פון דעם בעטלער מיט די הויקער וואס האט זיך בארימט אז ער האט די זאך פון מיעוט המחזיק את המרובה; מיר האבן גערעדט אז ווען א מענטש וויל גארנישט, דארף גארנישט און האט גארנישט, ער איז ביי זיך מיעוט, ער איז זיך מבטל צום אייבערשטן - באקומט מען כוחות צו קענען אנגיין אין לעבן, אפילו עס גייט איבער שווערע ביטערע נסיונות; מען איז מחזיק את המרובה, מען קען דערהייבן די שטוב, די ווייב, די קינדער, אלעס אלעס; ווייל מען איז ביי זיך גארנישט.


שלש סעודות האבן מיר גערעדט וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ב): "וְדַרְכִּי", איך פיר זיך, "כְּשֶׁבָּא הַיּוֹם", ווען עס קומט א נייעם טאג, "אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַתְּנוּעוֹת שֶׁלִּי", געב איך איבער דעם גאנצן טאג פארן אייבערשטן, "וְשֶׁל בָּנַי, וְהַתְּלוּיִים בִּי, עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", איך געב איבער פארן אייבערשטן אלע מיינע קינדער און אלע וואס זענען אנגעהאנגען אין מיר, "שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", אלעס זאל זיין אזוי ווי דער אייבערשטער וויל, "וְזֶה טוֹב מְאֹד", און דאס איז זייער א גוטע זאך, ווייל אזוי קען מען זיין רואיג אז אלעס וואס פירט זיך, אלעס וואס פאסירט - איז אזוי ווי דער אייבערשטער וויל.


"וְכֵן כְּשֶׁמַּגִּיעַ שַׁבָּת אוֹ יוֹם טוֹב", אזוי אויך ווען עס קומט שבת אדער יום טוב, "אֲזַי אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַהִתְנַהֲגוּת וְכָל הָעִנְיָנִים וְהַתְּנוּעוֹת שֶׁל אוֹתוֹ הַשַּׁבָּת אוֹ הַיּוֹם טוֹב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", געב איך זיך אינגאנצן איבער פארן אייבערשטן, "וַאֲזַי, אֵיךְ שֶׁמִּתְנַהֵג בְּאוֹתוֹ הַשַּׁבָּת וְיוֹם טוֹב, שׁוּב אֵינוֹ חוֹשֵׁב וְחוֹשֵׁשׁ כְּלָל שֶׁמָּא לֹא יָצָא יְדֵי חוֹבָה בְּהַנְהָגַת קְדֻשַּׁת אוֹתוֹ הַיּוֹם, מֵאַחַר שֶׁכְּבָר מָסַר הַכֹּל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְסָמַךְ עָלָיו יִתְבָּרַךְ לְבַד". אזוי בין איך רואיג און פרייליך פונעם שבת און פונעם יום טוב, איך דארף נישט איבערטראכטן און איבערקלערן צי איך האב גוט געטון אדער נישט.


מוצאי שבת האבן מיר געלערנט דעם בלאט בבלי און ירושלמי.


היינט אינדערפרי האב איך געדאווענט שחרית מיט די קינדער פון כיתה ט', איך בין געזיצן מיט זיי און געלערנט סדר דרך הלימוד. עס איז אזוי געשמאק אין חדר, מען שפירט דארט אן אויר הזך והנח, איך בין געפארן מיט די באס; איך האב הנאה צו זען ווי מען ברענגט די קינדער צום תלמוד תורה.


נאכדעם בין געגאנגען מיטן מענידזשער אליעזר אין מחנה אילן החיים. איך האב אים געוויזן זאכן וואס מען דארף אנגרייטן פארן זומער הבא עלינו לטובה, איך האב געוויזן ווי אזוי איך וויל ער זאל גרעסער מאכן די שול פאר די קינדער וואס גייען דארט לערנען דעם קומענדיגן זומער, אויך די מחיצה ביי די שווים באסיין, און נאך זאכן.


רוב טאג האב איך געהאלפן אין שטוב אנגרייטן צום פסח.


איך בעט דיר זייער, העלף דיין ווייב און מאך איר נישט משוגע יעדע מאל מיט א צווייטע משוגעת. איך טראכט צו מיר, אז זי וואוינט נאך מיט דיר - איז דאס א נס, א צווייטער וואלט שוין לאנג אנטלאפן.


האסט נערווען? גיי אין א זייט און שריי: "הייליגער באשעפער, נעם ארויס מיינע נערווען, מאך מיך געזונט, מאך מיך פרייליך וכו' וכו'".


מזל טוב פאר די שידוך פון אליעזר שלמה נרו יאיר, א תלמיד הישיבה מיט א תלמידה פון בית פיגא, אן אייניקל פון הרב רבי יצחק שליט"א. איך האף צו קענען מאכן נאך און נאך שידוכים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.