Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • היינט דינסטאג לעצטע געלעגענהייט מיטצוהאלטן דעם דראמאטישן שפיל "פארטוישטע קינדער" פאר פרויען אין מיידלעך

    אין די פארגאנגענע צוויי טעג האבן הונדערטער פרויען באלאגערט דעם גרויסן אוידאטאריום פון די מוסדות אין ליבערטי און מיטגעהאלטן דעם דראמאטישן שפיל "פארטוישטע קינדער", די פרויען זענען געזיצן פאר עטליכע שעה צוגענאגעלט צו די פלעצער און מיטגעהאלטן די שטורמישן רייזע פון צוויי קינדער וואס זענען בייזוויליג פארטוישט געווארן, און זיי באגלייט איבער שטעט לענדער און וועלדער, און געזען ווי דער אייבישטער פירט די וועלט אזוי שיין, און ווי דער אייבישטער נעמט אן די תשובה פון יעדן איד, און ווי ווייט א איד קען צוקומען ווען מען טוט תשובה. דער שפיל ווערט מיטן אייבערשטנ'ס געשפילט דורך די תלמידות פון די העכערע קלאסן פון די "בית פיגא" ברסלב סקול.  אלע באטייליגטע פון די לעצטע צוויי טעג זאגן עדות אז דער שפיל איז ב"ה העכסט פראפעסיאנאלע און דראמאטיש. מען זעט די כחות וואס די פראדוצירערע און מחנכות האבן אריינגעלייגט אין די מיידלעך ארויסצוברענגען פון זיי דאס בעסטע. און האלט דעם אוידענץ געשפאנט מיט אפענע מיילער פאר עטליכע שעה, און לאזט איבער א רושם אויף גאר א לאנגע צייט, עס גיבט אינספיראציע פאר די פרויען און מיידלעך און פילט אן מיט חיזוק און שמחת המצוות וואס מען נעמט מיט זיך אהיים, און געבט פרישע כחות און מוט אנצוגיין מיטן לעבן. די שפיל פון פאריאר וואס איז ארויסגעקומען אויף DVD מיט א האלבע יאר צוריק, און איז דא צו באקומען אויף די אידישע מארקעט, און איז געווארן פון די בעסטע פארקויפטע פלעיס אין די געשעפטן, און ווערט נאך היינט פארקויפט דערפון טויזנטער שטיק, האט אויך איבערגעלאזט א געוואלדיגע השפעה אויף אלע צוהערער, ווי מען קען זען פון די "ריוויוס" וואס די קאסטומערס אויף "ניגון מיזוק" האבן איבערגעלאזט, צום ביישפיל שרייבט איינע (איבערגעטייטש אויף אידיש): "איך האב שוין געזען אסאך פלעיס, און אפילו מער פראפעשאנעל, אבער וואס די פלעי האט געמאכט מיט מיר האב איך נאך קיינמאל געהאט. נאכן זען די פלעי, בין איך אריין אין מיין צימער, און פשוט 'אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן ווי מען רעדט צו א חברטע' - צום ערשטן מאל אין מיין לעבן!! א גרויסע דאנק אייך בית פיגא סקול פאר די פלעי!". ווי געזאגט איז דער יעצטיגער פלעי ברוך השם ארויף נאך א שטאפל העכער, און איז נאך שענער און דראמאטישער פון די פריערדיגע. דער שפיל "פארטוישטע קינדער" איז געבויעט אויף די עלפטע מעשה פון סיפורי מעשיות וואס דער הייליגער רבי האט געשריבן וואס איז פול מיט חיזוק, מוסר און יראת שמים, און "וועקט אויף א מענטש פון שלאף" (לשון פון הייליגן רבין). דער שפיל וועט היינט אויפגעשפילט ווערן צו לעצטן מאל אום 8:00 אווענט אינעם אוידיאריום פון די מוסדות אויף 39 טשעסטנאט סט. ליבערטי ניו יארק 12754. מען קען קויפן טיקעטס דורך רופן 845-422-5305 אדער 929-722-6836. אויך ווערט פארקויפט א באגרעניצטע צאל טיקעטס ביים טיר. 📸 דער שפיל "פארטוישטע קינדער" 🛒 צו קויפן די DVD פון די פריערדיגע שפיל

