בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#374 - בעט דעם אייבערשטן אויף א שטארקע אמונה
שידוכים, אמונה, הכרת הטוב

 


בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרוס פון דיין זון ... נרו יאיר, ער איז זייער וואויל, ער איז ערנסט מיט זיינע שיעורים אין משניות ועוד, ער דאווענט ערליך און האט גוטע מדות, אויך העלפט ער זייער אין ישיבה.


איך האב בדעה א גוטע שידוך פאר אים, א תלמידה פון בית פיגא פון א גוטע משפחה, מען דארף נאך אביסל ווארטן. איך האף צו זיין שדכן ביי אים און ביי דיינע אנדערע קינדער.


שטארק זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן, בעט דעם אייבערשטן אויף א שטארקע אמונה, אויף נישט האבן קשיות אויף די אמונה, גלייבן באמונה שלימה אז וואס דער אייבערשטער טוט – איז גוט, אלעס איז בצדק ובמשפט, און בעט אים דיין האנט זאל זיך אויסהיילן.


געב א דאנק פאר דיין ווייב פארן העלפן אין בית פיגא; וואס מען טוט פאר די מוסדות פון רבי'ן – איז א נצחיות, דאס וועט מען מיטנעמען.


 

#373 - רבונו של עולם, ווי לאנג נאך וועל איך דארפן זיין אליין?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, בחור, שידוכים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך ווייס עס איז דיר ביטער שווער, דו ווילסט שוין אזוי לאנג דיין שידוך, דו ווארסט שוין אזא לאנגע צייט, דו קוקסט ארויס 'ווען וועל איך שוין חתונה האבן? ווען וועל איך שוין האבן א שטוב?' און נאכאלץ האסטו נישט דיין שידוך, עס איז דיר ביטער שווער, דו פאלסט אראפ וכו', דער יצר הרע ברענט אין דיר, עס איז דיר אזוי געפערליך.


דאך בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, געב נישט אויף, לאז זיך נישט נאך, בלייב שטארק, באנוץ זיך מיט די עצה פון רבי'ן, פון התבודדות; זוך א שטילע ווינקל וואו קיינער הערט נישט, און רעד זיך אויס צום אייבערשטן, רעד צו אים אויף דיין אייגענע שפראך, מיט דיין מאמע לשון, רעד אויפן קול, זאג:


"רבונו של עולם איך דארף אזוי שטארק מיין שידוך, איך וויל שוין אזוי שטארק חתונה האבן, עס איז מיר אזוי שווער צו זיין אליין, איך קען נישט זיין אליין, איך מוז שוין האבן מיין שידוך. רבונו של עולם, ווילאנג נאך וועל איך דארפן זיין אליין? איך פאל אראפ אין נישט גוטע זאכן, איך בין פוגם בברית, זיי מיר מוחל, נעם אן מיין תשובה, זע מיין צעבראכן הארץ, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין וואויל".


אזוי זאלסטו טון יעדן טאג און אפאר מאל א טאג, און דו וועסט בקרוב זוכה זיין צו חתונה האבן.

#372 - טון וואס מער פאר שידוכים
שידוכים, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, וזוגתו תחי'


שטארקט אייך מיט די הייליגע ארבעט פון מאכן שידוכים פאר אידישע קינדער, ווער עס מאכט שידוכים און ווער עס העלפט שידוכים – דער איז זייער באליבט ביים אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית סח, ד) דעם אייבערשטנ'ס זאך איז מאכן שידוכים; כביכול דאס טוט ער פון בריאת העולם, מזווג זווגים, און ווער עס העלפט מאכן שידוכים – העלפט דעם אייבערשטן.


ווערט נישט מיד, ווערט נישט אלט און טאנצט אריבער אלע בלבולים און חלישות הדעת, אוודאי און אוודאי גייט אריבער אלע סארט בלבולים וחלישות הדעת אויף דער וואס טוט אין הייליגע זאכן, בפרט אין די ענין פון שידוכים, אבער מען טאר זיך נישט לאזן צעברעכן, און זיך נישט וויסנדיג מאכן פון די אלע סארט מחשבות, נאר וואס מער טון פאר די שכינה הקדושה.


מוהרא"ש האט אלע יארן אזויפיל געוויינט פאר בחורים און מיידלעך וואס זיי גייען אריבער... אזא רחמנות אויף זיי... קיינער ווייסט נישט (אדער מאכט מען זיך ווי מען ווייסט נישט) די צער פון בחורים און מיידלעך, ווי זיי וויינען און שרייען 'מיר ווילן זיין גוט, לאזט אונז חתונה האבן, לאזט אונז לעבן א ריינע ערליכע לעבן'.


איך בעט אייך זייער, ביידע פון אייך, דו זיי מחזק זיין ווייב און איר זייט מחזק אייער מאן צו טון וואס מער פאר שידוכים.


איך בעט פאר ענק און איך בין מכיר טובה פאר אלעס וואס ענק טוען פאר קהילת היכל הקודש.

