בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#29 - מחזק זיין די לערערינס
בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, כ"ב אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהל בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי


איך וויל אייך נאכאמאל מחזק זיין איר זאלט מחזק זיין די טיטשערס, זיי דארפן אייערע גוטע ווערטער. איר האט נישט קיין אנונג וואס טוט זיך אפ אינעם מח פונעם מענטש, וויפיל דמיונות און בלבולים; מען דארף מיך יא, מען דארף  מיך נישט; די קאנפידענס איז אזוי שוואך אז פון יעדע זאך קלאפט מען זיך אראפ.


איך בעט אייך איר זאלט זיך מאכן א בוך מיט אלע איינגעשטעלטע און אויסרעכענען איין מאל א וואך צו רעדן מיט יעדן איינעם, סיי אויב איז דא זאכן וואס מען דארף בעסער מאכן - זאלט איר זיי זאגן שיינערהייט וואס בעסער צו מאכן, און אודאי און אודאי גוטע ווערטער; ווייל די וויכטיגסטע זאך איז די טיטשערס זאלן זיין זיכער ביי זיך אז זיי זענען גוט און זיי טוען גוט די ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#28 - די פרישטאג אין חדר זאל זיין קורצער
חדר, הדרכות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקרא, ט' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זע די פרישטאג אין חדר זאל זיין קורצער, די ערשטע שעות פון טאג דארף מען אויסנוצן פאר דאווענען און לערנען, נישט אויף לאנגע סעודות. מיר פלעגן אמאל בכלל נישט מאכן קיין פרישטאג פאר די קינדער, מען פלעגט גלייך אנהויבן דאווענען און לערנען, מיר האבן געמאכט די פרישטאגס נאר ווייל מיר האבן באמערקט אויף קינדער אז זיי קומען הונגעריג וכו', אבער נישט עס זאל אוועקגיין צייט, די שענסטע מינוטן פון טאג.


זיין א מלמד איז א חכמה ואינה מלאכה; צו זיין א מלמד דארף מען האבן צוויי כוחות, פון איין זייט זיין שטרענג אויף סדר, דרך ארץ, משמעת (דיסציפלין), און פון די אנדערע זייט – א ווייכע הארץ מיט א שמייכל צו יעדן, און שכל ווי אומצוגיין מיט יעדן קינד; מיט אסאך אסאך תפילה.


נעם צאם אלע בריוו פון אלע יארן וואס רעדן זיך פון מלמדות און מאך זיך א שיעור אין דעם, וועסטו אלץ געדענקען די מטרה פון אונזער חדר.

#27 - א מלמד דארף מער אכטונג געבן וואס ער הערט און ליינט
נייעס, צייטונגען, ליצנות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


געב זיך אכטונג וואס דו ליינסט און וואס דו הערסט, א מלמד דארף מער אכטונג געבן נישט צו הערן ליצנות, ווייל וואס מען הערט – דאס קומט נאכדעם ארויס ווען מען לערנט מיט תלמידים. א מענטש רעדט פון וואס ער טראכט, און מען טראכט פון וואס מען ליינט און הערט; דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו אויסהערן די נייעס האטליינס וואס איז ליצנות.


באמת איז נישטא קיין צייט צו ליינען צייטונגען און הערן די שטותים האטליינס; אדער לערנט מען אדער דאווענט מען, אדער רעדט מען מיט די ווייב, מען העלפט איר אין שטוב, אדער גיין מען הפצה וכו'.


בעט דעם אייבערשטן עס זאל דיר נישט ציען די סארט זאכן, עס זאל דיר ציען צו ענדיגן כל התורה כולה, עס זאל דיר ציען מקרב זיין אלע אידן צום אייבערשטן.

#26 - זאגן דעם מנהל און מנהלת וואס ליגט אויפ'ן הארץ
תפילה והתבודדות, מוסדות, רעדן, הדרכות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, כ"ה אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


זונטאג איז געווען ביי מיר משפחת ..., זיי זענען נישט צופרידן פון דעם מלמד ..., זיי זאגן זיי קוקן אן ווי מען דארף דורכשטופן די יאר, זיי וואלטן ווען צוריק געלייגט זייער קינד א כיתה אראפ, צו זיין פאריעריגער מלמד.


איך האב זיי פארגעהאלטן פארוואס זיי רעדן נישט צום מנהל; עפעס א פחד, א באהאלטענע פחד ליגט אין זיי, אז אויב זיי וועלן רעדן און זאגן וואס שטערט זיי, וועט דאס הייסן זיך אפרעדן. איך האב זיי געזאגט מען מוז רעדן, מען מוז זאגן דעם מנהל און מנהלת יעדע זאך וואס ליגט אויפן הארץ וואס איז נוגע די קינדער, נאר אזוי קען מען בעסער מאכן.


