Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • ברסלב עני טיים היט צוויי טויזענט שיעורים

    אנשי שלומינו דערקוויקן זיך טאג טעגליך מיט'ן געלונגענעם וועבסייט "ברסלב עני טיים", וואס עס איז געלונגען פאר מו"ה ארי פיש הי"ו מיט גרויס סייעתא דשמיא צוזאם צושטעלן, ווי מען קען מיטהאלטן כסדר די פילע שיעורים, מסיבות און מוזיק ווידיאס פונעם ראש ישיבה שליט"א, אויף א געוואלדיגע באקוועמע און געשמאקע אופן.   דער גאנצע וועבסייט איז געמאכט געווארן מיט "ענד יוסער" אין מיינד, און עס איז אויסגעשטעלט אויף א וועג אז אלעס זאל זיין פשוט און גרינג צו טרעפן און נוצן. אויב לייגט מען צו אן אויג קען מען זען וויפיל הארץ מען האט צוגעלייגט צו יעדן דעטאל, אנגעהויבן פון די אויסשטעל, און געענדיגט מיט די פיטשערס.   גלייך ווען מען קומט אריין אינעם וועבסייט קען מען זען עטליכע שיעורים וואס מען האט לעצטענס צוגעלייגט מיט א בילד פון יענעם שיעור, אונטער דעם קען מען זען יעדע שיעור האט עטליכע טעגס, וואס אויב מען דורקט דערויף קען מען זען אלע שיעורים מיט יענעם טעג, אויך קען מען זען וויפיל מענטשן האבן שוין געזען דעם שיעור, ווען דער שיעור איז ארויף געגאנגען, און וויפיל מענטשן האבן געלייקט דעם שיעור.   דערנאך איז דא א קנעפל "קאטאגאריעס" ווי עס זענען דא שיעורים איבער פילע נושאים, ווי מוזיק אלבומס, חיזוק יומי, חינוך, א גוט ווארט אויף די פרשה, טעגליכע שיעורים, וועכענטליכע שיעורים, סיומים, קינדער אפטיילונג, שיעורי תורה, שיעורים פאר פרויען, מוזיק ווידיאס, סיפורי מעשיות, מאורעות, שבת קודש, פאדקעסט, און גראמען. ביי יעדע איינס קען מען זען וויפיל שיעורים עס זענען דא אין יענע קאטאגאריע, אבער עס גייט נאך מער, ביי פילע קאטאגריעס ביי וועלכע עס איז דא גאר אסאך שיעורים, וועט דאן ארויפקומען די פילע סאב קאטאגאריעס, ווי צום ביישפיל ווען מען דרוקט טעגליכע שיעורים וועט ארויפקומען אלע פרשיות פון די תורה, און אויך דארט וועט מען קענען זען וויפיל שיעורים עס איז דא אין יעדע באזונדער.   בכלל איז עס א יחיד במינו אין קאסטימייזעישאן אז יעדער זאל קענען צופאסן די וועבסייט צו זיי פערזענליך, מען קען סעיווען שיעורים צו א ליסטע מען זאל קענען צוריק קומען שפעטער עס צו זען, מען קען צוריק גיין און זען די שיעורים וואס מען האט געהערט, און אויסער דעם איז דא פילע פלעי אפציעס ווי שנעל און די קוואליטעט פונעם שיעור און אזוי ווייטער, יעדע שיעור איז עוועיליבל צו זען אויף ווידיא מאוד, אדער הערן אויף אוידיא מאוד, די זעלבע זאך קען מען דאונלאודן און שעירן יעדע שיעור אויף אוידיא אדער ווידיא.   די עסקנים לייגן אריין גאר אסאך כח צייט און געלט סיי צו מאכן די וועבסייט בעסער און בעסער, הערן גריסן פון די באנוצער און לויט דעם צולייגן פיטשערס און פאררעכטן באגס, און בעיקר אויף ארויפצולאודן וואס מער שיעורים. אין די טעג איז מען אנגעקומען צו א געוואלדיגע דערגרייכונג ווען מען האט געהיט דעם אומגלויבליכן נומער פון "צוויי טויזענט שיעורים" וואס עס איז שוין דא צו הערן.   דער וועבסייט ציט אידן פון איבער די גאנצע וועלט, אין יעדע קאנטינענט און לאנד ווי אידן געפינען זיך, סיי ווען איבערן טאג "עני טיים" קומט מען ארויף און מען טרונקט זיך אן מיטן יין המשומר וואס משיח וועט געבן צו טרונקען, מען הערט די עצות און חיזוק פון ראש ישיבה שליט"א, און מען באקומען אקסידזשען ווייטער אנצוגיין.   עס איז דא א גאר גרויסע פארלאנג מען זאל צולייגן א נייע סעריע פון ווידיאס "שארטס", דאס קאסט אסאך ארבעט און געלט. און ווער עס וויל האבן א חלק דערין און מנדב זיין די הוצאות דערפון קען זיך ווענדן צו מוה"ר אהרן פיש הי"ו אויף 347-889-9892.

    < זעה מער יד טבת תשפ"ד 📝
  • פילע געשמאקע רייכע ארטיקלען געשריבן פאר ברסלב סענטער

    אין א פרישע געשמאקע אפדעיט פארן ברסלב סענטער וועבסייט, קומט אריין די נייעס אז די ארטיקלען אפטיילונג איז געווארן אויפגעפרישט, און יעצט ווען מען גייט אריין אינעם ארטיקלען בלאט קען מען זען פילע זאפטיגע ארטיקלען איבער אלץ און אלעמען, געשריבן דורך געשמאקע שרייבערס צווישן זיי, מו"ה משה ארי' שניטצלער הי"ו פון די ברלסב'ע כולל, און מו"ה ישראל דוד העסקעל הי"ו פון עיר הבירה לאנדאן, אזוי אויך דורכן אונטערערדישן געהיימען שרייבער הרוצה בעילום שמו פון "צום פינטל", און נאך. &nbsp; אויסער פילע ארטיקלען וועלכע ערשיינען אינעם קרית ברסלב בלעטל וואס וועלן אויך דא ערשיינען וועט דער וועבסייט האבן פילע עקסקלוסיווע ארטיקלען ספעצילע געשריבן פארן וועבסייט. &nbsp; אין די פאר טעג וואס די ארטיקלען ווערן שוין פריש אפדעיטעד האט דער אפטיילונג שוין געהאט שווערע הונדערטע באזוכער פון איבער די גאנצע וועלט און מען הערט צוריק גאר גוטע גריסן ווי די ליינער האבן הנאה פון די געשמאקע און זיסע שרייבערס וואס לאזן איבער א זיסע נאך טעם. ווייל עס זענען נישט סתם ליידיגע ארטיקלען געשריבן דורך אינטערנעט זיצערס און נייעס קוקערס וואס זוכן בלויז צו מאכן סענזאציעס און פאניק, אויך האבן זיי נישט קיין אינטערעסע צו "קייען וואסער" און "מאלן שטרוי", די ארטיקלען וואס בדרך כלל זענען זיי געשריבן מיט א פרייליכע "סענס אף הומאר" האבן אלע א ציל אריינצולייגן און באהאלטן דערין די אפעקטיווע מעדיצינען וואס דער הייליגער רבי האט פארשריבן פאר דעם דור, און אסאך מאל זענען מיר נישט אין די גוסטע צו הערן א מוסר שמועס, אדער באקומען דירעקט קריטיק, מיר זענען דאן ווי די קליינע קינדער וואס שפייען אויס די אנטיביאטיק וואס דער דאקטער האט אנגעזאגט אז מען מוז עס נעמען, וואס דאן - פלעגט מיין מאמע אריינלייגן די מעדיצינען אין א לעפל זיסע יאגורט, און אזוי נישט מיר נישט דיר, האסטו באקומען דעם געפאדערטן דאזע. &nbsp; די ארטיקלען זענען אלע מיט דעם ציל אריינצולייגן אין אונז אמונה, שלום בית, אהבת התורה, מידות טובות, און אזוי ווייטער, אבער קומען שיין פארפאקט אין א רייצענדע רעפער כדי "די קליינע קינד אין אונז" זאל עס אויך מסכים זיין צו נעמען. &nbsp; מיטן אויבערשטענ'ס הילף וועט כסדר דארט ארויפגיין פילע שיינע ארטיקלען פון וואס אלע וועלן בעזר השם שטארק הנאה האבן. ליינט און האט הנאה!

