בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די הערליכער שבת חנוכה אין קרית ברסלב
שמחה, תודה והודאה, חינוך הילדים, חנוכה, אמונה, חיזוק פאר פרויען, הפצה, צדיקים, שטעטל, שערן די האר, שבת קודש, אומאן, מוהרא"ש, מסורה, ישיבה, ראש ישיבה, שמחות, חדר, קשיות, וואקאציע, דן לכף זכות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בין יעצט צוריק פון די הערליכער שבת חנוכה אין קרית ברסלב.


איז דאס געווען א שבת! מיר האבן זיך אזוי שטארק אויפגעפרישט מיט'ן רבינ'ס לימודים, א שאד דו ביסט נישט געקומען; עס זענען זיך צאמגעקומען צענדליגער משפחות אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש.


איך וועל דיר שרייבן אביסל פון דעם שבת.


מיטוואך נאכט נאכן צינדן די מנורה בין איך געווען ביי א בר מצוה אין ישיבה פון הבחור ... נרו יאיר, דארט האב איך געטראפן מוהרא"ש'ס זון, הרב נחמן שליט"א, ער האט גערעדט לכבוד דער בר מצוה בחור. בתוך הדברים האט ער געזאגט אז ער מוז זאגן ברבים וואס ער געדענקט, ווי שטארק זיין טאטע - מוהרא"ש זכרונו לברכה - האט ליב געהאט דעם ראש ישיבה. ער האט דערציילט אז ער האט אליינס מיט געהאלטן וויפיל מענטשן זענען געקומען רעדן שלעכטס צו מוהרא"ש אויף די ישיבה און אויף מיר, אבער מוהרא"ש האט נישט געוואלט מקבל זיין, מוהרא"ש האט זייער געהאלטן פונעם ראש ישיבה.


נאך די בר מצוה בין איך ארויסגעפארן מיט מיין משפחה צום שטעטל, דאנערשטאג צופרי ניין אזייגער האב איך געדאווענט שחרית מיט די עלסטע כתה פון תלמוד תורה, דער מלמד האט מיך מכבד געווען צו זאגן הלל, מיר האבן אינאיינעם געזאגט הלל מיט אונזער נוסח בקול; עס איז געווען א פארגענוגן.


נאך שחרית האב איך פארגעלערנט דעם דף גמרא פאר די עלסטע כתה פון תלמוד תורה, די קינדער האבן פיין מיט געהאלטן. איינער פון די קינדער האבן געזאגט א חידוש, מען זעט ביי די מעשה פון אבא אומנא (תענית כב.), ווען אביי האט געשיקט זיינע תלמידים בודק זיין אבא אומנא און זיי האבן אוועק גענומען זיינע קישענעס און דעקעס - האט ער זיי גארנישט געזאגט, ווייל ער האט געוויסט אז תלמידים פון א צדיק וואס קומען בשליחות דעם צדיק, מן הסתם האבן זיי עפעס א כוונה דערין; דאס איז געווען זיין גרויסקייט, ער האט געוויסט אז א צדיק האט זיכער זיינע טעמים.


גלייך נאכדעם האבן מיר געהאט א שבע ברכות פאר החתן ... נרו יאיר, דער מחותן הרב ר' ... נרו יאיר איז געקומען צו פארן, איך האב גערעדט אפאר ווערטער און ארויסגעברענגט דאס גרויסקייט פון די חתן כלה, זיי זענען גרויסע מפיצים און ווען איך האב אנגעטראגן דעם שידוך, דער מחותן האט געהערט אז דער בחור/חתן - גייט הפצה, האט ער מיר גלייך געזאגט אז ער וויל ענדיגן דעם שידוך, ער דארף שוין גארנישט מער פון דעם.


נאכדעם האט דער מחותן ר' ... גערעדט אפאר ווערטער, אויך זיין טאטע, הרב החסיד ר' ... האט גערעדט. מען האט געבענטשט, איך האב מכבד געווען ר' ... מיט א ברכה, אויך ר' ...; ביי מיר זענען מפיצים די גרעסטע מיוחסים.


