בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8 - חומש רש"י לערנט מען יעדעס יאר פון פריש
כולל, מוסדות, שטעטל, אומאן, חומש רש"י, הצלה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בראשית, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן בין איך נישט אנגעקומען צו שרייבן, נעכטן בין איך געפארן אין שטעטל; איך בין שוין נישט געווען אין שטעטל פון זומער. איך בין נעכטן געפארן צו די קינדער, צו די חדר און צו בית פיגא; וואס זאל איך דיר זאגן, ביי מיר איז חינוך הבנים והבנות מער פון אלעס, אוועק שטעלן גוטע מלמדים און גוטע לערערינס זאלן לערנען מיט די קינדער אמונה, לערנען מיט די קינדער תפילה; דאס איז ביי מיר דאס וויכטיגסטע זאך פון אלעס וואס איך טו.


רוב טאג איז מיר אוועק ביי די קינדער. אויך בין איך געווען אין כולל, געגעבן א פתיחת הזמן שמועס. קודם האט דער דיין, דער ראש הכולל - גערעדט אפאר ווערטער, און נאכדעם האב איך גערעדט צו די טייערע אינגעלייט. די כולל איז א מתנה וואס דער אייבערשטער האט מיר געגעבן פאר אזויפיל יארן לערנען מיט די בחורים, די כולל איז א גרויסער חידוש, די אינגעלייט לערנען זייער פלייסיג. איך האב גערעדט מיט זיי ווי אזוי זיי זאלן לערנען און ענדיגן הלכות שבת, איך האב זיי געבעטן אז איך וויל דעם קומענדיגן יאר און אזוי ווייטער זאל די קאך ביי אונזער בנין אין אומאן ווערן געפירט דורכן דיין און די אינגעלייט, איך האב געהערט אז עס איז געווען שאלות פון חילול שבת ויום טוב, איך וויל אוועקשטעלן די קאך זאל זיין געפירט דורך די כולל אינגעלייט, קיין איין זאך זאל מען נישט טון אן פרעגן די הלכה, נישטא אזא זאך זאגן פאר א גוי טו אזוי, מאך אזוי - אן פרעגן די תלמידי חכמים וואס די הלכה איז. אזוי אויך וויל איך אלע אונזערע הצלה אינגעלייט זאלן באקומען שימוש ווי אזוי זיך צו פירן שבת, און חס ושלום נישט מחלל שבת זיין; יעדע פרט ופרט וויסן וואס דארף געטון ווערן דורך א שינוי, וואס מעג מען יא און וואס נישט; דאס אלעס זאל ווערן אוועק געשטעלט דורך די רבני הכולל.


איך בעט דיר זייער זאלסט לערנען חומש רש"י. חומש רש"י איז נישט א שיעור וואס מען ענדיגט איינמאל און מען לאזט דאס אפ, חומש רש"י לערנט מען בכל שנה ושנה. א אינגערמאן איז צו מיר געקומען אין שול, נישט אין אונזער שול אין א פרעמדע שול, פרעגן "וואס זאל איך די יאר לערנען אנשטאט חומש רש"י?" איך האב יענעם מסביר געווען אז חומש רש"י איז נישט א לימוד פאר איין מאל, אנדערע לימודים איז א לימוד וואס מען קען אפלאזן און מען גייט צו א צווייטע ספר, חומש רש"י דאס איז די נשמה פונעם איד, און אלע צדיקים האבן זייער מזהיר געווען זייערע תלמידים צו לערנען חומש רש"י יעדן טאג.


מוהרא"ש זאגט נאך פון הייליגן רבי יששכר דוב מבעלזא זכותו יגן עלינו: "א טאג וואס מען לערנט חומש מיט רש"י, איז מען פארזיכערט אז אין דעם טאג וועט מען נישט זינדיגן". אויך איז ידוע ביי אונז - סאטמערע חסידים - אז דער הייליגער קדושת יום טוב זכותו יגן עלינו האט געשיקט זיינע צוויי קינדער דער הייליגער עצי חיים און דעם הייליגן סאטמער רבי זכותם יגן עלינו ווען זיי זענען נאך געווען גאר קליין, זיי זאלן גיין נעמען א ברכה פון דעם הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו. רבי מרדכי'לע האט זיי געבענטשט און זיי געזאגט די ווערטער: "קינדערלעך, פילעוועט זיך אין חומש רש"י (לערנט אסאך חומש רש"י), ווייל איך האב געקענט גרויסע גאונים וואס האבן נישט געוויסט וואו דער אייבערשטער וואוינט ווייל זיי האבן נישט געלערנט חומש רש"י".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - באזונדערע הצלה אפטיילונג פאר פרויען, ווען ס'איז נישט פיקוח נפש
קדושה, שטעטל, הצלה

