בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א הערליכע יום טוב שבועות מיט אנשי שלומינו
תפילות אויף אידיש, חינוך הילדים, שלום בית, התחזקות, מוסדות, שטעטל, שלום, אומאן, היכל הקודש, מנהגים, הלכה, נקודות טובות, יאוש, אחדות, ותיקין, זוהר הקדוש, שבועות, תיקון ליל שבועות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך, י"א סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


*שבועות מיט אנשי שלומינו*


חסדי השם יתברך דעם יום טוב שבועות זענען מיר געווען אין שטעטל קרית ברסלב, עס איז געווען א הערליכע יום טוב, א שיינער קיבוץ.


די ערשטע נאכט צווישן מנחה מעריב איז נאך געווען צען פופצן מינוט פאר רבינו תם'ס זמן, איך האב געפרעגט דעם דיין שליט"א אויב מיר זאלן שוין דאווענען, אדער נאך ווארטן ביז רבינו תם, ווייל דער מגן אברהם זאגט (סימן תצד, בהקדמה) מען זאל נישט מאכן קיין קידוש פאר עס ווערט נאכט, עס דארף זיין שבע שבתות תמימות, אבער דאווענען מעג מען יא, אבער דער טורי זהב זאגט (שם) מען זאל ווארטן אויף מעריב; האבן מיר גערעדט אפאר דיבורים ביז דעם זמן ר"ת.


*א בילקע ארויף א בילקע אראפ*


מיר האבן גערעדט פון וואס דער הייליגער צדיק רבי ברוכ'ל פון מעזיבוז זכותו יגן עלינו - א פעטער פון רבי'ן – זאגט: "מענטש שרעקן זיך ראש השנה, מען גייט דן זיין דעם מענטש וואס גייט זיין די גאנצע יאר, אבער מען דארף זיך מער שרעקן פון יום טוב שבועות", ווייל ראש השנה איז מען דן 'א בילקע ארויף, א בילקע אראפ', די יאר גייט אריבער ביי אלעמען אייניג, איינער האט שבת ביי די סעודה א 'סאוער דאו' חלה און איינער נישט, אבער די יאר איז אייניג. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אין להסתכל אם יהיה לו מעות אם לאו", עס דארף נישט אנגיין אויב מען האט געלט אדער נישט, "כי בין כך ובין כך יבלה ימיו בשוה", ווייל אזוי צו אזוי גייט דאס לעבן אריבער אייניג, נישט קיין חילוק יא געלט אדער נישט געלט, דאס לעבן איז אייניג ביי אלעמען, אבער ווען עס קומט יום טוב שבועות איז מען דן דעם מענטש אויב ער וועט לערנען, וויפיל ער וועט לערנען און צי וועט ער לערנען מיט שמחה - דאס דארף געבן א ציטער פארן מענטש, מען דארף טראכטן 'וואס גייט זיין די יאר? וועל איך לערנען? וועל איך זיין פרייליך מיט מיין לערנען?'


מיר האבן גערעדט מען זאל נישט זיין קיין בטלנים, נאר זיך גוט אויסבעטן ביים דאווענען, ביי די ווערטער: "ונשמח בדברי תלמוד תורתיך", מען זאל בעטן: "הייליגער באשעפער איך וויל זיך פרייען מיט די תורה, איך וויל זיך פרייען מיט די מצוות"; יום טוב שבועות זינגען מיר ביי תפילת מעריב די שטיקל "אהבת עולם", מיר האבן געזינגען די ניגון פון "אבינו אב הרחמן המרחם רחם עלינו", און זיך גוט אויסגעבעטן ביים אייבערשטן: "הייליגער באשעפער מיר ווילן זיך פרייען מיט די תורה".


*שכוח אייבערשטער פאר די תרי"ג מצוות*


ליל שבועות האבן מיר געזאגט אינאיינעם די תיקון, הויך אויפן קול, פסוק בפסוק, אויך האבן מיר געזינגען פרייליכע ניגונים. עס איז געווען זייער פרייליך, מען האט געטאנצן און געזינגען, געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר זענען אידן און נישט קיין גוים. אויך ביי די תרי"ג מצוות האבן מיר נאך יעדע מצוה געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר זענען מקיים די מצוות, אלע האבן אויסגעשריגן אויפן קול: "שכוח אייבערשטער מיר טוען די מצוה פון פריה ורביה", "שכוח אייבערשטער מיר טוען די מצוה פון מילה", "שכוח אייבערשטער מיר טוען די מצוה פון נישט עסן די גיד הנשה", און אזוי ווייטער.


