• ENGLISH
  • |
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • בית פיגא שולע געעפנט אין ירושלים עיר הקודש צום נייעם אלול זמן

    זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו. דער פסוק פון הלל זאגן אנשי שלומינו אין ירושלים עיר הקודש, ווען נאך א לאנגע צייט פון האפן און בעטן דעם אייבערשטן האט מען יעצט זוכה געווען אז די תפילות זענען נתקבל געווארן און מען האט געעפענט דער נייער שולע "בית פיגא ברסלב", ווי די קינדער פון אנשי שלומינו וועלן האבן די זכיה צו לערנען פון גאר איבערגעגעבענע לערערינס תלמידות היכל הקודש, וואס ווייסן וויאזוי מען דארף מחנך זיין אידישע נשמות, און פון קליינווייז אן וועלן זיי שוין וויסן אז "אכן יש השם במקום הזה", יא דער אייבערשטער איז דא אין דעם פלאץ ווי איך שטיי, "ואנכי" אויב טראכט מען פונעם איך, "לא ידעתי" פארגעס איך דערפון (אזוי פלעגט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגן פאר די קינדער ווען ער איז געווען א מלמד אלס אינגערמאן).   פאר נישט לאנג צוריק האט זיך געעפענט דער תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים מיט דריי קינדער אין שטוב פון מו"ה שמעון עוזר פערל הי"ו וואס האט אראפגענומען א צימער פון זיין דירה, וואס האט א באזונדערע אריינגאנג פון די גאס, און א חצר פאר די קינדער צו שפילן.    מען האט דעמאלט אויפגענומען א מלמד מומחה א תלמיד פונעם ראש ישיבה, וואס האט גענומען שימוש וויאזוי צו לערנען מיט קינדער ביים ראש ישיבה אין וויליאמסבורג. ביז יעצט קומען כסדר צו נאך קינדער צום תלמוד תורה, און מען מען שוין אויפגענומען נאך א מלמד מומחה. די עלטערן און די קינדער צוגלייך זענען ברוך השם זייער שטארק צופרידן, די קינדער זענען זייער פרייליך יעדן טאג צו גיין אין חדר, ווי דער איבערגעגעבענער מלמד ווארט זיי אפ, און געבט זיך אפ מיט זיי מיט ווארימקייט, און פרעדיגט אריין אין זיי אמונה אינעם אייבערשטן, אויף אזא וועג אז זיי זאלן דאס קענען מיטנעמען אויפ'ן גאנצן לעבן בעזרת השם יתברך.   נאכדעם וואס די עלטערן האבן געזעהן די הצלחה פון זייערע אינגלעך אין תלמוד תורה, זענען זיי געקומען צום מנהל פרעגן וואס וועט זיין מיט די מיידלעך זיי ווילן אויך באקומען די שיינע חינוך פון אמונה.   די הנהלה האט איבערגעשמועסט מיטן ראש ישיבה, און איבערגעגאנגען אלע אפציעס בנוגע עפענען דעם נייעם פיגא שולע, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אויפ'ן נייעם אלול זמן קען מען עפענען בשעה טובה ומצלחת.   ביים ליל שישי שיעור פארגאנגענעם וואך פרשת עקב האט דאס דער ראש ישיבה דערמאנט און ארויסגעברענגט די חסדים פונעם אייבערשטן וואס ער טוט מיט אונז אז מען האלט שוין ברוך השם ביים פערטן בית פיגא שולע. דער ערשטער איז געווען וויליאמסבורג, דאס צווייטע איז קרית ברסלב ליבערטי, דער דריטער איז אין קרית יואל, און יעצט עפענט זיך אויף דער פערטער בית פיגא שולע קעה"ר צו די פרייד פון אלע אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר.   דער אייבערשטער זאל העלפן אז דאס זאל גאר שטארק מצליח זיין, עס זאל ארויס קומען פון די שולע ערליכע הייליגע תלמידות וואס לעבן מיט אמונה און ווייסן אז אידישקייט איז די שענסטע און געשמאקסטע זאך אויף דער וועלט.   אויב ווילט איר האבן א חלק אין דעם חדר און אין דעם סקול אין ירושלים עיה"ק קען מען זיך אלעמאל פארבינדן מיטן גבאי מו"ה אייזיק אפפעל הי"ו אויף 646-302-8957.   רבות בנות עשו חיל ואת עלית על כולנה

    < זעה מער ד אלול תשפ"ב 📝
  • דראמאטישע הערליכע פלעי פאר פרויען און מיידלעך היינט זונטאג, מארגן מאנטאג, און איבערמארגן דינסטאג

