בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5 - נישטא קיין שלעכטס, נישטא קיין גרייזן
אמונה, התחזקות, קשיות, ביטול

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


"אז עס איז גאר שלעכט, איז מען זיך אינגאנצן מבטל", אזוי האט דער רבי געזאגט פאר רבי נתן, האט רבי נתן געפרעגט: "ווי אזוי איז מען זיך מבטל?" האט אים דער רבי געענטפערט (שיחות הר"ן, סימן רעט): "מען פארמאכט די מויל און מען פארמאכט די אויגן, דאס איז ביטול"; אז מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן, מען פרעגט נישט קיין קשיות און מען וויל גארנישט פארשטיין, מען ווייסט אז דער אייבערשטער מאכט נאר גוט, נישטא קיין שלעכטס, נישטא קיין גרייזן, אלעס אלעס איז לטובה, בצדק ובמשפט ובחסד וברחמים.


געב זיך איבער צום אייבערשטן, און חזר אמונה; חזר זיך: "אלעס איז דער אייבערשטער", דומם צומח חי מדבר, אלעס איז דער אייבערשטער, אלעס מאכט ער, אלעס טוט ער, נישטא קיין טעותים.

#4 - פארוואס גייט מיר אלעס פארקערט?
תפילות אויף אידיש, חברים, שלום בית, רצונות, סבלנות, תשובה, היכל הקודש, סיפורי מעשיות, ביטול

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תצוה, שובבי"ם, ט' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז זייער וויכטיג זאלסט זיך האלטן מיט אנשי שלומינו, ווייל מען קען נישט מצליח זיין בלייבן ביים רבי'ן נאר מיט גוטע חברים וואס לעבן מיטן רבי'ן, זוך דיר אויף א גוטע חבר און יעדן טאג זאלסטו רעדן מיט אים אפאר ווערטער פון רבי'ן. ווייל מוהרא"ש זאגט, נאר מיט א גוטע חבר קען מען מצליח זיין ביים רבי'ן, און די אלע וואס האבן געהאט נקודות החבר, זיי האבן זיך מחזק געווען מיט גוטע חברים, יעדן טאג גערעדט פון רבי'ן, פון די זיסע ליכטיגע עצות - די האבן זייער מצליח געווען.


שבת אין ישיבה איז געווען זייער שיין, שבת אינדערפי ביי ספורי מעשיות האבן מיר געלערנט (ספורי מעשיות, מעשה ג) ווי דער חיגר האט געטראפן א דיימאנט, דער רבי זאגט דעם לשון: "דערווייל האט ער א קוק געטון אויף דעם דיימאנט אויף דער אנדערע זייט האט ער געזען וכו'"; האבן מיר זיך זייער מחזק געווען מען זאל וויסן אז עס איז דא א דיימאנט אויך אויף די אנדערע זייט, מיין נישט אז נאר די וועג ווי דו ווילסט גיין - דאס איז די דיימאנט, און אז עס גייט פארקערט, עס גייט אנדערש - איז שוין נישט גוט; אז מען ווייסט, מען זעט אויך ביי די אנדערע זייט א דיימאנט - דעמאלט קומט מען צו די וועג וואס היילט אויס.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פב): "זֶה שֶׁאָנוּ רוֹאִים שֶׁלִּפְעָמִים הוֹלֵךְ לְהָאָדָם שֶׁלֹּא כְּסֵדֶר", דאס וואס מען זעט אז אלעס גייט פארקערט ווי מען וויל, "שֶׁאוֹמֵר 'אֲנָּא אֶמְלֹךְ'", דאס קומט צוליב דעם וואס מען זאגט איך וויל דוקא עס זאל זיין אזוי און אזוי, "בָּזֶה הוּא מְחַלֵּק וּמַפְרִיד אוֹתָהּ מֵהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", מיט דעם רייסט מען זיך אפ פונעם אייבערשטן, "וּכְשֶׁהוּא מְחַלֵּק אֶת מַלְכוּת לְעַצְמוֹ, אֲזַי הוֹלֵךְ לוֹ שֶׁלֹּא כְּסֵדֶר", און אז מען איז אפגעשיידט פונעם אייבערשטן - גייט אלעס פארקערט, אבער אז מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן, מען וויל גארנישט - דעמאלט גייט אלעס כסדר.


