Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • מסיבת הכרות הטוב פאר נדבנים פונעם בית התבשיל

    אנשי שלומינו האבן א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר'ן בארימטן "בית התבשיל" אין שטעטל, וואס ווערט אנגעפירט אזוי געטריי און איבערגעגעבן דורך די גבאים מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו אינאיינעם מיט מו"ה אהרן שלמה שווארץ נ"י. דער בית התבשיל איז אויפגעשטעלט געווארן דורכן ראש ישיבה שליט"א מיט'ן ציל אז קיינער אין שטעטל זאל חלילה נישט בלייבן הונגעריג. במשך דעם גאנצן יאר טיילט דער בית התבשיל אויס גרויסע קוואנטומס עסן ביי די וועכנטליכע חלוקות וואס קומען פאר יעדן פרייטאג ביים בנין פונעם בית התבשיל, וואו צענדליגער משפחות קומען יעדע וואך און זענען זיך מחי' מיט די פראדוקטן און גרייטע מאכלים וואס מען קען דארט אויפפיקן. דאס איז אויסער וואס אין די לעצטע תקופה האט מען אנגעהויבן ארבעטן אויף א נייע פראיעקט אויפצובויען א קאך, וואו מען וועט טעגליך קאכן פרישע און נארהאפטיגע עסן. אבער ווען עס קומט די פסח צייט, לאזט זיך דער בית התבשיל אריין אין א ריזיגן פראיעקט וואס עס איז כמעט נישט מעגליך אראפצולייגן אויפ'ן פאפיר. צוערשט איז דא די גרויסע חלוקה וואס יעדער זעט, וואו רוב שטעטל קען קומען אפנעמען פלייש, אייער, פאטעיטאס, גרעיפ דזשוס און עפל וויפיל מען דארף, אן קיין שום גרעניצן און אן קיין לימיט. דאס אלעס ווערט געגעבן "הונדערט פראצענט" בחנם, אן קיין שום אפצאל. דאס יאר איז ארויס פונעם בית התבשיל איבער 4,000 פונט פלייש, 200 באקסעס גרעיפ דזשוס, 280 באקסעס אייער, 140 באקסעס עפל, 150 באקסעס פאטעיטאס, און 225 גרויסע זעק צוויבל. דערנאך גיבט דער בית התבשיל א גאנצע "אכציג פראצענט" הנחה ביים פיש געשעפט אין שטעטל; עס זענען ארויס דאס יאר איבער 5,000 סלייסעס פיש.   אויסער דעם זענען דא נאך זאכן וואס קיינער זעט נישט; דאס איז דער קאסטבארער פראיעקט פונעם בית התבשיל פון די "גראסערי קארטלעך", וואו משפחות וואס האבן געבעטן הילף האבן באקומען א "קעש קארטל" צו נוצן אין גראסערי. די קארטלעך האבן געקאסט פארן בית התבשיל דעם ריזיגן סכום פון איבער $100,000.   אויך האט דער בית התבשיל צוגעשטעלט פאר משפחות אין שטעטל "הארדוועיר" דעליוועריס ביז צום טיר, פאר פיל נידריגער פונעם קאסט-פרייז. דער גאנצער פראיעקט האט געקאסט פארן בית התבשיל דעם אסטראנאמישן סכום פון איבער $200,000.   דער ריזיגער בודזשעט איז געדעקט געווארן דורך חשוב'ע אידן נדיבים בעם, וואס האבן דעם שטארקן געפיל וואס דער ראש ישיבה שליט"א לייגט אריין אין אלע תלמידים צו וועלן העלפן א צווייטן איד. אנשי שלומינו ווייסן די גרויסע זכיה וואס מען האט צו קענען העלפן דעם בית התבשיל, אזוי ווי מיר פלעגן יארן לאנג הערן פון מוהרא"ש זצוק"ל.   דערפאר האט דער ראש ישיבה באשטימט אז אין דעם גרויסן טאג ג' אייר, דער יומא דהילולא פונעם גרויסן עמוד החסד הרה"ק רבי ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע, זאל דער בית התבשיל אפרעכטן א יארצייט סעודה לעילוי נשמתו, וואו עס וועלן געלאדנט ווערן אלע וואס האבן ביישטייערט גרויסע סכומים פארן פסח קאמפיין פונעם בית התבשיל, אלס א צייכן פון הכרת הטוב פאר זייער הילף.   די סעודה וועט פארקומען אויף א פריוואטן פארנעם אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א און וועט נישט זיין אפן פארן פובליק. דער בית התבשיל האט אנגעגרייט א רייכע פראגראם מיט א פולע סעודה פאר אלע חשוב'ע משתתפים וואס גייען אין די וועגן פון דעם הייליגן צדיק - צו שפייזן אידישע קינדער.   די וואס ווילן נאך אנטיילנעמען און זיך אנשליסן אלס א שותף אין די הייליגע פעולות פונעם בית התבשיל נאך איידער די יארצייט סעודה, קענען זיך פארבינדן מיט מוה"ר שמואל אייכענשטיין נ"י אויף 917-589-3382.

    < זעה מער כט ניסן תשפ"ו 📝
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com