    די נייעס איבער די גאר דראמאטישע העכסט אינטערעסאנטע פלעי, "דער חכם מיט'ן תם", וואס ווערט אהערגעשטעלט אין די יעצטיגע טעג בעז"ה דורך די "בית פיגא ברסלב" תלמידות, איז זייער שנעל צעשפרייט געווארן פון מויל צו אויער ביי פרויען און מיידלעך. כאטש וואס מ'האט צוגעגרייט צו מאכן דריי מאל די פלעי, לויפן אבער אויס די טיקעטס גאר שנעל. &nbsp; אין לויף פון די יארן האט די סקול שוין אויפגעשפילט גאר שיינע פארשטעלונגען פון די מעשיות וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט, אבער דאס מאל אנטשפרעכט עס צו זיין גאר א פראפעסינאלע געלונגענע פלעי, וואס וועט איבערשטייגן אלע פריערדיגע, עס וועט האלטן געשפאנט די צושויער פאר לאנגע שעות, און זיי באגלייטן אויף שפעטער פאר גאר א לאנגע צייט. &nbsp; אין די פריערדיגע יארן איז די שפיל געווען דער געשפרעך פון טאג פאר א לאנגע צייט ביי די פרויען, די שפיל "דער בערגער און דער ארימאן" איז ארויסגעקומען שפעטער און איז פארקויפט געווארן אויף די אידישע מארקעט, און איז געווארן פון די בעסטע פארקויפטע פלעיס, און ביז יעצט ווערט נאך פארקויפט טויזנטער שטיק דערפון. ווי מען הערט צוריק פון די קאסטומערס וואס האבן עס געקויפט, האט דער שפיל איבערגעלאזט א געוואלדיגע רושם אויף די צוהערער. איינער האט געשריבן: "איך האב שוין געזען אסאך פלעיס, און אפילו מער פראפעשאנעל, אבער וואס די פלעי האט געמאכט מיט מיר האב נאך קיינמאל געהאט, נאכ'ן זען די פלעי בין איך אריין אין מיין צימער און פשוט אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן ווי מען רעדט צו א חבר'טע - צום ערשטן מאל אין מיין לעבן!! א גרויסן דאנק בית פיגא סקול פאר די פלעי!" &nbsp; די פארשטעלונג וועט זיין פון די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט אין די ניינטע מעשה אינעם הייליגן ספר "סיפורי מעשיות". די מעשה פאר זיך איז גאר א דראמאטישע ערציילונג, עס הויבט זיך אן מיט צוויי קינדער וואס האבן געלערנט אין איין חדר, איינער איז געווען א חכם און דער צווייטער א תם. אין לויף פון די געשיכטע באגלייטן מיר די לעבנ'ס געשיכטע פון ביידע קינדער ביז צו זייער עלטער, ווי אזוי דער גרויסער חכם, דער וועלט בארימטער פראפעסאר, דער ריזן עושר, איז צוביסלעך איינגעגאנגען און איז געווארן א בעטלער און אריינגעפאלן טיף אין די בלאטע, און דער תם וואס האט גארנישט געהאט און גארנישט געקענט, א שוסטער וואס קען קוים מאכן שיך, א בלוטיגער ארעמאן, האט זייער שיין מצליח געווען. &nbsp; אין לויף פון די סצענעס וועט מען מיטהאלטן לעבעדיג די פרייליכע און טרויעריגע מאמענטן, אנגעצויגענע און רואיגע מצבים, און זען וואס איז דער סוד פון הצלחה אויף דער וועלט, ווי אזוי קענען מיר מצליח זיין אין לעבן, אפילו אויב מיר קענען גארנישט און מיר פארמאגן גארנישט. &nbsp; די פלעי וועט אי"ה פארגעשטעלט ווערן אין די פראכפולע אודיטאריום פון די בנין המוסדות אין ליבערטי, אויף 39 טשעסטנאט סטריט, היינט זונטאג ראה (למס' אוגוסט 21) אום 1:30 מינטאג, מארגן מאנטאג און איבערמארגן דינסטאג (למס' אוגוסט 22 און 23) אום 7:30 אווענט. די פרייז פאר א טיקעט איז $25. מ'קען קויפן טיקעטס דורכן במשך דעם טאג 347-786-1767 אדער 347-263-2467 . &nbsp; פאר טראנספארטאציע פאר גרופעס קען מען רופן פון 6 ביז 10 נאכמיטאג אויף 845-381-6585. מאכט זיכער צו קויפן טיקעטס פון פאראויס, ווייל ס'וועט נישט בלייבן צופיל טיקעטס צו קויפן ביים טיר. &nbsp; לבית יעקב אלו הנשים! &nbsp;

    < זעה מער כד אב תשפ"ב 📝
  • היינט דינסטאג לעצטע געלעגענהייט מיטצוהאלטן דעם דראמאטישן שפיל "פארטוישטע קינדער" פאר פרויען אין מיידלעך

