בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#12 - אפשווייגן אויף א בזיון, זויבערט אויס דעם מענטש
תשובה, בזיונות, אומאן, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תבא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין אזוי פרייליך אז מיר פארן שוין קיין אומאן, מיר פארן איינאיינעם אלע משפחות מיט אלע קינדער צום רבי'ן אויף ראש השנה; עס איז שווער פאר יעדן איינעם, דאך צעברעכט מען אלע שוועריקייטן.


געדענק, די סוד כוונת אלול איז "יִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", שווייג אפ אויף דיינע בזיונות; נישטא נאך א זאך וואס זאל אויסזויבערן דעם מענטש - ווי אפשווייגן אויף א בזיון. געלויבט דעם אייבערשטן איך האב יעדן טאג לכל הפחות איין בזיון, אויב נישט מער, און אז מען איז זוכה מען שווייגט אפ, מען ענטפערט נישט, מען גייט ווייטער אן מיט עבודות השם - איז מען זוכה צו תשובה, צו בחינת אקיה, צו בחינת כבוד אלוקי צו כ', כתר (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#11 - אין די אלול טעג דארף מען אריינברענגען שמחה אין די גאנצע שטוב
שמחה, שלום, תשובה, אומאן, אחדות, מניעות, חודש אלול, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תבא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


מיר גרייטן זיך שוין צו די נסיעה קיין אומאן וואו אלע קומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה. יעדער איינער האט זיך זיינע מניעות און מיט תפילה וועלן מיר אלע איבערקומען אונזערע מניעות; דאווענט צום אייבערשטן מען זאל האבן כח זיך צו שטארקן אויף די מניעות.


מניעות איז א גוטע זאך. נעכטן ביים ליל שישי שיעור האבן מיר געלערנט די ווערטער פון הייליגן רבי'ן (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן סו) אז מניעות איז נאר להגדיל החשק, צו מאכן די חשק גרעסער און שטערקער; דעריבער פלעגן אונזערע לייט דאווענען מען זאל איבערקומען די מניעות, מען האט נישט געדאווענט מען זאל בכלל נישט האבן קיין מניעות, ווייל בעצם די מניעה איז א גוטע זאך, עס מאכט אזוי בענקען, האפן און וועלן, מען דארף נאר האבן כח דאס צו קענען בייקומען.


טייערע ברידער, טייערע חברים, איין זאך בעט איך ענק, זייט נישט פארנומען מיט א צווייטנ'ס עבודת השם, יעדער זאל דינען דעם אייבערשטן לויט זיין דרגא און נישט זארגן פאר א צווייטנ'ס רוחניות, (איך מיין נישט די גבאים וואס דארפן זארגן אז די שול זאל זיך פירן מיט דרך ארץ). אז מען זעט שלעכטס ביי אנדערע איז דאס די אייגענע חסרון, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה: "ווען איך זע שלעכטס ביי אנדערע; אדער האב איך זיך נאכנישט מתבודד געווען, אדער האב איך זיך נישט גענוג מתבודד געווען, וואלט איך זיך מתבודד געווען - וואלט איך נישט געזען קיין שלעכטס ביי יענעם".


מוהרא"ש זאגט, עס פלעגט זיין ביי אנשי שלומינו וואס פלעגן ענטפערן פאר די וואס קומען מיט מוסר: "איך בעט אייך, לאזט מיר ארבעטן אויף מיין עבודת השם, עס איז מיין מצוה, ביטע זארגט נישט פאר מיר"; אז אלע פון אייך וועלן אפלאזן יענעמ'ס עבודת השם, מען וועט נישט זארגן פאר יענעמ'ס ערליכקייט - וועט דער ס"מ אונז נישט קענען צעטיילן, מיר וועלן בלייבן צוגעקנופט צום רבי'ן.


אויך זאלט איר אריינברענגען שמחה אין שטוב, אין די ווייב און קינדער, בפרט יעצט אין די אלול טעג ווען מענטשן פארדרייען די יוצרות, מען הערט נישט אויף אנשרעקן מיט עונשים און מיט צרות, דארף מען אריינברענגען שמחה אין זיך און אין די גאנצע שטוב, אז מען זאל נישט ווערן אנגעשטעקט מיט עצבות און מרה שחורה.


דעם קומענדיגן וואך מאנטאג נצבים וילך, ח"י אלול - געפאלט די געבורטס טאג פון הייליגן צדיק דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, מוהרא"ש זאגט בשם דעם הייליגן בעל התניא זכותו יגן עלינו, אז דאס קומט אונז ווייזן וואס דער הייליגער בעל שם טוב האט אויפגעטון, דער בעל שם טוב האט אריינגעברענגט א חיות אין אלול. איידער דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געקומען אויף די וועלט האט מען תשובה געטון פון פחד פון עונשים, מען האט תשובה געטון נישט ריכטיג, נאר פון ציטערן פון ביטערע פיין, און דער הייליגער צדיק דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אריינגעברענגט ח"י אלול - א 'חיות' אין 'אלול', מען זאל תשובה טון פון ליבשאפט. דער דרך הבעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז תשובה מאהבה, און דרך המוסר איז תשובה מיראה; ח"י אלול - א חיות אין אלול.


איך בעט אייך זייער, מיר קומען קיין אומאן צום רבי'ן, מיר מוזן זיך רייניגן אונזער הארץ, ארויסנעמען אלע פינטלעך וואס מען האט אין הארץ אויף אנדערע. מוהרא"ש פלעגט וויינען ביי תקיעת שופר: "אויב געפינט זיך איינער אין שול וואס האט פיינט א צווייטן - זאל ער ארויסגיין פון שול"; עס איז געווען אזא התעוררות, מיר אלע האבן תשובה געטון מיט אונזער גאנצע הארץ.


איך בעט אייך מיינע ליבע ברידער, מיר קומען צום רבי'ן, לאמיר קומען מיט די שיחה וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס הערשט צווישן אייך; מוהרא"ש האט געשריבן אן א שיעור בריוו און געוויינט אז יעדן דיבור פון רבי'ן איז מקוים געווארן אבער דעם דיבור – נאכנישט; וויפיל האט מוהרא"ש געוויינט און געבעטן אז אין "היכל הקודש" זאל מען מקיים זיין דעם דיבור.


מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס פאר א תיקונים מען איז זוכה ביים הייליגן רבינ'ס ציון, עס איז דא סודות צווישן אנשי שלומינו וואס מען קען נישט רעדן דערפון, סוד ה' ליראיו - וואס דער ציון טוט מיטן מענטש, אפילו איינער וואס איז געבוירן געווארן מיט א פגם וכו', הורתו שלא בקדושה, ער האט א פלעק וואס מען קען נישט אראפנעמען פון זיך, אבער ביים רבינ'ס ציון קען מען דאס אויך פאררעכטן, (עס אז א סוד וואס מען קען נישט רעדן אפן דערפון); דארפן מיר זיך זייער פרייען אז מיר קומען צו אזא מקום קדוש.


איך בענק זיך אזוי צו ענק, איך וויל ענק אזוי טרעפן אין אומאן, איך ווארט שוין אויף די שמחה, אויף די ברכות פון שהחיינו; אלע יארן אין אומאן פלעגט זיין אזעלכע שמחות און ריקודים פון אנשי שלומינו, מען האט אויסגעשריגן: "שהחיינו!" א טייל האבן געמאכט אפילו די ברכה פון מחיה המתים; ונזכה ונחיה ונראה.


א גוט שבת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#10 - גיין רעדן אין שולעס וואס איז אלול און וואס איז תשובה
חיזוק פאר מיידלעך, תשובה, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תבא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אודאי זאלט איר גיין רעדן אין שולעס וואס איז אלול און וואס איז תשובה; עס איז נישטא קיין גרעסערע זכות פון רעדן פאר מיידלעך אין סקולס, זיי ווייזן די ליבשאפט וואס דער אייבערשטער האט צו אונז אידישע קינדער און ווי גוט איז צו גיין אין די וועגן פון די תורה.


מען שרעקט צופיל אן די קינדער, בפרט אלול ווארפט מען א פחד, און קליינע מוחות קענען עס אננעמען נישט ריכטיג, און עס קען זיין אמאל אז מען ווערט שטארק דערשראקן און מיואש; מען דארף רעדן פון די רחמנות וואס דער אייבערשטער האט צו אונז, ווי שטארק ליב דער אייבערשטער האט אונז און ווי חשוב עס איז אפילו נאר א גוטע ווילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#9 - בלייבן צוגעקניפט צום הייליגן רבי'ן אין חדר היכל הקודש
התחזקות, אומאן, היכל הקודש, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו, דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן מיין זון הרב שמעון שליט"א איז נעכטן א חתן געווארן למזל טוב מיט א טאכטער פון ר' אברהם משה נרו יאיר. נעכטן איז געווען דער יארצייט פון הייליגן ייטב לב זכותו יגן עלינו און פון הייליגן תוספת יום טוב זכותו יגן עלינו, סיי מיין זון דער חתן און סיי די כלה - זענען ביידע אייניקלעך פון ייטב לב און תוספת יום טוב; דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אלע זוכה זיין צו נחת און שמחה ביי אונז אלע.


היינט נאכט וועט זיין דער וועכנטליכער ליל שישי שיעור. עס איז וויכטיג צו קומען, עס איז וויכטיג זיך צו האלטן מיט תלמידי היכל הקודש, עס איז וויכטיג נאכאמאל צו הערן די עצות פון הייליגן רבי'ן, ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש. בפרט יעצט אין חודש אלול ווען מיר גרייטן זיך שוין צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה קיין אומאן - דארף מען זיך פון פריש באנייען צו טון די עצות פון רבי'ן; דאס קען מען נאר דורך זיך האלטן אין די הייליגע חבורה פון היכל הקודש, א חבורה פון אמונה, א חבורה פון זוכן אין זיך און אין א צווייטן נקודות טובות.


בעט דעם אייבערשטן (פיוט אקדמות): "קְבִיעִין כֵּן תֶּהֱווּן, בְּהַנְהוּ חֲבוּרָתָא", זאלסט בלייבן צוגעקנופט צום הייליגן רבי'ן אין חדר היכל הקודש, זיך נישט דערשרעקן פון גארנישט, זיך נישט אפקילן פון קיינעם, זיך נישט צוטון מאכן פון בלבולים און חלישות הדעת וכו'. דער רבי האט געזאגט פאר ר' ליפא וואס האט זיך אפגעקילט און מער נישט געקומען, שפעטער איז ער געקומען האט אים דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שטו): "תָּמֵהַּ אֲנִי", עס וואונדערט מיר, "אֵיךְ מַשְׁלִיכִים חֲבוּרָה אֲהוּבָה וַחֲבִיבָה כָּזוֹ", ווי אזוי קען א מענטש אפלאזן אזא באליבטע חבורה.


איך וויל דיך פרעגן אויב דו וועסט קענען מיטנעמען א קליין פעקל ספרים קיין אומאן פאר די מפיצים; איך וועל דאס אויסטיילן מוצאי שבת נאך סליחות, אויב דו קענסט נעמען איינס אדער מער - וועט דאס זיין א גרויסע הילף פאר די מפיצים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#8 - א חיות אין חודש אלול
שלום, אחדות, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מוהרא"ש זאגט בשם דעם הייליגן בעל התניא זכותו יגן עלינו, אז די געבורטסטאג פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו געפאלט אינעם טאג ח"י אלול, דאס קומט אונז ווייזן אז דער בעל שם טוב האט אריינגעברענגט א חיות אין אלול; ווייל ביזן הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט מען תשובה געטון פון פחד פון עונשים, מען האט תשובה געטון נישט ריכטיג, נאר פון ציטערן פון ביטערע פיין, און דער הייליגער צדיק דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אריינגעברענגט ח"י אלול - א 'חיות' אין 'אלול', מען זאל תשובה טון פון ליבשאפט. דער דרך הבעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז תשובה מאהבה, און דרך המוסר איז תשובה מיראה; ח"י אלול - א חיות אין אלול.