#371 - וויפיל איך פרוביר, פאל איך מער אראפ
תפילות אויף אידיש, בחור, שידוכים, התחזקות, עבירות, סדר דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב היינט גערעדט צו דיינע עלטערן, איך האב אנגעטראגן א שידוך, איך האף צום אייבערשטן צו קענען זיין דער גוטער שליח, אויספירן ביי דיר א שידוך.


זיי ממשיך מיט דיין עבודת השם, מיט דיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו); לערן יעדן טאג מקרא, משנה, גמרא, אויך לערן תיקונים אין דעם רבינ'ס ספרים.


ועל כולם גיי שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, ראטעווע מיך, איך פאל אין בלאטע, איך בין פוגם בברית, רבונו של עולם איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין גוט און עס גייט מיר נישט, וויפיל איך פרוביר פאל איך מער אראפ, רבונו של עולם זיי מיר מוחל, פארגעב מיר מיינע זינד, און העלף מיר זיין גוט".


טייערער ברודער, שטארק זיך מיט די צוויי עצות, לערנען און דאווענען; דאס איז די עצה צו לעשן די פייער פון ניאוף.


איך האף צום אייבערשטן צו הערן גוטע נייעס ביי דיר בקרוב.

#370 - פורים זאלסטו גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פרי
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, בחור, שידוכים, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס קומט די הייליגע יום טוב פורים, זאלסטו אויסנוצן דעם טאג מיט תפילה והתבודדות. די ערשטע נאכט (די יאר איז עס מוצאי שבת קודש) טרינקט מען נישט, עס איז נישט קיין מצוה צו טרינקען – נאר פורים בייטאג; זאלסטו גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פורים פרי, גיי אין מקוה און אז דו קענסט אויסזאגן תהלים – מה טוב ומה נעים. צדיקים טייטשן וואס די הייליגע חכמים זאגן (ירושלמי מגילה א, ד): "כָּל הַפּוֹשֵׁט יַד נוֹתְנִים לוֹ", דאס גייט ארויף אויף תפילה, פורים קען מען פועל'ן ישועות.


דו דארפסט דאך א גרויסע ישועה, דו דארפסט א שידוך; זאלסטו פורים זאגן תהילים און בעטן: "הייליגער באשעפער, געב מיר מיין שידוך, הייליגער באשעפער איך בין פול מיט פארדרייטע חכמות, איך זאג אפ שידוכים, איך ווער עלטער און עלטער, העלף מיר איך זאל אפלאזן מיינע חכמות, נאר חתונה האבן פאר דיינעט וועגן".

#369 - איך האף בקרוב צו קומען קיין ארץ ישראל
שידוכים, שדכנים, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בענק זיך זייער צו אלע חברים אין ארץ ישראל, און באזונדער צו דיר. א גאנצע מעשה מיט מיינע שריפטן, איך האב דאס געדארפט שיקן קיין אומאן נישט צו פארלירן גרויס געלט וואס האט צוטון מיט אונזער בנין אין אומאן, איך האף צום אייבערשטן נאך צו קענען אנקומען דעם ווינטער קיין ארץ ישראל, זוכה זיין צו אלע קדושות און צו אלע מעלות וכו' וכו'.


בנוגע די שידוך; אפשר קענסטו בעטן איינער פון די שדכנים ביי אונז אין די קהילה, מרת ... תחי', מען זאל אנטראגן די שידוך פאר ...


איך ליין אלע דיינע בריוו, איך בין זיך זייער מחי'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#368 - רבונו של עולם, איך וויל חתונה האבן
תפילות אויף אידיש, בחור, שידוכים, התחזקות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"א אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מיין הארץ גייט מיר אויס דו זאלסט שוין טרעפן דיין שידוך, עס איז אזא רחמנות אויף בחורים און מיידלעך, קיינער פארשטייט נישט זייער צער און ווייטאג, קיינער קען זיי נישט פארשטיין.


איך בעט דיר זייער, דערהאלט זיך, ווארט אויס, לויף נישט אוועק, אז דו זוכסט וואו צו אנטלויפן – זאלסטו אנטלויפן צום אייבערשטן און צו די תורה. זיי זיך מתבודד, זאג פארן אייבערשטן און דיין שפראך: "רבונו של עולם איך בין אזוי צעבראכן, איך וויל נישט זיין אליין, איך דארף א ווייב, איך וויל חתונה האבן, איך וויל זיין הייליג, איך וויל נישט פאלן אין פגם הברית, הייליגער באשעפער ווען וועל איך שוין טרעפן מיין שידוך; ווען? ווילאנג נאך?"


טייערער ברודער, בלייב שטארק מיט דיין צלם אלקים, מיט דיין בארד און פאות, זיי שטארק מיט אנטון תפילין און מיט היטן שבת.


איך בעט פאר דיר.

#367 - איך וויל שוין חתונה האבן און זיין ריין און הייליג
תפילות אויף אידיש, בחור, שידוכים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך ווייס עס איז דיר ביטער שווער, דו ווילסט שוין דיין שידוך, דו קענסט נישט זיין אפגעהיטן, דער יצר הרע ווארפט זיך אראפ, עס איז דיר ביטער שווער, עס איז דיר טונקל און פינסטער.