זיי זאגן זיי האבן שוין אפאר מאל גערעדט מיט דיר אבער נאכן רעדן ווייסן זיי נישט אויב זיי רעדן שטותים אדער זיי זענען גערעכט, דעריבער רעדן זיי נישט.


עפעס דארף מען מאכן אז די עלטערן זאלן יא וועלן רעדן און אויסשמועסן יעדע זאך וואס ליגט זיי אויפן הארץ, זיי געבן די גוטע געפיל אז מען וויל נאר מאכן גוט, און אז עס איז דא זאכן וואס מען דארף פאררעכטן - דארף מען מודה זיין על האמת און פאררעכטן.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, הויב אן דעם טאג מיט התבודדות; סתם א מענטש מוז אנהויבן דעם טאג מיט התבודדות, און זיכער איינער וואס האט אונטער זיך א מוסד, צענדליגע מלמדים מיט הונדערטער קינדער, ווי קען מען זיך דערווייגן צוצוגיין צו אזא זאך אן התבודדות, אן זיך איבערגעבן צום אייבערשטן.


גלייך אינדערפרי זאלסטו גיין א שפאציר פאר צוויי דריי מינוט און אויפהייבן די אויגן צום אייבערשטן, אים דאנקען פאר אלע חסדים און אים בעטן פאר הצלחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - געבן ווארעמקייט פאר יעדע תלמידה
חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יישר כח פאר די ווארעמקייט וואס איר געבט פאר די תלמידות, איך האב יעצט באקומען א בריוו פון א תלמידה וואס קומט פון א צעבראכענע שטוב, זי וואוינט ביי איר טאטע, איר טאטע האט נאכאמאל חתונה געהאט, זי שרייבט אז פון ווען זי גייט אהיים פון סקול - בענקט זי שוין צוריק צו קומען צו סקול, זי בענקט צו אייך, די גוטע געפיל וואס איר געבט איר; זי שרייבט, עס איז נאכנישט געווען אזא זאך אז איר זאלט אהיימגיין אן איר מאכן גוט שפירן.


יישר כח פארן געבן ווארעמקייט פאר יעדע תלמידה, און בפרט פאר די מיידלעך וואס קומען פון צעבראכענע שטיבער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - ווארעם און ווייך צו די קינדער
מלמדים, התבודדות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, שובבי"ם, י' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב ליבערטי


וואלסטו געוואוסט וואס גייט אריבער אויף קינדער... עס זענען דא קינדער וואס קומען פון שטיבער וואס מען פייניגט און מען הרג'ט זיי; דער קינד ... נרו יאיר, די מאמע איז אזוי איבערגעשטרענגט, זי קען אים בייסן און אים שלאגן מכות אכזריות.


בעט איך דיר, זיי זיך זייער מחזק און זיי מחזק די מלמדים זיי זאלן זיך באנוצן מיט רחמנות, ווען מען נעמט אריין רחמנות - ווערט אלעס גוט; מען ווערט ווארעם און ווייך, און די קינדער שפירן דאס און זיי פאלגן.


געב זיך איבער צום אייבערשטן, גיי נישט אין חדר נאר נאכן גיין התבודדות; נאכן זיך אויסשמועסן, נאכן זיך אויסקרעכצן, נאכן זיך איבערגעבן - פארן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - די מלמדים און כולל אינגעלייט האבן די רואיגע לעבן
כולל, קנאה, ביזנעס, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת יתרו, שובבי"ם, כ"א שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן, וואלסטו געוויסט וואס טוט זיך אין די וועלט, ביי די עשירים, ביי די גבירים – ווי זיי קרעכצן מיט חובות, מיט גרויסע הלוואות, זיי האבן נישט קיין מנוחה, זייער גאנצע לעבן איז דאגות – וואלסטו זיך געפרייט אז דיין לעבן איז פול מיט גוטע זאכן; דו זיצט מיט תינוקות של בית רבן רוב טאג, דו לערנסט תורה און דו ביסט עוסק אין תיקון העולם.


