Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • צו די שלשים פון הרה"ח ר' מנחם מענדל אינדיג ז"ל

    דעם פארגאנגענעם חודש אב זענען פילע אנשי שלומינו געגאנגען מנחם אבל זיין הרה"ח ר' אברהם הערש אינדיג שליט"א, מחשובי מתפללי בית המדרש היכל הקודש אין קרית יואל, וועלכער איז געזעסן שבעה נאך זיין חשוב'ן פאטער הרה"ח ר' מנחם מענדל ב"ר דוב ז"ל, וואס איז נפטר געווארן ערב תשעה באב.   ר' אברהם הערש האט דערציילט א מורא'דיגע מעשה וואס מיר אלע קענען זיך אסאך לערנען דערפון. ר' מענדל אינדיג ז"ל האט געוואוינט אין די שטאט באניא, דארט וואו זיינע עלטערן האבן געוואוינט; ער האט דארט חתונה געהאט און איז אויך געווארן אן איידעם אין די זעלבע שטאט, באניא.   נאך די חתונה האט ער אנגעהויבן זוכן א שטעלע פאר פרנסה. מ'האט אים דעמאלט אנגעטראגן אז מ'זוכט א חזן אין די שטאט קארלסבורג – אינעם גרויסן שול אין קארלסבורג, דארט וואו דער "מראה יחזקאל" פלעגט דאווענען, האט מען געזוכט א בעל תפילה. ער איז אהינגעפארן זיך אויספרובירן, און זיין דאווענען האט זייער אויסגענומען ביי די עולם. זיי זענען טאקע געווען גרייט צו שליסן א קאנטראקט מיט אים ער זאל קומען דאווענען יעדן שבת מברכים אין קארלסבורג. אבער היות ער האט געוואוינט אין באניא, וואלט דאס באדייט אז ער וועט דארפן פעלן פון שטוב יעדע פיר וואכן.   ער איז אריין אל הקודש פנימה צו זיין רבי'ן און זיך דורכגערעדט די שאלה וואס ער זאל טוהן: צי זאל ער פארן און קומען יעדע פאר וואכן, און זיין אוועק פון אינדערהיים? האט דער רבי אים געזאגט: "דאס איז נישט קיין עסק. חלילה, א מאן דארף זיין אינדערהיים מיט זיין ווייב און די קינדער. אבער אז דו האסט דארט א שטעלע, איז כדאי דו זאלסט זיך אהינציען וואוינען."   ער איז אהיימגעקומען און עס איבערגעשמועסט מיט זיין אשת חיל. פאר איר איז עס געווען גאר שווער, היות אירע עלטערן האבן געוואוינט אין באניא, אבער זי איז געווען אן אשה כשרה העושה רצון בעלה. נאכ'ן אנפרעגן ביי ערליכע אידן, האבן זיי באשלאסן זיך אריבערצוציען קיין קארלסבורג. זיי האבן זיך טאקע אריבערגעצויגן, כאטש עס איז געווען גאר שווער. קוים פיר וואכן שפעטער האט מען געהערט אז די דייטשן זענען אריינגעקומען אין באניא. ליידער איז גארנישט איבערגעבליבן, קיין שריד ופליט פון די גאנצע שטאט, וואס איז געווען אן עיר ואם בישראל. זיי זענען ניצול געווארן בלויז בזכות דעם וואס זיי האבן געפאלגט ערליכע אידן, פאר'ן נישט איבערלאזן די שטוב, און פאר'ן גיין אינאיינעם מיט די משפחה און פאלגן די צדיקים.   אנשי שלומינו זענען ארויס גאר איבערגענומען הערנדיג דעם שיינעם סיפור. זיין זכות זאל אונז מגין זיין מיר זאלן קענען גיין אין זיינע וועגן, צו פאלגן ערליכע אידן און נישט פארלאזן די שטוב, און אזוי וועלן מיר זוכה זיין צו אלעס גוטס.   תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

    < זעה מער ד אלול תשפ"ו 📝
  • קומענדיגן זונטאג - בית פיגא טוט פארשטעלן: דער בן מלך פון דיימאנטן

    פון גרשון קרעמער &nbsp; מיטן אויבערשטנ'ס הילף גרייטן זיך די העכערע קלאסן מיידלעך פון "בית פיגא" צום גרויסן פלעי וואס גייט בעז"ה פארקומען קומענדיגע וואך זונטאג פרשת כי תצא הבעל"ט. &nbsp; אזוי ווי די פארגאנגענע שפילן, גרייט זיך בית פיגא צו א פרישע העכסט פראפעסיאנאלע און דראמאטישע שפיל, מיטן נאמען "דער בן מלך פון דיימאנטן". דער פלעי וועט בעז"ה זיין אסאך שענער און בעסער ווי די פריערדיגע. &nbsp; די פראדוצירער האבן אריינגעלייגט אומגעהויערע כוחות ארויסצוברענגען ביי די חשוב'ע תלמידות זייערע בעסטע טאלאנטן. מען פארשפרעכט צו האלטן דעם עולם געשפאנט מיט אפענע מיילער פאר עטליכע שעה, וואס וועט איבערלאזן ביי זיי א רושם אויף גאר א לאנגע צייט. &nbsp; בפרט וועט עס אינספירירן די טייערע חשוב'ע פרויען און מיידלעך מיט חיזוק און שמחת המצוות וואס זיי וועלן מיטנעמען מיט זיך אהיים, און עס וועט זיי געבן פרישע כוחות און מוט אנצוגיין מיטן לעבן. &nbsp; די פריערדיגע שפיל וואס איז ארויסגעקומען אויף די-ווי-די איז געווארן פון די בעסט-פארקויפטע פלעיס אויפן מארקעט און ווערט נאך היינט פארקויפט אין די טויזנטער שטיק. עס האט איבערגעלאזט א געוואלדיגע השפעה אויף אלע צושויער. דאס קען מען זען פון די ריוויוס וואס קאסטומערס האבן איבערגעלאזט אויף "ניגון מיוזיק". &nbsp; צום ביישפיל האט איינע געשריבן: "איך האב שוין געזען אסאך פלעיס, און אפילו מער פראפעשאנעל, אבער וואס די פלעי האט געמאכט מיט מיר האב איך נאך קיינמאל געהאט. נאכן זען די פלעי, בין איך אריין אין מיין צימער, און פשוט אנגעהויבן רעדן צום אויבערשטן ווי מען רעדט צו א חבר'טע - צום ערשטן מאל אין מיין לעבן!! א גרויסן דאנק בית פיגא סקול פאר די פלעי!" &nbsp; ווי געזאגט, פארשפרעכט דער פלעי בעזר השם צו זיין אסאך בעסער, שענער און דראמאטישער פון די פריערדיגע. די שפיל "דער בן מלך פון דיימאנטן" איז געבויט אויף די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט, וואס איז פול מיט חיזוק, מוסר און יראת שמים. &nbsp; צוליב דעם גרויסן פארלאנג, האט מען מסדר געווען אז די שפיל זאל פארקומען אינעם ריזיגן אוידיטאריום פונעם סוני סאליוואן קאלעדזש, וואו עס וועט בעז"ה זיין גענוג פלאץ פאר אלעמען מיטצוהאלטן. &nbsp; אדרעס: 112 College Rd Building E, Loch Sheldrake NY 12759 טיקעט פרייז: $40 (מען וועט בעז"ה קענען קויפן טיקעטס ביים טיר). צייטן: די שפיל וועט געשפילט ווערן זונטאג כי תצא (אוגוסט 16) צוויי מאל. 12:00 נאכמיטאג, און 8:00 ביינאכט. פאר שאלות און אינפארמאציע קען מען רופן: 845-803-4697 &nbsp; &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com. &nbsp;

    < זעה מער ל אב תשפ"ו 📝
  • "וואס מיינט א רבי?" - דער נייע אלבום וואס וועט אויפלאמען דאס הארץ צום אויבערשטן