איינע פון די רמזים אינעם ווארט אלול איז די ראשי תיבות א'יש ל'רעהו ו'מתנות ל'אביונים. מוהרא"ש זאגט, די עבודה פון אלול איז מרבה זיין ליבשאפט, זיך מוחל זיין, זיך איבערבעטן, זיך פארגינען; כל זמן מען האט פיינט א צווייטן איד - איז מען זייער ווייט פון תשובה. מוהרא"ש זאגט: "אדם יכול לקום בחצות", א מענטש קען אויפשטיין זאגן תיקון חצות, "ולהתבודד", און רעדן צום אייבערשטן, "וללמוד", און לערנען, "לעשות עבודות קשות", און טון שטארקע עבודות בעבודת השם יתברך, "אבל הוא שונא את הזולת", אויב האט ער פיינט א צווייטן, "על לא דבר", פאר גארנישט, "אזי למעלה בשמים צוחקים מכל עבודות הקשות שלו", אין הימל לאכט מען פון אלע זיינע עבודות, "והקדוש ברוך הוא אומר לו", און דער אייבערשטער זאגט אים, "איך אקבל את העבודות שלך", ווי אזוי ווילסטו איך זאל אננעמען דיינע עבודות, "בשעה שאתה שונא את הזולת", ווען דו האסט פיינט א צווייטן, "ועובר על (ויקרא יט, יז) 'לֹא תִשְׂנָא אֶת אָחִיךָ בִּלְבָבֶךָ'", (אשר בנחל ו תשט).


אז מיר וועלן זיך ליב האבן, אנשי שלומינו וועלן זיך קענען ליידן - וועט אונז דער רבי ברענגען אויף זייערע הויכע מדריגות, און אויב נישט - וויל איך נישט טראכטן וואס וועט זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


א גוטן חודש.

#7 - אין חודש אלול איז צייט ארויסצונעמען די פיינטשאפט פון הארץ
כולל, מחלוקת, שלום, חודש אלול, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען בלאזט שוין שופר, מען דארף זיך שוין דערוועקן און צוריק קומען צום אייבערשטן. דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן לט) אום ראש חודש אלול: "היינט האב איך זיך זייער דערשראקן ווען איך האב געהערט בלאזן שופר; שפעטער איז צוגעקומען צו מיר מיין טאכטער אדל און מיר געזאגט: 'טאטע, היינט האב איך זיך זייער דערשראקן, איך האב תשובה געטון ווען איך האב געהערט בלאזן שופר'", האט דער רבי דעמאלט מגלה געווען דעם תורה (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קמא): אויף די ווערטער פונעם פסוק (דברים ל, ו): "אֶ'ת לְ'בָבְךָ וְ'אֶת לְ'בַב", וואס איז נוטריקון דאס ווארט "אלול"; ווען א מענטש איז זוכה און ער שפירט זיינע זינד, ער כאפט וואס ער האט אלץ געטון און ער טוט תשובה דערויף, דעמאלט אלע זיינע קינדער - סיי די קינדער, און סיי די קינדער וואס זענען נעבעך באשאפן געווארן פון זינד - פגמי הברית - אלע טוען תשובה.


נעכטן ליל שישי איז געווען זייער א שיינע שיעור, איך האף דו האסט גוט געהערט וואס מיר האבן גערעדט, פון ארויסנעמען די פיינטשאפט פון הארץ; ווייל כל זמן מען קען נישט ליידן א צווייטן - איז מען נאך זייער ווייט פונעם אייבערשטן, מען דארף אויף דעם אסאך ארבעטן, מען דארף אסאך שרייען ביי התבודדות: "רבונו של עולם, וואס איז דאס אז איך בין אנגעגעסן אויף דעם און אויף יענעם? רבונו של עולם וואס איז דאס אז איך קען נישט קוקן א צווייטן איד אין פנים? וואס איז דאס אז איך האב פיינט א צווייטן?"


מוהרא"ש זאגט, אלע עבודות וואס מען דינט דעם אייבערשטן, אויב האט מען פיינט א צווייטן איד - לאכט מען אין הימל פון דעם איד, יעצט אלול מוז מען דאס פאררעכטן. מוהרא"ש ברענגט בשם דעם הייליגן אריז"ל, די ראשי תיבות פון שופ"ר איז (דברים כט, יז): "שֹׁ'רֶשׁ פֹּ'רֶה רֹ'אשׁ וְ'לַעֲנָה", פרעגט מוהרא"ש, לכאורה וואס האט דער פסוק מיט בלאזן שופר? נאר רש"י זאגט, וואס איז דאס שֹׁ'רֶשׁ פֹּ'רֶה רֹ'אשׁ וְ'לַעֲנָה? "שׁוֹרֶשׁ מְגַדֵּל עֵשֶׂב מַר כְּגִידִין שֶׁהֵם מָרִים, כְּלוֹמֶר מַפְרֶה וּמַרְבֶּה רֶשַׁע בְּקִרְבְּכֶם"; דאס הייסט, ווען מען הערט דעם שופר - דארף דאס אויפוועקן דעם מענטש ער זאל תשובה טון, ארויסנעמען פון זיך דאס רשעות וואס ליגט אין אים וכו', ער זאל אנהייבן קוקן גוט אויף אנדערע און טון נאר חסד מיט אנדערע.


נעכטן בין איך געזיצן א סעודת ראש חודש מיט אונזערע טייערע כולל אינגעלייט, איך געדענק מיין זיידע קארלסבורגער רב זכרונו לברכה פלעגט מאכן יעדע ראש חודש א סעודה מיט די כולל אינגעלייט, איך בין זייער איבערגענומען פון די כולל אינגעלייט, זיי לערנען מיט גרויס התמדה און פירן זיך מיט יראת שמים.


א פרייליכן שבת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6 - אליהו הנביא קומט צו יעדן ברית, און מען קען פועל'ן גרויסע ישועות
אמונה, תשובה, חודש אלול, ברית

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז געווען די ברית ביי מיין אייניקל, א זון פון מיין איידעם נתנאל שליט"א. מיין שווער הרב ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א איז געווען דער סנדק, איך האב געזאגט די ברכות און געגעבן דעם נאמען 'יחזקאל', נאך מיין זיידע קארלסבורגער רב זכרונו לברכה. מיין זיידע האט מיך גענומען קיין אומאן אלס בחור צוויי מאל; איין מאל בין איך געווען מיט אים, און א צווייטע מאל מיט אים - אינאיינעם מיט מיין טאטע שליט"א.