    אין די פארגאנגענע צוויי טעג האבן הונדערטער פרויען באלאגערט דעם גרויסן אוידאטאריום פון די מוסדות אין ליבערטי און מיטגעהאלטן דעם דראמאטישן שפיל "פארטוישטע קינדער", די פרויען זענען געזיצן פאר עטליכע שעה צוגענאגעלט צו די פלעצער און מיטגעהאלטן די שטורמישן רייזע פון צוויי קינדער וואס זענען בייזוויליג פארטוישט געווארן, און זיי באגלייט איבער שטעט לענדער און וועלדער, און געזען ווי דער אייבישטער פירט די וועלט אזוי שיין, און ווי דער אייבישטער נעמט אן די תשובה פון יעדן איד, און ווי ווייט א איד קען צוקומען ווען מען טוט תשובה. דער שפיל ווערט מיטן אייבערשטנ'ס געשפילט דורך די תלמידות פון די העכערע קלאסן פון די "בית פיגא" ברסלב סקול.&nbsp; אלע באטייליגטע פון די לעצטע צוויי טעג זאגן עדות אז דער שפיל איז ב"ה העכסט פראפעסיאנאלע און דראמאטיש. מען זעט די כחות וואס די פראדוצירערע און מחנכות האבן אריינגעלייגט אין די מיידלעך ארויסצוברענגען פון זיי דאס בעסטע. און האלט דעם אוידענץ געשפאנט מיט אפענע מיילער פאר עטליכע שעה, און לאזט איבער א רושם אויף גאר א לאנגע צייט, עס גיבט אינספיראציע פאר די פרויען און מיידלעך און פילט אן מיט חיזוק און שמחת המצוות וואס מען נעמט מיט זיך אהיים, און געבט פרישע כחות און מוט אנצוגיין מיטן לעבן. די שפיל פון פאריאר וואס איז ארויסגעקומען אויף DVD מיט א האלבע יאר צוריק, און איז דא צו באקומען אויף די אידישע מארקעט, און איז געווארן פון די בעסטע פארקויפטע פלעיס אין די געשעפטן, און ווערט נאך היינט פארקויפט דערפון טויזנטער שטיק, האט אויך איבערגעלאזט א געוואלדיגע השפעה אויף אלע צוהערער, ווי מען קען זען פון די "ריוויוס" וואס די קאסטומערס אויף "ניגון מיזוק" האבן איבערגעלאזט, צום ביישפיל שרייבט איינע (איבערגעטייטש אויף אידיש): "איך האב שוין געזען אסאך פלעיס, און אפילו מער פראפעשאנעל, אבער וואס די פלעי האט געמאכט מיט מיר האב איך נאך קיינמאל געהאט. נאכן זען די פלעי, בין איך אריין אין מיין צימער, און פשוט 'אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן ווי מען רעדט צו א חברטע' - צום ערשטן מאל אין מיין לעבן!! א גרויסע דאנק אייך בית פיגא סקול פאר די פלעי!". ווי געזאגט איז דער יעצטיגער פלעי ברוך השם ארויף נאך א שטאפל העכער, און איז נאך שענער און דראמאטישער פון די פריערדיגע. דער שפיל "פארטוישטע קינדער" איז געבויעט אויף די עלפטע מעשה פון סיפורי מעשיות וואס דער הייליגער רבי האט געשריבן וואס איז פול מיט חיזוק, מוסר און יראת שמים, און "וועקט אויף א מענטש פון שלאף" (לשון פון הייליגן רבין). דער שפיל וועט היינט אויפגעשפילט ווערן צו לעצטן מאל אום 8:00 אווענט אינעם אוידיאריום פון די מוסדות אויף 39 טשעסטנאט סט. ליבערטי ניו יארק 12754. מען קען קויפן טיקעטס דורך רופן 845-422-5305 אדער 929-722-6836. אויך ווערט פארקויפט א באגרעניצטע צאל טיקעטס ביים טיר. 📸 דער שפיל "פארטוישטע קינדער" 🛒 צו קויפן די DVD פון די פריערדיגע שפיל

    < זעה מער כה אב תשפ"א 📝
  • בלויז איין וואך צום דראמאטישן שפיל פאר פרויען: פארטוישטע קינדער

    מיטן אייבערשטנ'ס הילף גרייטן זיך די העכער קלאסן מיילדעך פון "בית פיגא" צום מעידזשאר פלעי וואס גייט בעז"ה פארקומען קומענדיגע וואך פרשת ראה הבעל"ט. אזוי ווי די פארגאנגענע שפיל, גרייט זיך בית פיגא מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו א פרישע העכסט פראפעסיאנאלע און דראמאטישע שפיל, מיטן נאמען "פארטוישטע קינדער" און מיט'ן אייבערשטנס הילף, וועט עס נאך זיין אסאך שענער, און בעסער ווי די פריערדיגע. די פראדוצירערע האבן אריינגעלייגט אומגעהויערע כחות ארויסצוברענגען די חשובע תלמידות זייערע בעסטע טאלאנטן, און אנטשפרעכט צו האלט די אוידענץ געשפאנט מיט אפענע מיילער פאר עטליכע שעה, און וועט איבערלאזן ביי זיי א רושם אויף גאר א לאנגע צייט. בפרט, וועט עס אינספירירן די טייערע חשובע פרויען און מיידלעך מיט חיזוק און שמחת המצוות וואס זיי וועלן מיטנעמען מיט זיך אהיים, און וועט זיי געבן פרישע כחות און מוט אנצוגיין מיטן לעבן. די פריערדיגע שפיל וואס איז ארויסגעקומען אויף די-ווי-די און איז פארקויפט געווארן אויף די אידישע גאס, און איז געווארן פון די בעסטע פארקויפטע פלעיס אויף די מארקעט, און ווערט נאך היינט פארקויפט דערפון טויזנטער שטיק, האט איבערגעלאזט א געוואלדיגע השפעה אויף אלע צוהערער, ווי מען קען זען פון די "ריוויוס" וואס די קאסטומערס אויף "ניגון מיזוק" האבן איבערגעלאזט, צום ביישפיל האט איינע געשריבן (איבערגעטייטש אויף אידיש): "איך האב שוין געזען אסאך פלעיס, און אפילו מער פראפעשאנעל, אבער וואס די פלעי האט געמאכט מיט מיר האב נאך קיינמאל געהאט, נאכן זען די פלעי, בין איך אריין אין מיין צימער, און פשוט אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן ווי מען רעדט צו א חברטע - צום ערשטן מאל אין מיין לעבן!! א גרויסן דאנק בית פיגא סקול פאר די פלעי!". ווי געזאגט אנטשפרעכט דער פלעי בעזר השם צו זיין אסאך בעסער, שענער און דראמאטישער פון די פריערדיגע, דער שפיל "פארטוישטע קינדער" איז געבויעט אויף די עלפטע מעשה פון סיפורי מעשיות וואס דער הייליגער רבי האט געשריבן וואס איז פול מיט חיזוק, מוסר און יראת שמים. מען קען שוין קויפן טיקעטס. רופט 845-422-5305 אדער 929-722-6836. דער שפיל וועט פרעזענטירט ווערן דריי מאל: זונטאג ראה (למס' אויגוסט 1) אום 2:00 מיטאג, מאנטאג און דינסטאג ראה (למס' אוגוסט 2-3) אום 8:00 אווענט, און וועט אפגעהאלטן ווערן אינעם הערליכן גרויסן אוידיטאריום פון די בנין המוסות אויף 39 טשעסטנאט סטריט, ליבערטי ניו יארק 12754. 📸 דער שפיל "פארטוישטע קינדער" 🛒 צו קויפן די DVD פון די פריערדיגע שפיל

