Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • חודש'ליכע פרויען צוזאמקום וועט בעז"ה פארקומען דינסטאג און מיטוואך תולדות

    עס איז א שמחה ביי די פרויען אנשי שלומינו צו זען ווי עס קומען כסדר צו פרישע לאקאלן אין אמעריקע אין ארץ ישראל און אין אייראפע ווי די פרויען פרעגן "למה נגרע", און אראדשירן א חודש'ליכע פרויען צוזאם קום אין זייער געגענט. יעצט אין די ערב ראש חודש כלסיו טעג גרייטן זיף די פרויען צום פרישן צוזאמקום, און ווי ביז היינט וועט מען זיך דארט בעז"ה אויפפרישן און מחזק זיין מיט די עצות און חיזוק פון הייליגן רבין, און אזוי ארום קענען ווייטער אנגיין און איבערקומען אלע שוועריקייטן וואס מאכט זיך טאג טעגליך, און קענען ווייטער אויפציען ערליכע אידישע דורות, און נישט חלילה ווערן פארשלעפט פון די שווערע נסיונות וואס עס גייט היינט אריבער אויף אידישע קינדער. מען וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף האבן די זכי' צו הערן א הערליכע דרשה פון ראש ישיבה שליט"א, וואס וועט איבערגעבן שיינע הדרכה און חיזוק פאר די טייערע אידישע פרויען וואס געבן זיך אוועק מיט מסירת נפש פארן אייבערשטן און ציען אויף זייער קינדער מיט יראת שמים, און וועט בעז"ה מדריך די זיין די פרויען מיט פראקטישע און תורה'דיגע הדרכה, און עצות וויאזוי מען קען פארבעסערן די שלום בית, די חינוך פון די קינדער, א.א.וו.      פאלגענד זענען די פרטים פון אלע געגענטער:        וויליאמסבורג - דינסטאג תולדות, 9:00 ביינאכט, אין ישיבה אויף 27 סקילמאן סט.        קרית יואל - דינסטאג תולדות, 9:00 ביינאכט, אויף 6 גארפיעלד רד.        מאנסי - דינסטאג תולדות, 8:00 ביינאכט, פאר פרטים רופט 845-200-8998        דזשערסי סיטי - מיטוואך תולדות, 9:00 ביינאכט, 159 פולטאן עוועניו.        ירושלים - מיטוואך תולדות, 8:30 ביינאכט, פאר פרטים רופט 0583275645        צפת - פאר פרטים רופט 0504138219        בית שמש - דינסטאג תולדות, 9:00 ביינאכט, פאר פרטים רופט 0559821013        קענווי איילאנד, ענגלאנד - מיטוואך תולדות, 8:00 ביינאכט, 1 סאנינגדעיל   איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק

    < זעה מער כח חשון תשפ 📝
  • חודש'ליכע פרויען צוזאמקום היינט און מארגן ראש חודש חשון בעז"ה

    מיט גרויס פרייד גרייטן זיך די פרויען אנשי שלומינו צום ערשן צוזאמקום פונעם נייעם יאר תש"פ. &nbsp; ביים צוזאמקום וועט מען זיך בעז"ה מחזק זיין איינע די אנדערע מיט עצות און חיזוק צו קענען ווייטער אנגיין מיטן לעבן און קענען ווייטער ציען שיינע אידישע דורות, און נישט חלילה ווערן פארשלעפט פון די שווערע נסיונות וואס עס גייט היינט איבער אויף אידישע קינדער. &nbsp; אזויך אויך מען וועט בעזר ה' האבן די זכי' צו הערן א דרשה פון ראש ישיבה, וואס וועט איבערגעבן שיינע הדרכה און חיזוק פאר די טייערע אידישע פרויען וואס געבן זיך אוועק מיט מסירת נפש פארן אייבערשטן און ציען אויף זייער קינדער מיט יראת שמים. &nbsp; &nbsp;&nbsp;&nbsp;פאלגענד זענען די פרטים פון אלע געגענטער: &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;וויליאמסבורג - דינסטאג נח, 9:00 ביינאכט, אין ישיבה אויף 27 סקילמאן סט. &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;קרית יואל - דינסטאג נח, 9:00 ביינאכט, אויף 6 גארפיעלד רד. &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;מאנסי - דינסטאג נח, 9:00 ביינאכט, פאר פרטים רופט 845-200-8998 &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;דזשערסי סיטי - דינסטאג נח, 9:00 ביינאכט,151 פולטאן עוועניו. &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;ירושלים - מיטוואך נח, 8:30 ביינאכט, פאר פרטים רופט 0583275645 &nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;&nbsp;צפת - מיטוואך נח, 8:15 ביינאכט, אולם פאר הנצח, מאור חיים 7, פרטים 0504138219 &nbsp; איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק

    < זעה מער ל תשרי תשפ 📝
  • הערליכע פראגראם ערווארט די חשובע פרויען מארגן מאנאטג נאכט בעז"ה ביים "אומאן פארברענג"

    מיט גרויס שפאנונג ווארטן די חשובע פרויען צום מארגנדיגן טאג, ווען זיי וועלן זיך בעז"ה צוזאם קומען צום יערליכן "אומאן פארברענג" ווי מען וועט פארברענגען אינאיינעם און זיך פרייען אויף דעם גרויסן זכיה און דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע זכיה אז זייערע מענער זענען נתקרב צום הייליגן רבין, און האבן א דאנק דעם געטרייע מענער וואס העלפן אין שטוב, און פירן ערליכע שיינע שטובער, לערנען יעדן טאג, זענען מקפיד צו דאווענען מיט מנין, ברענגען אריין א שמחה אין שטוב. און אזוי ווי יעצט דערנענטערט זיך די הייליגע ראש השנה טעג וואס דער הייליגע רבי האט געבעטן און געפאדערט אז יעדער זאל קומען צו אים אויף יום טוב, פארקוקט יעדער איינער אויף די שוועריקייטן, די מענער פארקוקן אויף זייער באקוועמליכקייט פון זיין אין זייער שטוב ווי זיי האבן אזוי ליב צו פארברענגען, בפרט אום שבת ויום טוב, און זיי פארן שעות ארוכות און וויילן אויף יום טוב ווי בחורים אין א דארמיטארי, שלאפן אויף א פרעמדע בעט, וכו' וכו', און די פרויען פארקוקן אויף זייער באקוועמליכקייט און לאזן זייערע מענער פארן, און דארפן זיך אפגעבן מיט זייערע קינדער אליינס אן זייער הילף, און פירן די שבת און יום טוב טישן אליינס אן דעם מאן, און דאס אלעס טוט מען מיט א גרויס שמחה, וויסענדיג אז די אלע שוועריקייטן צאלט זיך אויס בכפל כפלים, נאכן הערן דעם הייליגן רבינס צוזאג צו העלפן די אלע וואס קומען צו אים, אז זיי זאלן האבן א גוט יאר. דערפאר קומען זיך די טייערע פרויען צוזאם זיך מחזק זיין איינע דעם צווייטן, מען זאל זיך צוגרייטן צום הייליגן יום טוב מיט א גרויסע שמחה, און זיך פרייען אויף די גרויסע זכיה. א רייכע סאפער וועט סערווירט ווערן ביים פארברענג, עס וועלן זיין הערליכע געשמאקע דרשות, אזוי אויך וועט פארגעשטעלט ווערן א הערליכע שפיל פון וואס אלע פרויען וועלן מיט אייבערשטנס הילף שטארק הנאה האבן. דער אומאן פארברענג וועט בעז"ה פארקומען מארגן מאנטאג נאכט פרשת נצבים אין ישיבה תפארת התורה ברסלב, אויף 27 סקילמאן סט. אין וויליאמסבורג אום 9:00 אווענט &nbsp; "ווער עס איז געווען ביי מיר ראש השנה, דארף זיך זייער פרייען" (שיחת הר"ן)

    < זעה מער כב אלול תשע"ט 📝
  • פרויען צוזאמקום פון ערב ר"ח אלול

    די חשובע פרויען אנשי שלומינו וועלן זיך צוזאם קומען זיך צו מחזק זיין איינע דעם צווייטן, איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק, אין קרית יואל, אין קעמפ, אין זשערסי סיטי, און אין ירושלים עיה"ק. אזוי אויך וועט מען אויפשפילן א רעקארדירטע דרשה פון די ראש ישיבה שליט"א ספעציעל פאר די חשובע פרויען, צו געבן חיזוק פאר די טייערע אידישע פרויען וואס בויען אויף כלל ישראל מיט מסירת נפש. אזוי אויך וועט מען דארט האבן די געלעגענהייט צו ברענגען וועש און קליידער אין א גוטע צושטאנד, וואס די באטייליגטע וועלן יעדער זיך קענען אויסוועלן וואס זיי דארפן פאר זיך, און אזוי וועט געשפארט ווערן טייערע אידיש געלט. &nbsp; די צייטן און לאקאציעס זענען ווי פאלגענד: * אין קרית יואל: דינסטאג ראה כ"ו אב, 9:00 אווענט, אויף 6 גארפיעלד רד. * אין די קעטסקילס: מיטוואך ראה, 10:00 אווענט, אויף 117 אלד רוט 17, מאנטיסעלא * אין דזשורסי סיטי: מיטוואך ראה, 9:00 אווענט, אויף 54 רענדאלף עוו. * אין ירושלים עיה"ק: מיטוואך ראה, כ"ז אב, רופט 058-327-5645