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב


בנוגע אייער פראגע אויב איר זאלט זיך לערנען צו זיין א הצלה וואלענטיר, צו קענען העלפן פרויען אין שטעטל בעת צרה ובעת שמחה; אדרבה ואדרבה, פארבינדט זיך מיט מרת ... תחי', זי האט שוין געלערנט צו זיין א הצלה וואלענטיר, זי העלפט אין שטעטל זייער געטריי ווען פרויען דארפן הילף; זי גייט מאכן אין די קומענדיגע טעג א קלאס פאר פרויען זיך צו לערנען ווי אזוי צו העלפן ווען מען ווערט געשעדיגט.


איך וויל זייער מאכן אין שטעטל א באזונדערע אפטיילונג פאר פרויען, עס זאלן זיין הצלה וואלענטירן פרויען, אז די אלע מאלן וואס עס איז בכלל נישט קיין פיקוח נפש זאלן די מענער אוועק שטיין פון די פרויען; דאס הייסט ווען א פרוי צעשניידט זיך אדער צעבייגט זיך די פוס וכו' וכו' - זאלן פרויען זיך פארען מיט פרויען און מענער מיט מענער, און ווען עס איז פיקוח נפש - נאר דעמאלט קוקט מען ווער עס קען קומען שנעלער, דעמאלט זאגט די תורה מען דארף ראטעווען א נפש מישראל, דאס איז דוחה אלעס.


איך בעט דעם אייבערשטן אונזער ד' אמות אין שטעטל זאל זיין הייליג און ריין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6 - משיח צדקינו וועט קומען בזכות חברה הצלה
חסד, הצלה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ז מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו


מיט פרייד נעמען מיר אויף די גוטע נייעס אז דו ביסט אויפגענומען געווארן צו זיין א טייל פון אזא הייליגע ארגעניזעישן "חברה הצלה ד'וויליאמסבורג", צו קענען העלפן ראטעווען לעבן'ס פון אידישע קינדער.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט: "משיח צדקינו וועט קומען בזכות חברה הצלה, און בזכות די הייליגע ארגאניזעישנס פון חסד".


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איז געווען דיין שדכן און ער האט ענק זייער ליב געהאט. און יעצט פריידט ער זיך צו זען אז דו ביסט א איד וואס לעבט צו ראטעווען און העלפן אנדערע אידן.


א פרייליכע שבת וואונטשט דער ראש ישיבה ומשפחתו.

#5 - אז דו וועסט נישט היטן די אויגן, וועסטו אלעס פארלירן
תפילה והתבודדות, שמחה, קדושה, אמונה, משפחה, בזיונות, מאוויס, עבירות, חסד, תכלית, ישיבה, מנהגים, ראש ישיבה, שמירת עינים, דאווענען, קשיות, פרויען צאמקום, ניחום אבלים, הצלה, סיפוק, יום כיפור קטן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן האב איך זיך זייער נישט גוט געשפירט, עס האט געהייסן איך וועל אויפנעמען אינגעלייט, אזוי ווי געווענליך יעדע זונטאג נעם איך אויף די חתונה געהאטע תלמידי הישיבה, אבער איך האב נישט געקענט, איך האב שווער געאטעמט, איך בין פארקילט.


דיר בעט איך זייער, היט דיינע אויגן; קוק נישט קיין שמוציגע בילדער, עקעלדיגע ווידיאוס. אויב מען איז מפקיר די אויגן - פאלט מען אראפ אין די שרעקליכע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן. די עבירה הרג'עט דעם מענטש, מען פארלירט אלעס; מען פארלירט די פרנסה, מען פארלירט די ווייב מיט די קינדער, מען פארלירט די טעם פון דאווענען און לערנען, ועל כולם פארלירט מען די הייליגע אמונה; מען ווערט אנגעפילט מיט קשיות אויפ'ן הייליגן באשעפער, אלץ דורך די עבירה פון פגם הברית.


