Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • די דריטע וועלט מלחמה

    שאלה:   איך בין א בחור, יעצט בין הזמנים געפין איך זיך אינדערהיים און איך האב נישט קיין ישיבה. איך האב געעפנט א צייטונג און איך בין געווארן זייער דערשראקן; איך האב געליינט אז עס איז דא "אינסייד אינפארמעישאן" אז פוטין וויל אטאקירן די נאטא לענדער, אפילו אויב דאס וועט אנהייבן א דריטע וועלט מלחמה. איך טראכט א גאנצן טאג דערפון און איך האב זייער מורא. איז דאס אמת? איר שרייבט דאך די נייעס.   חיים     ענטפער פון גרשון קרעמער:   טייערער חיים, גוט אז דו פרעגסט. עס שטערט מיר אז דו זיצט אינדערהיים און דו עסט זיך אויף פאר שרעק.   אבער איידער איך ענטפער דיר, וויל איך דיר פרעגן א שאלה: ווייסטו אפשר פארוואס דער אייזל האט אזעלכע גרויסע אויערן?   מען זאגט א ווערטל, אז ווען אדם הראשון האט געגעבן נעמען פאר אלע חיות און בהמות, איז אויך דער אייזל געקומען פרעגן: "וויאזוי הייס איך?"   "אייזל!" האט אים אדם הראשון געזאגט.   דער אייזל איז אוועקגעגאנגען, אבער נאך א קורצע וויילע איז ער צוריקגעקומען: "ווי הייס איך? איך האב פארגעסן."   "אייזל!"   ער גייט ווידער אוועק, און קומט נאכאמאל צוריק: "ווי אזוי הייס איך?"   האט אים אדם הראשון אנגעכאפט ביי ביידע אויערן, זיי געצויגן און אים אריינגעשריגן אין אויער: "דו אייזל! הער שוין וואס מ'רעדט צו דיר!"   דערפאר, גייט דאס ווערטל, איז ער געבליבן מיט אזעלכע גרויסע אויערן...   פארוואס דערצייל איך די מעשה? ווייל א מענטש קען צומאל אויך זיין ווי דער אייזל. מען קען הערן נאכאמאל און נאכאמאל אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, אבער ווען מען עפנט די צייטונג, פארגעסט מען אלעס. פלוצלינג איז פוטין דער בעל הבית; דער שרייבער אין צייטונג ווייסט אלעס, ער פארשטייט אלעס. און דער אייבערשטער? פון אים האט מען אינגאנצן פארגעסן.   פרעג איך דיר: דו ווילסט וויסן וואס עס טוט זיך אין פוטין'ס קאפ? דו ווילסט וויסן וואס עס גייט זיין? איך ווייס נישט וואס פוטין טראכט, און איך ווייס נישט וואס עס וועט זיין. אבער אין דיין קאפ איז שוין יעצט דא א דריטע וועלט מלחמה! דו קענסט נישט עסן, דו קענסט נישט שלאפן, און דו קענסט נישט הנאה האבן פון בין הזמנים. מיט'ן ליינען די צייטונג דארפסטו שוין נישט ווארטן אז פוטין זאל עפעס אנווערטשאפטען. די צייטונג האט דיר שוין אריינגעברענגט די גאנצע וועלט מלחמה גלייך אין קאפ אריין.   אז דו ווילסט פאלגן דעם צדיק'ס עצה, מאך צו די צייטונגען. הער אויף צו ליינען די אלע שטותים. נישט יעדע זאך וואס איז געדרוקט דארפסטו ליינען. נעם ענדערש א ספר אדער א קונטרס וואס רעדט פונעם אייבערשטן, פון אמונה און בטחון. ליין א מעשה פון א צדיק, לערן א בלאט גמרא, גיי ארויס אביסל שפאצירן און רעד זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן.   זאג אים יעצט: "אייבערשטער, איך האב מורא. איך פארגעס אז דו פירסט די וועלט. העלף מיר געדענקען אז איך בין אין דיינע הענט. גיב מיר אמונה, כדי איך זאל קענען לעבן רואיג און פרייליך."   אמונה מיינט נישט אז איך ווייס וואס עס וועט געשען מארגן; אמונה מיינט אז אויך מארגן וועט דער אייבערשטער זיין דער בעל הבית. איך דארף נישט וויסן קיין עתידות כדי צו קענען לעבן היינט.   טייערער חיים, זיי נישט קיין אייזל. הער וואס מען זאגט דיר: די וועלט האט א בעל הבית! ווען א מענטש הייבט אן צו לעבן מיט דעם, לעבט ער א חיים טובים.   פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כו תשרי תשפ"ז 📝
  • דער עליגעיטאר

    שאלה: &nbsp; א גוטן, דא רעדט משה טייטלבוים. יישר כח גרשון קרעמער. &nbsp; איך האב געלערנט איבער חיות, און איך האב געהערט אן אינטערעסאנטע זאך וועגן אן עליגעיטאר: זיין מויל איז גאר גאר שטארק; ווען ער מאכט עס צו און בייסט, איז עס מיט א געוואלדיגן כח. אבער מיט א בענדל אדער טעיפ קען מען אים האלטן דאס מויל פארמאכט און ער קען עס נישט עפענען. איז דאס ריכטיג? וויאזוי קען אזא קליין בענדל אפהאלטן אזא שטארקע חיה? &nbsp; ענטפער פון גרשון קרעמער: &nbsp; משה'לע, דו ביסט זייער גערעכט. האסט געפרעגט א זייער אינטערעסאנטע שאלה, און אויך פון אן עליגעיטאר קענען מיר זיך לערנען עפעס גאר נוצליך. &nbsp; דער אייבערשטער האט באשאפן דעם עליגעיטאר מיט גאר שטארקע מוסקלען צו פארמאכן דאס מויל. "מוסקלען" זענען די טיילן אינעם גוף וואס געבן אונז כח זיך צו רירן. מיט די מוסקלען מאכט דער עליגעיטאר צו זיין מויל און בייסט מיט א געוואלדיגן כח. &nbsp; אבער איין מוסקל קען נישט טון צוויי זאכן, און צו עפענען דאס מויל האט ער אנדערע מוסקלען וואס זענען פיל שוואכער. דערפאר קען ער גאר שטארק פארמאכן דאס מויל, אבער דאס עפענען גייט שוין שווער. דעריבער קען אפילו א שוואכע בענדל האלטן פארמאכט דאס מויל פון דעם שרעקעדיגן עליגעיטאר. &nbsp; יעצט לאמיר זיך אביסל באטראכטן: אפשר זענען מיר אויך אביסל ווי דער עליגעיטאר? גאר אסאך מענטשן קענען זייער גרינג פארמאכן דאס מויל הערמעטיש, אבער זיי קענען עס נישט עפענען... &nbsp; ווען עס קומט צו רעדן מיט א חבר, קענען דורכגיין עטליכע שעה מיט רעדן שטותים און נארישקייט אן דעם וואס מיר זאלן כאפן ווי די צייט איז געפלויגן. אבער ווען מען וויל רעדן צום אייבערשטן, שפירט מען פלוצלינג ווי דאס מויל ווערט פארקלעפט און פארקנאקט. און כאטש מען ווייסט אז רעדן צום אויבערשטן איז דער שליסל צו יעדע זאך, גייט עס אבער נישט. &nbsp; די גמרא (סנהדרין צב ע"ב) זאגט, אז דער קעניג נבוכדנצר האט אנגעהויבן זאגן שירה, ער האט געוואלט לויבן דעם אייבערשטן. חז"ל זאגן אז זיינע ווערטער וואלטן געקענט זיין שענער און בעסער ווי די שירות ותשבחות פון דוד המלך. איז געקומען א מלאך און אים געגעבן א פאטש אויפן מויל. פרעגט זיך א קשיא: פארוואס זאל מען אים געבן א פאטש? אויב ער קען זאגן שירה, זאל ער זאגן! נאר - זאגן צדיקים - אז דוד המלך איז אריבער גאר אסאך שוועריקייטן, יסורים און צרות, און טראץ דעם האט ער נישט אויפגעהערט צו זאגן שירה. &nbsp; נבוכדנצר טייערע, ווילסט זאגן שירה? קענסט זאגן "שענער ווי דוד המלך"? הארצן גערן, אבער בשעת ער איז א מושל בכיפה, אלעס גייט אים גוט, איז עס נישט קיין קונץ, לאמיר דיר געבן איין שנעלקעלע, אז עפעס זאל נישט גיין פונקטליך ווי דו ווילסט &ndash; און נבוכדנצר בלייבט שטום; ער קען זיך שוין נישט עפענען דאס מויל. &nbsp; אויב דו שפירסט זיך אינעם משל, דאס מויל איז דיר פארשלאסן און עס גייט נישט, דארפסטו זיך נישט דערשרעקן, ווייל דו קענסט מאכן א תפילה טאקע פון דעם; זאג אט דאס פארן באשעפער (קענסט עס זאגן יעצט בשעת דו ליינסט דעם ארטיקל): "באשעפער, איך ווייס נישט וואס גייט פאר מיט מיר, פארוואס מיט יעדעם קען איך רעדן שעות אויף שעות, אבער ווען איך וויל רעדן צו דיר גייט עס מיר נישט. איך שפיר ווי עס ליגט א שווערע שלאס אויף מיין מויל! באשעפער, העלף מיר, עפן מיר מיין מויל, איך וויל רעדן צו דיר." און מיט דעם אליין רעדסטו שוין יעצט צום אויבערשטן. &nbsp; משה'לע טייערער, לאמיר נישט זיין קיין עליגעיטאר, לאמיר עפענען דאס מויל און רעדן צום אייבערשטן. לאמיר נישט לאזן א קליין בענדל אונז אפהאלטן. ווארף א ווארט, א בקשה, אדער נאך א יישר כוח צום אויבערשטן. דער אייבערשטער הערט אונז. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כה תשרי תשפ"ז 📝
  • פלאנצן די ד' מינים לאקאל

