בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#53 - פרעג נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן
אמונה, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת צו, י"ח אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געב נישט אויף, דראפע זיך און דערהאלט זיך, האב נישט קיין קשיות אויפן באשעפער, מיר קענען נישט פארשטיין דעם באשעפער'ס דרכים. פרעג נישט קיין קשיות, יעדע "פארוואס?" איז א קליפה. מוהרא"ש זאגט: "לָמָה" פארוואס? "יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם" - זאגט א גוי; א גוי פרעגט פארוואס, א איד פרעגט נישט פארוואס, א איד גלייבט אינעם אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "ווי אזוי? אט אזוי, אזוי ווי עס גייט, אזוי איז גוט, 'אַשְׁרֵי הָעָם שֶׁכָּכָה לוֹ'", וואויל איז פאר א איד וואס ער האט נישט קיין קשיות, נאר ער חזר'ט שטענדיג: "שֶׁכָּכָה לוֹ".


דאס וואס מיר פארשטייען נישט דעם באשעפער'ס דרכים - דאס איז די שיינקייט און גרויסקייט פון באשעפער. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב): דאס וואס עס איז דא קשיות אויפן אייבערשטן - אזוי דארף צו זיין, "וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ", און דאס איז די שיינקייט פונעם אייבערשטן, ווייל אויב מיר וואלטן אלעס פארשטאנען וואלט דאך געווען זיין שכל אזוי ווי אונזער שכל - חס ושלום; קומט אויס אז דאס איז די שיינקייט פונעם אייבערשטן, אז מיר פארשטייען אים נישט, אבער דער רבי האט אויסגעפירט: "וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן".


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין דעם שבת - פרשת פרה - אין ישיבה אין וויליאמסבורג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#52 - א הערליכע שבת שקלים מיט אנשי שלומינו
חינוך הילדים, אמונה, צדיקים, שטעטל, שיעורים כסדרן, דאווענען, קשיות, גבאי, התבודדות, שבת שקלים

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דעם פארגאנגענעם שבת פרשת ויקהל בין איך געווען אין שטעטל קרית ברסלב, עס איז געווען אויסנאם שיין, איך האב זייער הנאה געהאט צו פארברענגען מיט אנשי שלומינו, אלע זענען דארט פרייליך, מען לעבט מיט די עצות פון רבי'ן.


פרייטאג צו נאכטס האב איך געדאווענט אין בית המדרש פעולת הצדיק, עס איז געווען זייער שיין צו דאווענען דארט, מען דאווענט מיט א חיות און א געשמאק, די עלטערן זיצן מיט די קינדער, מען איז נישט פויל, מען איז מחנך די קינדער צו דאווענען. איך האב געזען די עלטערן ברענגען זיך מיט גוטע זאכן, קענדיס - פאר די קינדער, מיט דעם ציען זיי אן די קינדער זאלן וועלן בלייבן זיצן נעבן זיי און מיט דאווענען.


נאכן דאווענען האבן מיר געטאנצן "סימן טוב" פאר די בר מצוה פון א בחור וואס די משפחה קומט פון אומן; ביי די מלחמה זענען זיי אנטלאפן פון אומאן קיין שטעטל קרית ברסלב. איך האב געזאגט דעם בחור עס זאל אים נישט וויי טון אז ער איז נישט אין אומאן, יעצט איז ער ביים רבי'ן אליין; ווייל דארט וואו מען רעדט פון רבי'ן - דארט געפינט זיך דער רבי. מיר האבן גערעדט אז דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן קצז; ריז): "אין אומאן איז גוט צו ליגן"; דער רבי האט נישט געזאגט מען זאל דארט וואוינען, וואוינען דארף מען אין א פלאץ וואו עס איז דא אן ערליכע חדר פאר די אינגלעך, אן ערליכע שולע פאר די מיידלעך, און א שול וואו מען קען זיך צאמקומען רעדן פון רבינ'ס עצות.


די גבאים האבן מיר געבעטן צו רעדן אפאר ווערטער נאכן דאווענען; גבאים דארף מען פאלגן, אז א גבאי שיקט צו צום עמוד דארף מען צוגיין, אז א גבאי זאגט זיין שטיל דארף מען זיין שטיל; די הצלחה פון א שול איז - אז מען האט דרך ארץ פאר די גבאים, עס איז דא א משמעת; האב איך אויך געפאלגט און גערעדט אפאר ווערטער פון דאס גרויסקייט פון דעם שבת - שקלים, אז מען קען זוכה זיין צו באקומען א גראדן קאפ, אן אויפגעהויבענעם קאפ. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז דעם שבת קומט משה רבינו "וזוקף ראשן של ישראל" (תנחומא כי תשא, ג), מיר האבן זיך מחזק געווען מען זאל רעדן צום אייבערשטן, בעטן אין די אייגענע שפראך מען זאל זוכה זיין צו א ריינע מח מחשבה.


נאכן דאווענען - אויפן וועג אהיים - האבן מיר געשמועסט שיינע זאכן פון רבי'ן, פון מוהרא"ש. עס איז א מהלך פון בערך א שעה, אבער מען האט נישט געשפירט ווי מען גייט א לאנגע וועג, ווייל ווען מען רעדט פון רבי'ן איז אזוי געשמאק. איך געדענק, מיר פלעגן גיין צו מוהרא"ש געוויסע שבתים, מיר האבן אריין געוואקט פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק, א וועג פון צוויי שעה, עס איז געווען פון די געשמאקסטע צייטן, די גאנצע וועג האבן מיר גערעדט פון רבי'ן און פון די עצות פון רבי'ן, מען האט נישט געשפירט ווי מען גייט א ווייטע וועג.


שבת אינדערפרי האבן מיר געלערנט סידור עת רצון, די שטיקל פון "מצות אהבת ישראל", מקבל זיין פארן דאווענען די מצוה פון "ואהבת לרעך כמוך". מוהרא"ש זאגט דארט, ווען מען האט א פיינט, מען האט צוטון מיט אנדערע - גייט די גאנצע דאווענען אוועק מיט טראכטן פון דעם פיינט און פון די מענטשן מיט וועם מען האט צו טון, אבער ווען מען איז מקבל די מצוה פון 'ואהבת לרעך כמוך', מען האט ליב יעדן איינעם, עס גייט גארנישט אן, עס גייט נישט אן קיין זאכן פון אנדערע, מען ווייסט 'אלעס איז דער אייבערשטער, ער איז ממלא כל עלמין און ער איז סובב כל עלמין, עס איז נישטא קיין מציאות מבלעדיך כלל, און אין יעדע תנועה איז ער, דומם צומח חי מדבר - אלעס איז ער אליין' - דעמאלט קען מען דאווענען.


איך האב אויסגעפרעגט אנשי שלומינו ווער עס האט שוין אמאל געלערנט דעם סידור עת רצון, קינער האט נישט געלערנט דעם סידור, אינטערעסאנט, מען איז עוסק אין הפצה, און פאר זיך אליין לערנט מען נישט די ספרים, אפשר זאל מען רופן די מפיצים אין שטעטל, זיי זאלן קומען מפיץ זיין פאר אנשי שלומינו דעם סידור, עס איז פון די שענסטע ספרים וואס מוהרא"ש האט אונז געשריבן; אז מען לערנט די סידור איז ביטול הבחירה, מען ווערט צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


אויך האבן מיר געלערנט די שטיקל פון "כניסה לבית הכנסת", פון קומען אין שול מיט דרך ארץ; מיר האבן געלערנט וואס מוהרא"ש שרייבט, כמעט אלע השגות פון אריז"ל האט ער זוכה געווען פון קומען אין שול מיט א ציטער און א דרך ארץ, עיין שם.


דאס דאווענען איז געווען זייער שיין און ווארעם, די מלמדים האבן גענומען די קינדער נעבן דעם בעל תפילה און צוזאמען געזינגען די הערליכע שטיקליך פון "אור פניך עלינו אדון נשא", עס איז געווען אזוי שיין, עס האט געעפנט די הארץ זיך צו קענען אויסגיסן צום אייבערשטן און בעטן: "'אור פנים עלינו אדון נשא', הייליגער באשעפער, העלף מיר זאלן שוין זוכה זיין צו לעבן מיט דיר, טראכטן נאר פון דיר, רעדן פון דיר און נאר דיך זען'.


וואס זאל איך דיר זאגן, אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען איז זיך מתבודד, מען רעדט צום אייבערשטן אין די אייגענע שפראך - איז די גאנצע דאווענען אנדערש, מען פלעכט אריין אינעם דאווענען אייגענע תפילות, ווערט די גאנצע דאווענען א שטיק התבודדות.