פון דארט בין איך גלייך געפארן צום תלמוד תורה, איך בין אריין אין אלע כיתות, אנגעהויבן ביי כתה א'. איך האב פארהערט די קינדער די עברי, איך בין ארויס פון התפעלות צו זען ווי אונזער נייער מלמד ... נרו יאיר זאל האבן אזעלכע כוחות.


איך האב געהאט אן אינטערעסאנטע מעשה אין כתה א', איין קינד, א טייער קינד – האט יעדע זאך צוריק געווארפן. צום ביישפיל, איך האב געטיילט א קענדי, האט ער דאס נישט געוואלט נעמען, איך האב געגעבן א שפילצייג – האט ער עס מיר צוריק געווארפן, ער האט געזאגט: "איך דארף נישט די קארעלע", האב איך אים געזאגט ער זאל דאס געבן פאר זיין שוועסטער, און איך פרעג אים: "ווי אזוי הייסט דיין שוועסטער?" זאגט ער מיר אז זי האט נישט קיין נאמען; אזוי מיט יעדע זאך וואס איך האב געזאגט האט ער צוריק געווארפן. איך האב געוויזן פאר'ן מלמד ווי אזוי מען דארף האנדלען מיט אזא קינד; נישט זוכן ווי אזוי אים צו מאכן פאר א מחוצף, נאר ווי אזוי מען קען אים פארדרייען, עס זאל ווערן אלעס גוט.


דער מלמד האט זיך ממש מחי' געווען צו זען די מעשה, ווייל ער האט געמיינט אז נאר ביי אים פאסירט דאס, ער האט נישט געקענט טראכטן אז אזוינס פאסירט אויך ביים ראש ישיבה.


איך בין געווען ביי קינדערגארטן, כתה ב' און כתה ה'; אלע מלמדים האבן געהאט חיזוק.


פון דארט בין איך געפארן קוקן די נייע דירות, געלאפן אין מקוה און געדאווענט מנחה, מעריב.


ביים צינדן זענען געקומען אלע בחורים, מען האט געזינגען אינאיינעם די זמירות, נאכדעם האב איך יעדן געווינטשן זיי זאלן זוכה זיין צו טרעפן זייער שידוך, די בחורים האבן אלע געצינדן אין שול.


נאכדעם זענען מיר געגאנגען א שפאציר צום בית הדפסה; עס זענען דא אפאר פרישע תלמידים וואס האבן נאכנישט געזען דעם בית הדפוס אין שטעטל, איך האב זיי געוויזן דעם בנין, זיי האבן אלע געזאגט אז זיי קענען נישט טראכטן אז דער בנין האבן געבויט בחורים.


אויפ'ן וועג צוריק האט אנגעהויבן רעגענען, איך האב זיך זייער געפרייט אז עס רעגנט; אפילו עס איז געווען שווער צוריק צו גיין, אבער מיר ווארטן שוין אזוי לאנג אנצופולן די נייע מקוה ביים בית המדרש עצתו אמונה.


די בחורים האבן געגעסן א פיינע סעודה, מיר האבן געשמועסט פון רבי'ן און מוהרא"ש, גלייך נאכדעם איז געווען די ליל שישי שיעור, עס איז געווען זייער א שיינע שיעור, עס איז כדאי דו זאלסט עס אויסהערן.


מיר האבן גערעדט פון אסאך שיינע נקודות, פון "יְמֵי חֲנֻכָּה הֵם יְמֵי הוֹדָאָה", חנוכה איז טעג פון דאנקען דעם אייבערשטן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "וְזֶה בְּחִינַת שַׁעֲשׁוּעַ עוֹלָם הַבָּא", דאס איז די געשמאקע, זיסע און איינגענעמער טעם וואס מען שפירט אויף יענע וועלט; און ווער עס טוט דאס, ער געוואוינט זיך איין צו דאנקען דעם אייבערשטן - דער שפירט די זיסע טעם, ער דארף שוין נישט קיינעם.