    < זעה מער א חשון תשפ"ד 📝
  • ברסלב עני טיים וועבסייט גענצליך איבערגעפרישט

    אין די יעצטיגע טעג ווערט אפגעצייכענט די ערשטע יאר זינט דער "ברסלב עני טיים" וועבסייט האט זיך געעפענט, און די שטאב פונעם וועבסייט טוען עס פייערן מיט א פתיחת שערים פון די נייע איבערגעמאכטע וועבסייט. &nbsp; אין די אלע חדשים זינט דער וועבזייטל איז אפן האט מען כסדר צוריק געהערט גריסן פון די באנוצער איבער די גאר געשמאקע עקספריענס וואס מען האט אין דעם וועבסייט, אויך האט מען אויפגעכאפט פארשידנע באגס וואס האבן זיך אריינגעכאפט וואס מען דארף מתקן זיין, איבערהויפט האט מען זיך צוריק געהערט פילע הערות און געדאנקען וואס מען קען צולייגן און טוישן צו מאכן דעם וועבסייט באקוועמער און געשמאקער. &nbsp; יעצט ווען דער פרישע וועבסייט עפענט זיך אויף קען מען זאגן אז מען האט פארראכטן עטליכע הונדערט באגס, און געמאכט איבער הונדערט נייע פארבעסערונגען און פיטשערס. &nbsp; אויסער דאס הערליך רידיזיינען דעם גאנצן וועבסייט איז איינער פון די שטארקסטע זאכן אויף וואס מען האט אריינגעלייגט כחות איז "יוזער אינטערפיעס", דאס מיינט אז דער סייט זאל זיך צופאסן צום אינדיווידואלער באנוצער און אים געבן די מעגליכקייט אויסצושטעלן און אפהיטן דעם סייט אז ער זאל עס טרעפן יעדעס מאל ער קומט צוריק אויף די וועג וואס ער גלייכט עס. &nbsp; אין דעם ליגט אריינגערעכטן פילע דעטאלן, צווישן זיי קענען מאכן אייגענע קאלעקשאנס, פלעי ליסטעס, קאטאגאריעס, סעיווען אויסדערוועלטע שיעורים, זען ביי יעדע שיעור וואו מען האלט אינמיטן ווען מען קומט צוריק, צוריק קוקן ("היסטאריע") און זען וועלכע שיעורים מען האט געזען אין די פארגאנגעהייט, און נאך אסאך. &nbsp; אויך איז שוין ארויפגעלאודט געווארן במשך דעם יאר איבער צוויי טויזענט שיעורים שיעורים פון ראש ישיבה, און דער וועבסייט לויפט אויף דריי שפראכן, אידיש, ענגליש און לשון הקודש, וואס און אויסער דעם קען מען אויסוועלן וועלכע פון די שפראכן שיעורים עס זאל ארויפקומען אויפן סקרין, אפגעזען פון די שפראך וואס דער וועבסייט לויפט יצעט. &nbsp; די קאטאגריעס זענען הערליך מסודר, און אזוי אויך באקומט יעדע שיעור עטליכע #העשטעגס וואס ווען מען דרוקט אויפן העשטעג קומט ארויף אלע שיעורים וואס פארמאגן דעם זעלבן העשטעג. &nbsp; אויך פאר די מאביל באנוצער האט מען אסאך פארבעסערט, דער גאנצער סייט איז געווארן אסאך מער מאביל פרענדלי. &nbsp; באזונדער האט מען אריינגעלייגט גרויסע כחות אין די סוירטש ענדזשין אז עס זאל זיין פארגעשריטן, גרינג און געשמאק, אז עס זאל "פארשטיין" וואס מען זוכט, און ארויסגעבן די בעסטע רעזולטאטן שיין און מסודר. &nbsp; שמעו ותחי נפשכם

    < זעה מער יא תשרי תשפ"ד 📝
  • ברסלב סענטער צייכענט אפ פינף טויזנטסטער בריוו פון ראש ישיבה שליט"א

