בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין
תפילה והתבודדות, שמחה, חינוך הילדים, צדיקים, חסידות ברסלב, אומאן, ראש השנה, פרנסה, נעגל וואסער, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, קשיות, יום טוב, ארץ ישראל, תמימות, געלט, שבועות, תיקון ליל שבועות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת במדבר-מברכין החודש, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בין יעצט געווען אין ארץ ישראל און שוין בענק איך זיך צוריק צו גיין צו ענק. איך וואלט געבליבן מיט ענק פאר נאך לענגער, איך האב אייך זייער ליב. איך בין אהיים געפארן פאר איין סיבה, איך האב א שטוב מיט קליינע קינדער, זיי דארפן מיך אין שטוב, איך ליין מיט זיי קריאת שמע יעדע נאכט, איך לייג זיי שלאפן, און אינדערפרי גיס איך זיי אפ נעגל וואסער (איך האב א קליינע דירה, מען שלאפט איינער נעבן צווייטן, עס איז נישטא קיין פלאץ פאר יעדע קינד צו לייגן נעגל וואסער. איך וועק זיי און גיס זיי אפ נעגל וואסער); נאר צוליב דעם בין איך אהיים געקומען, אז נישט - וואלט איך געבליבן מיט אייך. אנשי שלומינו פון ארץ ישראל זענען אן ענין אחר לגמרי; דאס תמימות, דאס בענקען צום אייבערשטן, דאס איז עפעס א ווילד חידוש, איך בין אייך זייער מקנא.


שטארקט אייך, און מאכט א חשבון יעדן טאג וואס מיר האבן אלץ באקומען פון הייליגן רבי'ן. עס איז דא אסאך בלבולים, אסאך ליצנות, אסאך קשיות אויפן צדיק. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב): "מַה שֶּׁקָּשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַצַּדִּיקִים", דאס וואס עס איז דא קשיות אויף צדיקים, "זֶהוּ מֻכְרָח לִהְיוֹת", אזוי מוז זיין, "כִּי הַצַּדִּיקִים מִתְדַּמִּים לְיוֹצְרָם כַּמּוּבָא", ווייל די צדיקים זענען צוגעגליכנט צום אייבערשטן, "וּכְמוֹ שֶׁקָּשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", און אזוי ווי מענטשן האבן קשיות אויפן באשעפער, 'פארוואס גייט מיר נישט? פארוואס מוטשע איך זיך?' "כְּמוֹ כֵן בְּהֶכְרֵחַ שֶׁיִּהְיֶה קָשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַצַּדִּיק, כִּי הוּא מִתְדַּמֶּה אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", אזוי אויך איז דא קשיות אויפן אייבערשטן; וואויל איז דעם וואס קומט אלעס איבער.


נישט מען זאל מיינען אז עס איז דא אן ענין פון האבן קשיות, באלד וועט נאך איינער זאגן 'קוק עס שטייט אין לקוטי מוהר"ן, זה מוכרח להיות, עס מוז זיין'; ניין, חס ושלום; וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות און האט נישט קיין טענות, ער ווייסט און גלייבט אז מיר קענען נישט פארשטיין דעם אייבערשטן און מיר ווייסן אז אלעס וואס ער טוט - איז גוט.


ווער עס איז זיך מתבודד און שמועסט אויס מיטן אייבערשטן ווי אזוי ער האט אויסגעזען, און ווי אזוי ער זעט נאך אלץ אויס, און וואס דער רבי האט געטון מיט אים, און וואס דער רבי טוט מיט אים יעדן טאג - דער האט כח איבער צו קומען אלע קשיות און בלבולים, אים קומט אויס קלאר טאג נאך טאג: 'פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין, אפילו ער וועט מיך שמייסן מיטן דראנג'.


אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פארן רב, רבי אהרן, ווען ער איז געקומען צום רבי'ן דעם לעצטן ראש השנה פון רבי'ן - שנת תקע"א - פרעגן וואס ער זאל טון וועגן זיין אין אומאן אויף ראש השנה, ער האט געזאגט פארן רבי'ן אז די ראשי קהילה זאגן אים אז ער קען נישט אוועקפארן, ער טאר זיי נישט איבערלאזן וכו', און אויב ער וועט אוועק פארן אויף ראש השנה - וועט ער פארלירן זיין פרנסה וכו'. האט אים דער רבי געזאגט ער זאל נישט קומען, און אזוי האט ער געטון, ער איז נישט געקומען. ווען רבי נתן האט געהערט דערפון, אז ער איז נישט געקומען ווייל דער רבי האט אים געזאגט: "קום נישט", האט ער אים געזאגט: "אפילו דער רבי זאל נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך אוועק טרייבן - וואלט איך אויך נישט אוועק געגאנגען".


אזוי אויך גייט די מעשה, דער רבי האט געהאט א תלמיד ר' ליפא, א גרויסער סוחר. אמאל איז ער געפארן צום יריד מאכן געשעפטן, ער האט געטראכט אז ער וועט קודם גיין צום רבי'ן נעמען א ברכה. ביי שלש סעודות האט ער געווארט אז דער רבי זאל שוין ענדיגן די תורה, ער זאל קענען פארן צום יריד פארדינען געלט. דער הייליגער רבי האט דאך אלעס געזען, האט ער מרמז געווען ביי די תורה וואס שטייט אין זוהר (תיקוני זוהר תיקון ג' מהתיקונים האחרונים): "חֲיֵיכִת בְּהוֹן בְּעוּתְרָא בְּהַאי עָלְמָא, וּלְּבָתַר, קְטִילַת בְּהוֹן", געלט לאכט צום מענטש אין די יונגע יארן, און שפעטער הרג'עט עס דעם מענטש; דער רבי האט געוואלט מיט דעם מרמז זיין פאר ר' ליפא אז נישט אלעס איז געלט וכו'. ר' ליפא האט זיך באליידיגט פון דעם, ער איז אוועק געגאנגען פון רבי'ן און מער נישט געקומען.


יארן שפעטער האט אים רבי נתן געטראפן, ער האט אים געפרעגט: "ליפא, וואו ביסטו אנטלאפן, פארוואס ביסטו אוועק פון הייליגן רבי'ן? עמנו הייתם?!" האט אים ר' ליפא געזאגט: "דער רבי האט מיך פארשעמט", מיינענדיג די תורה וואס דער רבי האט דעמאלט געזאגט און אים מרמז געווען אין די תורה, זאגט אים רבי נתן: "ליפא! פון אזא רבי גייט מען אוועק?! זאל דער רבי נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך שלאגן - וועל איך אויך נישט אוועק גיין", ווייל ווען מען מאכט זיך א חשבון, מען איז זיך מתבודד - קומט אויס אז 'פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין, אפילו ער וועט מיך שמייסן מיטן דראנג'.


די וואך קומט דער הייליגער יום טוב שבועות. געבט אכטונג נישט ארייננעמען דעם יום טוב מיט נערווען, און נארישקייטן; דער עיקר איז ארייננעמען יום טוב מיט שמחה. גארנישט דארף זיין, נאר איין זאך, מען דארף זיין פרייליך און איבערגעגעבן צום אייבערשטן. אז איר וועט קענען אויפזיין שבועות ביינאכט - איז זייער גוט, מען קען זוכה זיין צו גרויסע זאכן. מוהרא"ש זאגט, דער עיקר תיקון איז זאגן דעם ערשטן פסוק פון יעדע פרשה און דעם לעצטן פסוק, סיי פון תורה און פון נביאים וכתובים, און אויך די תרי"ג מצוות.


ביי אונז נאכן זאגן דעם תיקון - טאנצן מיר; מיר פרייען זיך אז מיר זענען אידן און מיר ווייסן פון די הייליגע צדיקים. מיר טאנצן ביז פארן עלות השחר, מען גייט און מקוה און מען איז זייער פרייליך.


א פרייליכן שבת און א פרייליכן יום טוב.