שבת אינדערפרי בין איך געגאנגען אין פעלד שפאצירן, עס איז געווען א שיינע וועטער, נישט צו קאלט, עס איז געווען א מחי'. איך האב געשפירט טעם גן עדן, דאס איז נישטא אין שטאט; אין שטאט גייט מען אויך שפאצירן, אבער די שפאצירן אין שטעטל אין פעלד - איז גאר אנדערש; וואויל איז דער וואס לעבט מיט דעם, וואויל איז דער וואס לאזט זיך נישט נארן.


נאכן דאווענען ביי ספורי מעשיות האבן מיר געלערנט פון די מעשה פון די חגר (ספורי מעשיות, מעשה ג), אז די שדים האבן צוגענומען די כח פונעם קעניג, האבן מיר גערעדט אז די כח דאס איז די מח, ווייל ווי לאנג דער מענטש לעבט מיט אמונה האט ער כח פאר אלעס, און ווען מען פארלירט די אמונה - פארלירט מען די כח.


אויך האבן מיר גערעדט, דער רבי זאגט אין די מעשה אז דער חבר האט געזאגט פאר די טאטע און מאמע פון די שדים אז "מיין משפחה נאמען האבן זיי נישט געקענט, דעריבער האבן זיי מיר נישט געקענט מזיק זיין, אבער דיין זונ'ס נאמען האבן זיי געקענט - האבן זיי אים גענומען און מען פייניקט אים"; דא איז מרומז די זאך פון מאכן אן עסק פון זיך און פון די משפחה, די וואס זענען בטל צום אייבערשטן - קען מען גארנישט טון.


דאנערשטאג נאכט איז געווען די וועכנטליכע שיעור אין סטעטן איילאנד, עס איז זייער א שיינע ווינקל דארט, זייער א שיינע חבורה פון אנשי שלומינו.


מוצאי שבת איז געווען א שיינע מלוה מלכה מיט א סעודת ראש חודש, מיר האבן גערעדט אז מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל בלייבן מקושר צום צדיק, בלייבן ביים רבי'ן. דער רבי האט דערציילט, ער איז געווען ביי א חתונה און דער בדחן האט זיך פארשטעלט ווי אן אדמו"ר; געמאכט תנועות, געפראוועט, און ער איז ארויס און צוריק געקומען אנגעטון ווי א גלח, און דער גאנצער עולם האט געלאכט; האט דער רבי געזאגט: "אט איז מען א מלאך און אט איז מען א גלח"; האבן מיר גערעדט פון דעם ווי שטארק מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל בלייבן מיט די געפיל צום רבי'ן, אט ברענט מען, מען שפירט אלע טעמים פון התקרבות לצדיק וואס מאכט דיך בענקען צום אייבערשטן, און אט פאלט מען אראפ, מען ווערט א חסיד שנפל, וואס איז אזוי שלעכט - גרוע ממשומד, מען קילט זיך אפ, מען ווערט קלוג, מען פארשטייט בעסער פון רבי'ן, רחמנא לצלן.


דער רבי ברענגט דעם מענטש צו אזעלכע שיינע זאכן, און דאך איז די בחירה אזוי גרויס; נאכן באקומען פון רבי'ן א וועג צו לערנען, א וועג צו ווערן נאנט צום אייבערשטן און א וועג ווי צו לעבן מיט די ווייב - פלוצלונג ווערט מען קלוג און מען הויבט אן טראכטן 'וואס דארף איך דאס אלעס? וואס איז שלעכט אן דעם?' מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם.


נאכן דרשה איז געווען א שיינע מעמד, די קינדער זענען געקומען מיט זייערע אוצרות, אלע האבן געזאגט זייערע סיומים, א תענוג ונחת צו זען די קינדער ווי אלע האבן שיעורים אין משניות און גמרא.


איך וויל דיך בעטן זאלסט זיך אויפפרישן, זאלסט צוריק אנהויבן דיינע שיעורים, זאלסט אפלאזן די צאמקומען פון חברים וואס מען רעדט פאליטיק און מען טרינקט לחיים, נעם צוריק די עכטע חברים, די הייליגע ספרים; די משניות, גמרא, מדרש, ספרי רבינו; די חברים וועלן דיך ברענגען צו די העכסטע מדריגות.


אם ירצה ה' די וואך שבת און אזוי אויך די קומענדיגע וואך שבת, אויך פורים און שושן פורים וועל איך זיין אין וויליאמסבורג.


פורים, זונטאג פארנאכטס וועט זיין א סעודה אין ישיבה, אזוי אויך שושן פורים נאכמיטאג וועט זיין א סעודה אין ישיבה.


מיר האבן א רבי מיט גוטע עצות, מיר דארפן איין זאך, מיר דארפן פאלגן דעם רבי'ן, מיר דארפן אוועק לייגן די אייגענע שכל און טון וואס די הייליגע צדיקים זאגן אונז.


א פרייליכן חודש.


 

#51 - הייליגער באשעפער, איך האב פארלוירן מיין געפיל אין רבי'ן
תפילות אויף אידיש, היכל הקודש, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


גיי התבודדות, גיי שריי צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר, האב רחמנות אויף מיר, איך ווייס נישט וואס איז געשען מיט מיר, איך האב פארלוירן מיין געפיל אין רבי'ן, איך האב פייגלעך אין קאפ, איך וויל אפלאזן דעם רבי'ן; הייליגער באשעפער וואס איז מיט מיר? איך האב פארגעסן מיינע חטאים, איך בין שוין א פארשטייער, איך ווייס שוין און פארשטיי שוין, איך פרעג 'פארוואס רעדט מען אזוי?' און 'פארוואס טוט מען אזוי?' הייליגער באשעפער וואס איז געשען מיט מיר?"

#50 - נישטא קיין שלעכטס, נישטא קיין גרייזן
אמונה, התחזקות, קשיות, ביטול

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


"אז עס איז גאר שלעכט, איז מען זיך אינגאנצן מבטל", אזוי האט דער רבי געזאגט פאר רבי נתן, האט רבי נתן געפרעגט: "ווי אזוי איז מען זיך מבטל?" האט אים דער רבי געענטפערט (שיחות הר"ן, סימן רעט): "מען פארמאכט די מויל און מען פארמאכט די אויגן, דאס איז ביטול"; אז מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן, מען פרעגט נישט קיין קשיות און מען וויל גארנישט פארשטיין, מען ווייסט אז דער אייבערשטער מאכט נאר גוט, נישטא קיין שלעכטס, נישטא קיין גרייזן, אלעס אלעס איז לטובה, בצדק ובמשפט ובחסד וברחמים.


געב זיך איבער צום אייבערשטן, און חזר אמונה; חזר זיך: "אלעס איז דער אייבערשטער", דומם צומח חי מדבר, אלעס איז דער אייבערשטער, אלעס מאכט ער, אלעס טוט ער, נישטא קיין טעותים.

#49 - אן התבודדות, קומט מען צו כפירה רחמנא ליצלן
אמונה, קשיות, פורים, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, כ"ה אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


יעצט קומט די הייליגע יום טוב פורים, ווען מען קומט צו די הויכע מדריגה פון 'עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי', וואס צדיקים זאגן אז דאס איז די מדריגה פון עולם הבא, וואס וועט זיין כולו הטוב והמטיב; פורים קומט אראפ אזא קדושה, מעין עולם הבא, מען מאכט נישט קיין חילוק פון טוב אדער רע, מען ווייסט און מען גלייבט אז אלעס איז דער אייבערשטער.


דאס ברענגט דער רבי אריין אין אונז, מיר זאלן א גאנץ יאר לעבן מיט דעם, א גאנץ יאר זאלן מיר לעבן מיט א קלארע שטארקע לויטערע אמונה, צו וויסן אז אלעס איז לטובה, אלעס איז מיט א חשבון.


גיי התבודדות, אָן התבודדות קומט מען צו כפירה, מען קען גיין אנגעטון מיט די שמונה בגדים און האבן קשיות אויפן אייבערשטן רחמנא לצלן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "פון די ברייטע ארבל רינט מינות וכפירה רחמנא לצלן", נאר אז מען גייט יעדן טאג התבודדות, מען שמועסט מיטן אייבערשטן, נאר אזוי קען מען זיין אן ערליכער איד מיט ריינע הייליגע מחשבות.


