בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#26 - א באזוך אין שטעטל, מיט אלע טעמים
כולל, הדפסה, שטעטל, נעגל וואסער, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, כ"ה אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן בין איך געווען אויף א באזוך אין שטעטל, ווען איך בין אנגעקומען אינדערפרי בין איך ערשט געגאנגען קוקן די נייע בנין אין מחנה אילן החיים, קוקן ווי די ארבעט האלט און צו מאכן די פלענער פארן זומער הבא עלינו לטובה.


פון דארט בין איך געגאנגען אין אונזער ישיבה, די ישיבה האט אלע טעמים; די בחורים לערנען זייער פלייסיג, פירן זיך מיט יראת שמים און מידות טובות. איך האב געלערנט חומש פון די וואכנדיגע סדרה, נאכדעם האבן מיר געדאווענט, די דאווענען איז געווען מיט א חיות און געשמאק. איך האב זיך דערמאנט וואס מוהרא"ש האט אונז געזאגט מיט יארן צוריק ווען עס איז געווען די גרויסע מחלוקת אויף די ישיבה, אז מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען מיט אונזער ישיבה פאר קיין שום ישיבה; עס איז ממש אזוי, די בחורים אין ישיבה זענען פול מיט חיות, מיט שמחה; עס איז א חידוש אין עולם הישיבות צו געפינען פרייליכע בחורים וואס האבן ליב דאווענען, ליב לערנען, ליב צו טון וואס שטייט אין די תורה.


נאכן דאווענען האב איך געגעסן פת שחרית מיט די בחורים, מיר האבן גערעדט שיינע זאכן, אלעס געפלאכטן מיט די הקדמות פון רבי'ן.


נאכן דאווענען בין איך געגאנגען באזוכן די חדר און בית פיגא, אויך אין אפיס בין איך געווען. די אפיס איז יעצט אין א מצב וואס די גמרא זאגט (תענית כה): "מי שאמר לשמן וידלוק, הוא יאמר לחומץ וידלוק", דער אייבערשטער וואס מאכט אז אויל זאל ברענען - קען מאכן עסיג זאל ברענען; די ניסים וואס טוט זיך אפ אין אפיס - איז שלא כדרך הטבע, ווען איך קוק צוריק אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער מאכט מיט אונז - געבט מיר דאס כוחות צו גיין ווייטער. איך דארף האבן אויף די וואך דאנערשטאג ניינציג טויזנט דאלער צו באצאלן נאר די איינגעשטעלטע, נאך הונדערטער טויזנט דאלער צו באצאלן ווענדארס און אין באנק איז דא א מיינוס פון זעקס טויזנט דאלער; וועסטו פרעגן ווי אזוי גיי איך אן, וואס איז די פלאן? די פלאן איז נאכאמאל צוריק צו גיין צום אייבערשטן, אים נאכאמאל בעטן, און ער וועט אונז ווייטער נישט פארלאזן.


אויך בין איך געגאנגען באזוכן די בית הדפוס; וואס דארט טוט זיך אפ... זיצן אינגעלייט, איינער פירט די חשבונות, א צווייטער איז מגיה אשר בנחל, א דריטער איז מגיה עצתו אמונה, א פערטער שרייבט די וועכנטליכע בלעטל 'קרית ברסלב', א פיפטער מאכט די קול ברסלב האטליין; א גאנצע בנין וואס שטייט נאר פאר איין סיבה, פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט אז עס איז דא א רבי מיט עצות וואס קען יעדן איינעם העלפן, יעדער קען אנקומען צו זיין א צדיק.


אויך בין איך געווען ביי די אפיס פון די כולל, דארט דארף מען אויך ניסים צו קענען וויייטער באצאלן די כולל אינגעלייט, און פון דארט בין איך צוריק געגאנגען צו די ישיבה און געדאווענט מנחה, איך בין געגאנגען שפאצירן מיט זיי, געשמועסט פון הייליגן רבי'ן.