    < זעה מער טז אב תשפ"א 📝
  • 📀 פלעי "דער בערגער און דער ארימאן" שוין דא צו באקומען

    עס איז יעצט די געשפרעך פונעם טאג די גאר דראמאטישע העכסט אינטערעסאנטע פארשטעלונג "דער בערגער און דער ארעמאן", וואס איז אהערגעשטעלט געווארן די פאראיאר דורך די "בית פיגא ברסלב" תלמידות, און איז מיטגעהאלטן געווארן דורך הונדערטער פרויען וואס זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט מיטצוהאלטן די פלעי. דער שפיל נעמט בערך 3 שעה, און איז פול מיט ערליכע געשמאק אינהאלט. אלע פרויען וואס האבן געזען דעם שפיל זענען געווען גאר שטארק באגייסטערט ווי שיין עס איז געווארן אויפגעשפילט, און ווי פאכמאניש די מיידלעך האבן עס אהערגעשטעלט מיט לעבעדיגע פארבן. ווען מ'האט געדרוקט צום ערשטן מאל דעם הייליגן רבינ'ס ספר "ספורי מעשיות", האט דער הייליגער רבי געזאגט אז מ'זאל עס דרוקן אויך אין אידיש, אז פרויען און קינדער זאלן עס אויך קענען ליינען און פארשטיין, ווייל די הייליגע מעשיות האבן אין זיך געוואלדיגע כוחות אויפצואוועקן א מענטש פון שלאף, ער זאל נישט פארשלאפן זיינע טעג און יארן מיט נארישקייטן, נאר געדענקען דעם תכלית אז מיר זענען דא אויף דער וועלט נאר צו ווערן נאנט צום אייבערשטן און צו לעבן מיט'ן אייבערשטן. דאס איז סתם אזוי ווען מ'ליינט די הייליגע מעשיות, און זיכער ווען מ'שפילט אויף די מעשה לעבעדיג, גייט דאס אריין אין די ביינער און עס וועקט אויף דעם איד צום אייבערשטן. אויסער די פילע מוסר השכל וואס מ'קען פשוט ארויסנעמען פון די מעשיות, ליגט אין דעם נאך געוואלדיגע גרויסע סודות התורה. און דאס האט מען טאקע געזען יעצט ביי די פלעיס, ווי די פרויען האבן גאר שטארק הנאה געהאט און באקומען אסאך חיזוק און התעוררות פון דעם שיינעם אינהאלטספולן פלעי, זאכן וואס מ'קען מיטנעמען אין לעבן, די חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן העלפן און באגלייטן יעדן איד אויף טריט און שריט. מען האט אגעשפילט די הייליגע מעשה י' פון סיפורי מעשיות "בערגער ועני" וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט: (דא ברענגען מיר די מעשה "זייער זייער" בקיצור) עס איז געווען אן ארימאן, וואס האט גארנישט פארמאגט. העכער אים האט געוואוינט א סוחר (דער "בערגער") א גרויסער עושר. איינמאל זענען עטליכע פרויען געגאנגען שפאצירן, צווישן זיי די פרוי פונעם ארימאן, און א גרויסע גענעראל איז דורכגעפארן, און געהייסן מ'זאל אים געבן איינע פון די פרויען, און אזוי איז די ארימע פרוי פארכאפט געווארן ביים גענעראל. דער ארימאן האט עס נישט אויסגעהאלטן. יעצט האט ער שוין ממש גארנישט אויף דער וועלט. דער סוחר האט דאס געהערט, האט ער זיך מוסר נפש געווען, און איינגעשטעלט זיין לעבן, און געראטעוועט די פרוי. זיי האבן זיך געדארפט באהאלטן אין "זיבן וואסערן". זי, שפירנדיג א הכרת הטוב צו אים, האט געשוואוירן אז אויב זי וועט אמאל פארמאגן עפעס, וועט זי עס אים געבן. אין זכות פון זייער ערליכקייט, האט דער אייבישטער זיי ביידע באשאנקען מיט א קינד, דער סוחר מיט א אינגל, און דער ארימאן מיט א מיידל. דאס מיידל איז געווען א מורא'דיגע געלונגענע און שיינע, האט דער סוחר פארגעשלאגן זיך משדך זיין מיט זיי, און זי האט מסכים געווען. ביזדערווייל איז באקאנט געווארן איר שיינקייט און געלונגענקייט אויף דער וועלט, האבן אלע חשובע לייט זיך געוואלט משדך זיין מיט זיי, אבער עס האט נישט געפאסט זיך משדך זיין מיט א פראסטע ארימאן, האט מען זיי אנגעהויבן צוביסלעך גרויס מאכן, ביז... ביז... דער ארימאן איז געווארן דער קייזער. יעצט האט דער "קייזער" נישט געפאסט זיך משדך זיין מיטן סוחר, און האט גערודפט דעם "חתן" דער סוחר'ס זון, ביז מען האט אים געמשפט צום טויט. די קעניגן האט פארציילט איר טאכטער די מעשה, און אז דער בחור איז איר חתן. דאס מיידל האט געשיקט א "כתב" מיט סימנים פון די "זיבן וואסערן" צו אים, און אים מחזק געווען אז זי איז מיט אים. די קעניגן האט שטילערהייט געראטעוועט דעם בחור, וואס איז אנטלאפן. אנטלויפענדיג האט ער זיך פארבלאנדשעט אין מדבר. דאס מיידל די "כלה" האט אפגעזאגט אלע שידוכים, בעטנדיג פאר אירע סימנים. דער בחור דער "חתן" האט באהאלטן דאס "כתב" אין א בוים, און האט עס פארלוירן צו זיין גרויס ווייטאג. ער אוועק פון דארט, און געהערט אז זיין כלה פארלאנגט סימנים, האט איבערגעגעבן די סימנים פאר עטליכע, אבער זי האט חושד געווען אז דאס איז נישט איר חתן, און פארלאנגט צו זען דאס "כתב". מ'האט ווידער פארשיקט דעם חתן, און איז צוריק אין מדבר. א ים רויבער האט באשלאסן צו פארכאפן די כלה, איר צו פארקויפן, מיט א גאנצע טריק האט ער איר געקידנעפט, און איר געסטראשעט צו שווייגן "איין ווארט, און איך שטיק דיר!", ער האט איר פארשטעלט מיט מענערישע קליידער. אויפן וועג האט א שטורעם זיי פארשלעפט צום זעלבן מדבר ווי דער חתן איז געווען, זי איז דארט אנטלאפן פונעם רוצח, און האט דארט אנגעטראפן איר חתן, אבער האבן זיך נישט דערקענט. די קעניגן איז געווארן זייער טרויעריג צו פארלירן איר איינציג טאכטער... דער שלום בית ביים קעניג איז צופאלן, ביז מען האט זיך גע'געט ר"ל. דער קעניג אלץ סינגל איז דורכגעפאלן אין אלע מלחמות וואס ער האט געפירט, האט די מדינה פארשיקט דעם קעניג און גענומען די קעניגן. דער קעניג איז אנטלאפן, און איז אויך אנגעקומען צום מדבר, און מען האט זיך נישט דערקענט. נאך עטליכע יאר אין מדבר, האט דער חתן פארציילט דעם "קעניג" זיין מעשה, אזוי האבן זיי אנטפלעקט ווער זיי זענען. דער חתן האט ווידער געזוכט דאס פארלוירענע כתב, און זיי האבן אים געפרעגט וואס ער זוכט האט ער זיי פארציילט, און זיי האבן אים געהאלפן עס זוכן, און די כלה האט עס געטראפן. צום ערשט האט מען זיך געפרייט, אבער דערנאך ווען ער האט געטראכט אז מן הסתם האט זי שוין חתונה געהאט. האט ער איר געזאגט אז אז זי (מיינענדיג אז זי איז א מאן) קען נעמען דאס כתב פאר זיך און דערמיט גיין חתונה האבן מיט זיין כלה. זי האט געוואלט חתונה האבן כדת, האט זי געזאגט אז זי וועט עס נעמען, אבער האט אים געבעטן מיטצוקומען. אזוי זענען זיי אלע אהיים געקומען, ווי זי האט אנטפעלקט פאר זיי אז זי איז די כלה. און דאן איז די חתונה פארקומען מיט א גרויסע שמחה. &nbsp; 🛒 צו קויפן ביי ברסלב סענטער 🛒 צו קויפן ביי ניגון מיוזיק 🛒 צו קויפן ביי מאוסטלי מיוזיק 📰 מען פארקויפט טיקעטס צום שפיל📜 דער ראש ישיבה שרייבט איבער ארויסגעבן דעם שפיל 🎦 מענער שושן פורים פלעי תשע"ט &nbsp; לְמַעַן תְּסַפֵּר בְּאָזְנַי בִּנְךָ!