    שאלה: &nbsp; יעדעס יאר ווען די ערב סוכות טעג קומען אן, זענען די גאסן פול מיט סוחרים וואס פארקויפן ד' מינים. אבער איך וויל פארשטיין איין זאך: פארוואס פארקויפט מען נאר מאראקאנער און יאנעווער אתרוגים? פארוואס קומען די לולבים נאר פון ארץ ישראל, מצרים אדער קאליפארניע? און אזוי אויך די הדסים און ערבות וואס קומען פון איך ווייס אליין נישט וואו. &nbsp; איז מיין שאלה אזוי: פארוואס קען מען נישט פלאנצן די אלע ד' מינים דא ביי אונז לאקאל? &nbsp; &nbsp; תשובה: &nbsp; דאס איז באמת א גוטע שאלה. קודם כל דארף מען אויפמערקן איין וויכטיגע נקודה: די ערבות וואס מען פארקויפט דא, קומען על פי רוב נישט פון קיין ווייטע פלעצער. ערבות וואקסן פיין און וואויל ביי אונז אין די געגנטער. נאך מער פון דעם, דו קענסט אליין פלאנצן דיינע אייגענע ערבות. &nbsp; קומענדיגע יאר וועסטו קענען נוצן דיינע אייגענע ערבות וואס דו האסט אליין געפלאנצט און אריינגעלייגט כוחות דערין. אזוי וועסטו קענען דאנקען דעם אויבערשטן יעדן טאג אויף די מצוה פון ד' מינים, און זיך פרייען מיט'ן טון דעם רצון ה'. &nbsp; און עס איז מן הסתם אסאך גרינגער ווי דו טראכסט. &nbsp; וויאזוי פלאנצט מען ערבות? דאס בעסטע איז צו נעמען די ערבות (די "הושענות") וואס דו האסט גענוצט הושענא רבה, אזוי ווייסטו אז דאס איז א כשר'ע סארט ערבה וואס איז כשר פאר די ד' מינים. &nbsp; די ערשטע זאך איז כדאי אראפצונעמען די בלעטער. די בלעטער וועלן נאר ווערן אויסגעטריקנט און קענען אנמאכן א שמוץ, און בכלל דארף מען באמת נאר דעם צווייג אליין כדי צו קענען פלאנצן א פרישן בוים. &nbsp; ערבה ביימער האבן נישט קיין קערלעך (זוימען) פון וואו זיי איבערצופלאנצן. וויאזוי פלאנצט מען זיי טאקע? זעט די וואונדער פונעם באשעפער: מען דארף בלויז נעמען א קאנטעינער מיט וואסער און אריינשטעקן דעם צווייג אינעווייניג, עס זאל זיין בערך איין אדער צוויי אינטשעס אין די וואסער. עס איז כדאי צו טוישן דאס וואסער יעדע טאג אדער צוויי. &nbsp; בעט דעם אויבערשטן, און נאך א וואך אדער צוויי וועט מען זען בעזרת השם ווי קליינע ווארצלען הייבן אן ארויסצוקומען פונעם צווייג. ווען די פרישע ווארצלען זענען שוין דא, איז עס גרייט פארן נעקסטן שטאפל: עס אריינצופלאנצן אין דער ערד. &nbsp; וואו איז דער בעסטער פלאץ עס צו פלאנצן? די תורה הקדושה אנטפלעקט אונז שוין דעם סוד. דער פסוק רופט עס "ערבי נחל", ווייל ערבות גלייכן זייער שטארק אסאך וואסער (און אויך זון). אויב האט איר א פלאץ אין הויף וואו די זון שיינט גוט און ס'איז א נאסע פלאץ צי עס איז נעבן וואסער, איז דאס דער בעסטער פלאץ. &nbsp; אויב האט איר נישט קיין נאסע פלאץ, איז גוט עס אליין צו באוואסערן כסדר; אויסער דעם דארף עס נישט קיין סך פלעגונג. &nbsp; בעט דעם אויבערשטן עס זאל גוט וואקסן, און קומענדיגן פרילינג וועט איר זען ווי דער ליידיגער צווייג טוט זיך אן פרישע קליידער, און עס וואקסן ארויס דערפון נייע צווייגעלעך און בלעטעלעך. &nbsp; אויב איר ווילט האבן שיינע ערבות אויף יום טוב, איז כדאי אפצושניידן דעם בוים איין מאל אנהייב זומער (בערך ארום שבועות צייט) און נאכאמאל שפעטער אין זומער (נאך תשעה באב), בערך 6-8 וואכן פאר יום טוב. נאך יעדעס מאל וואס מען שניידט אפ די צווייגן וואקסן ארויס פרישע צווייגן, און די צווייגן וואס הויבן אן צו וואקסן אין די צווייטע האלב פונעם זומער זענען פונקט גוט; דאס וועט בס"ד זיין פריש און שיין, גרייט פאר די הייליגע מצוה. &nbsp; די אנדערע דריי מינים זענען שוין אן אנדערע מעשה. דער לולב קומט פון א טייטלבוים וואס דארף האבן א ווארעמערע קלימאט, דער אתרוג נויטיגט זיך אויך אין ווארעמערע באדינגונגען, און אזוי אויך הדסים קענען נאר וואקסן אין אזעלכע פלעצער וואו עס ווערט נישט צו קאלט אינמיטן ווינטער. &nbsp; נישט קיין חילוק פון וואו איר האט די ד' מינים, איז דער עיקר זיך צו פרייען און טאנצן מיט די הייליגע מצוות וואס דער אויבערשטער האט אונז געגעבן.

    < זעה מער יג תשרי תשפ"ז 📝
  • דיהיידרעישאן

    שאלה: מיין שאלה איז איבער דיהיידרעישאן. איך האב נעכטן געהאט א זייער שווערע מעשה: איך בין אהיימגעקומען נאך א טאג ארבעט און איך האב זיך זייער נישט גוט געפילט. איך האב נישט געוואוסט וואס עס גייט פאר מיט מיר, און שפעטער האב איך זיך אויפגעוועקט אין אן אמבולאנס. מיין ווייב האט מיר דערציילט אז איך האב געחלשט. &nbsp; איך האב זיך געפונען אינעם אמבולאנס מיט א געשטאכענע האנט אויפן וועג צום שפיטאל. זיי האבן מיר געזאגט אז איך בין זייער אויסגעטרוקנט (דיהיידרעיטעד), און דערפאר געבן זיי מיר פליסיגקייט דורך די אדערן. איך האב זיי געזאגט: "איך וועל טרינקען וויפיל וואסער איר ווילט, אבער לאזט מיך אהיימגיין," אבער זיי האבן מיר מסביר געווען אז עס ארבעט נישט אזוי און מען מוז אריינפארן אין שפיטאל זיך איבערצוטשעקן. &nbsp; אין שפיטאל האט מען מיר געזאגט אז איך האב געהאט גרויסע נסים, ווייל די דיהיידרעישאן איז געווען זייער ערנסט. איך בין דארט געבליבן א גאנצע נאכט ביז מען האט מיר ברוך השם באפרייט. &nbsp; וואס איך וויל פארשטיין איז: וואס פונקטליך איז דיהיידרעישאן? און וואס איז שוין אזא עסק אויב איך האב געטרונקען אביסל ווייניגער וואסער? &nbsp; &nbsp; ענטפער: א גרויסן יישר כח פאר דיין שאלה. לאמיר קודם ענטפערן אויף דיין פראגע איבער דעם ווארט "דיהיידרעישאן". אזוי ווי אסאך מעדיצינישע טערמינען, שטאמט דאס ווארט פון גריכיש און לאטייניש. אין גריכיש מיינט דאס ווארט "היידרא" וואסער, און אין לאטייניש, ווען מען לייגט צו דעם פרעפיקס "די" פאר א ווארט, מיינט עס "אָן" אדער "ווייניג". אין פשוט'ן אידיש וואלט מען עס אפגעטייטשט אלס "א מצב פון מאנגל אין וואסער". &nbsp; עס איז א געוואלדיגער וואונדער פונעם באשעפער צו זען פון וואס א מענטש באשטייט. מען קוקט אן א מענטש און מען מיינט אז ער באשטייט בלויז פון פלייש און ביינער, אבער דער אמת איז אז א גרויסער טייל פונעם מענטש איז וואסער. מער ווי האלב פונעם מענטשליכן קערפער איז וואסער; בשעת פראטעין, פעטס, מינעראלן, קארבאהיידראטן און אלע אנדערע באשטאנדטיילן נעמען אינאיינעם אויף בערך 40 פראצענט פונעם קערפער, באשטייט די איבעריגע בערך 60 פראצענט פון פשוט'ע וואסער. &nbsp; פונקט ווי א מענטש פארשטייט אז ברוחניות דארף מען כסדר האבן תורה &ndash; און אפילו עס קען אויסזען פונדרויסן ווי דער מענטש גייט אן געהעריג, ער האט א שיינע רעקל, א נייע קאר, און ער פארט אויף וואקאציע, אבער אן תורה איז דער מענטש "טרוקן" און ער קען נישט פונקציאנירן. ער דארף עמוירדזשענסי עפענען א גמרא, ווייל אויב נישט, וועלן אלע זיינע ארומיגע דארפן ליידן פון אים א גאנצן טאג מיט טענות ווי "פארוואס קוקסטו?" אדער "טאנץ נישט!". &nbsp; די זעלבע זאך איז בגשמיות: ווען א מענטש טרינקט נישט גענוג פליסיגקייטן, אפילו אויב ער עסט גענוג און מען זעט עס נישט אן פונדרויסן, קען ער נישט געהעריג אנגיין. בפרט אין א הייסן זומער טאג, ווען מען שוויצט און מען פארלירט אסאך פליסיגקייטן, דארף מען טרינקען פיל מער. און זיסע סאדע אדער דזשוס איז נישט גענוג; דער מענטש דארף וואסער &ndash; פשוט'ע, ריינע, געשמאקע וואסער &ndash; און דאס וועט אים בעז"ה האלטן געזונט. &nbsp; אזוי ווי ברוחניות דארף א מענטש האבן תורה - פשוט'ע ריינע תורה - זיך אנצופילן אין די גוטע צייטן מיט אסאך משניות, אזוי אז ווען עס וועט קומען א שווערע צייט און מען וועט שוויצן פון נסיונות, זאל מען קענען אנגיין נאר מיט דעם כח התורה. &nbsp; די זעלבע זאך איז מיט אמונה. א מלמד האט אמאל געפרעגט דעם ראש ישיבה וויפיל צייט ער זאל אוועקגעבן אין חדר פאר אמונה. ער האט מסביר געווען "מען דארף דאך האבן צייט פארן דאווענען, פארן עסן, פאר חומש, פאר שרייבן און פארן שפילן, איז וויפיל צייט זאל מען ווידמען אויף צו חזר'ן אמונה?" האט דער ראש ישיבה געענטפערט: "גארנישט." &nbsp; - "גארנישט?!" &nbsp; - "וויפיל צייט געסטו אוועק אויף צו אטעמען?" האט אים דער ראש ישיבה צוריקגעפרעגט. &nbsp; - "וואס הייסט? מען דארף נישט ספעציעל אוועקגעבן קיין צייט פאר דעם, יעדע זאך טוט מען דאך בשעת מען אטעמט! מען דאווענט מיט אטעמען, מען עסט און מען אטעמט, און מען שפילט בשעת מען אטעמט." &nbsp; - "די זעלבע זאך איז מיט אמונה," האט דער ראש ישיבה געזאגט. "יעדע זאך דארף מען טון מיט אמונה. א גאנצן צייט, בשעת מען לערנט, מען עסט אדער מען שפילט, טוט מען אלעס מיט אמונה." &nbsp; און דערפאר דארף מען שוין יעצט אנהייבן זיך אנצופילן. &nbsp; ווארט נישט ביז דו ביסט שוין אינגאנצן אויסגעטרוקנט און ערשט דעמאלטס הייבסטו אן זוכן וואסער; דו ווילסט דאך נישט אנקומען אין שפיטאל. ווארט נישט ביז עס קומט א שווערער נסיון און ערשט דעמאלטס הייבסטו אן זוכן אמונה. פאק זיך אן יעדן טאג מיט נאך א ביסל תורה, נאך א ביסל תפילה, און נאך א ביסל אמונה, ווייל פונקט ווי דער גוף קען נישט לעבן אן וואסער, קען א איד נישט לעבן אן אמונה. &nbsp; אין מים אלא תורה &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער יב תשרי תשפ"ז 📝
  • סעלצער