 

#48 - ווען מען קען נישט טאנצן ביי די אייגענע חתונה
שמחה, אמונה, חתונה, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תשא, י"ז אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


הכלה ... תחי'


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אייער ווייטאג, אז איר האט זיך צעבראכן אייער פוס, איר וועט נישט קענען טאנצן ביי אייער אייגענע חתונה, און אויך דארפט איר אריבערגיין א סערדזשערי, עס טוט זייער וויי.


אבער טייערע כלה ... תחי', שטארקט זיך, זייט פרייליך, איי וועט איר פרעגן, ווי אזוי שטארקט מען זיך אין אזא מצב? דער ענטפער איז, מען שטארקט זיך מיט אמונה, אז מען ווייסט 'דער אייבערשטער מאכט נישט קיין שלעכטס, דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס'; מיט אמונה, מיט גלייבן אז עס איז נאר פאר אונזער טובה - מיט דעם קען מען זיך שטארקן.


געלויבט דעם אייבערשטן איר זענט געזונט, אייער חתן איז געזונט, און דער אייבערשטער וועט אויסהיילן אייער פוס, נאך אביסל האט איר צוריק געזונטע פיס, זאלט איר זיך זייער שטארקן און זיין זייער פרייליך.

#47 - פארוואס האט די כלה זיך צעבראכן די פוס פאר די חתונה?
שמחה, אמונה, שמחות, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תשא, י"ז אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך און גיי צו די שמחה מיט גרויס שמחה; אז דיין טאכטער די כלה האט זיך צעבראכן די פוס זאלסטו נאכאלץ זיין פרייליך, ווייל דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס, מען דארף גלייבן אין דעם.


די הייליגע חכמים דערציילן (נדה לא.): "שְׁנֵי בְּנֵי אָדָם שֶׁיָּצְאוּ לִסְחוֹרָה", צוויי מענטשן האבן איינגעקויפט סחורה דאס צו פארקויפן אין א צווייטע מדינה, "יָשַׁב לוֹ קוֹץ לְאַחַד מֵהֶן", גייענדיג צום שיף האט זיך איינער פון זיי צעבראכן די פיס און ער האט נישט געקענט גיין צום שיף, די שיף איז אוועק געפארן מיט'ן אנדערן שותף, מיטנעמענדיג אלע סחורה, און דער מענטש מיט'ן צעבראכענעם פוס איז אונטערגעבליבן, "הִתְחִיל מְחָרֵף וּמְגַדֵּף", האט דער מענטש אנגעהויבן רעדן קעגן די אמונה, ער האט געהאט טענות צום אייבערשטן, "לְיָמִים שָׁמַע שֶׁטָבְעָה סְפִינָתוֹ שֶׁל חֲבֵירוֹ בַּיָּם הִתְחִיל מוֹדָה וּמְשַׁבֵּחַ", נאך א שטיק צייט האט ער געהערט אז די שיף איז איינגעזינקען אין וואסער מיט אלע מענטשן מיט די גאנצע סחורה, האט ער אנגעפאנגען דאנקען דעם אייבערשטן (ישעיה יב, א): "אוֹדְךָ ה' כִּי אָנַפְתָּ בִּי", איך דאנק דיר אייבערשטער אז דו האסט געצערנט אויף מיר און מיר צעבראכן מיין פיס, "יָשֹׁב אַפְּךָ וּתְ'נַחֲמֵנִ'י", ווייל אזוי בין איך געראטעוועט געווארן פון ווערן דערטראנקען; אין דעם פסוק איז מרומז דעם הייליגן רבינ'ס נאמען, דער רבי לערנט אויס דעם מענטש אז ער זאל דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער טוט מיט אים, אפילו וואס עס זעט אויס ווי שלעכטס.


רוב מעשיות ענדיגן זיך נישט אזוי, רוב מעשיות ענדיגן זיך אן דעם וואס מען זאל הערן אז דער שיף איז איינגעזינקען, מען בלייבט מיט די צעבראכענע פיס, מען בלייבט מיט'ן פארשפעטיגן די שיף; טאקע דערפאר זענען זייער אסאך מענטשן צעבראכן, זיי פארלירן די אמונה, זיי האבן קשיות, אבער אז מען איז מקורב צום הייליגן רבי'ן, דעמאלט דאנקט מען דעם אייבערשטן אפילו מען ווייסט נישט דעם אויספיר, פארוואס דער אייבערשטער האט געמאכט מען זאל זיך צעברעכן די פיס, מען ווייסט נישט פארוואס מען האט פארשפעטיגט די שיף, פארוואס מען האט פארלוירן די געשעפטן; מען בלייבט געטריי.


הער א מעשה, עס איז געווען א איד וואס האט געדארפט כאפן א פליגער צו די חתונה פון זיין קינד, למעשה האט ער פארפאסט די פליגער און נישט געקענט זיין ביי די חתנה, ער האט זיך געבעטן מען זאל אים אריינלאזן אבער די מאנשאפט האבן געזאגט מען לאזט מער נישט אריין. דער איד איז געווען זיער צעבראכן, ער האט געוויינט, די ווייב האט געוויינט, אלע האבן געוויינט, ער האט זיך נישט געקענט בארואיגן, ביז ער טרעפט א איד, און יענער פרעגט אים: "וואס ביסטו אזוי בעצבות?" דער איד דערציילט אים ווי ער האט געדארפט כאפן א פליגער אנצוקומען צו זיין קינד'ס חתונה און ער האט דאס פארפאסט מיט אפאר סקונדערס, פרעגט אים דער איד: "אויב וואלסטו געהערט אז די פליגער האט געקראכט און אלע פאסאנזשירן זענען גע'הרג'עט געווארן, וואס וואלסטו געטון?" זאגט ער: "וואס הייסט וואס איך וואלט געטון? איך וואלט געטאנצן אין גאס און געמאכט א גרויסע סעודת הודאה, און איך וואלט דערציילט פאר יעדן איינעם די ניסים און חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט מיר, ווי ער האט מיך געראטעוועט"; זאגט אים דער איד: "קומט אויס אז דער אייבערשטער דארף גיין הרג'ענען א גאנצע פליגער מיט אומשולדיגע מענטשן אז דו זאלסט זיין פרייליך, און נאר דעמאלט וועסטו אים דאנקען, און אז דער אייבערשטער ראטעוועט יעדן איינעם איז דיר נישט גוט?!"


עס ליגט אין דעם זייער א טיפע געדאנק, מען דארף דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אפילו מען זעט נישט און מען פארשטייט נישט.


טייערער ליבער ... נרו יאיר, אז דו וועסט זיין פרייליך און דו וועסט פרייליך מאכן דיין טאכטער, דו וועסט טאנצן און שפרינגען - וועסטו זוכה זיין אז די בעטלערס וועלן קומען צו דיר אויף די חתונה, אויך דער בעטלער אן די פיס.





 


 





 

#46 - האלטן חשוב און טייער די ווייב
אמונה, שלום בית, קשיות, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תרומה, שובבי"ם, ג' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, דערהאלט זיך מיט אלע כוחות, נעם אריין אין דיר אמונה, אז דער אייבערשטער מאכט אלעס, טוט אלעס און איז אלעס, עס איז נישט דו און נישט יענער, עס איז נאר דער אייבערשטער אליינס, קיינער מאכט נישט, קיינער טוט נישט, אלעס איז ער אליינס; דומם, צומח, חי, מדבר - אלעס אלעס איז דער אייבערשטער.


אז דו וועסט האלטן חשוב און טייער די מתנה וואס דער אייבערשטער האט דיר געגעבן, דיין ווייב; זי וועט זיין די חשוב'סטע זאך ביי דיר, דו וועסט רעדן שיין צו איר, דו וועסט זוכן דאס גוטס ביי איר - וועט דיין שטוב זיין א פלאץ פאר די שכינה הקדושה, און אלע ברכות וועט זיין אין שטוב.


לערן יעדן טאג דעם בלאט גמרא אפילו בגירסא, אפילו אן פארשטיין; זיי נישט מוותר אויף דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#45 - דער אייבערשטער מאכט נישט קיין טעותים
תפילה והתבודדות, אמונה, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זיסער ... נרו יאיר


אויבן אין הימל קוקט מען אנדערש אויף אונז, אויבן קוקן מען נישט ווער האט געלט, ווער האט א פאלאץ, א טייערע קאר, אויבן אין הימל קוקט מען אויף איין זאך, מען קוקט אויב דער מענטש דערהאלט זיך, אויב מען בלייבט מיט אמונה.