ביי די ברית האב איך געזאגט וואס מוהרא"ש זאגט, מען ווינטשט: "כשם שנכנס לברית, כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים", 'כשם' מיטן נאמען וואס מען האט געגעבן פארן קינד - ביים ברית, 'כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים' - דאס זאל אים העלפן צו לערנען און דאווענען; אזוי ווי דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו זאגט (ספר נועם אלימלך, במדבר) א נאמען נאך א צדיק העלפט, "שֶׁיִּהְיֶה גַם כֵּן צַדִּיק", אז דער מענטש זאל אויך זיין א צדיק, "מַחֲמַת שֶׁנִּתְעוֹרֵר הָאוֹר שֶׁל הַצַּדִּיק שֶׁהוּא בָּעוֹלָם הָעֶלְיוֹן", דאס וועקט אויף די ליכטיגקייט פונעם צדיק אויבן אין הימל.


א מורא'דיגע מעשה וואס איך האב געהערט פון מוהרא"ש, דער גרויסער גאון רבי שלמה קלוגער זכר צדיק לברכה איז געווען אמאל ביי א ברית, און מען האט זיך דארט זייער פארזוימט, האט ער געפרעגט: "וואס ווארט מען?" האט מען אים געזאגט אז דער טאטע פונעם קינד גוסס'ט און מען ווארט אז דער טאטע פונעם קינד זאל שטארבן, מען זאל קענען געבן א נאמען פארן קינד נאך זיין טאטע. האט דער גרויסער גאון געזאגט: "איך פארשטיי נישט וואס מיט ענק גייט פאר, מאכט שוין דעם ברית, אזוי וועט אליהו הנביא קומען צו גיין און מען וועט אויסבעטן פאר די חולה ער זאל האבן א רפואה שלימה", וכך הוה, מען האט געמאכט די ברית און מען האט גע'פועל'ט א רפואה פארן טאטן פונעם רך הנימול, ביז דריי טעג איז ער שוין געגאנגען אויף זיינע פיס; זעט מען דאס גרויסקייט פון זיין ביי א ברית.


אליהו הנביא קומט צו יעדן ברית און מען קען פועל'ן גרויסע ישועות, און אלע וואס זענען ביים ברית - איז מען מוחל אלע עבירות. אפילו מען זעט נישט אליהו הנביא, דארף מען וויסן - אז גלייבן איז מער ווי זען, אז מען גלייבט אז אליהו הנביא געפינט זיך ביי א ברית איז דאס נאכמער ווי זען. מוהרא"ש האט דערציילט, דער הייליגער נודע ביהודה זכותו יגן עלינו האט איינמאל פסח ביים סדר נאך 'שפוך חמתך' - אראפבאגלייט ביזן גאס אליהו הנביא און אים באגריסט: "גוט יום טוב!" ווען ער איז צוריק געקומען צום סדר האט ער געזאגט: "איר מיינט איך האב געזען אליהו הנביא, דעריבער בין איך געגאנגען באגלייטן? איך וועל ענק זאגן, איך האב אים נישט געזען און דאך בין איך געגאנגען באגלייטן, ווייל איך גלייב אז ער איז דא, און גלייבן איז נאך מער פון זען".


מיין טאטע שליט"א איז יעצט אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי. ער גייט אלע יארן פון נאך ט' באב ביז א' סליחות אין מירון, ער איז דארט מיט מיין מאמע תחי'. ער גרייט זיך דארט פאר די הייליגע טעג, אזוי ווי מיין זיידע קארלסבורגער רב זכרונו לברכה פלעגט טון; זיצן פון נאך ט' באב ביז א' סליחות ביי רבי שמעון בר יוחאי.


דער אייבערשטער זאל העלפן, זה הקטן גדול יהי', כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים, און אלע זאלן זען ישועות און רפואות.


מארגן ערב ראש חודש אלול איז א טאג פון תשובה, מען טרעט אריין אין די ימי הרחמים והסליחות. די טייערע ספרדי'שע אידן הויבן שוין אן זאגן סליחות, זיי זאגן גאנץ אלול סליחות. מיר דארפן זיך שוין אויך אויפוועקן און תשובה טון, מיר וועלן מארגן זאגן אינאיינעם יום כיפור קטן מיט מנחה, אום אכט אזייגער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#5 - יעדער איינער זאל טון הפצה, יעדער לויט זיין בחינה און לויט זיינע כוחות
שלום בית, הפצה, מוסדות, תשובה, ספרי ברסלב, ארץ ישראל, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בענק זיך זייער נאך ענק, איך האף צום אייבערשטן מיר וועלן זיך זען ביים הייליגן רבינ'ס קיבוץ ראש השנה אין אומאן.


די וואך האב איך געהאט א גאסט פון ארץ ישראל, דער מנהל המוסדות איז געקומען פאר א באזוך ביי אונז אין שטעטל, ער האט מיר דערציילט ווי שיין עס פירט זיך די חדר, סיי אין ירושלים און סיי אין טבריה, אויך האט ער מיר דערציילט פון די נייע חדר וואס האט זיך געעפנט די וואך אין בני ברק; איך האב זייער הנאה צו הערן ווי שיין עס איז ביי ענק, ווי שיין ענק גייען אן.


איך וויל ענק אלע בעטן, זייט אייך מחזק אין די זאך פון הפצה; יעדער איינער זאל אליין עוסק זיין אין הפצה - יעדער לויט זיין בחינה און לויט זיינע כוחות, ווייל מיר קומען צום רבי'ן, וועט אונז דער רבי פרעגן די פראגע וואס דער רבי האט געפרעגט אנשי שלומינו: "אויב איר זענט דא, פארוואס איז נישט די גאנצע וועלט דא? און אז די וועלט איז נישטא, פארוואס זענט איר יא דא?" אז מיר האבן אזעלכע גוטע עצות ווי זיך צו מחזק זיין, גוטע עצות ווי צו לעבן מיט א ווייב און קינדער, איז וואס איז מיט די וועלט, פארוואס ברענגט מען דאס נישט אריין אין אנדערע?!