זיי מקפיד אויף נעגל וואסער. מוהרא"ש האט דערציילט, א פרוי איז געקומען צום סטייפלער גאון זכותו יגן עלינו און ביטערליך געוויינט אז אירע קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט, יעצט האט איר זון זיך רחמנא לצלן אפגעשניטן די פיאות, און די צער גידול בנים וואס זי גייט אדורך; האט איר דער סטייפלער גאון געפרעגט: "איר גיסט זיך אפ נעגל וואסער אינדערפרי?" די פרוי איז רויט געווארן פאר בושה און מודה געווען אז זי גיסט נישט אפ קיין נעגל וואסער, האט דער סטייפלער גאון איר געזאגט: "דעמאלט וואס ווילט איר פון מיר? אז מען גיסט נישט אפ נעגל וואסער בלייבט די טומאה פון ביינאכט אויף די הענט און וואס מען כאפט אן ווערט טמא, דעריבער איז די גאנצע שטוב פול מיט א רוח טומאה רחמנא לצלן. וואס קען איך טון אז איר אליין האט זיך גורם געווען די צרות?" מיר האבן דאס דערציילט אלץ א חיזוק פאר די פרויען זיי זאל זיין נזהר אין מחנך זיין די קינדער זיך אנצוגרייטן נעגל וואסער פארן שלאפן גיין, און אינדערפרי זאלן זיי נישט אראפגיין פון בעט אן אפגיסן נעגל וואסער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - הייליגער באשעפער, מאך א נס איך זאל ווערן פרייליך און זיך קענען ליידן
תפילות אויף אידיש, שמחה, חיזוק פאר פרויען, נעגל וואסער

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שמות, שובבי"ם, י"ט טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


בעטס פאר איין זאך, בעטס פאר שמחה, ווייל אז מען איז פרייליך – האט מען אלעס, און אויב מען איז נישט פרייליך, מען קען זיך נישט ליידן – האט מען גארנישט.


זאגט די תפילה יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער איך דאנק דיך פאר אלעס וואס דו טוסט מיט מיר, דו ביסט אזוי גוט צו מיר, דו געבסט מיר נאר גוטס.


הייליגער באשעפער איך בעט דיך זייער, מאך א נס איך זאל ווערן פרייליך און איך זאל מיך קענען דערליידן, איך ווייס נישט וואס צו טון מיט מיר, איך בין נישט פרייליך, איך האב זיך נישט ליב, איך לייד, איך לעב נישט.


הייליגער באשעפער, ראטעווע מיך, הייל מיך אויס, געב מיר א פרישע גייסט, א פרייליכקייט, דו ביסט דאך א כל יכול, דו קענסט אלעס טון.


הייליגער באשעפער, איך טו תשובה, איך גיי שוין זיין וואויל, איך גיי נאר טון גוטע זאכן, האב אויף מיר רחמנות, זע מיין צעבראכענע הארץ, איך בין אזוי צעבראכן, איך בין אזוי פארווייטאגט, איך קען מער נישט, אנא ה' הושיעה נאר, אנא ה' הצליחה נא, אנא הושעני.


בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, זאלסטו מיך אויסהיילן און פרייליך מאכן, אמן כן יהי רצון".


זעט צו הערן לעבעדיגע מוזיק, אויך זאלט איר זיין שטארק זיך אפצוגיסן אינדערפרי ביים בעט "נעגל וואסער", אוועק צו נעמען די רוחות רעות.

#24 - קריאת שמע און נעגל וואסער פארטרייבן די קליפות
קינדער, נעגל וואסער, קריאת שמע

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויחי, ט"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


דאס וואס איר זענט אריבער השם ישמרינו דארף ענק מאכן טראכטן 'וואס קען מען מאכן עס זאל נישט פאסירן נאכאמאל?' זאלט איר מקפיד זיין אויף אפגיסן נעגל וואסער, אזוי וועלן נישט זיין ביי ענק אין שטוב רוחות רעות און שדים.


גייט נישט שלאפן נאר נאכן זיך אנגרייטן "נעגל וואסער", און ליינט קריאת שמע שעל המטה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ", ווער עס ליינט קריאת שמע פארן גיין שלאפן – "מַזִּיקִין בְּדֵלִין מִמֶּנּוּ", גייען אלע מזיקים אוועק פון אים, "שֶׁנֶּאֱמַר", אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "וּבְנֵי רֶשֶׁף", די מזיקים, "יַגְבִּיהוּ", גייען אוועק, "עוּף", דורך תורה, דורך ליינען קריאת שמע.


איך זאג ענק צו, אז איר וועט זיין געווארענט אין די צוויי זאכן, נעגל וואסער און קריאת שמע – וועט איר זוכה זיין, איר וועט נישט פארלירן, און זוכה זיין צו זרע של קיימא.

