בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#22 - די לימודים פון מרדכי און אסתר
פורים, תפילה, מגילה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


עס קומט יעצט דער הייליגער יום טוב פורים, עס קומט אראפ די הייליגקייט פון מרדכי ואסתר; קענען מיר זיך מיט כאפן און אויך זוכה זיין צו די לימודים פון מרדכי ואסתר. דער הייליגער רבי לערנט אונז די לימודים פון מרדכי ואסתר, מען זאל דאווענען, בעטן דעם אייבערשטן; מרדכי ואסתר האבן געוויזן פאר יעדן אז עס איז דא תפילה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה יב:): "האיר עיניהם של ישראל בתפלתו", מרדכי הצדיק האט ליכטיגע געמאכט פאר די אידן מיטן אויסלערנען אז עס איז דא תפילה, נישטא אזא זאך ווי אויפגעבן, אפילו די גזירה איז שוין גע'חתמ'עט, אבער תפילה איז שטערקער.


אויך אסתר המלכה, איר גאנצע זאך איז געווען אויסלערנען מען זאל זיך נישט פארלאזן אויף א בשר ודם. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שם, טו:) פארוואס האט אסתר געבעטן אחשורוש צו רופן המן צו די סעודה? ווייל זי האט געוואלט דערשרעקן די אידן, זי האט געוויסט אז די אידן דאווענען נישט צום אייבערשטן פאר די גזירה, זיי טראכטן "אחות יש לנו בבית המלך", מיר האבן א שוועסטער אין קעניג'ס פאלאץ, "ויסיחו דעתן מן הרחמים", און זיי בעטן נישט דעם אייבערשטן, און אז זיי זעען אז אסתר איז נאנט מיט המן זעען זיי אז מען קען זיך נישט פארלאזן נאר אויפן אייבערשטן.


יעצט איז א צייט וואס מען קען זוכה זיין צו אפלאזן אלע שטותים, אויפהערן זיך פארזיכערן אויף דעם און אויף יענעם, נאר עוסק זיין אין תפילה, נאר עוסק זיין אין התבודדות.

#21 - קיין איין תלמיד אין היכל הקודש דארף זיך נישט שעמען
חסידות ברסלב, היכל הקודש, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, לעיקוואד


עס איז גאר אנדערש ווען מען בעט אויף יעדע זאך דעם אייבערשטן; אויף עסן, אויף קליידער און אזוי ווייטער. אוודאי דארף מען דער עיקר בעטן אויף עבודת השם, אבער אויך דארף מען יעדע זאך בעטן.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רלג), דער וואס בעט נישט אויף יעדע זאך דעם אייבערשטן, אפילו דער אייבערשטער געבט אים טאקע אלעס, ער האט קליידער, פרנסה, אבער דאס לעבן איז אזוי ווי דאס לעבן פון בהמות, ווייל אז מען בעט נישט אויף יעדע זאך דעם אייבערשטן – "עַל כֵּן כָּל חִיּוּתוֹ הוּא כְּמוֹ חִיּוּת בְּהֵמָה מַמָּשׁ", איז דאס לעבן ווי דאס לעבן פון בהמות, "כִּי הָאָדָם צָרִיךְ לְהַמְשִׁיךְ כָּל חִיּוּתוֹ וְהִצְטָרְכוּתוֹ מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל יְדֵי תְּפִלָּה וְתַחֲנוּנִים דַּוְקָא", נאר יעדע זאך דארף מען בעטן דעם אייבערשטן.


די לצים פון ברסלב זאגן אויף היכל הקודש "דאס איז נישט ברסלב", איך זאג דיר, דער קלענסטער תלמיד אין היכל הקודש האט זיך נישט וואס צו שעמען פון קיינעם אין ברסלב, דוק ותשכח; אלע קענען דעם רבינ'ס ספרים, מען לערנט מקרא, משנה, גמרא, הלכה, אגדה, חסידות, מוסר וכו' וכו'.

#20 - וואו איז די הבטחה פון די הייליגע תורה?
כיבוד אב ואם, אמונה, התחזקות, קשיות, תפילה, יתום

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ז שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן די פראגע.


אז אייער בחור פרעגט אייך: "וואס איז פשט, עס שטייט דאך אין די תורה (שמות כ, יא): 'כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ, לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ', איז ווי קען זיין אז טאטי - וואס האט אזוי מכבד געווען זיין טאטע - איז געשטארבן אזוי יונג?" ער פרעגט: "ווי קען זיין עס שטייט אין די תורה איין זאך און מען זעט עס איז נישט אזוי?" איר ווילט וויסן וואס אים צו ענטפערן.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (חולין קמב.) עס איז געווען א תנא וואס איז געווארן אן אפיקורס, ווייל ער האט געזען ווי איינער בעט זיין זון: "קריך ארויף אויפן בוים, ברענג מיר פייגלעך צו עסן", דער קינד איז ארויפגעקראכן אויפן בוים און געטון סיי די מצוה פון כיבוד אב און סיי די מצוה פון שלוח הקן, ער האט אוועקגעשיקט די מאמע פייגל, און פלוצלונג איז ער אראפגעפאלן און געשטארבן; האט ער געפרעגט, ווי קען זיין איינער וואס טוט כיבוד אב, וואס די תורה זאגט לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ, דו וועסט לאנג לעבן, און אויך טוט ער די מצוה פון שלוח הקן וואס די תורה זאגט אויך ביי די מצוה דו וועסט לאנג לעבן, "הֵיכָן אֲרִיכוּת יָמָיו שֶׁל זֶה, וְהֵיכָן טוֹבָתוֹ שֶׁל זֶה", ווי איז די הבטחה פון די תורה? האט ער אפגעלאזט די אידישע וועג און געווארן אן אפיקורס.


