Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • "אומאן פארברענג" מארגן דינסטאג נאכט פאר פרויען אין היכל הישיבה

    נאכפאלגענדיג די גרויסע צופרידנהייט פון די פרויען פון אנשי שלומינו די פארגאנגענע יארן פאר ראש השנה, ווען די פרויען האבן זיך צוזאמגענומען אינאיינעם און געהערט דרשות און זיך געפריידט צוזאמען אויף די געוואלדיגע זכי' אז די מענער זענען זוכה צו וויסן פון הייליגן רבי'ן און זענען זוכה צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, וועט דאס יאר נאכאמאל פארקומען די "אומאן פארברענג", זיך צו שטארקן צוזאמען אויף די געוואלדיגע זכי'. וועמענס הארץ ציטערט נישט פונעם פארכטיגן יום הדין, ווען דער אייבערשטער שרייבט אן פאר יעדן איינעם אלעס וואס עס וועט פאסירן מיט אים במשך די גאנצע יאר, און דא זאגט דער רבי אז ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה וועט ער אים פארטיידיגן און זען דערצו אז מען זאל אים אנשרייבן א גוט געבענטשט יאר, איז דאך זיכער אז יעדער וויל האבן די זכי' צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה, און זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר. דעריבער וועלן זיך די פרויען צוזאמנעמען און זיך שטארקן אינאיינעם צו שיקן די מענער אויף אומאן און אהיימברענגען ישועות און רפואות פאר די גאנצע יאר. די פארברענג וועט פארקומען אי"ה דעם דינסטאג נאכט פ' נצבים הבעל"ט אין היכל הישיבה אויף 27 סקילמאן סטריט אין וויליאמסבורג, און עס איז ערווארטעט די באטייליגונג פון הונדערטער פרויען פון אנשי שלומינו. די חשובע פרויען קוקן ארויס מיט שפאנונג אויף דעם געשמאקן פארברענג, זיך צו פרייען אינאיינעם אויף אונזער גרויסע זכי'.  ולאחיו יאמר חזק!

    < זעה מער כג אלול תשע"ח 📝
  • פלעי "די פארלוירענע בת מלך" דרוך די בית פיגא סקול

    די מיידלעך פון "בית פיגא" סקול גייען אויפשפילן די מעשה פון די פארלוירענע בת מלך, די פלעי וועט זיין צוויי מאל דינסטאג נאכט און מיטוואך נאכט, אום 7:45 אויף 27 סקילמאן סט. די פרייז איז צען דאללער, עס ערווארט א גאר שיינע שפיל, עס לוינט זיך צו קומען.אינעם בית פיגא סקול לערט מען אויס די קינדער פון יונגט אן די ריינע אמונה, און די קינדער וואקסן אויף מיט א בחנ'טע תמימות וואס דערקענט זיך אויף די קינדער. &nbsp; די אלע וואס זענען געווען ביי די שפילן אין די פארגאנגענע יארן, האבן מורא'דיג הנאה געהאט, צו זען ווי די קינדער לעבן מיטן רבינס עצות. די שפיל האט אויפגעשפילט די מעשה און מוסר השכל די געוואלדיגע עצות וואס מיר קענען ארויסנעמען אויפן טאג טעגליכן לעבן.

    < זעה מער כ סיון תשע"ח 📝
  • יערליכע פארטי פאר די מוסדות

    &nbsp; דעם קומענדיגן זונטאג קומט פאר די יערליכע פארטי פאר אונזערע הייליגע מוסדות. אין די לעצטערע יארן, ווען מ'האט אנגעהויבן מאכן די פארטי, האט זיך עס ארויסגעשטעלט צו זיין גאר א גרויסער סוקסעס. הונדערטער פרויען האבן אנטייל גענומען ביי די און זיך משתתף געווען מיט גאר שיינע סכומים, פארשטייענדיג די געוואלדיגע מצוה פון ארויסהעלפן אזעלכע הייליגע מוסדות אין וואס די טייערע קינדער ווערן מחונך מיט די הייליגע עצות פון רבי'ן, און איז א לייכט טורעם פאר די גאנצע וועלט, ווען צענדליגע טויזנטער אידן פון איבער די וועלט שעפן חיות און התחזקות פון אט די הייליגע מוסדות.&nbsp;דאס יאר איז ערווארטעט פיל א גרעסערע באטייליגונג ביי די פארטי. די חשובע פרויען וועלן אנטייל נעמען און זיך משתתף זיין מיט גרויסע סכומים. די פארטי וועט פארקומען אין די זאלן פון "עטרת אפפעל", וואס געפונט זיך אינעם בנין הישיבה אויף 27 סקילמאן סט. דעם קומענדיגן זונטאג פ' תזריע מצורע, פון 11 אינדערפרי, ביז 10 ביינאכט. די אלע פרויען וועלכע קענען נישט אנטייל נעמען ביי די פארטי, קענען אריינרופן אין אפיס איבערצוגעבן זייער ברייטהארציגע נדבה, אויף 718-384-1652 עקס. 101. אדער קען מען מנדב זיין מיט א קרעדיט קארד אויפ'ן אויטאמאטישן סיסטעם, דורכ'ן רופן די פרויען האטליין 212-444-9169 און דערנאך דרוקן 9 און 1. בזכות נשים צדקניות! &nbsp; &nbsp; &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער כז ניסן תשע"ח 📝
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ז
  • תשע״ח
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשפ״ב
  • תשפ״ג
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com