בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך פריי זיך צו הערן אז אייער לעבן האט אויפגעלעבט, די שלום בית איז געווארן הערליך, אייער מאן האט אויפגעלעבט, ער האט צעבראכן זיין כלי; עס איז אזוי גוט ווען מען האט א צדיק, דאס לעבן איז אזוי זיס מיט'ן הייליגן רבי'ן.
בנוגע אייער פראגע וכו'; איר קענט גיין אין שטוב פאר אייער מאן אזוי ווי איר ווילט גיין וכו'. יעצט ווען די קינדער זענען קליין איז זיכער נישט קיין פראבלעם, שפעטער ווען די קינדער ווערן גרעסער איז בעסער זיי נישט צו צעמישן; דעמאלט, נאר פריוואט וכו', גייט מען וכו'.
בנוגע עסן געזונט; איר האט מן הסתם נישט גוט פארשטאנען, מיר מאכן נישט אוועק דאס עסן געזונט, אוואי דארף מען עסן געזונט, מען דארף אכטונג געבן אויף געזונט; מען דארף אבער קענען באלאנסירן די זאך, נישט מאכן אן אמונה פון דעם, מען דארף בעטן דעם אייבערשטן צו וויסן וויפיל אכטונג צו געבן.
בנוגע אז איר קומט נישט אן מיט די שטוב ארבעט, די פיצלעך קינדער האלטן אייך פארנומען א גאנצן טאג, אמאל פלעגט איר האלטן די שטוב זייער מסודר, אבער היינט ווייסט איר נישט וואס צו טון וכו'; וויסן זאלט איר, אזוי איז ביי אלע אידישע הייזער, אנהויב ווען מען האט נאר קליינע פיצלעך קומט מען נישט אן מיט די ארבעט, מיט די צייט, ווען די קינדער וואקסן אונטער - ווערט גרינגער, מען נעמט אריין די קינדער אין די ארבעט.
ביז דערווייל זאלט איר טון אביסל דא, אביסל דארט; טוט נאך א קלייניקייט, נאך א קלייניקייט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי שבת, כ:)ווען עס קומט שבת טאר מען נישט רייניגן דער ערד, מען טאר נישט גיסן וואסער, אבער "אִשָׁה פִּיקַחַת", א קלוגע פרוי, "מֵדִיחָה כּוֹס כַּאן", שווענקט אפ א גלעזל דא, "קְעָרָה כַּאן", א טעלער דארט, "תַּמְחוּי כַּאן", א טאפ דא, "וְנִמְצֵאת מְכַבֶּדֶת אֶת בֵּיתָהּ בְּשַׁבָּת" - ביז די גאנצע שטוב ווערט ריין; דאס איז די חכמה פון א אידישע פרוי, מען מאכט אביסל דא, אביסל דארט - ביז די גאנצע שטוב ווערט מסודר.
בנוגע התבודדות, אייער קאפ פליט אוועק, איר קענט זיך נישט מצמצם זיין וכו'; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ערה) דאס אליינס, דאס וואס מען זיצט גרייט צו רעדן צום אייבערשטן - איז שוין אויך זייער חשוב, אפילו מען קען נישט עפענען דאס מויל.
א גוטע עצה וואלט געווען איר זאלט זיך מאכן א תפילה צעטל, שרייבט ראשי פרקים פון זאכן וואס איר ווילט בעטן, זאכן זיך דורך צו שמועסן, און גייט מיט'ן צעטל זאך נאך זאך, און זייט מרחיב בדיבור, ברייטערט אויס יעדע בקשה.
בנוגע אייער פראגע אויב טעקסט מעסידזש איז א פראבלעם פאר א פרוי; דער ענטפער איז, עס ווענדט זיך אויף וואס מען נוצט טעקסט, אויב מען נוצט עס פאר וויכטיגע זאכן, זיך שרייבן מיט'ן מאן אדער עלטערן - איז דאס נישט קיין פראבלעם, אבער אויב מען זיצט אויף גרופס - איז דאס זייער שעדליך, עס לאזט נישט לעבן, עס לאזט נישט טון די שטוב ארבעט, עס רויבט אוועק די מאמע פון אירע קינדער.