דאך בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כוחות, גלייב באמונה שלמה אז דער אייבערשטער האט פאר דיר א שידוך, און אפילו דיינע עלטערן האבן זייערע חשבונות וכו' – האט דער אייבערשטער א גוטע פלאן פאר דיר.


איך בעט דיר, דערהאלט זיך, גיי יעדן טאג אין א שטילע פלאץ און רעד זיך אויס דיין הארץ, זאג: "אייבערשטער עס איז מיר ביטער שווער, איך דארף מיין שידוך, איך וויל שוין חתונה האבן און זיין ריין און הייליג, איך קען נישט זיין אליין, איך פאל אראפ אין פגם הברית. אייבערשטער האב רחמנות אויף מיר, זיי נישט ברוגז אויף מיר אז איך זינדיג, עכט וויל איך נישט זינדיגן, עכט וויל איך זיין ערליך, עכט וויל איך זיין ריין, אבער יעדעס מאל פאל איך אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, העלף מיר, געב מיר שמחה, געב מיר ישוב הדעת, איך זאל קענען יעדן איינעם פרייליך מאכן, און אויך א שידוך, א גוטע ערליכע פרומע מיידל, איך וויל אויפשטעלן אן ערליכע שטוב".


איך האף צום אייבערשטן איך וועל זיין דיין שדכן.

#366 - שידוכים איז א שווערע זאך, אבער עס לוינט זיך
שידוכים, התחזקות, שדכנים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ז שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


געב איבער פאר דיין ווייב זי זאל מער נישט שטופן די שידוך פון ...; מען טאר נישט טשעפען א מיידל, דער בחור קוקט שלעכט אויף די שידוך, איז ענדערש נעמען א בחור וואס וועט אפרישיעטן די מיידל. לדעתי זאל זיך רעדן צו משפחת ..., ער איז א גאר חשוב'ער בחור און זיינע עלטערן זענען זייער וואויל און פשוט, זיי וועלן זיך נישט גרויסן.


שידוכים איז א שווערע זאך, מען דארף אסאך מאל אוועקגעבן שטיקער פונעם לעבן, צייט פון די משפחה, כח און געזונט, אבער עס לוינט זיך, עס איז א הייליגע מצוה, א חשוב'ע מצוה; וואויל איז דעם וואס איז עוסק אין שידוכים פארן אייבערשטנ'ס וועגן, וועט ער זען נחת ביי זיינע קינדער.


זיי מחזק דיין ווייב זי זאל נישט אפלאזן די זאך פון שידוכים, זאג איר, אז מען בינדט זיך צו צום אייבערשטן – האט מען כח, הצלחה וסייעתא דשמיא; ווי אזוי בינדט מען זיך צו? דורכדעם וואס מען טראכט פון אייבערשטן און מען האט נאר אינזין בלתי לה' לבדו.

#365 - נישט אפרעדן א שידוך
שידוכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בשלח, שובבי"ם, י"ג שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע אויב איר זאלט אפרעדן די שידוך צוליב חששות אז דער בחור וועט ליידן פון אייער שוועסטער, זי וועט אים דערביטערן די יארן; איר פרעגט אויב איר זאלט אפרעדן די שידוך?


חס ושלום, איר זאלט קיינמאל נישט אפרעדן קיין שידוך, ווער עס רעדט אפ שידוכים האט א גרויסע עבירה, און ווער עס העלפט שידוכים - העלפט כביכול דעם אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ד) א מטרונה האט געפרעגט רבי יוסי בר חלפתא, ווי לאנג האט גענומען פארן אייבערשטן צו באשאפן די וועלט? האט ער איר געענפערט זעקס טעג, פרעגט זי אים: "מַה הוּא עוֹשֶׂה מֵאוֹתָהּ שָׁעָה וְעַד עַכְשָׁו", וואס טוט דער אייבערשטער פון דעמאלט ביז יעצט? האט ער איר געזאגט: "הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹשֵׁב וּמְזַוֵּג זִוּוּגִים", דער אייבערשטער מאכט שידוכים; קומט אויס, ווער עס העלפט מאכן שידוכים, ווער עס רעדט צו דעם בחור אדער מיידל צו גיין ווייטער מיט א שידוך - דער העלפט כביכול דעם אייבערשטן.


רעדט נישט אפ די שידוך, רעדט צו די שידוך; אייער שוועסטער וועט חתונה האבן וועט זי זיין א גוטע ווייב, זי וועט נישט זיין א פאליציי פאר איר מאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#364 - עס איז נישט גוט זיך צו פארלייגן דוקא אויף א געוויסע שידוך
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויחי, י"ז טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט גוט אז איר נעמט זיך אריין אין קאפ א שידוך, און איר טראכט פון א געוויסער בחור; וואס ווייסט איר ווער עס איז גוט, און אפילו ווען איינער איז גוט - וואס ווייסט איר אויב דאס איז גוט פאר אייך? עס קען אייך שאטן שפעטער.


אויב איר קומט צו די באטע און צו סיפורי מעשיות נאר צו קוקן אויף בחורים – זאלט איר ענדערש בלייבן אין שטוב; עס איז נישט גוט און נישט געזונט צו קומען אין שול צו סיפורי מעשיות און צו די באטע צו זוכן ווי מען קען זען בחורים, מען קען גארנישט קונה זיין; עס איז נישט גוט.