#23 - נעגל וואסער נעמט אוועק קליפות
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, נעגל וואסער

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויחי, י"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


אייערע לערערינס געבן איבער גאר שיינע גריסן אויף אייך, סיי אייער דרך ארץ איז זייער שטארק, סיי אייערע גוטע מידות; איר פירט זיך זייער שיין צו יעדן איינעם, איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע גריסן אויף אייך.


זייט שטארק אין זיך אפגיסן 'נעגל וואסער' אינדערפרי; טרעטס נישט אראפ פון בעט איידער זיך אפגיסן נעגל וואסער. אז מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער ביים בעט – גייען אוועק אלע קליפות און אלע רוחות רעות, און מען קען גרינגער זיין פרייליך.


וואס איר דארפט – זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן; רעדט צו אים אין אייער שפראך, שמועסט מיט אים און בעטס אים פאר אייער הצלחה, בעטס פאר א גוטע שידוך, אן ערליכע שידוך און ערליכע געזונטע דורות; ווייל תפילה איז די עצה פאר גוטע געזונטע קינדער, מיט תפילה קען מען זוכה זיין צו די שענסטע זאכן.


געבט א גרוס אייערע עלטערן, איר האט זייער חשוב'ע עלטערן; זעלטן צו טרעפן אזעלכע טייערע מענטשן.

#22 - וואס זיך פארצונעמען לכבוד די בת מצוה
נעגל וואסער, קריאת שמע

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יעצט ווען איר זענט געווארן א בת מצוה - זאלט איר זיך פארנעמען נישט אראפצוגיין פון בעט אן נעגל וואסער, אויך זאלט איר ליינען קריאת שמע איידער איר לייגט זיך שלאפן - אין א סידור.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן לאנגע געזונטע יארן מיט שמחה.





 


 





 

#21 - די שרעקעדיגע מלאכים וואס קומען צום מענטש וואס שמירט די נעגל
צניעות, נעגל וואסער, נעגל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איר האט מיר געבעטן חיזוק אויף נישט שמירן די נעגל, עס קאכט אין אייך א פייער צוריק אנהויבן שמירן די נעגל; וואס זאל איך אייך זאגן, וואלט איר געזען די שרעקעדיגע מלאכים וואס קומען צום מענטש וואס שמירט די נעגל – וואלט איר גע'חלש'ט פון גרויס פחד; וואלט איר געזען די גרויסע פארציקנדע וועלף וואס רינגלען ארום די מיידל און פרוי וואס שמירט די נעגל – וואלט איר פון פחד געשטארבן; איז וואס ווילט איר האבן די צרות? וואס דארפט איר ארום אייך די קליפות, שדים?


ענדערש הויבט אן - אנשטאט שמירן די נעגל - מאכט נעגל וואסער; זייט מקפיד נישט אראפגיין פון בעט אן אפגיסן נעגל וואסער. אויך אייערע קינדער זאלט איר אפגיסן נעגל וואסער, וועלן זיי אויפוואקסן ערליך און הייליג.


זייט שטארק מיט אייער נדר, וואס איר האט צוגעזאגט פארן אייבערשטן נישט צו שמירן די נעגל; בזכות דעם וועט איר זוכה זיין צו זיצן אין גן עדן מיט די ערליכע הייליגע אידישע פרויען.

#20 - נישט אראפטרעטן פון בעט אן נעגל וואסער
חינוך הילדים, נעגל וואסער

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, חיפה


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גרייט זיך אן יעדע נאכט נעגל וואסער נעבן די בעט, אזוי אז אינדערפרי זאלסטו זיך קענען אפגיסן ביים בעט. מוהרא"ש ברענגט (סידור עת רצון סדר נטילת ידים, א) א קבלה פון הייליגן רבי'ן רבי זושא זכותו יגן עלינו וואס האט מקבל געווען פון זיין הייליגער רבי דער מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו, וואס האט מקבל געווען פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו - נישט אראפטרעטן פון בעט איידער זיך אפגיסן נעגל וואסער, אויף דעם זאגט דער פסוק (תהלים לו, ה): "יִתְיַצֵּב עַל דֶּרֶךְ לֹא טוֹב, רָע לֹא יִמְאָס", אויב מען גייט אראפ פון בעט אן נעגל וואסער - לויפט נאך די נישט גוטע דעם מענטש א גאנצן טאג.


