ה' אייר: דער טאג וואס דער הייליגער רבי איז לוחם אנטקעגן די אפיקורסים אין יעדן דור
היינט צוויי הונדערט און פערצן יאר צוריק אין די טאג ה' אייר האט זיך דער רבי געצויגן צום ביז דאן משכילישע פעסטונג אומאן. דער שטאט ווי אסאך צדיקים האבן שוין פרובירט זיך צו ציען ביז דאן, ווי צום ביישפיל דער הייליגער צדיק סנגרון של ישראל דער בארדיטשבער רב זי"ע, דער הייליגער צדיק רבי זאב וואלף פון טשארני אססטרא, אבער האבן נישט געקענט דארט בלייבן, ווייל די משכילים אין שטאט שטאט אומאן האבן זיי ארויסגעטריבן. ווי דער סיפור ווערט פארציילט באריכות אין ספר הקדוש פעולות הצדיק אנגהויבן פון סימן תתקל"ג, האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט קיין אומאן מיט אן אש קודש צוזאמען מיט זיין גרויסער תלמיד דער הייליגער רבי נתן זי"ע מיטן ציל לוחם צו זיין קעגן די פארשטאלטענע השכלה וואס האט פארכאפט פילע אידן אין יענע צייט, און דער רבי האט ברוב קדושתו וחכמתו באוויזן צו באזיגן די גרויסע משכילישע לייבן פון אומאן און זיי מחזיר בתשובה זיין. עס לוינט זיך צו נאכצוקוקן אינעם ספר די גאנצע סיפור באריכות. אינעם ספר פעולת הצדיק סימן תתקל"ה ווערט געברענגט אז אויפן וועג איז דער רבי איז געווען זייער צוקאכט, און רבי נתן האט נישט געוואוסט וואס גייט פאר. היינט ווען מען האלט איבער זיבעציג יאר ווען כלל ישראל טרויערט אויפן גרויסן אומגליק וואס האט פאסירט מיט כלל ישראל, ווען קוים נאך עטליכע יאר נאך וואס דער נאצישער שלאנג האט אומגעברענגט פיזיש מיליאנען אידן על קידוש השם, האט כלל ישראל באטראפן דער ציוניסטישער אומגליק אין דעם טאג ה' אייר, וואס האט שוין אומגעברענגט מיליאנען אידישע נשמות אויפן שייטערהויפן רחמנא ליצלן. קען זיין אז דאס איז געווען פארוואס דער רבי איז דאן געווען אזוי צוקאכט און פארפלאמט זעענדיג פאראויס וואס וועט פאסירן אין דעם ביטערן טאג. אין די צייט איז אונזער פליכט זיך צו שטארקן ווייטער צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינס ספרים וואס איז נאך ביזן היינטיגן טאג בכח ארויסצונעמען די השכלה די אויבער חכמישקייט פון אונזערע קעפ, און אריינלייגן די קלארע אמונה אינעם אויבערשטן ביי אונז, אז מען זאל ממש שפירן ווי דער אויבערשטער שטייט ממש דא מיט מיר, און מען זאל אנהייבן פשוט צו רעדן צו אים, אויף אונזער שפראך. דער רבי האט דער כח ארויפצוהייבן דעם גרעסטן למדן און דער גרעסטער עובד און בעל מדרגה ער זאל זיך קאנעקעטן צום אויבערשטן און אנהייבן פון פריש דינען דעם אויבערשן, און פון די אנדערע זייט קען דער רבי איבערדרייען דעם גרעסטן בעל עבירה, די גרעסטע משכילים און ציונים און זיי מאכן גלויבן אינעם אויבערשטן און אין זיין גרויסע רחמנות ווי ער האט אונז ליב השוכן אתם בתוך טמאותם. וואס דאס וועט אויסרייסן אלע טומאות און מקרב זיין משיח צדקינו. צדיק באמונתו יחי'