*לערנען זוהר מיט קינדער*


פארן עלות השחר זענען אלע געגאנגען זיך טובל'ן אין מקוה, עס איז געווען ביי אונז אין שטעטל א מנין ותיקין אין אפאר שולן, איך האב זיך יא געלייגט שלאפן. איך בין אויפגעשטאנען צו קריאת שמע און געלערנט מיט מיין מיין זון נחמן נתן נרו יאיר זוהר הקדוש, מיר האבן געלערנט אונטן אין וואלד צווישן די ביימער. מיר לערנען יעדן שבת אינדערפרי זוהר הקדוש, איך טו דאס מיט אלע מיינע קינדער. אזוי ווי מוהרא"ש ברענגט פון דעם הייליגן צדיק פון קאמארנא זכותו יגן עלינו (נוצר חסד אבות, פרק ד): "לו עמי שומע לי", הלואי זאל מען מיך אויסהערן, "בדור הרע הזה", אין דעם היינטיגן דור, "שהמינות גובר", וואס עס איז דא אזויפיל שלעכטס - "היה למדים עם תינוק בן תשעה שנים ספר תיקוני זוהר להגות בה", וואלט מען געדארפט צוגעוואוינען קינדער פון די ניין יאר זיי זאלן עוסק זיין אין לערנען דעם הייליגן זוהר, "והיה אז יראת חטאו קודמת לחכמתו", וואלט דאס זיי געהאלפן זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון דעם יצר הרע; קוק נאך אינעם ספר.


*קינדער דארף מען אויסרימען*


עס זענען געקומען נאך אנשי שלומינו זיך צוהערן צום שיעור און עס איז געווארן א שמועס מיט מלמדים. וואס טוט מען מיט א קינד וואס דאווענט נישט מיט, אויב מען זאל אים געבן גוטע ווערטער? מיר האבן גערעדט אז קינדער דארף מען נאר אויסרימען און געבן כבוד, דאס איז די בעסטע מיטל זיי צו מאכן פאר ערליכע אידן. מיר האבן גערעדט אז מיר דארפן קודם האלטן ביים דאווענען, און אז מען וועט גוט קוקן אויף זיך וועט מען זען אז אין די טעג וואס מיר זענען נישט מיט די קינדער שפילן מיר זיך נאך מער ווי די קינדער ביים דאווענען; דער קינד שפילט זיך מיט א שפילצייג און מיר שפילן זיך מיט גליונות, מיט ספרים וכו' וכו'; מיר דארפן אסאך בעטן דעם אייבערשן מיר זאלן האבן א געפיל אין דאווענען, וועלן די קינדער אויך זוכה זיין צו האבן א געפיל אין דאווענען.