מיר האבן גערעדט פון דעם וואס מענטשן זאגן אז מיר גייען אוועק פון די מסורה, אז דאס איז נישט אמת. אז מען זאגט משניות, מען זאגט גמרא - איז דאס נישט קעגן די מסורה, פארקערט, דאס איז מסורה; אז מען איז מזלזל אין צניעות - דאס הייסט אוועקגיין פון מסורה! אז מען שניידט זיך די בארד און פיאות - דאס איז אוועקגעגאנגען פון די מסורה!


אויך האבן מיר גערעדט וועגן דאס גרויסקייט פון די פרויען וואס שערן זיך אפ די האר, און אפילו אויב מען קומט פון א משפחה וואס מאמע און באבע שערן זיך נישט די האר, זאל מען נישט מורא האבן דאס צו טון, דאס הייסט נישט אוועק גיין פון מסורה, פארקערט, אויב וועט זיך די פרוי שערן די האר וועט זי צוריק גיין צו די מסורה; נישטא קיין גרעסערע זאך וואס א פרוי קען טון פאר זיך און פאר אירע דורות ווי גיין אנגעטון איידל.


ביים שיעור האבן מיר דערמאנט וואס רבי נתן האט געזאגט פאר זיינע תלמידים אויף דער וואס איז געפארן צו זיין רבי נאכן הערן פון רבי נתן אז מען דארף האבן א רבי: "פרעה איז קלוגער פון דעם מענטש"; ווייל ווען יוסף האט געזאגט פאר פרעה אז מען דארף זוכן אן איש חכם צו ראטעווען דאס לאנד, האט פרעה אנגעכאפט יוסף און געזאגט (בראשית מא, לט) "דו ביסט דער קלוגער מענטש; אז דו זאגסט מיר מען דארף זוכן א קלוגער מענטש - ביסטו דער קלוגער".


רבי נתן זאגט ווייטער: "איך זאג אים א שיינע שמועס איבער דאס גרויסקייט פון האבן א צדיק; ער האט אזעלכע דיבורים נאך פון קיינעם נישט געהערט, וואלט ער געדארפט זאגן 'איך בלייב דא; דו ביסט דער צדיק, דו ביסט מיין לעבן', אנשטאט דעם איז ער געפארן צו זיין רבי".


נאכן שיעור האב איך אנגעגרייט ביי מיר אין שטוב, מיט אפאר בחורים - די עסן פאר שבת. אינמיטן אנגרייטן די עסן האבן די בחורים נישט באמערקט אז איך האב געמאכט א בעשאו, א בחור פון ישיבה, א טייערער תלמיד, הבחור ... מיט א תלמידה, א טאכטער פון ר' ...; מען האט געמאכט די לחיים ביי מיר אין שטוב, עס איז געווען אזא שמחה, אלע בחורים און א טייל משפחות פון שטעטל זענען געקומען ווינטשן "מזל טוב".


ביי מיר איז דאס א גרויסע שמחה, צו מאכן א שידוך; אבער די שמחה איז נאר פאר יענע מינוט, גלייך נאכן לחיים בין איך שוין פארנומען צו מאכן נאך שידוכים, איך ווער נישט זאט מיט וואס איך טו.


ביז אהער איז אלעס פון איין טאג; דאס איז ביי מיר יעדן טאג, ווען איינער פון די תלמידים וואלטן אפגעשריבן מיין סדר היום – וואלטן זיי געקענט ארויסגעבן א דיקע קונטרס פון יעדן טאג.


פרייטאג אינדערפרי האבן מיר געדאווענט, נאכן דאווענען האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא, די גמרא מסכת תענית (דף כב). קודם האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון שמחה, די מעשה מיט רב ברוקא חוזאה, וואס אליהו הנביא האט אים געזאגט: "די צוויי מענטשן וואס מאכן יעדן איינעם פרייליך – זיי זענען בני עולם הבא"; דא זעט מען דאס גרויסקייט פון מחי' זיין מענטשן.