    פון: גרשון קרעמער &nbsp; געלויבט דעם אויבערשטן, אז טראץ וואס עס איז אריבער א לאנגע תקופה וואס עס איז נישט ערשינען קיין נייע אלבום, איז יעצט ב"ה ארויסגעקומען א הערליכע נייע אלבום פונעם ראש ישיבה שליט"א מיט'ן נאמען "וואס מיינט א רבי?" &nbsp; דער אלבום איז א המשך צו די פילע אלבומס וואס זענען שוין ארויסגעקומען במשך די יארן און האבן מחי' געווען אידישע קינדער דורך ניגונים וואס געבן אריין חיזוק, עצות און פשוטע ריינע אמונה. די אלבומס בלאזן אריין א רוח החיים אין אידישע קינדער, אז נישט קיין חילוק וואס מען גייט דורך, איז אלעמאל דא א וועג זיך צוריקצוקערן צום אויבערשטן. &nbsp; דער אלבום איז נישט סתם נאך א מוזיק אלבום ווי אסאך פון די היינטיגע אלבומס וואס זענען פיל מיט לופטיגע ניגונים; מען זינגט עפעס לשון הקודש ווערטער וואס קיינער פארשטייט נישט, אדער אפילו ווען מען זינגט שוין יא ווערטער אויף אידיש, איז עס אסאך מאל בלויז כדי צו מאכן דעם מענטש עמאציאנאל, אפילו ווען דאס קומט אויפ'ן חשבון פון צוברעכן דעם מענטש - וואס דאס דערווייטערט אים פונעם תכלית. &nbsp; דער אלבום זוכט אויפצוהייבן אידישע קינדער, געבן חיזוק, ווייזן א וועג, און דערמאנען אז נישט קיין חילוק וואס עס גייט אריבער אויפ'ן מענטש, קען ער זיך נאך אלץ צוריקדרייען צום אויבערשטן און אנהייבן פריש. &nbsp; די ניגונים רעדן פון אמונה, תפילה, התבודדות, תורה און נקודות טובות, און פון זיך שטארקן און נישט אויפגעבן. דאס זענען עצות וואס זענען פשוט פראקטיש - זאכן וואס א מענטש קען נעמען מיט זיך און אויספירן אינעם טאג-טעגליכן לעבן. &nbsp; ווער עס האט דאס נאר אויסגעהערט וועט מעיד זיין, אז דער אלבום וועט נישט זיין קיין "דיספאזעבל" טישטיך וואס מען נוצט איין מאל און מען פארגעסט דערפון. דער אלבום וועט בלייבן שטעקן אינעם פליער; מען וועט עס קענען הערן און איבערהערן אן ווערן זאט. איינע פון די גרעסטע מעלות פארוואס דער אלבום ציעט אזוי שטארק, איז צוליב דעם פאקט וואס דער ראש ישיבה שליט"א אליינס זינגט דערויף. די הארציגע שטימע און די דברים היוצאים מן הלב געבן פאר די ניגונים א חן שלא מעלמא הדין, און די ניגונים מיט זייער מעסעדזש דרינגען אריין טיף אין הארץ. &nbsp; דער אלבום איז ספעציעל פאסיג פאר התבודדות. ווען א מענטש זעצט זיך אוועק מיט דעם אלבום, עפנט עס אים דאס הארץ און ער קען זיך אויסרעדן צום אויבערשטן, אים דאנקען און בעטן אויף ווייטער. &nbsp; די צען ניגונים פונעם אלבום זענען פארשידנארטיג &ndash; פרייליך, בענקענדיג, און אלעס אינצווישן &ndash; אבער אלע בלייבן מיט דעם זעלבן יסוד: דער אויבערשטער איז מיט מיר, איך וויל זיין נאנט צו אים, און איך געב נישט אויף. &nbsp; דער אלבום פארמאגט צען הערליכע ניגונים: &nbsp; 1. וואס איז א רבידער ניגון און דער נאמען פונעם אלבום אליין. דער ראש ישיבה ערקלערט אויף א פשוט'ן און קלארן אופן פארוואס א איד גייט צו א צדיק, צו א רבי &mdash; ווייל דער צדיק ברענגט אים נענטער צום אויבערשטן. דער ניגון העלפט דעם צוהערער פארשטיין וואס דער קשר דארף זיין צווישן א איד און א צדיק. &nbsp; 2. איך וויל זיין א אידאן הארציגער ניגון ספעציעל פאסיג פאר התבודדות. א איד עפנט דאס הארץ צום אויבערשטן און בעט זיך אז ער וויל זיין אן ערליכער איד. די ווערטער זענען פשוט אבער זייער טיף &mdash; א מענטש רעדט פון הארץ און זאגט פארן אויבערשטן וואס ער וויל באמת. &nbsp; 3. זיין גוטא פרייליכער טאנץ ניגון מיט די הארציגע ווערטער: "שכח באשעפער אז איך בין א איד, העלף מיר טאטע איך וויל זיין גוט." &nbsp; 4. אייביג מיט מירא שיינער ניגון איבער א איד וואס גייט דורך שווערע צייטן. דער סמ"ך מ"ם פרובירט אים אראפצואווארפן, אבער דער איד שטארקט זיך מיט דער ידיעה אז דער אויבערשטער איז אלעמאל מיט אים. אפילו אין שווערע מינוטן איז מען קיינמאל נישט אליין. &nbsp; 5. איך קען נישט לערנעןא לעכטיגער ניגון איבער דעם באקאנטן "סדר דרך הלימוד" פונעם הייליגן רבי'ן &ndash; א מהלך וואס יעדער איינער קען ניצן. ס'איז נישט קיין חילוק וואס א מענטש גייט דורך, און ס'מאכט נישט אויס וויפיל ער פארשטייט, יעדער קען זיך דורך דעם מקשר זיין צום אויבערשטן און צו די הייליגע תורה. דער ניגון ווערט געזונגען דורך די זיסע שטימע פון א "ילד הפלא", וואס גיט צו א מורא'דיגן הארציגן טעם צום ניגון. &nbsp; 6. אן אוצרא פרייליכער און לעבעדיגער ניגון, אין וועלכן א איד רעדט צום אויבערשטן און נעמט זיך פאר פון היינט אן צו זיין גוט, צו לערנען פלייסיג די הייליגע תורה און צו רעדן צום באשעפער. "באשעפער, איך וויל שוין פון היינט זיין גוט, לערנען פלייסיג די הייליגע תורה..." &ndash; "מקרא, משנה, גמרא, מדרש" &ndash; און דער איד בעט זיך: "באשעפער, העלף מיר איך זאל דאס אלעס קענען דורכזאגן". &nbsp; 7. די בעסטע זאךא איד בענקט צום אויבערשטן און זאגט: "באשעפער, איך ווייס אז די בעסטע זאך אויף דער וועלט איז זיין נאנט צו דיר". אפילו ווען ס'איז שווארץ, אפילו ווען מען גייט דורך די שווערסטע נסיונות, בענקט א איד צום אויבערשטן: "דאך זע מיין הארץ ווי איך קוק ארויס צו דיר, טאטע; אוי טאטע, איך בעט דיר, העלף מיר". &nbsp; 8. נקודות טובותא פרייליכער ניגון וואס דערמאנט דעם איד צו דאנקען און לויבן דעם אויבערשטן פאר אלעם גוטס, בפרט פאר די גרעסטע מתנה &ndash; אז מען איז א איד און מען האט אזויפיל מצוות. א ניגון וואס ברענגט אריין א שמחה של מצוה. &nbsp; 9. וואס וועט זיין מיט מירא ניגון פון חשבון הנפש. א איד מאכט א חשבון הנפש און בעט דעם אויבערשטן אז ער וויל זיין אן ערליכער איד; ער דרוקט אויס זיין אמת'ן רצון צו זיין נאנט צום אויבערשטן. &nbsp; 10. נשמהא הארציגער תפילה-ניגון, וואו א איד בעט זיך ביים אויבערשטן אז ער זאל שוין רחמנות האבן אויף אים. &nbsp; אַ באַזונדערע און וואַרימע הכרת הטוב קומט זיך פאַרן באַגאַבטן בעל מנגן מו"ה חיים מאיר ערפס הי"ו, וועלכער איז געשטאַנען בראש פונעם הייליגן פראָיעקט. ער האָט געאַרבעט מיט אומדערמידליכע כוחות כדי דער אַלבום זאָל אַרויסקומען אויפן העכסטן פראָפעסיאָנעלן אופן, און האָט אינוועסטירט גאָר גרויסע סומעס געלט &ndash; אָן שפּאָרן קיין געלט און כוחות &ndash; אַז די קוואַליטעט פונעם אַלבום זאָל זיין אויף די סאַמע אבסאָלוט העכסטע סטאַנדאַרטן וואָס מען קען היינט דערגרייכן. &nbsp; דאָס האַרציגע און וואַרימע געזאַנג פונעם ראש ישיבה שליט"א איז אָפּגעכאַפּט און רעקאָרדירט געוואָרן אין די באַקאַנטע דידידאם סטודיאָס. &nbsp; די הערליכע כּאָר איז מייסטערהאַפטיג אָנגעפירט געוואָרן דורך ר' אלי שפריי מיט זיין גאַנצער חבריה פון חשוב'ע בעלי מנגנים: ר' יוסי הערשטיק, ר' מיכאל וויינבערגער, ר' יוסי וויינבערגער, און ר' שלומי אלבוים; זיי זענען פראָפעסיאָנעל רעקאָרדירט געוואָרן אין MW סטודיאָס (MW Studios). &nbsp; &nbsp; דער אַלבום איז רייך און מייסטערהאַפטיג אַראַנזשירט געוואָרן דורך ר' ליפא בראַך פראָדוקשאָנס, וועלכער האָט אַריינגעלייגט געוואַלדיגע כוחות, זיך אָפּגעגעבן מיט די פילע מוזיקאַלישע דעטאַלן און שווער געהאָרעוועט זיכער צו מאַכן אַרויסצוגעבן אַ דבר השלם. יישר חילו. &nbsp; צו הערן אויף ברסלב סענטער וועבסייט https://breslevcenter.com/music/categories/albums/33 &nbsp; צו דאונלאודן דעם אלבום קען מען דרוקן דא: https://albums.breslevcenter.com/?slug=vus-meint-a-rebbe &nbsp; &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כז אב תשפ"ו 📝
  • "אנשי חיל - לעבנסגעשיכטע" קאמפיין גרייכט העכער 1.35 מיליאן דאלאר

    פארלאפענע וואך איז פארגעקומען די ניינטע "אנשי חיל" קאמפיין לטובת אונזערע הייליגע מוסדות היכל הקודש ברסלב. די יעצטיגע קאמפיין, וואס איז געלאפן אונטערן נאמען "לעבנסגעשיכטע", האָט געמאַכט א געוואַלדיגן קידוש השם אין די גאנצע אידישע וועלט, און האָט קלאר געוויזן די שטארקע געטריישאפט פון אנשי שלומינו צום באשעפער און צום ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; העכער 600 חשוב'ע אידן פון אנשי שלומינו - תלמידים פון אמעריקע, ארץ ישראל, און איבער די גאנצע וועלט - האבן זיך צוגעשטעלט אלס גבאי צדקה. יעדער איינער האט געעפנט א פעידזש, אנגערופן חברים, משפחה און באקאנטע, און אריינגעלייגט כוחות כפי יכלתו ארויסצוהעלפן די קהילה. די קאַמפּיין-פירער און די טיעם מענעדזשערס זענען געבליבן שטארק נתפעל זעענדיג די מורא'דיגע ווארימקייט און ערנסטקייט וואס דער עולם האט אריינגעלייגט אינעם צוועק. &nbsp; טייל האבן אריינגעברענגט קלענערע סכומים און אנדערע אסאך מער, אבער די גרעסטע שיינקייט איז געווען צו זען ווי יעדער איינער איז ארויס פון זיין "קאָמפאָרט זאָון", מען האָט אַוועקגעלייגט די בושה אין א זייט, און געבעטן געלט צו העלפן אויפהאַלטן דעם הייליגן פלאַץ פון וואו מיר&nbsp; שעפּן אמונה, און העלפן דעם ראש ישיבה שליט"א צו קענען דעקן די ריזיגע חובות וואָס ער האט אונטערגענומען אויפצובויען די קהילה. &nbsp; א ספעציעלע הכרת הטוב קומט זיך פאר די חשוב'ע "נשי חיל" וואָס האָבן דאס יאר אריינגעלייגט אומגעהויערע כוחות; זיי זענען ארומגעגאנגען נאך געלט און אנגערופן באַקאַנטע, וואָס דאָס האָט געגעבן א שטארקע שטופ ארויף פאר די נומערן ביזן ענדגילטיגן סך הכל. &nbsp; ב"ה די פירות האבן נישט געשפעטיגט צו קומען, און די רעזולטאטן זענען געווען פיל העכער ווי אלע ערווארטונגען. האלטנדיג יעצט ביים סוף פונעם קאמפיין, זעט מען בחוש וויאזוי פרוטה ופרוטה מצטרפת, ווען מ'האט ב"ה באוויזן צוזאמצושטעלן אן אומגלויבליכע סומע פון איבער $1,350,000, וואָס דאס איז א גאַנצע 35 פראצענט העכער פונעם אריגינעלן ציל פון א מיליאָן דאָלער. דאָס געלט איז צוזאַמגעקומען דורך קרוב צו 16,000 נדבנים פון אלע שיכטן און קרייזן, משפחות און פלעצער. &nbsp; עס האט זיך ארויסגעוויזן די הערליכע שיינקייט פון אידישע קינדער, וואס עפענען דאס הארץ און זענען גרייט צו געבן צדקה פאר אזא הייליג פלאץ וואס פארשפרייט אמונה איבער די גאנצע וועלט. &nbsp; דא איז אויך די פאסיגע געלעגנהייט זיך צו באדאנקען בשם אלע אנשי שלומינו פאר די איבערגעגעבענע טיעם-מענעדזשערס, וואס האבן במשך דעם קאמפיין מחזק געווען דעם עולם אנצוגיין ווייטער און רופן נאך מענטשן, וגדול המעשה יותר מן העושה. &nbsp; דער וואס וויל זיך נאך אנשליסן און נעמען א חלק אין דעם הייליגן צוועק, קען קליקן אויף דעם לינק. &nbsp; דער אויבערשטער וועט זיכער באַצאָלן פאַר אַלע וואָס האָבן אַרויסגעהאָלפן צום הצלחה פונעם קאַמפּיין יעדער איינער אויף זיין וועג. פאר סיי וועלכע הערות אדער שאלות קען מען רופן אדער שיקן א טעקסט צו 845-445-7447, אדער שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כו אב תשפ"ו 📝
  • "לעבנסגעשיכטע" קאמפיין