איר האט טייערע עלטערן מיט טייערע לערערינס, זיי וועלן זארגן פאר אייך פאר א גוטע שידוך, איר אליין זאלט נישט נאכקוקן קיינעם, גייט אוועק פון די וועג.


העלפט אייער מאמע אין שטוב, און אויך זאלט איר העלפן אייערע ברידער און שוועסטער וואס האבן חתונה געהאט - ווען זיי בעטן הילף מיט די קליינע קינדער.


גייט יעדן טאג ארויס אין חצר ביי אייער שטוב פאר איין מינוט, און קוקט ארויף צום הימל, בעטס: "הייליגער באשעפער העלף מיר, געב מיר אן ערליכע שידוך, געב מיר ערליכע דורות, געב מיר קינדער און אייניקלעך וואס וועלן דיך דינען, קינדער און אייניקלעך וואס וועלן זיין דבוק צו דיר און צו די הייליגע תורה".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#363 - אז מען וויל האבן א ברכה אין שטוב, מוז מען גיין אין שול
שידוכים, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געדענקסט פאריאר ווינטער ווען מיר האבן זיך געטראפן אין ארץ ישראל אין לופט-פעלד, האבן מיר געמאכט א געשעפט; אז דו וועסט דאווענען יעדן טאג די דריי תפילות אין שול - וועסטו טרעפן א שידוך, יעצט האלסטו שוין נאך די חתונה און נאך אביסל ביסטו שוין א טאטע, וויל איך דו זאלסט אנהאלטן די געשעפט און ווייטער גיין אין שול דאווענען דריי מאל א טאג, און אז דו האסט נישט קיין מנין - זאלסטו נאכאלץ דאווענען דוקא אין שול, נישט אין אפיס און נישט אין שטוב.


אז מען וויל האבן א ברכה אין שטוב - מוז מען גיין אין שול. די הייליגע חכמים זאגן, הלל הזקן פלעגט זאגן (סוכה נג.) דער אייבערשטער זאגט: "אם תבא אל ביתי", אויב דו וועסט קומען אין מיין שטוב, אין שול, וואס איז אויך א בית המקדש – "אני אבא אל ביתך", וועל איך קומען צו דיר אין שטוב און דיך בענטשן מיט שלום בית, פרנסה און נחת, "אם אתה לא תבא אל ביתי", און אז דו וועסט נישט קומען צו מיר אין שטוב, אין שול – "אני לא אבא אל ביתך", וועל איך נישט קומען צו דיר אין שטוב; אז מען וויל א געבויטע שטוב מוז מען גיין יעדן טאג אין שול.


קום אין שול, זיי נישט מוותר אויף דעם, וועסטו זען ווי דער אייבערשטער וועט מאכן רוען די שכינה הקדושה ביי דיר אין שטוב.


א געשעפט איז א געשעפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#362 - הכנסת כלה
שידוכים, צדקה, חסד, חתן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויחי, ט"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


בזכות די מצוה פון הכנסת כלה וואס דו ביסט עוסק די לעצטע האלבע יאר, דו האסט זיך מתנדב געווען צו העלפן די חתנים פון ישיבה גיין צו זייער חתונה אן קיין איין דאלער חובות; זאל דער אייבערשטער דיר געבן שנעל און גרינג דיין שידוך, זאלסט אויפשטעלן א שיינע ערליכע שטוב לשם ולתפארת.


א באזונדערע יישר כח פארן מיר העלפן חתונה מאכן מיין זון החתן שמעון נרו יאיר.


איך און מיין ווייב זענען דיר זייער מכיר טובה, איך בעט פאר דיין הצלחה.

#361 - וויין צום אייבערשטן פאר א שידוך, און די איבריגע צייט זיי פרייליך
תפילה והתבודדות, שמחה, בחור, שידוכים, תפלות אויף אידיש, מוזיק

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


טייערער ברודער, אפילו דו ביסט אזוי צעבראכן, דו דארפסט א שידוך, דו טראכסט שווארץ, דו זעסט נאר טונקל, דו ווייסט קלאר דו וועסט נישט טרעפן קיין שידוך – דאך בעט איך דיר ליבער ברודער, חזק ואמץ בכל כוחך, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, דראפע זיך און דערהאלט זיך.


נעם די עצות פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות ותפילה; גיי אין א ווינקל און וויין צום אייבערשטן, זאג אים די ווערטער: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, איך וויל שוין חתונה האבן, איך בין א פלג גוף, איך בין צעריסן און צעשניטן, איך בין אזוי צעבראכן, איך פאל אראפ אין פגם הברית, אין הוצאת זרע לבטלה. הייליגער באשעפער, זיי נישט בייז אויף מיר, פארגעב מיר, איך וויל אזוי שטארקן זיין גוט, הייליג און ריין, וואס זאל איך טון, איך פאל אראפ בשוגג, במזיד, באונס וברצון, הייליגער באשעפער, געב מיר מיין שידוך. הייליגער באשעפער קיינער ווייסט נישט ווי שווער עס איז מיר, קיינער חלומ'ט נישט אז איך שלאג זיך יעדע רגע צו בלייבן א איד, אנא ה' הושיעה נא, בזכות הצדיקים שמסרו נפשם אליך יתברך, אמן".