די הייליגע חכמים זאגן אונז אז דאס גייט ארויף אויף די נשמה אין גן עדן; דער וואס טוט די מצוה פון כיבוד אב און אזוי אויך די מצוה פון שלוח הקן - דער וועט לעבן א לאנגע לעבן אין גן עדן, ער וועט באקומען זייער אסאך שכר אין עולם הבא; זאגט פאר אייער בחור וואס די הייליגע חכמים דרשנ'ען, און אז טאטי האט מכבד געווען מיט זיין גאנצע הארץ זיידי - האט ער יעצט גרויס שכר.


רעדט אסאך צו די קינדער פון אמונה, זיי זאלן וויסן אז דעם אייבערשטן קען מען נישט פארשטיין, עס איז דא אסאך קשיות אויפן אייבערשטן און דאס איז גאר זיין שיינקייט און גרויסקייט. דער תנא וואס האט געהאט די קשיא וואו איז די אריכת ימים אויף כיבוד אב ואם, האט אויך געהאט א קשיא אויף שכר ועונש; ער האט געזען איינע פון די הייליגע צדיקים פון די עשרה הרוגי מלכות, ווי א דבר אחר האלט אין מויל די צינג פון רבי חוצפית המתורגמן, האט ער געזאגט: ווי קען זיין 'פה שהפיק מרגליות' א מויל וואס האט געלערנט און געדאווענט, 'ילחוך עפר' זאל ליגן אין די מיסט?! דאס האט אים געמאכט ער זאל אפלאזן די תורה וועג.


פרעגלט אין די קינדער אמונה; יעדע מאל מען זיצט מיט קינדער ביי א סעודה, ביי א פארברענג - רעדט מען פון אמונה; אז דעם אייבערשטן קען מען נישט פארשטיין, מען חזר'ט די ווערטער פון רבי'ן וואס זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב) דאס וואס עס איז דא קשיות אויפן אייבערשטן - אזוי דארף צו זיין, "וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ", און דאס איז די שיינקייט פונעם אייבערשטן, ווייל אויב מיר וואלטן אלעס פארשטאנען וואלט דאך געווען זיין שכל אזוי ווי אונזער שכל - חס ושלום; קומט אויס אז דאס איז דער שיינקייט פונעם אייבערשטן, אז מיר פארשטייען אים נישט. אבער דער רבי האט אויסגעפירט: "וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן".


חזר'ט מיט די קינדער אמונה, זיי זאלן זיך דרייען צווישן אנשי שלומינו וואס רעדן נאר אמונה; ווי מער מען חזר'ט אמונה - איז דאס לעבן גוט און זיס, און אז מען האט נישט קיין אמונה, אפילו מען איז א למדן און מען קען גוט לערנען - קען מען פלוצלונג אלעס אפלאזן, מען זעט ביי אסאך שטיבער א קינד פאלט אוועק, מען וואונדערט זיך 'וואס קען דאס זיין? דאס קינד איז געווען א גוט קינד'; דער ענטפער איז, מען רעדט נישט גענוג פון אמונה, אז דער אייבערשטער מאכט אלעס, ער טוט אלעס - מיט א פינקטליכע חשבון און מיר ווייסן גארנישט.


זייט מחזק די קינדער די יתומים; זאגט זיי, מיט יעדע ווארט תורה און יעדע ווארט תפילה - מאכן זיי א נחת רוח פאר די נשמה פון זייער טאטע. מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי הונגעריג א נשמה איז, ווי זיי זענען זיך מחי' מיט יעדע גוטע זאך וואס די קינדער טוען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - אז מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, זעט מען ניסים
מוסדות, תשובה, חובות, חנופה, תפילה, יום כיפור קטן, ערב ראש חודש

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז ערב ראש חודש, א טאג פון תשובה. ביי אנשי שלומינו פירט מען זיך צו זאגן אלע חדשים יום כיפור קטן; ערב ראש חודש איז א טאג פון חשבון הנפש, זיך נאכאמאל בארעכענען, אפלאזן די נישט גוטע מעשים.


אז דו ביסט געדרוקט, דו האסט חובות - זאלסטו נאכאמאל גיין אין א ווינקל און זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, אים בעטן אין דיין אייגענע שפראך, אין דיין וועג פון רעדן: "הייליגער באשעפער איך האב חובות, נעם מיך ארויס פון מיינע חובות, געב מיך גרויס שפע"; וועט פאסירן א מעשה פון תפילה, דו וועסט זען עס וועט קומען מן פון הימל, דו וועסט ארויסגיין פון דיינע חובות.