*די זיסע ווערטער "אל יעזבנו נצח סלה ועד"*


אינדערפרי ביים דאווענען האבן מיר געזינגען ביי אהבה רבה די ניגון וואס מען זינגט אין סאטמער, פון הרב הקדוש רבי הערשעלע רימנובער זכותו יגן עלינו. א הארציגע זיסע ניגון, ווען מיר זענען אנגעקומען צו די ווערטער: "ורחמיך ה' אלוקינו וחסדיך הרבים אל יעזבנו", הייליגער באשעפער, רחמנות'דיגער באשעפער, איך בעט דיר, איך וויל דיך נישט אפלאזן, - האבן מיר נאכאמאל אנגעהויבן די ניגון, און געוויינט אויף די ווערטער: "אל יעזבנו נצח סלה ועד", אייבערשטער איך וויל דיך נישט אפלאזן, אייבערשטער איך וויל זיין מיט דיר, טראכטן פון דיר, לעבן מיט דיר, גיין מיט דיר, געדענקען אז דו ביסט מיט מיר, מיין גאנצע לעבן; מיר האבן געוואלט בלייבן ביי די ווערטער, זינגען די ניגון נאכאמאל און נאכאמאל, אבער מען האט שוין געדאפט גיין ווייטער. מען האט ממש געשפירט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן סה) ווען מען זאגט ארויס די ווערטער ביים דאווענען בעטן זיך די ווערטער ביים מענטש, גיי נישט אוועק פון אונז, "איך תוכל להתפרד ממני", ווי אזוי קענסטו אוועק גיין פון מיר, "לגודל ההתקשרות והאהבה שיש בינינו", פון גרויס ליבשאפט וואס מיר האבן, "כי אתה רואה את יקר יופיי וזיוי והדרי ותפארתי", דו זעסט דאך מיין שיינקייט, מיין לויטערקייט, מיין פרעכטיקייט, "ואיך תוכל לנתק עצמך ממני וליפרד מאתי", ווי אזוי קענסטו זיך פון מיר שיידן? "הן אמת, שאתה צריך לילך יותר", ביסט גערעכט אז דו דארפסט ווייטער ענדיגן דאווענען, "כדי ללקט עוד סגולות יקרות וחמודות גדולות", און קלויבן נאך שיינע סגולות מיט די ווערטער פון דאווענען, "אבל איך תוכל ליפרד ממני ולשכוח אותי", אבער ווי אזוי קענסטו מיך אפלאזן? "על כל פנים תראה שבכל מקום שתלך ותבוא לשם לא תשכח אותי, ולא תיפרד ממני", בעט איך דיר פארגעס נישט פון מיר וכו' וכו'; ממש אזוי האבן מיר געשפירט מיט די זיסע ווערטער פון אהבה רבה, ווי דער רבי זאגט דארט: "מלפפת ומחבקת אותו, ואינה מנחת אותו לילך מאיתה", די ווערטער נעמען ארום דעם מענטש און ווילן נישט מען זאל ווייטער גיין.


*בלייבן אין היכל הקודש*


אקדמות האבן מיר געזאגט מיט די זיסע ניגון. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רנו) דאס איז א ניגון וואס מאכט בענקען צום אייבערשטן, און ביי די ווערטער: "קְבִיעִין כֵּן תֶּהֱווּן, בְּהַנְהוּ חֲבוּרָתָא", האב איך געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל בלייבן אין די הייליגע חבורה חבורת היכל הקודש, ווי דער רבי רופט עס (חיי מוהר"ן, סימן שטו) 'חֲבוּרָה אֲהוּבָה וַחֲבִיבָה', נישט אפלאזן אזא הייליגע פלאץ, נישט אוועק גיין"; מען דארף רחמי שמים אויף דעם, ווייל דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך זייער אוועק צו שלעפן יעדע איינעם פון הייליגן רבי'ן, יעדן איינעם מיט אן אנדערע בלבול, יעדן איינעם שטערט עפעס אנדערש; און אז מען בעט נישט דעם אייבערשטן - פאלט מען אוועק, מען לאזט אפ דעם הייליגן רבי'ן.


*קרעפל פשעטל*


נאכן דאווענען ביי די מילכיגע קידוש איז געווען א הערליכע בילד, זען ווי יונגע און אלטע - אלע פרייען זיך מיט זייערע סיומים; אינגעלייט, בחורים און קינדער האבן מסיים געווען, איינער משניות, א צווייטער גמרא, א דריטער ליקוטי מוהר"ן.