ביי די איבריגע צייט פון טאג זאלסטו טאנצן און פאטשן און הערן פרייליכע באמבעדיגע מוזיק.

#360 - דער עיקר דארף מען קוקן אויב ער האט אמונת חכמים
שידוכים, אמונת חכמים, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויצא, י' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


ביטע איבערגעבן די בריוו פאר אייער מאמע.


מרת ... תחי',


אויב איך מעג בעטן איר זאלט נאכאמאל אריינקוקן אין די שידוך וואס איך האב אנגעטראגן, הבחור ... נרו יאיר. איך ווייס אז איר האט זיך דערשראקן ווען דער טאטע האט גערעדט קעגן זיין ווייב צו אייך, איר טראכט 'וואס פעלט מיר אויס מאכן א שידוך מיט א משפחה וואס קריגט זיך? וואס פעלט מיר אויס אריינלייגן מיין קינד אין אזא שטוב?' דאך וויל איך נאכאמאל אנטראגן די שידוך, ווייל דער בחור איז אזא טייער קינד, אזא נשמה, אזוי ערליך מיט גאלדענע מידות; ועל כולם, ער האט אמונת חכמים, ער איז דבוק צו צדיקים, וואס היינטיגע צייטן איז דאס דער עיקר; אז עס איז דא אמונת חכמים האט א מענטש א מורה דרך וואס ברענגט אים צום אייבערשטן און איז אים מדריך ווי אזוי צו פירן א שטוב, דעמאלט איז שוין אלעס דא, דאס איז דער עיקר; איז אפשר יא כדאי צו מאכן די שידוך.


ביטע מיר מודיע זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#359 - איך האב די שענסטע לעבן, די בעסטע וואס איז מעגליך
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, קנאה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב ליבערטי


איך הער גאר גוטע גריסן פון אייערע לערערינס אויף אייך, ווי שיין איר פירט זיך אויף, פון אייער דרך ארץ און מידות טובות. איך וועל איבערגעבן פאר אייערע עלטערן די גוטע גריס, זיי וועלן זיך זיכער פרייען, עס וועט זיי צוגעבן א שטיק געזונט.


בעטס אסאך דעם אייבערשטן אויף אן ערליכע שטוב, ערליכע שידוך, ערליכער מאן. די וואך האבן מיר אין די פרשה, לאה האט געבעטן אויף א ערליכע שידוך, זי האט געוואלט חתונה האבן מיט יעקב אבינו, און אפילו עס איז נישט געווען מעגליך פאר איר צו באקומען די שידוך האט דער אייבערשטער געמאכט זי זאל חתונה האבן מיט יעקב און אויפשטעלן אסאך שבטים, נאר ווייל זי האט אסאך געבעטן.


זייט קיינעם נישט מקנא, טראכטס 'איך האב די שענסטע לעבן, איך האב די בעסטע מאמע, איך האב די בעסטע וואס איז מעגליך'; דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייערע עלטערן און פאר אלעס וואס ער געבט אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#358 - גיין נאך געלט צו קויפן נארישקייטן, איז ריכטיג גניבה
חברים, שידוכים, צדקה, גניבה, ישיבה, קיאסק

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תולדות, ג' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס איז א גרויסע גניבה דאס וואס דו טוסט, גיין נאך געלט צו קויפן א מאטער סייקל, מאטער סקוטער, ביבי גאן וכו'; דאס איז ריכטיג גניבה, און אז דו וועסט נישט באצאלן די אלע געלטער פאר עכטע צדקה – וועסטו דארפן מגולגל ווערן.


עס איז א פרעכע זאך גיין קלאפן אין הייזער 'צדקה פאר אן ארעמע משפחה' און נעמען דאס געלט פאר זיך; ווי שעמסטו זיך נישט צו טון אזא זאך?!


טו תשובה, מאך זיך א חשבון וויפיל געלט דו האסט גע'גנב'עט פון מענטשן און באצאל אלעס פאר צדקה.


איך ארבעט אזוי שווער פאר דיר, איך וויל דו זאלסט האבן א גוט לעבן, איך וויל דיר ברענגען א גוטע שידוך, אבער מיט גניבה איז זייער שרעקעדיג. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות גניבה וגזילה, סימן א): "מִי שֶׁנִּפְתָּה לִבּוֹ לִגְזֹל", ווער עס גזל'ט, "וְכֵיוָן שֶׁהִתִּיר לְעַצְמוֹ גְּזֵלַת חֲבֵרוֹ, הֲרֵי הוּא מוּכָן לְכָל חֵטְא וְעָוֹן", איז א סימן אז ער וועט טון אלע עבירות רחמנא לצלן, "וְאֵין תַּקָּנָה לַהֲסִירוֹ מִדַּרְכּוֹ הָרָעָה", און עס איז זייער שווער זיך אפצוגעוואוינען פון דעם.