    א גוטן, מיין נאמען איז אברהם שמחה. &nbsp; איך וואלט געוואלט פרעגן א קשיא פון ר' גרשון קרעמער: וואס איז סעלצער און וויאזוי ווערט עס געמאכט? &nbsp; א גרויסן יישר כח. &nbsp; &nbsp; זייער א שיינע שאלה, אברהם שמחה! &nbsp; צום ערשט לאמיר פרעגן נאך א שאלה: איז "סאדע" (אדער סאדע-וואסער) די זעלבע זאך ווי סעלצער? &nbsp; דער ענטפער איז יא און ניין. &nbsp; "סאדע" אין אמעריקע מיינט געווענליך סעלצער מיט צוגעלייגטע צוקער און רוב מאל אויך קאלירן, בעת סעלצער איז געווענליך בלויז וואסער מיט קארבאן-דיאקסייד גאז. &nbsp; יעצט וועסטו מיר פרעגן: וואס איז סעלצער? ווען און וויאזוי איז מען אויפגעקומען דערמיט? און פון וואו קומט דער נאמען "סעלצער"? &nbsp; דער ענטפער איז אזוי: &nbsp; עס זענען דא קוועלער וואו דאס וואסער קומט ארויס נאטירליך פון דער ערד שוין מיט מינעראלן און קארבאן-דיאקסייד גאז. אין אייראפע זענען אזעלכע קוועלער שוין באקאנט פאר לאנגע יארן, און עס איז געווען שטארק אנגענומען אז יענע וואסער איז ספעציעל געזונט; דערפאר פלעגן פירמעס אנשעפן דאס וואסער פון די קוועלער און עס פארקויפן אין גלאזענע, הערמעטיש-פארמאכטע פלעשער אפילו צו גאר ווייטע פלעצער. &nbsp; אין א קליין שטעטל אין דייטשלאנד מיט'ן נאמען "סעלטערס" (Selters), האט זיך געפונען אזא קוואל וואס איז געווען גאר בארימט מיט איר געשמאקע מינעראל-וואסער. דאס וואסער פון יענעם קוואל פלעגט פארקויפט ווערן אלס "סעלטערס וואסער", וואס האט פשוט געמיינט "וואסער פון סעלטערס". מיט די צייט האבן מענטשן אנגעהויבן רופן אלע אזעלכע וואסער-פלעשער "סעלטערס", און פון דעם שטאמט דער נאמען סעלצער. &nbsp; אבער דאס טראנספארטירן נאטורליכע קארבאנירטע וואסער איז נישט געווען אזוי פשוט און ביליג, און בשעת דער פארלאנג דערויף איז כסדר געשטיגן, זענען סוחרים אויפגעקומען מיט א געדאנק צו מאכן קונסטליכע "סעלצער". &nbsp; וויאזוי האט מען עס געמאכט? מען האט אפגעקילט פשוטע קוואל-וואסער און אריינגעצוואונגען דערין מיט כח קארבאן גאז, וואס האט געגעבן א טעם גאנץ ענליך צום נאטורליכן קוואל-וואסער. אזוי ווי עס האט זיך גוט פארקויפט און מענטשן האבן עס געקויפט פאר גוט געלט, זענען געקומען פירמעס און אנגעהויבן אריינלייגן טעמים און קאלירן עס צו מאכן נאך בעסער (אדער ערגער &ndash; אויב מען רעדט מצד געזונט...) און מער ציענדיג פאר די קונים. &nbsp; אזוי האט דער אויבערשטער געפירט אז עס איז געבוירן געווארן דאס באקאנטע פלעשל "סעלצער" און "סאדע", וואס ווערט היינט פארקויפט דורך פילע פירמעס מיט גוטע הכשרים. אויב מען מאכט אן ערליכע ברכה פארן טרינקען און מען דאנקט דעם אויבערשטן פאר דעם און נאכדעם, קען מען דינען דעם אויבערשטן אפילו דורך טרינקען סאדע. &nbsp; יעדע זאך וואס א מענטש טוט קען ער אויפהייבן צו עבודת ה'; מען עסט ווי דער אויבערשטער הייסט, מען שלאפט מיט יראת שמים, מען גרייט אן נעגל-וואסער, מען ליינט קריאת שמע, מען קושט די מזוזה און מען בעט דעם אויבערשטן ער זאל אונז היטן. &nbsp; א גרויסן יישר כח אברהם שמחה פאר דיין שיינער שאלה, און מיר ווילן זיך אנטשולדיגן פארן לאזן ווארטן אזוי לאנג. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער יז אלול תשפ"ו 📝
  • וויאזוי ארבעט "גלאו אין די דארק"?

    שאלה: איך האב א שפילצייג וואס איז "גלאו אין די דארק", עס שיינט אין די טונקל. עס האט נישט קיין עלעקטריק און נישט קיין בעטעריס, עס איז אפילו נישט מוקצה שבת. וויאזוי קען עס שיינען? &nbsp; אליעזר שלמה טייטלבוים, כיתה ד', ת"ת ברסלב, קרית יואל. &nbsp; &nbsp; ענטפער פון גרשון קרעמער: &nbsp; טייערער אליעזר שלמה ני"ו, דו פרעגסט א זייער גוטע שאלה, און מען זעט אז דו ביסט א קלוג קינד וואס טראכט אריין אין די וואונדערליכע בריאה וואס דער באשעפער האט באשאפן. &nbsp; דו האסט זייער גוט באמערקט: דאס שפילצייג האט נישט קיין באטעריס, קיין ווייערס, אדער עלעקטריק, און מען טוט גארנישט עס אנצוצינדן, און דאך שיינט עס אין די טונקל! וויאזוי פאסירט דאס? &nbsp; דער ענטפער ליגט אין א גאר וואונדערליכן מאטעריאל וואס ווערט אנגערופן אין די כעמישע וועלט "פאספאר" (Phosphor). די סארט "גלאו אין די דארק" שפילצייגן זענען באשמירט אדער אויסגעמישט מיט דעם ספעציעלן מאטעריאל. &nbsp; וויאזוי ארבעט עס? דער אויבערשטער האט אים געגעבן א גאר אינטערעסאנטע אייגנשאפט, אז ער דינט ווי א ספאנדזש פאר ליכטיגקייט. שטעל דיר פאר א פשוט'ן ספאנדזש פון קיך וואס מען לייגט אריין אין וואסער; ער הייבט אן צו טרינקען דאס וואסער און ווערט אנגעפילט. ווען מען נעמט ארויס דעם ספאנדזש פון וואסער, הייבט ער אן ארויסצולאזן דאס וואסער צוביסלעך, טראפנווייז. &nbsp; דער "פאספאר" ארבעט פונקט אזוי, אבער אנשטאט אריינצוזאפן וואסער, זאפט עס איין ליכטיגקייט. ווען דיין שפילצייג געפינט זיך אין א ליכטיג פלאץ, די לייטס זענען אנגעצונדן, אדער אינדרויסן אין די זון, זאפט דאס שפילצייג איין די ליכטיגע שטראלן, און עס "פילט זיך אן" מיט ליכטיגקייט. &nbsp; ווען דו נעמסט אריין דאס שפילצייג אין א טונקל פלאץ, וועט די איינגעזאפטע ליכטיגקייט אנהייבן ארויסצוגיין. דער פאספאר לאזט ארויס די ליכטיגקייט זייער שטאט און צוביסלעך. דאס איז דער שיינער "שיין" וואס דו זעסט אין די טונקלקייט! נאך א שטיק צייט, ווען די גאנצע איינגעזאפטע ליכטיגקייט נוצט זיך אויס, הערט עס אויף צו שיינען, און מען דארף עס ווידער צוריק לייגן אין א ליכטיג פלאץ עס זאל זיך נאכאמאל אנפילן. &nbsp; אונזער נשמה איז אויך פונקט ווי א ספאנדזש וואס זאפט איין ליכטיגקייט און שיינט אין די טונקלקייט. ווען דו פרייסט זיך מיט'ן שבת, דו רירסט נישט צו קיין מוקצה אום שבת און דו האלטסט זיך איין פון עס נעמען, ווערט דיין נשמה אנגעפילט מיט ליכטיגקייט. &nbsp; אבער אונזער נשמה זאפט איין אלעס; אויב מיר הערן אויס צדיקים און פרייליכע מענטשן וואס לעבן מיט'ן אויבערשטן, וועלן מיר ארויסגעבן אמונה און שמחה פאר די ארומיגע. אבער אויב מיר וועלן זיך חבר'ן מיט מענטשן וואס זענען אנגעבלאזן, קיינמאל נישט צופרידן, און האבן טענות אויף יעדעם, וועט דאס אויך האבן א השפעה אויף אונז ח"ו. &nbsp; דערפאר דארף מען זען זיך שטענדיג צו דרייען אין "ליכטיגע" פלעצער: הערן ניגונים פון ערליכע אידן, מעשיות פון דערציילערס וואס האבן יראת שמים, און שפילן מיט קינדער וואס האבן גוטע מידות. &nbsp; און מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועלן מיר דאס ארויסגעבן פאר אונזערע ארומיגע. עס וועט זיין א מחי' זיך צו דרייען נעבן אונז, ווייל יעדער וויל דאך זיין ארום גוטע און פאזיטיווע מענטשן. אזוי וועלן מיר מאכן א קידוש השם, ווען מענטשן וועלן אויך וועלן ווערן ערליכע אידן זעענדיג אז "אזוי פירט זיך אויף איינער וואס דרייט זיך ביי א צדיק". &nbsp; &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כ אב תשפ"ו 📝
  • פארוואס קאסט א פלייט מיט א סטאפ ביליגער?