מיר האבן גערעדט פון די מנהג פון עסן קרעפלעך, און מען זאגט אז אלע טעג וואס מען קלאפט - פירט מען זיך צו עסן קרעפלעך; ערב יום הקודש קלאפט מען על חטא - עסט מען קרעפלעך, הושענא רבה קלאפט מען די הושענות - עסט מען קרעפלעך, פורים קלאפט מען ביי המן - עסט מען קרעפלעך און שבועות עסט מען קרעפלעך אבער מען זעט נישט מען זאל קלאפן, נאר דער רבי הויבט אן דעם הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן (חלק א', סימן א): "כמו שהמשוגעים צריכים להכותם", אזוי ווי א משוגע'נער פארשטייט נאר ווען מען שלאגט אים מיט א שטעקן - "כמו כן ממש התורה שעוסקין הוא בחינת מקלות ושמות", אזוי אויך דער מענטש וואס זינדיגט, ער איז פול מיט רוח שטות, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סוטה ג.): "אין אדם עובר עבירה אלא אם כן נכנס בו רוח שטות", דער יצר הרע מאכט משוגע, ווי אזוי קען מען פטור ווערן פון די משוגעת'ן? דורך לערנען תורה - "שבזה מכין ומכניעין את היצר הרע, ומגרשין מן האדם את השגעון והרוח שטות שנכנס בו", די תורה איז צוגעגליכן צו א שטעקן, און אז מען לערנט תורה שלאגט מען דעם יצר הרע, מען שלאגט ארויס די רוח שטות; דעריבער עסט מען קרעפלעך שבועות ווען מען איז מקבל די תורה.


*איך בין נישט פארפאלן*


קיינער קען נישט זאגן ער איז שוין פארפאלן, עס איז נישטא קיין וועג פאר אים ארויס צו גיין פון די טומאה; דער רבי זאגט קלאר עס איז דא פאר יעדן איינעם א וועג ארויס צו גיין פון גלות. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, "שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


*ביימער אין שול*


אויך האבן מיר גערעדט פון דעם מנהג צו ברענגען ביימער אין שול; זאגט דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו, שבועות ווען מען איז דן די פירות האילן - ברענגט מען די ביימער, די עלטערן, און מען זאגט זיי: 'אויב וועלן ענק זיך שיין אויפפירן - וועט זיין גוטע קינדער, גוטע פרוכט'; מיר האבן גערעדט, מען ברענגט די ביימער אין שול, אז די עלטערן קומען יעדן טאג דאווענען אין שול די דריי תפילות - אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער. אז מען קומט וואוינען אין שטעטל, מען גייט זיך קויפן א דירה - דארף מען זען די דירה זאל זיין נעבן א שול, וואו מען וועט קענען גיין דאווענען שבת אלע תפילות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא קז.) אויפן פסוק (דברים כח, ג): "ברוך אתה בעיר", געבענטשט זאלסטו זיין אין שטאט - "שיהא ביתך סמוך לבית הכנסת", דיין שטוב זאל זיין נאנט צום שול; ווער איז א געבענטשטער? דער וואס גייט דאווענען די דריי תפילות אין שול; דעריבער ברענגט מען די ביימער אין שול, אזוי וועט זיין ערליכע דורות.


אויך לייגט מען ביימער אין שטוב; אז מען וועט זיין אין שטוב, מען וועט מחנך זיין די קינדער - וועט זיין גוטע פירות.


*פשוט'ע צירונגען*


נאכמיטאג די ערשטע טאג האבן מיר געליינט די תנאים, מיר האבן געזינגען און זיך מחזק געווען אז מיר זענען געקומען צום רבי'ן אויף יום טוב שבועות מקבל זיין די תורה פון פריש. מיר האבן גערעדט, ביי אונז איז דער מנהג מיר געבן נישט קיין טייערע און עכטע צירונג, מיר געבן פשוט'ע צירונג, אזוי אויך ווען מיר זענען מקבל די תורה, מיר מאכן די חתונה מיט די תורה - דארף נישט זיין קיין עכטע און טייערע, מען קען זאגן א פרק משניות אפילו אן פארשטיין.


אויך האבן מיר גערעדט פון האבן שלום בית, אז דער צדיק וואס האט אויסגעשטעלט די תנאים מיט די כתובה צווישן אידן אינעם אייבערשטן - האט גענומען א משל א מאן און ווייב, אבער אויב חתונה האבן מיינט נישט לעבן מיט ליבשאפט - האט נישט קיין פשט צו מאכן א משל צו קבלת התורה, דאן וועט דאס מקבל זיין די תורה האבן א פנים ווי א פארפאלק וואס לעבן נישט מיט שלום, מיט ליבשאפט, דאס ווייזט אונז אז מען דארף לעבן מיט ליבשאפט; יעצט קען מען מאכן די נמשל צו מקבל זיין די תורה, א תנאים און א כתובה.