זוך גוטע חברים, חברים וואס גייען טון חסד מיט אידישע קינדער, חברים וואס נעמען נישט קיין איין פרוטה פון צדקה. אויך זאלסטו נישט גיין אין קיאסק, וואס דארפסטו פראבלעמען? נוץ אויס דיינע יארן אין ישיבה.א


איך וויל דיך זייער העלפן מיט א שידוך, אבער נאר בתנאי אז עס ענדיגט זיך מיט די גניבה וגזילה.


איך ווארט אויף אן ענטפער.

#357 - ענדערש בלייבן אין כיתה ביים דאווענען
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, משמש דעם רבי'ן, דאווענען, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן פון די מנהלת תחי' א שיינע גרוס, אז איר האט באקומען א געפיל צו דאווענען, איר דאווענט שיין אין כיתה.


איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט ענדערש בלייבן אין כיתה ביים דאווענען, און אז איר ווילט העלפן די סקול - זאלט איר העלפן ווען מען שפילט אדער ווען מען לערנט, אבער דאווענען זאל זיין ביי אייך די הייליגסטע זאך.


בעטס זיך אויס פאר א גוטע שידוך, בעטס דעם אייבערשטן פאר א מאן וואס וועט בלייבן לערנען זיין גאנצע לעבן, בעטס דעם אייבערשטן פאר א שטוב מיט יראת שמים, פאר ערליכע דורות, קינדער און אייניקלעך וואס וועלן באלייכטן די וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#356 - מענטשן ווארטן צו זען א שמייכל, דאס איז וואס מען זוכט ביי א שידוך
מקוה, שמחה, בחור, שידוכים, התחזקות, ריינקייט, חן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


עס לוינט צו אויסווארטן אויף "שלחן עורך"; נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך און אויפשטעלן א אידישע שטוב, א בית המקדש מעט.


איך ווייס עס איז דיר ביטער שווער, ביסט אליין, ווילסט שוין האבן דיין שידוך; וועם אויף דער וועלט איז נאך אזוי ביטער ווי א בחור אדער מיידל וואס ווארטן אויף א שידוך...


דאך בעט איך דיר, דראפע זיך, בלייב שטארק, גיי אן מיט דינען דעם אייבערשטן.


אויך זאלסטו זיך נישט נאכלאזן, גיי יעדן טאג אין מקוה, און איידער דו טובל'סט זיך זאלסטו זיך אפבאדן, זאלסט זיין פריש. טויש זיך קליידער יעדן טאג, און די אויסגענוצטע וועש זאלסטו אוועקווארפן. נעם צוזאם דיינע פיאות, עס זאל נישט זיין צופלויגן, מעגסט לייגן אביסל דזשעל.


גיי ארום מיט א שמייכל, מענטשן ווארטן צו זען א שמייכל, דאס איז וואס מען זוכט ביי א שידוך, א פרייליכע פנים מיט חן.

#355 - גיי אן מיט דיינע גוטע זאכן, און פלוצלונג וועט קומען דיין ישועה
מקוה, שמחה, בחור, שידוכים, התחזקות, ריינקייט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


פארליר זיך נישט, אפילו דו ווארטסט אזוי לאנג אויף דיין שידוך – בלייב שטארק, גיי אן מיט דיין עבודת השם.


איך ווייס אז איך קען דיך נישט פארשטיין, איך האב נישט קיין אנונג פון דיין צער, ווייל קיינער פארשטייט נישט די צער פון א בחור, פון זיין א פלג גוף; דאך בעט איך דיר ליבער ברודער, גיי אן מיט תורה, מיט תפילה, מיט גמילת חסדים, און פלוצלונג וועט קומען דיין ישועה.


למען השם לאז זיך נישט נאך, לאז זיך נישט אראפפאלן; זיי פעלזן פעסט. גיי יעדן טאג אין מקוה, אויך זאלסטו זיך אפוואשן יעדן טאג און אנטון פרישע קליידער. דיין הוט און שיך און רעקל זאלן זיין אן פלעקן. אויך זאלסטו ארויפציען א שמייכל, אפילו עס איז פאלש, אפילו עס איז נישט עכט; אזוי וועסטו באקומען דיין שידוך.


 

#354 - רעדט נאר איידל, וועט איר זוכה זיין בקרוב צו א גוטע שידוך
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס טוט מיר וויי צו הערן אז איר רעדט מיט ווייבלעך פון די זאכן; איך האב אייך שוין געשריבן פארגאנגענעם זומער אז די איין זאך בעט איך פון אייך, איר זאלט נישט רעדן מיט קיינעם פון בחורים, און יעצט שרייבט איר מיר אז א ווייבל רעדט צו אייך; עס טוט מיר זייער וויי.