    גרשון קרעמער &nbsp; די וואך וועט אי"ה פארקומען דער יערליכער קאמפיין, וואס טראגט דעם יאר דעם פאסיגן נאמען "לעבנסגעשיכטע". כשמו כן הוא - יעדער איינער האט זיין אייגענע לעבנסגעשיכטע. מיר געדענקען אלע גוט וויאזוי אונזער לעבן האט אויסגעזען איידער מיר זענען אנגעקומען און געטראפן דעם הייליגן רבי'ן, און מיר שפירן עס אלע אויף די אייגענע הויט וויאזוי דורך די הייליגע קהילה און מוסדות, וואס געבן אונז די הדרכה און עצות פונעם הייליגן רבי'ן, האט זיך אונזער לעבן דראסטיש געטוישט צום גוטן. מיר האבן באקומען א וועג-ווייזער צו א געשמאקן און פרייליכן לעבן אינאיינעם מיט'ן אויבערשטן. אבער דער אמונה-פאבריק "היכל הקודש" לייכט נישט בלויז אויף אונז וואס דרייען זיך דא טאג-טעגליך, נאר עס האט א מורא'דיגע השפעה אויף די גאנצע אידישע וועלט און בלאזט אריין פריש לעבן און חיזוק אין יעדן איד. &nbsp; במשך דעם גאנצן יאר באקומען מיר אן אומשאצבארן אוצר פון מתנות, חיזוק, שיעורים און פערזענליכע בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א. יעצט איז די צייט - איין מאל א יאר - ווען מיר קענען ארויסווייזן אביסל פון אונזער הכרת הטוב. דער ראש ישיבה שליט"א האט די וואך געשריבן צענדליגער בריוו פאר אנשי שלומינו, בעטנדיג מען זאל נעמען דעם קאמפיין צום הארצן און טון למעשה מיט אלע כוחות. ער פארציילט אז ער האט אויף זיך א שווערן עול; גרויסע חובות פון איבער פיר מיליאן דאלאר ליגן יעצט אויף זיינע פלייצעס וואס לאזן אים נישט קיין מנוחה - און ער האט דאס נישט געטון פאר זיך אליין, ער טוט עס בלויז צו קענען בויען די קהילה און די מוסדות, כדי מיר זאלן האבן וואו צו לערנען און דאווענען און אונזערע קינדער זאלן האבן וואו אויפצוואקסן אויפן זיסן וועג. מיר קענען עס נישט נעמען לייכט; עס ליגט א פליכט אויף יעדן איינעם זיך אנצושטרענגען און ארויסנעמען דעם ראש ישיבה שליט"א פון די חובות. &nbsp; דער קאמפיין וועט אי"ה אנהייבן איבערמארגן דינסטאג און וועט אנהאלטן דריי טעג ביז דאנערשטאג פרשת ראה. גאר אסאך האבן זיך שוין אנגערופן ווארעם צום רוף פונעם ראש ישיבה און האבן שוין אריינגעברענגט שיינע סכומים, נישט ווארטנדיג אויף דער לעצטער מינוט. דער קאמפיין וועט זיך ענדיגן דעם דאנערשטאג נאכט, ווען אנשי שלומינו וועלן זיך צונויפקומען צו א שיינעם מעמד. דארט וועט מען זיך מחזק זיין אינאיינעם אויפצוטרייבן די סכומים וואס פעלן נאך אויס. פרטים איבערן מעמד וועלן בעז"ה נאכפאלגן. &nbsp; דער זייגער רוקט זיך שנעל, און די עטליכע טעג פונעם קאמפיין וועלן אריבערגיין גאר געשווינד. יעדע נדבה, קליין אדער גרויס, מאכט א גרויסן אונטערשייד און ברענגט דעם קאמפיין נענטער צום ציל. יעדער איינער וועט רופן זיינע חברים, משפחה און שכנים, און מיט דעם זיי אלע מזכה זיין מיט'ן געבן צדקה פאר די הייליגע מוסדות; די זכותים וועלן צוניץ קומען סיי פאר די גבאי צדקה און סיי פאר די נדבנים אויף דער וועלט. &nbsp; די עסקנים זענען גרייט צו העלפן יעדן איינעם מיט סיי וועלכע הילף איבער'ן קאמפיין, ווי למשל עפענען א פערזענליכע בלאט, ארויסשיקן לינקס, טעכנישע הילף וכדומה. הייבט שוין אויף דעם טעלעפאן און נעמט אויף זיך א ציל! פארבינדט זיך צו די עסקנים אינעם קאמפיין צענטער אפיס אויף: 845-439-2525. &nbsp; נדבנים וואס ווילן אנטייל נעמען און מחזק זיין די הייליגע מוסדות, קענען קליקן אויף די קאמפיין פלאטפארמע: charidy.com/breslev. &nbsp; נעמט א חלק אין אונזער 'לעבנסגעשיכטע', און לאמיר אינאיינעם אראפשרייבן א נייע, פאזיטיווע קאפיטל פאר די ווייטערדיגע הצלחה און בליה פון די מוסדות! &nbsp; &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער יט אב תשפ"ו 📝
  • חמשה עשר באב - די סגולה פון מסכת תענית פאר שידוכים

    גרשון קרעמער &nbsp; היינט איז דער גרויסער טאג חמשה עשר באב. חז"ל זאגן: "לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב וכיום הכיפורים". עס איז באקאנט ביי גאנץ כלל ישראל אז דער טאג איז מסוגל פאר שידוכים. אסאך מענטשן פארן צום ציון פונעם תנא רבי יונתן בן עוזיאל אין עמוקה, וואו עס איז מקובל מתפלל צו זיין פאר שידוכים. &nbsp; די וואונדערליכע מעשה &nbsp; אין היכל הקודש איז דא א הפלא'דיגע מעשה וואס האט פאסירט אין דעם טאג ביי אונז אין ישיבה מיט פופצן יאר צוריק, בעת א באזוך פון מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; אין יאר תשע"א, אין די בראשית יארן פון די ישיבה, האבן מענטשן ארויסגעלאזט שלעכטע לשון הרע'ס אויף די ישיבה, און עס איז נישט געגאנגען קיין שידוכים. דער ראש ישיבה האט געשריבן א בריוו צו מוהרא"ש און אים געבעטן אז אפשר קען מוהרא"ש קומען אין קעמפ מחזק זיין די בחורים. דער ראש ישיבה האט אויך געבעטן אין זיין בריוו אז מוהרא"ש זאל איבערלאזן ברכות פאר די בחורים אז עס זאל גיין שידוכים. מוהרא"ש האט געענטפערט מיט א בריוו וואס איז געדרוקט אין די אידישע "אשר בנחל", וואו ער שרייבט צווישן אנדערע: "איך וועל אי"ה קומען חמשה עשר באב און ברענגען שידוכים." &nbsp; די סגולה פונעם צדיק: לערנען מסכת תענית יעדן טאג &nbsp; מוהרא"ש איז געקומען און געזאגט פאר די בחורים אז יעדער בחור וואס וועט לערנען יעדן טאג די גאנצע מסכת תענית, אנגעהויבן פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, זאגט ער צו אז ער וועט טרעפן זיין שידוך. עס איז געווארן א גרויסע שמחה אין ישיבה, און אלע בחורים האבן אנגעהויבן לערנען און ענדיגן יעדן טאג די גאנצע מסכתא. &nbsp; זייט דעמאלטס חזר'ט זיך דאס איבער יעדעס יאר חמשה עשר באב, און נישט נאר אין ישיבת תפארת התורה, נאר איבעראל אין אלע ישיבות. א געזונטער בחור וואס וויל חתונה האבן טוט אלעס אויף דער וועלט ער זאל שוין טרעפן א שידוך, און דא הערט מען אן אויסגעפרואווטע סגולה פון א צדיק, וואס נעמט נישט זייער לאנג, בערך דריי שעה. &nbsp; דערפאר זעט מען אין פילע ישיבות ווי בחורים, נאכן מיטהאלטן די סדרי הישיבה, נעמען זיך צו מסכת תענית אן דעם וואס איינער זאל זיי הייסן אדער שטיין אויפן קאפ, און זאגן אפ די גאנצע מסכתא יעדן טאג מיט די גרעסטע מאס עקשנות. די ברכה פון א צדיק ווערט מקויים, ווען מען זעט יעדעס יאר גאר וואונדערליכע מעשיות פון בחורים וואס האבן געטראפן גוטע שידוכים אויף גאר אומגעראכטענע וועגן, שנעל און גרינג, און שטעלן אויף שיינע ערליכע אידישע שטובער לשם ולתפארת. &nbsp; לערנען תורה און אויפשטעלן א בית נאמן &nbsp; חז"ל זאגן טאקע: "לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב". די גרויסע שמחה פון חמשה עשר באב איז געווען אז מען האט געטראפן שידוכים. אזוי אויך זאגן חז"ל אז פון חמשה עשר באב דארף יעדער מוסיף זיין בלימוד התורה. ביי די בחורים וואס פאלגן דעם צדיק איז דאס ממש איין זאך: מען איז מוסיף בלימוד התורה, און מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף שטעלט מען אויף א בית נאמן בישראל. &nbsp; לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב. פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער טו אב תשפ"ו 📝
  • געהויבענער באזוך פונעם דיין שליט"א אין לאנדאן

