בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#12 - נישט לאזן די קינדער'ס ציין פארנאכלעסיגט און פארדרייט
שמחה, רפואה, געלט, דאקטורים, ציינער

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תרומה, שובבי"ם, ה' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיינע פראגעס.


מאך פאר דיין טאכטער ברעיסעס, זי זאל האבן געזונטע שיינע ציין. אז די אינשורענס וויל נישט באצאלן – זאלסטו עס באצאלן, עס איז נישט גערעכט צו לאזן די קינדער'ס ציין פארנאכלעסיגט און פארדרייט צוליב דעם אז עס קאסט געלט.


אזוי אויך זאלסטו זען זי זאל האבן ווייסע ציין. עלטערן מוזן טון דאס בעסטע פאר די קינדער, בפרט פאר די טעכטער, זיי זאלן נישט אויסקוקן נאכגעלאזט.


בנוגע וכו'; אז דו שפירסט זיך גוט – איז דאך גוט, צום דאקטער גייט מען נאר אז מען שפירט נישט גוט. אויסער דאקטער פרייליך; צו אים דארף מען גיין א גאנצן צייט, אזוי אויך דאקטער פעלדמאן, דאקטער לערנער און דאקטער וואסערמאן.


מוהרא"ש האט מיר דערציילט דער סוד פון די פיר דאקטוירים, ווען דער דאקטער האט אנגעשראקן מוהרא"ש אז ער גייט שוין אוועק פון דער וועלט – איז מוהרא"ש אנטלאפן פון יענעם דאקטער, ער איז מער נישט צוריק געגאנגען צום יענעם משוגע'נעם דאקטער, און דעמאלט האט מוהרא"ש מגלה געווען דער סוד פון די פיר דאקטוירים, פון לערנען תורה; דאס איז דאקטער לערנער, און פון גיין אין מקוה אין פערציג סאה וואסער יעדן טאג, דאס איז דאקטער וואסערמאן, און גיין אין פעלד יעדן טאג זיך מתבודד זיין, דאס איז דאקטער פעלדמאן, און בעיקר שמחה, זיין פרייליך אז מען איז א איד, מען טוט מצוות, מען האט דעם אייבערשטן, דאס איז דאקטער פרייליך.


אז דו זעסט בלוט אין בית הכסא ביים ארויסגיין; וואס דארפסטו קוקן אין בית הכסא? וואס דארפסטו זוכן אויף וואס צו זארגן? קוק נישט און זארג נישט, און דער אייבערשטער זאל דיך היטן פון אלעם שלעכטס, זאלסט זיין געזונט און שטארק.


רק חזק, זיי פרייליך, טאנץ און פאטש.

#11 - איר דארפט אייך גארנישט דערשרעקן פון וואס די דאקטוירים שרעקן אן
קינדער, תפילות אויף אידיש, שמות הצדיקים, דאקטורים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בשלח, שובבי"ם, י"ג שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווערט נישט דערשראקן פון וואס די דאקטוירים זאגן, זיי שרעקן אן אלעמען, זיי זאגן פאר יעדן עפעס א שרעקעדיגע זאך, נעמט עס נישט צום הארצן; א דאקטער האט רשות נאר צו מאכן גוט, א דאקטער האט נישט קיין רשות צו דערשרעקן.


זיי ווייסן גארנישט פון זייער לעבן צו זאגן, איר דארפט אייך גארנישט דערשרעקן פון וואס זיי שרעקן אן.


זאגט שמות הצדיקים. מוהרא"ש זאגט, ביי די חדשים וואס מען ווארט זאל מען זאגן "שמות הצדיקים" - נעמען פון צדיקים, און בעטן דעם אייבערשטן אז בזכות די הייליגע צדיקים זאל מען האבן גרינג דאס קינד. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכן דערמאנען די נעמען פון צדיקים - קען מען טוישן די טבע.


