בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8 - גיין מיט א שייטל און זיך אפשערן, אדער א טיכל מיט אייגענע האר?
צניעות, שערן די האר, שייטל, טיכל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקרא, י"א אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף די פראגע וואס איז ענדערש, א טיכל מיט האר אדער זיך אפשערן די האר און גיין מיט א שייטל? עס איז זיכער ענדערש זיך צו אפשערן און גיין מיט א שייטל, עס איז בכלל נישט קיין שאלה; מוהרא"ש שרייבט כמה פעמים פאר די וואס פרעגן אויב עס איז ענדערש א טיכל מיט די האר אדער זיך אפשערן און גיין מיט א שייטל, מוהרא"ש ענטפערט מיט אזעלכע ברכות און הבטחות פאר די פרוי וואס שערט זיך אפ די האר; מוהרא"ש חזר'ט דעם שטיקל זוהר אן א שיעור מאל, דער הייליגער זוהר זאגט (נשא קכה:): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁהּ לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָא', דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיך געפינען אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.


מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט, ער געדענקט די בכיות וואס דער הייליגער סאטמער רבי זכותו יגן עלינו פלעגט וויינען און זיך בעטן ביים 'כל נדרי דרשה', ער פלעגט אויסדרייען זיין קאפ צום ווייבער שול און זיך בעטן צו די פרויען זיי זאלן אכטונג געבן אויף צניעות, און אז זיי זאלן זיך אפשערן די האר, "אזויפיל צרות און יסורים וואלט מען ווען געקענט איינשפארן אז מען שערט זיך אפ די האר" - פלעגט מוהרא"ש זאגן, א שאד מען וויל נישט נאכגעבן די האר, וואלט מען געקענט אסאך איינשפארן.


הערט נישט אויס די וואס זאגן ענדערש גיין מיט די אייגענע האר און מיט א טיכל ווי צו גיין מיט א שייטל, די צדיקים פונעם פריערדיגן דור האבן געזאגט: "ענדערש גיין א שייטל און זיך אפשערן, ווי איידער גיין מיט צען טיכלעך און גיין מיט די אייגענע האר".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - נישט גערעכט אפצוהאקן קשר מיט א טאכטער צוליב א שייטל
קינדער, משפחה, שייטל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ביסט נישט גערעכט אז דו האסט אפגעהאקט קשר מיט דיין טאכטער צוליב דעם וואס זי האט אנגעטון א שייטל; זאלסט פאררעכטן און צוריק אנהויבן רעדן מיט איר און מיט איר מאן.


אסאך גדולי ישראל האבן מתיר געווען פאר א פרוי צו גיין מיט א שייטל, מען האקט נישט אפ מיט א טאכטער צוליב א שייטל.


וויפיל טאטעס און מאמעס בלוטיגן ווען די קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט, זיי קומען אהיים מיט א גוי השם ישמרינו; זיי וואלטן זיך געוואונטשן די קינדער זאלן זיין אידיש חתונה געהאט און גיין צוגעדעקט די קאפ מיט וואס עס זאל נאר זיין.


 

#6 - מען מעג זאגן ליגנט כדי עס זאל זיין שלום
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, שווער און שוויגער, שלום, שייטל, טיכל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג דיין ווייב זאל גיין צו דיינע עלטערן אזוי ווי זי גייט אין שטוב. אפילו די וואס גייען מיט א שייטל - גייען אין שטוב מיט א טיכל; זאל זי אזוי גיין, אזוי וועלן זיי איר אויפנעמען שיין.


עס איז וויכטיג זאלסט וויסן וואס דער רבי זאגט (ספר המידות אות אמת, סימן ב): "מֻתָּר לְשַׁנּוֹת בִּדְבַר הַשָּׁלוֹם", מען מעג זאגן ליגנט כדי עס זאל זיין שלום; זאג פאר דיינע עלטערן ווי שטארק דיין ווייב האט זיי ליב, און פאר דיין ווייב זאלסטו זאגן אז דיין מאמע האט איר ליב און זי בענקט זיך צו איר, אזוי וועט ווערן שלום.