נאך א טובה וויל איך אייך בעטן, רעדט שיין אין שטוב מיט דרך ארץ, מען קען נישט שרייען אויף א ווייב, מען קען נישט ווארענען, סטראשען וכו'; מען דארף רעדן צו די ווייב, מיט גרויס דרך ארץ. דער רבי האט אונז זייער געווארענט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב און זיי האלטן טייער (שיחות הר"ן, סימן רסד), דאס ברענגט השראת השכינה אין שטוב, און ברכה.


טייערע ברידער, אלול איז א צייט פון תשובה; וואס איז תשובה? מען זאל זיין צופרידן ווי אזוי דער אייבערשטער פירט און מאכט אלעס; תשובה איז, זיך איבערגעבן צום אייבערשטן, נישט האבן קיין תרעומות אויף אים.


מאכט אייך שיעורים אין רבינ'ס ספרים, אין די קונטרסים און בריוו פון מוהרא"ש; די ספרים בויען אויף א קלארע שטארקע אמונה, ווען מען לערנט די ספרים ווערט מען אנגעפילט מיט הרהורי תשובה.


א פרייליכן שבת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#4 - אויב מעגליך, זאל מען נישט מאכן די אפעראציע אין די דריי וואכן
תודה והודאה, בין המצרים, רפואה, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שלח, מברכים החודש, כ"ה סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אז איר קענט אפשטופן די אפעראציע פאר חודש אלול זאלט איר דאס ענדערש מאכן אין חודש אלול ווי אין די דריי וואכן. אין שולחן ערוך ווערט גע'פסק'נט (אורח חיים סימן תקנא, סעיף א): "בַר יִשְׂרָאֵל דְּאִית לֵיהּ דִּינָא בַּהֲדֵי עַכּוּ"ם לִשְׁתַּמִּיט מִנֵּיהּ דְּרִיעַ מַזָּלֵיהּ", אויב מען האט א סכסוך מיט א גוי זאל מען דאס אפשטופן אויף אלול, ווייל אין די צייט געוועלטיגט דער שר פון עשו (זוהר הקדוש פרשת יתרו, דף עח:), ווידער אלול איז א חודש פון רחמנות, זאלט איר ענדערש מאכן די אפעראציע אין חודש אלול.


דער אייבערשטער זאל אייך היטן, אייך און אייער מאן און קינדער, אלעס זאל אריבערגיין בשלום. דער עיקר זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט אייך - וועט איר זען וואונדערליכע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - ס'איז צייט תשובה צו טון, זיין א מאמע און א ווייב
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תשובה, מאוויס, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן האט זיך מיר אויסגערעדט זיין הארץ, ער זאגט מיר אז שוין צענדליגער וואכן וואס ער האט נישט וואס צו עסן; איר קאכט נישט קיין נאכטמאל קיין איין נאכט, אנשטאט זיין א מאמע מיט א ווייב זענט איר אריינגעפאלן אין די שרעקליכע נעץ פונעם סמ"ך מ"ם, איר קוקט מאוויס א גאנצע נאכט.


יעצט איז חודש אלול, עס איז א צייט וואס איר דארפט תשובה טון, איר דארפט אפלאזן אייערע חבר'טעס. עס טוט מיר זייער וויי, עס רייסט מיר דאס הארץ, ווייל איך בין געווען ענקער שדכן, איך האב אייך געגעבן מיין בעסטער תלמיד; ער זאגט ער האט נישט קיין ווייב, איר מאכט א שפיל פון אינדרויסן כאילו איר זענט חתונה געהאט, איר האט אים אין בוידעם.


איך ווארט צו הערן פון אייך וואס אייער פלאן איז.

#2 - אריינברענגען תשובה מיט שמחה, נישט מיט אנגעצויגנקייט
שמחה, חינוך הילדים, אמונה, התחזקות, מוסדות, תשובה, עבירות, בית המדרש, סיפורי צדיקים, ארץ ישראל, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, י"ט אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיינע ליבע חברים פון ירושלים, ה' עליהם יחיו


מיר שטייען יעצט אין חודש אלול, א חודש וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן, פון רחמנות, א חודש וואס מיר קענען אנהייבן פונדאסניי. עס ווערט געברענגט פון צדיקים (לקוטי תורה פרשת ראה לב, ב) א משל צו א קעניג וואס איז א גאנץ יאר אין פאלאץ, נאר גרויסע שרים קענען אריינגיין אין פאלאץ, איינמאל א יאר גייט דער קעניג אין פעלד, דעמאלט קומען אלע פויערן, אלע פארמערס, דעמאלט קענען זיי רעדן צום קעניג; אזוי איז חודש אלול, א צייט וואס יעדער איינער קען קומען צום אייבערשטן אים בעטן רחמנות.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר זענען ביים רבינ'ס חדר, דער רבי לערנט אונז און ווייזט אונז דעם רחמנות פונעם אייבערשטן. אין אמעריקע האבן מיר מוסדות פאר די קינדער וואו מען לייגט אריין אין זיי פון יוגענט אן די רחמנות פונעם אייבערשטן; מען לערנט אלעס וואס מען לערנט אין אנדערע מוסדות - אבער עס איז בטעם רבינו. אלע מוסדות שיקן אהיים א בילד פון א וואגשאל, איין זייט שטייט מצוות און די אנדערע זייט שטייט עבירות, אויסלערנען די קינדער די זאך פון שכר ועונש, ביי אונז לערנט מען עס מיט די הקדמות פון רבי'ן.


איך האב באקומען א בריוו, א מאמע שרייבט מיר די ווערטער: לכבוד דער חשוב'ער ראש ישיבה, ברוך ה' אונזער טאכטער ... האט אנגעהויבן די יאר סקול אין בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי.