נאכדעם האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון נישט האבן קשיות אויף די אמונה; יאשיהו המלך איז געלעגן טויט קראנק, מען האט אים געשאסן, מען האט אים געלעכערט מיט צענדליגער פיילן, ער איז געווארן געלעכערט ווי א זופ. ירמיהו הנביא האט געזען ווי ער זאגט עפעס צו זיך שטילערהייט, האט ער זיך צוגעבויגן צו הערן וואס ער זאגט, האט ער געהערט ווי ער זאגט (איכה א, יח): "צַדִּיק הוּא ה' כִּי פִיהוּ מָרִיתִי", דער אייבערשטער איז גערעכט, איך האב אין אים ווידערגעשפעניגט, האט ירמיהו הנביא געזאגט דעם הספד אויף דעם צדיק יאשיהו (שם ד, כ): "רוּחַ אַפֵּינוּ מְשִׁיחַ ה'", דאס איז אונזער אטעם, אונזער משיח; דאס איז א צדיק, ער ליגט געלעכערט מיט פיילן און האט נישט קיין טענות אויפ'ן אייבערשטן.


די ווערטער דארפן אונזערע ליפן שטענדיג שעפשען: "צַדִּיק הוּא ה'", דער אייבערשטער איז גערעכט; וואס עס זאל נאר זיין, וואס מען זאל נאר אריבערגיין, דארף מען וויסן אז "צַדִּיק הוּא ה'", דער אייבערשטער איז גערעכט, איך האב נישט קיין קשיות, איך האב נישט קיין טענות אויף אים.


נאכמיטאג האבן מיר געהאט א מיטינג מיט די געטרייע אינגעלייט וואס העלפן מיר ראש השנה אין אומאן. מיר גרייטן זיך שוין אויף ראש השנה הבא עלינו לטובה; ראש חודש שבט הויבט מען אן צאמנעמען געלט פאר די בעטן, די אלע וואס וועלן באצאלן זייער בעט ביז יום טוב פסח – וועט די פרייז זיין אזוי ווי אלע יארן, 750$, נאך פסח וועט די פרייז זיין טויזנט דאלער.


פרייטאג צו נאכטס זענען מיר געגאנגען דאווענען אין בית המדרש עצתו אמונה. צו מנחה איז צוגעגאנגען דער דיין שליט"א, ער איז געקומען דאווענען אינאיינעם מיט אונז. קבלת שבת האב איך געדאווענט. נאכן דאווענען האבן די גבאים מיר געבעטן צו זאגן אפאר ווערטער.


מיר האבן גערעדט פון וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן, די קשר פון שבת חנוכה צו פרשת מקץ. אין די פרשה זעען מיר אז אלעס איז פונעם אייבערשטן; דא זעט אויס ווי זאכן ווערן געטון פון זיך אליינס, עס איז דא א חלום מיט א פתרון, יוסף ווערט קעניג, יעקב אבינו שיקט קויפן עסן, מען שפארט איין שמעון און בנימין אין תפיסה, עס זעט אויס ווי מענטשן טוען, מענטשן מאכן, אבער אלעס האט א חשבון, יעקב אבינו דארף אנקומען קיין מצרים, א גאנצע וועלט דריידט זיך איבער וועגן די סיבה.


דאס ווערט נתגלה חנוכה, עס איז נישטא קיין טבע, מקרה און מזל; אויל וואס ברענט נאר איין טאג ברענט פאר אכט טעג, געציילטע חשמונאים באזיגן הונדערטער טויזנטער גבורים; צו ווייזן אז עס איז נישטא קיין נאטור, עס איז אלעס בהשגחה.


מיר האבן צוריק שפאצירט ביז די שול אויף האשקע; פאר די שפאציר אליינס האט זיך שוין אלעס געלוינט, די געשמאקע שיחות ביים שפאציר; די וועג האט גענומען א שעה.