פאריגע וואך בין איך געזיצן א מיטינג מיט גרויסע סוחרים, גרויסע ביזנעסלייט, זיי האבן מיר דערציילט וואס טוט זיך אפ אין עולם המסחר, ווי מען דרייט מיט גרויסע הלוואות, מיט ביטערע שרעקעדיגע פראצענטן, פרעג איך זיי: "זאגט מיר, אויב אלעס איז א גרויסע בלאף, א ליגנט, נו ווער האט יא די לעבן? ווער האט די מנוחה ושלוה?" זאגן זיי מיר, פה אחד: "די מלמדים און כולל אינגעלייט"; שבט לוי האט עס, שבט לוי – זיי לעבן די רואיגע לעבן מיט מנוחה ושלוה.


זיי קיינעם נישט מקנא, זיי מקנא נאר דעם ערליכן איד.

#22 - א לענגערע, אבער בעסערע, וועג צו מאכן קינדער פאלגן
קינדער, לערערין, קאמפלימענטס, חינוך הילדים, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי צו מאכן קינדער פאלגן, איינס איז א גרינגע און שנעלע וועג, דורך באשטראפן און ארויסשיקן פון כיתה, אדער פארשפארן אין א ליידיגע צימער וכו', די צווייטע וועג איז א וועג וואס נעמט אביסל לענגער, דורך אויפהייבן און אויסלויבן, שמייכלען און געבן ווארעמקייט וכו'.


וואויל איז א לערערין וואס געבט גוטע ווערטער פאר יעדן קינד און ספעציעל די קינדער וואס פאלגן נישט גלייך, ווייל די קינדער וואס הערן נישט ווען מען זאגט זיי דאס ערשטע מאל - די קינדער דארפן מער גוטע ווערטער, זיי דארפן אזוי וויכטיג א שמייכל, זיי ווארטן אויף ווארעמקייט און הארץ פון די לערערין.


זיין א לערערין איז א חכמה, עס איז נישט געמאכט פאר יעדן איינעם, עס איז נישט אן ארבעט וואס יעדע ווייבל, יעדע מיידל וואס זוכט א פרנסה - מעג דאס טון; מען דארף צולייגן הארץ, ווארעמקייט, שמייכל און חכמה - ווי אזוי אויפצוהייבן און אויפצולעבן די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - אז מען רעדט נאכאמאל און נאכאמאל, פועל'ט מען
רעדן, חסד, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בא, שובבי"ם, ו' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט מיט לערנען תורה מיט די טייערע בחורים, און מיטן אויסלערנען יראת שמים און פלאנצן אמונה.


בנוגע וכו'; ענדערש זאלסטו רעדן נאכאמאל און נאכאמאל צו די תלמידי הישיבה פון העלפן די מוסד, און ווער עס וועט האבן שכל - וועט העלפן, און ווער נישט - נישט.


בנוגע די מעשה פון סאטמער רבי זכותו יגן עלינו וואס האט געזאגט פאר די הנהלה אז ער וויל די בחורים זאלן עוסק זיין אין טון חסד, גיין אין שפיטעלער באזוכן חולי ישראל. אמאל האט מען דערציילט דעם רבי'ן אז די בחורים ווילן נישט גיין, האט דער רבי געזאגט: "אויב די בחורים גייען נישט אין שפיטאל טון חסד מיט חולי ישראל - דארף איך נישט קיין ישיבה"; דאס איז נישט אויף אזוי צו טון - פארמאכן די ישיבה, דאס איז ארויס צו ברענגען ווי חשוב דאס איז געווען ביים צדיק, אז בחורים זאלן עוסק זיין אין חסד.


מען דארף רעדן און רעדן און רעדן ביז מען פועל'ט, און אז מען רעדט און מען הערט נישט אויס - זאגט דאך די תורה - אז משה רבינו האט מען אויך נישט אויסגעהערט "מִקֹּצֶר רוּחַ וּמֵעֲבֹדָה קָשָׁה" (שמות ו, ט), נישט נאר דיך הערט מען נישט אויס, משה רבינו - רבן של ישראל - האט מען נישט אויסגעהערט, און וואס האט משה רבינו געטון? ער האט נאכאמאל גערעדט און נאכאמאל גערעדט, און ביים סוף האט משה רבינו יא גע'פועל'ט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - ווען עלטערן האבן טענות, זאלסטו זיי אויסהערן מיט א גוטע געפיל
מוסדות, היכל הקודש, הדרכות, אחדות, טענות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בא, שובבי"ם, ד' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, די וועלט שטייט אויף דיר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:): "אֵין הָעוֹלָם מִתְקַיֵּם אֶלָּא בִּשְׁבִיל הֶבֶל תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן", די וועלט שטייט נאר אויף די תורה פון קינדער; נאך זאגן זיי (בבא בתרא ח:) אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד, 'אֵלּוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת'", איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער - איז צוגעגליכן צו די שטערנס פון די וועלט; מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט דאס זייער שיין מסביר זיין, אז פינקט ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון די וועלט - אזוי קען מען נישט ציילן וויפיל זכותים א מלמד האט; ווייל ער פלאנצט איין אין די קינדער תורה, יראת שמים און אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן.