    < זעה מער כז אב תשע"ט 📝
  • פרויען צוזאמקום היינט זונטאג און מארגן מאנטאג נאכט

    מיט גרויס פרייד נעמען די פרויען אנשי שלומינו אויף די נייעס אז עס וועט אי"ה פארקומען די פרישע פרויען צוזאמקום, ווי מען וועט האבן די געלגענהייט זיך צו מחזק זיין איינע די אנדערע מיט עצות און חיזוק צו קענען ווייטער אנגיין מיטן לעבן און קענען ווייטער ציען שיינע אידישע דורות, און נישט חלילה ווערן פארשלעפט פון די שווערע נסיונות וואס עס גייט היינט איבער אויף אידישע קינדער. מען וועט בעזר ה' האבן די זכי' צו הערן א דרשה פון ראש ישיבה, וואס וועט איבערגעבן שיינע הדרכה און חיזוק פאר די טייערע אידישע פרויען וואס געבן זיך אוועק מיט מסירת נפש פארן אייבערשטן און ציען אויף זייער קינדער מיט יראת שמים. דער שיעור וועט בעזרת ה' זיין דער לעצטער שיעור פאר פרויען ביזן קעמפ, צוליב וואס מען פאר שוין אט ארויס אין עטליכע טעג. &nbsp; פאלגענד זענען די לאקאציעס און צייטן פון די געדערינגס: וויליאמסבורג: אי"ה היינט זונטאג שלח אום 8:00 אזייגער - אין ישיבה אויף 27 סקילמאן סט. מאנסי: אי"ה מארגן 8:30 אויף 32 דאלסאן סט. קרית יואל: אי"ה מארגן 9:00 אויף 6 גארפיעלד רד. דזשורזי סיטי: אי"ה מארגן 9:00 אזייגער, אויף 159 פולטאן סט. &nbsp; איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק

    < זעה מער כ סיון תשע"ט 📝
  • פרויען צוזאמקום פון חודש סיון

    אזוי ווי יעדן חודש, וועט מיטן אייבערשטנס הילף ווידער פארקומען די שיינע פרויען צוזאם קומען, ווי עס וועלן זיך צוזאם קומען די חשובע פרויען שתחי' און זיך מחזק זיין איינע דעם צווייטן, און וועלן זיך מחי' זיין מיט די שיינע ווערטער וואס דער ראש ישיבה האט געלאזט רעקארדירן ספעציעל פאר די פרויען. &nbsp; פאלגענד זענען די צייטן און לאקאציעס: וויליאסמבורג: 27 סקילמאן סט. - אי"ה היינט אווענט מיטוואך בחוקותי (מאי 29) אום 9:00 אוונעט קרית יואל: 6 גארפיעלד רד. - אי"ה היינט אווענט מיטוואך בחוקותי (מאי 29) אום 9:00 אוונעט דזשערסי סיטי: 159 פולטאן סט. - אי"ה היינט אווענט מיטוואך בחוקותי (מאי 29) אום 9:00 אוונעט מאנסי: 32 דאלסאן רד. - אי"ה מאנטאג במדבר (יוני 3) אום 8:30 אוונעט קענווי איילענד (ענגלאנד): אפדיעט: 1 סאנינגדעיל - אי"ה דינסטאג במדבר (יוני 4) אום 8:30 אווענט ירושלים עיה"ק: רופט פאר אינפארמאציע 0583275645 - אי"ה זונטאג במדבר, כ"ח אייר אום 8:30 אוונעט

    < זעה מער כד אייר תשע"ט 📝
  • היינט מיטוואך פארטי אין קרית יואל לטובת די הייליגע מוסדות אין וויליאמסבורג