גיי התבודדות, בעט דעם אייבערשטן עס זאל זיין שלום צווישן דיר און דיינע עלטערן; מיט תפילה וועסטו פועל'ן ניסים גלויים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#5 - ענדערש א שייטל, אבי זיך אפשערן די האר
חיזוק פאר פרויען, שערן די האר, מוהרא"ש, ישיבה, שייטל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד הרב ... שליט"א, יבנאל


אייער זון נרו יאיר איז זייער מצליח אין ישיבה, ער לערנט זיינע שיעורים כסדרן, דאווענט ערליך און פירט זיך מיט גוטע מידות.


בנוגע דאס וואס ער פארשטייט נישט קיין אידיש; איך האף צום אייבערשטן צו געבן איינמאל א וואך א שיעור אין לשון קודש אז ער זאל קענען מיטהאלטן די שיינע שמועסן, עצות און חיזוק פארן לעבן.


בנוגע וואס איר וואונדערט זיך אויף וואס איר האט געליינט אין די בריוו, איר פרעגט ווען איך האב דאס געהערט פון מוהרא"ש, ווייל אין יבנאל האט איר דאס קיינמאל נישט געהערט פון מוהרא"ש; איך האב געהערט כמה וכמה פעמים, ווי מוהרא"ש זאגט: "ענדערש גיין מיט א שייטל, אפילו א לאנגע שייטל, אבי זיך אפשערן די האר".


אודאי האט מוהרא"ש געוואלט מען זאל גיין איידל אנגעטון, מוהרא"ש פלעגט אלץ ווייזן מיט די האנט אויפ'ן אקסל, אז א שייטל זאל נישט זיין לענגער ווי די אקסל. אבער ווען עס איז געווען ווייבלעך וואס האבן נאכנישט געהאט דעם געפיל צו איידלקייט, קינדער פון צעבראכענע שטובער וכו' - האט מוהרא"ש געזאגט: "ענדערש א שייטל, אבי זיך אפשערן די האר".


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה.

#4 - ווען מען איז פרייליך, איז גוט אזוי צי אזוי
תפילות אויף אידיש, שמחה, תודה והודאה, אמונה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, קנאה, שייטל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע זאכן וכו' וכו'. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק ט): "אֵיזוֹהִי אִשָׁה כְּשֵׁרָה? כָּל שֶׁעוֹשָׂה רְצוֹן בַּעֲלָהּ", א פרוי וואס איז גרייט פאר איר מאן, זי טוט זיין ווילן וכו' - איז אן ערליכע פרוי. נאך זאגן די הייליגע חכמים (עירובין ק:) א פרוי וואס קומט צום מאן וכו' - וועט האבן ערליכע קינדער, קינדער צדיקים.


בנוגע וכו'; דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן. דאס וועט ברענגען די ישועה פאר אייך, ווייל דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן - ברענגט גרויסע ניסים און ישועות.


בנוגע די לענג פונעם שייטל; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט קלאפן אויף זיין אקסל ווען מען האט אים געפרעגט אויף די לענג פונעם שייטל.


דער עיקר זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן די תפילה אויף שמחה. ווייל אז מען איז פרייליך - איז גוט אזוי צי אזוי, און אז מען איז נישט פרייליך - העלפט נישט גארנישט. מען ווערט נישט מער צופרידן מיט א לאנגע שייטל.


דעריבער שרייבט מוהרא"ש אין שאלות ותשובות ברסלב, הונדערטער מאל אויף הונדערטער שאלות - איין תירוץ: "זיי פרייליך". נעמט אריין אמונה אין זיך - וועלן אלע פראבלעמען אוועקגיין.


בעטס: "רבונו של עולם, העלף מיר זיין פרייליך, נעם אוועק פון מיר די עצבות ומרה שחורה. נעם אוועק פון מיר די קנאה, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה, איך זאל זען נאר דיר, איך זאל דיך שפירן".

#3 - בלייבט מיט אייער צניעות'דיגע לבוש
צניעות, חיזוק פאר פרויען, זיכוי הרבים, הכנסת אורחים, מוהרא"ש, שייטל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


בלייבט מיט אייער צניעות'דיגע לבוש, אייער שייטל איז זייער איידל, איר גייט אנגעטון אזוי ווי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געוואלט. מוהרא"ש פלעגט וויינען צו די ווייבער אין יבנאל מען זאל גיין מיט צניעות'דיגע שייטלען, מוהרא"ש האט געקלאפט אויף זיין פלייצע צו ווייזן ביז ווי לאנג די שייטל זאל זיין. אייער שייטל איז זייער איידל, בלייבט אזוי, טוישט זיך נישט און קלאפט זיך נישט אראפ, גייט אזוי ווי אייער מאמע, אייערע עלטערן זענען זייער חשוב, זייער איידל.