    באמת איז יעדע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א אן אומאפשאצבארע אוצר, און וואלט פארדינט א באזונדערע נייעס אויפן וועבסייט, און ווען מיר וואלטן אזוי געטון וואלטן היינט געווען די העדליינס פון ברסלב סענטער "ראש ישיבה ראטעוועט אידישע שטוב פון ווערן צובראכן", "מען זוכט א פרישע בנין פאר די מוסדות", "דער ראש ישיבה גיבט עצה וויאזוי צו בעטן צדקה", "דער ראש ישיבה זאגט מכבד זיין שווער איז מסוגל צו ערליכע דורות", און אזוי ווייטער, און דארנאך וואלט געקומען א שיינע אפהאנדלונג איבער דעם שיינע מתנות וואס מיר קענען ארויסנעמען פון יעדע בריוו באזונדער. אזוי וואלט געדארפט זיין, אבער אפילו מיר קענען דאס נישט באווייזן, דארפן מיר זיך כאטש אפשטעלן פאר א מינוט, לכל הפחות ווען מען צייכענט אפ א "רינדעכיגע נומער". &nbsp; מיט עטליכע טעג צוריק האבן די בריוו פון ראש ישיבה שליט"א אריבערגעשפרייזט דעם אומגלויבליכן ציפער פון "פינף טויזנט". דאס איז אויסער די איבער אכצן הונדערט אנדערע בריוו פון די שאלות ותשובות, און די הונדערטער מכתב יומי בריוו. די בריוו רעדן פון יעדן נושא וואס איר קענט נאר טראכטן, און וואס וועט איך אפילו נישט בייפאלן, שווערע טויזנטער אידן אין אלע סארטן מצבים שרייבן פאר ראש ישיבה שליט"א זייערע ספיקות און בלבולים, וויסענדיג אז דער ראש ישיבה שליט"א איז דער אדרעס ווי מען קען פרעגן אן דעם וואס מען וועט אים פארשעמען, מען זעט דער ראש ישיבה שליט"א ווי דער ראש ישיבה שליט"א לאזט זיך אראפ צו יעדעמ'ס מח, צו יעדעמ'ס צומישעניש און קלארט אויס די שאלות מיט א געוואלדיגע קלארקייט, אלעס על פי דרך התורה, אויפן וועג וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; אין די בריוו לייגט ער אריין האפענונג אין אידישע קינדער, און דערמאנט זיי ווי גרויס די רחמנות פון אויבערשטן איז, זאל זיין ווער זאל זיין, און נישט קיין חילוק וויפיל מען איז שוין דורכגעפאלן אין לעבן ברוחניות צי בגשמיות קען מען זיך נאך אלץ אויפהייבן און אנהייבן פון פריש, און דער אויבערשטער איז אלץ גרייט און ווארט פאר דיר, ער בענקט זיך נאך דיר, ער וויל זאלסט עפענען דיין מויל און אים זאגן אפילו נאר איין ווארט "טאטע". &nbsp; דער ראש ישיבה געבט א וועג פאר אלעמען צו לערנען, סיי פארן למדן, סיי פארן כולל אינגערמאן, און סיי פארן ארבעטער, פאר'ן בחור אין ישיבה, פאר'ן חסיד, פארן ליטווישער, סיי פארן אונגארישער, פאר'ן פולישער, פארן ספרדישן איד און פארן תימנער איד. די תורה איז פאר גאנץ כלל ישראל. אידן זענען צובראכן, זיי מיינען אז די תורה איז נישט פאר זיי, אבער דער ראש ישיבה שליט"א חזר'ט כסדר מיט אין די שיחה פון הייליגן רבין אין סימן ע"ו אז זאגן תורה איז לערנען. און אויף דעם וועג האבן שוין טויזנטער אידן זיך צוריק געקערט צו די תורה, און צום אויבערשטן. &nbsp; די זעלבע זאך טרעפט דער ראש ישיבה שליט"א א וועג צו מאכן שלום צווישן מאן און ווייב, עצות פאר טאטעס און מחנכים, לייגט אריין אמונה אין אידישע קינדער, דערמאנט איז די חשיבות פון די אזוי גערופענע "פשוטע" מצוות ווי שבת תפילין בארד און פיאות, און אזוי ווייטער, וואס איז אוממעגליך אין איין קורצע נייעס אפילו נאר אנצורירן די נושאים אפילו נאר אויפן שפיץ גאפל. &nbsp; דערפאר איז דא די פלאץ צו מכיר טוב זיין דעם אויבערשטן אויף זיין גרויסע חסד אז דער ראש ישיבה שליט"א לאזט זיך אראפ צו אונז און געבט אונז לופט צום אטעמען. &nbsp; אשרינו מה טוב חלקינו

    < זעה מער כט אב תשפ"ג 📝
  • נייע 'זוך' פיטשער אין ברסלב סענטער העלפט טרעפן וואס מען זיך בעז"ה

    אומצאליגע אידן זענען זיך מחיה טאג טעגליך מיט אונזער וועבסייט ברסלב סענטער דאט קאם ווען מען קומט אריין לערנען א בריוו פון ראש ישיבה שליט"א, מיטהאלטן א לעציגע שיעור, באקומען אביסל חיזוק אין א שווערע זמן, אדער פשוט צו זען וואס איז נייעס אין די קהילה. ווי שוין באריכטעט וועט ברסלב סענטער מיטן אויבערשטנ'ס הילף אריבערגיין א גענצליכע איבערפרישונג, וואס וועט אריבערפירן די וועבסייט עקספיריענס אויף א נייע שטאפל. &nbsp; אין אן ערשטע טריט אין דעם ריכטונג איז יעצט אריינגעלייגט דער לאנג ערווארטעטער זוך פיטשור, וואס וועט ערמעגליכן באנוצער צו טרעפן מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וואס מען וויל, צי זאל עס זיין א שיעור פון עטליכע יאר צוריק וואס מען געדענקט עפעס דערוועגן אבער מען ווייסט נישט וואו עס צו זוכן, אדער מען זוכט אינפארמאציע אדער הדרכה פונעם ראש ישיבה איבער א געוויסע נושא, וועט מען יעצט בעז"ה קענען טרעפן דאס געזוכטע דורך בלויז אריינשרייבן דעם פארלאנג אינעם "זוך" קעסטל וואס געפינט זיך צו לינקס פון אלע טעבס אויבן פונעם וועבסייט. &nbsp; אז איר וועט עס אויספרובירן וועט איר זען ווי די רעזולטאטן קומען ארויס הערליך מסודר, מען טרעפט דעם מבוקש איינגעטיילט לויט די פילע אפטיילונגען פונעם וועבסייט, ווי פראגעס, בריוון, מכתב יומי, נייעס, בילדער, קליפס, ארטיקלען, ווידיא שיעורים, אוידיא שיעורים, ספרים גליונות, און מוזיק אלבום, אדער אז מען וויל קען מען עס לאזן ביים אויבערשטן אפציע פון "אלע רעזולטאטן". &nbsp; גלייכצייטיג איז אינטערסאנט צו וויסן אז דער זוך אפציע איז נישט קיין טרוקענע זוך, ווי ער געט ארויס ווי א גולם בלויז די פונקטליכע אותיות וואס מען האט אריינגעלייגט, נאר עס איז אויסגעארבעט געווארן אז עס זאל ארויסגעבן אויך ענליכע - אויב עס פארהאן אינעם וועבסייט - צו דאס וואס מען זוכט, און דערמיט פארמערענדיגט די שאנסן אז מען וועט טרעפן דאס געזוכטע. &nbsp; אין די קומענדיגע צייט וועלן די באנוצער מיטן אויבערשטנ'ס זען צוביסלעך קליינע שינוים כסדר דא און דארט, וואס דאס אלעס וועט בעז"ה צוהעלפן אז דער וועבסטייט מיט איר רייכע תוכן זאל ווערן מער "באנוצער פריינטליך" און עס זאל זיין א געשמאקע ערפארונג אריינצוקומען צו ברסלב סענטער.