עס זאל דיר נישט שטערן אז עס ווערט נאס נעבן די בעט; ענדערש אזוי, ווי איידער האבן צוטון א גאנצן טאג מיט די סטרא אחרא. גרייט אן סיי פאר דיר און סיי פאר דיין ווייב נעגל וואסער, אזוי אויך זאלסטו אריינלייגן אין דיינע קינדער זיי זאלן נישט אראפטרעטן פון בעט אן נעגל וואסער; אזוי וועט זיין די גאנצע שטוב פול מיט קדושה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - געבן די געפיל פאר די עלטערן אז מען זארגט זיך פאר זיי
קינדער, כיבוד אב ואם, קדושה, נעגל וואסער

בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת האזינו ב', ה' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן די טויזנט דאלער פאר פדיון נפש, דער אייבערשטער זאל דיר געבן א זיסע יאר מיט הצלחה אין אלע דיינע וועגן.


לכבוד די נייע יאר נעם זיך פאר צו רופן דיינע עלטערן יעדן טאג. די מצוה פון כיבוד אב ואם איז היינט אזוי גרינג צו מקיים זיין, מיט איין טעלעפאן רוף קען מען זיך איינקויפן עולם הבא; מיט אפאר גוטע ווערטער, מיט זיך אינטערעסירן וואס זיי מאכן און זיי געבן די געפיל אז מען זארגט זיך פאר זיי – איז מען זוכה צו די בעסטע ברכות.


זיי מחזק דיין ווייב זאל זיך אפגיסן "נעגל וואסער"; אז די מאמע גיסט זיך אפ נעגל וואסער ביים בעט – איז דא קדושה וטהרה אין שטוב און מען איז מצליח מיט די קינדער.


א גמרא חתימה טובה.

#18 - עס קומט א נייע יאר, דארפן ענק גלייבן אז דער אייבערשטער וועט ענק העלפן
קינדער, נעגל וואסער, מנין

בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת האזינו ב', ה' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


איך האב ערהאלטן די צוויי הונדערט דאלער פאר פדיון נפש. דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן זוכה זיין צו געהאלפן ווערן מיט קינדער; עס קומט א נייע יאר, דארפן ענק גלייבן אז דער אייבערשטער וועט ענק העלפן, עס וועט נאך ליכטיג ווערן פאר ענק.


איך בעט פאר ענק, איך האב אמונה; איך ווייס דער אייבערשטער וועט ענק העלפן מיט זרע של קיימא.


לכבוד די נייע יאר זאלסטו זיך שטארקן אין דאווענען יעדן טאג דריי תפילות, שחרית מנחה מעריב מיט מנין, און דיין ווייב זאל זיך פארנעמען זיך צו שטארקן מיט אפגיסן נעגל וואסער פאר א זכות איר זאלט שוין נפקד ווערן בזרע של קיימא.


גמר חתימה טובה.

#17 - פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין
תפילה והתבודדות, שמחה, חינוך הילדים, צדיקים, חסידות ברסלב, אומאן, ראש השנה, פרנסה, נעגל וואסער, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, קשיות, יום טוב, ארץ ישראל, תמימות, געלט, שבועות, תיקון ליל שבועות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת במדבר-מברכין החודש, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בין יעצט געווען אין ארץ ישראל און שוין בענק איך זיך צוריק צו גיין צו ענק. איך וואלט געבליבן מיט ענק פאר נאך לענגער, איך האב אייך זייער ליב. איך בין אהיים געפארן פאר איין סיבה, איך האב א שטוב מיט קליינע קינדער, זיי דארפן מיך אין שטוב, איך ליין מיט זיי קריאת שמע יעדע נאכט, איך לייג זיי שלאפן, און אינדערפרי גיס איך זיי אפ נעגל וואסער (איך האב א קליינע דירה, מען שלאפט איינער נעבן צווייטן, עס איז נישטא קיין פלאץ פאר יעדע קינד צו לייגן נעגל וואסער. איך וועק זיי און גיס זיי אפ נעגל וואסער); נאר צוליב דעם בין איך אהיים געקומען, אז נישט - וואלט איך געבליבן מיט אייך. אנשי שלומינו פון ארץ ישראל זענען אן ענין אחר לגמרי; דאס תמימות, דאס בענקען צום אייבערשטן, דאס איז עפעס א ווילד חידוש, איך בין אייך זייער מקנא.