    < זעה מער כה אב תשפ"א 📝
  • בלויז איין וואך צום דראמאטישן שפיל פאר פרויען: פארטוישטע קינדער

    מיטן אייבערשטנ'ס הילף גרייטן זיך די העכער קלאסן מיילדעך פון "בית פיגא" צום מעידזשאר פלעי וואס גייט בעז"ה פארקומען קומענדיגע וואך פרשת ראה הבעל"ט. אזוי ווי די פארגאנגענע שפיל, גרייט זיך בית פיגא מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו א פרישע העכסט פראפעסיאנאלע און דראמאטישע שפיל, מיטן נאמען "פארטוישטע קינדער" און מיט'ן אייבערשטנס הילף, וועט עס נאך זיין אסאך שענער, און בעסער ווי די פריערדיגע. די פראדוצירערע האבן אריינגעלייגט אומגעהויערע כחות ארויסצוברענגען די חשובע תלמידות זייערע בעסטע טאלאנטן, און אנטשפרעכט צו האלט די אוידענץ געשפאנט מיט אפענע מיילער פאר עטליכע שעה, און וועט איבערלאזן ביי זיי א רושם אויף גאר א לאנגע צייט. בפרט, וועט עס אינספירירן די טייערע חשובע פרויען און מיידלעך מיט חיזוק און שמחת המצוות וואס זיי וועלן מיטנעמען מיט זיך אהיים, און וועט זיי געבן פרישע כחות און מוט אנצוגיין מיטן לעבן. די פריערדיגע שפיל וואס איז ארויסגעקומען אויף די-ווי-די און איז פארקויפט געווארן אויף די אידישע גאס, און איז געווארן פון די בעסטע פארקויפטע פלעיס אויף די מארקעט, און ווערט נאך היינט פארקויפט דערפון טויזנטער שטיק, האט איבערגעלאזט א געוואלדיגע השפעה אויף אלע צוהערער, ווי מען קען זען פון די "ריוויוס" וואס די קאסטומערס אויף "ניגון מיזוק" האבן איבערגעלאזט, צום ביישפיל האט איינע געשריבן (איבערגעטייטש אויף אידיש): "איך האב שוין געזען אסאך פלעיס, און אפילו מער פראפעשאנעל, אבער וואס די פלעי האט געמאכט מיט מיר האב נאך קיינמאל געהאט, נאכן זען די פלעי, בין איך אריין אין מיין צימער, און פשוט אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן ווי מען רעדט צו א חברטע - צום ערשטן מאל אין מיין לעבן!! א גרויסן דאנק בית פיגא סקול פאר די פלעי!". ווי געזאגט אנטשפרעכט דער פלעי בעזר השם צו זיין אסאך בעסער, שענער און דראמאטישער פון די פריערדיגע, דער שפיל "פארטוישטע קינדער" איז געבויעט אויף די עלפטע מעשה פון סיפורי מעשיות וואס דער הייליגער רבי האט געשריבן וואס איז פול מיט חיזוק, מוסר און יראת שמים. מען קען שוין קויפן טיקעטס. רופט 845-422-5305 אדער 929-722-6836. דער שפיל וועט פרעזענטירט ווערן דריי מאל: זונטאג ראה (למס' אויגוסט 1) אום 2:00 מיטאג, מאנטאג און דינסטאג ראה (למס' אוגוסט 2-3) אום 8:00 אווענט, און וועט אפגעהאלטן ווערן אינעם הערליכן גרויסן אוידיטאריום פון די בנין המוסות אויף 39 טשעסטנאט סטריט, ליבערטי ניו יארק 12754. 📸 דער שפיל "פארטוישטע קינדער" 🛒 צו קויפן די DVD פון די פריערדיגע שפיל

    < זעה מער טז אב תשפ"א 📝
  • 📀 פלעי "דער בערגער און דער ארימאן" שוין דא צו באקומען