    < זעה מער כח תמוז תשפ"ג 📝
  • ברסלב סענטער וועבסייט וועט בעז"ה ווערן אינגאנצן איבערגעארבעט

    אין די טעג זיצן די הנהלה פון קרן הדפסה אין געשפרעכן מיט א גרופע עקספערטן וואס באשטייען פון גרויסע דיזיינערס, דעוועלאפער און פראגראמירער וועלכע פארשטייען צו מידיע און וועבסייטס, און מען לאזט זיך אריין אין א פרישע פראיעקט וואס ווערט ערווארטעט אריינצוציען אין די צענדליגע טויזנטער דאלארן, דאס קומט טראץ דעם וואס די קרן הדפסה איז פארנועמן אין די טעג מיט נאך פילע אנדערע פראיעקטן, גרייט מען זיך יעצט צום נייעם פראיעקט פון פריש איבערארבעטן דעם דאזיגן וועבסטייט אין וואס איר ליינט יעצט דעם באריכט, דאס טוט מען צוליב וואס דער וועבסייט איז שוין לאנג אויסגעוואקסן איר מעגליכקייט, ווייל ווען מען האט עס געגרינדעט זענען אירע אקטיוויטעטן געווען אויף אסאך א קלענערן פארנעם, און בכלל זענען די טעכנאלאגישע מעגלכיקייטן דאן בכלל אויך געווען אסאך ווייניגער. &nbsp; מיטן אויבערשטענ'ס הילף וועט דער וועבסייט באקומען א גענצליך נייע צורה, עס וועט ווערן קאמפליט פריש איבערגעבויעט מיטן ציל אז ווען מען אריינקומען וועט זיך עס שפירן ווי מען איז אריין געקומען צו א געשמאקע לופטיגע ברייטע און הערליכע וועבסייט, ווי אלעס ליגט מסודר, יעדע זאך אין זיין פלאץ מיט גרינגע און באקוועמע צוטירט צו אלץ און אלעמען; די בילדער וועלן בעז"ה זיין שיין גרויס און קלאר, אזוי אויך די ווידיאס; די נייעס, ארטיקלען, בריוו און שאלות וועלן זיין הערליך און געשמאק צום ליינען, און די ספרים קונטרים און גליונות וועלען בעז"ה זיין גרייט און גרינג צו דאונלאודן. אזוי אויך איז מען דן איבער פארשידענע פרישע נוצבארע אפציעס און אפטיילונגען וואס וועלן בעז"ה צוקומען. &nbsp; דער וועבסייט איז גאר פאפולער צווישן ערליכע אידן וועלכע זוכן א גוט ווארט ווען מען איז פארשלאפן, א פלאץ וואס וועט אויפוועקן מען זאל זיך דערמאנען פון אויבערשטן. ברסלב סענטער איז א וועבסייט וואו צענדליגע טויזנטער אידן קומען כסדר אריין צווישן אירע שפאלטענעס און זענען זיך מחי' מיט די בריוו, מיט די שאלות ותשובות, אפדעיטס, ארטיקלען, בילדער, און שיעורים וואס מען קען דא זען; אזוי אויך קומט אריין פון דא גאר אסאך פון די שאלות צום ראש ישיבה שליט"א וואס ווערט שפעטער געענטפערט און געדרוקט אין עצתו אמונה - דער ספר וואס איז די נומער איינס וואס ווערט צעכאפט ביי די מפיצים - דער ספר וואס האט שוין אזויפיל אידן געטוישט זייער לעבן צום גוטן. &nbsp; צענדליגע טויזנטער אידן באזוכן כסדר אונזער וועבסייט זוכן פאר א געוויסע שיעור, שאלה, אדער מוזיק ווידיא, צוליב וואס אלעס וואס ווערט דא געליפטערט איז מיט'ן איינציגן ציל, אז נאך א איד זאל האבן אזא געשמאקע לעבן וואס דער רבי האט אונז צו אפפערן; און אז נאך א איד זאל אים גוט גיין, ביי נאך א משפחה זאל זיין פרייליך, מען זאל זיך ליב האבן; נאך א בחור אדער מיידל זאלן באקומען די שטארקייט בייצושטיין די שווערע נסיונות, און אויסווארטן זייער שידוך; נאך א איד זאל וויסן אז ער איז נישט פארפאלן ער זאל פארגעסן וואס איז געווען און גלייבן אז דער אויבערשטער דארף אים נאך יא. &nbsp; אנשי שלומינו שפירן א געוואלדיגע הכרת הטוב פארן קרן הדפסה און פאר הר"ר אשר יעקב בלום שליט"א וואס פירט אן די אלע פראיעקט טאג טעגליך, און אויסער דעם וואס מען דרוקט כסדר פרישע ספרים, מען דרוקט איבער די אלטע, מען פירט אן מיט א מעכטיגע הפצה פאבריק, האלט מען אויף און מען פרישט אויף דעם דאזיגן "ברסלב סענטער" וועבסייט.