    גרשון קרעמער &nbsp; אזוי ווי אנשי שלומינו אין לאנדאן האבן געהערט אז דער דיין שליט"א געפינט זיך דא אויף א קורצן באזוך, האט מען געבעטן דעם דיין ער זאל אריבערקומען איבערגעבן א שמועס פארן ציבור אינעם בית המדרש היכל הקודש &mdash; וואס ווערט געפירט דורך דעם גבאי מו"ה שמחה בלאק הי"ו מיט גרויס געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט. &nbsp; דער ציבור איז זיך צוזאמענגעקומען אין בית המדרש צו הערן דברי חיזוק. דער דיין האט אנגעהויבן די דרשה און ארויסגעברענגט די גרויסקייט פונעם הייליגן רבי'ן, און די גרויסע זכיה וואס מיר האבן צו זיין מקורב צו אים. &nbsp; דער יסוד איז רצון &nbsp; דער דיין האט דערמאנט וואס מוהרנ"ת שרייבט ביים אנהייב פון ספר ליקוטי מוהר"ן בנוגע רבי שמעון בר יוחאי &mdash; אז רבי שמעון "דארף צוקומען" צום רבי'ן. דאס איז לכאורה זייער שווער צו פארשטיין: וויאזוי קען זיין אז דער הייליגער תנא רבי שמעון דארף צוקומען צום רבי'ן? &nbsp; נאר מוהרנ"ת איז מסביר: אין זוהר הקדוש שטייט אז אויף פגם הברית איז נישטא קיין תשובה, אבער דער רבי זאגט: "קיינער פארשטייט נישט רבי שמעון נאר איך, און איך זאג אז מ'קען יא תשובה טון." דורך דעם קענען מיר זיך מחבר זיין צו רבי שמעון; דאס הייסט אז רבי שמעון דארף צוקומען צום רבי'ן כדי מיר זאלן קענען פארשטיין זיין תורה. &nbsp; דער דיין האט דערציילט, אז ווען הרה"צ ר' יצחק שליט"א האט זיך אריבערגעצויגן פון בארא פארק קיין יבנאל, האט ער איבערגעלאזט אסאך ספרים וואס מען האט געקענט נעמען. ער האט דארט געפונען דעם ספר 'שם משמואל' און געזען א שטיקל וואו ער ברענגט נאך פון זיין טאטן, דער 'אבני נזר' זצ"ל, וועלכער פסק'נט להלכה: אפילו א מענטש וואס האט געזינדיגט און דארף רחמנא ליצלן גיין אין גיהנום, אויב ער וויל באמת תשובה טון, נעמט אים דער בלויזער רצון שוין ארויס פון גיהנום. דאס איז דער גרויסער יסוד פון התחדשות און רצון וואס דער רבי לערנט אונז &mdash; אז אפילו ווען א מענטש פאלט חלילה דורך, טאר ער בשום אופן נישט פארלירן דעם רצון. &nbsp; חיזוק אויף גמרא און הפצה &nbsp; דערנאך האט דער דיין גערעדט איבער די גרויסקייט פון פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, און האט אויפגעפאדערט דעם ציבור אוועקצושטעלן א קבוע'דיגן שיעור אין גמרא יעדן טאג אין בית המדרש. ער האט דערציילט וויאזוי דער ראש ישיבה האט אים געבעטן פארצולערנען א שיעור גמרא יעדן טאג, און אים אנגעזאגט אנהאלטן דעם שיעור מיט עקשנות &mdash; אפילו אויב עס זענען דא בלויז צוויי באטייליגטע, איז דאס אויך א גרויסע זאך. &nbsp; דער דיין האט ארויסגעברענגט זיין גרויסע הנאה פון די ברייטע הפצה אקטיוויטעטן וואס גייען פאר אין לאנדאן דורך דעם גרויסן מפיץ מו"ה אפרים נאוואגראצקי הי"ו, וואס דרוקט און פארשפרייט הונדערטער גליונות יעדע וואך. &nbsp; ר' אפרים האט דערציילט א מעשה פון הפצה וואס האט פאסירט אין א געוויסן בית המדרש: איין מאל ביים אריינקומען, האט איינער אויף אים געשריגן: "נעם דיינע פעיפערס און גיי ארויס פון דא!" האט ער אים געפרעגט: "דו ווייסט בכלל וואס דא שטייט? פארוואס שרייסטו?" יענער האט געענטפערט: "מ'דארף עס נישט האבן דא." דער מפיץ האט זיך נישט געוואלט טענה'ן און איז ארויסגעגאנגען. עטליכע וואכן שפעטער איז ער צוריקגעקומען צום זעלבן בית המדרש, און דער זעלבער איד איז צוגעגאנגען צו אים און געפרעגט: "האסט אפשר א גליון פאר מיר?" &mdash; זעט אויס אז אינצווישן האט ער שוין אנגעיאגט צו פארקאסטן פונעם גוטן "אונגארישן וויין"... &nbsp; א מעשה פון תפילה &nbsp; צום שלוס האט דער דיין דערציילט וויאזוי ער איז אנגעקומען קיין לאנדאן דורך א מעשה פון תפילה. ער האט געדארפט האבן א וויכטיגן אפוינטמענט ביי א דאקטאר אין לאנדאן, וואס אין געוויינטליכע אומשטענדן נעמט צווישן 6 חדשים ביז א יאר צו באקומען אן אפוינטמענט. ווען ער האט געפרעגט דעם טראוול אגענט ר' אלי' קנאל הי"ו איבער טיקעטס, האט ער אים געזאגט אז די פרייזן זענען זייער טייער, אבער ער האט באמערקט אז סוף חודש יולי למספרם איז עס אסאך ביליגער. דער דיין האט באשלאסן עס צו בוקן, כאטש ער האט נאך נישט געהאט קיין אפוינטמענט. &nbsp; ער האט גערופן בעטן אן אפוינטמענט אויף יענעם דאטום, אבער מ'האט אים געזאגט אז עס איז אינגאנצן פול. ער מיט זיין ווייב האבן שטארק מתפלל געווען און געבעטן דעם אויבערשטן, און דערנאך האבן זיי ווידער גערופן צום דאקטאר &mdash; און פלוצלינג זאגט די סעקרעטאר אז יא, עס איז דא א פלאץ! ווען זיי האבן געפרעגט וויאזוי דאס האט פאסירט, האט זי געענטפערט אז דער דאקטאר האט געפלאנט ארויסצוגיין אויף וואקאציע יענע וואך און האט טאקע געלאזט די וואך ליידיג פון אפוינטמענטס, אבער יעצט האט ער פלוצלינג באשלאסן ארויסצופארן א וואך שפעטער, און אזוי איז צוגעקומען א גאנצע וואך וואס ער קען אויפנעמען פאציענטן. &nbsp; דער עולם אין לאנדאן איז ארויס שטארק מחוזק פונעם געהויבענעם באזוך פונעם דיין שליט"א, וואס וועט איבערלאזן א טיפן רושם און השפעה אויף א לאנגע צייט. &nbsp; &nbsp; &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער טו אב תשפ"ו 📝
  • מחנה להודות - וואו די קינדער שטייגן און לעבן מיט אמונה

    עס טוט זיך לעבעדיג אין "מחנה להודות", וואו די פראגראמען גייען אן מיט'ן פולן שוואונג אונטער די פירערשאפט פון הר"ר יודל איינהארן שליט"א, דער ראש המדריכים, אינאיינעם מיט די געטרייע מדריכים כל אחד בשמו הטוב יבורך. מיט אזא סטעף זענען די אקטיוויטעטן נישט סתם ליידיג פון אינהאלט, נאר עס איז א לעבעדיגער שיעור וואס פלאנצט אריין אמונה און מידות טובות אויף א געשמאקן און זיסן אופן. &nbsp; ווי שוין דערמאנט אינעם פריערדיגן ארטיקל, איז דער נאמען "להודות" געבוירן געווארן אויפ'ן וועג צוריק פון אומאן, ווען הונדערטער אידן זענען געבליבן שטעקן ביים גרעניץ צווישן אוקראינע און פוילן. אונטער די שרעקליכע געשטופעניש, אן קיין מינימאלע באדערפענישן פאר כמעט צען שעה, אין יענע שווערע שעה'ן ווען מען האט נישט געקענט עפענען א ספר וכדומה, האט הר"ר יודל באשלאסן אויסצופרובירן די פשוט'ע עצה פון דאנקען דעם אויבערשטן אויף אלעס. דאס האט געעפנט אלע טויערן; עס האט אנגעהויבן קומען וואסער צו טרונקען, די וועג האט זיך געעפנט, און מען איז ארויס בשלום ב"ה. &nbsp; דאס איז דער לימוד וואס דער נאמען "להודות" ברענגט מיט זיך: אריינצובאקן אין די קינדער אז מען קען אלעמאל רעדן צום אויבערשטן און אים בעטן וואס מען דארף, אבער אויב מען נוצט די עצה פון דאנקען דעם אויבערשטן, עפענען זיך די טויערן פון הימל ברייט און די ישועה קומט גאר שנעל. &nbsp; כדי אריינצוברענגען די עצה ביי די קינדער אויף א געשמאקן אופן, האט מען אויסגענוצט א פראבלעם וואס האט זיך געמאכט אין קעמפ און מען האט דערפון געמאכט א שפאנענדע "קאלארוואר ברעיקאוט". &nbsp; דעם פארגאנגענעם שבעה עשר בתמוז האט זיך די עלעקטריק אפגעהאקט אן קיין שום פריערדיגע מעלדונג אינמיטן דאווענען מנחה אין "קעמפ אילן החיים / מחנה להודות". אנשטאט צו ווערן פארלוירן, האט מען אויסגענוצט די צרה און עס פארוואנדלט אין א געשמאקע איבערלעבעניש פאר די קינדער. &nbsp; מען האט אויסגערופן פאר די קינדער אז אן אינספעקטאר פון די עלעקטריק פירמע איז אויפ'ן וועג אפצושפארן די עלעקטריציטעט פונעם גרויסן לאנטש-רום (בנין אברהם הערש). הר"ר ישעי' איידילס, דער געטרייער מענעדזשער, האט שטארק צוגעהאלפן און מיטגעשפילט; די קינדער האבן געהאלפן באדעקן די פענסטער מיט שווארצע גארבעדזש בעגס, דער מענעדזשער האט ארויפגעלייגט שלעסער אויף די טירן, און מיט די הילף פון די קינדער האט מען ארויסגעטראגן אלע טישן און עסצייג צום קליינעם שול. א גוי'אישער ארבעטער, אנגעטון מיט א קאנסטראקשן היטל און א קליפ-בארד אין די האנט, איז אנגעקומען זאגנדיג אז ער קומט מטעם די עלעקטריק פירמע זוכן דעם לאנטש-רום. די קינדער זענען געשטאנען און זיך געמאכט כאילו זיי פארשטייען נישט קיין ענגליש, פרובירנדיג צו באהאלטן דעם "סוד". פלוצלינג האט דער "אינספעקטאר" ארויסגענומען א גרויסן צעטל, א "בלו-פרינט" פונעם קעמפ, זוכנדיג דערויף דעם לאנטש-רום; ער דרייט איבער דעם צעטל און עס אנטפלעקט זיך א ריזיגע סיין וואס האט געמאלדן די גרויסע ברעיקאוט פאר די קינדער: צוויי טימס, "להודות" און "להלל", ארום וועלכע דער קעמפ וועט לויפן במשך די זומער וואכן. &nbsp; פארגאנגענע וואך האט מען אויפגעשפילט א סקיט פאר די קינדער פון כיתה ח', וואו מען האט אראפגעלייגט די מסירות נפש פון הייליגן רבי נתן ביים דרוקן דעם רבינ'ס ספרים; ווי ער האט אויפגעשטעלט א בית הדפוס אין זיין דירה און ווי די מתנגדים האבן אים גע'מסר'ט, אבער ער האט זיך נישט דערשראקן. דאס האט געדינט אלס אן אריינפיר צו א געלט-קאמפיין, וואו די קינדער וועלן שאפן געלט צו קויפן א נייע לעמינעיטינג מאשין פארן הייליגן בית הדפוס. די קינדער האבן טאקע צוזאמגעקליבן גאר שיינע סכומים מיט אן אומגלויבליכן ברען, כדי צו קענען האבן א חלק אין דרוקן די הייליגע ספרים. &nbsp; די קינדער האבן אויך קלאר געזען דעם גרויסן כח פון תפילה. נאכדעם וואס מען האט פאראויסגעזאגט שטארקע רעגנס פאר עטליכע טעג, וואס וואלט געדארפט שטערן די פראגראמען אינדרויסן אויפן גאס, האבן די תפילות פון די קינדער עושה רושם געווען, און פונקט אין די שעה'ן פון שווימען זענען די הימלען געווען טרוקן. &nbsp; אזוי לעבן די קינדער גליקליך און צופרידן, וואקסן און שטייגן, און לערנען זיך אויס די זיסע עצות פון רבי'ן, א זאך וואס וועט זיי באגלייטן זייער גאנצע לעבן בעזהי"ת. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כט תמוז תשפ"ו 📝
  • מוסדות היכל הקודש אין ארץ ישראל שליסן זיך אָן אלס חבר אינעם מוסד הקדוש "קרן הצלה"

