Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • שבת התוועדות פאר בית פיגא תלמידות

    גאר א שיינעם שבת איז אריבער פארגאגענעם שבת ויצא אין קרית ברסלב ליבערטי נ"י פאר אלע תלמידות בית פיגא שתחיו פון אלע שטעט פון גרעיטער ניו יארק. דער שיינע שבת התוועדות איז אנגעפירט געווארן דורך די געטרייע מנהלת פון בית פיגא מרת לעסער תחי'. די סעודות שבת איז אריבער גאר שיין, מען האט פארברענגט צוזאמען גאר געשמאק, פרייטיג צונאכטס נאכ'ן סעודה זענען אריבער געקומען די פרויען וואס וואוינען אין שטעטל און צוזאמען האט מען געזינגען זמירות שבת ביז אין די שפעטע שעות, עס איז געווארן אהערגעשטעלט גאר א שיינע פאנעל און שיינע דרשות דורך די פרויען אנשי שלומינו פון קרית ברסלב פון וואס די תלמידות האבן מורא'דיג שטארק הנאה געהאט. אינדערפרי האבן די תלמידות געדאווענט צוזאמען גאר א ווארימע דאווענען, דערנאך האט מען געפראוועט א שיינעם סעודה. שלש סעודות איז אויך פאראיבער אויף גאר א שיינעם פארנעם, עס איז געווארן אהערגעשטעלט ביי איינע פון די חשובע איינוואוינער אין שטעטל. מוצאי שבת ביי מלוה מלכה האט מען פארגעשטעלט גאר א שיינע שפיל פון וואס די תלמידות זענען ארויס מלא חיזוק.   השבת נועם הנשמות

    < זעה מער יז כסלו תשפ"א 📝
  • שבת התוועדות פאר תלמידות "בית פיגא" ברסלב

    אין עטליכע וואכן ארום וועט אי"ה פארקומען צום ערשטן מאל א שבת התוועדות פאר אלע תלמידות "בית פיגא" ברסלב פון איבעראל, וואס וועלן זיך צוזאמקומען אינאיינעם אויף א שיינעם שבת, און זיך צוזאמען מחזק זיין מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז. &nbsp; דער שבת וועט אי"ה ווערן אנגעפירט דורך די חשובע מנהלת מרת לעזער תחי', וואס איז ברייט באקאנט מיט אירע איבערגעגעבנקייט צו יעדע תלמידה באזונדער, און עס אנטשפרעכט צו זיין גאר א שיינער געשמאקער שבת פון וואס די מיידלעך וועלן זייער שטארק הנאה האבן. &nbsp; השבת נועם הנשמות!

    < זעה מער יז חשון תשפ"א 📝
  • שטארקע סוקסעס מיט די פלעי "דער בערגער און דער ארעמאן"

    די געשפרעך פונעם טאג איז יעצט איבער די גאר דראמאטישע העכסט אינטערעסאנטע פארשטעלונג "דער בערגער און דער ארעמאן", וואס איז אהערגעשטעלט געווארן די וואך זונטאג און מאנטאג דורך די "בית פיגא ברסלב" תלמידות, אין די זאלן פון עדן פאלאס אין וויליאמסבורג, מיט די באטייליגונג פון הונדערטער פרויען וואס זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט מיטצוהאלטן די פלעי. אום זונטאג איז די פלעי געשפילט געווארן צוויי מאל, איינמאל נאכמיטאג און די צווייטע מאל ביינאכט, און אום מאנטאג איז די פלעי פארגעקומען איינמאל פארנאכטס. אלע באטייליגטע פרויען זענען געווען גאר שטארק באגייסטערט ווי שיין עס איז געווארן אויפגעשפילט די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט, און ווי פאכמאניש די מיידלעך האבן עס אהערגעשטעלט מיט לעבעדיגע פארבן. ווען מ'האט געדרוקט צום ערשטן מאל דעם הייליגן רבינ'ס ספר "ספורי מעשיות", האט דער הייליגער רבי געזאגט אז מ'זאל עס דרוקן אויך אין אידיש, אז פרויען און קינדער זאלן עס אויך קענען ליינען און פארשטיין, ווייל די הייליגע מעשיות האבן אין זיך געוואלדיגע כוחות אויפצואוועקן א מענטש פון שלאף, ער זאל נישט פארשלאפן זיינע טעג און יארן מיט נארישקייטן, נאר געדענקען דעם תכלית אז מיר זענען דא אויף דער וועלט נאר צו ווערן נאנט צום אייבערשטן און צו לעבן מיט'ן אייבערשטן. דאס איז סתם אזוי ווען מ'ליינט די הייליגע מעשיות, און זיכער ווען מ'שפילט אויף די מעשה לעבעדיג, גייט דאס אריין אין די ביינער און עס וועקט אויף דעם איד צום אייבערשטן. אויסער די פילע מוסר השכל'ס וואס מ'קען פשוט ארויסנעמען פון די מעשיות, ליגט אין דעם נאך געוואלדיגע גרויסע סודות התורה. און דאס האט מען טאקע געזען יעצט ביי די פלעיס, ווי די פרויען האבן גאר שטארק הנאה געהאט און באקומען אסאך חיזוק און התעוררות פון דעם שיינעם אינהאלטספולן פלעי, זאכן וואס מ'קען מיטנעמען אין לעבן, די חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן העלפן און באגלייטן יעדן איד אויף טריט און שריט. &nbsp; למען תספר באזני בנך!

    < זעה מער כה שבט תשפ 📝
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ז
  • תשע״ח
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשפ״א
  • תשפ״ב
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com