שטארקט אייך, און מאכט א חשבון יעדן טאג וואס מיר האבן אלץ באקומען פון הייליגן רבי'ן. עס איז דא אסאך בלבולים, אסאך ליצנות, אסאך קשיות אויפן צדיק. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב): "מַה שֶּׁקָּשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַצַּדִּיקִים", דאס וואס עס איז דא קשיות אויף צדיקים, "זֶהוּ מֻכְרָח לִהְיוֹת", אזוי מוז זיין, "כִּי הַצַּדִּיקִים מִתְדַּמִּים לְיוֹצְרָם כַּמּוּבָא", ווייל די צדיקים זענען צוגעגליכנט צום אייבערשטן, "וּכְמוֹ שֶׁקָּשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", און אזוי ווי מענטשן האבן קשיות אויפן באשעפער, 'פארוואס גייט מיר נישט? פארוואס מוטשע איך זיך?' "כְּמוֹ כֵן בְּהֶכְרֵחַ שֶׁיִּהְיֶה קָשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַצַּדִּיק, כִּי הוּא מִתְדַּמֶּה אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", אזוי אויך איז דא קשיות אויפן אייבערשטן; וואויל איז דעם וואס קומט אלעס איבער.


נישט מען זאל מיינען אז עס איז דא אן ענין פון האבן קשיות, באלד וועט נאך איינער זאגן 'קוק עס שטייט אין לקוטי מוהר"ן, זה מוכרח להיות, עס מוז זיין'; ניין, חס ושלום; וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות און האט נישט קיין טענות, ער ווייסט און גלייבט אז מיר קענען נישט פארשטיין דעם אייבערשטן און מיר ווייסן אז אלעס וואס ער טוט - איז גוט.


ווער עס איז זיך מתבודד און שמועסט אויס מיטן אייבערשטן ווי אזוי ער האט אויסגעזען, און ווי אזוי ער זעט נאך אלץ אויס, און וואס דער רבי האט געטון מיט אים, און וואס דער רבי טוט מיט אים יעדן טאג - דער האט כח איבער צו קומען אלע קשיות און בלבולים, אים קומט אויס קלאר טאג נאך טאג: 'פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין, אפילו ער וועט מיך שמייסן מיטן דראנג'.


אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פארן רב, רבי אהרן, ווען ער איז געקומען צום רבי'ן דעם לעצטן ראש השנה פון רבי'ן - שנת תקע"א - פרעגן וואס ער זאל טון וועגן זיין אין אומאן אויף ראש השנה, ער האט געזאגט פארן רבי'ן אז די ראשי קהילה זאגן אים אז ער קען נישט אוועקפארן, ער טאר זיי נישט איבערלאזן וכו', און אויב ער וועט אוועק פארן אויף ראש השנה - וועט ער פארלירן זיין פרנסה וכו'. האט אים דער רבי געזאגט ער זאל נישט קומען, און אזוי האט ער געטון, ער איז נישט געקומען. ווען רבי נתן האט געהערט דערפון, אז ער איז נישט געקומען ווייל דער רבי האט אים געזאגט: "קום נישט", האט ער אים געזאגט: "אפילו דער רבי זאל נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך אוועק טרייבן - וואלט איך אויך נישט אוועק געגאנגען".


אזוי אויך גייט די מעשה, דער רבי האט געהאט א תלמיד ר' ליפא, א גרויסער סוחר. אמאל איז ער געפארן צום יריד מאכן געשעפטן, ער האט געטראכט אז ער וועט קודם גיין צום רבי'ן נעמען א ברכה. ביי שלש סעודות האט ער געווארט אז דער רבי זאל שוין ענדיגן די תורה, ער זאל קענען פארן צום יריד פארדינען געלט. דער הייליגער רבי האט דאך אלעס געזען, האט ער מרמז געווען ביי די תורה וואס שטייט אין זוהר (תיקוני זוהר תיקון ג' מהתיקונים האחרונים): "חֲיֵיכִת בְּהוֹן בְּעוּתְרָא בְּהַאי עָלְמָא, וּלְּבָתַר, קְטִילַת בְּהוֹן", געלט לאכט צום מענטש אין די יונגע יארן, און שפעטער הרג'עט עס דעם מענטש; דער רבי האט געוואלט מיט דעם מרמז זיין פאר ר' ליפא אז נישט אלעס איז געלט וכו'. ר' ליפא האט זיך באליידיגט פון דעם, ער איז אוועק געגאנגען פון רבי'ן און מער נישט געקומען.