*עסן מילכיגס שבועות*


דעם צווייטן טאג שבעות עסן מיר אויך מיליכיגס מיר האבן גערעדט פון זיך נישט קלאפן מיט וואס איז געווען, אזוי ווי מילך מעג מען עסן, וואס באמת קומט דאס פון בלוט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בכורות ו:): "דם נעכר ונעשה חלב", מילך קומט פון בלוט, און מיר ווייסן דאך אז (שם ה:): "היוצא מן הטמא טמא", מיט דעם זעען מיר ביי מילך אז מען טרינקט יא מילך, ווייל דאס איז א נייע באשעפעניש; דאס וויל מען ווייזן יום טוב שבועות ביי קבלת התורה, מיר זאלן זיך נישט קלאפן מיטן עבר, און זאגן: 'איך קען נישט מקבל זיין די תורה, איך בין בלוט', נאר מען זאגט דיר: 'קוק אויף די מילך, אפילו ביסט געווען א שטיק בלוט, רויט ווי עשו הרשע - קענסטו ווערן ווייס ווי יעקב אבינו, ווייס ווי מילך. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה, מַעֲלֵה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך דעם עול תורה, דאס הייסט ער נעמט זיך פאָר צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה - זאגט דער אייבערשטער: "רעכן איך אים כאילו ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט, עס ווערט אויס בלוט, עס ווערט 'דם נעכר ונעשה חלב'.


*עולם התהו*


דעם צווייטן טאג נאכמיטאג האבן מיר געליינט די כתובה. מיר האבן זיך מחי' געווען מיט דעם אז מיר האבן א רבי וואס ראטעוועט אונז פון עולם התהו, דער רבי האט געזאגט: "ווער עס וועט קומען צו מיר דריי מאל א יאר: 'ראש השנה', 'שבת חנוכה' און 'שבועות' - וועט געראטעוועט ווערן פון דעם עונש פון עולם התוהו"; דאס איז נישט נאר נאכן אוועק גיין פון דער וועלט דאס איז אויך ביים לעבן, מען זאל נישט זיין פארנומען מיט דעם און יענעם, מען זעט מענטשן, מען רעדט פון דעם, פון יענעם, ער האקט אויף דעם, דער איז א שגץ, דער איז א לינקער און דער איז פארכאפט וכו', בשעת דער וואס רעדט - דאווענט נישט די דריי תפילות מיט מנין, ליינט נישט קריאת שמע און עפנט נישט אויף א ספר משנה לשנה; דאס איז עולם התוהו, און פון דעם ראטעוועט אונז דער רבי.


*ליבשאפט אין שטעטל*


הרב ר' דניאל איז געקומען א וועג צו גיין פון א שעה, ער איז געווען יום טוב ביי זיין איידעם ישראל נרו יאיר. ער האט מיר געזאגט, ער מוז זאגן א גוטע גרוס פון שטעטל, ער קומט אסאך, ער האט א זון וואס וואוינט נעבן בית המדרש 'אשר בנחל', א זון וואס וואוינט נעבן דעם 'ירושלים שול' און אויך 'עצתו אמונה שול', און זיין אידעם דאווענט אין שול 'פעולת הצדיק'; ער זאגט מיר: "דער ראש ישיבה האט נישט קיין אנונג די ליבשאפט וואס דא איז דא"; ער האט מיר זייער מחי' געווען, ווייל דאס געבט מיר כח, און פארקערט - איך ווער קראנק פון מחלוקת.