די סעודה האבן מיר געגעסן אינאיינעם מיט די בחורים אין שול, נאך די סעודה זענען געקומען אסאך משפחות, מען האט געזינגען און זיך מחזק געווען מיט די ווערטער פון מוהרא"ש, די ווערטער: "כל זמן א מענטש רעדט זיך איין דער וועט אים העלפן, יענער וועט אים העלפן – איז ער א גרויס רחמנות"; ווייל ווען מען זעט נאכדעם ווי אלע דרייען זיך ארויס ווערט מען אזוי אנטוישט, מען ווערט אזוי צעבראכן; א רחמנות אויף דער וואס פארלאזט זיך אויף אנדערע, די איינציגסטע עצה צו האבן א גוט לעבן, איז זיך צו פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן.


מיר האבן גע'חזר'ט וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן, די ווערטער פון רש"י. די פרשה ענדיגט זיך מיט "וישכחהו"; יוסף הצדיק האט געבעטן דעם שר המשקים ער זאל אים העלפן, ער זאל אים טון א טובה און אים דערמאנען פאר פרעה, ער האט צוגעזאגט פאר יוסף אז ער גייט אים העלפן, אבער דער פסוק זאגט (בראשית מ, כג): "וַיִּשְׁכָּחֵהוּ", ער האט פארגעסן פון יוסף, און רש"י זאגט צוויי ווערטער: "בו ביום", נאך יענעם טאג האט ער פארגעסן פון יוסף; דא זעט מען די נארישקייט פון בעטן פון א צווייטן הילף, יענער האט זיין אייגענע לעבן, ער טראכט נישט פון דיר, ענדערש דארף מען גיין צום אייבערשטן.


שבת אינדערפרי האב איך געוועקט די בחורים, מיר האבן געלערנט ספר פעולת הצדיק, די מעשה פון עולם התוהו (סימן תתמו), ווי דער רבי האט געזאגט אז ווער עס וועט קומען די דריי מאל צו אים, ראש השנה, שבת חנוכה און יום טוב שבועות – וועט ניצול ווערן פונעם עונש פון עולם התוהו.


פסוקי דזמרה האט געדאווענט דער גבאי ... נרו יאיר, שחרית האב איך געדאווענט, מיר האבן געזאגט הלל אינאיינעם, מיט'ן נוסח, בקול; איך האב זיך גוט אויסגעוויינט ביי די שטאטע ניגון, ביי פתחו לי; נישטא עפעס בעסערס ווי זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, מען דעקט זיך איבער מיט'ן טלית, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ערה), אונטערן טלית איז אזוי ווי א חדר מיוחד להתבודדות. דער גבאי ... האט געליינט.


ביי סיפורי מעשיות האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון נאכגיין א צדיק, דער בן מלך האט זיך דערשראקן פון די שלענג און עגדיסן, ער האט געפרעגט דעם מענטש פון וואלד (סיפורי מעשיות, מעשה יא): "ווי אזוי וועל איך קענען אריבערגיין די שלענג?" האט דער מענטש פון וואלד געזאגט: "וואס פרעגסטו? וואס האסטו מורא? ווי אזוי וועסטו אריינקומען צו מיר אין שטוב?" ער ווייזט אים אז זיין שטוב איז אין די לופט, "ווי אזוי וועסטו קענען אריינקומען צו מיר? פרעג נישט, קום מיט מיר, גיי מיך נאך". דער בן מלך האט אזוי געטון, ער איז נאכגעגאנגען דעם מענטש פון וואלד, ער האט אים אריינגעברענגט צו זיך אין שטוב, אים געגעבן צו עסן און צו טרינקען.


דער מענטש פון וואלד – דאס איז דער רבי וואס זאגט אונז צו גיין אין וואלד מאכן התבודדות; אז מען גייט נאך דעם רבי'ן – קען מען אריבערגיין אלע שלענג, אלע קליפות און אלע נסיונות, אויך קען מען האבן א שטוב, אבער אז מען האט נישט דעם מענטש פון וואלד – איז נישט מעגליך צו האבן א שטוב, עס איז אזוי ווי א זאך פון די לופט, וואס מען קען נישט אנקומען צו דעם.