יארן שפעטער האט אים רבי נתן געטראפן, ער האט אים געפרעגט: "ליפא, וואו ביסטו אנטלאפן, פארוואס ביסטו אוועק פון הייליגן רבי'ן? עמנו הייתם?!" האט אים ר' ליפא געזאגט: "דער רבי האט מיך פארשעמט", מיינענדיג די תורה וואס דער רבי האט דעמאלט געזאגט און אים מרמז געווען אין די תורה, זאגט אים רבי נתן: "ליפא! פון אזא רבי גייט מען אוועק?! זאל דער רבי נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך שלאגן - וועל איך אויך נישט אוועק גיין", ווייל ווען מען מאכט זיך א חשבון, מען איז זיך מתבודד - קומט אויס אז 'פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין, אפילו ער וועט מיך שמייסן מיטן דראנג'.


די וואך קומט דער הייליגער יום טוב שבועות. געבט אכטונג נישט ארייננעמען דעם יום טוב מיט נערווען, און נארישקייטן; דער עיקר איז ארייננעמען יום טוב מיט שמחה. גארנישט דארף זיין, נאר איין זאך, מען דארף זיין פרייליך און איבערגעגעבן צום אייבערשטן. אז איר וועט קענען אויפזיין שבועות ביינאכט - איז זייער גוט, מען קען זוכה זיין צו גרויסע זאכן. מוהרא"ש זאגט, דער עיקר תיקון איז זאגן דעם ערשטן פסוק פון יעדע פרשה און דעם לעצטן פסוק, סיי פון תורה און פון נביאים וכתובים, און אויך די תרי"ג מצוות.


ביי אונז נאכן זאגן דעם תיקון - טאנצן מיר; מיר פרייען זיך אז מיר זענען אידן און מיר ווייסן פון די הייליגע צדיקים. מיר טאנצן ביז פארן עלות השחר, מען גייט און מקוה און מען איז זייער פרייליך.


א פרייליכן שבת און א פרייליכן יום טוב.

#16 - נעגל וואסער וועט דיך אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס
עבודת השם, נעגל וואסער, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, ל"א שובבי"ם, י"ז שבט, יארצייט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בענק זיך צו דיר, איך ווארט אזוי שטארק צו הערן פון דיר, איך פלעג זיך זייער פרייען צו הערן פון דיר; פון דיין לערנען און פון דיין דאווענען.


שטארק זיך מיט לערנען יעדן טאג אביסל חומש מיט'ן תרגום - איינגעטיילט לויט די וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער - וועסטו זייער מצליח זיין.


אויך זיי שטארק מיט זיך אפגיסן נעגל וואסער אינדערפרי ביים בעט, אויך דיינע קינדער זאלסטו אפגיסן אינדערפרי; וועסטו זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.

#15 - נעמט זיך פאר לכבוד אייער געבורטס-טאג זיך אפצוגיסן נעגל וואסער
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, דרך ארץ, נעגל וואסער, קבלה טובה, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, ח' שובבי"ם, כ"ב טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


נעמט זיך פאר לכבוד אייער געבורטס-טאג זיך אפצוגיסן נעגל וואסער, נישט אראפגיין פון בעט - אן זיך אפגיסן נעגל וואסער. איידער איר גייט שלאפן - זאלט איר זיך אנגרייטן נעגל וואסער.


זאגט יעדן טאג אביסל תהילים. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג) תהילים ברענגט דעם מענטש נאנט צום אייבערשטן; אלע ישועות און סגולות ליגט אין תהילים.


פירט זיך מיט דרך ארץ צו אייערע לערערינס. ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ זייער א וויכטיגע זאך, אזוי וועט איר מיר מאכן א נחת רוח.


 

#14 - סדר הנסיעה קיין מירון, ל"ג בעומר תשפ"ב
שכר לימוד, קינדער, תפילה והתבודדות, חברים, חיזוק פאר מיידלעך, שלאפן, לערערין, קאמפלימענטס, שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, בחור, תיקוני זוהר, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, הפצה, סגולות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, חסידות ברסלב, מחלוקת, הדפסה, שטעטל, עבודת השם, שבת קודש, שבת ליכט, דרשות, נסיעה, סמארטפאון, מאוויס, בית המדרש, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, מוהרא"ש, מוסר, נעגל וואסער, סיפורי צדיקים, בריוו, עצתו אמונה, ישיבה, חתונה, ראש ישיבה, שיעורים כסדרן, שמחות, נחת, חדר, הדרכות, רבינו ז"ל, סיום הש"ס, פירושים, גליון, ארץ ישראל, חומש רש"י, מנין, ירושלים, גבאי, אחדות, חתן, טאנצן, פרויען צאמקום, געפילן, מוהרנ"ת ז"ל, בלבולים, תיקון הכללי, התנגדות, איש אמונות, ל"ג בעומר, מירון, אפשערן, יום החופה, ספר תורה, ותיקין, זוהר הקדוש, דף גמרא, הדסים, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת בחוקותי (במדבר בא"י), כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער אהרן וועבערמאן נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


חסדי השם יתברך איך האב זוכה געווען צו זיין די יאר נאכאמאל ביי די הילולא פון רבי שמעון בן יוחאי אין מירון.