    מיט גרויס פרייד איז אין די טעג אנגעקומען די בשורה טובה פון ארץ ישראל, אז אונזערע מוסדות "היכל הקודש" &mdash; וואס זענען אויך ביז יעצט געפירט געווארן על טהרת הקודש, אן נעמען קיין שום געלט פון די ממשלה &mdash; האבן זיך יעצט אפיציעל אנגעשלאסן אינעם הייליגן חבורה פון די מוסדות אונטערן שירעם פונעם מוסד הקדוש "קרן הצלה". דער קרן איז, ווי באקאנט, געגרינדעט געווארן מיט די גרעסטע מאס מסירות נפש דורך הרה"ק מסאטמאר זי"ע אין יאר תשל"ח, א יאר פאר זיין פטירה, מיטן ציל צו דינען אלס א שטיצע-ברעט פאר אלע מוסדות התורה אין ארץ ישראל וואס ווערן געפירט על טהרת הקודש. &nbsp; ביז יעצט זענען אונזערע מוסדות אנגעגאנגען אויף א קלענערן פארנעם, און עס איז נישט ממש געווען שייך זיך אנצושליסן. אבער כהיום הזה, ווען די מוסדות זענען ב"ה פילפאכיג געוואקסן און האבן זיך צעשפרייט צו א גרויסן מוסד וואס אנטהאלט אין זיך אסאך קינדער און בחורים בלע"ה, האט די הנהלת המוסדות, מיט די הסכמה פונעם ראש ישיבה שליט"א, געמאכט דעם באשלוס אז עס איז געקומען די פאסיגע צייט זיך אנצושליסן אין אט דעם הייליגן קרן. &nbsp; דער מזכיר ראשי פון די מוסדות, מו"ה שלמה מינצבערג הי"ו, האט זיך פארבינדן מיטן גבאי פון קרן הצלה, מו"ה שמחה אנשין שליט"א, וועלכער האט גאר ווארעם אויפגענומען דעם מזכיר און ארויסגעהאלפן און זיך צוגעשטעלט מיט אלעס וואס האט נאר אויסגעפעלט צו מסדר זיין, כדי צו קענען ווערן אן אפיציעלער מיטגליד פונעם קרן. &nbsp; דער פראצעס האט געפאדערט א שיין ביסל ארבעט. אלס ערשטע זאך האבן זיי געדארפט קלארשטעלן און זיכער מאכן אז קיין איין תלמיד פונעם מוסד איז נישט איינגעשריבן אין קיין אנדערע מוסדות וואס נעמען יא רעגירונגס-געלטער. נאך א גרונטליכע אויספארשונג האט מען אנטדעקט נעמען פון עטליכע קינדער וואס מען האט אפילו נישט געוואוסט אז אנדערע מוסדות נוצן זייערע נעמען כדי צו באקומען געלט פאר זיי. &nbsp; מ'האט תיכף אנגערופן יעדן מוסד באזונדער און פארלאנגט אז זיי זאלן אראפנעמען פון זייערע ליסטעס די נעמען פון די קינדער וואס לערנען למעשה נישט ביי זיי. געוויסע האבן עס גערן אראפגענומען, אבער אנדערע האבן זיך קעגנגעשטעלט און נישט געוואלט אזוי שנעל אויפגעבן דאס געלט; אבער צום סוף, ברוך השם, האבן אלע אראפגענומען די נעמען. &nbsp; דערנאך איז באשטימט געווארן אן אוידענץ ווען די הנהלה איז ארויפגעגאנגען צום בית דין שטיבל פון די עדה החרדית אונטערצושרייבן א התחייבות אז מ'וועט קיינמאל נישט נעמען קיין געלט פון די מדינה, מיט א תנאי אז אויב יא, וועט מען דארפן צוריקגעבן דאס גאנצע געלט וואס מען האט באקומען ביז דאן. די חשוב'ע רבנים פון די עדה החרדית, הרה"ג ר' יודל פישער שליט"א, הרה"ג ר' שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א, און הרה"ג ר' יהושע ראזענבערגער שליט"א, האבן זייער שיין אויפגענומען די הנהלת המוסדות. זיי האבן זיי שטארק מחזק געווען און ארויסגעברענגט זייער שעצונג פאר די געוואלדיגע שטארקייט זיך אינגאנצן אפצוטיילן מיט א פולשטענדיגע התבדלות. &nbsp; לויטן סדר פון הצלה מאכן זיי פיר חלוקות געלט דורכאויס דעם יאר: איינס אויף פסח, א צווייטע פאר סוכות, די דריטע אינמיטן ווינטער און די פערטע אינמיטן זומער. די געלטער ווערן אויסגעטיילט לויט וויפיל געלט עס איז אריינגעקומען אינעם קרן במשך דעם יאר; למשל, דעם פארגאנגענעם יום טוב פסח האט מען צוזאמגעשטעלט פינף מיליאן דאלער, וואס דאס האט מען אויסגעטיילט פאר אלע מוסדות. &nbsp; צום שלוס האט די הנהלה אויך באקומען א שיינעם מכתב המלצה פונעם בית דין צדק העדה החרדית, וואו זיי ברענגען ארויס די חשיבות הענין פון דעם געוואלדיגן זכות אז מ'נעמט נישט קיין געלט פון נישט-ערליכע מקומות, און בעטן אידן פון איבער די וועלט מ'זאל ארויסהעלפן און שטיצן די מוסדות היכל הקודש ברסלב וואס האבן זיך אנגעשלאסן אינעם הייליגן מוסד קרן הצלה. &nbsp; זאל דער אויבערשטער העלפן אז מיר זאלן ווייטער גיין אין די וועגן פון די פריערדיגע צדיקים, און זייער זכות זאל אונז ביישטיין מיר זאלן קענען אויפשטעלן ערליכע דורות וואס לעבן מיט אמונה פשוטה.