די סעודה האב איך געגעסן אין שול מיט די בחורים. נאך די סעודה זענען מיר געגאנגען שפאצירן, מיר זענען אריבער צום מנהל, ער האט דערציילט פאר די בחורים אלטע מעשיות פון ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה, מעשיות וואס מיר האבן געהאט מיט מוהרא"ש, פון דארט זענען מיר געגאנגען צו האברך ... נרו יאיר, דארט האבן מיר געטראפן נאך אנשי שלומינו.


ביי שלש סעודות האבן מיר געלערנט די מעשה פונעם "אורח", די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן פה), דער אורח – דאס איז דער צדיק, אזוי ווי עס שטייט (משלי ד, יח): "וְאֹרַח צַדִּיקִים", דער צדיק קומט צום מענטש, ער וויל אים ברענגען צום אייבערשטן. קודם רעדט ער צום מענטש לויט דעם מענטשנ'ס מח, ער פרעגט אים פון פרנסה: "מֵאַיִן פַּרְנָסָתְךָ", ווי אזוי איז פרנסה? נאכדעם פרעגט ער אים: "מָה אַתָּה לוֹמֵד", וואס לערנסטו? ביז זיי זענען אריין אין א שמועס, אין "שִׂיחַת דְּבָרִים הַיּוֹצְאִים מִן הַלֵּב", דא זעט מען די וועג צו מאכן התבודדות, אפילו אין אנהייב האט מען נישט קיין הארץ, אויב מען רעדט דיבורים – וועט זיך ביים סוף עפענען דאס הארץ.


ביז דער בעל הבית האט אנגעהויבן בענקען און וועלן זיין אן ערליכער איד, "אָמַר לוֹ הָאוֹרֵחַ אֲנִי אֶלְמַד עִמְּךָ", האט אים דער צדיק געזאגט, איך וועל לערנען מיט דיר; דער רבי לערנט דעם מענטש ווי אזוי צו דינען דעם אייבערשטן, דער רבי זאגט (עיין הקדמת השתפכות הנפש): "תנו לי את לבכם", ברענגט מיר ענקער הארץ, איך וועל ענק פירן בדרך אבותינו הקדושים; דער רבי דארף נאר מען זאל וועלן זיין גוט, מען זאל האבן גוטע רצונות און כיסופים.


איך בין אפגעמאטערט, איך דארף מקצר זיין.


מוצאי שבת איז געווען א שיינע מלוה מלכה, א סעודת הודאה אז מיר זענען נאך ביים רבי'ן.


זונטאג אינדערפרי פאר'ן דאווענען האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא, מען האט געדאווענט אינאיינעם. רוב טאג האב איך אויפגענומען משפחות, נאכמיטאג האב איך גערעדט פאר אלע טיטשערס חיזוק אויף חינוך הבנות, נאכדעם האבן מיר געלערנט נאך א בלאט גמרא; מוצאי שבת האב איך נישט פארגעלערנט, האב איך געדארפט לערנען זונטאג צוויי בלאט גמרא. נאכן צינדן איז געווען א לחיים פון צוויי חשוב'ע משפחות אין שטעטל.


איך האף צו זיין מארגן אינדערפרי צוריק אין ישיבה מיט פרישע כחות; מענטשן מיינען מען באקומט כח ווען מען פארט אוועק אויף וואקאציע, עס איז נישט אזוי, ווען מען פארט זיך אפרוען דארף מען זיך נאכדעם נאכאמאל אפרוען; וואס מער מען טוט - אלץ מער כח באקומט מען. יעצט נאכן זיין די פיר טעג אין שטעטל, פון טון און טון און טון – האב איך פרישע כוחות צו קענען ווייטער טון מיט די בחורים און קינדער.


איך האב דיר נאך גארנישט געשריבן; רעד צו די חברים וואס האבן מיט געהאלטן, וועלן זיי דיר דערציילן שיינע זאכן.