איך האב געהאט די וואך א גרויסע מעשה פון תפילה, איך בעט דעם אייבערשטן צו קענען באצאלן די מלמדים - סיי אין אמעריקע, סיי אין ארץ ישראל. די מלמדים אין אמעריקע אין די דריי תלמוד תורה'ס - איז א חשבון פון אכציג טויזענט דאלער א חודש, דאס איז אויסער די טיטשערס און אויסער אלע אנדערע הוצאות, אויך אין ארץ ישראל איז די חשבון אלעס צוזאמען דרייסיג טויזנט א חודש. איך בעט שטילערהייט דעם אייבערשטן; ווען איך גיי אין גאס, ווען איך זיץ אויף מיין פארטש, ווען איך ליג אין בעט; ווען איך דערמאן זיך אז איך דארף באצאלן מלמדים - וויין איך צום אייבערשטן ער זאל מיר העלפן, און די וואך איז אנגעקומען אין פאסט א טשעק פון זעקס און דרייסיג טויזנט דאלער, א טשעק אן א נאמען, א נס, געלט פון הימל, געלט פון אייבערשטן; אן חנפ'נען, אן זיך ביקן פאר עבודה זרה, אזוי ווי מוהרא"ש זאגט, ווי קען זיין מיר ליינען יעדן טאג אין קריאת שמע, דער אייבערשטער זאגט (דברים יא, טז): "הִשָּׁמְרוּ לָכֶם פֶּן יִפְתֶּה לְבַבְכֶם", איך ווארן ענק אויב ענק וועלן זיך ביקן פאר עבודה זרה; פרעגט מוהרא"ש, ווי קען זיין אזא זאך, אידן זאלן זיך בוקן צו א שטיין? צו ביימער? עס האט נישט קיין שכל צו טון אזוינס, וואס חזר'ט מען דעם פסוק יעדן טאג ביי קריאת שמע?! זאגט מוהרא"ש, דאס מיינט מען ווער עס חנפ'עט א צווייטן, ער מאכט א מציאות פון א צווייטן, ער בייגט זיך פאר אן עושר - דאס איז עבודה זרה, דער אייבערשטער צערנט אויף דעם, מען פארלירט אלעס אויב מען חנפ'עט און מען ביקט זיך צו א בשר ודם, מען דארף זיך אינגאנצן מבטל זיין צום אייבערשטן, נאר צו אים גיין, נאר אים בעטן.


דאס איז איינע פון די טויזנטער זאכן וואס איך האב זוכה געווען צו לערנען ביי מוהרא"ש, נישט חנפ'נען קיינעם, נישט מאכן קיין מציאות פון געלט און פון די וואס האבן געלט. ביי מהורא"ש איז ממש געווען די זאך וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען, דער רבי זאגט, ווען משיח וועט קומען, מען וועט וועלן איינעם טשעפען וועט מען אים טשעפען אז ער האט געלט, דאס וועט זיין די גרעסטע בזיון, אז מען וועט וויסן מען האט געלט, ווען משיח וועט קומען וועט געלט שמעקן ווי צואה, און אזוי אין א געוויסע בחינה האבן מיר געשפירט ביי מוהרא"ש, עס איז נישט געווען די זאך פון געלט, מען האט נישט געמאכט פון דעם קיין עסק.


ברודער, אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן, דו וועסט גיין בתמימות אין א ווינקל און זיך גוט אויסוויינען - וועסטו זען ווי דער אייבערשטער וועט מאכן א גרויסע נס, דו וועסט האבן גרויס שפע, נאר שטארק זיך און דערהאלט זיך.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף, היינט נאכט - וועט זיין די וועכנטליכע ליל שישי שיעור אינאיינעם מיט א סעודת ראש חודש אין לעיקוואד, אין אונזער בית המדרש. איך דארף אמאל אהין גיין זיי מחזק זיין, מען דארף אסאך אסאך חיזוק צו בלייבן פריש ביים רבי'ן, מיט א פרישע געפיל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - קושן די מזוזה מיט ריינע הענט, און צולייגן א קורצע תפלה
מזוזה, יראת שמים, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ט טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', מאנסי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע אויב מען מעג קושן די מזוזה מיט נישט ריינע הענט; דער ענטפער איז ניין, אויב די הענט איז אומריין - דארף מען דאס ערשט וואשן, און קושן די מזוזה מיט ריינע הענט, צוליב כבוד פאר די מזוזה.


יעדעס מאל מען גייט ארויס פון שטוב, אדער מען קומט אהיים - איז גוט צו זאגן ביי די מזוזה די קליינע תפילה: "הייליגער באשעפער ברענג מיך אהיים בשלום", און ווען מען קומט אהיים: "שכוח אייבערשטער האסט מיך אהיים געברענגט בשלום"; מען האט נישט קיין אנונג וואס די פּאָר ווערטער טוען פארן מענטש, עס ראטעוועט פון אלע שלעכטס, עס היט דעם מענטש, און עס קלעבט צו צום אייבערשטן.