דו ווייסט דאס אז יעדער גנב לאזט נאך פיס טריט אונטער זיך, נישטא אזא זאך איינער זאל זיך קענען ארויסדרייען, ביים סוף קומט מען אן אין תפיסה. אזוי אויך, ווער עס באהאלט זיך מיט אן עבירה מיינט אז ער קען זיך באהאלטן, אבער ביים סוף קומט ארויס די סוד, דעמאלט איז גאר ביטער, מען ווערט פארשעמט פאר אלעמען; די ווייב אנטלויפט, און אפילו מען וועט איר זאגן נישט אנטלויפן האט דאס שוין יענע טעם, יענץ פנים; זי קען נישט לעבן מער אינאיינעם וכו' וכו', די קינדער שעמען זיך פון אזא טאטע, און אזוי ווייטער, דעריבער זאלסטו שוין באצייטנס אפלאזן אלע דיינע קשרים וכו'.


זוך דיר נישט קיין צרות. אפילו ווען דו ווילסט טון א חסד וכו' - זאלסטו טון חסד מיט מענער, און דיין ווייב זאלסטו לאזן טון חסד מיט פרויען, דו געב אכטונג פאר דיין לעבן. דערפאר האב איך גרויס חשק אין שטעטל אז פרויען זאלן זיך אויסלערנען צו קענען ראטעווען לעבנס, ווייל די שטעטל איז קליין, אלע קענען זיך, איז וואס פעלט אויס אינגעלייט זאלן זיך באשעפטיגן מיט זיי; ענדערש זאלן פרויען טון חסד מיט פרויען און מענער מיט מענער.


איך בין נעכטן געווען מנחם אבל זיין מיין מחותן, דער שווער פון אונזער מנהל ר' מרדכי אינדיג נרו יאיר, הרב ..., ער זיצט שבעה נאך א ברודער זיינע, טאטע פונעם מלמד ...; וואס זאל איך דיר זאגן, מען זעט ממש וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן, מען גייט מנחם אבל זיין, דארט הערט מען נאר רעדן פון תורה, תפילה און תמימות; קיינער רעדט נישט פון קיין געלט, מען רעדט נישט פון הייזער, מען רעדט נאר דבורי תכלית.


ביינאכט האב איך זיך שוין בעסער געשפירט, בין איך צוריק אין ישיבה פארלערנען דעם בלאט גמרא. אם ירצה ה' מיטוואך זענען מיר מסיים מסכת כתובות און מען הויבט אן מסכת נדרים.


זאג דיינע בחורים זאלן קומען אין ישיבה מיט א מסכת נדרים, און אויב דיין בחור האלט מיט די הלכה שיעור - זאל ער ברענגען א הלכות שבת, מען גייט לערנען סימן שי"ח - הלכות בישול. און דיינע יונגערע בחורים זאלן אויך ברענגען מסכת סוכה.


היינט זאגט מען נישט יום כיפור קטן, וסימנך מלבד ח'ט'א'ת הכיפורים, יעדע ערב ראש חודש זאגט מען יום כיפור קטן, אויסער די פיר חדשים וואס איז ראשי תיבות חטא"ת: ח'שון ט'בת א'ייר און ת'שרי - זאגט מען נישט יום כיפור קטן.


היינט נאכט וועט זיין די פרויען צאמקום, מען האט צעטיילט די צאמקום, מען קען מיטהאלטן די שיעורים סיי אין בית המדרש עצתו אמונה און סיי אין בית המדרש אשר בנחל; זע צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען גיין שעפן פרישע כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - מיט'ן העלפן דרוקן די ספרים איז מען מציל די גאנצע וועלט
צדקה, הדפסה, הצלה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זען נחת ביי דיינע קינדער און דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן - אין די זכות וואס דו האסט געהאלפן קויפן דעם נייעם בנין פאר'ן "בית הדפוס" צו דרוקן די ספרים פון רבי'ן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין לז.): "כל המציל נפש אחת מישראל, כאילו קיים עולם מלא", איז דאך זיכער, אז "המציל כל העולם כולו" - איז דאך נישטא קיין ווערטער ארויסצוברענגען זיינע זכותים; מיט'ן העלפן דרוקן די ספרים איז מען מציל די וועלט, מען ברענגט די גאולה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3 - איך בין זייער איבערגענומען פון די חסד פון חברה הצלה
רפואה, חסד, הצלה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך בין נישט ביי זיך פון וואס איך האב געזען, ווי דו שלעפסט זיך ארויס פיר אזייגער פארטאגס צו קומען ראטעווען א נפש בישראל.