הלוואי וואלט איר געמאכט שלש סעודות מיט נאך חבר'טעס; זיך האלטן אינאיינעם, שמועסן פון התחזקות. מען קען מכבד זיין יעדע וואך א צווייטע ווייבל צו רעדן, דערציילן וכו' וכו', עס איז זייער א גרויסע זאך, ביים אייבערשטן איז זייער חשוב ווען מען עפנט די טיר פאר א צווייטן צו געבן חיזוק.


נאכאמאל בעט איך אייך, אייער שייטל איז צניעות'דיג; בלייבט מיט דעם, ווייל איר מאכט א קידוש השם מיט אייער צניעות.

#2 - פאר א גוטע שידוך איז ווערד צוצודעקן דעם שייטל
צניעות, שידוכים, מנהגים, שייטל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מטות מסעי, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען רעדט אייך א גוטע שידוך, א גוטער בחור, א בחור מיט גוטע מידות, און סך הכל וואס זיי בעטן איז אז איר זאלט גיין מיט א צוגעדעקט שייטל - איז זיכער אז איר זאלט דאס טון; א גוטע שידוך, א גוטע משפחה - איז ווערד מען זאל זיך טוישן די לבוש.


נאך א זאך, ווען מען טוט זיך אן מער בצניעות הייסט דאס נישט געטוישט דעם לבוש; אז ביי ענק גייט מען מיט א אפענע שייטל און מען רעדט פון זיך צודעקן די שייטל - הייסט דאס נישט אז מען האט געטוישט לבוש.


דעריבער זאלט איר זאגן פאר אייער טאטע אז איר זענט גרייט אנצוטון א צודעק אויפ'ן שייטל אבי צו באקומען א גוטער בחור, אן ערליכע שטוב.


מוהרא"ש פלעגט זאגן, דאס וואס מענטשן וויינען: "נישטא קיין שידוכים" - איז א ליגנט; עס איז דא שידוכים, און דאס וואס מען זעט עלטערע בחורים, עלטערע מיידלעך - דאס איז ווייל מען וועלט זיך, מען זאגט אפ שידוכים; דער זאגט אפ וועגן א צודעק אויפ'ן שייטל, א צווייטער זאגט אפ צוליב די משפחה אהער משפחה אהין, די קינדער ווערן עלטער און עלטער ביז מען פאלט אראפ השם ישמרינו.


וואלט מען פארלאנגט איר זאלט זיך אויסטון דעם צודעק, אראפגיין א שטאפל - וואלט מען געדארפט אריינקלערן, אבער אז מען וויל ווערן בעסער - איז דאס בכלל נישט קיין שאלה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - די שייטל זאל זיין איידל און באשיידן
צניעות, חיזוק פאר פרויען, סגולות, שייטל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תזריע, כ"ו אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


בלייבט מיט אייער שייטל, נאר בענקט און ווילט זיין ערליך. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געזאגט מען מעג גיין מיט א שייטל; מען זאל נאר אכטונג געבן עס זאל זיין איידל און באשיידן.


דאס וואס אייער מאן זאגט אייך, אפשר זיך אנטון א טיכל; ער האט געליינט אין איינע פון די שמועסן אז דאס ברענגט גוטע קינדער, איר פרעגט וואס צו טון; אויב איר וועט בלייבן מיט אייער איידעלע שייטל און איר וועט נישט אוועק מאכן די פרויען וואס גייען אנגעטון מיט א טיכל, איר וועט שעצן צניעות – וועלן אייערע קינדער אויסוואקסן ערליכע אידן.


עס איז גארנישט ווערד ווען מען טוט זיך אן צניעות'דיג און מען וויל נישט אזוי גיין, די קינדער שפירן דאס, זיי כאפן פינקטליך; זיי פארשטייען גאר גוט וואס די עלטערן ווילן.


בלייבט אזוי ווי איר גייט, איך פריי זיך זייער צו האבן אזא חשוב'ע משפחה ביי אונז אין שטעטל.