Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • הערליכע נייע האטליין פאר פרויען: חיזוק פאר די אידישע שטוב

    טעגליכע געדאנקען; הערליכע שיעורים און שמועסן; פערזענליכע מעשיות פון תפלה פון פרויען, מיידלעך, און קינדער; רעסעפיס; טיפס; שאלות ותשובות; אידישע ניגונים; און נאך די פריידיגע נייעס איבער די הערליכע נייע האטליין פאר פרויען, "חיזוק פאר די אידישע שטוב", איז בליץ שנעל צעשפרייט געווארן איבער די אידישע וועלט. טויזנטער פרויען רופן אריין טאג טעגליך און האבן אן הנאה רוחניות וגשמיות פון די פילע שיינע אפטיילונגען אויפ'ן האטליין. קנעפל 1, טעגליכע געדאנקען, ווערט אפדעיטעט יעדן טאג מיט א קורצע הערליכע געדאנק, וואס נאכ'ן דאס הערן הויבט זיך אן דער טאג גאר אנדערש. קנעפל 2, דרשות און שיעורים, ווערט כסדר אפדעיטעט מיט אינהאלטספולע שיעורים אויף פארשידענע ענינים, חיזוק אויף אלע געביטן, וואס בלאזן אריין א פרישער גייסט אין די צוהערער. דער קנעפל איז איינגעטיילט אין פארשידענע חלקים, דרשות פאר פרויען, דרשות פאר מיידלעך, לענגערע שיעורים, און קורצערע שמועסן. קנעפל 3, מעשיות פון תפלה, ווערט יעדן טאג אויפגעפרישט מיט גאר אינטערעסאנטע פערזענליכע מעשיות וואס פרויען דערציילן פון זייער אייגענע ערפארונג ווי אזוי זיי זענען געהאלפן געווארן אין אן עת צרה דורך די פשוטע עצה פון רעדן צום אייבערשטן. דער אפטיילונג איז איינגעטיילט אין דריי, באזונדער די מעשיות פון תפלה פון פרויען, באזונדער פון גרעסערע מיידלעך, און באזונדער פון קלענערע קינדער. קנעפל 4, שאלות ותשובות, ווערט כסדר צוגעלייגט נאך שאלות ותשובות, אלע סארט שאלות וואס קענען זיך מאכן אין א אידישע שטוב, וואס איז דער ריכטיגער וועג דאס צו באהאנדלן אויפ'ן בעסטען פארנעם. קנעפל 5, רעסעפיס און טיפס, גוטע אויספרובירטע רעסיפיס און טיפס ווערן כסדר ארויפגעלייגט אויף דעם אפטיילונג, וואס קומט שטארק צוניץ פאר די חשובע באלעבאסטעס. קנעפל 6, אידישע ניגונים, ווען מען טוט די שטוב ארבעט איז די בעסטע זאך זיך צוצוהערן צו די ווארימע און פרייליכע אידישע ניגונים, אנגעפולט מיט אזויפיל אמונה און בטחון און פילע עצות אין לעבן, וואס בארואיגט די נערווען און מאכט פרייליך דעם געמיט. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט ווערן צוגעלייגט מיט די צייט נאך פארשידענע אינטערעסאנטע און אינהאלטסרייכע אפטיילונג צום האטליין, צו די צופרידענהייט פון די פילע אריינרופער. די נומערן צו רופן דעם האטליין זענען ווי פאלגענד; 212-444-9169, אדער קען מען רופן פון אפסטעיט אויף 845-414-8426, אויך האבן מיר צוגעשטעלט א לאקאלער נומער אין ענגלאנד 03303502363, און מיר האפן בקרוב אויך צו האבן א לאקאלער נומער צו רופן פון ארץ ישראל. רופט אריין און שעפט אן עונג רוחני וגשמי פון יעדע מינוט וואס איר זענט אויף די ליין.   חכמות אשה בנתה ביתה!

    < זעה מער כד חשון תשע"ח 📝
  • הערליכע "אומאן פארברענג" פארגעקומען די וואך

    די וואך מיטוואך איז פארגעקומען די יערליכע "אומאן פארברענג", וואו די חשובע פרויען פון אנשי שלומינו זענען זיך צוזאם געקומען זיך צו שטארקן אינאיינעם אויף די גרויסע זכי' אז זייערע מענער פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, אהיימצוברענגען ישועות און רפואות פאר די גאנצע יאר. וועמענס הארץ ציטערט נישט פונעם פארכטיגן יום הדין, ווען דער אייבערשטער שרייבט אן פאר יעדן איינעם אלעס וואס עס וועט פאסירן מיט אים במשך די גאנצע יאר, און דא זאגט דער רבי אז ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה וועט ער אים פארטיידיגן און זען דערצו אז מען זאל אים אנשרייבן א גוט געבענטשט יאר, איז דאך זיכער אז יעדע פרוי וויל האבן די זכי' זאל פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, און זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר. עס איז געווען א שיינער פראגראם, א רייכע מאלצייט איז סערווירט געווארן, עס איז געהערט געווארן שיינע דרשות, עס איז געווען א פאנעל פון דריי פרויען וואס האבן געענטפערט פראגעס איבער אומאן, און ס'איז געוויזן געווארן אן אינטערעסאנטע סלייד פרעזענטאציע, פון וואס די פרויען האבן גאר שטארק הנאה געהאט. איש את רעהו יעזורו! &nbsp; צו זען די דרשה פונעם ראש ישיבה ביי די פארברענג

    < זעה מער כג אלול תשע"ז 📝
  • "אומאן פארברענג" דורך די פרויען פון אנשי שלומינו

    נאכפאלגענדיג די גרויסע צופרידנהייט פון די פרויען פון אנשי שלומינו די פארגאנגענע יארן פאר ראש השנה, ווען די פרויען האבן זיך צוזאמגענומען אינאיינעם און געהערט דרשות און זיך געפריידט צוזאמען אויף די געוואלדיגע זכי' אז די מענער זענען זוכה צו וויסן פון הייליגן רבי'ן און זענען זוכה צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, וועט דאס יאר נאכאמאל פארקומען די "אומאן פארברענג", זיך צו שטארקן צוזאמען אויף די געוואלדיגע זכי'. וועמענס הארץ ציטערט נישט פונעם פארכטיגן יום הדין, ווען דער אייבערשטער שרייבט אן פאר יעדן איינעם אלעס וואס עס וועט פאסירן מיט אים במשך די גאנצע יאר, און דא זאגט דער רבי אז ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה וועט ער אים פארטיידיגן און זען דערצו אז מען זאל אים אנשרייבן א גוט געבענטשט יאר, איז דאך זיכער אז יעדער וויל האבן די זכי' צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה, און זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר. דעריבער וועלן זיך די פרויען צוזאמנעמען און זיך שטארקן אינאיינעם צו שיקן די מענער אויף אומאן און אהיימברענגען ישועות און רפואות פאר די גאנצע יאר. די פארברענג וועט פארקומען אי"ה דעם מיטוואך פ' נצבים-וילך הבעל"ט אין היכל הישיבה אין וויליאמסבורג, און עס איז ערווארטעט די באטייליגונג פון הונדערטער פרויען פון אנשי שלומינו. די חשובע פרויען קוקן ארויס מיט שפאנונג אויף דעם געשמאקן פארברענג, זיך צו פרייען אינאיינעם אויף אונזער גרויסע זכי'. &nbsp;ולאחיו יאמר חזק!

    < זעה מער כ אלול תשע"ז 📝
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ז
  • תשע״ח
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשפ״ב
  • תשפ״ג
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com