    שאלה: &nbsp; איך וואונדער מיר וואס דער פשט איז, אז ווען מען פארט קיין אומאן &mdash; און בכלל ווען מען פליט &mdash; וואס מער סטאפס מען האט, אלס ביליגער איז געווענליך דער פרייז. איך טראכט אז עס וואלט געדארפט זיין פארקערט: צוויי פלייטס זענען דאפעלט ארבעט, און עס וואלט געדארפט קאסטן מער ווי א דירעקטע פלייט. &nbsp; ל.ש. &nbsp; &nbsp; &nbsp; ענטפער פון גרשון קרעמער: &nbsp; דאס איז א זייער גוטע שאלה, און ממש פאסיג יעצט אינמיטן חודש אב, ווען די הכנות צו פארן קיין אומאן גרייכן צום קלימאקס. זייער אסאך האבן שוין געקויפט זייערע טיקעטס, נישט קיין חילוק צי דורך א דירעקטן פלייט אדער דורך א קאנעקטינג פלייט &mdash; "איך מוז פארן צום רבי'ן!" אז דער רבי האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט קומען צו אים וועט ער אים מתקן זיין און זיין א מליץ יושר פאר אים ביים יום הדין, ווער קען דען דא בלייבן? &nbsp; יעצט, ווען מען קויפט די טיקעטס און מען קוקט אויף די פרייזן, שטעלט זיך טאקע א גוטע און ריכטיגע שאלה. די דירעקטע פלייטס קאסטן בערך דאפעלט ווי די טיקעטס מיט סטאפס. וואס איז דער פשט? &nbsp; דער אמת איז, אז אין א פשוט'ע וועלט וואלט טאקע אזוי געדארפט זיין: ניצן מער עראפלאנען, לופטפעלדער און ארבעטער וואלט געדארפט קאסטן מער געלט. &nbsp; אבער די עירליינס האבן אן אנדערן סיסטעם. די פרייזן ווערן נישט באשטימט לויט וויפיל ארבעט די עירליין לייגט אריין, נאר ענדערש לויט די עקאנאמישע כללים פון "סופליי און דימענד" (צושטעל און פארלאנג). דאס זענען די הויפט סיבות פארוואס א פלייט מיט סטאפס איז געווענליך ביליגער. &nbsp; די עירליינס ווייסן אז רוב פאסאזשירן &ndash; ספעציעל ביזנעסלייט אדער משפחות מיט קינדער &ndash; ווילן אנקומען ווי שנעלער און גרינגער, אן זיך דארפן שלעפן מיט פעקלעך אין נאך א לופטפעלד און האבן די דאגה פון פארפאסן די קאנעקטינג פלייט. האבנדיג דאס אין קאפ, ווייסן זיי אז זיי קענען בעטן מער געלט דערפאר, ווייל מענטשן זענען גרייט צו באצאלן מער פאר דירעקטע פלייטס. &nbsp; נאך א סיבה איז קאנקורענץ (קאמפעטישן). געווענליך זענען דא ווייניג דירעקטע פלייטס אויף רוב רוטס. געווענליך זענען דאס די נאציאנאלע עירליינס וואס שטעלן צו פלייטס צו זייערע לענדער. (אין אונזער פאל זענען פאראן בלויז געציילטע פלייטס פון "לאט" פויליש עירליינס וואס פארן דירעקט פון ניו יארק קיין פוילן, און עס זענען בכלל נישטא קיין דירעקטע פלייטס פון ניו יארק צו די אנדערע לענדער ווי סלאוואקיי, אונגארן, רומעניע אדער מאלדאווע, וואס גרעניצן זיך מיט אוקראינע). וויבאלד עס איז נישטא צופיל קאנקורענץ, קענען זיי רעכענען מער. אבער אויב ביסטו גרייט צו מאכן א סטאפ, האסטו יעצט גאר אסאך אפציעס וואס קענען דיר טראגן קיין אומאן. דו קענסט נעמען פלייטס דורך ענגלאנד, פראנקרייך, דייטשלאנד, עסטרייך, טערקיי, און אזוי ווייטער. די אלע עירליינס ווילן דיר געבן א גוטע סיבה פארוואס דו זאלסט פונקט זיי נעמען, און דעריבער וועלן זיי שטארק אראפלאזן די פרייזן. &nbsp; לאמיר אבער נישט פארגעסן פונעם עיקר: מיר פארן נישט צום רבי'ן פאר שוואוילטאג. די נסיעה איז טאקע נישט גרינג, עס קאסט טייער, און אפטמאל דארף מען דורכגיין אויסמוטשענדע סטאפס. אפילו נאכדעם וואס מיר קומען שוין אן קיין אייראפע, דארף מען זיך נאך ספארעווען מיט א לאנגע רייזע פון 10 ביז 20 שעה מיט א קאר אדער א באס ביז קיין אומאן, נאכ'ן פארן אויף איין אדער צוויי פליגערס. &nbsp; אבער מיר קוקן נישט אויף די אלע זאכן. מיר האבן א "דעיט אין קאורט", און עס ווארט אונז אפ א שווערער משפט. מיר קענען זיך נישט ערלויבן צו פוילעצן און נעמען סתם א לאיער; מיר מוזן האבן דעם בעסטן אדוואקאט! וויבאלד מיר האבן אמונה אינעם אויבערשטן און אמונת חכמים אינעם צדיק, נעמען מיר אונטער די שווערע רייזע, און די נסיעה צאלט זיך אונז אויס בכפל כפליים. &nbsp; מיר נעמען אהיים פון אומאן גאנצע זעק מיט ישועות, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. מיר פילן אן דעם טאנק מיט אמונה, שמחה, און עצות וואס געבן אונז כח צו קענען לעבן א גאנץ יאר. &nbsp; &nbsp; &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער יד אב תשפ"ו 📝
  • קארדבארד

    איך וויל פארשטיין וויאזוי מען מאכט פאפענדעקל; עס באשטייט דאך פון נישט מער ווי עטליכע דינע פאפירן וואס זענען צונויפגעשטעלט, און פלוצלינג ווערט עס אזוי הארט אז מען קען מאכן דערפון באקסעס וואס קענען האלטן דערין שווערע ספרים. &nbsp; אליעזר שלמה טייטלבוים, קרית יואל ענטפער פון גרשון קרעמער: &nbsp; זייער א שיינע שאלה האסטו געפרעגט, אליעזר שלמה'לע. &nbsp; צוערשט לאמיר קלאר מאכן פאר אונזערע ליינער וואס ווייסן נישט וואס "פאפענדעקל" מיינט: פאפענדעקל איז דאס אידישע ווארט פאר "קארדבארד". &nbsp; יעצט צו דיין שאלה. עס איז באמת א געוואלדיגער וואונדער; עס איז פשוט פאר יעדעם איין אז א דינער שטיקל פאפיר קען מען גרינג איינבייגן און צערייסן, אבער ווען מען שטעלט עס צוזאם אויף א געוויסן אופן, ווערט עס פארוואנדלט אין א שטארקע קארדבארד וואס קען אויסהאלטן שווערע הונדערטער פונט. &nbsp; דער תירוץ ליגט נישט אינעם פאפיר אליין, נאר אינעם אופן וויאזוי עס איז צוזאמגעשטעלט און באהאפטן. &nbsp; רוב קארדבארדס באשטייען פון דריי שיכטן. די צוויי דרויסנדיגע שיכטן זענען גלאטע, דינע פאפירן (באקאנט אלס "ליינערס"), אבער די מיטעלסטע שיכט איז נישט גראד, נאר עס באשטייט פון "כוואליעס" &ndash; געדרייעטע פאפירן וואס פארן נאכאנאנד ארויף און אראפ. &nbsp; דאס איז דער יסוד. ווער עס האט שוין אמאל עוסק געווען אין אינזשענירינג ווייסט, אז א "בויגן" (ארטש) איז איינע פון די שטארקסטע פארעמס צו האלטן א שווערע וואג. (איידער מען האט געוויסט וויאזוי צו בויען שטארקע בנינים פון אייזן און צעמענט, פלעגט מען על פי רוב נוצן דעם בויגן-מעטאד; רוב אלטע בתי מדרשים און בריקן באשטייען פון בויגן-פארעמס). ווען מען לייגט אריין א שווערע וואג אינעם באקס, צעטיילט זיך דער דרוק גלייך איבער אלע קליינע כוואליעס און בויגנס, און אזוי קען עס טראגן גאר אסאך. &nbsp; כדי די כוואליעס זאלן זיך האלטן, ווערן זיי צוגעקלעפט צו די צוויי דרויסנדע שיכטן פאפיר מיט גאר שטארקע קלעב, וואס דאס פארמירט א דיקע סטרוקטור וואס לאזט נישט די פאפירן אזוי גרינג איינפאלן אדער זיך בייגן. &nbsp; דער באקס דערמאנט אונז אבער עפעס וויכטיג: ווען מיר שטייען גראד און מיר פארגעסן ווער מיר זענען באמת, זענען מיר גארנישט. מיר זענען ווי א גלאט שטיקל פאפיר וואס מען קען צורייסן מיט א בלאז, און יעדע זאך קען אונז צוברעכן. &nbsp; אבער דער צדיק גיט אונז אן עצה: לאמיר זיך צוזאמעננעמען מיט גוטע און ערליכע חברים וואס האבן איין ציל &ndash; מיר ווילן אלע ווערן נענטער צום אויבערשטן און טרעפן א וועג וויאזוי מיר קענען ווערן בעסערע אידן. צוזאמען בייגן מיר זיך איין פארן אויבערשטן און מיר חזר'ן כסדר אז דאס וואס מיר גייען דורך אין לעבן זענען כוואליעס וואס מיר מוזן אדורכגיין. דער אויבערשטער האט דאס אזוי אויסגעשטעלט מיט א פונקטליכן פלאן, נישט סתם אזוי, נאר כדי אונז שטארק צו מאכן מיר זאלן קענען פארנעמען די שווערע וואג וואס מיר דארפן האלטן. &nbsp; די כוואליעס דארף מען צוקלעבן צו צוויי גראדע שיכטן, און דאס זענען תורה און תפלה. "וואס דארף א איד טון?" האט דער רבי געזאגט, "א איד דארף נאר לערנען און דאווענען, און דאווענען און לערנען." און וויאזוי קלעבן מיר זיך צו צו תורה ותפלה? ווי קויפט מען דעם "גלו"? דאס איז דורך תמימות ופשיטות &ndash; נעמען די ווערטער פונעם צדיק און אים פאלגן, צי מען פארשטייט יא צי מען פארשטייט נישט. נוץ דיין מויל און זאג ווערטער צום אויבערשטן. פשוט: "באשעפער, איך וויל רעדן צו דיר", און עפן אויף א משניות און פשוט "זאג די ווערטער". &nbsp; אז מיר וועלן פאלגן דעם צדיק, וועלן מיר זיין זייער שטארק און עס וועט אונז זיין פיל גרינגער צו האלטן די שווערע פעקלעך וואס דער אויבערשטער האט אונז געגעבן. פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com. &nbsp;

    < זעה מער יג אב תשפ"ו 📝
  • וויאזוי קען מען וואקסן הויך?