מיין מאן און איך זענען זייער זייער איבערגענומען וואס מען לייגט אריין אין די קינדער, אונזער טאכטער איז אהיים געקומען מיט א צעטל, א בילד פון א וואגשאל פון מצוות און עבירות וואס יעדע סקול שיקט אהיים, אבער וואס דא איז אנדערש איז, אז די עבירות איז אויסגעמעקט, די עבירות זייט איז ליידיג, מיר האבן געפרעגט אונזער טאכטער פארוואס איז די עבירות ליידיג? זאגט זי: "ווייל ווען מען טוט תשובה האט מען נישט קיין עבירות".


דאס לערנט מען מיט די קינדער פון יונגווייז אן, אז דער אייבערשטער איז מוחל ווען מען טוט תשובה; מען רעדט אויך פון דעם אז אויב מען טוט נישט תשובה באקומט מען אן עונש, אבער מען רעדט מער פון תשובה.


איך האף בקרוב צו עפענען מוסדות היכל הקודש אין ירושלים און אויך אין אלע שטעטלעך אין ארץ ישראל, מיר זאלן קענען מחנך זיין די קינדער מיט א ליבשאפט צו תורה און מצוות, זיי זאלן נישט זיין דערשראקן און פארפאניקט.


איך האב באקומען א בריוו פון איינער פון ענקערע קינדער פון ירושלים, א געשריבענע בריוו; איך האב געבעטן דעם אינגערמאן וואס העלפט מיר מיט די בריוו ער זאל דאס אויפטייפן, איך וויל אייך ווייזן וואס אן אומשולדיג קינד שרייבט:


לכבוד מיין וועג ווייזער, דער חשוב'ער ראש ישיבה שליט"א


דא שרייבט ... ירושלים, איך קען נישט אנפאנגען און איך פאנג נישט אן צו דאנקען אויף אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר מיר און מיט מיר, ווייל וויפיל איך וועל דאנקען וועט נישט זיין גענוג.


יישר כח פאר די וועכנטליכע עצתו אמונה, דאס איז די גרעסטע עונג שבת וואס איז נאר פארהאן.


אזוי ווי יעצט איז חודש אלול און מן הסתם ווייסט דער ראש ישיבה שליט"א וואס עס גייט פאר חודש אלול אין אלע סקולס און סעמינארן, איין זאך רעדט מען: "גיהנום, גיהנום, גיהנום, גיהנום... אוי וויי, אוי וויי, אוי וויי", מען ווייזט אויף פאר יעדע מיידל ווי שלעכט זי איז און ווי נישט גוט זי איז, אבער א דרך תשובה געבט מען נישט, מען געבט נאר צו שפירן אז תשובה איז א העכערע זאך, מען לערנט נישט אויס אז תשובה איז אזא גרינגע, זיסע און געשמאקע זאך צו טון, וואס דאס ברענגט א נאנטקייט צום באשעפער, מען ווייזט נאר ווי שווער און ווי קאמפליצירט איז תשובה צו טון.


איך וויל נישט רעדן אויף קיינעם, אבער דאס איז דער מציאות; איך שרייב דעם בריוו נאר ווייל איך בין צעדרייט און צעמישט, מען לייגט ארויף אזא דרוק און לחץ אויף מיידלעך. איך קען נישט זאגן אז עס איז אלע לערערינס, אבער איך פריוואט האב נאכנישט געהערט פון קיין איין לערערין אז איך קען תשובה טון, נישט נאר איך זאג עס, נאר מיין גאנצע כתה כמעט.


איך בעט איבער אויף די לאנגע דרשה, אבער דאס איז א הקדמה צו מיין שאלה:


מיין לערערין האט דערציילט א מעשה בשם איינער פון די גרעסטע גדולים, אז עס איז געווען א מענטש, א פשוט'ער איד, וואס איז ארויף אויבן אין הימל נאכן ענדיגן זיין תפקיד בזה העולם און ער האט געטראכט צו זיך 'מצוות האב איך נישט, אבער לפחות די דריי תפילות א טאג וואס איך האב אויף דעם מקפיד געווען זייער שטארק - וועט מיר שטיין פאר א זכות', אינמיטן זעט ער ווי א מלאך קומט מיט א פיצעלע זעקעלע און מען לייגט עס אויפ'ן וואגשאל, דער מענטש הייבט אן שרייען: "איין מינוט, וואו איז מיינע אלע תפילות וואס איך האב געדאווענט יעדן טאג, די דריי תפילות?!" האט מען אים געענטפערט אז נאר איין מאל האט ער מכוון געווען ביים דאווענען און דאס איז אים געבליבן; ווייל עס שטייט תפלה בלא כוונה כגוף בלא נשמה, די גוף איז געבליבן אונטן מיט אלע תפילות וואס איז כגוף און דא ביסטו ארויפגעקומען מיט איין מצוה פון דאווענען איינמאל מיט כוונה.


איך בין אזוי צעמישט פון די מעשה, ווייל איך בין דאך א פשוט'ע נארמאלע מיידל, וואס האב איך מיט כוונות און ייחודים? איך דאווען נישט בכוונה ווייל איך ווייס נישט ווי אזוי מען דאווענט מיט כוונה; כוונה קוקט מיר אויס צו א הויכע זאך, צו הימליש; איך דאווען פשוט, פשוט, פשוט, אן אויסרעדן ביים דאווענען מיט א סידור... צי איז כוונה געמאכט פאר מיידלעך? אבער אויב איך דאווען אן כוונה איז מיין תפלה דאך נישט ווערד אין הימל, איז צו וואס דארף איך בכלל דאווענען?!


די מעשה האט מיר אריינגעלייגט אין אזא לחץ, אז די לעצטע וואך האב איך געזאגט נאר ברכת השחר, ברכת התורה און אני מאמין מיט תיקון הכללי און תהלים, ווייל די המשך קען איך שוין נישט דאווענען, איך ווייס נישט ווי אזוי מען איז מכוון.


צי קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א עס אויסקלארן? צי קען איך דאווענען מיט כוונה? ווי אזוי? איך וויל אזוי שטארק דאווענען ווי עס דארף צו זיין, אן לחץ.