    < זעה מער ד ניסן תשפ"א 📝
  • שבת התוועדות פאר בית פיגא תלמידות

    גאר א שיינעם שבת איז אריבער פארגאגענעם שבת ויצא אין קרית ברסלב ליבערטי נ"י פאר אלע תלמידות בית פיגא שתחיו פון אלע שטעט פון גרעיטער ניו יארק. דער שיינע שבת התוועדות איז אנגעפירט געווארן דורך די געטרייע מנהלת פון בית פיגא מרת לעסער תחי'. די סעודות שבת איז אריבער גאר שיין, מען האט פארברענגט צוזאמען גאר געשמאק, פרייטיג צונאכטס נאכ'ן סעודה זענען אריבער געקומען די פרויען וואס וואוינען אין שטעטל און צוזאמען האט מען געזינגען זמירות שבת ביז אין די שפעטע שעות, עס איז געווארן אהערגעשטעלט גאר א שיינע פאנעל און שיינע דרשות דורך די פרויען אנשי שלומינו פון קרית ברסלב פון וואס די תלמידות האבן מורא'דיג שטארק הנאה געהאט. אינדערפרי האבן די תלמידות געדאווענט צוזאמען גאר א ווארימע דאווענען, דערנאך האט מען געפראוועט א שיינעם סעודה. שלש סעודות איז אויך פאראיבער אויף גאר א שיינעם פארנעם, עס איז געווארן אהערגעשטעלט ביי איינע פון די חשובע איינוואוינער אין שטעטל. מוצאי שבת ביי מלוה מלכה האט מען פארגעשטעלט גאר א שיינע שפיל פון וואס די תלמידות זענען ארויס מלא חיזוק. &nbsp; השבת נועם הנשמות