    שאלה: &nbsp; א גוטן ר' גרשון, &nbsp; אסאך מאל סטרעטש איך מיך, און איך טראכט אז עס העלפט מיר וואקסן, איז דאס ריכטיג? &nbsp; נתן ק. &nbsp; &nbsp; ענטפער: &nbsp; א גוטן טייערער נתן. &nbsp; דו זעסט מיר אויס צו זיין א קינד וואס וויל פארשטיין צי דאס וואס מען "סטרעטשט" זיך ווען מען איז מיד, קען מאכן אז די ביינער זאלן זיך אויסציען און מען זאל ווערן פיזיש העכער. &nbsp; דאס איז א זייער אינטערעסאנטע שאלה וואס אסאך קינדער טראכטן. דער קורצער ענטפער דערויף איז: ניין. זיך אויסציען אדער "סטרעטשן" די מוסקלען העלפט נישט א מענטש צו וואקסן. &nbsp; דער אויבערשטער האט שוין באשטימט אונזער הויך און עס אפגעשריבן אינעם "גענעטיקס" בוך וואס ליגט שוין אין יעדן צעל פון די מינוט וואס מיר ווערן געבוירן. עס איז נישט אלעס &ndash; עס איז וויכטיג צו פירן א געזונטע לעבנסשטייגער, עסן געזונט, און שלאפן גענוג אין די יונגע יארן כדי מען זאל קענען וואקסן. אבער די ביינער וואקסן נאר ביז מען ווערט ערוואקסן, און וויפיל מען זאל זיך נאר נישט "סטרעטשן", קען מען די ביינער נישט אויסציען און מען קען בדרך הטבע נישט טוישן די הויך פון א מענטש. &nbsp; דאס איז די "נאטור", אבער עס זענען דא זאכן וואס זענען שטארקער פון דער טבע, למשל תפילה. דער אויבערשטער קען דאך אלעס. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א פארציילט אונז א וואונדערליכע מעשה: עס איז געווען א הייליגער צדיק, הרה"ק ר' הערש לייב אליקער זי"ע. ווען ער איז נאך געווען יונג, איז ער געווען זייער א קליינטשיגער און נידעריג געוואקסן. איין נאכט ליגנדיג אין בעט, האט ער זיך אונטערגעהערט ווי זיינע עלטערן שמועסן צווישן זיך מיט גרויס זארג און טרויער: "וואס וועט זיין מיט אונזער טייערן הערש לייב? וויאזוי וועט מען קענען טרעפן פאר אים א פאסיגע שידוך? ער איז דאך אזוי קליין און נידעריג, ווער וועט זיך וועלן משדך זיין מיט אים?" &nbsp; ווען ער האט דאס געהערט, האט ער אנגעהויבן בעטן און וויינען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, דו פירסט דאך די גאנצע וועלט, דו מאכסט די ביימער וואקסן; איז דען דא א חילוק ביי דיר צי א בוים וואקסט אדער א מענטש וואקסט? העלף מיר אייבערשטער איך זאל וואקסן!" אינדערפרי האט מען געזען אז ער איז טאקע געוואקסן מיט א קאפ העכער. &nbsp; מען האט אנגעהויבן רעדן שידוכים פאר אים, ביז ער איז ברוך ה' א חתן געווארן. דער מחותן איז געווען זייער פרייליך מיט זיין נייעם חתן, האט ער אים געשיקט א שיינעם און טייערן גאלדענעם זייגער. דער צדיק האט אבער נישט אזוי אכטונג געגעבן אויף זיינע חפצים, ער איז געווען אינגאנצן אריינגעטון אין תורה ותפילה, און ער האט פארלוירן דעם זייגער. &nbsp; איין נאכט הערט ער ווי זיין טאטע-מאמע שמועסן צווישן זיך: "וואס וועט דא זיין? באלד וועט דער מחותן געוואויר ווערן אז אונזער הערש לייב איז א שלימזל; ער האט פארלוירן דעם טייערן זייגער, אפשר וועט ער אפלאזן דעם שידוך!" ווען ער האט דאס געהערט, האט ער ארויפגעצויגן דעם דעק איבערן קאפ און אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן און בעטן: "הייליגער באשעפער, דו ביסט דאך אזוי גרויס, דו מאכסט א בוים וואקסן, דו האסט געמאכט אז איך זאל וואקסן, העלף מיר איך זאל טרעפן דעם זייגער", און אינדערפרי האט ער טאקע געפונען דעם זייגער! &nbsp; נאך א וועג וויאזוי צו ווערן הויך איז דורך שמחה. ווען א מענטש איז אנגעזעצט גייט ער איינגעבויגן און ער זעט אויס נידעריג, אבער ווען א מענטש איז פרייליך גייט ער מיט א גראדן רוקן און ער זעט אויס אסאך העכער. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט דערציילן אז דער הייליגער צדיק, דער בעל "באר מים חיים" זכותו יגן עלינו, איז געווען זייער פרייליך שבת און ער האט געטאנצן א גאנצן שבת. עס האט אויסגעזען ווי ער איז מיט א קאפ העכער צוליב דעם וואס ער איז געווען טאנצעדיג א גאנצן שבת, און אזוי פירן זיך אנשי שלומינו אז מען טאנצט שבת. &nbsp; אבער פשוט זיך אויסצוציען די ביינער איז אויך א גוטע זאך. ווען מען שפירט זיך מיד אדער מען זיצט שוין א לאנגע צייט אין חדר, קענען די מוסקלען ווערן אביסל צוזאמגעצויגן. דאס אויסציען די ביינער קען העלפן זיך אויפרישן; עס פארבעסערט די בלוט צירקולאציע און הייבט דעם מענטש'ס שטימונג. אויך ווען א מענטש גייט נישט אראפגעבויגן זעט ער אויס העכער, כאטש ער איז נישט באמת געוואקסן. &nbsp; &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער ז אב תשפ"ו 📝
  • די געהיימע קאקא קאלא רעסעפי

    שאלה: &nbsp; לכבוד ר' גרשון, איך האב לעצטנס געלייענט איבער די גאר באקאנטע "קאקא-קאלא" פירמע. עס איז דארט געשטאנען אז די פונקטליכע רעצעפט וויאזוי מען מאכט דעם געטראנק איז א געהיימער סוד וואס ליגט פארשלאסן אין א שטארקן סעיף, און בלויז געציילטע מענטשן אויף דער וועלט ווייסן דעם צוזאמשטעל. איז דאס טאקע אמת? &nbsp; אויב יא, וויאזוי קען מען געבן א הכשר דערויף? דער רב אדער דיין מוז דאך זען יעדע זאך וואס מען לייגט אריין דערין איידער ער גיט א הכשר. &nbsp; א לייענער &nbsp; &nbsp; ענטפער פון גרשון קרעמער: &nbsp; טייערער לייענער, איר פרעגט א זייער גוטע שאלה. עס איז אמת אז די אריגינעלע רעסעפי פון קאקא-קאלא איז איינע פון די גרעסטע ביזנעס סודות אויף דער וועלט, אבער ווען עס קומט צו כשרות, מאכט מען נישט קיין שום פשרות. &nbsp; עס זענען דא שמועות אז די וועג וויאזוי מען גיט א הכשר איז אז קאקא-קאלא ווייזט זיי א ווערהאוז מיט למשל הונדערט אינגרידיענטס, וואס בלויז א קליין חלק פון זיי ווערט פאקטיש גענוצט אינעם געטראנק, און וויבאלד די רבנים באשטעטיגן אלעס אלס כשר, קענען זיי געבן א הכשר דערויף אן וויסן די פונקטליכע געהיימע רעצעפט. &nbsp; אבער דאס איז אין פאקט נישט אמת. די רבנים (ווי די 'או-יו' אין אמעריקע און הרב לאנדא פון בני ברק) וועלכע גיבן דעם הכשר, באקומען יא פולע צוטריט און קענען זען פונקטליך יעדע איינציגסטע אינגרידיענט וואס גייט אריין אינעם געטראנק. אבער די דיינים און משגיחים דארפן אונטערשרייבן א שטרענגע "נאן-דיסקלאוזשער עגרימענט" (NDA - א קאנפידענשעליטי קאנטראקט), אז זיי טארן בשום אופן נישט ארויסגעבן דעם סוד פאר קיינעם. &nbsp; היינט זונטאג פרשת ואתחנן, ה' אב, געפאלט אויס די יארצייט פונעם צדיק יסוד עולם, דער הייליגער ארי הקדוש ז"ל, וואס "כל רז לא אנוס ליה" &ndash; ער האט געוויסט די געהיימסטע סודות, און מיר אלע לעבן היינט פון זיין תורה און קדושה וואס איז איבערגעגעבן געווארן פאר אונז דורך זיין גרויסן תלמיד, רבי חיים וויטאל ז"ל. &nbsp; עס שטעלט זיך די שאלה: וואס איז געווען זיין גרויסער סוד? וויאזוי האט ער זוכה געווען צו אזעלכע מדרגות אין קדושה, און באוויזן צו זען וואס טוט זיך אין אלע וועלטן, וואס ער האט מגלה געווען פאר זיינע תלמידים? וואס איז געווען זיין געהיימע "רעסעפי"? איז עס נאך אלץ א סוד? &nbsp; דער אמת איז אז יא. כאטש דער געהיימער סוד איז שוין ארויסגערינען &ndash; זיין גרויסער תלמיד רבי חיים וויטאל האט עס בפירוש געשריבן אין זיינע כתבים &ndash; דאך איז עס נאך אלץ א סוד. דאס איז פון די פלאי הבריאה, וויאזוי צדיקים קענען מגלה זיין גרויסע סודות, זאכן וואס אויב מען ווייסט זיי קען מען אנקומען צו די גרעסטע מדרגות, אבער עס בלייבט נאך אלץ א סוד. &nbsp; מען קען מיינען אז דער געהיימער רעסעפי צו ווערן אזא קדוש וטהור ליגט אין פאסטן שווערע תעניתים משבת לשבת, אדער מאכן סיגופים און זיך וואלגערן אין שניי וואס דער קערפער קען קוים איבערטראגן. &nbsp; אבער ניין! רבי חיים וויטאל זי"ע שרייבט, אז ער איז אנגעקומען צו זיינע מורא'דיגע מדרגות בלויז דורך שמחה של מצוה! &nbsp; ער האט געזאגט, אז יעדעס מאל וואס ער האט מקיים געווען א מצוה, האט ער זיך אזוי שטארק געפריידט דערמיט, פונקט ווי א מענטש וואס באקומט יעצט א טעלעפאן רוף פון די לאטערי אפיס אז ער האט געווינען א ביליאן דאלער און ער ווערט יעצט א ריזיגער עושר. "דאס" &ndash; שרייבט ער &ndash; "האט אים אויפגעהויבן אזוי הויך". &nbsp; &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער ה אב תשפ"ו 📝
  • עמפינדליך צו א פראסטע שפראך