איך וויל דיך זייער בעטן, ווען עלטערן קומען מיט טענות - זאלסטו זיי אויסהערן און געבן א גוטע געפיל, נישט ענטפערן מיט גאוה: 'קענסט ארויסנעמען דיינע קינדער', פארט זענען זיי די עלטערן פון די קינדער.


בכן בעט איך דיך זייער, ווען מען האלט דיך פאר אויף זאכן וואס ווערן געטון אין חדר - זאלסטו אויסהערן און געבן די הרגשה אז מען וועט טון אלעס וואס מען קען זיי זאלן זיין צופרידן, מען זאגט נישט: 'קענסט ארויסנעמען דיינע קינדער', דאס איז נישט די וועג; בפרט ווען מען רעדט פון אנשי שלומינו, וואס אלע ווילן די חינוך פון היכל הקודש, אלע ווילן די קינדער זאלן אויפוואקסן מיט די עצות און שכל פון הייליגן רבי'ן; דארף מען זיך ליב האבן.


אפגערעדט ווען מען דארף טאקע פאררעכטן - דארף מען דאך זיכער אויסהערן און פאררעכטן; איך רעד אפילו ווען די עלטערן זענען נישט גערעכט - דארף מען אויך האבן גוטע מידות און וויסן ווי אזוי צו רעדן, נישט מיט גאווה און שחצנות ענטפערן, 'קענסט ארויסנעמען די קינדער'.


איך האף דו וועסט אננעמען מיינע רייד, ווייל עס פעלט א האר עס זאל צעפאלן ענקער חבורה וועגן נארישקייטן. דער סמ"ך מ"ם זיצט אויף די טרעפ אינדרויסן פון ענקער שול און ווארט אויף די רגע ווען וועט מען זיך שוין אנהויבן פיינט האבן, הי' לא תהיה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - האב מער רחמנות אויף די נאכגעלאזטע קינדער
רחמנות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויחי, ט"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


בנוגע דיין תלמיד וואס האט א גערוך און ער איז אזוי נאכגעלאזט, און דו האסט נישט קיין געפיל צו אים, ער מאכט דיך נערוועז.


לדעתי דארפסטו זיך אפגעבן מיט דעם קינד מער ווי מיט די אנדערע, דארפסט רחמנות האבן אויף אים, ווייל א קינד וואס קומט מיט א שווערע גערוך, צעפלויגן וכו' – ווייזט דאס אז ער האט נישט א ווארעמע היים, די עלטערן זארגן נישט פאר אים.


בעט איך דיר, געב זיך אפ מיט דעם קינד, מאך אים שיין די פיאות, געב אים א שמייכל. געדענק וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט פשט אין "כְּאִילוּ יָלְדוֹ", וואס די הייליגע חכמים זאגן אויף: "כָּל הַמְלַמֵד בֶּן חֲבֵירוֹ תּוֹרָה" (סנהדרין יט:), מען זאגט דעם מלמד 'טראכט ווי דיין תלמיד איז דיין קינד'; דיין אייגן קינד וואלט דיך נישט נערוועז געמאכט, זאלסטו אויך פון די תלמידים נישט ווערן נערוועז.


לייג דיר אוועק דיין געלט, איך וויל דו זאלסט מיט דער צייט קויפן א הויז אין קרית ברסלב.

#18 - שמייכל צו יעדן קינד, און געב גוטע ווערטער פאר די מלמדים
חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויגש, ט' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


די אפיס זאל דיך נישט אוועק שלעפן פון די קינדער; די אפיס איז געמאכט אויב מען דארף עפעס אדורכשמועסן מיט א קינד פריוואט, אדער רעדן מיט מלמדים, און ווען מען האט נישט צו רעדן פריוואט - דארף מען בכלל נישט די אפיס.


דריי זיך ארום צווישן די קינדער, שמייכל צו יעדן קינד, דריי זיך ארום צווישן די מלמדים, געב זיי גוטע ווערטער, טו זיי מחזק זיין צו ארבעטן מיט הארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - א מלמד זאל נישט קארגן קיין גוטע ווערטער, און רעדן אסאך אמונה
קאמפלימענטס, קדושה, אמונה, מוסר, חיזוק פאר מלמדים, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו ביסט א מלמד, דו לייגסט אריין אין די קינדער אמונה, תורה ויראת שמים; אין אזא דור וואס איז דא אזעלכע שווערע נסיונות – ברענגסטו אריין קדושה ואמונה.