    < זעה מער יז כסלו תשפ"א 📝
  • שבת התוועדות פאר תלמידות "בית פיגא" ברסלב

    אין עטליכע וואכן ארום וועט אי"ה פארקומען צום ערשטן מאל א שבת התוועדות פאר אלע תלמידות "בית פיגא" ברסלב פון איבעראל, וואס וועלן זיך צוזאמקומען אינאיינעם אויף א שיינעם שבת, און זיך צוזאמען מחזק זיין מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז. &nbsp; דער שבת וועט אי"ה ווערן אנגעפירט דורך די חשובע מנהלת מרת לעזער תחי', וואס איז ברייט באקאנט מיט אירע איבערגעגעבנקייט צו יעדע תלמידה באזונדער, און עס אנטשפרעכט צו זיין גאר א שיינער געשמאקער שבת פון וואס די מיידלעך וועלן זייער שטארק הנאה האבן. &nbsp; השבת נועם הנשמות!

    < זעה מער יז חשון תשפ"א 📝
  • שטארקע סוקסעס מיט די פלעי "דער בערגער און דער ארעמאן"

    די געשפרעך פונעם טאג איז יעצט איבער די גאר דראמאטישע העכסט אינטערעסאנטע פארשטעלונג "דער בערגער און דער ארעמאן", וואס איז אהערגעשטעלט געווארן די וואך זונטאג און מאנטאג דורך די "בית פיגא ברסלב" תלמידות, אין די זאלן פון עדן פאלאס אין וויליאמסבורג, מיט די באטייליגונג פון הונדערטער פרויען וואס זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט מיטצוהאלטן די פלעי. אום זונטאג איז די פלעי געשפילט געווארן צוויי מאל, איינמאל נאכמיטאג און די צווייטע מאל ביינאכט, און אום מאנטאג איז די פלעי פארגעקומען איינמאל פארנאכטס. אלע באטייליגטע פרויען זענען געווען גאר שטארק באגייסטערט ווי שיין עס איז געווארן אויפגעשפילט די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט, און ווי פאכמאניש די מיידלעך האבן עס אהערגעשטעלט מיט לעבעדיגע פארבן. ווען מ'האט געדרוקט צום ערשטן מאל דעם הייליגן רבינ'ס ספר "ספורי מעשיות", האט דער הייליגער רבי געזאגט אז מ'זאל עס דרוקן אויך אין אידיש, אז פרויען און קינדער זאלן עס אויך קענען ליינען און פארשטיין, ווייל די הייליגע מעשיות האבן אין זיך געוואלדיגע כוחות אויפצואוועקן א מענטש פון שלאף, ער זאל נישט פארשלאפן זיינע טעג און יארן מיט נארישקייטן, נאר געדענקען דעם תכלית אז מיר זענען דא אויף דער וועלט נאר צו ווערן נאנט צום אייבערשטן און צו לעבן מיט'ן אייבערשטן. דאס איז סתם אזוי ווען מ'ליינט די הייליגע מעשיות, און זיכער ווען מ'שפילט אויף די מעשה לעבעדיג, גייט דאס אריין אין די ביינער און עס וועקט אויף דעם איד צום אייבערשטן. אויסער די פילע מוסר השכל'ס וואס מ'קען פשוט ארויסנעמען פון די מעשיות, ליגט אין דעם נאך געוואלדיגע גרויסע סודות התורה. און דאס האט מען טאקע געזען יעצט ביי די פלעיס, ווי די פרויען האבן גאר שטארק הנאה געהאט און באקומען אסאך חיזוק און התעוררות פון דעם שיינעם אינהאלטספולן פלעי, זאכן וואס מ'קען מיטנעמען אין לעבן, די חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן העלפן און באגלייטן יעדן איד אויף טריט און שריט. &nbsp; למען תספר באזני בנך!

    < זעה מער כה שבט תשפ 📝
  • נייע מיידל קעמפ ווערט אפגעקויפט

    מיט פרייד איז געווארן אויפגענומען די נייעס ביי אנשי שלומינו אז אין די יעצטיגע טעג איז געשלאסן געווארן דער מקח פאר א נייע מיידל קעמפ אין סאוט פאלסבורג אין די קעטסקילס. אזוי ווי די משפחות פון אנשי שלומינו צואוואקסן זיך קע"ה אויף א גרויסן פארנעם, איז געזען געווארן פאר נויטיג צו טרעפן א נייעם גרויסן קעמפ פאר זומער באזונדער פאר די מיידלעך, וואו זיי זאלן קענען פארברענגען דעם זומער אויף א געשמאקן ערליכן פארנעם, מיט אמונה און יראת שמים, אונטער די פירערשאפט פון די חשובע מנהלת מרת לעזער שתחי'. דערפאר האט זיך די הנהלת המוסדות אריינגעלייגט צו זוכן און טרעפן א גוטע קעמפ וואס זאל זיין געאייגנט פאר די מיידלעך, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט מען מצליח געווען אפצוקויפן דעם נייעם קעמפ. כה תאמר לבית יעקב!