זאגט די נעמען יעדן טאג: אברהם אבינו, יצחק אבינו, יעקב אבינו, משה רבינו, אהרן הכהן, יוסף הצדיק, דוד המלך, שלמה המלך, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב, מוהרא"ש מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם די תפילה:


"יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין דִי זְכוּת וָואס אִיךְ הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶרֶע מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ, וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְגֶערְהֵייט אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים; אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיךְ נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הִיט מִיךְ אוּן הִיט דָאס קִינְד, דִי דָאקְטוֹרִים שְׁרֶעקְן מִיךְ אָן אַז עֶפֶּעס טוֹיג נִישְׁט אוּן דָאס מַאכְט מִיר אַזֶעלְכֶע פְּחָדִים אַז אִיךְ הַאלְט דָאס מַמָּשׁ נִישְׁט אוֹיס, גֶעבּ מִיר אַ גֶעזוּנְט קִינְד, אַ לִיכְטִיג קִינְד, אַ הֵיילִיג קִינְד. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיך זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - געבן צדקה איידער מען גייט צום דאקטער
צדקה, רפואה, פדיון נפש, דאקטורים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויחי, ט"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


עס איז כדאי איר זאלט גיין צום דאקטער און הערן וואס ער האט צו זאגן, אמאל קען מען מיט א קלייניקייט פאררעכטן און זיך איינשפארן צער און עגמת נפש, עס איז נישט קיין חסרון אין אמונה צו גיין צום דאקטער; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ג) אז מען מאכט א פדיון נפש – קען דער דאקטער אויסהיילן, ווייל די ווערטער "ורפא ירפא" באטרעפט "פדיון נפש".


געבט געלט פאר דרוקן דעם רבינ'ס ספרים, דאס איז די ריכטיגע פדיון נפש, און גייט צום דאקטער, און מיט א קלייניקייט וועט איר זוכה זיין צו קענען אויסווארטן גאנצע חדשים מיט א געזונט קינד.


פארלירט זיך נישט, געבט נישט אויף. ווען איר ווערט צעבראכן פון די מצב וכו' – זאלט איר אויסדרייען די מחשבות און טראכטן 'וואס האב איך יא?' און נישט טראכטן טאג און נאכט 'וויפיל האב איך פארלוירן...' נאר 'וואס האב איך יא? וויפיל האב איך יא?'


איך ווארט צו הערן א גוטע בשורה.

#9 - זיך לערנען צו זיין א דאקטער פאר פרויען בעת שמחתם
שמחות, דאקטורים

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת לך לך, י"ד מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך וויל אייך בעטן איר זאלט זיך גיין לערנען זיין א דאקטער פאר פרויען בעת שמחתם; עס וועט זיין א גרויסע טובה פאר די קהילה אז מיר וועלן האבן א היימישע פרוי א דאקטער וואס וועט מחזק זיין די פרויען און זיי פרייליך מאכן, ווייל די מצב ביי די דאקטוירים ווערט נאר ערגער, מען דערשרעקט יעדע צווייטע פרוי וואס ווארט א שמחה אז עפעס שלעכטס קומט; עס גייט נישט אריבער א טאג וואס אינגעלייט זאלן נישט קומען דערציילן זייער זארג אויף וואס מען שרעקט זיי אן.


אז איר ווייסט פון נאך פרויען וואס זענען אינטערעסירט זיך צו לערנען זיין א דאקטער פאר שמחות - זאלט איר מיר מודיע זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - מען דארף נישט גיין צום דאקטער זיך אונטערזוכן
רפואה, דאקטורים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען דארף נישט גיין צום דאקטער זיך אונטערזוכן, און אפילו אויב מען געפינט עפעס נישט גוט חס ושלום ביי איינע פון די געשוויסטער און דער דאקטער זאגט אז אלע געשוויסטער דארפן קומען זיך אונטערזוכן, ווייל עס איז א זאך וואס האט מיט די גאנצע משפחה - דארף מען נישט גיין; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט בשם צדיקים: "אז מען זוכט זיך - טרעפט מען, דעריבער זאל מען נישט גיין צום דאקטער זיך אונטערזוכן".