וואויל איז דער וואס קושט די מזוזה ביי יעדע טיר, דאס ווייזט אז ער לעבט מיטן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - זיין פרייליך שבת
שלום בית, שבת קודש, התחדשות, תפילה, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויחי, ט"ז טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


מאך שיינע שבת'דיגע סעודות, דאס איז אלעס מתקן.


מוהרא"ש ברענגט די ווערטער פון די הייליגע חכמים (תנחומא בראשית, סימן ג): "עוֹנֶג שַׁבָּת כְּאֶלֶף תַּעֲנִיּוֹת", א פארגענוגן שבת איז אזוי ווי טויזנט טעג פון פאסטן; זאלסטו זיך האלטן שטארק ווי אייזן, פעלזן פעסט, צו זיין פרייליך שבת, נישט ווערן נערוועז פון די ווייב און קינדער; דורך תפילה קען מען קומען צו דעם, צו האבן א שיינע שבת.


אויך זאלסטו געבן גוטע ווערטער פאר דיין ווייב, אויך זאלסטו מאכן צייט איר אויסצוהערן און שמועסן מיט איר.


טייערער ברודער, איך בעט דיר בלייב פריש, באניי זיך מיט די עצות פון רבי'ן; מען דארף טון די עצות און לערנען די ספרים, מען זאל נישט איינשלאפן נאר בלייבן וואך.


שרייב מיר פון דיין חיים טובים.

#16 - אז עס דרוקט נאכאלץ, זאלסטו נאכאמאל בעטן; ביז דו וועסט זען א נס
התחזקות, יאוש, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז עס איז דיר ענג - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן, און אז דו האסט שוין געבעטן דעם אייבערשטן און עס דרוקט נאכאלץ - זאלסטו נאכאמאל בעטן, ביז דו וועסט זען א נס, עס וועט דיר ווערן גרינגער.


פארליר זיך נישט, האסט שוין געהאט אסאך צייטן וואס דו האסט געזען ניסים; דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - דיינע אויגן זענען הפקר, אראפגעפאלן אין שאול תחתית
קדושה, התחזקות, שטעטל, תשובה, מחשבות, שמירת עינים, תפילה, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ז כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס זאל איך דיר זאגן, ביסט טאקע אראפגעפאלן אין שאול תחתית, דיינע אויגן זענען הפקר, דיינע מחשבות טראכטן פון שלעכטס, אבער דאך דארפסטו געדענקען אז דער אייבערשטער איז זייער גרויס, און מיט תשובה און הכנעה וועסטו אלעס קענען פאררעכטן.


לערן תורה, דאס איז דער גרעסטער תיקון, לערן יעדן טאג דעם בלאט גמרא אפילו בלי הבנה, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין - דאס וועט פארברענען אלע קליפות און דיך צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע שיעור אין ישיבה. א שאד דו קומסט נישט בקביעות אין צייט; וועסט האבן אזויפיל חיזוק, דיין שבת וועט אנדערש אויסזען אז דו וועסט קומען צום שיעור הערן דעם רבינ'ס דיבורים, עס וועט דיך אויפוועקן פון שלאף, דו וועסט צוריק אנהויבן בענקען צום אייבערשטן און זיך פירן ערליך.


מיר האבן געעפנט די וואך אונזער "ילד שעשועים", א פלאץ פאר קימפעטארינס, זיך אפצוריען און קומען צו די כוחות. די משפחות אין שטעטל העלפן זייער, יעדער איז זייער פרייליך פארן ילד שעשועים.


אויך גרייטן מיר זיך שוין צו עפענען די מצה בעקעריי אין שטעטל, עס זאל זיין מצות פאר אנשי שלומינו.


מענטשן פרעגן מהיכן ירק זה חי, ווי איז דא אזויפיל געלט אין היכל הקודש? אזא שיינע שטעטל אויפצושטעלן, אין אזא קורצע צייט איז דא מוסדות - פון א חדר ביז א סקול בית פיגא, ישיבה, כולל, בתי מדרשים און מקוואות, א מצה בעקעריי, יעצט א ילד שעשועים - פון וואו קומט די געלט? דער ענטפער איז: "מיר בעטן דעם אייבערשטן, מיר האבן נישט קיינעם אויף וועם זיך צו פארלאזן, מיר גייען צום אייבערשטן; מיר דאנקען און מיר בעטן". אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כה.) א אידענע איז געקומען צו רבי חנינא בן דוסא, זי האט זיך באקלאגט אז זי בויט א הויז און די העלצער וואס האלט די דאך איז צו קורץ, האט דער צדיק געבעטן דעם אייבערשטן און איר אנגעוואונטשן, דערציילט די גמרא, פלימו זאגט: "אני ראיתי אותו הבית", איך האב געזען די דירה, און מען האט מיר געזאגט: "בית זה", דעם הויז "שקירה ר' חנינא בן דוסא בתפלתו", איז וואס רבי חנינא בן דוסא האט געמאכט מיט תפילה; דאס איז אונזער סוד: 'תפילה, תפילה און נאכאמאל תפילה'.