עס איז דא צוויי וועגן צו רעדן צו די קינדער, אדער רעדן קעגן די פראבלעמען, אדער רעדן אזויפיל פון אמונה – אז אלע פראבלעמען פאלן אוועק. עס זענען דא מלמדים וואס רעדן טעג און וואכן פון די פראבלעם און פון די פרצה וכו', אבער דעם רבינ'ס וועג איז רעדן אזויפיל פון אייבערשטן – ביז עס ווערט (יחזקאל מג, ב): "וְהָאָרֶץ הֵאִירָה מִכְּבֹדוֹ" – די וועלט איז ליכטיג געווארן פונעם כבוד פונעם אייבערשטן.


אויך זאלסטו נישט קארגן גוטע ווערטער; מוסר ווערטער און קריטיק ווערטער – דאס דארף מען זייער קארגן, און ממש בלית ברירה, נאכן גוט אדורכטראכטן – נוצט מען אמאל די ווערטער, אבער גוטע ווערטער פאר קינדער – זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב): "כָּל מַה שֶּׁשִּׂכְלוֹ יוֹתֵר קָטָן", ווער עס האט א קליינעם פארשטאנד, "יוֹתֵר חָפֵץ בְּכָבוֹד", דארף מער כבוד.

#16 - א מלמד דארף האבן יראת שמים, ליצנות פארטרייבט די יראת שמים
קדושה, דאווענען, יראת שמים, ליצנות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דיינע יארן, דיינע טעג – גייען אריבער מיט הייליגע זאכן; ביסט א מלמד, דו לערנסט מיט קינדער די הייליגע תורה.


געב אכטונג נישט צו האבן מיט ליצנות, א מלמד דארף האבן יראת שמים, ליצנות פארטרייבט די יראת שמים. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות אות ליצנות, סימן ה): "עַל יְדֵי לֵיצָנוּת אֵין לוֹ חָכְמָה", ליצנות פארטרייבט די יראת שמים.


לייג אריין אין די קינדער א חיות ביים דאווענען און ביים לערנען, זיי זאלן דאווענען הויך מיט א לעבעדיגקייט, אויך זאלן זיי לערנען הויך אויפן קול, מיט א ברען.


רעד צו זיי פון קדושת הברית, פון נישט אנרירן אות ברית קודש, אויך פון זיך היטן די אויגן.

#15 - פארצייכענען יעדעס קינד, ווער האט שוין באקומען א שמייכל און גוט ווארט
אמונה, רפואה, בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


די בית פיגא תלמידות זענען זייער צופרידן פון אייערע שיעורים, זיי זענען זייער אסאך מקבל פון אייך, זיי ווארטן צו קומען אין שולע.


רעדט אסאך צו די מיידלעך פון אמונה פשוטה, ווייל דאס איז די רפואה פאר אלע פראבלעמען; ווי מער מען שפירט דעם אייבערשטן – פאלן אוועק אלע מחלוקות, מען הערט אויף גליסטן, מקנא זיין אנדערע, מען רעדט נישט פון אנדערע, מען ווייסט אז דער אייבערשטער איז דא, ער מאכט אלעס, ער טוט אלעס.


אויך זאלט איר זיך פארצייכענען יעדע מיידל, ווער עס האט שוין באקומען א שמייכל, א גוט מארגן, א גוטן טאג. אויך זעט צו שמועסן מיט יעדע תלמידה במשך א וואך צוויי – פריוואט.


אויך לאזט מיר וויסן אייער פלאן פאר קומענדיגע זומער, אויב איר זענט גרייט נאכאמאל צו העלפן אין קעמפ.

#14 - מען לייגט אריין די גאנצע נשמה אין די קינדער
חינוך הילדים, הכרת הטוב, עברי, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך בין אייך זייער דאנקבאר פאר די שווערע ארבעט וואס איר לייגט אריין אין די קינדער ביי אונז אין מוסד וואס האבן נישט אזוי גוט אויפגעכאפט די עברי. איך ווייס אז איך ווייס אפילו נישט וויפיל ארבעט, כח און מח – איר לייגט אריין אין די קינדער טאג איין טאג אויס, יעדע קינד איז א באזונדערע מסכתא, און איר לייגט אריין אייער גאנצע נשמה אין זיי.


אויך וויל איך זיך זייער באדאנקען פאר אייער מאנ'ס מלמדות, מיר זענען צופרידן פון אים ביזן הימל.


דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן זען נחת ביי אייערע קינדער, ערליכע אידישע דורות.


נאכאמאל, איך דאנק אייך פון טיפעניש פון הארץ.

#13 - מען מעג זאגן א קינד א גוט ווארט, אפילו בעפאר עס קומט זיך אים
קאמפלימענטס, חינוך הילדים, תשובה, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ז כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


שלמה המלך זאגט (משלי יט, יח): "יַסֵּר בִּנְךָ", שטראף דיין זון, "כִּי יֵשׁ תִּקְוָה", ווייל עס איז דא א האפענונג ער זאל בעסער ווערן, "וְאֶל הֲמִיתוֹ", און אים שלאגן מכת רצח – "אַל תִּשָּׂא נַפְשֶׁךָ", זאלסטו נישט טון.


מען קען זאגן נאך א פשט, שלמה המלך לערנט אונז ווי אזוי צו זאגן מוסר. "יַסֵּר בִּנְךָ", זאג מוסר דיין קינד, זאג אים: "יֵשׁ תִּקְוָה", דו האסט נאך א האפענונג; ווייל דאס איז דער עיקר שוועריקייט פאר קינדער און אויך פאר ערוואקסענע, ווען זיי טראכטן פון צוריק קומען צום אייבערשטן טראכטן זיי 'איך בין שוין סיי ווי דערנאך', 'פון מיר וועט שוין סיי ווי גארנישט זיין'; דאס איז די סיבה פארוואס מען קען זיך נישט נעמען תשובה טון. אויך זענען דא פעלער וואס עלטערן און מחנכים זאגן גיפטיג רייד, זיי זאגן "פון דיר וועט שוין גארנישט זיין, דו וועסט אויסוואקסן א גארנישט".


דאס זאגט אונז דער פסוק, "יַסֵּר בִּנְךָ", זאג אים: "כִּי יֵשׁ תִּקְוָה", עס איז דא א וועג ארויס פונעם פראבלעם, "וְאֶל הֲמִיתוֹ אַל תִּשָּׂא נַפְשֶׁךָ", צו רעדן ווערטער וואס הרג'עט, ווערטער פון מוסר וואס צעברעכט – זאלסטו נישט אויפהייבן דיין ווילן, והבן למעשה.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון זיין א מלמד, בוי אויף די רצונות פון די קינדער, געב יעדן איינעם גוטע ווערטער. מען מעג זאגן א קינד א גוט ווארט נאך פאר עס קומט אים, מען קען אויסבארגן, ווייל ביי דיני נפשות גייט מען לחומרא, און איין גוט ווארט איז דיני נפשות ממש.

#12 - פארלאנגט פון די קינדער א שטארקע דיסציפלין
חינוך הילדים, דרך ארץ, בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז מען האט געעפנט די וואך א בית פיגא שולע אין טברי'; דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין מיט גרויס הצלחה.


פארלאנגט פון די קינדער א שטארקע דיסציפלין; אין אנהויב וועט דאס זיין שווער פאר אייך, בפרט ביי די קינדער וואס קומען פון שטיבער וואס איז הפקר שטיבער, ווי די קינדער פירן די שטוב, די עלטערן זענען נישט מחנך. האט נישט מורא, פארלאנגט דרך ארץ מיט א שטארקקייט, נאר אזוי וועט זיין הצלחה.


איך ווייס אז אין היכל הקודש זענען דא אסאך חילוקי דעות בענין זה; עס זענען דא וואס זאגן 'מען טאר נישט זאגן פאר די קינדער וואס צו טון, מען טאר נישט זיין שטרענג'; איך ווייס נישט, איך האב געהערט אנדערש, אזוי האב איך מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אז עס מוז זיין א שטארקע דרך ארץ. איך האב געהערט פון מוהרא"ש און איך הער נאכאלץ; איך לערן די בריוו, די הייליגע ספרים; דארט שטייט קלאר אז דרך ארץ דארף זיין, און אז דאס איז די ערשטע זאך, און נאר אזוי קען מען איבערגעבן פאר די תלמידים און תלמידות ווי זיך צו פירן בדרך התורה והיראה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - א מלמד טראכט ביי זיך, ווער דארף מיך?
מלמדים, התבודדות, חיזוק פאר מלמדים, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער באליבטער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


האסט נישט קיין אנונג ווי חשוב א מלמד איז אין הימל, א מלמד טראכט ביי זיך 'וואס? ווער דארף מיך? ווער ווייסט ווי שווער איך ארבעט?' אבער ווען ער וואלט געוואוסט ווי אזוי מען קוקט אויף אים אין הימל – וואלט ער נישט געווען צעבראכן, נאר משונה פרייליך.


זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט, גיי יעדן אינדערפרי שפאצירן מיטן אייבערשטן; הויב אן מיט תודה והודאה, דאנק פאר דיין לעבן, פאר דיין משפחה, פאר דיין הייליגע ארבעט און בעט פאר דיינע קינדער און דיינע תלמידים.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך זייער ליב.

#10 - לייגט אריין אין די קינדער א ליבשאפט צו גיין אנגעטון איידל
צניעות, שכר, בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


לייגט אריין אין די קינדער א ליבשאפט צו גיין אנגעטון איידל, און שפעטס פון נישט איידל. איך וויל אלע תלמידות בית פיגא זאלן זיין איידעלע פרויען, נישט נאכגיין די מאדעס פון די פעלקער.


זאגט די קינדער די שכר פון גיין אנגעטון איידל; ערליכע דורות, הייליגע דורות, געבענטשטע דורות.


רעדט פון זיך אפשערן די האר נאך די חתונה. אויך יעצט ווען מען איז נאכנישט חתונה געהאט זאלן זיי צוזאמנעמען די האר און נישט האבן לאנגע האר. עס איז דאך אזוי שיין – איידל, עס איז אזוי זיס – איידל, און פארקערט, נישט איידל – איז אזוי מיאוס.


איך פארלאז זיך אויפן אייבערשטן אז איר און די אנדערע טיטשערס טוען ענקער ארבעט, ענק טוען מיין ווילן פון פרעדיגן אידישקייט אין די קינדער.

#9 - זאג מיט די קינדער יעדן טאג די דרייצן אני מאמין
לצנות, אני מאמין, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


עלטערן זענען זייער צופרידן פון דיר, און אויך די קינדער; די קינדער זאגן מיר אז די יאר האבן זיי א גוטער מלמד, זיי פרייען זיך צו גיין אין חדר.


בראק אריין אין די הערצער פון די קינדער אמונה מיט יראת שמים, דאס וועסטו קענען טון נאר אז דו אליין וועסט האבן אמונה און יראת שמים; הער נישט קיין לצים, ווארף אוועק די טעיפס פון די לצים, הער זיך צו נאר צו שיעורים פון ערליכע אידן, לאז די קינדער בלייבן תמימות'דיג און פשוט.


זאג מיט די קינדער יעדן טאג די דרייצן אני מאמין. בעט פון די גבאים שבתי אדער אשר בער, זיי האבן פאריאר שיין געדרוקט די "אני מאמין" מיט א הערליכער פירוש פון ספר עצתו אמונה. בעט אים אויב מען קען געבן פאר די גאנצע כיתה, און זינג דאס מיט א ניגון, אזוי וועט דאס אריינגיין אין זייערע הערצער, און אז אנדערע מלמדים וועלן דאס אויך טון - וועלן די קינדער לעבן מיט דעם אלע יארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - איך בין פרייליך צו הערן גוטע גריסן פון אייך
כולל, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידים וואס איר זענט ביי מיר באליבט ווי קינדער, ... און ..., שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מזל טוב פאר ענקער חתונה, איך בין אזוי פרייליך צו הערן אז איר לעבט מיט ליבשאפט און שלום, און איר זענט עוסק נאר אין גוטע זאכן.


איך הער גוטע גריסן אויף דיר; דיין ראש הכולל האט מיר געשריבן אז דו לערנסט פלייסיג.


איך בין נעכטן געווען ביי די דינער פאר די נייע בנין אין אומאן "קלויז מוהרא"ש" וואס דיין זיידע רבי יצחק שליט"א בויעט, ער האט מיר געזאגט ער קוועלט פון נחת פון ענק.


... תחי', זייט שטארק מיט אייער הייליגע ארבעט, אריינלייגן אין די מיידלעך אמונה און יראת שמים; נישטא קיין גרעסערע און הייליגערע זאך אויף די וועלט ווי זיין א לערערין פאר מיידלעך, זיי אויסלערנען דאס שיינקייט פון אידישקייט, דאס שיינקייט פון צניעות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - קינדער קומען אהיים פון חדר פרייליך און רואיג
דרך ארץ, חדר, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


איך בין נעכטן געווען אין שטעטל באזוכן אונזער ישיבה, איך האב נישט געהאט קיין צייט צו קומען אין תלמוד תורה; יעצט מוז איך זיך פארלייגן אויף די הצלחה פון די ישיבה.


