בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - גרייט זיך אן א שיינע מעשה צו דערציילן ביים שבת טיש
כיבוד אב ואם, חברים, חינוך הילדים, שווער און שוויגער, הדפסה, שטעטל, קאמפיוטער, בית המדרש, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, אידישע שטוב, ראש ישיבה, ניחום אבלים, שבת טיש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בראשית, מברכים החודש, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מאך שיינע שבת סעודות. עס דארף נישט זיין קיין לאנגע סעודות; דער עיקר, עס זאל זיין סעודות מיט זמירות און שיינע דיבורים פון אמונה, פון תפילה; גרייט זיך אן א שיינע מעשה - אדער פון תפילה אדער פון א צדיק.


געב אכטונג ווי אזוי דו רעדסט צו דיינע עלטערן; רעד מיט דרך ארץ און עהרע. עס איז גארנישט ווערד וואס מען טוט צו העלפן די עלטערן אויב מען רעדט מיט חוצפה, אפילו דו געבסט געלט פאר דיינע עלטערן, אויב טיילסטו זיי איין וואס צו טון - איז דאס גארנישט ווערד. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פאה א, א): "יֵשׁ שֶׁהוּא מַאֲכִיל אֶת אָבִיו פַּטוּמוֹת" עס איז דא אמאל איינער וואס געבט צו עסן פאר זיינע עלטערן געשטאפטע גענז, "וְיוֹרֵשׁ גֵיהִנָם" און ער גייט אין גיהנום, אויב ער רעדט צו זיי מיט זלזול.


דאס זעלבע זאלסטו אכטונג געבן נישט צו רעדן אויף דיין שווער און שוויגער; כל שכן אז דו זאלסט נישט טשעפען דיין ווייב מיט אירע עלטערן. געב אכטונג אויף איר כבוד, און געב אכטונג אויף דיינע קינדער'ס געזונט; אז קינדער הערן ליצנות אויף זיידע און באבע - וואקסן זיי קרום.


דאס בעסטע איז אז דו זאלסט נעמען דעם רבינ'ס סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), לערנען די הייליגע תורה אפילו אן פארשטיין - וועסטו ווערן אן ערליכער איד און א גרויסער צדיק. נעם א משניות, א גמרא - און הויב אן זאגן די ווערטער אפילו אן פארשטיין, לערן א פרק נאך א פרק, א בלאט נאך א בלאט; אלעס וועט זיך ביי דיר טוישן, דו וועסט ווערן אן ערליכער איד און א גרויסער צדיק; ווען מען לערנט די תורה ווערט מען צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


נעכטן בין איך געווען א גאנצן טאג אין שטעטל. אויפ'ן וועג האב איך זיך אפגעשטעלט אין קרית יואל מנחם אבל זיין אונזער טייערער חבר, דער חשוב'ער מלמד ... וואס זיצט שבעה נאך זיין טאטע. עס איז געווען אזוי אינטערעסאנט, "בא לחזק" איך בין געקומען מחזק זיין, "ונמצא מחוזק" און איך בין ארויס מחוזק; ווען מען טרעפט זיך מיט אנשי שלומינו הויבט אן גיין פייער, מען פארגעסט וואס טוט זיך ארום זיך, מען רעדט פון אמונה מיט אזא פייער.


פון דארט בין איך געפארן קלאפן א מזוזה אינעם נייעם בנין וואס מיר גייען יעצט נוצן פאר א פלאץ וואו מען וועט קענען נוצן קאמפיוטערס צו קויפן זאכן און ערלעדיגן זאכן אן דארפן ארייננעמען א קאמפיוטער אין שטוב, אן דארפן ארייננעמען א טעלעפאן אין שטוב. דארט וועט אויך זיין א געשעפט פאר קליידער פאר יונג און אלט - פאר ממש בחינם; דאס איז ביי מיר זייער א חשוב'ע זאך, צו קענען צושטעלן פאר אנשי שלומינו א וועג צו לעבן אן קיין חובות.


פון דארט בין איך געגאנגען צום בנין הדפסה מחזק זיין די מדפיסים. ווען מען קומט אריין אין בנין הדפסה זעט דאס אויס ווי א חלום, עס שטייען אינגעלייט און דרוקן ספרים, קונטרסים; הונדערטער טויזנטער ספרים און קונטרסים וואס רעדן און פארשפרייטן אמונה, חיזוק און עצות פאר'ן לעבן.


פון דארט בין איך געפארן צום בנין התלמוד תורה. איך האב געדאווענט מנחה מיט די קינדער, נאכדעם בין איך געווען אין די כיתות, איך האב גערעדט מיט די קינדער. וואס זאל איך דיר זאגן, די קינדער זענען אזוי ליכטיג, אזוי טייער, אזוי ריין; אנגעפילט מיט אמונה, מיט תפילה. יעדער האט מעשיות פון תפילה, ווי נאר איך קום אריין אין חדר לויפן מיר די קינדער נאך מיט מעשיות פון תפילה.


איך בין געגאנגען קוקן דעם נייעם בנין התלמוד תורה; עס זעט שוין אויס כמעט פערטיג, איך האף צום אייבערשטן מען וועט אריינגיין אינעם נייעם בנין בקרוב.


פון דארט בין איך געגאנגען קוקן די נייע הייזער וואס מען בויט יעצט אין שטעטל, און געגאנגען קלאפן מזוזות ביי נייע הייזער; ביי מיין זון, און ביים גבאי פון דעם נייעם בית המדרש פעולת הצדיק אויף די גאס רע"ד קלי"ף. אויך בין איך געגאנגען קוקן דעם נייעם בית המדרש פעולת הצדיק; עס איז א שיינע ווארעמע ווינקל.


מיר זוכן צו בארגן א ספר תורה, (אויב דו ווייסט ווער עס קען מיר פארבארגן א ספר תורה פאר א שטיק צייט - לאז מיר וויסן, נאך אביסל ענדיגן מיר שרייבן פרישע דריי ספרי תורה).


פון דארט בין איך אהיימגעקומען און גלייך געגעבן די שיעור.


איך דארף דיר נאך שרייבן פון אונזער שיינע יום טוב וואס מיר האבן געהאט, ועוד חזון למועד.


דעם שבת וועל איך אם ירצה ה' זיין אין וויליאמסבורג.


א פרייליכן שבת.