קום צום שיעור, וועסט זיך אויפוועקן פון שלאף.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#14 - בעטס דעם אייבערשטן פאר קינדער
קינדער, אמונה, תהלים, תפילה

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זארגט נישט, איר וועט האבן קינדער, און שטארקט אייך מיט אמונה; חזר'ט 'דער אייבערשטער איז גוט און ער מאכט נאר גוט'.


בנוגע קיין צום דאקטער און וועגן ווייטאמינען; אז אייער מאן וויל דאס - זאלט איר אודאי אזוי טון.


זאגט תהילים און רעדט צום אייבערשטן אין אייער שפראך, בעטס פאר קינדער, טוט וואס חנה האט געטון ווען זי האט געוואלט אזוי שטארק א קינד, זי האט זיך אויסגע'טענה'עט מיטן אייבערשטן, זי האט אזוי שיין געבעטן, עד כדי כך אז מיר לערנען ארויס גאנצע הלכות אין תפילה - פון חנה (ברכות לא.)


איך ווארט צו הערן די גוטע נייעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - רבונו של עולם, וואס טו איך מיט'ן טעלעפאן?
טעלעפאן, הדרכות, ברכת המזון, חתן, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וזאת הברכה, גאט'ס נאמען, י"א תשרי, שנת תשפ"ד לפרטן קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


בעט דעם אייבערשטן זאלסט וויסן וואס צו טון אויב דו זאלסט האבן די סארט טעלעפאן; גייסט יעצט חתונה בויען דיין שטוב, דו גרייטסט זיך צו די חתונה – זאלסטו זיך מתבודד זיין טאג נאך טאג, בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל זיין גוט, איך וויל גוטע קינדער, וואס טו איך מיטן טעלעפאן? וואס טו איך אז עס ציט אזוי שטארק?"


אזוי זאלסטו בעטן און בעטן, ביז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, וועסט האבן א קלארקייט און שטארקקייט צו וויסן וואס צו טון.


נעם זיך פאר, לכבוד דעם נייעם יאר – צו בענטשן ברכת המזון פון איינעווייניג, פון א בענטשער.


א זיס יאר.





 


 





 

#12 - זיך עקשנ'ען ביים ציון פאר א שידוך
שידוכים, משניות, אומאן, נסיונות, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תבא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


מיר פארן יעצט קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, ביים ציון אין אומאן קענסטו פועל'ן דיין שידוך; זאלסט זיך עקשנ'ען ביים ציון, זאלסט וויינען צום אייבערשטן, דערצייל אים ווי ביטער שווער עס איז צו זיין א בחור, ווי דו האלסט אין איין פאלן, ווי דער יצר הרע פלאקערט און עס איז ממש נישט מעגליך צו זיין הייליג – וועסטו פועל'ן דיין שידוך.


איך וויל דיר אבער זייער בעטן, געב נישט אויף, גלייב ווייטער אינעם אייבערשטן און גלייב ווייטער אין תפילה; לאז נישט דער שטן דיך אוועקנעמען פון די אמונה און דיך אפקילן פון תפילה.


זיי נישט מוותר אויף קיין איין טאג אָן ח"י פרקים משניות.


דיין ראש ישיבה.

#11 - וויכטיגע פרטים בנוגע די נסיעה קיין אומאן אויף ראש השנה
שמחה, אומאן, תפילה, תפלת הדרך

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבא לאומאן, י' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר גרייטן זיך שוין אויף די נסיעה צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן, איך וויל דיר שרייבן עטליכע וויכטיגע פרטים בנוגע די נסיעה:


ערשטנס, זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אלעס זאל זיין אויפן ריכטיגן וועג, מיר זאלן אנקומען בשלום מיט די פעקלעך, עס זאל נישט זיין קיין שטרויכלונגען אויף די וועג. מען דארף אסאך תפילה אלעס זאל גיין ווי עס דארף צו זיין, אן תפילה איז מען אין א גרויסע סכנה; מען קען זיך גרייטן, אלעס, אבער אויב מען מאכט נישט קיין תפילה - קען די גאנצע זאך זיין איין גרויסע דורכפאל; נאר תפילה, נאכאמאל תפילה און א דריטע מאל תפילה. הייב אויף דיינע אויגן צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זוכה זיין אנצוקומען בשלום אין אומאן, קומען צום הייליגן רבינ'ס ציון און זיך דארט קענען אויסגיסן מיין הארץ, איך זאל קענען תשובה טון".


צווייטנס זאלסט זיין זייער פרייליך; ווער עס פארט קיין אומאן אויף ראש השנה - דארף זיך זייער פרייען. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "מִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", דער רבי האט געזאגט, ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה - דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר.