פון ווען איך האב גערופן הצלה ביז דו ביסט אנגעקומען - איז געווען פינקט דריי מינוט! איך קען נאכנישט צו זיך קומען פון די חסד פון הצלה אינגעלייט, אויפשטיין פיר אזייגער פארטאגס ארויסשפרינגען פון בעט אינמיטן די נאכט ראטעווען א נפש בישראל.


באזונדער האב איך הנאה געהאט ווי דו קומסט צו לויפן מיט א ישוב הדעת, דו ביסט אזוי שטארק ביי דיר; דאס איז דאך די וויכטיגסטע זאך - זיך נישט פארלירן.


יישר כח נאכאמאל פאר'ן קומען העלפן, און א באזונדערע יישר כח פאר'ן מיך נישט איינשפארן אין תפיסה, אין שפיטאל. רוב מאל, די וואס זענען עוסק אין רופא חולים דארף מען נאכדעם עוסק זיין אין מתיר אסורים; יישר כח פאר'ן נישט שטופן צו גיין אין שפיטאל.

#2 - ס'איז געשמאק צו ליינען פרייליכע און פאזיטיווע בריוו
שמחה, שלום בית, הצלה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב זייער הנאה צו ליינען ענקערע בריוו; איך באקום צענדליגער און הונדערטער בריוו יעדן טאג באזונדער, יעדער מיט פראבלעמען, צרות און יסורים, אבער אזעלכע בריוו וואס איר שרייבט – דאס איז א זעלטנהייט. אייערע בריוו איז זיס צו ליינען; אזוי פאזעטיוו, אזוי שיין, פול מיט דאנקבארקייט; איך יאג זיך צו ליינען ענקערע בריוו, עס געבט כח ווייטער אנצוגיין מיט די ארבעט.


דער אייבערשטער זאל ענק בענטשן איר זאלט זיך שטענדיג ליב האבן, איר זאלט זיך שטענדיג אויסקומען, לעבן מיט שלום און ליבשאפט און האבן נחת פון די קינדער.


בנוגע וואס דיין ווייב זאגט, זי וויל נישט דו זאלסט זיין אן הצלה מאן, זי וויל האבן א שבת טיש, זי וויל נישט א שבת טיש מיט א טעלעפאן און רעדיאו; זי זאגט גוט, זי איז גערעכט; איך וועל נאך רעדן מיט ענק פנים בפנים.

#1 - איך דארף האבן אין שטעטל פאראמעדיקס
שלום בית, יבנאל, שטעטל, הצלה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


פרעג דיין ווייב תחי' אויב זי איז מסכים דו זאלסט זיך לערנען צו זיין א פאראמעדיק; אויב זי איז מסכים וויל איך דו זאלסט זיך לערנען אינאיינעם מיט האברך ... נרו יאיר, איך וועל ענק ביידע באצאלן די גאנצע קאסט.


איך דארף האבן אין שטעטל פאראמעדיקס; איך האף מען וועט דאס נישט דארפן נוצן, אבער חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין יז:) אז מען טאר נישט וואוינען אין א שטאט וואס עס איז נישטא דארט א רופא; דאס גייט ארויף אויף הצלה און פאראמעדיקס.


מיר האבן שוין אין שטעטל אפאר אינגעלייט פון חברה הצלה; איך האף צו האבן זעקס און דרייסיג חברה הצלה אינגעלייט, כמנין ל"ו; מוהרא"ש פלעגט זאגן ער האט זעקס און דרייסיג הצלה לייט אין יבנאל, ער רופט זיי די ל"ו צדיקים וואס לויפן אין אלע צייטן ראטעווען אנדערע מיט מסירות נפש.


עס איז א שווערע לימוד, עס נעמט אפאר יאר, אבער עס לוינט זיך די שווערע הארעוואניע צו קענען ראטעווען א נפש אחת מישראל.


דאס קענסטו נישט טון נאר מיט רשות פון דיין ווייב תחי'.