    < זעה מער כז תמוז תשפ"ו 📝
  • צווייטער יארצייט פון "באבי פארקאש" ע"ה אפגעצייכנט

    נעכטן איז אפגעצייכנט געווארן די צווייטע יארצייט פון די חשוב'ע און געטרייע אשה חשובה מרת רייזל פארקאש ע"ה, וועלכע איז ביי אלעמען געווען באקאנט אלס די בארימטע "באבי פארקאש". דער ראש ישיבה שליט"א האט איר דערמאנט לטובה דעם פארגאנגענעם שבת ביי סיפורי מעשיות, און אזוי אויך האבן די גבאים אין די אנדערע בתי מדרשים ארומגערעדט איבער די דאזיגע חשוב'ע פרוי; מען האט ארויסגעברענגט אירע געוואלדיגע מעשים טובים און די פילע זאכן וואס מען קען זיך אלס אפלערנען פון אירע שיינע וועגן. &nbsp; יעדער ווייסט גוט וויאזוי זי האט אוועקגעגעבן איר פריוואטע דירה, וואס האט איר ביז דעמאלטס אריינגעברענגט א שיינע הכנסה, און זי האט עס אוועקגעגעבן פאר אנשי שלומינו וואו מ'האט דארט געעפנט דעם ערשטן "היכל הקודש" מנין אין קרית יואל. זי פלעגט אליינס מיט אירע אייגענע הענט קאכן דעם טשאלנט, אנגרייטן די מזונות פאר'ן קידוש יעדע וואך, פערזענליך צוגרייטן שלוש סעודות און נאכדעם אלעס שיין אפרוימען; זי האט זיך אליינס אפגעגעבן מיט'ן רופן בעלי מלאכה אויפצוהאלטן און פאררעכטן אלעס וואס ס'האט זיך נאר אויסגעפעלט פאר'ן בית המדרש. דאס אלעס האט זי געטון מיט אן אומגעהויערע ווארעמקייט, ממש ווי א געטרייע באבע צו אירע אייגענע קינדער. &nbsp; פילע פון אנשי שלומינו געדענקען נאך גוט די געוואלדיגע כוחות וואס זי האט אריינגעלייגט אין די פריערדיגע יארן ארויסצוהעלפן אידן צו קענען פארן קיין אומאן אויף ראש השנה. אין א צייט ווען ס'איז נאך כמעט נישט געווען קיין טראוול אגענטן אזוי ווי היינט, האט באבי פארקאש זיך אליין געפארעט און אלעס מסדר געווען, זי האט אליין געקויפט די טיקעטס פאר יעדן וואס האט נאר געדארפט. אפילו ווען ס'האט זיך געמאכט אזעלכע וואס האבן נישט געהאט מיט וואס צו באצאלן, האט זי עס אלעס אליין מסדר געווען און געלאזט אויפשרייבן אויף איר אייגענעם חשבון מיט אן אומגעהויערע מסירות נפש, אלץ נאר כדי נאך א איד זאל קענען זוכה זיין אנצוקומען צום ציון פונעם הייליגן רבין. &nbsp; אירע געוואלדיגע זכותים זענען איר זיכער בייגעשטאנען, און זיי קומען יעצט צוניץ סיי פאר איר אליין און סיי פאר איר חשוב'ן מאן הרה"ח ר' אברהם חיים שליט"א, אינאיינעם מיט אירע קינדער און אייניקלעך &ndash; וואס פילע פון זיי זענען חשוב'ע מפיצים וואס גייען אין די וועגן פון זייער בארימטע באבע, זיי קוקן נישט אויף זייער אייגענעם כבוד און געבן זיך אינגאנצן אוועק לטובת אנדערע אידן. &nbsp; מיר אלע נעמען זיך אינטער ווייטער צו גיין אין אירע הייליגע דרכים, און פאלגן דעם צדיק מיט אן אמת'ע מסירות נפש. יהא זכרה ברוך. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כ תמוז תשפ"ו 📝
  • פרישער זומער סעזאן מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין שטעטל

    ווי יעדן יאר וועלן די תלמידי הישיבה און פילע משפחות פון שטאט ארויספארן צום שטעטל און אין קעמפ צו וויילן דורכאויס די זומער וואכן. דארט וועט מען אויסניצן די זומער טעג מיט תורה און עבודה, אפגעזונדערט פון אלע ראיות אסורות, און זיך קונה זיין פילע גוטע זאכן. &nbsp; די זומער וואכן זענען די בעסטע הכנה צו די הייליגע טעג. אין קעמפ פארברענגט מען נאר מיט די ביימער, דעם הימל און מיט'ן באשעפער; עס איז גארנישט דא פאר די אויגן נאר זיך קונה זיין תורה ויראת שמים, און מיט דעם צוגיין צום ראש השנה - דעם יום הדין - מיט די אלע גוטע זאכן וואס מען האט זיך איינגעקויפט דורכאויסן זומער. &nbsp; אלע משפחות וואס האבן שוין געהאט די זכיה מיטצולעבן א זומער אין קעמפ, ווייסן און פילן גאנץ גוט וואס פאר א געוואלדיגע השפעה דאס האט געהאט אויף זיי און אויף די קינדער. מ'אטעמט דארט אמונה, מ'לעבט מיט'ן באשעפער און מ'ווערט נתחזק פון די עצות פונעם הייליגן רבי'ן. נאך אזא זומער שפירט מען זיך ממש ווי מ'קומט ארויס פון אן "אמונה ריהעב"; ס'ווילט זיך פשוט אויסשרייען אין די גאסן: "עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט! מ'קען האבן אזא זיס לעבן אינאיינעם מיט'ן אייבערשטן!" &nbsp; דער ראש ישיבה האט אמאל ארויסגעברענגט א נקודה: אויב קאנטרי איז אזא געוואלדיגע זאך, פארוואס פארט מען נישט א גאנץ יאר? און אויב פעלט עס נישט אויס, פארוואס דארף מען עס פונקט פאר צען וואכן? נאר מען דארף אנקוקן דאס פארן אין קאנטרי ווי א סארט "ריהעב", וואו מיר קומען אביסל צו זיך פון אלע אנשיקענישן פון א גאנץ יאר, ווען מען האט אפילו נישט קיין צייט ארויפצוקוקן צום הימל, און וואו מען גייט און וואו מען שטייט זעט מען נאר בילדינגס, געלט און ביזנעס, ביז מען פארגעסט חס ושלום צו טראכטן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט. שוין אפגערעדט פון די הייסע זומער טעג, ווען דער יצר הרע ברענט אויף די גאסן און די פריצות איז פשוט אומדערטרעגליג. אין די עטליכע וואכן ערהוילט מען זיך פון דעם אלעם און מען שעפט פרישע כוחות אויף א גאנץ יאר, ממילא איז דאס די בעסטע הכנה צו קענען פארן צום הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן אויף ראש השנה. &nbsp; יעדן אינדערפרי פונקטליך אכט אזייגער וועט דער ראש ישיבה שליט"א פארלערנען דעם שיעור דף גמרא צווישן די ביימער. אזוי אויך וועט פארקומען א טעגליכע שיעור ספעציעל פאר די בחורים, און יעדן ליל שישי וועט זיין א ספעציעלע שיעור פאר די אינגעלייט. מוצאי שבת קודש וועט מען פראווען א סעודת מלוה מלכה אי"ה איין שעה נאכן זמן, וואו מען וועט זוכה זיין צו הערן פונעם ראש ישיבה שליט"א דיבורי התחזקות פאר די קומענדיגע וואך. &nbsp; מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועט דער זומער-סעזאן אויך זיין א גרויסע סוקסעס, פונקט ווי אין די פארגאנגענע יארן, וואו מ'וועט זיך קענען אנשעפן פולע הויפנס מיט תורה ויראת שמים. &nbsp; ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה! &nbsp;

    < זעה מער ז תמוז תשפ"ו 📝
  • שיינער חומש סעודה אין שטעטל

    היינט זונטאג פרשת חוקת בלק זענען די זאלן פונעם בנין התלמוד תורה געווארן איבערגעפילט מיט עלטערן און זיידעס, וואס זענען געקומען מיטפרייען ביי די שמחת התורה און מיטצוהאלטן דעם גאר געהויבענעם מעמד, ווען די קינדער פון כיתה א' האבן אנגעהויבן לערנען דעם הייליגן חומש. צום ערשט זענען די קינדער אריינגעקומען אין זאל, אריינמארשירנדיג ווי סאלדאטן און זיך אויסגעשטעלט אויפן סטעידזש. איין קינד איז צוגעגאנגען צום מייקראפאן אויסצופרעגן: "וואס גייט דא פאר? וואס פארא טאג איז היינט? פארוואס שטייען מיר דא אין די הייך?" און די קינדער האבן זיס געענטפערט מיט גרויס פרייד אז זיי זענען שוין "גרויסע בחורים" און גייען שוין לערנען חומש. דערנאך זענען עטליכע קינדער ארויפגעקומען פארזאגן די פסוקים פון דעם הייליגן חומש, בשעת די איבריגע קינדער זאגן מיט אזוי בא'חנ'ט. דערנאך האט מען געזונגען הערליכע ניגונים לכבוד התורה. צום ערשט האט מען געהערט דיבורים פונעם מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א, ארויסברענגענדיג די ריינקייט פון די קליינע אידישע קינדער, וועלכע טוען אלעס ווי א "חק בלי טעם" אן פארשטיין. ווי מ'זעט די וואך אין די סדרה פרשת חוקת, אז מ'דארף טון די מצוות פונעם אייבערשטן &mdash; ווי דער רבי זאגט &mdash; אן פארשטיין, נאר טון א מצוה מיט תמימות און פשיטות. דאס זעט מען טאקע ביי די קינדער, און ער האט אנגעווינטשן אז דער אייבערשטער זאל העלפן אז זיי זאלן זיך אזוי פירן א גאנץ לעבן, צו טון די מצוות פונעם אייבערשטן מיט תמימות און פשיטות אן וועלן פארשטיין. דערנאך האט מען געהערט ווערטער פונעם מלמד הר"ר בערל שניטצלער שליט"א, וועלכער האט געדאנקט דעם אויבערשטן אויף דעם וואס מען האלט שוין דא, און זיך עקסטער באדאנקט ביי די חשוב'ע עלטערן וואס געבן זיך אוועק יעדן טאג, טאג איין טאג אויס, פונעם אנפאנג יאר ביז היינט, איבערצו חזר'ן די עברי אינדערהיים מיט זייערע קינדער. ער האט ארויסגעהויבן אז אפילו ס'קומט נישט אלעמאל אן גרינג, האבן זיי איינגעזען די וויכטיגקייט דערפון און אוועקגעגעבן צייט פאר דעם. ער האט צוגעלייגט אז מ'רעדט דא פון עלטערן וואס זענען באמת דא פאר זייערע קינדער; נישט אז מ'לאזט זיי פשוט איבער אין חדר און מ'גייט ווייטער, נאר עלטערן וואס האלטן אין איין "אריינטשעקן" ווי מ'רופט עס, און פרעגן זיך כסדר נאך ביי דעם מלמד: "וואס מאכט מיין זון? וואס קען מען בעסער מאכן?", און די רעזולטאטן קען מען ב"ה דא זען. דער מלמד האט צוגעענדיגט מיט א רוף צו די עלטערן נישט צו פארגעסן פונעם עיקר: צו בעטן דעם אויבערשטן פאר ערליכע קינדער, אז די קינדער זאלן אויפוואקסן יראי שמים און ערליכע אידן. דערנאך האט מען געהערט דעם ראש הישיבה שליט"א, וועלכער האט צוערשט אנגעהויבן מיט א דאנק פארן מנהל פארן זיך אוועקגעבן מיט "מסירות נפש" &ndash; אזוי האט דער ראש הישיבה זיך אויסגעדריקט &ndash; פאר אונזער חדר. דער ראש הישיבה האט ארויסגעברענגט אז מ'קען ממש נישט באגרייפן וואספארא כוחות און ארבעט דער מנהל לייגט אריין, און ער האט אים אנגעוואונטשן ער זאל זען פיל אידיש נחת ביי זיין גאנצע משפחה. דערנאך האט דער ראש הישיבה באדאנקט דעם חשוב'ן מלמד, זאגנדיג אז קיינער קען נישט פארשטיין וואס עס מיינט א מלמד וואס זיצט מיט יונגע קינדער און לערנט מיט זיי עברי. "דער מלמד ר' בערל," האט דער ראש הישיבה געזאגט, "נעמט יעדעס קינד פערזענליך כאילו עס איז זיין אייגן קינד." דער ראש הישיבה האט אויך אנגעוואונטשן פארן מלמד ר' בערל ער זאל זוכה זיין צו זען אסאך אידיש נחת ביי זיין משפחה געזונטערהייט. דערנאך האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון איבערגיין עברי אינדערהיים מיט די קינדער. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי קריטיש דער לימוד פון עברי איז פאר א קינד, וויבאלד דאס באגלייט אים זיין גאנץ לעבן. דער ראש ישיבה האט אויך באטאנט אז עברי ענדיגט זיך נאך נישט אין כיתה א', ווייל כיתה ב' איז נאך אלץ א יאר פון עברי. "יעדער טאטע ביי וועמען זיין זון איז אים חשוב און טייער, זאל זיך אוועקזעצן פיר מינוט א טאג &ndash; מען דארף נישט אוועקגעבן מער ווי א פאר מינוט &ndash; און מאכן א שמועס מיט זיין זון. לערן מיט אים יעדן טאג א האלבע פעידזש תהילים; פאר עברי דארף מען האבן סבלנות און רגילות," האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט. נאכדעם האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט נאך א שטארקע נקודה: "יעדע מאל וואס איך קום אריין אין דעם בנין, ווער איך נאכאמאל נתרגש צו זען וואס דא האט זיך אפגעשפילט מיט יארן צוריק," האט דער ראש ישיבה געזאגט. "אידישע קינדער זענען געקומען קיין אמעריקע, און מ'האט נישט געקענט היטן שבת אין ברוקלין; ווייל אויב זיי האבן געוואלט ברענגען ברויט אויפן טיש, האבן זיי געדארפט ארבעטן שבת רח"ל. זענען געווען אידן מיט מסירת נפש וואס זענען ארויסגעקומען דא אין די קעטסקילס; זיי זענען אוועקגעגאנגען פון שטאט נאר כדי צו קענען היטן שבת. זיי האבן געבויט שיינע שולן &ndash; דא איז געווען זייער גרויסער בית המדרש &ndash; אבער דעם עיקר האבן זיי פארגעסן: חינוך הבנים והבנות. זיי האבן אינגאנצן אין א זייט געלייגט די קינדער, און רחמנא ליצלן איז גארנישט געבליבן פון זיי." "און היינט," האט דער ראש ישיבה געזאגט, "ווער איך נתרגש אז מ'האט געקענט נעמען אט דעם בנין, און דייקא דארט וואו זיי האבן פארפאסט, נוצט מען עס יעצט פאר א תלמוד תורה, פאר חינוך הבנים והבנות, קרוב צו זעקס הונדערט אידישע קינדער לערנען אין דעם בנין." האט דער ראש ישיבה געזאגט, און האט זייער שיין אנגעווינטשן פאר אלע משתתפים. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין געהויבענע טענץ, ווען די עלטערן האבן גענומען זייער חומש סעודה צדיק'ל מיט די קרוינען אויף די קעפ. עס איז געווען א דאפלטע רינג: אונטן די טאטעס, און אויף זייערע אקסלען האבן זיך אנגעכאפט די קינדערלעך מיט די קרוינען. עס איז ממש געווען זיס ווי צוקער. דערנאך זענען די עלטערן און זיידעס אהיימגעגאנגען מלא שמחה, אז זיי האבן זוכה געווען אז זייער זון לערנט די הייליגע תורה. בן חמש שנים למקרא