*זוך שלום*


איך בין געווען זונטאג נשא ביי א חתונה אין לעיקוואד, נאך די חופה קומט צו מיר דער זיידע און בעט מיר זייער איך זאל מאכן שלום מיט זיין זון. איך זאג אים איך האב גארנישט אויף אים, זאגט ער מיר מיט טרערן: "ער האט אבער יא אויף דיר, און איך בעט דיר זייער מאך שלום מיט אים". איך בין געגאנגען אין דער זייט און זיך מתבודד געווען, איך האב אים אויפגעזוכט, איך זאג אים: "רוף דיין זון איך וועל אים איבערבעטן", ער האט גערופן זיין זון, איך האב גערעדט מיט אים פאר צוואנציג מינוט, אים הונדערט מאל איבערגעבעטן און מיר האבן שלום געמאכט. אויך האב איך געטראפן נאך איינעם וואס האט אויף מיר א שווער הארץ, איך בין צוגעגאנגען צו אים און אים איבערגעבעטן. נאכדעם האב איך געטראפן נאך א בחור וואס האט דא געלערנט און האט אויף מיר א שווער הארץ, איך האב אים אויך איבערגעבעטן. איך טו דאס אלעס ווייל מוהרא"ש האט מיר געלערנט אז זיין צוקריגט איז סטרא אחרא, און שלום איז קדושה, און ווען מען איז נישט גערעכט - איז נישט קיין קונץ יענעם איבער צו בעטן, דער קונץ איז, ווען מען איז גערעכט, מען ווייסט קלאר אז מען האט גארנישט געטון - דעמאלט דארף מען זיך שטארקן אויף די געפילן און טון וואס איז ריכטיג.


*בעט איבער ווען דו ביסט נישט גערעכט*


דאס זאג איך דיר אויך, ווען דיין ווייב בלאזט אויף דיר, זי רעדט נישט שיין צו דיר, און דו ווייסט אז דו ביסט שולדיג דא - איז נישט קיין קונץ צו זאגן: "זיי מיר מוחל" און זיך איבערבעטן; אודאי דארפסטו איבערבעטן, דו האסט איר דאך אויפגערעגט. דער חידוש וואס מוהרא"ש לערנט אונז, ווען מען איז בכלל נישט שולדיג, מען האט גארנישט שלעכטס געטון, סתם, זי האט געהאט א שווערע טאג און זי בלאזט עס אויס אויף דיר, דו שפירסט ווי דו ווילסט איר זאגן: 'וואס ווילסטו פון מיר? איך האב דיר גארנישט שלעכטס געטון' - דעמאלט זאלסטו זאגן: "זיי מיר מוחל" און זען עס זאל זיין שלום.


*נישט מבטל זיין חדר*


געווענליך טאנצן מיר מוצאי יום טוב, אבער די יאר האב איך געבעטן די גבאים מען זאל נישט טאנצן, ווייל די קינדער דארפן האבן חדר, און היות אסרו חג איז פרייטאג, און אז מען וועט טאנצן וועט מען נישט אנהויבן פאר צוועלף און אהיים גיין גייט מען פרייטאג אום איינס אזייגער - זאל מען די יאר נישט מאכן קיין טאנצן.


*פארן אויף אומאן*


שבת פרשת נשא בין איך געבליבן אין שטעטל. שבת אינדערפרי האבן מיר גערעדט פון זיך גרייטן צו פארן קיין אומאן, די כולל אינגעלייט האבן מיר געפרעגט אויב מען איז מחויב צו פארן דוקא מיטן טשארטער, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא נז:) אויב א מענטש האט צוויי וועגן צו גיין, אין איין וועג שטייען פרויען און וואשן וועש און זיי האבן אויפגעדעקטע הענט און אויפגעדעקטע פוס, אויב איז דא דרכא אחרינא איקרא רשע. מיר האבן גערעדט פון נישט פארן אליין, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות פרק ד, הלכה ד): "כל הדרכים בחזקת סכנה", אז מען פארט אליין - קען מען זייער גרינג אראפפאלן, מען מוז פארן מיט א חבורה, ערליכע אינגעלייט; דאס היט דעם מענטש נישט צו פאלן.


מאך שוין דיינע פלענער קיין אומאן, פאר נישט אליין, פאר מיט א חבורה, נעם זיך צוזאם ערליכע חברים - וועסטו נישט אראפפאלן.


איך מוז מקצר זיין, איך מוז לויפן צו די בחורים, זיי ווארטן אויף חיזוק, זיי זענען אזוי צעבראכן, זיי ווילן חתונה האבן און עס גייט זיי נישט. איך האב נאר געשריבן א פינטל פון יום טוב, הלואי זאלן די אינגעלייט אראפשרייבן אלע דיבורים און אלע התחזקות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.