    < זעה מער ה אייר תשע"ט 📝
  • בית פיגא מיידל שולע ציעט זיך אריבער צו א נייע לאקאל בשטו"מ

    געלויבט השי"ת ווי די הייליגע ברסלבע סקול און ת"ת זענען זיך צואוואקסן אויף אן אויסטערלישן פארנעם. אויב פון אנפאנג ווען מוהרא"ש ז"ל האט געגרינדעט די ת"ת איז איין שטאק געווען "ריזיג" לויטן געברויך, איז יעצט קע"ה צום נייעם יאר איז עס געווארן אזוי אויסגעוואקסן אזש עס איז שוין געווארן ממש אוממעגליך ווייטער אנצוגיין אזוי. די ת"ת האט שוין געמוזט איבערנעמען ביידע שטאקן, און די מיידל סקול האט שוין אויך נישט אריינגעפיט אין דעם איינעם שטאק. די הנהלת המוסודות האט זיך אריינגעלייגט צו טרעפן א פערמענאנטע געביידע ווי די סקול זאל ווערן איינקוואטירט, און ביזדערווייל האט מען ב"ה געטראפן א פאסיגע לאקאל א פרעכטיגע 3 שטאקיגע געביידע אויף 161 פרענקלין עוועניו, ווי די סקול האט זיך ב"ה פאריגע וואך אריינגעצויגן בשעה טובה ומצלחת. דער נייער פלאץ האט געברענגט די געווינטשענע הרחבת הדעת, זייענדיג א גרויסע און רחוותדיגע פלאץ, מיט גענוג קלאס צימערן, א גרויסע עס זאל, אפיסעס, און א שיינע שפיל הויף. וְהָיָה רֵאשִׁיתְךָ מִצְעָר וְאַחֲרִיתְךָ יִשְׂגֶּה מְאֹד.

    < זעה מער כט כסלו תשע"ט 📝
  • פּי-טי-עי "חינוך און נחת אווענט", קומענדיגע מיטוואך נאכט אין בית פיגא

    מיטוואך נאכט פרשת וישב, כ' כסלו (למס' נאוועמבער 28) אום 8:30 אווענט גייט בעז"ה פארקומען די פּי-טי-עי (עלטערן-לערערינס פארזאמלונג) פאר אלע מאמעס פון די בית פיגא סקול. די פּי-טי-עי נחת אווענט וועט וועט בעז"ה פארקומען אינעם נייעם לאקאל פונעם סקול אויף 160 פרענקלין עוועניו, ווי אלע מאמעס וועלן בעז"ה האבן די געלעגענהייט צו שעפּן נחת פון זייערע קינדער, ווי זיי שטייגן און בליען מיט יראת שמים, מידות טובות, און דרך ארץ. דער ראש ישיבה האט פארלאנגט פון אלע חשובע מאמעס וואס האבן קינדער אין די מוסדות אז זיי מוזן קומען, מ'גייט אויפשפילן א גאר וויכטיגע דרשה פונעם ראש ישיבה שליט"א ספעציעל פאר דעם אווענט, זיך צו שטארקן אינאיינעם אין חינוך הילדים, צו הערן עצות און חיזוק ווי אזוי זיך אפצוגעבן מיט די קינדער ווי עס דארף צו זיין, און זיי מחנך זיין על דרכי התורה והיראה. די בית פיגא סקול איז ספעציעל בארימט מיט די גרויסע כחות וואס זיי לייגן אריין אין די קינדער זיי זאלן זיין אנגעגרייט צום לעבן וואס ווארט אויף זיי בעז"ה, זיי זאלן קענען זיין גוטע מאמעס פאר זייערע קינדערלעך און זיי ערציען מיט יראת שמים, און גוטע ווייבער און זייערע מענער זאלן קענען אנגיין און זיין ערליכע אידן אין די היינטיגע שווערע וועלט. אין בית פיגא סקול איז זאגן תהלים נישם קיין עול וואס מ'מוז נעבעך טון, נאר די פילן מיידלעך פאר א זכי' צו קענען זאגן תהלים. רוב מיידלעך זאגן אויס יעדן טאג א יום תהלים, אזוי אז זיי ענדיגן תהלים "יעדע וואך"(!). א תלמידה פון בית פיגא ווייסט אז "האום ווארק" איז "העלפן א טאטע און מאמע", און "עדיוקעישאן" איז טייטש "לעבן מיטן אייבערשטן". די מיידלעך פון בית פיגא ווייסן אז א טאטע און א מאמע איז זיי גארנישט שולדיג, נאר זיי זענען דא צו העלפן זייערע עלטערן מיט וואס נאר זיי קענען. די עלטערן וועלן בעז"ה הנאה האבן פון שיינעם פראגראם, עס וועט בעז"ה זיין שיינע דרשות און סליידס, און די חשובע עלטערן וועלן בעז"ה אהיים גיין מיט פולע זעק פון נחת, וואס וועט זיי געבן די כחות ווייטער אנצוגיין. &nbsp; דער רבי האט געזאגט: "ווען קיסרים און קעניגן וואלטן געוואוסט וואסערע דרך ארץ איך לערן מיט מיינע מענטשן, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען צו מיר"