מיר זענען ארויסגעפארן מאנטאג נאכט, איך מיין ווייב מיט מיין זון שמעון נרו יאיר. מיין זון האב איך געגעבן א נאמען שמעון נאך התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי. מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכר צדיק לברכה האט מיר דעמאלט געבעטן איך זאל א נאמען געבן "שמעון", ממשיך צו זיין די זכות פון רבי שמעון בר יוחאי אויף אים, ער זאל האבן א רפואה שלימה, ער איז דעמאלט געווען זייער אפגעשוואכט. ער האט נישט געהאט קיין כח צו זיין דער מוהל ביי זיין ברית, איך האב גענומען דער ווינער רב שליט"א פאר מוהל.


איך האב מיטגענומען מיין זון שמעון לכבוד זיין סיום הש"ס, איך טו דאס מיט אלע מיינע קינדער; איך וויל זיי זאלן לערנען ש"ס און דאס מסיים זיין פאר די בר מצוה – זאג איך זיי צו א נסיעה קיין ארץ ישראל.


האברך אלי' קנאלל האט אונז גענומען צום עירפארט, מיר האבן געדאווענט מעריב און געציילט ספירה אין עירפארט. די וועג איז געווען זייער איינגענעם, האברך אברהם רוטמאן נרו יאיר האט געזארגט פאר די נסיעה, ער האט מיר געמאכט דאס בעסטע וואס קען זיין.


ער האט אונז באשטעלט צו זיצן אין ביזנעס קלאס, די אלע וואס זיצן אין ביזנעס קלאס באקומען א קארטל צו קענען גיין אין עירפארט אין די לאונטש, מיין זון שמעון און מיין ווייב האבן זייער געוואלט גיין, דו ווייסט דאך ווי עס גייט, אז מען הערט רעדן לאונטש, לאונטש, און אז נאר געציילטע קענען גיין – ווילן אלע גיין... איך האב געזאגט עס פעלט נישט אויס, למעשה זענען מיר געגאנגען, איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין דארט, איך האב געזאגט פאר מיין ווייב און זון: "נאך א מזל מיר זענען יא געקומען, אזוי קענט איר זען די גאנצע גליק פון עולם הזה, א טונקעלע פלאץ, נישטא גארנישט דארט..."


די וועג איז געווען א רואיגע וועג; איך בין געשלאפן אביסל, געשריבן בריוון אביסל און זיך מתבודד געווען. דו ווייסט די אונטערשייד צווישן א ברסלב'ער חסיד און אנדערע, דער ברסלב'ער חסיד, וואו דו וועסט אים נאר לייגן, וואו ער געפונט זיך – האט ער וואס צו טון; ער דינט איבעראל דעם אייבערשטן, ער איז זיך מתבודד, ער רעדט צום באשעפער אויפ'ן פשוט'ן שפראך, אויף זיין מאמע לשון.


איך האב געדאווענט שחרית אויפ'ן פליגער.


מיר זענען אנגעקומען אין ארץ ישראל דינסטאג נאכמיטאג, האברך הנ"ל האט צוגעשטעלט מען זאל אונז טראגן אין א באזונדערע פלאץ. דארט האב איך געטראפן די גבאים פון ירושלים, שמעון עוזר פערל און יצחק פאפנהיים.


שמעון עוזר ברענגט מיר די נייע קינדער מעשה ביכל: "מעשה'לעך פאר קינדערלעך", סיי אין אידיש, סיי אין לשון הקודש; עס איז הערליך שיין, איך האב זייער הנאה געהאט דאס צו זען. מיין נישט איך בין צופרידן, איך ווער נישט צופרידן ווען איך זע א ספר, איך וויל שוין זען נאך חלקים, איך וויל שוין זען חלק ב, ג, ד, ה און אזוי ווייטער.