    < זעה מער כ תמוז תשפ"ג 📝
  • ברסלב סענטער צייכענט אפ 1,800 שאלות ותשובות

    מיר אלע צווישן די צענדליגע טויזנטער אידן פון איבער די וועלט זענען זיך מחי' יעדן טאג מיט די לעכטיגע בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט, פאר אידן פון איבער די גאנצע וועלט, מאכט נישט אויס ביי וועלכע קרייזן אדער פון וועלכע שבט מען שטאמט, אלע ווייסן אז די אדרעס צו וועם מען קען שרייבן אלע ספקות און שאלות וואס דרוקט אויפן הארץ איז צום ראש ישיבה, מען ווייסט אז דער ראש ישיבה וועט ענטפערן מיט אן אמת'ע רחמנות און מיטגעפיל, דער ראש ישיבה וועט ענטפערן מיט לעזונגען אויף למעשה, מען וועט באקומען א תורה'דיגע ענטפער גענומען פון הייליגע ספרים אנגעהויבן פון די הייליגע תורה, און חז"ל, און אלע צדיקים ביז דער הייליגער רבי און זיינע תלמדים און בפרט פון מוהרא"ש זי"ע וואס האט זיך אזוי שטארק אראפגעלאזט צום היינטיגן דור, און באלאכטן און דערלייכטער אידישע הערצער מיט זיינע טויזנטער הייליגע ספרים און בריוו, פונעם הייליגן ספר אשר בנחל. און דאס טוט דער ראש ישיבה ווייטער פארזעצן מיטן געבן ענטפערס פאר אידן וואס שפירן זיך צובראכן און פארלוירן זוכנדיג אן ענטפער צו זייער שאלה, צי מען איז אריינגעפאלן אין א פלאנטער בגשמיות, מען האט אנגעזעצט די גאנצע שטאט און מען ווייסט נישט ווי זיך אהין צו טון, מען זוכט א שידוך און מען טאפט א וואנט, מען שפירט אז די שטוב איז א גהינום און מען זעט קיין וועג, אדער מען ברוחניות, דער סמ"ך מ"ם האט מיך פארכאפט אין זיין נעץ איך בין אריינגעפאלן אין א קלעבעדיגע שמוץ פון וואס איך קען זיך נישט ארויסזען, מען וויל שפירן דעם אייבערשטן אבער איך טראכט נאר פון געלט און כבוד, מען וויל אנהייבן צו לערנען אביסל תורה, אבער איך האב א פארשטאפטע קאפ, כהנה וכהנה, יעדער מיט זיין צרה, און פלאנטער, וואס זייער וועלט ווערט אויפגעלאכטן נאך א בריוו פון ראש ישיבה וואס שטארקט און דערפרייט מען זאל נישט אויפגעבן, און שרייט צו יעדען איד וואס איז גרייט צו הערן "עס איז דא א וועג פאר דיר, דראפע דיך און דערהאלט זיך וועסטו זען ווי אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה". &nbsp; דאס גייט אזוי אן יעדן טאג, עס איז שוין א רוטין אז מען עפענט אויף דעם וועבסייט, און מען איז זיך מחיה מיט די לעכטיגע דיבורים פונעם ראש ישיבה, און מען שטעלט זיך קיינמאל נישט אפ, מען פארגעסט צו דאנקען דעם אייבערשטן פאר די גרויסע מתנה וואס אונזער דור האט באקומען. &nbsp; דערפאר ווען מען קומט אן צו "רינדעכיגע" נומער, איז א פאסיגע צייט אריינצוקלערן און מכיר טוב זיין פאר די אלע וואס האבן א חלק דערין, דאנקען דעם אייבערשטן, דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א וואס געט זיך אוועק אזויפיל כחות דערפאר, נאר צו דערפרייען נאך א איד און אים ברענגען צום אייבערשטן. &nbsp; אזוי אויך פאר די געטרייע תלמידים פון ראש ישיבה הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א, הר"ר יואל מנחם גרשון שניטצלער שליט"א, הר"ר אברמי אייזנער שליט"א וואס געבן אוועק יעדן טאג שעות אריכות צו טייפן און מגיה זיין די בריוו עס זאל ריין פון טעותים און לייגן עס דערנאך ארויף אויפן וועבסייט. &nbsp; בפרט קומט זיך א דאנק פארן כהן שדעתו יפה הר"ר יואל ראזענבערג שליט"א וואס די גאנצע געדאנק פון די שאלות ותשובות פונעם ראש ישיבה איז געקומען פון אים, ווען ער האט געבעטן דעם ראש ישיבה שליט"א ער זאל אננעמען שאלות פונעם וועבסייט, צו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מסכים געווען, זעענדיג די גרויסע תעולת דערפון. &nbsp; מען קען שיקן שאלות צום ראש ישיבה דורכ'ן וועבסייט ביי די שאלות אפטיילונג און דרוקן אויף "פרעג א שאלה". &nbsp; דער אייבישטער זאל העלפן דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער האבן כח ממשיך צו זיין מיט די עבודת הקודש, און אונז קענען באלייכטן מיט די הייליגע עצות פון הייליגן רבין, און מיט דעם וועלן מיר קענען זיין אמת'ע ערליכע אידן.

    < זעה מער כט שבט תשפ"ג 📝
  • נייע הערליכע וועבסייט "ברסלב עניטיים" מיטצוהאלטן אלע שיעורים פון ראש ישיבה

    קרעדיט: מו"ה אברמי אייזנער הי"ו &nbsp; אין א געוואלדיגע פרישע דורכברוך קומט יעצט אריין די נייעס, אז נאך כמעט א יאר ארבעטן, האט זיך היינט געעפענט פארן ציבור הרחב דער נייער הערליכער וועבסייט "ברסלב עניטיים", דער ברסלב עניטיים האט מען ספעציעל געמאכט פאר אידן וואס זענען אפגעהיטן און ווילן נישט און האבן נישט קיין צוטריט צו קיין ווידיא סייטס ווי צום ביישפיל יוטוב, זאלן אבער קענען מיטהאלטן די שיעורים פון ראש ישיבה אויף די זעלבע פראקטישע וועג, און אפילו נאך בעסער. &nbsp; די וועבסייט איז גענצליך אליין געבויט "קאסטום מעיד" צו די געברויכן פון די שיעורים פון ראש ישיבה, מען האט געלייגט א שטארקע דגוש אז די עקספיריענס פונעם וועבסייט זאל זיין פליסיג און געשמאק, די שיעורים זאלן זיין גרינג צו טרעפן אין ממש סעקונדעס, מען האט אריינגעלייגט גאר אסאך ארבעט אז דער גאנצער הלוך ילך פונעם וועבסייט זאל לויפן זייער שנעל, דער סוירטש ענדזשין זאל זיין עפעקטיוו, אזוי אויך האט מען זיכער געמאכט בסייעתא דשמיא אז ווען מען טוישט די שפראך צו לשון הקודש זאל זיך נישט נאר טוישן די שפראך פונעם גאנצן וועבסייט, נאר עס זאלן ארויפקומען נאר די שיעורים פון לשון הקודש, און די זעלבע זאך ביי ענגליש. אזוי אויך האט מען אריינגעלייגט כחות אז מען זאל קענען דאונלאדן די שיעורים צו זיך אויפן אייגענעם דעווייס, און אז די דאונלאוד זאל גיין גאר גיך. למשל צו דאונלאודן א "חיזוק יומי ווידיא" נעמט בלויז עטליכע סעקונדעס. &nbsp; כדי דער וועבסייט זאל בעזרת השם אנגיין אומגעשטערט און זיין דאס מערסטע אפ-טו-דעיט מיט יעדע פרישע שיעור, זענען דא צען געטרייע וואלונטירן וואס זענען כסדר גרייט יעדן טאג אז יעדע נייע שיעור ווי נאר עס ווערט געזאגט דורכן ראש ישיבה, זאן מען דאס בעז"ה תיכף ארויפלייגן. &nbsp; דורך עפענען אן אקאונט אינעם וועבסייט קען מען צושרייבן קאמענטירן צום שיעור, אזוי אויך קען מען "סעיוון" א שיעור צו הערן שפעטער, אזוי אויך יעדעס מאל מען גייט אריין אינעם וועבסייט וועט מען קענען זען ביים שיעור צי ער האט עס שוין אויסגעהערט, אויב עס איז רויט האט מען עס&nbsp; נאכנישט געזען, אויב עס איז גרין מיינט עס אז מען האט שוין געזען דעם שיעור. אזוי אויך קען מען מנדב זיין א שיעור, און אלע וואס וועלן הערן דעם שיעור וועט עס גיין אויף זיין זכות. אזוי אויך אין טאג פון א יארצייט, אדער לכבוד א שמחה, קען מען מנדב זיין א שיעור. &nbsp; מען קען שוין ארויפגיין אויפן נייעם וועבסטייט און זיך דערקוויקן דאס הארץ מיט די געשמאקע דיבורים פון ראש ישיבה, וואס וועט אויפוועקן די נשמה צום אייבערשטן. &nbsp; דער שטאב פון "ברסלב עניטיים" געבט איבער אז מען ארבעט אויף נאך פארשידענע נוצבארע און פראקטישע אפציעס פארן וועבסייט. פאלגט נאך פאר ווייטערדיגע אפדעיטס. breslevanytime.com&nbsp;

