מיידלעך פון אכטע קלאס פראווען שיינע גראדועישאן אין שטעטל
זונטאג פרשת קרח נאכמיטאג איז פארגעקומען אין שטעטל די גראדועישאן פון די מיידלעך פון די אכטע קלאס וואס גייען אריין אין היי סקול, די גראדועשאן איז געווען קאמבינירט פון די תלמידות פון ביידע בית פיגא סקולס, סיי פון וויליאמסבורג און סיי פון שטעטל. דער ראש ישיבה האט זייער געוואלט מען זאל דאס מאכן אין די אוידיטאריום פונעם ליבערטי היי סקול, זאגענדיג אז דאס האט דער הייליגער סאטמאר רבי זי"ע האט אזוי געטון אנפאנג ווען מען האט אנגעהויבן מאכן גראדועישאנס ביי זיין מוסד. פאריאר האט מען שוין געבעטן פון זיי דעם פלאץ, אבער זיי האבן זיך אלץ ארויסגעדרייט מיט אלע מיני תירוצים, אבער ב"ה דאס יאר איז עס צושטאנד געקומען; און עס קומט זיך טאקע א גרויסן דאנק פארן געטרייען הנהלה מעמבער מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו וואס האט געארבעט דערויף זייער שווער, און נאכן בעטן דעם אייבערשטן האבן זיי דאס געגעבן. צום באשטימטן זמן זענען זיך דארט צוזאם געקומען פילע מאמעס און באבעס, וואס זענען געקומען הנאה האבן פונעם הערליכן פראגראם, אזוי אויך פילע משפחות פון שטעטל זענען געקומען מיטהאלטן דעם ערשטמאליגן מעמד פון א היי סקול גרעדועשאן אויף אזא הערליכע פארנעם. עס האט אויפגעטרעטן די געטרייע פרינציפל מרת לעסער תחי', וואס האט ארויסגעברענגט פאר אלע פארזאמעלטע די מטרה פונעם סקול, פארוואס האבן צדיקים איינגעפירט אין אמעריקע אז מיידלעך זאלן קומען אין שולע און לערנען, און וואס מען לייגט אריין אין די קינדער, מען גרייט זיי צו צום לעבן מיט די ריכטיגע טולס, זיי זאלן וויסן וואס איז חשוב, און וואס איז נאריש, און זיי זאלן זיין קלוג און נישט זוכן צו זיין גערעכט... די מיידלעך האבן געזונגען א שיינע אידיש ליד אין גראמען וואס האט ארויסגעברענגט וואס מען לערנט מיט זיי אין סקול, און די אמונה וואס די טיטשערס און סטעף לייגן אריין אין זיי. ווי מען געבט איבער איז דארט נישט געווען דארט קיין עיר קאנדישאן, (זעט אויס אז די פאבליק סקול דארפן עס נישט אזוי וויכטיג האבן) אבער טראצדעם זענען אלע פארזאמלטע געזיצן דארט פון אנהייב ביזן סוף, נישט וועלענדיג פארפאסן קיין איין רגע פונעם הערליכן מעמד.