דאס מעסט זיך דאס גרויסקייט פון א איד, אז ער האט נישט קיין קשיות אויף די אמונה, ער האט נישט קיין תרעומות אויף די אמונה, ער ווייסט אז דער אייבערשטער מאכט נישט קיין טעותים, נישטא קיין טעות, אלעס איז בצדק ובמשפט, אלעס איז חסדים.


שטארק זיך מיט אמונה, שטארק זיך מיט תפילה. וואוינסט אין די גלילות פון קרית יואל, זיי נישט קיין בטלן, כאפ זיך ארויף צום ציון המציונת, קודש הקדשים, פון הייליגן רבי'ן פון סאטמער, זיי זיך מתבודד, בעט פאר דיר און פאר דיינע דורות.


פון דיין ראש ישיבה וואס בענקט זיך צו דיר.

#44 - עס וואלט נישט געקענט זיין בעסער
אמונה, התחזקות, נסיונות, ספרי ברסלב, נקודות טובות, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אויב מען טראכט 'עס וואלט געקענט זיין בעסער' – איז דאס אפיקורסות, א איד טאר נישט אזוי טראכטן. דער אייבערשטער האט גענוג מלאכים, דער אייבערשטער האט אונז באשאפן מיט ירידות, מיט נפילות, מיט חלישות הדעת, מיט צרות – צו זען ווי מיר טוען צו אים רעדן, ווי מיר אנטלויפן נאר צו אים.


קיינמאל זאלסטו נישט זאגן: "עס וואלט געקענט זיין בעסער", אז מען פרעגט דיר: "וואס מאכסטו? וואס טוט זיך?" זאלסטו יעדן איינעם זאגן: "דער אייבערשטער מאכט מיר נאר גוטס"; עס קען נישט זיין בעסער, עס קען נישט זיין מער גוט פון וואס דער אייבערשטער מאכט.


מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים, לערן די שיינע בריוו פון אשר בנחל, די הייליגע עצות, די זיסע חיזוק. ווער עס לערנט דעם רבינ'ס ספרים – דער האט א קלארע אמונה, אים איז גוט און פיין; מען מוז האבן דעם רבי'ן, מען מוז זיך צובינדן צום רבי'ן, אנעם רבי'ן זענען מיר פארלוירענע.


קויף נישט קיין צייטונג, נעם נישט אריין אין שטוב קיין שום מאגעזין, לערן און ליין דעם רבינ'ס עצות און התחזקות.


פריי זיך מיט דיין בארד, מיט דיין פיאות, מיט דיין קאפל, מיט דיין ציצית און תפילין.


פון דיין ראש ישיבה וואס בענקט זיך צו די צייטן וואס דו האסט געאטעמט דעם רבי'ן.


 

#43 - וואו איז די הבטחה פון די הייליגע תורה?
כיבוד אב ואם, אמונה, התחזקות, קשיות, תפילה, יתום

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ז שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן די פראגע.


אז אייער בחור פרעגט אייך: "וואס איז פשט, עס שטייט דאך אין די תורה (שמות כ, יא): 'כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ, לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ', איז ווי קען זיין אז טאטי - וואס האט אזוי מכבד געווען זיין טאטע - איז געשטארבן אזוי יונג?" ער פרעגט: "ווי קען זיין עס שטייט אין די תורה איין זאך און מען זעט עס איז נישט אזוי?" איר ווילט וויסן וואס אים צו ענטפערן.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (חולין קמב.) עס איז געווען א תנא וואס איז געווארן אן אפיקורס, ווייל ער האט געזען ווי איינער בעט זיין זון: "קריך ארויף אויפן בוים, ברענג מיר פייגלעך צו עסן", דער קינד איז ארויפגעקראכן אויפן בוים און געטון סיי די מצוה פון כיבוד אב און סיי די מצוה פון שלוח הקן, ער האט אוועקגעשיקט די מאמע פייגל, און פלוצלונג איז ער אראפגעפאלן און געשטארבן; האט ער געפרעגט, ווי קען זיין איינער וואס טוט כיבוד אב, וואס די תורה זאגט לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ, דו וועסט לאנג לעבן, און אויך טוט ער די מצוה פון שלוח הקן וואס די תורה זאגט אויך ביי די מצוה דו וועסט לאנג לעבן, "הֵיכָן אֲרִיכוּת יָמָיו שֶׁל זֶה, וְהֵיכָן טוֹבָתוֹ שֶׁל זֶה", ווי איז די הבטחה פון די תורה? האט ער אפגעלאזט די אידישע וועג און געווארן אן אפיקורס.


די הייליגע חכמים זאגן אונז אז דאס גייט ארויף אויף די נשמה אין גן עדן; דער וואס טוט די מצוה פון כיבוד אב און אזוי אויך די מצוה פון שלוח הקן - דער וועט לעבן א לאנגע לעבן אין גן עדן, ער וועט באקומען זייער אסאך שכר אין עולם הבא; זאגט פאר אייער בחור וואס די הייליגע חכמים דרשנ'ען, און אז טאטי האט מכבד געווען מיט זיין גאנצע הארץ זיידי - האט ער יעצט גרויס שכר.


רעדט אסאך צו די קינדער פון אמונה, זיי זאלן וויסן אז דעם אייבערשטן קען מען נישט פארשטיין, עס איז דא אסאך קשיות אויפן אייבערשטן און דאס איז גאר זיין שיינקייט און גרויסקייט. דער תנא וואס האט געהאט די קשיא וואו איז די אריכת ימים אויף כיבוד אב ואם, האט אויך געהאט א קשיא אויף שכר ועונש; ער האט געזען איינע פון די הייליגע צדיקים פון די עשרה הרוגי מלכות, ווי א דבר אחר האלט אין מויל די צינג פון רבי חוצפית המתורגמן, האט ער געזאגט: ווי קען זיין 'פה שהפיק מרגליות' א מויל וואס האט געלערנט און געדאווענט, 'ילחוך עפר' זאל ליגן אין די מיסט?! דאס האט אים געמאכט ער זאל אפלאזן די תורה וועג.


פרעגלט אין די קינדער אמונה; יעדע מאל מען זיצט מיט קינדער ביי א סעודה, ביי א פארברענג - רעדט מען פון אמונה; אז דעם אייבערשטן קען מען נישט פארשטיין, מען חזר'ט די ווערטער פון רבי'ן וואס זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב) דאס וואס עס איז דא קשיות אויפן אייבערשטן - אזוי דארף צו זיין, "וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ", און דאס איז די שיינקייט פונעם אייבערשטן, ווייל אויב מיר וואלטן אלעס פארשטאנען וואלט דאך געווען זיין שכל אזוי ווי אונזער שכל - חס ושלום; קומט אויס אז דאס איז דער שיינקייט פונעם אייבערשטן, אז מיר פארשטייען אים נישט. אבער דער רבי האט אויסגעפירט: "וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן".


חזר'ט מיט די קינדער אמונה, זיי זאלן זיך דרייען צווישן אנשי שלומינו וואס רעדן נאר אמונה; ווי מער מען חזר'ט אמונה - איז דאס לעבן גוט און זיס, און אז מען האט נישט קיין אמונה, אפילו מען איז א למדן און מען קען גוט לערנען - קען מען פלוצלונג אלעס אפלאזן, מען זעט ביי אסאך שטיבער א קינד פאלט אוועק, מען וואונדערט זיך 'וואס קען דאס זיין? דאס קינד איז געווען א גוט קינד'; דער ענטפער איז, מען רעדט נישט גענוג פון אמונה, אז דער אייבערשטער מאכט אלעס, ער טוט אלעס - מיט א פינקטליכע חשבון און מיר ווייסן גארנישט.


זייט מחזק די קינדער די יתומים; זאגט זיי, מיט יעדע ווארט תורה און יעדע ווארט תפילה - מאכן זיי א נחת רוח פאר די נשמה פון זייער טאטע. מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי הונגעריג א נשמה איז, ווי זיי זענען זיך מחי' מיט יעדע גוטע זאך וואס די קינדער טוען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#42 - חסדי השם יתברך אז איך האב זוכה געווען צו חתונה מאכן נאך א קינד
אמונה, היכל הקודש, שמחות, קשיות, ספר תורה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וארא, שובבי"ם, ו' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך אז איך האב זוכה געווען צו חתונה מאכן נאך א קינד, מיין טייערער זון שמעון נרו יאיר מיט אברהם משה נרו יאיר. איך האב געלערנט אינאיינעם מיט אברהם משה אין ישיבה און איך האב אים מקרב געווען צום רבי'ן, און אלע יארן זענען מיר אינאיינעם פארנומען צו אויפשטעלן די ישיבה, חדר, בית פיגא און נאך אסאך גוטע זאכן.


