Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • זיבעטע יאר אין בית חינוך לבנות "בית פיגא"

      מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט מען אנגעהויבן די פרישע יאר אין אונזער מיידל שולע "בית פיגא ברסלב". די געוואלדיגע הצלחה פון די מיידל שולע האט א ווייטע אפקלאנג. אין די קורצע פאר יאר וואס די סקול שטייט שוין, האט זיך עס ערהארבן גאר א גוטע נאמען. עלטערן וועלכע ווילן וועלכע האבן אן ערליכע און גוטע חינוך פאר זייערע קינדער, אויפ'ן וועג ווי אזוי דער הייליגער רבי לערנט אונז, שיקן זיי די קינדער צו אונז אין שולע. די גאנצע שטאב פון די שולע איז צוזאמגעשטעלט פון גאר גוטע ערפארענע מחנכות, וואס זייער גאנצער ציל איז נאר אריינצוברענגען אין די קינדער ערליכקייט און יראת שמים, אז זיי זאלן אויסוואקסן אמת'ע ערליכע אידישע מאמע'ס. עס דערמאנט זיך צוריק ווען מוהרא"ש האט געהייסן עפענען די מיידל שולע. דאן האט נישט אויסגעזען ווי עס וועט עפעס צופיל ווערן פון דעם. אינ'ם מכתב קודש האט מוהרא"ש מחזק געווען די הנהלה אז אפילו מען הויבט אן אויף א קליינעם פארנעם, אויב אבער מען מיינט עס אמת'דיג, וועט דער אייבערשטער העלפן אז עס וועט הערליך אויסוואקסן, מוהרא"ש האט ארויסגעברענגט אינעם מכתב קודש דאס וואס רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל האט געטון, ווען ער האט געעפנט זיין מיידל שולע מיט בלויז צוויי מיידלעך, אזוי ווי ער האט דאס אבער געטון מיט מסירת נפש, האט דאס אזוי שיין געוואקסן, און ס'האלט שוין היינט ביי צענדליגע טויזנטער מיידלעך קע"ה; און די זעלבע וועט אויך דא פאסירן, אזוי ווי מען עפענט אויף א מיידל שולע מיט מסירת נפש, וועט עס זיכער האבן א גרויס הצלחה. און דאס איז טאקע מקוים געווארן, ווען היינט צו טאגס האט זיך די סקול אזוי הערליך אהער געשטעלט לשם ולתפארת. די קינדער לעבן מיט'ן אייבערשטן אזוי ווי דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט, און גלייכצייטיג רירט מען זיך נישט אוועק קיין זוז כל שהוא פון די הייליגע מסורה אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען פון רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל. בלייבט נאר איבער צו בעטן ביים אייבערשטן אז מיר זאלן ווייטער מצליח זיין, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו גיין קעגן משיח צדקינו בב"א. והיה ראשיתך מצער ואחריתך ישגה מאד!

    < זעה מער כח תשרי תשע"ח 📝
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ז
  • תשע״ח
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשפ״א
  • תשפ״ב
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com