    < זעה מער ט אלול תשפ"ב 📝
  • קאנסול פון אוקריינא אין מאלדאווע באשטעטיגט אפענע גרעניצן פאר חסידי ברסלב

    ווי שוין עטליכע מאל באריכטעט ווערט אין די טעג אסאך ארומגערעדט איבער די פארשידענע וועגן וויאזוי מען קען אנקומען קיין אומאן אויף ראש השנה נאכדעם וואס די לופטפעלדער אין אוקראינע זענען נאך דערווייל פארשפארט. &nbsp; אזוי ווי דער נענטסטער עירפארט אינדרויסן פון אוקריינא צו אומאן איז אין שטאט "קישינעוו" אינעם לענדל "מאלדאווא". איז פאריגע וואך אפגעהאלטן געווארן א זיצונג אין קישינעוו, ווי דער אוקריינישער קאנסול, דער מאלדאווער הויפט-רב הר"ר פנחס זאלצמאן שליט"א מיט נאך עטליכע ברסלב'ע עסקנים און כלל טוער האבן זיך צוזאם געזעצט און דורכגעשמועסט די מצב פון די גרעניצן, מען האט ערקלערט פארן קאנסול ווי וויכטיג עס איז פאר די טויזנטער חסידי ברסלב זיך צו געפונען אין אומאן אויף ראש השנה, און מען האט דורכגעשמועסט די זיכערהייט סיטואציע, און די מצב ביים גרעניץ וואס איז געווען לעצטענס שטארק פראבלעמאטיש. &nbsp; דער אוקריינישער קאסול אין מאלדאווע האט דערקלערט איז פון אוקריינא'ס זייט איז דער לאנד גרעניץ פולקאם אפו, און זיין אפיס איז גרייט צו העלפן סיי ווער עס דארף הילף זייענדיג אין מאלדאווע. &nbsp; לויט ווי הרב פנחס זאצלמאן זאגט איז דער זיצונג דורך מיט גרויס הצלחה, און ער איז איבערצייגט אז די רעגירונגען פון ביידע לענדער זענען פולקאם וויליג צו העלפן זיכער מאכן אז בעז"ה אז אלעס זאל דורכגיין מיט הצלחה. &nbsp; אנשי שלומינו זענען מתפלל אז מען זאל טאקע קענען אנקומען צום הייליגן רבין מיט אייבערשטנ'ס הילף אויף ראש השנה און פועלן א גוט געבענטשט יאר.

    < זעה מער כה תמוז תשפ"ב 📝
  • לאנג ערווארטעטער נייער ברסלב סענטער שאפ עפפ ערשינען פארן פובליק

    מיט קוים א וואך צוריק האבן מיר דא באריכטעט אז מען האלט שוין אט אט ביים לאונטשן דעם לאנג פארצויגענעם פראיעקט פונעם ברסלב סענטער שאפ עפפ. געלויבט דער אייבערשטער, אז די דעוועלאפמענט פונעם עפפ איז געגאנגען שנעלער ווי געראכטן, און היינט קענען מיר שוין מעלדן, אז יא, דער עפפ איז שוין אוועילעבל פארן ציבור צום נוצן. &nbsp; דער עפפ איז א סערוויס וואס ווערט צוגעשטעלט צו דאונלאודן בחנם סיי אויפן "גוגל פלעי" מארקעט, און סיי אויפן "עפל עפפ" סטאר. &nbsp; דער עפפ איז ברוך השם ארויסגעקומען זייער שיין, געשמאק, און גרינג, מען קען זייער גרינג זען דעם אויסוואל אויף פארשידענע מיני אופנים, מען קען זוכן "קאלעקשאנס", מען קען זוכן "קאטעגאריעס" און נאך, מען קען סארטירן די אייטעמס אויף פארשידענע מיני אופנים, לויט די א"ב, לויט די פרייז, לויט די פאפולערקייט, און אזוי ווייטער. &nbsp; אלע אויסוואלן זענען זייער שיין קלאר און גרויס, מיט א געשמירטע שנעלע עקספיריענס בעזרת השם יתברך, איר וועט דארט טרעפן די פילע ספרים, קונטרסים, סידיס, יו-עס-בי'ס, בילדער, און נאך זאכן אויף אידיש, לשון הקודש, ענגליש. אלעס ווערט פארקויפט פאר גאר גוטע פרייזן. צום ביישפיל עס זענען דא 168 קונטרסים וואס ווערן פארקויפט פאר בלויז $1.49 א שטיק, 20 קונטרסים (אביסל דיקערע) פאר $1.99 א שטיק. און איבער אלעם, אויב קויפט מען פאר איבער $35 איז די דעליווערי (אין די פאראייניגטע שטאטן) געצנליך בחנם! &nbsp; דא איז א לינק צו ביידע עפפ פלאטפארמעס, פאלגענד איז א לינק צום עפפ אויפן "גוגל פלעי" סטאר, און אט איז די לינק צום עפפ ביים "עפל" סטאר. &nbsp; 📚 מעשה'לע פאר קינדער #1