פארוואס זאלט איר נישט זיין שטארק ביי זיך נישט צו רעדן פון נישט איידעלע זאכן? וואס האט איר מורא און פון וועם האט איר מורא? קומענדיגע מאל א ווייבל אדער מיידל הויבט אן רעדן מיט אייך פון נישט איידעלע זאכן, זאגט קלאר און שטארק: "רעד נישט קיין ניבול פה"; ווייל דער וואס הערט און שווייגט - איז די זעלבע עבירה. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות ניבול פה, סימן ד): "הַמְנַבֵּל פִּיו, אֲפִילּוּ חוֹתְמִין עָלָיו גְּזַר דִּין שֶׁל שִׁבְעִים שָׁנָה לְטוֹבָה", ווער עס רעדט ניבול פה, אפילו מען האט אים אפגעשריבן א גוטע זאך פאר זיבעציג יאר, "הוֹפְכִין עָלָיו לְרָעָה", דרייט מען עס איבער צו שלעכטס, "גַּם מַעֲמִיקִין לוֹ גֵּיהִנּוֹם", דורך ניבול פה מאכט מען זיך טיפער די גיהנום, "גַּם לַשּׁוֹמֵעַ וְשׁוֹתֵק", און נישט נאר דער וואס רעדט ניבול פה, נאר אפילו דער וואס הערט אויס ניבול פה.


איר שרייבט איר ווילט איך זאל זיין אייער שדכן, איך וויל און איך בעט דעם אייבערשטן צו קענען מאכן שידוכים; אבער אז מען רעדט פון נישט גוטע זאכן - דאס קען איך נישט פארטראגן.


אז איר וועט זיך פארנעמען נישט צו רעדן מיט מיידלעך אדער ווייבלעך פון נישט איידעלע זאכן - וועט איר בקרוב טרעפן א גוטע שידוך, און איר וועט האבן א גוט לעבן.


רעדט מיט מרת ... תחי', זי וועט אייך געבן גוטע חיזוק אויף זיך קענען דערהאלטן ביז איר טרעפט א שידוך, און אויף האבן גוטע חבר'טעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


 


איך שיק אייך נאכאמאל די בריוו וואס איך האב אייך געשיקט זומער:


בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


רעדט נישט מיט קיינעם פון זאכן וואס איז נאכנישט נוגע פאר אייך, רעדט נישט פון זאכן פון נאך די חתונה; וואס זוכט איר קאפ וויי? זוכט גוטע חברט'עס, רעדט נאר איידעלע זאכן.


אז איר וועט זיך פירן איידל, איר וועט נאר רעדן איידל, איר וועט זיך פירן מיט דרך ארץ; וועט איר מיטן אייבערשטנ'ס הילף באקומען אן ערליכער בחור, א ירא שמים, איידל מיט גוטע מידות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#353 - מען דארף היינט אסאך מער עוסק זיין אין קירוב קרובים
שידוכים, הפצה, נייעס

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי ממשיך מיט די הייליגע ארבעט לזכות נשמות ישראל מיט זיי געבן דעם רבינ'ס ספרים, גיי נאך און נאך הפצה, שטעל זיך פאר קיינעם נישט אפ, ווייל נאר דאס איז אונזער תיקון און דאס וועט ברענגען די גאולה.


יעצט ווען אלע טינקען זיך אין די נייעס, מען פארגעסט פון באשעפער, זאלסטו וואס מער פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט פון רבי'ן.


גיי הפצה ביי די פרומע שטיבער, גיי הפצה צו כולל אינגעלייט און בחורי ישיבה; קיינער ווייסט נישט וואס גייט אריבער אויף זיי, מען מיינט מען דארף גיין הפצה נאר ביי די וואס מען האט נעבעך אוועק געפירט פון אידישקייט און אויסגע'שמד'ט רחמנא לצלן, נאר זיי דארף מען מקרב זיין; קיינער כאפט נישט אז מען דארף היינט אסאך מער עוסק זיין אין קירוב קרובים, די היימישע ציבור איז אזוי צעבראכן, דער בילד פון אינדרויסן איז שיין און גוט, אבער פון אינעווייניג איז מען אויסגעלאשן און אויסגעברענט, מען איז אויפגעגעבן; אוי ווי מען ווארט אויף אביסל חיזוק, אביסל אמונה, מען שטייט און ווארט, 'ווען וועט דער מפיץ שוין קומען? וואו קען מען אים טרעפן?' מען שעמט זיך צו נעמען פון אינדרויסן, וואס וועלן מענטשן זאגן... מען טראכט 'הלואי ווען ער לייגט אראפ א גליון ערגעץ, וואו איך קען עס שטילערהייט ליינען'.


האב נישט מורא, וועסט טרעפן א גוטע שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#352 - רעד צום אייבערשטן אויך אן טרערן און אן געפיל
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שידוכים, התחזקות, געפילן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


וואס זאל איך דיר זאגן, מיין הארץ איז צעריסן פאר דיר, ווען דו ווארסט שוין אזוי לאנג פאר דיין שידוך, דו ביסט א פלג גוף, א האלבער מענטש, דו ווילסט שוין אזוי לאנג זוכה זיין צו אלע גוטס וואס מען באקומט ווען מען האט חתונה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סב, סג): "השרוי בלא אשה", דער וואס האט נישט קיין ווייב, - "שרוי בלא טובה, בלא ברכה, בלא תורה", האט נישט קיין גוטס, האט נישט קיין ברכה וכו', "ולא נקרא אדם", מען איז נישט קיין מענטש ביז מען האט חתונה; מיין הארץ גייט אויס פאר דיר.