דאס איז א חלק פונעם בריוו פון איינע פון ענקערע טעכטער; יעצט וועט איר אביסל פארשטיין פארוואס עס גייט מיר אזוי אין לעבן צו עפענען מוסדות פאר אונזערע קינדער, זיי זאלן אויפוואקסן געזונט, זיי זאלן אויפוואקסן מיט ליבשאפט צום אייבערשטן, שפירן די רחמנות פונעם אייבערשטן.


ביים רבינ'ס חדר הערט מען נישט די סארט משלים, די בייסיגע מוסר, די נעגעטיווע תורות; דער רבי האט אנדערע דיבורים, דער רבי דערשרעקט נישט, דער רבי זאגט אונז: "גיי דאווענען, רעד צום אייבערשטן ווי אזוי עס לאזט זיך, זאג דעם אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט, זאג דעם אייבערשטן 'איך האב נישט אינזין דאס דאווענען, העלף מיר איך זאל קענען אינזין האבן פירוש המילות'".


דער רבי האט דערציילט די מעשה פונעם קאפצין פאשא, ווי דער קאפצין פאשא האט געזאגט פאר'ן איד: "דער קעניג האט צער פון דיר, דו שטינקסט!" דער קאפצין פאשא - דאס איז דער יצר הרע וואס רעדט איין דעם מענטש 'דו שטינקסט', ער האט געזאגט דעם איד ער זאל קומען צום קעניג מיט א שמאטע אויפ'ן מויל ווייל דער קעניג וויל נישט רעדן מיט אים, און צום קעניג איז ער געגאנגען זאגן: "דער איד וויל נישט רעדן מיט'ן קעניג!" דאס איז אלעס וואס דער יצר הרע טוט, ער זאגט פאר'ן אייבערשטן אז מיר זענען שלעכט, און אונז רעדט ער איין אז מיר שטינקען, ביז שפעטער ווערט נתגלה דעם אמת ווי שטארק מיר ווילן דעם אייבערשטן, און ווי שטארק דער אייבערשטער וויל אונז.


א רחמנות אויף די קינדער, סיי ביי די אינגלעך און סיי ביי די מיידלעך און בעיקר ביי די בחורים, וואס מען האקט זיי אין קאפ, מען שלאגט זיי מיט צעדרייטע מעשיות, מיט משוגע'נע משלים.


אנשטאט 'גיהנום' זאג זיי די ווערטער: "דער אייבערשטער האט אונז ליב", אנשטאט 'דערשרעקן' לערן מיט זיי די ווערטער פון ראש השנה דאווענען, דער פיוט פון 'וכל מאמינים'; די הארץ קען צוגיין פון די זיסע ווערטער פון וכל מאמינים, ווי מען רעכנט אויס די רחמנות וואס דער אייבערשטער האט אויף אונז: "וְכֹל מַאֲמִינִים", מיר אלע גלייבן, "שֶׁהוּא חַי וְקַיָּם", אז דער אייבערשטער בלייבט אויף אייביג, "הַטּוֹב", דער אייבערשטער איז גוט, "וּמֵטִיב לָרָעִים וְלַטּוֹבִים", און ער טוט גוטס מיט שלעכטע מענטשן און מיט גוטע מענטשן, "הַסּוֹבֵל, וּמַעְלִים עַיִן מִסּוֹרְרִים", דער אייבערשטער ווארט מיט געדולד מען זאל תשובה טון, "הַפּוֹתֵחַ שַׁעַר לְדוֹפְקֵי בִתְשׁוּבָה", דער אייבערשטער עפנט אויף די טיר פאר די וואס קלאפן און ווילן תשובה טון, "וְכֹל מַאֲמִינִים", מיר אלע גלייבן, "שֶׁהוּא פְּתוּחָה יָדוֹ", אז דער אייבערשטער שטרעקט אויס די הענט מיר זאלן צוריק קומען צו אים, "הַצּוֹפֶה לָרָשָׁע וְחָפֵץ בְּהִצָּדְקוֹ", ער זוכט אינעם רשע גוטס אים צו קענען בארעכטיגן, און אזוי ווייטער; דאס וואלט מען געדארפט לערנען מיט קינדער, די רחמנות פונעם אייבערשטן, די גרויסקייט פון תשובה.


איך ווייס אז עס איז אייך שווער צו הערן די ווערטער מוסדות היכל הקודש; עס איז גרינגער ווען מען קען בלייבן נארמאל און קומען שטילערהייט איינמאל א וואך אין שול הערן חיזוק, וואס דארף מען יעצט ארויסנעמען די קינדער פון די מוסדות וואו זיי לערנען און זיך גיין קריגן מיט די משפחה וכו' וכו'? איך ווייס ווי אזוי איר שפירט יעצט ביים ליינען דעם בריוו, איר וואלט ענדערש געוואלט די וואך זאל נישט זיין קיין בריוו, איר ווערט דערשראקן ווען איר הערט רעדן פון מוסדות. מיר זענען דאס אויך אריבער מיט יארן צוריק ווען מיר האבן געעפנט די מוסדות, אבער יעצט ווען מיר האבן מוסדות זעען מיר די נס פון האבן א פלאץ פאר די קינדער, וואו מען צעהאקט זיי נישט מיט די שרעקעדיגע דרשות.


איינער פון די אינגעלייט וואס דאווענען אין אייער שול דערציילט מיר אז זיין זון האט געבעטן דעם מלמד אויב מען קען אויסלעשן דעם ערקאנדישן ווייל עס איז אים זייער קאלט; דער קינד איז א דאר קינד און דער מלמד איז מער א פולער מענטש, א הייסער מענטש, און דער קינד ווארפט זיך פאר קעלט, דער מלמד ענטפערט אים מיט חוזק: "אויב דו ביסט קאלט גיי אהיים ברענג א מאנטל", דער קינד זיצט פארפרוירן פאר קעלט, און דער מלמד מאכט חוזק פון אים: "טו אן א מאנטל!" אינמיטן זומער. א טאג שפעטער בעט דער קינד נאכאמאל מיט גרויס דרך ארץ: "רבי, עס איז מיר קאלט!" דער מלמד רופט אויס: "אלע קינדער זאלן קומען מיט מיר אין אן אנדערע כתה, דארט וועלן מיר קענען אנצינדן דעם ערקאנדישן, און דו בלייב דא אליינס"; איך פרעג אייך, דאס איז נארמאל? איך פרעג אייך, דאס קומט זיך פאר א קינד וואס זאגט 'איך בין קאלט'?