    שאלה &nbsp; איך בין לעצטנס אריין אין די ברסלב'ער חדר, און איך זע אז אין דעם חדר איז דא א נייע שפראך. מען רעדט שיין, מען באדאנקט זיך אויף יעדע זאך. אז א יונגל דארף עפעס, בעט ער שיין און איידל: "זיי מוחל, קען איך עס האבן?" מיין רבי, הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א, זאגט אז אויב מ'פארגעסט צו בעטן שיין, איז ער "אלערדזשיק" (עמפינדליך). אבער איך וואונדער מיך: אויב ער איז אלערדזשיק, פארוואס באקומט ער נישט קיין רויטע באקן? איך זע דאך נישט קיין שום אלערגיע רעאקציע? &nbsp; &nbsp; ענטפער &nbsp; ס'איז דא עטלעכע מיני אלערגיע רעאקציעס. עס זענען דא מענטשן וואס זענען אלערדזשיק צו געבן קאמפלימענטן. עס זענען דא מענטשן וואס זענען אלערדזשיק צו זאגן "שכוח". און עס איז אויך דא פארקערט: א מענטש ווערט אלערדזשיק ווען יענער באדאנקט זיך נישט, אדער אויב א מענטש רעדט אומאיידל, אזוי ווי ביי קמצא און בר קמצא. &nbsp; די גמרא (גיטין נה: - נו.) דערציילט אז דער בית המקדש איז חרוב געווארן צוליב קמצא און בר קמצא. "ההוא גברא דרחמיה קמצא, ובעל דבביה בר קמצא עבד סעודתא. אמר ליה לשמעיה: זיל אייתי לי קמצא, אזל אייתי ליה בר קמצא..." &nbsp; אויף אידיש: אמאל איז געווען א מענטש וואס האט געהאט א גוטן חבר מיט'ן נאמען קמצא, און א שונא וועמען מען האט גערופן בר קמצא. דער מענטש האט אמאל געמאכט א גרויסע סעודה, און ער האט געהייסן זיין באדינער: "גיי, רוף מיר קמצא צו דער סעודה." דער שמש האט זיך אבער טועה געווען, און אנשטאט קמצא האט ער אהינגעברענגט בר קמצא. &nbsp; ווען דער בעל הבית האט געזען אז בר קמצא זיצט ביי זיין סעודה, איז ער געווארן זייער בייז און אים אנגעשריגן: "וואס זוכסטו דא? דו ביסט דאך מיין שונא! שטעל דיך אויף און גיי ארויס פון דא!" &nbsp; בר קמצא האט זיך געבעטן ביי אים: "אז איך בין שוין דא, לאז מיך ביטע בלייבן, און איך וועל דיר באצאלן פאר אלעס וואס איך וועל עסן." "ניין!" איז געווען דער ענטפער. בר קמצא האט ווייטער געבעטן: "איך וועל דיר באצאלן פאר האלב פון די גאנצע סעודה." &ndash; "אויך נישט!" "ווייסטו וואס, איך וועל דיר באצאלן פאר די גאנצע סעודה!" &ndash; "בשום אופן!" דער בעל הבית האט אים אנגעכאפט און ארויסגעווארפן פאר די אויגן פון יעדן איינעם. &nbsp; בר קמצא איז געווארן שרעקלעך פארשעמט. ער האט געטראכט: "עס זענען דאך דארט געזעסן גרויסע חכמים און קיינער האט נישט פרובירט אפצושטעלן דעם בעל הבית; דאס מיינט," האט ער געטראכט, "אז זיי זענען אויך מסכים מיט דעם וואס מען האט מיר דא אפגעטון." ער האט נעבעך באשלאסן זיך צו נוקם זיין. ער איז געגאנגען צום קייסר און אים גע'מסר'ט: "די אידן האבן געמאכט אן אויפשטאנד קעגן דיר." כדי אויפצואווייזן זיין בלבול, האט ער פארגעשלאגן אז דער קייסר זאל שיקן א קרבן צום בית המקדש. אויפ'ן וועג האט בר קמצא שטילערהייט געמאכט א קליינעם מום אינעם קעלבל, וואס מאכט עס פסול על פי הלכה, אבער ביי די גויים ווערט עס נישט גערעכנט פאר קיין מום. &nbsp; די חכמים האבן צוערשט געוואלט מקריב זיין דעם קרבן צוליב שלום המלכות, אבער רבי זכריה בן אבקולס האט געזאגט: "מענטשן וועלן זאגן אז מען מעג מקריב זיין א בעל מום אויפ'ן מזבח." דערנאך האט מען געוואלט הרגענען בר קמצא כדי ער זאל נישט קענען מסר'ן ווייטער, אבער רבי זכריה האט עס ווייטער נישט געלאזט, זאגנדיג: "מענטשן וועלן זאגן אז ווער עס מאכט א מום אין א קרבן דארף מען הרגענען." דאס האט צום סוף געברענגט צו אונזער גרויסן חורבן. &nbsp; וואס האסטו טענות אויפ'ן בעל הבית פונעם סעודה? דער מענטש וואס האט געמאכט די סעודה איז דאך געווען א "נארמאלער" מענטש; כ'מיין "וואס זוכסטו דא? מען האט דיר דאך נישט גערופן!" ער האט אים נישט ארויסגעשיקט סתם פאר גארנישט, ער איז געווען א "נארמאלער מענטש", אבער ביים הייליגן רבי'ן איז מען אלערדזשיק אויף אזא סארט שפראך. &nbsp; עס זענען דא מענטשן וואס ווערן רויט ווען זיי זאגן דעם אמת. דער מענטש האט נעבעך אזוי פארדרייט זיין מח, אז ער ווערט פארשעמט ווען ער זאגט דעם אמת. ער זאל זאגן א קאמפלימענט? ער שעמט זיך ארויסצוזאגן א גוט ווארט פאר א צווייטן. ער דארף עפעס? עס איז אים א בושה צו בעטן שיין. אבער ביי אונז איז פונקט פארקערט: פארלאנגען און באפעלן "איך דארף...", אן בעטן שיין אדער זאגן א שכוח &ndash; דאס איז א בושה. &nbsp; דער הייליגער רבי האט געזאגט, אז אויב קעניגן און קייסערן וואלטן געזען דעם דרך ארץ און די מידות טובות פון זיינע לייט, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען דרך ארץ ביי אונז. מוהרא"ש זי"ע האט דערציילט, אז ברסלב'ער חסידים האבן קיינמאל נישט גערעדט צו קיינעם מיט א לשון פון "דו!" &ndash; "קום אהער, דו!". זיי האבן אלעמאל גערעדט איידל: "קענט איר אפשר אהערקומען?" זיי האבן גערעדט א שיינע, הייליגע שפראך. &nbsp; לאמיר בעטן דעם אויבערשטן מיר זאלן שטענדיג האבן א שיינע און הייליגע שפראך, רעדן שיין צו יעדעם, און אין דעם זכות זאלן מיר מקרב זיין די גאולה. &nbsp; &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער א אב תשפ"ו 📝
  • נדרים און נזירות היינטיגע צייטן