געלויבט דעם אייבערשטן די גרוסן פון חדר זענען זייער גוט, די עלטערן זענען צופרידן, די קינדער קומען אהיים אינגאנצן אנדערש ווי פאראיאר, מען זעט אין שטוב וואס טוט זיך אין חדר; מען זעט אויפן קינד אז עס איז דא א שטרענגע סדר אין חדר מיט א שטארקע דרך ארץ, די קינדער קומען אהיים פרייליך און רואיג.


בנוגע קינדער וואס קומען אין חדר אן מאנטלעך, דו ווילסט וויסן אויב דאס האט מיט דיר; אודאי האט דאס מיט דיר, יעדע זאך וואס האט מיט די געזונט און זיכערהייט פון די קינדער - ליגט אויף די מוסד, און אז עס ווערט קאלט, קינדער קומען אן מאנטלעך - האט דאס מיט די מוסד, מען דארף רעדן מיט די עלטערן.


איך האב אסאך ארבעט, עס זעט נישט אויס איך וועל קענען קומען איין מאל א וואך רעדן פאר די מלמדים, איך וועל אנגרייטן שיעורים און דיר עס שיקן און דו זאלסט איינמאל א וואך צוזאמנעמען די מלמדים און זיי געבן צו הערן די שיעור, איך האף אז דאס וועט זיי מחזק זיין און זיין כאילו איך בין פערזענליך געקומען רעדן מיט זיי.


אויך בעט איך דיר דו זאלסט שיקן די שיעור פאר בית פיגא און דארט זאל מען אויך צוזאמנעמען די לערערינס איין מאל א וואך און זיי געבן הערן די שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - אן דרך ארץ איז גארנישט דא
חינוך הילדים, דרך ארץ, בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך בין אייך זייער דאנקבאר פארן העלפן אין סקול, די דאווענען האט באקומען אן אנדערע פנים, אלע קינדער דאווענען א מחי', ובעיקר די דרך ארץ איז זייער גוט; די קינדער ווערן מער און מער דערוואקסן.


יעצט איז צוריק געפאלן די דרך ארץ אין אונזער שולע אין וויליאמסבורג, איך ווייס נישט פארוואס די לערערינס לאזן דאס פאסירן, פארוואס מען שטייט נישט אויף דעם זייער שטרענג; ווייל אן דרך ארץ איז גארנישט דא.


איך האף זייער איר וועט ווייטער אנהאלטן אייער הייליגע ארבעט, מחנך זיין די קינדער זאלן אויסוואקסן געזונט און ערליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - מיר גייען שטייטליך מיט גוטן, ווייל מיט כח פועל'ט מען נישט
צניעות, סקול, חינוך הילדים, מוסדות, סבלנות, דן לכף זכות, בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש


איך האב געזען די תקנות וואס דו האסט געמאכט פאר אונזער שולע בית פיגא, איך בין זייער צופרידן אז דו שטייסט על המושמר אז אונזערע קינדער זאלן גיין איידל און שיין. מיינע תפילות זענען אז אלע אונזערער תלמידות זאלן ליב האבן אידישקייט, ליב האבן איידל.


איך קען נישט ליידן די לאנגע האר צווישן די מיידלעך, ביי אונז אין אמעריקע אין בית פיגא איז אויך דא אפאר מיידלעך וואס קומען מיט אזעלכע גאר לאנגע האר, עס עקלט ממש, אבער איך גיי נישט מיט כח, אויך די לערערינס און די מנהלת גייען נישט מיט כח, מיר גייען שטייטליך מיט גוטן, ווייל מיט כח - פועל'ט מען נישט, מיט כח פועל'ט מען נאר אויף די מינוט, מען האט מורא מען וועט אוועק שיקן וכו', אבער מען פועל'ט נישט אויף שפעטער; אבער אז מען גייט שטייטליך, מען רעדט און מען רעדט, מען רעדט נאכאמאל פון שיינקייט, פון גיין איידל - פועל'ט מען.


וואס זאל איך דיר זאגן, מען דארף האבן אסאך סבלנות מיט קינדער און מיט עלטערן פון די קינדער, מען דארף ליב האבן די קינדער און די עלטערן פון די קינדער, מען דארף יעדן איינעם דן זיין לזכות, נאר אזוי קען מען פועל'ן.


איך וויל דיר זייער בעטן מען זאל נישט רעדן ביי אונז אין מוסד די טריפה'נע שפראך, מען זאל רעדן נאר אידיש, און די ווערטער וואס עס איז נישטא אין אידיש - זאל מען נוצן פון די ענגלישע שפראך, אבער נישט די שפראך פון די ערב רב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.