נעכטן איז געווען שבע ברכות אין שטעטל ביים מחותן אין שטוב, איך בין ארויסגעפארן מיטהאלטן די שמחה, עס איז געווען זייער א שיינע שבע ברכות. מיר האבן געדענקט און געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן; ווי וואלטן מיר געווען, ווי וואלטן מיר אויסגעזען אן דעם רבי'ן? אן מוהרא"ש מיט די הייליגע לימודים?


אויך איז געווען נעכטן די כתיבת האותיות פארן ספר תורה וואס די קהילה האט געשריבן לזכר נשמת מורינו מוהרא"ש; איך האב געשריבן די ווארט 'אשר' וואס אין די ווארט איז מרומז מוהרא"ש.


די הכנסת ספר תורה וועט זיין מוצאי שבת פונעם יארצייט, קומענדיגע וואך שבת פרשת בשלח געפאלט די יארצייט פון אונזער רבי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; מיר וועלן זיך צוזאמקומען אינאיינעם, אלע משפחות אנשי שלומינו - אויף א שבת התוועדות, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מיר זענען פון די אויסדערוועלטע וואס האבן זוכה געווען אנצוקומען אין היכל הקודש, קודש קדשים; מיר האבן שוין געהאט געמאכט אזעלכע שבתים פון אלע תלמידי הישיבה, יעצט וועט דאס זיין אינעם יארצייט - וועט דאס האבן אן אנדערע באדייט, עס איז ווערד אלע געלטער מיט צו האלטן די שבת התוועדות.


איך בעט דיר זייער, האב נישט קיין קשיות אויף די אמונה; גלייב אינעם אייבערשטן אז אלעס איז לטובה. היינט אינדערפרי בין איך געווען מיט איינע פון מיינע קינדער ביים ציין דאקטער, מיין קינד האט זייער געוויינט און נישט פארשטאנען פארוואס איך און מיין ווייב טוען דאס צו אים; וויפיל מיר האבן פרובירט אים צו זאגן: "מיר ווילן נאר דיין טובה, זאלסט נישט האבן קיין לעכער" - האט ער דאס נישט געוואלט אננעמען.


בשעת מעשה טראכט איך 'אזוי קוקן מיר אויס ווען מיר האבן טענות אויפן באשעפער, דער אייבערשטער וויל נאר אונזער גוטס, ער מאכט נישט קיין שלעכטס, און מיר האבן טענות'; מיר דארפן שוין אפלאזן אלע טענות, און אנהויבן גלייבן אז אלעס איז נאר פאר אונזער טובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#41 - אפילו עס גייט אריבער שווערע טעג, בלייבט מען געטריי דעם אייבערשטן
כיבוד אב ואם, לימוד התורה, דאווענען, קשיות, מנין, תמימות

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ז טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, וויליאמסבורג


שטארק זיך מיט לערנען יעדן טאג מקרא, משנה, גמרא, הלכה ועוד, אויך זאלסטו זיין שטארק מיט דאווענען די דריי תפילות שחרית, מנחה און מעריב מיט מנין, בתמימות ופשיטות. די גרעסטע זאך איז דינען דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות, בלייבן געטריי דעם אייבערשטן אן קיין קושיות און אן קיין תרעומות; מיט אמונה פשוטה, אפילו עס גייט אריבער שווערע טעג – בלייבט מען געטריי דעם אייבערשטן.


 


זיי מכבד דיין ווייב, אויך דיין שווער און שוויגער זאלסטו מכבד זיין; ווען דו גייסט צו זיי זאלסטו זיך באדאנקען נאכאמאל און נאכאמאל, און חס ושלום קיינמאל נישט טענה'ען.


 

#40 - וויל נישט פארשטיין, וואס דו קענסט נישט פארשטיין
עבירות, קשיות, חכמות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, ז' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


לאז אפ אלע חכמות, הער אויף מיט די אויבער'חכמ'קייט; טו וואס דער אייבערשטער הייסט - וועסטו געראטעוועט ווערן פון אלע צרות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (דברים רבה ו, ו): "יֵשׁ מַזִּיק", עס איז דא א מלאך וואס שעדיגט דעם מענטש, "שֶׁקּוֹשֵׁט כְּחֵץ", עס שיסט ווי א פייל, "וְטָס כָּעוֹף", און פליט ווי א פייגל, און ער מאכט צרות פארן מענטש. "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", דער אייבערשטער זאגט, "אִם קִיַּמְתָּ מִצְוַת שִׁלּוּחַ הַקֵּן", אויב דו טוסט די מצוה פון שלוח הקן, "אֲנִי מַצִּילְךָ מֵאוֹתָן", וועל איך דיך ראטעווען פון זיי, "שֶׁנֶּאֱמַר", אזוי ווי עס שטייט (תהלים צא, ה) "לֹא תִירָא מִפַּחַד לָיְלָה", וועסט נישט מורא האבן פון די שרעק פון די נאכט, "מֵחֵץ יָעוּף יוֹמָם"; מוהרא"ש געבט אונז צו פארשטיין אז דאס גייט ארויף אויף וואס רבי נתן זאגט (עיין לקוטי הלכות בשר בחלב הלכה ד, אות ב), "שַׁלֵּחַ תְּשַׁלַּח אֶת הָאֵם", שיק אוועק דיינע חכמות, 'אֵם' - דאס איז חכמות, "וְאֶת הַבָּנִים תִּקַּח לָךְ" (דברים כב, ז) - דאס מיינט מען די מעשים טובים; די עצה פטור צו ווערן פון די מזיקים וואס ווערן באשאפן פון פגם הברית, איז דורך אוועק ווארפן די חכמות המדומות און טון מצוות ומעשים טובים.


ווען מען איז פוגם בברית ווערט די מח אינגאנצן פארדרייט, מען הויבט אן האבן קשיות אויפן אייבערשטן חס ושלום, קשיות אויף צדיקים, מען איז אין א גרויסע סכנה; די איינציגסטע עצה ווי אזוי מען קען זיך ראטעווען - איז דורך זיך פירן בתמימות ופשיטות, ווייטער דינען דעם אייבערשטן אן קיין חכמות.


איך בעט דיך זייער, לאז אפ אלע חכמות, וויל נישט פארשטיין וואס דו קענסט נישט פארשטיין, און זוך נישט צו פארשטיין וואס איז דיר נישט מעגליך צו פארשטיין; מיר דארפן טון וואס די הייליגע צדיקים זאגן אונז, לערנען און דאווענען און זיין זייער פרייליך; דאס זאגן די הייליגע חכמים, אין זכות פון שלוח הקן, אז מען ווארפט אוועק די חכמות, מען טוט מצוות און מעשים טובים - ווערט מען געראטעוועט פון די מזיקים וואס ווערן באשאפן פון פגם הברית, דער אייבערשטער זאל אונז היטן פון דעם.


 דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#39 - פרעגן קשיות אויפן אייבערשטן איז זייער ביטער
אמונה, התחזקות, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פרעג נישט קיין קשיות אויף די אמונה. שלמה המלך זאגט (משלי יז, כח): "גַּם אֱוִיל מַחֲרִישׁ" אפילו א נאר וואס שווייגט, "חָכָם יֵחָשֵׁב" דער איז א פארשטאנדיגער מענטש; ווייל פרעגן קשיות אויפן אייבערשטן איז זייער ביטער, דער מענטש טוט נארישקייטן, מען טוט עבירות און דאס ברענגט שוועריקייטן - און ביים סוף האט ער נאך טענות אויפן אייבערשטן. אזוי ווי עס שטייט (שם יט, ג): "אִוֶּלֶת אָדָם" די נארישקייט פונעם מענטש, דאס מיינט מען די עבירות זיינע – "תְּסַלֵּף דַּרְכּוֹ" פארקרומט זיין וועג, דאס מיינט עס ברענגט שטראף, עס ברענגט צרות, "וְעַל ה' יִזְעַף לִבּוֹ" און דער מענטש ווערט ברוגז אויפן אייבערשטן, ווען ער אליינס האט שאדן געמאכט; אויב אבער מען האט נישט קיין טענות אויפן אייבערשטן - איז מען שוין ווי א חכם.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט: "יעדע קשיא איז א קליפה", יעדע פארוואס איז סכנות נפשות, מען קען אוועק פאלן אינגאנצן פון די הייליגע אמונה; מען דארף וויסן אז אלעס וואס דער אייבערשטער מאכט - איז פאר אונזער טובה, "צַדִּיק ה' בְּכָל דְּרָכָיו וְחָסִיד בְּכָל מַעֲשָׂיו" (תהילים קמה, יז), דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס, און אז מען פארשטייט נישט ווי ער מאכט און ער פירט - דארף מען וויסן אז מען קען נישט פארשטיין און מען וועט דאס נישט פארשטיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#38 - אז דו וועסט רעדן שיין צו דיין ווייב, וועסטו האבן געלט
שלום בית, פרנסה, כעס, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישב, כ"ג כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו וועסט טוישן די וועג ווי אזוי דו רעדסט אין שטוב צו דיין ווייב, דו וועסט אויפהערן שרייען אויף איר, דו וועסט אויפהערן מיט די אנגעצויגנקייט - וועט אנהויבן קומען שפע. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סט) אז געלט, עשירות - קומט נאר אויב מען איז מכבד די ווייב; אז מען שרייט, מען איז נערוועז - שטעלט זיך אפ די שפע.