    עס איז נארוואס באקאנט געווארן אז די חשובע פרויען פאראיין אין קרית יואל טוט בעז"ה אראנדזשירן א פארטי לטובת די הייליגע מוסדות אין וויליאמסבורג וואס רעכט אריין די תלמוד תורה, די מיידל סקול, די ישיבה, כולל, די חתונה זאל בחנם, די בית הדפוס, און נאך פילע פעולות צו פארשפרייטן אמונה און חיזוק אין אידישע קינדער לויטן אויסגעטרעטענעם וועג פונעם הייליגן רבין אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט אונז געלערענט אלע יארן. יעצט וועלן די טייערע פרויען פון קרית יואל והגלילות בכלל און פונעם נייעם שפרודלדיגן געגענט בלומינג גראוו בפרט האבן די געלעגענהייט ארויסווייזן הכרת הטוב פארן ראש ישיבה און די הייליגע מוסדות וואס האבן אזויפיל מי און פלאג אריינגעלייגט אז זיי זאלן האבן א גוטע לעבן, זיי זאלן וויסן וויאזוי צו לעבן מיט א מאן, וויאזוי זיך אפצוגעבן מיט די קינדער, וואס דאס מיינט רעדן צום אייבערשטן, די חשיבות און די שמחה פון זיין א איד און טון יעדע קליינע מצוה, און מיט האבן א חלק אין די גרעסטע צדקה פון פארשפרייטן די הייליגע עצות צו נאך אידן, מענער פרויען בחורים מיידליך און קינדער, אז אויך זיי זאל קענען האבן א גוט לעבן מיטן אייבערשטן. די פארטי וועט פארקומען אי"ה מיטוואך אמור (למספרים מאי 15) פון 10:30 פארמיטאג ביז 2:00 מיטאג אויף 39 מעריוואלד לעין סאוט (Merriewold Lane South) אין בלומינג-גראוו. &nbsp; עס וועט זיין בעז"ה א שיינע פראגראם מיט ראפעלס.

    < זעה מער ט אייר תשע"ט 📝
  • סוקסעספולע פארטי דורך די לעידיס אקזולערי לטובת מוסדות היכל הקודש

    נעכטן זונטאג אמור במשך א גאנצן טאג, האבן הונדערטער פרויען געשטראמט צום לעכטיגן ווינקל אין וויליאמסבורג צום עטרת אפעל זאל, אויף 27 סקילמאן סטריט, ווי עס געפינט זיך די הייליגע ישיבה און תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, און ווי עס קומען פאר כסדר די וועלט בארימטע חתונות בחנם. פרויען פון אלע קרייזן און עידזשעס זענען געקומען שטיצן זיין די הייליגע מוסדות וואס געבט חיות און לעבן פאר זיי דורך די שיעורים, ספרים, קונטרסים, האט ליינס, און אזוי ווייטער. די פארטי איז ב"ה געווען א געוואלדיגע סוקסעס, און עס איז אריינגעקומען גאר אסאך פינאנציעלע און מאראלישע שטיצע פאר די הייליגע מוסדות. מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט וועט מען ווייטער אנגיין מיט מער מוט און פלייס צו פארשפרייטן די הייליגע עצות פון הייליגן רבין און מחזק זיין אידן צו לעבן מיטן אייבערשטן ביי יעדן טריט און שריט, און זיך ווענדן נאר צו אים, און אזוי ארויסגיין פון יעדן פראבלעם און פלאנטער. בזכות נשים צדקניות &nbsp; בילדער פון די פארטי הערליך צוגעגרייט

    < זעה מער ח אייר תשע"ט 📝
  • חודש אייר פרויען צוזאמקום אי"ה היינט נאכט אין וויליאמסבורג

    היינט נאכט, דינסטאג קדושים אום 9:00 אוונעט וועט אי"ה פארקומען די חודש'ליכע פרויען צאמקום אין בנין הישיבה אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סטריט, ווי די נשים צדקניות וועלן זיך צוזאם קומען און זיך מחזק זיין אנצוגיין ווייטער מיט זייער הייליגע טעגליכע ארבעט זיך אפצוגעבן מיט זייער שטוב. דער ראש ישיבה וועט בעז"ה איבערגעבן זייער וויכטיגע הדרכה, חיזוק און עצות, וויאזוי צו קענען לעבן טאג טעגליך מיטן אייבערשטן. אזוי ווי ביז היינט, וועט מען אויך דאס מאל קענען ברענגען קליידער וואס פיט שוין נישט, אבער איז אין א גוטע צושטאנד און איז בל תשחית אוועקצואווארפן, און אנדערע פרויען וועלן זיך יעדער אויסוועלן וואס זיי דארפן פאר זיך. צו הערן ווען און וואו עס וועט פארקומען אין די אנדערע געגענטער, וועט מען בעז"ה קענען הערן אויף די פרויען האטליין 212-444-9169.