איך קען אייך דערציילן אסאך אזעלכע מעשיות פון ענקערע קינדער, ירושלימ'ע מעשיות; איך וויל אייך נישט אויפהאלטן, מען דארף שוין גיין בענטשן און דאווענען מעריב; דער עולם וויל שוין אהיים גיין, מען דארף קומען צו סליחות.


איך האף צום אייבערשטן צו עפענען בקרוב מוסדות וואו מיר וועלן קענען מחנך זיין די קינדער, זיי ווייזן די רחמנות פונעם אייבערשטן.


מאכט א מנין מוצאי שבת אין שול; ביי אונז איז דער מנהג צו זאגן סליחות מוצאי שבת מיט די בגדי שבת. לאמיר בעטן דעם אייבערשטן פון אונזער הארץ: "'פְּנֵה נָא אֶל הַתְּלָאוֹת וְאַל לַחֲטָאוֹת'; רבונו של עולם קוק אויף דעם וואס אידישע קינדער ליידן, קוק נישט אויף אונזערע זינד, רבונו של עולם קוק וויפיל אידן זענען נעבעך נישט געזונט, וויפיל אידן מוטשען זיך אויף פרנסה, וויפיל מוטשען זיך מיט שידוכים".


דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן אויף אונז און עס זאל שוין זיין: "תִּכְלֶה שָׁנָה וְקִלְלוֹתֶיהָ", די יאר זאל זיך ענדיגן מיט אלע שלעכטע זאכן, "תָּחֵל שָׁנָה וּבִרְכוֹתֶיהָ", עס זאל קומען א נייע יאר, נאר מיט גוטס פאר אלע אידן.


איך ווארט אויף אייך אלע אין אומאן.


א פרייליכן שבת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1 - חודש אלול איז א צייט צו טרעפן שידוכים
בחור, שידוכים, תהלים, קעמפ, ישיבה, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד אלע טייערע בחורים, תלמידי ישיבת תפארת התורה שיחיו.


זארג נישט, נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך.


מיר זענען שוין אריין אין חודש אלול וואס איז א צייט פון טרעפן א שידוך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פז): "דַּע, שֶׁכַּוָּנַת אֱלוּל הֵם תִּקּוּן לִפְגַם הַבְּרִית", חודש אלול איז מסוגל צו פאררעכטן פגם הברית, "וְלִפְעָמִים, מֵחֲמַת זֶה הַפְּגָם יוּכַל לְאַבֵּד אֶת זִוּוּגוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁנָּטָה מִזִּוּוּגוֹ קָשֶׁה לוֹ לִמְצֹא אֶת זִוּוּגוֹ", ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית פארלירט ער זיין שידוך, "וַאֲפִילּוּ אִם יִמְצָא אֶת זִוּוּגוֹ, תִּהְיֶה לוֹ מְנַגֶּדֶת וְלא תִּהְיֶה נוֹטָה אַחַר רְצוֹנוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין זיין שידוך, ער האט שוין חתונה געהאט, וועט זיך זיין ווייב קריגן מיט אים וכו'. זאגט דער רבי: "וְחֹדֶשׁ אֱלוּל שֶׁאָז יְכוֹלִין לְתַקֵּן זֶה", חודש אלול קען מען פאררעכטן וואס מען האט פוגם געווען בפגם הברית, "אֲזַי מוֹצֵא זִוּוּגוֹ, וְהִיא אֵינָהּ כְּנֶגְדּוֹ, רַק כִּרְצוֹנוֹ", ממילא איז מען דעמאלט זוכה צו טרעפן דעם שידוך; זאגט דער רבי אז דאס איז מרומז אין די ווערטער וואס אברהם אבינו האט געזאגט פאר אליעזר ווען ער האט אים באפוילן צו גיין זוכן א שידוך פאר יצחק אבינו, ער האט אים געזאגט (בראשית כד, ח): "וְ'אִם לֹ'א "תֹאבֶה הָאִשָּׁה" לָ'לֶכֶת אַ'חֲרֶיךָ", די ראשי תיבות פונעם פסוק איז אלול און אינמיטן שטייט די ווערטער: "תֹאבֶה הָאִשָּׁה", דאס קומט אונז ווייזן אז אלול איז מסוגל צו טרעפן א שידוך; ווייל אז מען טוט תשובה, מען געבט זיך אונטער צום אייבערשטן און מען וויל גארנישט, מען וויל נאר טון דעם רצון השם, איז מען זוכה צו טרעפן א שידוך און מען איז זוכה צו האבן שלום בית.


זע צו זאגן תהלים, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן זאל זאגן תהילים, ווייל תהילים איז מסוגל צו תשובה; "זֶה שֶׁאָנוּ רוֹאִין, שֶׁבִּימֵי תְּשׁוּבָה - דְּהַיְנוּ בֶּאֱלוּל וַעֲשֶׂרֶת יְמֵי תְשׁוּבָה, כָּל יִשְׂרָאֵל עוֹסְקִין אָז בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה כַּנַּ"ל", דערפאר - זאגט דער רבי - זעט מען אז אין די טעג פון אלול און עשרת ימי תשובה זענען אלע עוסק אין זאגן תהילים, ווייל דאס איז מסוגל צו תשובה, "וְעַל כֵּן, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד לַעֲסֹק תָּמִיד בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי תְּהִלִּים הוּא הִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחַז בּוֹ", דערפאר איז א גרויסע זאך שטענדיג עוסק צו זיין אין זאגן תהילים.


קומענדיגע וואך מיטוואך ענדיגן מיר קעמפ און מאנטאג פרשת כי תבוא הייבן מיר אן צוריק ישיבה אין שטאט; איך האף אז דו וועסט ווייטער קומען לערנען און דאווענען, בלייבן באהאפטן מיט תלמידי היכל הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.