    < זעה מער ו תמוז תשפ"ו 📝
  • "קרעמל" אויף קול ברסלב צייכענט אפ דעם יובל החמישים

    באמת וואלט מען געדארפט שרייבן אן ארטיקל יעדע וואך באזונדער אפצוגעבן א באריכט איבער די הערליכע שמועסן אינעם "קרעמל" אפטיילונג אויף די בארימטע "קול ברסלב" האטליין. אבער יעצט, ווען מ'האלט ביים אפצייכענען דעם "יובל החמישים", קען מען עס בשום אופן נישט לאזן אריבערגיין אן דעם וואס מען זאל עס באמערקן און ארויסהייבן. &nbsp; די הערליכע אפטיילונג לויפט שוין העכער א יאר צייט, כמעט יעדע וואך אן קיין שום אויסנאם. יעדער וואס האט עס נאר אמאל אויסגעהערט האט א געוואלדיגע הנאה, און מ'פילט אז מ'מוז ווידער ארויפגיין יעדע וואך נאכאמאל. כאטש דער שמועס ציט זיך געווענדליך פאר א שעה אדער צוויי, דאך שלינגט דער עולם די ווערטער מיט גרויס דורשט. &nbsp; די אפטיילונג ווערט אנגעפירט דורך צוויי חשוב'ע אינגעלייט: דער באקאנטער מלמד הרב בערל שניצעלער אינאיינעם מיט זיין שותף הרב שמואל אייכנשטיין. אנשי שלומינו פילן א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר די דאזיגע אינגעלייט פאר זייער גרויסער איבערגעגעבנקייט. זייער שמועס באשטייט פון אראפברענגען יעדע וואך אן אינגערמאן מאנשי שלומינו; מען גייט דורך זיין לעבנס-געשיכטע בקיצור, און מען שטעלט זיך אפ בעיקר אויף די פונקטן וואס זענען א לימוד אויף למעשה. מען הערט זייער סיפור התקרבות &ndash; וויאזוי יעדער אינגערמאן איז געוואר געווארן פונעם רבי'ן &ndash; און די שוועריקייטן און מיטמאכענישן וואס זיי זענען דורכגעגאנגען אין זייער לעבן און וויאזוי זיי האבן זיך געשטארקט. &nbsp; אז מ'הערט אויס די פופציג שמועסן, איז ממש א וואונדער צו זען ווי יעדער איינציגער קומט מיט א גאנץ אנדערע מעשה, אנדערע נסיונות, און אן אנדערן מהלך וויאזוי ער האט זיך מחזק געווען און ווייטער געצויגן. ס'גיט א געוואלדיגע חיזוק צו זען וויאזוי יעדער האט א צווייטע געשיכטע, אבער אלע קומען דורכדעם צום זעלבן אויספיר: דער רבי האט אן עצה פאר יעדן איינעם. דער רבי איז דא פאר מיר פונקט ווי פאר יעדן - סיי פאר א תלמיד חכם, א פשוט'ן ארבעטער, א ביזנעסמאן, און פאר יונג און אלט צוגלייך. די לימודים פונעם רבי'ן ווי 'אביסל איז אויך גוט', 'קוק גוט אויף זיך', 'לערנען אפילו מ'פארשטייט נישט', 'נישט אפלאזן דעם אויבערשטן זאל זיין וואס זאל זיין', אדער צו וויסן אז 'מ'האט קיינעם נישט אויסער דעם אייבערשטן' &ndash; די אלע עצות ארבעטן ביי יעדן איינעם. די עצות קענען יעדן צוריקברענגען און אויסהיילן, סיי פון גשמיות'דיגע מחלות ווי עדיקשאנס, דיפרעשאן, אדער ענקזייעטי, און זיכער פון רוחניות'דיגע קרענק. מ'באקומט אן אמת'ע סיפוק אין לעבן, מ'באקומט א קאנעקשאן צום אויבערשטן, און מ'ווערט נישט צעבראכן פון יעדן דורכפאל. &nbsp; אז דו קוקסט אויף א קאפעליע וואס שפילט א הארציגן ניגון, פארשטייסטו דאך אז דאס איז צוזאמענגעשטעלט פון פארשידענע אינסטרומענטן. איינער האלט א פידל, דער צווייטער א פייפער, א דריטער א קלארינעט, און דער פערטער א פויק. יעדער איינער געבט ארויס אן אנדערן קלאנג, יעדער האט אנדערע סטרונעס אדער קנעפלעך מיט וואס ער 'זינגט'. דער פידל קען נישט נאכמאכן דעם זאפטיגן קול פונעם קלארינעט, און דער קלארינעט קען נישט ארויסברענגען די ווארימע געפילן פונעם פידל. די גאנצע שיינקייט פונעם ניגון איז נאר ווען יעדער ברענגט ארויס זיין אייגענעם, ספעציעלן און געשמאקן קלאנג; ווען מ'הערט אלעמען אינאיינעם, ערשט דעמאלטס קומט ארויס א הערליכער ניגון בשלימות. &nbsp; דעם דאזיגן געדאנק פילט מען גאר שטארק נאכ'ן אויסהערן די אלע הערליכע שמועסן פונעם "קרעמל". יעדער איינער פארמאגט דאך זיינע אייגענע נסיונות און כוחות הנפש, און יעדער האט א באזונדערן תפקיד וואס נאר ער אליין קען אויפטוהן. אבער אלע אינאיינעם זענען מיר דא מיט איין קלארן ציל: צו זינגען דעם הערליכן ניגון פון אמונה, א געזאנג פיל מיט האפענונג, וואס וועט צוריקברענגען און מקרב זיין יעדן איד וואס הערט דאס צום אויבערשטן. &nbsp; האט איר קאמענטארן אדער הערות? רופט אדער שיקט א טעקסט צו 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com &nbsp;