עס איז דא אין ספר לקוטי מוהר"ן (חלק ב' סימן א, אות יא) אויסגעשמועסט די גאנצע זאך פון טרעפן א געוויקס השם ישמרינו; דער רבי שמועסט אויס אלע סארט געוויקסן, ווי אזוי עס הויבט זיך אן אינעם מענטש, ביי א טייל איז דאס א גענעטישע (דזשינעריק) זאך, עס קומט נאך פון די עלטערן; דארט זאגט דער רבי אז א מענטש קען זיך אויסהיילן מיט תפילה.


עס איז כדאי צו לערנען די תורה און זאגן די תפילה, און זיך נישט זארגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7 - מעג מען אים געבן צוקער ווען דער דאקטער לאזט נישט?
שמחה, שלום בית, דאקטורים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, ערב ט' באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז דער דאקטער זאגט אים ער טאר נישט עסן קיין צוקער און זי לייגט אים נישט קיין צוקער אין די עסן, און ער שרייט אויף איר: "טייל מיך נישט איין וואס צו טון, קאנטראל מיך נישט", און זי פרעגט אויב זי מעג על פי הלכה אים לייגן צוקער אין זיין עסן אין זיין טרינקען.


ווי איך פארשטיי איז נישט די צוקער וואס טוט אים וויי, נישט דאס שטערט אים; וואלט זי אים געמאכט שפירן ווי א טייערקייט, וואלט זי גערעדט צו אים מיט עהרע - וואלט ער קיין צוקער נישט געדארפט; ער שרייט 'צוקער' אבער ער דארף 'עכטע צוקער'.


א פרוי קען מיט חכמה אלעס פועל'ן ביים מאן; פרויען מיט אביסל פון זייער חכמת נשים, מיטן מאכן שפירן דעם מאן ווי ער איז ווערד - קענען זיי ווען אלעס אויף דער וועלט פועל'ן; דאס איז קלאר און דאס איז ביי יעדן איינעם, נישטא קיין אויסנאם.


זייט איר מחזק, זי זאל אים שעצן און עהרע געבן, און אויב מיט דעם אלעם דארף ער צוקער - זאל זי אים געבן אביסל צוקער.


שמחה היילט אויס, שמחה נעמט אוועק אלע מחלות, שמחה איז די מקור הברכות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד) אלע מחלות קומען פון עצבות און מרה שחורה; דעריבער האט אונז דער רבי אזוי שטארק געהייסן זיך מוסר נפש זיין אויף מידת השמחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#6 - קיינמאל מאכט מען נישט קיין אפעראציע ווען מען דארף נישט
שלום בית, נסים, דאקטורים, אפעראציע

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פארוואס אפערירן? מען מאכט נישט קיין אפערעישן נאר אז מען מוז.


אויך ווען איין דאקטער זאגט מען מוז - מאכט מען נאך אויך נישט, נאר מען פרעגט נאך א דאקטער.


קיינמאל מאכט מען נישט קיין אפעראציע ווען מען דארף נישט. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איז געווען זייער קעגן די אלע וואס פלעגן קומען פרעגן אויב מען זאל מאכן אפילו קליינע אפעראציעס וואס אלע מאכן, צום ביישפיל זיך קלענער מאכן די מאגן (סלי"וו) אדער זיך מאכן די אויגן וכו'; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט: "מען לייגט זיך קיינמאל נישט אונטערן מעסער, און אפילו ווען א דאקטער זאגט מען מוז - פרעגט מען נאך א דאקטער".


דער אייבערשטער זאל העלפן אייער קינד זאל זיין געזונט און שטארק.


דורך מוותר זיין אין שטוב, דורך לעבן מיט ליבשאפט - ברענגט מען אריין די שכינה אין שטוב און מען זעט ניסים למעלה מן הטבע.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - נישט ווערן דערשראקן פון וואס די דאקטורים זאגן
פחדים, קינדער, חיזוק פאר פרויען, קברי צדיקים, רפואה, דאקטורים, לחץ

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תזריע מצורע, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אוודאי זאל מען גיין צו די בעסערע שפיטאל, אפילו עס נעמט מער צייט צו פארן.