איך האף דו וועסט אננעמען די קליינע בריוועלע וואס איך שרייב דיר פון הארץ. איך בין זייער פארנומען, איך האב נישט קיין צייט, דאך שרייב איך דיר ווייל דו גייסט ארום מיט קשיות און טענות אויפן אייבערשטן 'וואו איז די שפע? וואו איז די פרנסה?' ווען אלעס האט א סיבה, דו אליין דארפסט זיך טוישן, דו דארפסט אנהויבן רעדן שיין אין שטוב.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#37 - קוקט אויפ'ן חלק גלעזל וואס איז יא פול
שמחה, אמונה, שבת קודש, נקודות טובות, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע משפחת ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער הודעה.


איך בעט אייך זייער, איר זאלט זיך שטארקן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך, בפרט יעצט נאכן ווערן נאכאמאל אנטוישט וכו', נאכן אנהויבן ווארטן וכו', נאך אפאר מאל וואס דאס פאסירט.


איך בעט אייך, האט נישט קיין טענות און תרעומות אויפן רבונו של עולם, קוקט אויפן חלק גלעזל וואס איז יא פול, קוקט אויף ענקערע טייערע קינדער. לאזט נישט אריין דעם טייוול אין שטוב, דאס זענען די שלעכטע מחשבות, עצבות ומרה שחורה רחמנא לצלן.


א גאנץ שבת זאלן ענק טאנצן: "דער אייבערשטער איז גוט, דער אייבערשטער מאכט נאר גוט".


אנא, איך בעט ענק, בלייבט מיט שמחה און אמונה.

#36 - די עצה אויף אייגענע מניעות
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אומאן, קשיות, מניעות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת האזינו א', כ"ה אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דעם פארגאנגענעם שבת אין מתיבתא היכל הקודש אין וויליאמסבורג איז געווען זייער שיין, מיר האבן אסאך גערעדט וועגן צעברעכן די מניעות און קומען צום רבי'ן. אויפן וועג אהיים פון שול זאגט מיר א אינגערמאן: "דער ראש ישיבה רעדט אזויפיל פון מניעות, פון צעברעכן די מניעות, דער ראש ישיבה זאל אויך רעדן פון אייגענע מניעות; ביי די אינגעלייט וואס פארן שוין כמה וכמה שנים, קיינער שטערט זיי נישט, די משפחה לאזט זיי פארן, אבער אין זיי דרייט זיך די מח מחשבה מיט אלע סארט בלבולים, בעיקר פון 'אלט און קאלט', מיר דארפן חיזוק צו פארן צום רבי'ן אזוי ווי מיר זענען געפארן די ערשטע יארן".


איז ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט פון די עצה אויף אייגענע מניעות. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מו): "וְהַמְּנִיעָה הַגְּדוֹלָה שֶׁבְּכָל הַמְּנִיעוֹת הִיא מְנִיעַת הַמֹּחַ", די גרעסטע מניעה איז דער מענטש אליין, "דְּהַיְנוּ מַה שֶּׁמֹּחוֹ וְלִבּוֹ חֲלוּקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אוֹ מֵהַצַּדִּיק", ווען דער מענטש הויבט אן האבן קשיות אויפן אייבערשטן אדער אויפן צדיק, "זֹאת הַמְּנִיעָה מוֹנֵעַ אוֹתוֹ יוֹתֵר מִכָּל הַמְּנִיעוֹת", דאס איז דער גרעסטער צוריק-האלט פארן מענטש צו ווערן אן ערליכער איד; כל זמן דער מענטש ברענט צום אייבערשטן, מען האט א געפיל צום רבי'ן, מען וויל פאררעכטן אלע שלעכטע מעשים און מען זוכט א תיקון אז מען זאל נישט פארווארפן ווערן פון די וועלט און יענע וועלט – דאן וועט אים גארנישט קענען צוריק האלטן פון קומען צום רבי'ן, אבער אז דער מענטש אליינס לעשט זיך אויס, ער פארלירט זיין אמונה, ער הויבט אן טראכטן: 'וואס דארף איך דעם רבי'ן וכו'? וואס דארף איך פארן קיין אומאן?' דאס איז דער גרעסטער מניעה. אויף דעם איז די עצה: "וַאֲזַי צָרִיךְ לִצְעֹק לְאָבִיו שֶׁבַּשָּׁמַיִם בְּקוֹל חָזָק מֵעִמְקֵי הַלֵּב", צו שרייען צום אייבערשטן פון טיפעניש פון הארץ, ווייל "קֻ'שְׁ'יָ'א" איז די ראשי תיבות: שְׁ'מַע י' ק'וֹלִי אֶ'קְרָא, "שֶׁצָּרִיךְ רַק לִקְרוֹת לַה', כְּשֶׁמִּתְגַּבֵּר עָלָיו הַקֻּשְׁיָא וְהַכְּפִירָה", מען דארף וויינען און שרייען צום אייבערשטן ווען מען זעט אז עס זענען זיך מתגבר די קשיות און כפירות.


גיי התבודדות, שריי זיך אויס צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל ווערן א נייער מקורב, איך וויל פארן קיין אומאן מיט א ברען און גלוסטעניש, הייליגער באשעפער איך בין אזוי קאלט, איך פלעג אמאל אזוי בענקען צו דיר, איך פלעג אזוי וועלן זיין ערליך, יעצט בין איך אזוי פארשלאפן, אזוי פארגרעבט, אזוי פארקלאפט; העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו תשובה טון מיט אן אמת, איך זאל זוכה זיין זיך צו באנייען און דיך דינען מיט מיין גאנצע כח".


דאס איז די עצה צו איבערקומען אלע מניעות פון זיך אליינס און ווערן פריש מקורב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#35 - וואס איז תשובה?
אמונה, תשובה, בזיונות, כעס, קשיות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נצבים וילך, כ"א אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


וואס איז תשובה? תשובה איז זיך צוריקקערן צום אייבערשטן, נישט זיין בייז אויפן אייבערשטן, מקבל זיין אלעס וואס דער אייבערשטער טוט און דאס אננעמען מיט ליבשאפט; דאס איז די גרויסקייט פון א צדיק, ער האט קיינמאל נישט קיין טענות און קיין תרעומות אויפן אייבערשטן.


סוד כוונת אלול איז: "יִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדּם וְיִשְׁתֹּק" (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), ווען מען שווייגט אפ, מען נעמט אן אלעס באהבה; צי איז עס א שאדן אדער א בזיון, מען שווייגט אפ - איז מען זוכה צו כתר, צו די העכסטע מדריגה.


ווער נישט בכעס, קריג זיך נישט מיט קיינעם, גיי שריי צום אייבערשטן; זוך א ווינקל און וויין זיך אויס, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, ראטעווע מיך פונעם יצר הרע וואס וויל מיך אויסרייסן פון די וועלט און יענע וועלט, העלף מיר איך זאל זיך נישט אויפרעגן און זיך נישט קריגן מיט קיינעם; וואס ווער איך אזוי שנעל אויפגערעגט? וואס פארליר איך זיך אויף מיין ווייב און קינדער? וואס קריג איך זיך מיט דעם און מיט יענעם? וואס איז מיט מיר?"


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#34 - קום צום רבי'ן מיט די זעלבע אמונה ווי די פריערדיגע יארן
בחור, שידוכים, אמונה, אומאן, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תבא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


דראפע זיך, איך בעט דיר זייער – דערהאלט זיך; איך ווייס עס איז דיר ביטער שווער, דו ווארטסט שוין אזוי לאנג אויף דיין שידוך, עס איז דיר פינסטער, עס זעט אויס ווי דו וועסט שוין נישט טרעפן דיין שידוך, דאך בעט איך דיר ליבער ברודער, זיי זיך נישט מייאש, בלייב מיט אמונה, בלייב מיט אמונת חכמים, ובזכות האמונה וועסטו זען בקרוב דיין ישועה.