    שלום עליכם. &nbsp; אפשר קענט איר מיר זאגן: א. וואס איז דער פשט אין חז"ל "נדרים סייג לפרישות"? ב. איז שייך נדרים און נזירות אין אונזערע צייטן? &nbsp; משה ריבקין. &nbsp; &nbsp; ענטפער פון גרשון קרעמער: &nbsp; איר פרעגט זייער גוט. איר פרעגט צוויי שאלות: וואס איז דער טייטש פון דעם וואס די משנה זאגט אין אבות (פרק ג, משנה יג) "נדרים סייג לפרישות", און צי עס איז שייך היינט "נדרים און נזירות". &nbsp; די ערשטע שאלה, איבער דעם פשט פון "נדרים סייג לפרישות", געהערט נישט צו מיר. חז"ל זאגן אין מסכת אבות (פרק ו, משנה ו): "התורה נקנית בארבעים ושמונה דברים." דאס זענען גרויסע יסודות כדי צו קענען קונה זיין די תורה. מען קען זיך אפשטעלן אויף יעדן איינעם פון זיי, צווישן זיי טרעפט מען "שמחה", "אמונת חכמים", און אויך "המכיר את מקומו". מיר דא אין אונזער רובריק קענען פרובירן צו טרעפן שיינע זאכן וואס מיר קענען ארויסנעמען פון צווישן די שורות. איר ווילט מן הסתם נישט הערן פון מיר פשוט'ן עברי-טייטש; איך גלייב אז איר האט שוין אריינגעקוקט אין די פירושים, אבער עפעס איז אייך נאך אלץ שווער, אבער דאס וועל איך איבערלאזן פאר די כולל אינגעלייט. &nbsp; און דאס וואס איר פרעגט צי עס זענען שייך היינטיגע צייטן נדרים, חרמים און נזירות &ndash; איז דער ענטפער: זיכער איז דאס דא. &nbsp; עס מאכט זיך זייער אפט אז א מענטש איז ביי זיך ממש זיכער און שווערט זיך אז ער איז א דורכפאל. מען שפירט זיך ווי אין א חרם, ווי א נזיר &ndash; קיינער דארף מיר נישט, קיינער קוקט נישט אויף מיר, און עס איז נישטא קיין וועג צוריק. &nbsp; אפשר פארדעם איז דער מנהג ביי אידן יעדן ערב ראש השנה, ווען מיר געפינען זיך אינעם חצר פונעם הייליגן רבי'ן אין אומאן, זאגט מען דעם גאנצן נוסח פון "התרת נדרים". כדי צו קענען תשובה טון דארף מען זיך מתיר נדר זיין פון די אלע מאל וואס איך שווער ביי זיך אז איך האב שוין נישט קיין האפענונג און קיינער קען מיך נישט העלפן. דא ביים הייליגן רבי'ן איז דא די רפואה פאר דעם; מען רעכנט אויס אלע סארטן חרמות, נדרים, שבועות און נזירות מיט אלע מיני לשונות וואס זאלן זיך נישט מאכן, און מען איז עס מבטל מיט א בית דין של שלשה: "מותר לך, מופר לך". אלעס איז אויס, אלעס איז בטל; די אלע שווארצע נבואות וואס יעדער האט געזאגט אויף מיר, אז פון מיר וועט שוין גארנישט זיין און איך וועל קיינמאל נישט מצליח זיין, אלעס איז גענצליך גארנישט, פונקט ווי שטויב. &nbsp; די זעלבע זאך איז ווען עס קומט דער יום הקדוש ביי כל נדרי, די הייליגסטע נאכט פונעם יאר. דער אויבערשטער איז מוחל אלע עבירות, אבער מען דארף נאר תשובה טון. תשובה איז נישט קיין בער; מען דארף בלויז זאגן "אשמנו, בגדנו", מען דארף פארציילן פארן באשעפער וואס מען האט געטון, און זאגן פארן באשעפער: "איך גיי שוין זיין גוט". &nbsp; אבער מען קען זיך נישט עפענען דאס מויל. דער יצר הרע קומט צום מענטש און זאגט אים: "מיט דיין מויל גייסטו רעדן צום אויבערשטן? דו ווייסט דאך וואס דו האסט שוין אלץ צוזאמגערעדט און וואס דו האסט שוין אפגעטאן!" מען שפירט זיך ווי אין א חרם, מען שפירט כאילו יעדער זאגט אויף מיר אז איך בין שוין דערנאך. אפשר דאס איז די סיבה פארוואס מען האט איינגעפירט א מנהג ביי כלל ישראל אז דער בעל תפילה הייבט אן די ערשטע זאך מיט "כל נדרי"; ער נעמט צוויי דיינים נעבן זיך און רופט אויס אז אלע נדרים און אלע חרמות זענען בטל ומבוטל. דו קענסט אנהייבן פונדאסניי, דער אויבערשטער דארף דיר יא, דו דארפסט בלויז עפענען דיין מויל. מיט אמונת חכמים קען יעדער ארויסגיין פון די אלע חרמות און נזירות.

    < זעה מער כג תמוז תשפ"ו 📝
  • טשעקס

    שאלה: &nbsp; איך האב אן אינטערעסאנטע שאלה איבער די סעקיוריטי פון טשעקס. די גאנצע זאך זעט מיר אויס ווי איין גרויסע וויץ. וואס האלט צוריק א מענטש פון פשוט פרינטן א טשעק אויף פשוט'ע פאפיר, אנפירקלען דערויף סיי וועלכע סומע, און עס אריינגעבן אין באנק ווי עכטע געלט? &nbsp; און בכלל, ביי יעדע עכטע טשעק וואס מען באקומט, שטייט דערויף קלאר די באנק אקאונט און די ראוטינג נומערן אונטן פונעם טשעק; קען דאך יעדער אליין איבערמאכן נייע טשעקס, אדער נוצן די נומערן און מאכן אן עי-סי-עיטש (ACH) טראנספער אנליין פונעם אקאונט. וויאזוי מאכט די באנק זיכער אז עס איז נישט פאלש? &nbsp; אסתר בריינדל זאבעל &nbsp; &nbsp; ענטפער פון גרשון קרעמער: &nbsp; א גוטע שאלה פרעגסטו, אסתר בריינדל. עס איז זייער אינטערעסאנט; מיר באקומען א פשוט שטיקל פאפיר, און מען זאגט אונז אז עס איז ווערט טויזנט אדער אפילו א מיליאן דאלאר. וויאזוי ארבעט דאס? &nbsp; דער אמת איז, אז א טשעק אליין איז גארנישט ווערט. עס איז בלויז א שטר וואס זאגט פארן באנק: "נעם ארויס פון מיין אקאונט אזוי און אזוי פיל געלט, און גיב עס פאר דעם מענטש." אבער כדי עס זאל נישט זיין קיין הפקר וועלט, און מען זאל נישט קענען סתם פרינטן טשעקס אין די וועלט אריין, האבן די בענק איינגעשטעלט פארשידענע סעקיוריטי סיסטעמען. &nbsp; צוערשט איז דאס פאפיר פון א טשעק א ספעציעלע סארט; עס פארמאגט אין זיך "וואטערמארקס" (צייכענונגען וואס מען זעט נאר ווען מען האלט עס קעגן די ליכט) און "מייקרא-פרינטינג" &mdash; ווערטער וואס זענען אזוי קליין, אז פארן אויג זעט עס אויס ווי א פשוט'ע ליין, אבער מיט א פארגרעסערונג גלאז קען מען עס לייענען. אויב מען מאכט א פשוט'ע קאפי פונעם טשעק, וועט די מאשין עס נישט גוט אויפכאפן, און אפטמאל וועלן ארויפקומען גרויסע ווערטער ווי VOID (בטל) אויפן טשעק. דערצו זענען די ראוטינג און אקאונט נומערן אונטן פונעם טשעק געדרוקט מיט א ספעציעלע מאגנעטישע טינט, וואס קאמפיוטערס קענען לייענען און נאכגיין. וואס פאסירט אויב א גנב נוצט די נומערן און פעלשט א טשעק, אדער מאכט טשארדזשעס אנליין? פאר דעם נוצט די באנק אנדערע מיטלען. די באנק קוקט נאך יעדע אקאונט; זיי האבן דיין עכטע אונטערשריפט אויפן פייל, און אויב עפעס קוקט אויס פארדעכטיגט, אדער אויב דער טשעק איז פאר א סכום וואס מאכט נישט קיין סענס, וועט די פראוד דעפארטמענט עס אפשטעלן. און בכלל האלטן די בענק רעקארדס פון יעדע טראנזאקציע, און אויב א גנב נעמט ארויס געלט קען מען עס נאכגיין: פון וואו ער האט עס געטאן, וואו דאס געלט איז געגאנגען, און די פאליציי קען אים גרינג כאפן. &nbsp; עס איז דא א געוויסע סארט "טשעק" וואס איז ליידער זייער גרינג נאכצוצומאכן. עס זענען דא מענטשן וואס לעבן נעבעך ווי "מצוות אנשים מלומדה"; זיי גייען מיט פאות פאר די זעלבע סיבה פארוואס זיי גייען אין קאנטרי &ndash; ווייל דאס איז יעצט "אין". ביי אים איז נעבעך אלעס געבויט אויף דעם וואס "יעדער" טוט. &nbsp; ווען דארף מען אויסהערן שידוכים? "אין מיין נעיבערהוד הערט מען נישט אויס פאר די פינף און צוואנציג; מיין טאכטער איז נאך אזוי יונג, זי איז נאר דריי און צוואנציג." זיי פארגעסן אבער אז די סיבה פארוואס מען דארף חתונה האבן איז פלעין, ווייל דער אויבערשטער האט אזוי געהייסן. יעדן טאג מאכט ער פאלשע טשעקס: ☑ מקוה, ☑ קאווע, ☑ סובורבען, ☑ ארבעט, ☑ "סיום" מיט חברים, ☑ גיין שלאפן. אזוי גייט נעבעך דורך א טאג נאך א טאג און ער פארגעסט פונעם אויבערשטן. ער דאווענט ב"ה, אבער ער ווייסט נישט פארוואס; ער טוט אן תפילין, אבער נעבעך נאר ווייל ער איז אזוי צוגעוואוינט. &nbsp; דער אויבערשטער וויל מיר זאלן נוצן "עכטע" טשעקס. לייג אריין אביסל נשמה אין דיין לעבן! דו מעגסט גיין אין קאנטרי, אבער נעם מיט דעם אויבערשטן. גיי נאר אין א קאנטרי וואו עס איז דא א מקוה, א מנין, א דיין, און וואו מען לעבט מיט די אייגענע משפחה. דו מעגסט דרייוון א טעסלא, אבער דאנק דעם אויבערשטן דערפאר. געב א טאנץ אונטער ווען דו טוסט אן די הייליגע תפילין. דאווען מיט א מנין און בענטש הויך מיט א בענטשער, וועט דיר דער אויבערשטער געבן גרויס שפע און דו וועסט קענען אויסשרייבן גרויסע טשעקס. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות, ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כא תמוז תשפ"ו 📝
  • קאמפלימענטן און קאמפלעינען