דריטנס, עס זאל דיך נישט אנגיין די זאכן ארום און ארום, דער עיקר קום קיין אומאן; וואו דאווענען און וואו איינצושטיין - דאס איז נישט דער עיקר, דער עיקר זאלסט קומען קיין אומאן, זיין ראש השנה אין אומאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#10 - בעט דעם אייבערשטן פאר א געזונטע קינד
קינדער, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תבא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בעט דעם אייבערשטן פאר א געזונטע קינד. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט ענטפערן פאר אינגעלייט וואס זענען געקומען בעטן א אינגל, א מיידל: "בעט דעם אייבערשטן פאר א געזונט קינד, פאר ערליכע דורות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#9 - א טעם גן עדן אין די זופ
סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, תמימות, תפילה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך בעט דיר מיין ליבער טייערער ברודער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, טראכט נישט קיין איין רגע פון אפלאזן די הייליגע ארבעט פון מחי' זיין אידישע קינדער; וואלסטו געוואוסט וויפיל ווארטן אויף די בריוו, גאנצע משפחות ווארטן ווען עס קומט שוין ארויס נאך א קונטרס עצתו אמונה, נאך א ספר עצתו אמונה, זייער גאנצע שבת איז אנגעהאנגען אין דעם - וואלסטו געטאנצט פאר שמחה פאר די גרויסע זכות וואס דו האסט.


עס גייט אריבער אויף יעדן איינעם וואס גייט אריבער, און נאר די בריוו איז זיי מחזק.


דא האסטו נאך א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה.


דער הייליגער צדיק רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו ווען ער איז געווען אויף דער עלטער איז אים שווער געוען צו עסן, מען האט אים געדארפט זייער שטארק בעטן ער זאל עפעס טועם זיין צו האבן כח ווייטער צו לעבן.


אמאל האט דער הייליגער צדיק געזאגט פאר זיין זון: "עס איז דא א זופ וואס איך האב יארן צוריק געגעסן, א גוטע זופ, א געשמאקע זופ; גיי צו דעם דארף, צו דעם קרעטשמע און בעט פון די פרוי זאל דיר געבן פון די גוטע זופ, 'טייגל יוהך זופ', ווייל נאר די איין זופ קען איך פארנעמען".


דער זון האט זיך זייער געוואונדערט, 'וואו קען זיין דער צדיק זאל געדענקען א זופ וואס ער האט געגעסן שוין לאנג צוריק אין א קרעטשמע, דער צדיק איז העכער פון געדענקען א טעם פון א זופ...' אבער אז דער צדיק זאגט - פאלגט מען; אזוי האט ער געטון, ער איז געגאנגען צו יענעם דארף, מען האט געבעטן די פרוי פון די קרעטשמע אויב זי קען צושטעלן א טייגל יוהך זופ.


נאכן קאכן די זופ האט מען איר געבעטן זי זאל אויסזאגן דער סוד ווי אזוי מען מאכט אזא גוטע זופ, האט די פרוי געזאגט: "איך בין ארעם, איך האב נישט וואס אריינצולייגן אין די זופ, איך שטעל א טאפ, איך לייג אריין וואסער און אביסל שאלאכץ פון מייערן, און איך זאג צום אייבערשטן 'גרויסער גאט, דו האסט אזוי סאך גן עדן אויבן אין הימל, איך בעט דיר, לייג אריין אין די טאפ אביסל טעם גן עדן', דאס איז דער סוד פון די גשמאקע זופ".


דעמאלט האט מען פארשטאנען וואס דער הייליגער צדיק האט געזאגט, אז ער דארף פון יענעם זופ, ער האט געוואלט לערנען זיינע קינדער זיי זאלן זען וואס פאסירט ווען מען רעדט צום אייבערשטן מיט תמימות; אפילו א פשוט'ע פרוי, אז זי בעט דעם אייבערשטן יעדע זאך - קען זי זוכה זיין צו שפירן א גן עדן לעבן.


טייערע קינדער, מיר גייען שוין פון היינט אן יעדע זאך בעטן דעם אייבערשטן.


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד ווי א פרוי שטייט אין א קאך ביים טאפ, אינעם טאפ איז דא וואסער, נעבן טאפ איז דא א זעקל מעל און די פרוי קוקט ארויף און בעט א תפילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - שריי נישט אויף מיר, איך בין דיין ווייב, נישט קיין דינסט
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, סבלנות, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר האט א וואוילער מאן, ער איז פול מיט גוטע זאכן, ער האט נאר די איין זאך, ער פארלירט זיך און ער טראכט נישט וואס ער זאגט, ער קען זיך צושרייען: "קום די מינוט", "אויב דו קומסט נישט די מינוט - לאז איך דיך איבער"; ער מיינט נישט וואס ער שרייט, ער ווערט פארלוירן, אבער עכט האט ער זייער אסאך גוטס.


אויב איר וועט האבן סבלנות און דאס נישט נעמען פערזענליך, איר וועט אים ווייטער ליב האבן און אים שיינערהייט זאגן: "שריי נישט אויף מיר, איך בין דיין ווייב איך בין נישט קיין דינסט" - וועט ער זיך טוישן.