    עס איז יעצט די געשפרעך פונעם טאג די גאר דראמאטישע העכסט אינטערעסאנטע פארשטעלונג "דער בערגער און דער ארעמאן", וואס איז אהערגעשטעלט געווארן די פאראיאר דורך די "בית פיגא ברסלב" תלמידות, און איז מיטגעהאלטן געווארן דורך הונדערטער פרויען וואס זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט מיטצוהאלטן די פלעי. דער שפיל נעמט בערך 3 שעה, און איז פול מיט ערליכע געשמאק אינהאלט. אלע פרויען וואס האבן געזען דעם שפיל זענען געווען גאר שטארק באגייסטערט ווי שיין עס איז געווארן אויפגעשפילט, און ווי פאכמאניש די מיידלעך האבן עס אהערגעשטעלט מיט לעבעדיגע פארבן. ווען מ'האט געדרוקט צום ערשטן מאל דעם הייליגן רבינ'ס ספר "ספורי מעשיות", האט דער הייליגער רבי געזאגט אז מ'זאל עס דרוקן אויך אין אידיש, אז פרויען און קינדער זאלן עס אויך קענען ליינען און פארשטיין, ווייל די הייליגע מעשיות האבן אין זיך געוואלדיגע כוחות אויפצואוועקן א מענטש פון שלאף, ער זאל נישט פארשלאפן זיינע טעג און יארן מיט נארישקייטן, נאר געדענקען דעם תכלית אז מיר זענען דא אויף דער וועלט נאר צו ווערן נאנט צום אייבערשטן און צו לעבן מיט'ן אייבערשטן. דאס איז סתם אזוי ווען מ'ליינט די הייליגע מעשיות, און זיכער ווען מ'שפילט אויף די מעשה לעבעדיג, גייט דאס אריין אין די ביינער און עס וועקט אויף דעם איד צום אייבערשטן. אויסער די פילע מוסר השכל וואס מ'קען פשוט ארויסנעמען פון די מעשיות, ליגט אין דעם נאך געוואלדיגע גרויסע סודות התורה. און דאס האט מען טאקע געזען יעצט ביי די פלעיס, ווי די פרויען האבן גאר שטארק הנאה געהאט און באקומען אסאך חיזוק און התעוררות פון דעם שיינעם אינהאלטספולן פלעי, זאכן וואס מ'קען מיטנעמען אין לעבן, די חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן העלפן און באגלייטן יעדן איד אויף טריט און שריט. מען האט אגעשפילט די הייליגע מעשה י' פון סיפורי מעשיות "בערגער ועני" וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט: (דא ברענגען מיר די מעשה "זייער זייער" בקיצור) עס איז געווען אן ארימאן, וואס האט גארנישט פארמאגט. העכער אים האט געוואוינט א סוחר (דער "בערגער") א גרויסער עושר. איינמאל זענען עטליכע פרויען געגאנגען שפאצירן, צווישן זיי די פרוי פונעם ארימאן, און א גרויסע גענעראל איז דורכגעפארן, און געהייסן מ'זאל אים געבן איינע פון די פרויען, און אזוי איז די ארימע פרוי פארכאפט געווארן ביים גענעראל. דער ארימאן האט עס נישט אויסגעהאלטן. יעצט האט ער שוין ממש גארנישט אויף דער וועלט. דער סוחר האט דאס געהערט, האט ער זיך מוסר נפש געווען, און איינגעשטעלט זיין לעבן, און געראטעוועט די פרוי. זיי האבן זיך געדארפט באהאלטן אין "זיבן וואסערן". זי, שפירנדיג א הכרת הטוב צו אים, האט געשוואוירן אז אויב זי וועט אמאל פארמאגן עפעס, וועט זי עס אים געבן. אין זכות פון זייער ערליכקייט, האט דער אייבישטער זיי ביידע באשאנקען מיט א קינד, דער סוחר מיט א אינגל, און דער ארימאן מיט א מיידל. דאס מיידל איז געווען א מורא'דיגע געלונגענע און שיינע, האט דער סוחר פארגעשלאגן זיך משדך זיין מיט זיי, און זי האט מסכים געווען. ביזדערווייל איז באקאנט געווארן איר שיינקייט און געלונגענקייט אויף דער וועלט, האבן אלע חשובע לייט זיך געוואלט משדך זיין מיט זיי, אבער עס האט נישט געפאסט זיך משדך זיין מיט א פראסטע ארימאן, האט מען זיי אנגעהויבן צוביסלעך גרויס מאכן, ביז... ביז... דער ארימאן איז געווארן דער קייזער. יעצט האט דער "קייזער" נישט