בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5 - די בעסטע פלאץ צו צינדן ליכט פאר צדיקים איז ביי א ציון פון א צדיק
צדיקים, סכנה, ליכט צינדן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ט טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויב מען האט נישט קיין ברירה קען מען אפשטופן די נאכט וכו', אבער אויב מען האט א ברירה - זאל מען ענדערש אפזאגן די ארבעט ווי מבטל זיין די נאכט.


בנוגע צינדן ליכט פאר נשמות פון צדיקים; די בעסטע פלאץ צו צינדן ליכט פאר נשמות פון צדיקים - איז ביי א ציון פון א צדיק, דארט איז צוגעשטעלט א פלאץ, דארט איז נישט קיין סכנה. אויך קען מען צינדן ביי א ציון פון איין צדיק - פאר אנדערע צדיקים, אזוי אויך קען מען צינדן א ליכט פאר א נשמה פון עלטערן ביי א ציון פון א צדיק, עס איז א טובה פאר די נשמה.


אין שטוב דארף מען אכטונג געבן מיט ליכט, עס זאל נישט זיין קיין סכנה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - נישט צינדען קיין לעכט אין שטוב
שלום בית, תהלים, מאוויס, ליכט צינדן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' בהר, ט"ז אייר, ל"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


בנוגע וכו'; צינדט נישט קיין לעכט אין שלאף שטוב. אין זוהר הקדוש שטייט (הקדמה יד:): "בַּר מִן אַסִימוֹ"ן וְכָל כַּת דִּילֵיהּ דְּאַזְלֵי עַל שְׁרַגֵּי בִּטְמִירוּ לְמֶחֱמֵי עַל גִּלּוּיֵי דְּשִׁמּוּשָׁא", עס זענען דא שרעקעדיגע מלאכים וואס באהאלטן זיך אין די לעכט וואס ברענט אין שלאף שטוב פון מאן און ווייב, זיי ווארטן דארט אין די לעכט ביז וכו', נאכדעם גייען זיי צום קינד וכו' און שעדיגן, (מען רעדט נישט פון א לאמפ, מען רעדט פון א לעכט).


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו שרייבט זייער אסאך מען זאל נישט צינדן קיין לעכט אין שטוב, נאר נירות שבת ויום טוב, אלץ סכנה; דאס איז אפילו אין קאך און אין שבת שטוב, אפגערעדט אין שלאף שטוב פון מאן און ווייב – איז א סכנה.


מען קען האבן א זיסע לעבן מאן און ווייב – אן טון די אלע זאכן. איך האב אייך שוין געשריבן כמה פעמים, אז מען קוקט מאוויס מיינט מען נעבעך אז מען קען זיך נאר ליב האבן ווי אזוי דער גוי טמא טוט; וויי און ביטער ווער עס קוקט די עקלדיגע זאכן, מען קען נעבעך נישט לעבן, מען פייניגט זיך שטענדיג, מען טראכט אלץ נאכצומאכן די עקלדיגע זאכן.


זאגט תהלים וועט ארויסגיין פון אייך די אלע זאכן וואס איר האט געקוקט.

#3 - ווען צינדט מען ליכט אום יום טוב
מוסדות, יום טוב, ליכט צינדן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי א', י"א ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ברסלב


איך בין היינט אריבער מיט די מנהלת תחי' די פלענער פאר דעם קומענדיגן יאר הבא עלינו לטובה, מיר ווילן זייער איר זאלט צוריקקומען דעם קומענדיגן יאר ווייטער לערנען מיט אונזערע קינדער; איך בעט דעם אייבערשטן איר זאלט האבן כח און הצלחה אין די ארבעט.


בנוגע צינדן לעכט יום טוב; ביי מיר אין שטוב פיר איך זיך, מיין ווייב תחי' צינדט די ליכט יום טוב ביי די סעודה, גלייך פאר קידוש.


א כשר'ע און פרייליכע יום טוב.