בעטס דעם אייבערשטן עס זאל זיין ליבשאפט צווישן ענק; מיט תפילה און מיט סבלנות קען מען אלעס איבערדרייען צום גוטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7 - באשעפער העלף מיר זיך אפצוגעוואוינען פון די נישט גוטע געוואוינהייט
שמחה, מדות טובות, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר האט שוין פרובירט בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם יעדן טאג? פרובירט די עצה, בעטס יעדן טאג דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיך אפגעוואוינען פון די נישט גוטע געוואוינהייט" – וועט איר קענען אויסרייסן די שלעכטע נאטור.


תפילה איז זייער שטארק, תפילה איז שטערקער פון טבע, עס איז מהפך די טבע; מען דארף נאר האבן אסאך סבלנות, בעטן, בעטן און נאכאמאל בעטן, און נישט אפלאזן תפילה.


בעטס דעם אייבערשטן מיט שמחה און פרייד, עס איז גאר אנדערש תפילות וואס מען בעט מיט שמחה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות תפלה, סימן פא): "תְּפִלָּה שֶׁהִיא בְּשִׂמְחָה", ווען מען בעט דעם אייבערשטן מיט פרייליכקייט, "הִיא עֲרֵבָה וּמְתוּקָה לַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", זענען די תפילות זיס און איינגענעם פארן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#6 - מיר דארפן וויכטיג א נייעם גרויסן בנין פאר די מוסד
מוסדות, שטעטל, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מזל טוב פארן אפשערן פון דיין זון, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן אסאך נחת פון אים און פון אלע דיינע קינדער בזכות וואס דו העלפסט אזוי געטריי די מוסדות מיט דיין גאנצע הארץ.


איך בעט דיר זייער, העלף מיר טרעפן א בנין פאר אונזערע קינדער; מיר דארפן וויכטיג א נייעם גרויסן בנין פאר די מוסד. עס איז אינטערעסאנט, מיר האבן קוים אנגעהויבן די שטעטל, קוים אנגעהויבן די חדר און מיר האלטן שוין ביי אפאר הונדערט קינדער - אינגלעך און מיידלעך; מיר האבן נישט קיין פלאץ וואו צו לייגן די קינדער.


פון הימל שטופט מען אונז צום וואנט, מיר זאלן שרייען און דאווענען פאר א בנין פארן תלמוד תורה. אינטערעסאנט, אמאל האבן מיר נישט געהאט געלט צו קויפן - האבן מיר געדארפט דאווענען מיר זאלן קענען קויפן, היינט איז דא געלט, מיר האבן א נדבן - איז נישטא א פלאץ וואו צו בויען, דארפן מיר ווייטער צוקומען צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#5 - מען דארף האקן און האקן, ביז מען איז מצליח
ישועות, משניות, עקשנות, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


ווען מען וויל עפענען א פארמאכטע זאך, מען האקט מיטן האק - ווייסט יעדער אז עס גייט נישט מיט איין האק, נאר דורך האקן און האקן אן אן אפשטעל, ביז מען איז מצליח צו עפענען. אזוי איז מיט פועל'ן א ישועה, מען דארף בעטן און בעטן און נאכאמאל בעטן - ביז מען איז מצליח צו פועל'ן ישועות.


באניי צוריק דיין שיעור אין משניות, זאג יעדן טאג כמה פרקים משניות, כסדרן דיקא; דאס היט אפ פון אלעם שלעכטס בזה ובבא.


ווען מען וועט אוועק גיין פון דער וועלט - וועט מען זען דאס גרויסקייט פון לערנען משניות, מען וועט זיך דעמאלט מחי' זיין מיט יעדע פרק, יעדע משנה.

#4 - מיט חכמות און ליצנות פארלירט מען אלעס
צדקה, דאווענען, מנין, תמימות, תפילה, ליצנות, חכמות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס איז דא איין זאך ביי דיר וואס איך האב זייער ליב, פון ווען איך האב דיר געפינען, פון ווען דו האסט געלערנט ביי מיר - האב איך זייער ליב דיין תמימות, דאס איז ביים רבי'ן א גרויסע זאך, ווייל נאר מיט תמימות קען מען זוכה זיין צו ווערן א צדיק, און פארקערט, מיט חכמות און ליצנות פארלירט מען אלעס.


ברודער, גיי אן מיט דיין עבודת ה', גיי אן מיט דיין תמימות ופשיטות. זיי שטארק אין דאווענען די דריי תפילות מיט מנין און מיט א סידור. ביים דאווענען זאלסטו נישט שמועסן מיט קיינעם און נישט האבן דעם טעלעפאן מיט דיר, ביים דאווענען זאלסטו זיך צודעקן מיטן טלית און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, בעט אויך פאר דיינע דורות.


אויך זאלסטו יעדן טאג לייגן אפאר פרוטות אין צדקה פושקע, און ביים לייגן צדקה זאלסטו מתפלל זיין. בעט פאר דיר, פאר דיין ווייב און קינדער, אלע זאלן בלייבן געטריי דעם אייבערשטן און די תורה.

#3 - מיט תפילה און סבלנות קומט מען אן צו גרויסע ישועות
צניעות, שלום בית, סבלנות, תפילה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, כ"ב שובבי"ם, ח' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זעסטו שוין אליינס אז מיט תפילה און סבלנות קומט מען אן; ווי מער סבלנות מען האט אין לעבן, ובפרט אין שטוב צו די ווייב, און ווי מער מען בעט דעם אייבערשטן בתחנונים אז די ווייב און קינדער זאלן זיין ערליך און איידל - זעט מען ביים סוף גרויסע ישועות.