    שאלה: &nbsp; מיין רבי האט גערעדט איבער "קאמפלימענטן און קאמפלעינען", און איך וויל פארשטיין וואס די צוויי ווערטער מיינען. &nbsp; ליפא זאבעל, כיתה ג', קרית יואל ענטפער: &nbsp; צוערשט, פאר די ארץ-ישראל'דיגע ליינער וואס ווילן וויסן דעם פשוט'ן טייטש: דאס ווארט "קאמפלימענטן" מיינט לויבן און אויסרימען, און "קאמפלעינען" מיינט זיך באקלאגן און וויינען אויף א זאך. &nbsp; יעצט צוריק צו דיין שאלה. &nbsp; טייערער ליפא'לע, דו פרעגסט א זייער גוטע שאלה. ביידע ווערטער, "קאמפלעינען" און "קאמפלימענטן", הערן זיך גאנץ ענליך און מען קען טאקע ווערן צומישט צווישן זיי. אבער באמת זענען די צוויי זאכן גאר אנדערע וועלטן; עס איז דא א גרעסערער חילוק צווישן זיי ווי צווישן א מאלפע און א מענטש. &nbsp; א מענטש וואס לעבט מיט קאמפלימענטן קוקט אן יעדע זאך פאזיטיוו און ער איז צופרידן. אזא מענטש פירט א פרייליך לעבן, א לעבן מיט אהבת חינם, ער האט יעדעם ליב און עס איז ממש א מחי' צו זיין אין זיין געזעלשאפט. ער לעבט אבער אויף א גאנץ אנדערן פלאנעט ווי דער וואס קאמפלעינט. א מענטש וואס קאמפלעינט באקלאגט זיך אויף יעדע זאך; ער לעבט נעבעך אין א דמיון-וועלט און מיינט אז יעדע זאך קומט זיך אים. ער האט נעבעך א לעבן פול מיט קריגערייען און שנאת חינם. &nbsp; מיט איין זאך זענען ביידע אייניג: ווען מען פילט אן א גלעזל ביז דער העלפט, זעען ביידע נאר א האלב גלעזל. אבער דער "קאמפלימענטירער" זעט די האלב וואס איז פול, און דער "קאמפלעינער" זעט נעבעך די האלב וואס איז ליידיג. &nbsp; חז"ל זאגן אין מסכת אבות (פרק ה' משנה יט): "מה בין תלמידיו של אברהם אבינו לתלמידיו של בלעם הרשע? תלמידיו של אברהם אבינו, אוכלין בעולם הזה ונוחלין בעולם הבא, שנאמר להנחיל אוהבי יש, ואוצרותיהם אמלא. אבל תלמידיו של בלעם הרשע יורשין גיהנם ויורדין לבאר שחת, שנאמר, ואתה אלהים תורידם לבאר שחת, אנשי דמים ומרמה לא יחצו ימיהם, ואני אבטח בך". &nbsp; די משנה שטעלט אוועק א שאלה: "וואס איז דער חילוק צווישן די תלמידים פון אברהם אבינו און די תלמידים פון בלעם הרשע?" עס פרעגט זיך די קשיא: אויב דו וואלסט געפרעגט וואס דער חילוק איז צווישן בלק און בלעם, אדער צווישן תרח און נמרוד, וואלט מען פארשטאנען די שאלה; אבער דו ווילסט וויסן וואס דער חילוק איז צווישן אברהם אבינו, דער צדיק יסוד עולם וואס האט געלעבט מיט'ן אויבערשטן און אונז אויסגעטרעטן דעם וועג פון אמונה צו וויסן אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם באשעפער, קעגן דעם רשע בלעם וואס האט נאר געקענט טון איין זאך &ndash; "שעלטן" און קוקן אויף יעדן מיט א שלעכט אויג? און אויף דעם ווילסטו וויסן "וואס איז דער חילוק צווישן זיי"? &nbsp; נאר דער תירוץ איז, אז א פשוט'ער מענטש וואלט שווער געקענט זען דעם חילוק צווישן בלעם הרשע און אברהם אבינו. חז"ל זאגן (זבחים קט"ז ע"א): "כשניתנה תורה לישראל היה קולו הולך מסוף העולם ועד סופו, וכל מלכי עובדי כוכבים אחזתן רעדה בהיכליהן ואמרו שירה, שנאמר ובהיכלו כולו אומר כבוד. נתקבצו כולם אצל בלעם הרשע ואמרו לו: מה קול ההמון אשר שמענו, שמא מבול בא לעולם? אמר להם: ה' למבול ישב, וישב ה' מלך לעולם, כבר נשבע הקדוש ברוך הוא שאינו מביא מבול". &nbsp; בלעם הרשע איז געווען א גרויסער רבי, ער האט געהאט אסאך חסידים. אין די צייטן פון בלעם, ווען איינער האט גערעדט פון משה רבינו, האט מען אים געזאגט: "איך ווייס נישט צי מען האלט פון אים, בלעם האלט דאך נישט פון אים". נו, וויאזוי קען מען טאקע וויסן ווער עס איז דער צדיק און ווער עס איז דער רשע? דאס זעט מען ביי די תלמידים. &nbsp; דערפאר זאגט די משנה אז ביי די תלמידים קען מען זען דעם חילוק: די תלמידים פונעם צדיק זענען פרייליך מיט יעדע מצוה, זיי זענען "אוכלין בעולם הזה ונוחלין בעולם הבא"; אבער די תלמידים פון בלעם הרשע, זיי קאמפלעינען נעבעך אויף יעדע זאך און זיי שעלטן ווען עפעס גייט נישט גוט, ביי זיי איז נעבעך "יורשין גיהנם ויורדין לבאר שחת". &nbsp; לאמיר בעטן דעם אויבערשטן מיר זאלן זוכה זיין צו זיין פון די תלמידים פון אברהם אבינו, צו לעבן א צופרידן לעבן און האבן די וועלט און יענע וועלט; און מיר זאלן אנטלויפן פון די תלמידים פון בלעם הרשע, וואס האבן נעבעך גארנישט &ndash; נישט די וועלט און נישט יענע וועלט. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער טז תמוז תשפ"ו 📝
  • עלעקטערישע ווינט טורביינס

    שאלה (דורכ'ן טעלעפאן): &nbsp; א גוטן, דא רעדט ליפא איינהארן. &nbsp; איך האב א שאלה: וואס זענען די גרויסע פענס וואס מ'זעט אויף די הייוועיס ווען מ'פארט קיין אומאן? עס זענען דא ריזיגע פענס וואס דרייען זיך זייער שטאט, און איך וויל וויסן וואס דאס איז. יישר כח. ענטפער פון גרשון קרעמער: &nbsp; יישר כח ליפא'לע פאר דיין שיינע שאלה. &nbsp; מיר האבן טאקע שוין געהאט אן ענליכע שאלה אין אונזער קאלום מיט בערך א יאר צוריק. מיר האבן דאן ערקלערט אז די מאשינען זענען נישט קיין פענס, נאר דאס רופט זיך ווינט טוירביינס. דאס זענען מאטארן וואס פראדוצירן עלעקטרישע קראפט דורך דעם וואס דער ווינט בלאזט אויף זיי און דרייט זיי. &nbsp; לאמיר יעצט אריינגיין אביסל טיפער אינעווייניג אין דעם טוירביין און זען וואס דארט טוט זיך, און וויאזוי די עלעקטריציטעט ווערט פראדוצירט. הויך אויפן שטאנג וואס האלט די ריזיגע פליגלען (בלעידס), געפינט זיך א מאשין וואס רופט זיך א דזשענערעיטאר. ווען מען דרייט אזא מאשין, פראדוצירט עס עלעקטריציטעט. &nbsp; אינדרויסן זענען די פליגלען צוגעטשעפעט אויף א ספעציעלן אופן, אז ווען עס בלאזט א שטארקע ווינט, שטיפט דער ווינט די פליגלען זיי זאלן זיך דרייען, און זיי דרייען דעם אינערליכן דזשענערעיטאר - און אזוי ווערט כסדר געשאפן פרישע עלעקטרישע קראפט. &nbsp; מען פרובירט געווענליך צו לייגן די טוירביינס אין אפענע פעלדער וואו עס בלאזן כסדר ווינטן. אנשטאט די ווינטן זאלן סתם בלאזן אין די וועלט אריין, שטעלט מען דארט אוועק אזא טוירביין וואס נעמט ארויס א שטארקע נוצן פונעם ווינט, כדי זיין כח זאל נישט גיין לאיבוד. &nbsp; פונדערווייטנס קען עס אויסקוקן ווי זיי דרייען זיך זייער שטאט, אבער דער אמת איז אז זיי דרייען זיך גארנישט אזוי פאמעליך. נאר וויבאלד די פליגלען זענען אזוי ריזיג (אסאך מאל איבער 300 פיס לאנג!), זעט עס פשוט אויס פאר די אויגן ווי זיי רוקן זיך שטאט. באמת האבן זיי א מורא'דיגן כח; יעדע אזא טוירביין קען פראדוצירן עלעקטרישע קראפט און מאכן ליכטיג פאר טויזנטער שטיבער. &nbsp; דער הייליגער רבי זאגט אונז (אין ליקוטי מוהר"ן חלק א' סימן ס"ו) אז יעדער פון אונז קען אויסנוצן די ווינטן צו באקומען קראפט. אסאך מאל ווען א מענטש פרישט זיך אויף און ער וויל פריש אנהייבן דינען דעם אייבערשטן, אדער ער וויל פארן צום הייליגן צדיק וואס וועט אים אויסלערנען וויאזוי צו דינען השי"ת, וועלן פלוצלינג אנהייבן בלאזן שווערע ווינטן און עס וועלן ארויסוואקסן שטיינער אין וועג, וואס וועלן אים מאכן מניעות און חלישות הדעת. &nbsp; איז וויכטיג צו וויסן אז די ווינטן בלאזן נישט סתם אזוי "פאר פלעין", נאר עס איז דא א פונקטליכע סיבה דערפאר. דער רבי לערנט אונז דעם וויכטיגן כלל: "כְּשֶׁיֵּשׁ מְנִיעָה לְאָדָם הַחֵשֶׁק מִתְגַּבֵּר בְּיוֹתֵר" - די מניעות זענען נאר געמאכט אנצורייצן דעם מענטש ער זאל נאך מער וועלן, און נאך מער בעטן דעם אייבערשטן. &nbsp; דו קענסט אויסנוצן די התנגדות און די טשעלענדזשעס זיך צו שטארקן. ווען דו דרייסט זיך אויס צום אייבערשטן און בעטסט אים אז דו זאלסט באקומען כח איבערצוקומען די מניעות, ווערסטו ווי א ווינט טוירביין; דו וועסט זיך שטארקן און ארויסגעבן אזוי סאך ליכטיגקייט, אז נישט נאר עס וועט דיר אליינס ווערן ליכטיג, נאר דו וועסט נאך קענען אריינשיינען די ליכטיגקייט פון אמונה אין טויזנטער אידישע שטיבער! &nbsp; לאמיר אויסנוצן די געלעגנהייט צו בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן איבערקומען אלע מניעות, און מיר זאלן קענען אנקומען צום הייליגן רבין אויף ראש השנה גרינגערהייט. &nbsp; פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער יד תמוז תשפ"ו 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 123 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com