    < זעה מער כז סיון תשפ"ב 📝
  • ברסלב סענטער שאַפּ צייכענט אפ א הצלחה'דיגע יאר

    עס גלייבט זיך שווער אז עס שוין דורך א גאנצע יאר זינט דער דערעפענוג פונעם געשעפט דא אויף "ברסלב סענטער" וועבסייט, ווען אין די קורצע צייט האט זיך דער געשעפט פונעם וועבסייט איינגעשאפן א גאר גוטן נאמען ביי די פילע קאסטומערס פון איבער די גאנצע וועלט וועלכע באשטעלן די ספרים און באקומען עס דעליווערט צום טיר שנעל און פונקטליך. &nbsp; אין די צייט זענען שוין ארויסגעפארן שווערע טויזנטער ארדערס צו קאסטומערס, און מען הערט צוריק ברוך השם גאר גוטע גריסן. אבער די ארבעט שטעלט זיך נישט אפ דא, די שטאב פונעם ברסלב סענטער וועבסייט ארבעט אויף נאך פארשידענע גאר גרויסע פראיעקטן, דאס איז אויסער דאס אויפהאלטן און כסדר פארבעסערן דעם וועבסייט כסדר בסייעתא דשמיא. &nbsp; יעצט ווען מען צייכענט אפ א יאר, איז אינטערעסאנט צו ארויסשטעלן די קאלירפולע ליסטע פון די פאפולערסטע אייטעמס, וואס איז געגאנגען די בעסטע במשך די לעצטע צוועלף חדשים צייט: &nbsp; 1 - קמיע פון מוהרא"ש לשמירה ולהצלחה 2 - פלעי פאר פרויען "דער בערגער און דער ארימאן" 3 - לוח ברסלב תשפ"ב 4 - ריפלעקטאר קמיע 5 - קונטרס A Simple Faith 6 - קונטרס התשטחות על קברי צדיקים 7 - עצתו אמונה חלק ה' 8 - הגדה של פסח אור זרוע 9 - קונטרס יש תקוה 10 - סדר הדלקת נר חנוכה &nbsp; די פראיעקט פון אויפהאלט און פארבעסערן דעם אלגעמיינעם וועבסייט און דער געשעפט אפטיילונג ציעט אריין אין גאר גרויסע הוצאות, מען קען זיך משתתף זיין און אפקויפן א טאג, וואך אדער חודש, און עס וועט מפורסם ווערן אויפן וועבסייט דער נאמען פונעם נדבן. &nbsp; צו קויפן דעם זכות פון א פרנס היום, פרנס השבוע, אדער פרנס החודש דרוקט דא &nbsp;

    < זעה מער יב ניסן תשפ"ב 📝
  • ברסלב סענטער נעמט שוין ענדליך אן ספאנסערשיפּס

    דער ברסלב סענטער וועבסייט וועלכע גייט שוין אן פאר עטליכע יאר, און וואקסט און פארברייטערט זיך מיט יעדן טאג, מיט אקטיווע פלענער צו פארטאפלען און פארשענערן און צולייגן נאך און נאך אפציעס.&nbsp; &nbsp; איינע פון די גרויסע און קאסטבארע פראיעקטן איז א "ברסלב סענטער טעלעפאן עפפ" וואס האלט שוין ברוך השם ביי די לעצטע שטאפלען, און וועט גאר בקרוב מיט אייבערשטנס הילף פארטיג ווערן. &nbsp; דער וועבסייט וואס ווערט אפדעיטעד יעדן טאג ב"ה מיט נייעס, בריוו, שאלות, בילדער, שיעורים, קליפס, גליונות און נאך קאסט גאר אסאך אויפצוהאלטן, פאר א מינימאלע פרייז קען מען קויפן דער זכות פון א טאג "פרנס היום", וואך "פרנס השבוע", און חודש "פרנס החודש" וואס וועט באצאלן די הוצאות פון אויפהאלטן דעם וועבסייט. &nbsp; וואס קען זיין א גרעסערע צדקה פון געבן פאר הפצה? דער וועבסייט איז פון די גרעסעטע הפצה אפאראטן וואס איז נאר פארהאן, דער וועבסייט ציעט צו זיך שווערע טויזנטער באזוכער פון די איבער גאנצע וועלט, פילע וועלכע האבן נישט די געלעגענהייט צו קומען פערזעליך אין א בית המדרש היכל הקודש, און הערן פערזענליך א שיעור פון ראש ישיבה, זיצן ביי זיך אין אפיס און שלינגען מיט דורשט די ווערטער פון ראש ישיבה שליט"א פון די שיעורים און בריוו און באקומען חיות און הדרכה וואס באלייכט זיי זייער לעבן. &nbsp; איר קענט יעצט גיין צום מעין פעידזש פונעם וועבסייט און טרעפן דעם פרישן קנעפל "זייט אייך משתתף" ווי איר וועט קענען מנדב זיין וויפיל איר קענט כברכת השם אשר נתן לך. &nbsp; די גרעסערע נדבות ווי פרנס השבוע און פרנס החודש קען מען אויך באצאלן אין פעימענטס. &nbsp; ווען איר געבט אייער נדבה, געדענקט אויסצוקלויבן אייער טאג/וואך/חודש. אין די צייט פון א יארצייט פון די עלטערן/זיידעס/צדיקים לויט אייער באגער, אדער אין צייט פון א שמחה אדער במקום סעודות הודאה, און טוט א נחת רוח פאר רבונו של עולם מיטן שטיצן דעם וועבסייט וואס איז מגלה און מפרסם דעם אייבערשטן אויף אזא פארנעם.

    < זעה מער כג שבט תשפ"ב 📝
  • נייע ספרים אויפן וועבסייט

    מיר לעבן אין א וועלט פון הסתרת פנים, די וועלט פארשטעלט די אמונה, און מענטשן גייען דורך שבעה מדורי גהנום, ווייל זיי שפירן נישט דעם אייבערשטן. אבער דער אייבישטער וויל אז מען זאל אים יא קענען טרעפן, שיקט דער אייבישטער גרויסע צדיקים אין יעדן דור וואס זענען מפרסם און מגלה דעם אייבערשטן אויף אלע מיני אופנים וואס נאר מעגליך, און אזוי הייבן אידישע קינדער אן צו לעבן א גוטע לעבן מיט אמונה. אין אונזער דור האבן מיר געהאט מוהרא"ש, וואס איז זיין גאנץ לעבן ארום געגאנגען מיט די איינע מחשבה: "וואס קען איך טון אז נאך א איד זאל לעבן מיטן אייבערשטן? אז נאך איינער זאל אויך באקומען דעם גן עדן נאך אויף דער וועלט?" פאר דעם צוועק האט זיך מוהרא"ש אוועקגעגעבן זיין גאנצע לעבן און איז געזיצן און געשריבן אן א שיעור ספרים, קונטרסים, בריוון, אלעס מיט דעם ציל, אז מען זאל טרעפן דעם אייבערשטן, יעדער אין זיין לעבן. מוהרא"ש האט געשריבן קונטרסים און ספרים אויף יעדן נושא וואס מ'קען נאר טראכטן. אזוי אז די ספרים רעדן צו יעדעס אידיש קינד אין יעדן מצב. דער "קרן הדפסה היכל הקודש", וואס זייער ציל איז צו גיין אין די וועגן פון מוהרא"ש, דרוקט כסדר איבער נאך און נאך ספרים און קונטרסים, און ווי נאר די ספרים ווערן פריש אוועליבל, ווערן זיי תיכף ארויפגעלייגט אויפן "ברסלב סענטער געשעפט" עס זאל זיין צו באקומען פאר אלעמען איבער די גאנצע וועלט. אין די לעצטע צייט האט מען זיך גענומען מיט א פרישע אייפער און ברען איבערצודרוקן די פילע קונטרסים פון מוהרא"ש וואס איז מגלה און מפרסם דעם אייבערשטן אין אידיש, ענגליש, לשון הקודש און נאך. בלויז אין די לעצטע טעג זענען צוגעקומען פילע פרישע קונטרסים אויפן וועבסייט וואס ווערן פארקויפט פאר בלויז איינס און א האלב - צוויי דאלער. צווישן זיי:&nbsp; 📚 געב זיך אכטונג 📚 Striking it Rich 📚 די וועג ארויס 📚 דו ביסט נישט פארלוירן 📚 מיין קינד איך האב דיר ליב 📚 נסיעה קיין ארץ ישראל 📚 קדושת שובבי"ם 📚 שומר הברית 📚 תיקון שובבי"ם &nbsp; אזוי אויך איז דא אויפן וועבסייט פילע נייע ספרים. צווישן זיי: 📖 ריינע אויגן ($2.99) &nbsp;📖 ליקוטי מוהר"ן שפת הנחל ח"ב ($24.99) 📖 אוצר שלום בית ($2.99) 📖 אשר בנחל איינצעלנע בענדער טז, כ, כב, כג, כה, לד, לח, מג, מד, מז, מח, מט, נב ($8.99) 📖 ליקוטי תפלות לילידים - מיט הערליכע בילדער ($22.99) 📖 כך שמעתי מפיו - סיפורים ומאמרים ששמע מוהרא"ש מרבי לוי יצחק בענדער ($9.99) און נאך פילע ספרים 🛒 א לינק צו אלעס אויפן וועבסייט, לויטן סדר ווי עס איז אריינגעקומען: all-items-sorted-by-created ווי איר קענט נוצן די פילטערס (אויף די לינקע זייט), אויסצוזוכן די חפצים, לויט אייער באגער. &nbsp; כי מן הבאר ההוא ישקו העדרים 📰 ברסלב סענטער געשעפט "דעליווערי בחנם" ארדערס העכער 35 דאלער