מיר האבן זיך מחזק געווען מיט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (די וואך אין די פרשה, שמות רבה לג, ח): "בְּשָׁעָה שֶׁאָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לְמשֶׁה עַל עִסְקֵי הַמִּשְׁכָּן", ווען דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו ער זאל בעטן אלע אידן נדבות צו בויען א משכן, "אָמַר לְפָנָיו, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם יְכוֹלִין הֵם יִשְׂרָאֵל לַעֲשׂוֹתוֹ", האט משה רבינו געפרעגט דעם אייבערשטן, קענען דען אידישע קינדער בויען א שטוב פארן אייבערשטן?! "אָמַר לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֲפִלּוּ אֶחָד מִיִּשְׂרָאֵל יָכוֹל לַעֲשׂוֹתוֹ", האט דער אייבערשטער געזאגט, אפילו איינער אליין קען אויך בויען א משכן, "שֶׁנֶּאֱמַר", אזוי ווי עס שטייט (שמות כה, ב): "מֵאֵת כָּל אִישׁ אֲשֶׁר יִדְּבֶנּוּ לִבּוֹ". האבן מיר גערעדט, מען זאל נישט ווערן צעפאלן אויב די ווייב איז נישט וויליג צו אננעמען דעם רבי'ן וכו', מען זאל נישט ווערן צעבראכן און טראכטן 'ווי וועל איך קענען בויען א בית המקדש? ווי וועל איך קענען מצליח זיין מיט די קינדער?' אויף דעם זאגט דער אייבערשטער, אפילו איינער אליין קען בויען א משכן און מצליח זיין מיט די קינדער.


ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון 'רצון', פון 'ווילן'; אז מען זעט מען איז ווייט פון דאווענען, ווייט פון לערנען, ווייט פון קדושה - זאל מען אבער וועלן און נישט אפלאזן די רצון, אזוי בויעט מען די משכן. אזוי ווי עס שטייט (שמות כה, ב): "יִדְּבֶנּוּ לִבּוֹ", און רש"י זאגט: "לשון רצון טוב", א גוטע ווילן; מען זאל זאגן פארן אייבערשטן: "איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין וואויל".


אז מען זעט מען פאלט אין קדושה, מען היט נישט די אויגן, מען קוקט עבירות רחמנא לצלן; זאג אבער פארן אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל הייליגע אויגן, איך וויל ריינע אויגן, העלף מיר, העלף מיר איך זאל זיך קענען צוריק כאפן, תשובה טון, ווערן ערליך", אז מען ווערט בכעס, מען רעגט זיך, מען רעדט לשון הרע, רכילות - ווער נישט צעפאלן און טראכט 'איך בין פארפאלן, איך קען שוין נישט זיין א צדיק', שריי ארויס דיין הארץ, ידבנו לבו, לשון רצון טוב, זאג: "אייבערשטער איך וויל זיין גוט".


עס איז דא אסאך צו שרייבן וואס טוט זיך אפ א שבת אין ישיבה צווישן אנשי שלומינו, איך דארף מקצר זיין, איך דארף גיין צו די בחורים.


נאכאמאל למען השם, האב א גוטער חבר; מען מוז האבן א גוטער חבר זיך אויסצושמועסן און זיך דערנענטערן צום אייבערשטן מיט די עצות פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין א

#3 - פארמאכן די מויל און די אויגן, וויסן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט
פחדים, אמונה, ביטול

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר ווייסן פון רבי'ן און זיינע תלמידים וואס לערנען אונז עצות ווי אזוי צו קענען אנגיין אין לעבן, זיך נישט פארלירן, בלייבן שטארק, בלייבן פרייליך.


דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן, (שיחות הר"ן, סימן רעט) פעם אחת אמר לי בזו הלשון: "און אז עס איז שוין גאר שלעכט - איז מען זיך גאר מבטל", האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "איך מבטלין עצמו", ווי אזוי איז מען זיך מבטל צום אייבערשטן? האט דער רבי געענטפערט: "מען פארמאכט דאס מויל און די אויגן, איז בטול", דאס איז די עצה ווען דער יצר הרע איז זיך מתגבר אויפן מענטש מיט שלעכטע מחשבות און בלבולים - זיך מבטל זיין אינגאנצן צום אייבערשטן, זיך פארמאכן די מויל און די אויגן, וויסן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, ער מאכט אלעס נאר פאר אונזער גוטס.