    < זעה מער יג כסלו תשע"ט 📝
  • הערליכע פארשטעלונג דורך די "בית פיגא" תלמידות

    הונדערטער פרויען זענען זיך צוזאמגעקומען די וואך דינסטאג און מיטוואך מיטצוהאלטן די הערליכע פלעי וואס איז אהערגעשטעלט געווארן דורך די תלמידות פון "בית פיגא", וועלכע האבן פארגעשטעלט די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט פון "די פארלוירענע בת מלך", די ערשטע מעשה פונעם ספר הקדוש ספורי מעשיות, אויף וואס דער רבי האט געזאגט, "ווער ס'האט געהערט די מעשה, האט געהאט אן הרהור תשובה". אזוי עס איז געווען ערווארטעט גאר א גרויסע באטייליגונג, האט מען געמאכט די פלעי צוויי מאל, דינסטאג און מיטוואך, און מיט דעם אלעם האט מען נישט געקענט נאכקומען דעם גרויסן ציבור בלי עין הרע. די פארזאמעלטע זענען גאר שטארק באאיינדרוקט געווארן פון די פאכמאנישע ארבעט ווי אזוי די קינדער האט אראפגעשפילט די פלעי אויף אזא שיינעם און פראפעסיניאלן אופן. די פלעי האט געדויערט נאנט צו דריי שעה אנגעפולט מיט הנאה און געשמאק פון וואס יעדער האט גאר שטארק הנאה געהאט. דער מוסר השכל איז שטארק ארויסגעברענגט געווארן, ווי אזוי יעדער איד איז באליבט ביים אייבערשטן, און ווען דער איד פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין, פאלט ער נעבעך אריין אין די הענט פון די "נישט גוטע", אין די הענט פונעם יצר הרע, און ער ווארפט אריין דעם מענטש אין א טיפן שלאף, נישט דער גוף שלאפט, נאר די נשמה שלאפט, דער מענטש דרייט זיך ארום ווי אן אויסגעלאשענער ליכט, און האט נישט קיין סיפוק אין לעבן, ער זוכט א וועג ווי אזוי ער קען צוריק קומען צום אייבערשטן און האבן א גליקליך לעבן, יעדער לאכט אפ פון אים, מ'זאגט אים אז ער איז שוין דערנאך און ער וועט שוין קיינמאל נישט קענען מצליח זיין, אבער דער איד געבט נישט אויף, ער האלט זיך זייער שטארק און שרייט, "ס'איז זיכער יא דא", ס'איז זיכער דא א וועג אויך פאר מיר מצליח צו זיין, און דאן העלפט אים דער אייבערשטער אז ער טרעפט זיין נשמה, ער ווערט צוריק נאנט צום אייבערשטן, ער ווערט א פרייליכער און צופרידענער איד, און ס'איז אים גוט אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. די באטייליגטע האבן זיך גאר שטארק באדאנקט פאר די איבערגעגעבענע מחנכות און די חשובע תלמידות פאר'ן אהערשטעלן דעם גאר געלונגענעם פארשטעלונג. &nbsp;עורו ישנים משינתכם! מען גרייט זיך צום ערשטן שפיל דער צווייטער שפיל

    < זעה מער כד סיון תשע"ח 📝
  • זיבעטע יאר אין בית חינוך לבנות "בית פיגא"

    &nbsp; מיט'ן אייבערשטנ'ס&nbsp;הילף&nbsp;האט&nbsp;מען&nbsp;אנגעהויבן&nbsp;די פרישע יאר אין אונזער מיידל שולע "בית פיגא ברסלב". די געוואלדיגע הצלחה פון די מיידל שולע האט א ווייטע אפקלאנג. אין די קורצע פאר יאר וואס די סקול שטייט שוין, האט זיך עס ערהארבן גאר א גוטע נאמען. עלטערן וועלכע ווילן וועלכע האבן אן ערליכע און גוטע חינוך פאר זייערע קינדער, אויפ'ן וועג ווי אזוי דער הייליגער רבי לערנט אונז, שיקן זיי די קינדער צו אונז אין שולע. די גאנצע שטאב פון די שולע איז צוזאמגעשטעלט פון גאר גוטע ערפארענע מחנכות, וואס זייער גאנצער ציל איז נאר אריינצוברענגען אין די קינדער ערליכקייט און יראת שמים, אז זיי זאלן אויסוואקסן אמת'ע ערליכע אידישע מאמע'ס. עס דערמאנט זיך צוריק ווען מוהרא"ש האט געהייסן עפענען די מיידל שולע. דאן האט נישט אויסגעזען ווי עס וועט עפעס צופיל ווערן פון דעם. אינ'ם מכתב קודש האט מוהרא"ש מחזק געווען די הנהלה אז אפילו מען הויבט אן אויף א קליינעם פארנעם, אויב אבער מען מיינט עס אמת'דיג, וועט דער אייבערשטער העלפן אז עס וועט הערליך אויסוואקסן, מוהרא"ש האט ארויסגעברענגט אינעם מכתב קודש דאס וואס רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל האט געטון, ווען ער האט געעפנט זיין מיידל שולע מיט בלויז צוויי מיידלעך, אזוי ווי ער האט דאס אבער געטון מיט מסירת נפש, האט דאס אזוי שיין געוואקסן, און ס'האלט שוין היינט ביי צענדליגע טויזנטער מיידלעך קע"ה; און די זעלבע וועט אויך דא פאסירן, אזוי ווי מען עפענט אויף א מיידל שולע מיט מסירת נפש, וועט עס זיכער האבן א גרויס הצלחה. און דאס איז טאקע מקוים געווארן, ווען היינט צו טאגס האט זיך די סקול אזוי הערליך אהער געשטעלט לשם ולתפארת. די קינדער לעבן מיט'ן אייבערשטן אזוי ווי דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט, און גלייכצייטיג רירט מען זיך נישט אוועק קיין זוז כל שהוא פון די הייליגע מסורה אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען פון רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל. בלייבט נאר איבער צו בעטן ביים אייבערשטן אז מיר זאלן ווייטער מצליח זיין, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו גיין קעגן משיח צדקינו בב"א. והיה ראשיתך מצער ואחריתך ישגה מאד!

    < זעה מער כח תשרי תשע"ח 📝
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ח
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשפ״א
  • תשפ״ב
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com