    < זעה מער ג שבט תשפ"ב 📝
  • ברסלב סענטער צייכענט אפ דאס דערגרייכן 3,000-סטע בריוו, און 1,500-סטע שו"ת בריוו פון ראש ישיבה שליט"א

    מיט גרויס שמחה טוט די מערכת פון "ברסלב סענטער" אפצייכענען דאס ארויפלייגן דעם בריוו נומער 3,000 אויף אונזער "בריוו" אפטיילונג, און שאלות ותשובות נומער 1,500 אויף אונזער "פראגעס" אפטיילונג. דאס איז אויסער די בערך 1,000 בריוו ארויפגעלייגט אויף די "מכתב יומי" אפטיילונג. די אלע בריוו זענען אנגעפילט מיט קלארע הדרכה, אינספירירנדע חיזוק און פראקטישע עצות פאר פילע שואלים וואס פרעגן אן דעם דעת תורה פון די ראש ישיבה שליט"א, ביי זייערע פילע ספיקות און צוויייפלענישן וואס עס מאכט זיך זיי נאר. דאס אלעס ווערט געדרוקט בעז"ה וועכענטליך אין די "עצתו אמונה" קונטרסים, וואס איז אגב פון די הייסטע אייטעמס און ווערט צוכאפט פון די מפיצים. די עצתו אמונה קען מען אויך דאונלאודן בעז"ה וועכענטליך פון "ברסלב סענטער" וועבסייט. און צוליב די גרויסע פארלאנג האט מען ערמעגליכט עס צו קענען באקומען וועכענטליך אויף די פאסט. פאר סובסקריבשאנס קען מען רופן אין "קרן הדפסה" אויף 718-387-2691 עקסטענשאן 3, אדער דורך אימעיל subscribe@kerenhadfusa.org. אזוי אויך קען מען קויפן פאר א מינימאלע פרייז די געדרוקט קונטרסים און ספרים עצתו אמונה אויפן שוין היינט בארימטן הערליכן וועבסייט: shop.breslevcenter.com. וואס ווערט כסדר אפדעיטעד מיט פרישע ספרים, קונטרסים און סידיס און נאך. אויך ווערט יעדע וואך ארייינגעלייגט אין די גליון געקליבענע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א. דער גליון - וואס האט אנגעהויבן בשנת תשע"ב מיט נישט מער פון עטליכע צענדליגע קאפיעס א וואך, ווערט היינט פארשפרייט שווערע צענדליגע טוינטער קאפיעס פון די גליון אין דער אידישער שפראך אליינס. אין די שולן אלע אידישע געגנטער אין גרעיטער ניו יארק. - וואס דאס איז אויסער די צענדליגע טויזנטער וואס באקומען דעם גליון אויף אימעיל איבער די גאנצע וועלט. און חוץ מזה ווערן נאך טויזנטער פארשפרייט אין די ענגלישע שפראך און אויף לשון הקודש. לדעת את המעשה אשר יעשון 🎞️ וועכענטליכע קונטרסים "עצתו אמונה" צום טיר אויף די פאסט 📖 ספרי עצתו אמונה &nbsp;

    < זעה מער כד טבת תשפ"ב 📝
  • פילע נייע הערליכע ספרים זיך צו דערקוויקן

    אין די לעצטע טעג זענען ארויפגעקומען פילע צענדליגע נייע ספרים מיט וואס אידישע קינדער אין די גאנצע וועלט זענען זיך מחיה, מען קען געפינען אן אויסוואל פאר אלעמען פאר מענער פרויען קינדער, ימים טובים, ענינים, חיזוק, תפילות, סיפורים. צווישן אנדערע קען מען טרעפן, סידור עת רצון נוסח ספרד, תהלים תהילות נתן, ספרי רבי נתן, זמירות שב"ק זמירות ישראל, זוהר מראה אש, חיי מוהרא"ש, אוצר השבת, סידור עת רצון נוסח עדות המזרח, ברכת המזון, פעולת הצדיק, מילות מוהרא"ש, סיפורי מעשיות נהרי אפרסמון, אוצר לנשים, שמירת הזמן, ארך אפים, ונהר יוצא מעדן, שיחות מוהרא"ש, זאת התורה, ספר המידות לילדים, הצדיק מיבנאל, תיקון הכללי לילדים, ליקוטי מוהר"ן שפת הנחל, אשר בנחל פילע בענדער, כך שמעתי מפיו, תפילות מוהרא"ש. דאס איז אויסער די פילע אידישע קונטרסים וואס גייט ארויפגיין אויפן וועבסייט אין די קומענדיגע טעג בעזרת השם יתברך כי לקח טוב נתתי לכם 🛒 דרוקט דא פאר די פילע צענדליגע נייע אייטעמס 🛒 לכבוד מוהרא"ש'ס יארצייט הממשמש ובא, האט דער וועבסייט ארויסגעשטעלט אן אייגענארטיגע "קאלעקשאן" 🛒 שובבי"ם קאלעקשאן

    < זעה מער כג טבת תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 41 results

1 2 3
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ח
  • תשע״ט
  • תשפ״א
  • תשפ״ב
  • תשפ״ג
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com