    < זעה מער ב אייר תשע"ט 📝
  • יערליכע פרויען פארטי בעז"ה קומענדיגע זונטאג

    קומענדיגן זונטאג פרשת אמור (למספרם מאי 12) פון 11 אינדערפרי, ביז 10 אווענט וועלן זיך בעזרת השי"ת צוזאמקומען הונדערטער חשובע פרויען אין די זאלן פון "עטרת אפפעל", וואס געפונט זיך אינעם בנין הישיבה אויף 27 סקילמאן סטריט, צום יערליכע פארטי פאר אונזערע הייליגע מוסדות. אין די לעצטערע יארן, האבן זיך די פארטיס ארויסגעשטעלט צו זיין גאר א גרויסער סוקסעס, ווען הונדערטער פרויען האבן זיך באטייליגט און זיך משתתף געווען מיט גאר שיינע סכומים, פארשטייענדיג די געוואלדיגע זכיה ארויסצוהעלפן אזעלכע הייליגע מוסדות, וויסענדיג אז יעדע פרוטה גייט פאר די טייערע קינדער אינגלעך בחורים און מיידלעך וואס ווערן מחונך מיט די הייליגע עצות פון רבי'ן, און איז א לייכט טורעם פאר די גאנצע וועלט, און גלייכצייטיג שעפן צענדליגע טויזנטער אידן פון איבער די וועלט חיות און התחזקות פון אט די הייליגע מוסדות. דאס יאר איז ערווארטעט א פיל גרעסערע באטייליגונג ביי די פארטי, די חשובע פרויען וועלן אנטייל נעמען און זיך משתתף זיין מיט גרויסע סכומים. די וועלכע קענען זיך נישט פערזענליך באטיילגן ביי די פארטי, קענען אריינרופן אין אפיס איבערצוגעבן זייער ברייטהארציגע נדבה, אויף 718-384-1652 עקסטעשן 101. אויך קען מען מנדב זיין מיט א קרעדיט קארד אויפ'ן אויטאמאטישן סיסטעם, דורכ'ן רופן די פרויען האטליין 212-444-9169 און דערנאך דרוקן 9 און 1. אויך קען מען מנדב זיין אנליין &nbsp; בזכות נשים צדקניות!

    < זעה מער א אייר תשע"ט 📝
  • פרויען צוזאמקום מארגן מיטוואך תזריע אין אלע היימישע שטעט

    מארגן מיטוואך נאכט וועט פארקומען די חודש'ליכע פרויען צאמקום, ווי די נשים צדקניות וועלן זיך צוזאם קומען און זיך מחזק זיין אנצוגיין ווייטער מיט זייער הייליגע טעגליכע ארבעט זיך אפצוגעבן מיט זייער שטוב. דער ראש ישיבה וועט בעז"ה איבערגעבן זייער וויכטיגע הדרכה פאר די טייערע אידישע פרויען, ספעציעל פאר די קומענדיגע הייליגע פסח טעג הבעל"ט. אזוי ווי ביז היינט, וועט מען אויך דאס מאל קענען ברענגען קליידער וואס פיט שוין נישט, אבער איז אין א גוטע צושטאנד און איז בל תשחית אוועקצואווארפן, און אנדערע פרויען וועלן זיך יעדער אויסוועלן וואס זיי דארפן פאר זיך. איבעראל וועט עס זיין בעז"ה אום ניין אזייגער&lrm; אווענט. די לאקאציעס זענען אי"ה ווי פאלגענד: וויליאמסבורג: אין ישיבה, 27 סקילמאן סט. קרית יואל: שניצלער, 6 גארפיעלד רד. #303 מאנסי: ביהמ"ד היכל הקודש, 32 דאלסאן סט. דזשערסי סיטי: ביהמ"ד היכל הקודש, 47 איסטערן פארקוועי בית שמש: אדרעס קענווי איילענד ענגלאנד: רופט מרת דעפריסס 07787919493 ווער עס וויל אראנדזשירן א פרויען צוזאמקום אין זיין געגענט, קען רופן אין אפיס 718-384-1652 &nbsp; בזכות נשים צדקניות נגאלו אבותינו

    < זעה מער כו אדר ב' תשע"ט 📝
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ז
  • תשע״ח
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשפ״ב
  • תשפ״ג
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com