בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו
טייערע ברידער, טייערע חברים, אנשי ארץ ישראל, איך בענק זיך זייער צו ענק, איך האף זיך צו זען מיט ענק אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן. די יאר איז נישט לייכט די נסיעה און אויך נישט ביליג; עס איז א שווערערע נסיעה, א טלטול הדרך, און עס איז טייער; איך האף איר שפרינגט אריבער אויף די אלע שוועריקייטן און איר שלעפט אייער גוף צום רבי'ן.
נעכטן ביים ליל שישי שיעור האבן מיר זיך מחזק געווען מיט'ן פסוק וואס די תורה זאגט: "כִּי תֵצֵא לַמִּלְחָמָה עַל אֹיְבֶיךָ, וּנְתָנוֹ ה' אֱלֹקֶיךָ בְּיָדֶךָ, וְשָׁבִיתָ שִׁבְיוֹ", אז מען גייט ארויס אין א מלחמה מיט'ן יצר הרע, מען שלאגט זיך - וועט מען ביים סוף מנצח זיין. כל זמן מען געבט נישט אויף, מען האלט אן די מלחמה - איז גוט, מען טאר נישט ווערן צעבראכן ווען מען פאלט אראפ חס ושלום, מען טאר נישט אויפגעבן ווען מען זעט ווי עס גייט אריבער אזא לאנגע צייט און מען האלט נאך ווייט פון עפעס א פינטעלע קדושה, מען דארף ווייטער מלחמה האלטן ביז מען איז מנצח.
ווי אזוי האלט מען מלחמה? אונזער געווער איז די מויל; יעדע מאל א איד זאגט ארויס די ווערטער: "רבונו של עולם איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל זיין אפגעהיטן, איך וויל נישט טון שלעכטס" - איז מען אין א גוטע וועג און מען וועט מנצח זיין, אפילו מען זעט נישט מיט די אויגן ווי וואס ווען ווי - מנצח זיין; אפילו עס איז לאכעדיג, אזויפיל מאל זאגן 'איך וויל זיין גוט' און גארנישט רוקט זיך נישט - דאך וועט מען מנצח זיין, מען וועט אלעס פאררעכטן.
טייערע חברים האלט אייך אינאיינעם. דער רבי האט געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד" איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם", אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען - וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן, סימן קפז), דארט וואו מען האלט זיך אינאיינעם און מען האט זיך ליב - איז דער רבי דארט.
מוהרא"ש האט אונז אלע יארן געזאגט: "ווען אנשי שלומינו וואלטן זיך שטארק ליב געהאט - וואלט מען געקענט די גאנצע וועלט צוריקברענגען צום אייבערשטן"; קוקט ווי שיין איר זענט מצליח, איר האט אנגעהויבן מיט א שול אין ירושלים, און פאריאר געעפנט א חדר, און יעצט א שולע, און מען רעדט שוין יעצט פון עפענען מוסדות אין גליל; דאס איז נאר אז מען האלט זיך באחדות.
אויך אין שטוב דארף מען זייער אכטונג געבן עס זאל זיין א שטארקע ליבשאפט. דער רבי האט זייער מקפיד געווען אויף שלום בית, מען האט נישט געקענט קומען צום רבי'ן נאר אז מען איז חתונה געהאט און מען לעבט מיט ליבשאפט; ווייל נאר אז מען איז חתונה געהאט און מען קריגט זיך נישט - קען מען האבן א ריינע מח מחשבה.
אמאל איז דער רבי געזיצן ביים טיש מיט זיינע תלמידים, אינמיטן האט זיך דער רבי אנגערופן: "וִוי וַואגְט זִיך צוּ קוּמֶען צוּ מַיין טִישׁ אֵיינֶער וָואס הָאט נִישְׁט קַיין רֵיינֶע מַחְשָׁבוֹת?!" דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט, איבערגעלאזט דעם טיש מיט'ן עולם, אריין אין זיין צימער און מער נישט געוואלט זיצן ביים טיש. ווען דער אינגערמאן - אויף וועם דער רבי האט זיך באצויגן - האט געזען ווי דער רבי גייט אריין אין צימער, האט ער זיך אויפגעשטעלט, ער איז צוגעגאנגען צום רבינ'ס צימער און אנגעהויבן זייער צו וויינען און זיך איינגעבעטן ביים רבי'ן אז דאס גייט מער נישט פאסירן, ביז דער רבי איז צוריק ארויסגעקומען און ווייטער ממשיך געווען מיט'ן זאגן תורה.
וואס איז געווען די מעשה? דער אינגערמאן האט זיך געקריגט אין שטוב מיט די ווייב; זעט מען ווי שטארק דער רבי האט מקפיד געווען מען זאל האבן שלום בית, ווייל אז מען קריגט זיך אין שטוב האט מען נישט קיין מח, און אז מען האט נישט קיין מח איז מען נישט קיין מענטש, וואס דאס ברענגט אז מען זאל אראפפאלן אין א טיפע גרוב רחמנא לצלן.
איך קען נישט מער מאריך זיין, איך דארף אנגרייטן דעם שבת.
א פרייליכן שבת.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.