מיר פארן קיין אומאן, איך בעט דיר, קום צום רבי'ן מיט די זעלבע אמונה ווי די פריערדיגע יארן, לאז זיך נישט פונעם סמ"ך מ"ם וואס מאכט דיך טראכטן: 'וואס אומאן? ווען אומאן?' שוין צען יאר וואס דו פארסט יעדע ראש השנה און יעדע יאר מיינסטו אז יעצט גייסטו שוין א חתן ווערן, און נאכאלץ ביסטו עלנד, אזוי אליין, 'מן הסתם די יאר וועט זיין די זעלבע'... צא טמא! פארטרייב די טריפה'נע מחשבות, גלייב באמונה שלימה אז דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס פאר דיר און דו וועסט יעצט שוין טרעפן דיין שידוך.


זיי זיך מקבל מיט אן ערנסטע קבלה אז דו וועסט נישט אפזאגן קיין שום שידוך, און אז עס איז נישט באשערט – זאל מען עס אפזאגן פון די אנדערע צד.


איך האב דיך זייער ליב.

#33 - איך פרעג נישט קיין קשיות, דערפאר האב איך אריכות ימים
אמונה, אומאן, נסיונות, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תבא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אט אט פארט מען שוין צום רבי'ן קיין אומאן, דארט וועלן מיר קענען אראפלייגן די שווערע פעקלעך.


בזה העולם פרובירט מען אויס יעדן איינעם, יעדער איינער גייט אריבער שווערע ביטערע נסיונות, און אז מען דערהאלט זיך, מען האט נישט קיין קשיות און קיין תרעומות אויפן אייבערשטן - דאס איז די שיינקייט.


טייערער ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך, האב נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן; וואס ווייסטו וואס דו דארפסט מתקן זיין פון דעם גלגול און פון פריערדיגע...


דער הייליגער צדיק רבי מרדכי'לע מנעשכיז זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן: "איך פרעג נישט קיין קשיות, דערפאר האב איך אריכות ימים; ווייל דער וואס האט קשיות און וויל פארשטיין דרכי המקום ברוך הוא - רופט מען ארויף אויבן, דארט איז אלעס קלאר".


דראפע זיך און דערהאלט זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#32 - בזכות דעם הייליגן סאטמאר רבי'ן זענען מיר היינט פרומע ערליכע אידן
שלום בית, צדיקים, תשובה, כעס, קשיות, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שופטים, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז א גרויסער טאג, די יארצייט פון הייליגן רבי'ן פון סאטמער זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש זאגט, בזכות דעם הייליגן רבי'ן פון סאטמער זענען מיר אלע היינט פרומע ערליכע אידן. דער צדיק האט זיך מוסר נפש געווען נאכן קריג און אריינגעבלאזן א פרישע גייסט אין די צעבראכענע איבערלעבער. דער רבי זכותו יגן עלינו האט אויסגעפירט די נבואה פון יחזקאל הנביא, פון די עצמות יבשות, ממש די נבואה פון יחזקאל (יחזקאל לז, ד-ה): "שִׁמְעוּ דְּבַר ה', כֹּה אָמַר ה' אֱלֹקִים לָעֲצָמוֹת הָאֵלֶּה, הִנֵּה אֲנִי מֵבִיא בָכֶם רוּחַ וִחְיִיתֶם"; ער האט אריינגעבלאזן א פרישע גייסט, אריינגעבלאזן אמונה אין די איבערלעבער, זיי זאלן נאכאמאל חתונה האבן און נאכאמאל ברענגען קינדער און אויפשטעלן א דור פארן אייבערשטן.


מיר האבן נישט קיין השגה אין די גרויסקייט פון די צדיקים; ווי זיי זענען געווען שטארק מיט די אמונה, נישט מהרהר געווען אויפן אייבערשטן, נישט געהאט קיין טענות, נישט געהאט קיין קשיות אויף אים, זיי זענען געבליבן געטריי ווי לייבן פאר די תורה.


זיי נישט בכעס אין שטוב, זיי נישט בייז אויף דיין ווייב; אז דו וועסט זיין בכעס, דו וועסט מקפיד זיין - וועסטו פארלירן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין מ:): "רגזן לא עלתה בידו אלא רגזנותא", אז מען רעגט זיך האט מען נאר דאס גערעגאכטס.


דער בית יוסף ברענגט א מעשה (אורח חיים, סימן רצט) עס איז געווען א איד וואס איז געווען קרעציג, זיין גאנצע גוף איז אים געווען אויסגעשלאגן מיט קרעץ, איינמאל מוצאי שבת איז זיין ווייב געגאנגען שעפן פרישע וואסער פאר אים, ער זאל זיך קענען באדן. זי האט זיך פארשמועסט מיט חברט'עס, זי איז נישט גלייך אהיים געקומען. דער מאן איז אריין אין א כעס און ווען זי איז אהיים געקומען האט ער גענומען די גאנצע פאס וואסער און דאס צעבראכן, די וואסער האט זיך אויסגעגאסן און ער איז געווארן אביסל אנגעשפריצט; וואו עס האט געשפריצט אויף אים - איז די קרעץ אראפ, און ער האט דערלייגט די רפואה, ווייל אין די וואסער פון מוצאי שבת איז געווען אין דעם פון די באר פון מרים, וואלט ער זיך געבאדן מיט דעם - וואלט ער געהאט א גאנצע רפואה און פון כעס האט ער אלעס דערלייגט; דאס איז וואס די חכמים זאגן: "רגזן לא עלתה בידו אלא רגזנותו".


בעט איבער דיין ווייב און הער אויף זיך רעגן אויף יעדע זאך; דיין ווייב איז דיר נישט שולדיג אויף גארנישט. אז זאכן גייען דיר שלא כסדר - האט דאס נישט מיט איר, דאס האט מיט דיר אליין; דו דארפסט תשובה טון, אנהויבן לערנען און דאווענען - וועלן דיר זאכן גיין כסדר.


מארגן ענדיגן מיר מסכת גיטין און מיר הויבן אן מסכת קידושין; א שאד א טאג וואס גייט אריבער אן לערנען די הייליגע גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#31 - דאס גרויסקייט פון א איד מעסט מען לויט ווי אזוי ער דערהאלט זיך
אמונה, התחזקות, קשיות, דף גמרא

 בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וויפיל איך וועל דיר שרייבן - זע איך אז מען דארף נאך און נאך שרייבן, ווייל לפי וואס עס גייט אריבער אויף אונז, די נסיונות זענען אן א שיעור און מען פאלט כסדר אין חלישות הדעת - דארף מען האבן כסדר נאך און נאך חיזוק.


מוהרא"ש האט דאס גע'חזר'ט מיט אונז הונדערטער און טויזנטער מאל, אז דאס גרויסקייט פון א איד מעסט מען לויט ווי אזוי ער דערהאלט זיך און האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן.


לערן א בלאט גמרא. מיר האבן יעצט אין די גמרא (גיטין נא) די סברה אז א מענטש קען נישט זיין קיין כופר הכל, אבער מודה במקצת - דאס געפינט מען יא ביי מענטשן; ער גלייבט אודאי אינעם אייבערשטן, אבער ער נעמט פאר זיך אויך עפעס קרעדיט, זאגט די תורה אן עצה, ער זאל שווערן, דאס טוט מען מיט א ספר תורה און תפילין; גיי צו די תורה, לערן תורה און טו אן תפילין - וועסטו שוין זיין א מודה הכל, אז דער אייבערשטער טוט אלעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#30 - א געפרעגלטער איד איז באליבט ביים אייבערשטן
אמונה, נסיונות, קשיות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, מ"ח לעומר, ערב חג השבועות, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית יואל


איך האב דיר שוין אזוי א לאנגע צייט נישט געזען און נישט געהערט פון דיר, איך וויל דיר לאזן וויסן אז איך טראכט פון דיר, איך האב נישט פארגעסן פון דיר, איך האף אז דו שטארקסט זיך בעבודת השם יתברך, און דו ווערסט נישט צעפאלן.