העיקר נישט ווערן דערשראקן און פארלוירן; די דאקטורים שרעקן אן, דאס איז זייער זאך. זיי פאסט נישט אויב עס וועט געבוירן ווערן א קינד מיט א פעלער אז זיי האבן דאס נישט פאראויס געוויסט, דעריבער זאגן זיי פאר יעדן איינעם אז עס קומט א נישט געזונט קינד השם ישמרינו. מען טאר נישט ווערן דערשראקן, מען דארף זיך איבערגעבן צום אייבערשטן און אסאך בעטן דעם אייבערשטן.


געבט אכטונג, גייט נישט אריין אין קיין לחץ. ווייל ווען עלטערן זענען בלחץ שפירן דאס גלייך די קליינע קינדער, זיי שפירן 'עפעס גייט פאר אין שטוב', 'עפעס גייט פאר מיט טאטע מאמע', און זיי ווערן זייער דערשראקן און צעמישט; דארפט איר זיך שטארקן מיט אלע כוחות, מיט אמונה און בטחון, זיך איבערגעבן צום אייבערשטן.


איך האב זייער אסאך מתפלל געווען פאר ענק. איך קום יעצט פון פוילן פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו, פון הייליגן שינאווא רב זכותו יגן עלינו, פון הייליגן ראפשיצער רב זכותו יגן עלינו, פון הייליגן בני יששכר זכותו יגן עלינו, פון הייליגן רבי מענדעלע מרימנוב זכותו יגן עלינו, פון הייליגן צאנזער רב זכותו יגן עלינו, פון הייליגן רמ"א זכותו יגן עלינו, פון הייליגן תפארת שלמה זכותו יגן עלינו, ועוד צדיקים זכותם יגן עלינו; איך האב ביי יעדע ציון געבעטן פאר אייך בפרטיות, איך ווארט צו הערן גוטע בשורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4 - זאגן נעמען פון צדיקים, וועט דאס קינד זיין געזונט און שטארק
פחדים, קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, סגולות, רפואה, שמות הצדיקים, דאקטורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זארג נישט, די דאקטורים דערשרעקן יעדן איינעם; לעצטנס איז געווארן אז זיי זאגן פאר כמעט יעדן איינעם אז מען גייט האבן חס ושלום א נישט געזונט קינד, און ביים סוף איז אלעס פיין.


זאג דיין ווייב זי זאל נישט מורא האבן און זיך נישט זארגן, זי זאל דאנקען דעם אייבערשטן אז זי האלט שוין דא, און בעטן אז אלעס זאל אריבערגיין גוט.


זאג דיין ווייב זי זאל זאגן שמות הצדיקים, קויף איר א ספר שמות הצדיקים. מוהרא"ש זאגט פאר פרויען וואס ווארטן אז זיי זאלן זאגן אין די חדשים "שמות הצדיקים" - נעמען פון צדיקים, און בעטן דעם אייבערשטן אז בזכות די הייליגע צדיקים זאל מען האבן גרינג דאס קינד. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים - קען מען טוישן די טבע.


זאל דיין ווייב זאגן די נעמען פון צדיקים וואס איר געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם אבינו, יצחק אבינו, יעקב אבינו, משה רבינו, אהרן הכהן, יוסף הצדיק, דוד המלך, שלמה המלך, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב, מוהרא"ש מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאל זי זאגן די תפילה:


"יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין דִי זְכוּת וָואס אִיךְ הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶרֶע מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ, וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְגֶערְהֵייט אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים; אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיךְ נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הִיט מִיךְ אוּן הִיט דָאס קִינְד, דִי דָאקְטוֹרִים שְׁרֶעקְן מִיךְ אָן אַז עֶפֶּעס טוֹיג נִישְׁט אוּן דָאס מַאכְט מִיר אַזֶעלְכֶע פְּחָדִים אַז אִיךְ הַאלְט דָאס מַמָּשׁ נִישְׁט אוֹיס, גֶעבּ מִיר אַ גֶעזוּנְט קִינְד, אַ לִיכְטִיג קִינְד, אַ הֵיילִיג קִינְד. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיך זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - שמחה געבט כח פאר'ן גוף זיך צו קענען שלאגן מיט אלע מחלות
שמחה, רפואה, דאווענען, דאקטורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פרוביר מיט אלע כוחות זיך שטארקן צו זיין פרייליך, דאס איז די רפואה פאר אלע קרענק. שמחה געבט כח; דער גוף קען זיך שלאגן מיט אלע מחלות, השם ישמרינו.