#2 - צדקה אין די בָּנֵינוּ פושקע
חינוך הילדים, צדקה, ליכט צינדן, שמירה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בא, ז' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד נשות אנשי שלומינו שתחיו


בעפארן ליכט צינדן, ווען איר געבט צדקה, זאלט איר אינזין האבן אונזערע קינדער; מיר זאלן קענען צאלן די מלמדים און טיטשערס, זיי זאלן האבן ישוב הדעת, זיצן רואיג מיט די קינדער, לערנען מיט זיי און אריינלייגן אין זיי יראת שמים און מידות טובות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ט:): "פְּרוּטָה וּפְרוּטָה מִצְטָרֶפֶת לְחֶשְׁבּוֹן גָדוֹל", איין פרוטה און נאך א פרוטה נעמען זיך צוזאמען אויף א גרויסע חשבון, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נט, יז): "וַיִּלְבַּשׁ צְדָקָה כַּשִּׁרְיָן", צדקה איז אזוי ווי א פאנצער, א פאנצער איז צאמגעשטעלט פון אסאך שטיקלעך אייזן, דאס מאכט אז די פייל זאל נישט אריינגיין אינעם מענטש; די אלע פרוטות נעמען זיך צאם און ווערט א גרויסער פאנצער צו באשיצן דעם מענטש.


נעמט אהיים א פושקע פונעם גבאי, האברך אהרן פיש נרו יאיר; ער העלפט מיר צאלן די מלמדים און טיטשערס פון אונזערע מוסדות היכל הקודש פון וויליאמסבורג, מאנרא און קרית ברסלב ליבערטי; ער האט עס געגעבן א נאמען "בָּנֵינוּ" - אונזערע קינדער.


מיר וועלן אלעס טון אז אונזערע קינדער זאלן באקומען דאס בעסטע חינוך.

#1 - דער אייבערשטער ווארט צו הערן די תפילות פון די אידישע פרויען ביי ליכט צינדן
תפילות אויף אידיש, שלום בית, שבת קודש, ליכט צינדן, תפילות פון פרויען, שבת תשובה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו ב' - תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד מרת ... תחי'.


די שבת איז זייער א גרויסע שבת, עס איז די ערשטע שבת פונעם נייעם יאר; דעם שבת רופט מען 'שבת תשובה' ווייל אלע טוען יעצט תשובה, מען גייט אוועק פון די אלטע וועג און מען קערט זיך צוריק צום אייבערשטן.


דעריבער בעט איך אייך זייער איר זאלט אויפנעמען דעם שבת מיט א שמחה, מיט א שטארקע פרייליכקייט; עס זאל אייך גארנישט אנגיין. לאזט נישט אריין די נישט גוטע אין שטוב, דער רבי זאגט (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו): "בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", די נישט גוטע קומען דארט וואו מען קריגט זיך; לאזט נישט אריין דעם שטן אין שטוב, זייט מותר, זייט מוחל, זייט ווייעך - בפרט צו אייער מאן, וועט דער אייבערשטער קומען אין שטוב, עס וועט זיין א פלאץ פאר השראת השכינה.


ווען איר צינדט אן די שבת ליכט פונעם נייעם יאר זאלט איר בעטן ביי די ליכט פאר אייך, פאר אייערע דורות און פאר אלע אידן. פרויען ווייסן נישט און טראכטן נישט וואס פאר א כח זיי האבן; ווען זיי צינדן אן די ליכט צינדן זיך אן אלע הימלען און דער אייבערשטער שטייט און ווארט צו הערן די תפילות זייערע.


איך שרייב אייך א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן און איר זאלט צולייגן צו דעם תפילה אייערע אייגענע תפילות:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז דִי נֵייעֶ יָאר זָאל זַיין אַ גֶעזוּנְטֶע יָאר, אַ גְלִיקְלִיכֶע יָאר; אַ יָאר פוּן שִׂמְחָה, אַ יָאר פוּן יְשׁוּעוֹת, אַ יָאר וָואס מִיר וֶועלְן אוֹיסְגֶעלֵייזְט וֶוערְן - יֶעדֶער אֵיינֶער פוּן זַיין פְּרִיוַואטֶע צָרוֹת אוּן אַלֶע אִידְן אִינְאֵיינֶעם וֶועלְן אוֹיסְגֶעלֵייזְט וֶוערְן בִּכְּלָלִיּוֹת. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר עֶס זָאל זַיין נָאר שָׁלוֹם אִין אוּנְזֶער שְׁטוּבּ, הֶעלְף אוּנְז מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן, מִיר זָאלְן אוֹיפְצִיעֶן דִי קִינְדֶער זָאלְן זַיין עֶרְלִיכֶע אִידְן"; אזוי זאלט איר צולייגן אייערע אייגענע תפילות.


א פרייליכן שבת.


א גמר חתימה טובה.