דער הייליגער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן תקנה): "וְכִי אֵין אַתָּה יוֹדֵעַ מַה שֶּׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ חָפֵץ, הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אוֹהֵב אָדָם מְרֻקָּח, 'גָאט הָאט לִיעֶבּ אַ גִיפְּרֶעגִילְטְן מֶענְטְשְׁן'", דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איז מסביר, וואס מיינט א געפרעגלטן איד? ווען עס גייט איבער שווערע ביטערע נסיונות, דער מענטש ווערט געפרעגלט פון אזויפיל שוועריקייטן - און ער דערהאלט זיך, ער האט נישט קיין טענות און קשיות אויפן אייבערשטן - דער איז באליבט ביים אייבערשטן.


שרייב מיר צוריק - וועסטו מיך מחי' זיין.


 

#29 - פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין
תפילה והתבודדות, שמחה, חינוך הילדים, צדיקים, חסידות ברסלב, אומאן, ראש השנה, פרנסה, נעגל וואסער, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, קשיות, יום טוב, ארץ ישראל, תמימות, געלט, שבועות, תיקון ליל שבועות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת במדבר-מברכין החודש, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בין יעצט געווען אין ארץ ישראל און שוין בענק איך זיך צוריק צו גיין צו ענק. איך וואלט געבליבן מיט ענק פאר נאך לענגער, איך האב אייך זייער ליב. איך בין אהיים געפארן פאר איין סיבה, איך האב א שטוב מיט קליינע קינדער, זיי דארפן מיך אין שטוב, איך ליין מיט זיי קריאת שמע יעדע נאכט, איך לייג זיי שלאפן, און אינדערפרי גיס איך זיי אפ נעגל וואסער (איך האב א קליינע דירה, מען שלאפט איינער נעבן צווייטן, עס איז נישטא קיין פלאץ פאר יעדע קינד צו לייגן נעגל וואסער. איך וועק זיי און גיס זיי אפ נעגל וואסער); נאר צוליב דעם בין איך אהיים געקומען, אז נישט - וואלט איך געבליבן מיט אייך. אנשי שלומינו פון ארץ ישראל זענען אן ענין אחר לגמרי; דאס תמימות, דאס בענקען צום אייבערשטן, דאס איז עפעס א ווילד חידוש, איך בין אייך זייער מקנא.


שטארקט אייך, און מאכט א חשבון יעדן טאג וואס מיר האבן אלץ באקומען פון הייליגן רבי'ן. עס איז דא אסאך בלבולים, אסאך ליצנות, אסאך קשיות אויפן צדיק. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב): "מַה שֶּׁקָּשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַצַּדִּיקִים", דאס וואס עס איז דא קשיות אויף צדיקים, "זֶהוּ מֻכְרָח לִהְיוֹת", אזוי מוז זיין, "כִּי הַצַּדִּיקִים מִתְדַּמִּים לְיוֹצְרָם כַּמּוּבָא", ווייל די צדיקים זענען צוגעגליכנט צום אייבערשטן, "וּכְמוֹ שֶׁקָּשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", און אזוי ווי מענטשן האבן קשיות אויפן באשעפער, 'פארוואס גייט מיר נישט? פארוואס מוטשע איך זיך?' "כְּמוֹ כֵן בְּהֶכְרֵחַ שֶׁיִּהְיֶה קָשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַצַּדִּיק, כִּי הוּא מִתְדַּמֶּה אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", אזוי אויך איז דא קשיות אויפן אייבערשטן; וואויל איז דעם וואס קומט אלעס איבער.


נישט מען זאל מיינען אז עס איז דא אן ענין פון האבן קשיות, באלד וועט נאך איינער זאגן 'קוק עס שטייט אין לקוטי מוהר"ן, זה מוכרח להיות, עס מוז זיין'; ניין, חס ושלום; וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות און האט נישט קיין טענות, ער ווייסט און גלייבט אז מיר קענען נישט פארשטיין דעם אייבערשטן און מיר ווייסן אז אלעס וואס ער טוט - איז גוט.


ווער עס איז זיך מתבודד און שמועסט אויס מיטן אייבערשטן ווי אזוי ער האט אויסגעזען, און ווי אזוי ער זעט נאך אלץ אויס, און וואס דער רבי האט געטון מיט אים, און וואס דער רבי טוט מיט אים יעדן טאג - דער האט כח איבער צו קומען אלע קשיות און בלבולים, אים קומט אויס קלאר טאג נאך טאג: 'פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין, אפילו ער וועט מיך שמייסן מיטן דראנג'.


אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פארן רב, רבי אהרן, ווען ער איז געקומען צום רבי'ן דעם לעצטן ראש השנה פון רבי'ן - שנת תקע"א - פרעגן וואס ער זאל טון וועגן זיין אין אומאן אויף ראש השנה, ער האט געזאגט פארן רבי'ן אז די ראשי קהילה זאגן אים אז ער קען נישט אוועקפארן, ער טאר זיי נישט איבערלאזן וכו', און אויב ער וועט אוועק פארן אויף ראש השנה - וועט ער פארלירן זיין פרנסה וכו'. האט אים דער רבי געזאגט ער זאל נישט קומען, און אזוי האט ער געטון, ער איז נישט געקומען. ווען רבי נתן האט געהערט דערפון, אז ער איז נישט געקומען ווייל דער רבי האט אים געזאגט: "קום נישט", האט ער אים געזאגט: "אפילו דער רבי זאל נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך אוועק טרייבן - וואלט איך אויך נישט אוועק געגאנגען".


אזוי אויך גייט די מעשה, דער רבי האט געהאט א תלמיד ר' ליפא, א גרויסער סוחר. אמאל איז ער געפארן צום יריד מאכן געשעפטן, ער האט געטראכט אז ער וועט קודם גיין צום רבי'ן נעמען א ברכה. ביי שלש סעודות האט ער געווארט אז דער רבי זאל שוין ענדיגן די תורה, ער זאל קענען פארן צום יריד פארדינען געלט. דער הייליגער רבי האט דאך אלעס געזען, האט ער מרמז געווען ביי די תורה וואס שטייט אין זוהר (תיקוני זוהר תיקון ג' מהתיקונים האחרונים): "חֲיֵיכִת בְּהוֹן בְּעוּתְרָא בְּהַאי עָלְמָא, וּלְּבָתַר, קְטִילַת בְּהוֹן", געלט לאכט צום מענטש אין די יונגע יארן, און שפעטער הרג'עט עס דעם מענטש; דער רבי האט געוואלט מיט דעם מרמז זיין פאר ר' ליפא אז נישט אלעס איז געלט וכו'. ר' ליפא האט זיך באליידיגט פון דעם, ער איז אוועק געגאנגען פון רבי'ן און מער נישט געקומען.


יארן שפעטער האט אים רבי נתן געטראפן, ער האט אים געפרעגט: "ליפא, וואו ביסטו אנטלאפן, פארוואס ביסטו אוועק פון הייליגן רבי'ן? עמנו הייתם?!" האט אים ר' ליפא געזאגט: "דער רבי האט מיך פארשעמט", מיינענדיג די תורה וואס דער רבי האט דעמאלט געזאגט און אים מרמז געווען אין די תורה, זאגט אים רבי נתן: "ליפא! פון אזא רבי גייט מען אוועק?! זאל דער רבי נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך שלאגן - וועל איך אויך נישט אוועק גיין", ווייל ווען מען מאכט זיך א חשבון, מען איז זיך מתבודד - קומט אויס אז 'פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין, אפילו ער וועט מיך שמייסן מיטן דראנג'.


די וואך קומט דער הייליגער יום טוב שבועות. געבט אכטונג נישט ארייננעמען דעם יום טוב מיט נערווען, און נארישקייטן; דער עיקר איז ארייננעמען יום טוב מיט שמחה. גארנישט דארף זיין, נאר איין זאך, מען דארף זיין פרייליך און איבערגעגעבן צום אייבערשטן. אז איר וועט קענען אויפזיין שבועות ביינאכט - איז זייער גוט, מען קען זוכה זיין צו גרויסע זאכן. מוהרא"ש זאגט, דער עיקר תיקון איז זאגן דעם ערשטן פסוק פון יעדע פרשה און דעם לעצטן פסוק, סיי פון תורה און פון נביאים וכתובים, און אויך די תרי"ג מצוות.


ביי אונז נאכן זאגן דעם תיקון - טאנצן מיר; מיר פרייען זיך אז מיר זענען אידן און מיר ווייסן פון די הייליגע צדיקים. מיר טאנצן ביז פארן עלות השחר, מען גייט און מקוה און מען איז זייער פרייליך.


א פרייליכן שבת און א פרייליכן יום טוב.