מארגן וועט אם ירצה ה' זיין א שיעור, מען ווען זיך מחזק זיין מיט די עצות פון רבי'ן ווי אזוי אריינצוברענגען דעם יום טוב בשמחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


 


 


 


 


 

#2 - הייליגער באשעפער, געב מיר אייזערנע כוחות נישט צו ווערן צעפאלן
התחזקות, תפלות אויף אידיש, ביטול

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, י"ט סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז עס איז אייך גאר ביטער - זאלט איר זיך מבטל זיין צום אייבערשטן. דער הייליגער רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן רעט) "פעם אחת אמר לי בזו הלשון", אמאל האט מיר דער הייליגער רבי געזאגט דעם לשון: "אז עס איז שוין גאר שלעכט, איז מען זיך גאר מבטל", האב איך געפרעגט דעם רבי'ן: "איך מבטלין עצמו", ווי אזוי איז מען זיך מבטל צום אייבערשטן? האט דער רבי מיר געענטפערט: "מען פארמאכט דאס מויל און די אויגן, איז בטול".


זאגט רבי נתן: "מזה מובן עצה", דאס איז די עצה ווען דער יצר הרע איז זיך מתגבר אויפ'ן מענטש, ער פארדרייט אים דעם קאפ מיט שלעכטע מחשבות, ער מאכט בלבולים און עס איז זייער שווער אים צו באזיגן, זאל מען זיך מבטל זיין צום אייבערשטן, "כי כל האדם יכול לבטל עצמו לגמרי לפעמים", דאס קען יעדער איינער טון, יעדער קען צוקומען צו ביטול צום אייבערשטן, "דהינו לסתום פיו ועיניו ולסלק דעתו לגמרי, כאלו אין לו שום דעת ומחשבה כלל", זיך פארמאכן די מויל און די אויגן כאילו מען האט נישט קיין אייגענע שכל, "רק יבטל עצמו להשם יתברך לגמרי", און זיך מבטל זיין אינגאנצן צום אייבערשטן.


בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער געב מיר כח, געב מיר מח, איך בין איינער אליין, געב מיר אייזערנע כוחות נישט צו ווערן צעפאלן".


דאס רעדן צום אייבערשטן ראטעוועט דעם מענטש, מען באקומט פרישע כוחות צו אנגיין מיטן לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - בעט זיך איבער אין שטוב, אפילו ווען זי דארף דיר איבערבעטן
אמונה, שלום בית, ראש ישיבה, ביטול

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זיי נישט ברוגז אויף מיר אז איך האב נישט געמאכט צייט פאר דיר און דיין ווייב; איך בין אזוי פארנומען, אפילו מען זעט דאס נישט אן, איך לויף נישט אהער און אהין, עס זעט אויס פון אינדרויסן ווי איך האב צייט, אלעס גייט מיט א רואיגקייט, אבער גלייב מיר, איך האב נישט קיין צייט, איך בין זייער איבערגעשטרענגט; דאך וועל איך מאכן צייט פאר דיר, ווייל איך וויל דו זאלסט האבן שלום בית.


איך בעט דיר זייער, בייג זיך איין דיין קאפ צום אייבערשטן, זיי זיך מבטל צום אייבערשטן. דער רבי האט אמאל אויסגעלערנט פאר רבי נתן ווי אזוי דאס מבטל זיין ארבעט, וואס מען טוט. דער רבי זאגט אים (שיחות הר"ן, סימן רעט): "פארמאך די אויגן, פארמאך דאס מויל, טראכט אז עס איז דא א באשעפער"; ער טוט אלעס, ער האט געטון אלעס און ער וועט אלעס טון. מיין ווייב, מיינע קינדער, מיין פרנסה, מיין לעבן – אלעס איז ער, מען קען זיך גארנישט נעמען אליין; דעמאלט ווערט אלעס גוט, אלעס פאלט אין פלאץ.


איך בעט דיר טייערער ברודער, בעט זיך איבער אין שטוב, אפילו זי דארף דיר איבערבעטן, זיי דו קלוג, וועסטו לעבן א חיים מאושרים.