איך בעט דיר זייער ברודער, נעם די עצה פון רבי'ן, גיי התבודדות, גיי שריי צום אייבערשטן אויף דיין שפראך, זאג אים: "רבונו של עולם, איך וויל חתונה האבן, געב מיר שוין מיין שידוך, ווי לאנג נאך וועל איך זיין אליין, רבונו של עולם איך האלט נישט אויס, איך האלט אין איין פאלן, איך פאל אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, וויפיל איך פרוביר – גייט עס מיר נישט, האב אויף מיר רחמנות, געב מיר מיין שידוך"; אזוי זאלסטו זיך אויסרעדן און אויסגיסן דיין הארץ.


רעד צום אייבערשטן אויך אן טרערן און אן געפיל, ווארט נישט אויף טרערן און געפיל, פאלג דעם רבי'ן, גיי יעדן טאג התבודדות. זוך א ליידיגע פארק, גיי אהין ביינאכט און פארטאגס, פארמאך די אויגן און דערצייל אלעס אלעס, וועסטו זוכה זיין צו טרעפן שנעל דיין שידוך.

#351 - זאג יעדן טאג די תפלה פאר א שידוך, אפילו אן געפיל
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, בחור, שידוכים, אמונה, התחזקות, אמונת חכמים, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, עס איז מיר צעריסן אויף שטיקער צו זען ווי דו ווארסט אויף דיין שידוך אזוי לאנג, און גארנישט רוקט זיך נישט; עס גייט אריבער א יאר און נאך א יאר, אלע דיינע חברים מאכן שוין אפשערנס, און נאך אביסל איז שוין דא בר מצווה'ס - און ביי דיר גייט נישט קיין שידוך.


וואס זאל איך דיר זאגן מיין טייערער ליבער ברודער, איך האב דיר נישט וואס צו זאגן, איין זאך קען איך דיר זאגן: "לאז נישט אפ די אמונה, לאז נישט אפ די אמונת חכמים און חס ושלום אפלאזן דיינע עבודות השם"; דו זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים כסדרן, מיט דיין שיעור אין חומש, משניות, גמרא וכו' וכו', און גיי ווייטער התבודדות, ביז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


איין זאך וויל איך פון דיר, דו זאלסט זיך אונטערנעמען צו זאגן יעדן טאג די תפילה וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר בחורים וואס זענען שוין העכער צוואנציג, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין כט:) אויב מען האט נישט חתונה איידער די צוואנציג - וועלן די ביינער צעגיין, מען שעלט דעם בחור: "תיפח עצמותיו"; מוהרא"ש האט געשריבן א מורא'דיגע תפילה, ווי אין די תפילה טענה'ט מען זיך אויס מיטן אייבערשטן: "רבונו של עולם, נישט גענוג עס גייט מיר נישט קיין שידוך, שעלט מען מיך אז מיינע ביינער זאלן צעגיין? רבונו של עולם, נישט גענוג איך פאל אין עבירות, איך וויל אזוי שטארק זיין אפגעהיטן, איך וויל אזוי שטארק שוין לעבן אן ערליכע לעבן, א געזונטע לעבן מאן און ווייב - שעלט מען מיר..."


וויל איך דיר בעטן זאלסט מיר זאגן אז דו גייסט יעדן טאג זאגן די תפילה, עס מוז נישט זיין מיט געפיל, דער עיקר, זאלסט יעדן טאג זאגן די תפילה; זאג איך דיר צו, עס וועט נישט אריבערגיין קיין סאך צייט און דו וועסט האבן דיין שידוך.


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּנוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, [אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּנוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֵם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה], אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


*


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#350 - קיינער פארשטייט נישט די ווייטאג פון א בחור וואס וויל חתונה האבן
תפילה והתבודדות, בחור, שידוכים, התחזקות, ריינקייט, חתונה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


איך האב ערהאלטן דיינע בריוו.


וואס קען איך דיר זאגן? וואס איז דא צו זאגן? די צער פון א בחור איז נישט צו פארשטיין, עד כדי כך, מוהרא"ש זאגט (ארך אפים, אות סבלנות לבחור): "אין צער כצערו של בחור, ואף אחד בעולם מבין את הצער של רווק", קיינער פארשטייט נישט די ווייטאג פון א בחור וואס וויל חתונה האבן און וויל זיין אפגעהיטן בשמירת הברית – און עס גייט אים נישט, ער האלט אין איין פוגם זיין רחמנא לצלן.


גיי התבודדות יעדן טאג און וויין צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר. בעט אין דיין שפראך, אין אידיש, אייגן געמאכטע תפילות. לאז נישט אפ די שווערד פון תפילה – וועסטו מנצח זיין, וועסט אראפנעמען אלע דינים פון דיר און זוכה זיין צו א שידוך בקרוב.


האלט זיך פריש, לאז זיך נישט נאך. בייט יעדן טאג די וועש, גיי נישט צוויי טעג מיט די זעלבע וועש.


אויך זאלסטו זיך אפוואשן יעדן טאג און זיך צוזאמנעמען די פיאות, די בארד.


גיי אנגעטון ריין, אן קיין פלעקן.