געפאסט זיך משדך זיין מיטן סוחר, און האט גערודפט דעם "חתן" דער סוחר'ס זון, ביז מען האט אים געמשפט צום טויט. די קעניגן האט פארציילט איר טאכטער די מעשה, און אז דער בחור איז איר חתן. דאס מיידל האט געשיקט א "כתב" מיט סימנים פון די "זיבן וואסערן" צו אים, און אים מחזק געווען אז זי איז מיט אים. די קעניגן האט שטילערהייט געראטעוועט דעם בחור, וואס איז אנטלאפן. אנטלויפענדיג האט ער זיך פארבלאנדשעט אין מדבר. דאס מיידל די "כלה" האט אפגעזאגט אלע שידוכים, בעטנדיג פאר אירע סימנים. דער בחור דער "חתן" האט באהאלטן דאס "כתב" אין א בוים, און האט עס פארלוירן צו זיין גרויס ווייטאג. ער אוועק פון דארט, און געהערט אז זיין כלה פארלאנגט סימנים, האט איבערגעגעבן די סימנים פאר עטליכע, אבער זי האט חושד געווען אז דאס איז נישט איר חתן, און פארלאנגט צו זען דאס "כתב". מ'האט ווידער פארשיקט דעם חתן, און איז צוריק אין מדבר. א ים רויבער האט באשלאסן צו פארכאפן די כלה, איר צו פארקויפן, מיט א גאנצע טריק האט ער איר געקידנעפט, און איר געסטראשעט צו שווייגן "איין ווארט, און איך שטיק דיר!", ער האט איר פארשטעלט מיט מענערישע קליידער. אויפן וועג האט א שטורעם זיי פארשלעפט צום זעלבן מדבר ווי דער חתן איז געווען, זי איז דארט אנטלאפן פונעם רוצח, און האט דארט אנגעטראפן איר חתן, אבער האבן זיך נישט דערקענט. די קעניגן איז געווארן זייער טרויעריג צו פארלירן איר איינציג טאכטער... דער שלום בית ביים קעניג איז צופאלן, ביז מען האט זיך גע'געט ר"ל. דער קעניג אלץ סינגל איז דורכגעפאלן אין אלע מלחמות וואס ער האט געפירט, האט די מדינה פארשיקט דעם קעניג און גענומען די קעניגן. דער קעניג איז אנטלאפן, און איז אויך אנגעקומען צום מדבר, און מען האט זיך נישט דערקענט. נאך עטליכע יאר אין מדבר, האט דער חתן פארציילט דעם "קעניג" זיין מעשה, אזוי האבן זיי אנטפלעקט ווער זיי זענען. דער חתן האט ווידער געזוכט דאס פארלוירענע כתב, און זיי האבן אים געפרעגט וואס ער זוכט האט ער זיי פארציילט, און זיי האבן אים געהאלפן עס זוכן, און די כלה האט עס געטראפן. צום ערשט האט מען זיך געפרייט, אבער דערנאך ווען ער האט געטראכט אז מן הסתם האט זי שוין חתונה געהאט. האט ער איר געזאגט אז אז זי (מיינענדיג אז זי איז א מאן) קען נעמען דאס כתב פאר זיך און דערמיט גיין חתונה האבן מיט זיין כלה. זי האט געוואלט חתונה האבן כדת, האט זי געזאגט אז זי וועט עס נעמען, אבער האט אים געבעטן מיטצוקומען. אזוי זענען זיי אלע אהיים געקומען, ווי זי האט אנטפעלקט פאר זיי אז זי איז די כלה. און דאן איז די חתונה פארקומען מיט א גרויסע שמחה. &nbsp; 🛒 צו קויפן ביי ברסלב סענטער 🛒 צו קויפן ביי ניגון מיוזיק 🛒 צו קויפן ביי מאוסטלי מיוזיק 📰 מען פארקויפט טיקעטס צום שפיל📜 דער ראש ישיבה שרייבט איבער ארויסגעבן דעם שפיל 🎦 מענער שושן פורים פלעי תשע"ט &nbsp; לְמַעַן תְּסַפֵּר בְּאָזְנַי בִּנְךָ!

    < זעה מער ד ניסן תשפ"א 📝
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ז
  • תשע״ח
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשפ״א
  • תשפ״ב
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com