אז דער דאקטער זאגט דו דארפסט עסן גלייך אינדערפרי - זאלסטו קודם זאגן ברכת השחר, פאלגן דעם דאקטער און עסן.


דער אייבערשטער זאל דיר שיקן א רפואה שלימה בקרוב.

#2 - זען נאר דאס גוטס אין די קינדער, איידעמער און שנירן
קינדער, חיזוק פאר פרויען, רפואה, דאקטורים, אידיש, א גוט אויג

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פארמאכט אייך אייערע אויגן, נישט אלעס דארף מען זען; עס איז נישט אייערע געשעפטן ווען אייער איידעם שטייט אויף שבת אינדערפרי.


אייער טאכטער און איידעם זענען אזוי וואויל און אזוי ערליך, וואס פעלט אויס צו זוכן פון אונטער דער ערד אויף וואס זיך אויפצועסן? א שאד אויפעסן די קישקעס; הלואי פאר אנדערע אזעלכע ערליכע קינדער וואס איר האט.


בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זען נאר גוטס אין מיינע קינדער, איידעמער און שנירן".


בנוגע וכו'; ענדערש נעמען א פרויען דאקטער, און אז מען האט נישט קיין פרויען דאקטער קען מען נעמען א מאן דאקטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - ווער נישט דערשראקן פון דאקטורים, דאנק און בעט וועט אלעס זיין גוט
קינדער, תפילה והתבודדות, שמחה, תודה והודאה, סגולות, רפואה, שמות הצדיקים, וויינען, דאקטורים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זיי נישט דערשראקן פון וואס די דאקטורים זאגן פאראויס, אז עס פעלט א שטיק מח פונעם קינד, זיי דערשרעקן דיר אז דאס קינד וועט זיין געלעמט חס ושלום; זיי מחזק דיין ווייב און זי זאל דיך צוריק מחזק זיין, נעם די סגולה פון בעטן דעם אייבערשטן און אים דאנקען פאר אלע חסדים.


ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן - עפענען זיך אויף ריזיגע טויערן אין הימל און עס גיסט אראפ ניסים ונפלאות; בדוק ומנוסה, מענטשן דערציילן אותות ומופתים, זאכן שלא כדרך הטבע פון די סגולה פון תודה והודאה.


דאס וואס דו זאגסט אז דיין ווייב וויינט וכו'; מען מעג וויינען, מען דארף וויינען; עס איז נישט נישט קיין חסרון אין אמונה ובטחון אז מען וויינט, מען דארף אבער אין די זעלבע צייט זיין פרייליך, מען דארף וויינען מיט שמחה און תקוה, נאר נישט זיין בעצבות ובמרה שחורה. דער הייליגער רבי האט זייער אסאך געוויינט, אבער עס איז געווען מיט שמחה, מיט האפענונג. אז מען פריידט זיך מיט אמונה, מען פריידט זיך מיט'ן אייבערשטן - זענען די טרערן זיסע טרערן, נישט זאלציג און ביטער.


ווער נישט דערשראקן פון דאקטורים, דער רבי זאגט שוין מיט איבער צוויי הונדערט יאר צוריק ווער און וואס דאקטורים זענען, זיי ארבעטן האנט ביי האנט מיט'ן מלאך המות.


מוהרא"ש זאגט בשם צדיקים, די תורה זאגט (שמות כא, יט): "וְרַפֹּא יְרַפֵּא", זאגן די הייליגע חכמים (ברכות ס.): "מכאן שניתנה רשות לרופא לרפאות", אז מען האט געגעבן רשות פאר דאקטורים נאר צו היילן, נישט צו דערשרעקן.


אז דו און דיין ווייב וועלן יעדן טאג דאנקען דעם אייבערשטן פאר אלעס גוטס, און אויך בעטן פאר'ן קינד זאל געבוירן ווערן געזונט ברמ"ח איברים ושס"ה גידים, און זאגן שמות הצדיקים - וועט דער אייבערשטער מאכן גרויסע ניסים.


א כתיבה וחתימה טובה.