    < זעה מער כה סיון תשפ"ו 📝
  • המשך פונעם באריכט פונעם יום טוב שבועות אין שטעטל

    מיר וועלן ממשיך זיין דעם באריכט וואו מיר האבן געהאלטן דעם ערשטן טאג נאכמיטאג. צו מנחה איז מען זיך צאמגעקומען אין בית המדרש, און דער ראש ישיבה האט פארגעליינט דעם שטר התנאים צווישן מנחה און מעריב, אזוי ווי דער מנהג איז. דערנאך האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון זיין ביים הייליגן רבי'ן די דריי צייטן פונעם יאר: ראש השנה, שבת חנוכה און יום טוב שבועות; וואס דער רבי האט געזאגט אז ווער עס וועט זיין ביי אים די דריי צייטן, וועט ער ארויסנעמען פון עולם התוהו. &nbsp; כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה, דער צווייטער טאג שבועות שבת קודש איז אויך דורך מיט א גרויסער דערהויבענקייט. דאס דאווענען פונעם ראש ישיבה שליט"א האט אפגעקלינגען אינעם גאנצן היכל, און אלע האבן זיך גוט אויסגעבעטן צו האבן א קשר מיט די תורה א גאנץ יאר &mdash; נישט נאר שבועות אינטערן טלית. &nbsp; ביים קידוש נאכ'ן דאווענען האט מען פארגעלערנט דעם סוף פון די מעשה פונעם בעל תפילה, וואס האט ממאס געווען אין געלט. דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט איבער דעם וואס מען זעט אז עס זענען דא אזעלכע וואס כאטש זיי זענען באמת ערליכע אידן, דאך קען מען נאר ביים הייליגן רבי'ן זוכה זיין צו ווערן ריין פון די תאוות ממון. דער ראש ישיבה האט דערציילט: "איין טאג האב איך געדאווענעט אין א שול נעבן מיין הויז אין וויליאמסבורג, און איך האב געהערט ווי עטליכע אינגעלייט שמועסן דארט וועגן דעם ברסלב'ער שטעטל. איינער האט געזאגט אז ער איז געווען דארט אין שול און אלעס איז זייער שיין, אבער ער האט דארט געזען אן אינטערעסאנטן מענטש וואס טאנצט זיך אזוי אונטער ביים דאווענען, און ער האט געפרעגט ווער דאס איז און וואס זיין מעשה איז." האט זיך איינער פון דעם ראש ישיבה'ס קינדער אנגערופן: "יענער האט געלט!" האט יענער געענטפערט: "אזוי? א שאד איך האב דאס נישט געוויסט!..." דער הייליגער רבי האט דעם כח דאס אויסצורייסן פון אונז און אונז צו ווייזן וואס עס איז באמת חשוב; לערנען יעדן טאג די שיעורים איז חשוב, און רעדן צום אייבערשטן איז חשוב. &nbsp; ביי נעילת החג, וואס איז געפראוועט געווארן אינאיינעם מיט שלש סעודות, האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט די כתובה. דערנאך האט מען געזונגען ניגוני שבועות, און דערנאך האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט שיחות הר"ן סימן צ"א, "סגולה להתמדת התורה" &ndash; נישט צו רעדן אויף קיין שום איד, ווייל יעדער איד איז אן אות אין די תורה, און אויב איין אות פעלט אדער איז נישט געשריבן כהוגן, איז די גאנצע תורה פסול. אזוי אויך דארף מען וויסן אז דו אליין ביסט דאך אויך אן אות אין די תורה, ממילא טאר מען אויף זיך אליין אויך נישט רעדן און זיך נישט אראפקלאפן. דער ראש ישיבה האט זיך אנגערופן: "איך האב פאר דיר א גוטע 'פאדקעסט' צו קוקן: מאך דיר א שיעור אין מדרש רבה; דו מוזט עס זען, איך זאג דיר דו וועסט הנאה האבן." אויך האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט פונעם וויכטיגקייט פון קומען דאווענען אין שול שחרית, מנחה און מעריב, וואס נאר דורך דעם האט מען הצלחה. אזוי אויך דארף מען אהיימגיין צו די ווייב און קינדער נאך פינף אדער זעקס אזייגער. &nbsp; מוצאי יום טוב האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ פאר אריבער א שעה, זינגענדיג דעם פרייליכן ניגון "תורת ה' תמימה משיבת נפש". אלע האבן זיך געפריידט און געטאנצן אויף די זכיה צו האבן אזא לעכטיגע ווינקל, וואס מען לערנט מיט אונז אזעלכע גוטע און ניצבארע עצות פארן לעבן. &nbsp; תורת ה' תמימה משיבת נפש. &nbsp;

    < זעה מער טז סיון תשפ"ו 📝
  • שיינע יום טוב שבועות אין שטעטל אריבער מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    א הערליכער יום טוב שבועות איז אריבער אויף גאנץ כלל ישראל בכל אתר ואתר, ובפרט ביי אנשי שלומינו איבעראל, וואו מען האט זיך מחזק געווען און ווידער מקבל געווען די תורה באהבה ובשמחה. &nbsp; דא וועלן מיר געבן א קורצן באריכט איבער דעם וואס עס האט זיך אפגעטון אין שטעטל קרית ברסלב, ליבערטי, וואו אנשי שלומינו האבן אפגעראכטן דעם יום טוב אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; פאר יום טוב האט דער ראש ישיבה געבעטן אז אלע שולן אין שטעטל זאלן ווייטער אנגיין כסדרן &ndash; סיי די ליקוטי מוהר"ן שול, סיי די ירושלים שול, סיי די עצתו אמונה שול, און אלע אנדערע בתי מדרשים; יעדער איינער זאל זיך צוזאמקומען דאווענען מיט אנשי שלומינו. דאס איז ווייל דער רבי האט צוגעזאגט אז ווער עס קומט צו אים אין די דריי זמנים פון יאר (ראש השנה, שבת חנוכה און שבועות), נעמט ער ארויס פון עולם התוהו. מען זאל נישט לעבן אין פאנטאזיע לאנד, נאר מען זאל לעבן אין דער ריאליטעט און געדענקען דעם מציאות אז דער אייבערשטער איז דא. &nbsp; לכבוד שבועות האט מען הערליך צוגעגרייט דעם בית המדרש. מו"ה אייזיק אפעל הי"ו האט אויפגעשטעלט א מייסטערהאפטיגע שיינע חופה מיט בלומען און ביימער ביים ארון קודש און ביים באלעמער, און האט גאר שיין באצירט דעם בית המדרש לכבוד דעם יום טוב. פילע געסט פון נאנט און ווייט זענען זיך צוזאמגעקומען אין שטעטל. &nbsp; די ערשטע נאכט שבועות האט מען געדאווענט גאר געשמאק. דער דיין שליט"א איז צוגעגאנגען צו מנחה, און ביי מעריב האט מען געהאט די זכיה צו הערן דעם ראש ישיבה שליט"א דאווענען פאר'ן עמוד. &nbsp; נאך די סעודה איז דער עולם זיך צונויפגעקומען צום תיקון ליל שבועות. מען האט געזאגט דעם לעכטיגן סדר תיקון ליל שבועות וואס דער הייליגער אריז"ל האט מתקן געווען, וואס דויערט נישט צו לאנג: דעם ערשטן און לעצטן פסוק פון יעדע פרשה און ספר פון תנ"ך. דערנאך האט מען געזאגט די תרי"ג מצוות. אנדערש ווי אלע יארן ביז יעצט, ווען מען פלעגט זיך אפשטעלן ביי יעדע הונדערט מצוות צו זינגען ניגונים פון אמונה, האט דער ראש ישיבה היי-יאר געזאגט: "רבותי, מיר גייען עס שניידן דאס מאל ביי יעדע פופציג, מסכים?" מען האט זיך אפגעשטעלט ביי יעדע פופציג מצוות ווייל מען האט זיך פשוט נישט געקענט איינהאלטן אזוי לאנג; מען האט זיך אויפגעשטעלט פון די פלעצער און אויסגעבראכן אין א געזאנג, טאנצנדיג מיט א געוואלדיגע שמחה. מיר זענען זוכה מקיים צו זיין אלע תרי"ג מצוות, און אפילו די מצוות וואס זענען נאר נוגע בזמן שבית המקדש היה קיים זענען מיר אויך מקיים, ווייל מיר בענקען זיי מקיים צו זיין. יעדער איז געווען פרייליך אז מען עסט נישט קיין טריפות און קיין חמץ בפסח, און אז מיר זענען דעם עם הנבחר. מען האט געזאגט די תרי"ג מצוות און געטאנצט ביזן עלות. אינצווישן האט דער ראש ישיבה עטליכע מאל גערעדט און ארויסגעברענגט ווי גליקליך מיר זענען. &nbsp; פארן דאווענען שחרית איז פארגעקומען א הערליכער שיעור דורכן ראש ישיבה. ביי "אהבה רבה" האט מען געזונגען דעם באקאנטן ווארימען ניגון וואס שטאמט פונעם הייליגן ר' ר' מענדעלע רימינוב'ער זי"ע; מען האט עס ארויפגעזעצט אויף די ווערטער און געזונגען אינאיינעם, וואס דאס איז אריין טיף אין הארץ. אנשטאט צו זינגען "אוי יו יאם, אי יי יאם", האט מען געזונגען "אהבה רבה אהבתנו", און דער באדייט דערפון - "באשעפער דו האסט אונז ליב" - איז אריינגעדרונגען טיף אין די ביינער. דערנאך ביי "חמלה גדולה ויתרה חמלת עלינו", האט מען געשפירט די גרויסע און שטארקע רחמנות וואס דער אויבערשטער האט אויף אונז. נאך אזא הקדמה, ווען מען איז צוגעקומען צו די ווערטער "אבינו אב הרחמן המרחם רחם עלינו", בעטנדיג פונעם אויבערשטן ער זאל ווייטער רחמנות האבן אויף אונז מיר זאלן קענען לערנען זיין תורה און אים פאלגן, האט זיך דאס הארץ געעפנט; מען האט זיך גוט אויסגעבעטן און זיכער געפועלט. &nbsp; נאכן דאווענען איז פארגעקומען א הערליכער מעמד, וואו מען האט געהערט א גאר טיפן און שיינען "קרעפל פשטעל, וואס האט יעדן איבערגענומען. עס איז געווען א מחזה הוד ווען מאסן קינדער און בחורים צוגלייך האבן זיך געשלענגלט אין א לאנגע רייע, יעדער איינער מיט זיינע סיומים; עטליכע קינדער האבן אפילו געמאכט א סיום הש"ס. &nbsp; צוערשט האט א אינגל, יוסף פעלדמאן ב"ר משה יחיאל, געמאכט א סיום הש"ס. דערנאך האט הבחור החשוב ב"ר שמעון עוזר מיטלמאן אויך געמאכט א סיום הש"ס, נאכגעפאלגט מיט נאך אסאך הערליכע סיומים איינס נאכן צווייטן. עס איז געווען א לעכטיגער מחזה צו זען אזא הערליכע "קרעפל פשעטל"; מען האט געזען ווי יעדער איינער האט א שייכות מיט די תורה, און אז די תורה איז געמאכט פאר אונז אלע און יעדער קען עס דערגרייכן. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט איבער די שיינקייט פון דעם דרך הלימוד, וואס לערנט אונז אויס אז די תורה איז נישט געמאכט נאר פאר געוויסע יחידים, נאר יעדער איד קען אנקומען צום כתר תורה. &nbsp; ביינאכט האט מען זיך צוזאמגעקומען און געליינט די תנאים שבין ישראל לאבינו שבשמים. עס איז ארויסגעברענגט געווארן די שיינקייט פון דעם וואס מיר האבן די תורה, וויאזוי מיר וואלטן נעבעך אויסגעזען אן איר, און ווי שטארק מען דארף זיך פרייען מיט דעם מתנה טובה. &nbsp; א ווייטערדיגע באריכט וועט בעז"ה נאכפאלגן. Polish &nbsp;

    < זעה מער ח סיון תשפ"ו 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 442 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 29 30
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com