זיי ממשיך מיט תפילה און קוק גוט אויף דיין ווייב. דו האסט א טייערע ווייב, זי איז באמת א גוטע נשמה. דו קוק אויף איר פנימיות, און בעט ביים אייבערשטן אז אויך איר אויסנווייניג זאל זיין איידל און הייליג.


איך קען דיר דערציילן אן א שיעור מעשיות וואס איך האב בייגעוואוינט אין די קרוב צו צוואנציג יאר וואס איך געפון זיך אין היכל הקודש, ווי מיט תפילה און סבלנות האט די ווייב באקומען א געפיל אין צניעות.


רק חזק!

#2 - זיך שטעכן מיט מעדעצין וואס נעמט אוועק די אפעטיט?
שמחה, רפואה, דייעט, תפילה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע אייער פראגע פון זיך שטעכן מיט די מעדעצין וואס נעמט אוועק די אפעטיט, איר הערט פון מענטשן אז דאס ארבעט וואונדערליך, איר ווילט וויסן אויב איר זאלט דאס טון; טוט נישט די נייע זאך וואס מענטשן טוען יעצט פון זיך שטעכן מיט א מעדיקעישן וואס נעמט אוועק די אפעטיט, די אלע זאכן זענען נישט גוט; אזוי אויך זאלט איר נישט מאכן די סליוו, עס איז נישט כדאי זיך לייגן אונטער א מעסער, מוהרא"ש פלעגט אפרעדן פון דאס טון.


ענדערש זאלט איר נעמען דעם רבינ'ס מעדעצין, פון זיין פרייליך. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דעפרעסט. "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", ווייל אלע מחלות און אלע קרענק וואס קומען אויפ'ן מענטש - איז נאר ווייל מען איז דעפרעסט און נישט פרייליך.


גייט שפאצירן יעדן טאג; עס איז זייער געזונט צו גיין שפאצירן, עס איז געזונט פאר'ן גוף און פאר'ן מח, ביים שפאצירן זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן, קוקט ארויף צום הימל, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה מ, כו): "שְׂאוּ מָרוֹם עֵינֵיכֶם וּרְאוּ מִי בָרָא אֵלֶּה"; זייט אייך מתבונן, ווער האט דאס אלעס באשאפן? דאס וועט אייך פרייליך מאכן, אזוי וועט איר זיין געזונט און שטארק.


דוד המלך האט דאס געטון, ער פלעגט גיין שפאצירן און זיך מתבודד זיין; רעדן צום אייבערשטן, זינגען צו אים, אים דאנקען און לויבן; פון דעם האט ער געמאכט דעם ספר תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - שעצן און לויבן דעם מאן וואס פירט זיך ערליך
שלאפן, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפילה

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת קדושים, ה' אייר, כ' לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר זענט דאך אזוי גליקליך אז איר האט א מאן וואס לערנט און דאווענט, א מאן וואס פירט זיך מיט יראת שמים; דאס איז דאך די זאך וואס יעדער חלומ'ט צו באקומען. איר דארפט אים נאר שעצן און לויבן, אים העלפן נאך מער לערנען, אים העלפן אויפשטיין פארטאגס; וויאזוי קען א פרוי העלפן דעם מאן אויפשטיין פארטאגס? אז מען לייגט זיך פרי, אז מען לייגט זיך פרי קען מען אויפשטיין פרי.


דאנקט דעם אייבערשטן אז אייער מאן דאווענט און לערנט; וויפיל וואלטן געוואלט אז זייער שטוב זאל זיין אזוי... די וואך איז צו מיר געקומען א פרוי, זי האט זייער געוויינט, איך האב איר נישט געקענט בארואיגן. איר מאן שלאפט ביזן טאג אריין, ווען זי קומט אהיים פון די ארבעט דריידט ער זיך נאך ארום צעבראכן, ער כאפט זיין טלית ותפילין מינוטן פאר עס ווערט נאכט; די פרוי האט אזוי געוויינט, איך האב איר פרובירט צו בארואיגן, אז איר מאן איז נישט שלעכט, ער איז נאר זייער צעבראכן, מען האט אים אזוי צעבראכן אין זיינע יונגע יארן, פון דעם קען ער זיך נישט צאמנעמען צו גיין דאווענען, אנהויבן דעם טאג. איך האב איר מדריך געווען ווי אזוי זיך צו פירן, און איר צוגעזאגט אז אויב זי וועט אים אויפבויען, קוקן גוט אויף אים – וועט זיך אלעס טוישן.


איך שרייב אייך דאס אלעס איר זאלט טאנצן פאר שמחה אז אייער מאן לערנט, ער דאווענט, ער פירט זיך ערליך און האט נישט קיין כלים וכדומה. און איר זאלט בעטן אז אייער מאן און קינדער זאלן אלע זיין ערליכע אידן, צדיקים.