אויך האט ער מיר באוויזן ספר איש אמונות חלק א' פון שנת תשפ"א, דאס איז עפעס אזוי שיין; שמעון עוזר נרו יאיר מיט זיין ווייב תחי', זיי לייגן אריין זייער לעבן אין דעם, זיי זענען דאס מתרגם מידי שבוע בשבוע. אויך איז דא א משפחה אין צפת, משפחת קעניג וואס זענען דאס מגיה. דער ספר איז אזוי שיין, עס וועט זיכער צוריק ברענגען טויזנטער מענטשן צום אייבערשטן.


איך האב געוואלט דאווענען מנחה, זאגן זיי מיר אז עס ווארטן אפאר אינגעלייט אינדרויסן פון עירפארט, אין געז סטעישן. זענען מיר אהין געפארן, דארט שפרינגען צו מיר די בני ברק'ע חבורה, שרייען אויס א ברכת שהחיינו מיט א שמחה. איך האב זיך זייער געפריידט צו זיי, די זענען גרויסע מפיצים, זיי רוען נישט קיין איין מינוט, טאג און נאכט האבן זיי אינזין נאר איין זאך: "הפצה, הפצה, הפצה!"


פאריגע מאל ביסטו דאך מיטגעקומען מיט מיר, האסטו געזען דער חילוק פון די ארץ ישראל'דיגע מקורבים; זיי זענען אזוי פארקאכט פאר אנדערע, זיי טראכטן נישט פון זיך טאג און נאכט, פון זייער באקוועמע לעבן, זיי טראכטן 'ווי קען מען נאך א איד געבן פונעם יין המשומר'.


אברהם הנ"ל האט צוגעשטעלט א קאר מיט א גוטע דרייווער, עס איז געווען זייער א געשמאקע וועג, א גאנצע וועג האב איך געשעפשעט צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף אונז אנקומען אין מירון בשלום". די יאר איז געווען א בהלה, מען האט דערשראקן פון פאראויס אז מען גייט פארשפארן מירון, מען קען נאר אריינקומען אין מירון מיט באשטעלטע טיקעטס פון פאראויס. ווען מיר זענען געקומען נענטער האבן מיר געזען פאליציי שטייען ביי די וועגן, מיר האבן געבעטן און געבעטן, תפילה עפנט דאך אלע טויערן.


מיר זענען שוין אין מירון, מען האט אונז אבער נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך געדריידט אהין און צוריק, צוריק און אהין. אברהם האט אונז דארט אפגעווארט, אין געז סטעישן, אונטן פונעם בארג, ביים אריינגאנג. אין געז סטעישן זאגט מיר דער דרייווער שטרענג: "פארמאך דיין פענסטער!" איך פרעג אים: "וואס גייט פאר?" זאגט ער נאכאמאל: "פארמאך!" און ער הויבט אן פארן שנעל. איך בין געווארן אביסל דערשראקן, איך זע דער דרייווער איז אנגעצויגן, איך כאפ נישט וואס גייט פאר, ער געבט א שטעל אפ די קאר און שפרינגט ארויס, ער לויפט אריבער די גאס צו א קאר רעדן אפאר מינוט. איך האב נישט פארשטאנען וואס גייט פאר, ער קומט צוריק, און אברהם זאגט אים מען קען נאכאמאל פרובירן אריינצופארן אין מירון. מיר קומען אן דארט, אברהם שטייט דארט מיט איינעם, יענער ווייזט מען זאל אריינלאזן. הודו לה' כי טוב, מיר זענען אנגעקומען צו א שיינע דירה, אהערגעשטעלט מיט אלע באקוועמליכקייטן. קענסט דאך אברהם, ווען ער מאכט עפעס – איז דאס מיט די גאנצע הארץ. מיר האבן זיך אויסגעפאקט, דערנאך בין איך אריבערגעגאנגען צו מיינע עלטערן געבן שלום.


נאכדעם דערציילט מיר אברהם וואס האט פאסירט. דער דרייווער האט באמערקט אין געז סטעישן ... דעריבער האט ער מיר געבעטן צו פארמאכן די פענסטער כדי ער זאל נישט זען אז איך בין אין קאר. למעשה האט ער מיך יא געזען, און ווי נאר דער דרייווער פארט אוועק זעט ער ווי ... פארט אים נאך, ער דריידט זיך אהער – פארט ער אהער, ער דריידט זיך אהין – פארט ער אהין, ער פארט שנעל – פארט ער שנעל, איז ער געגאנגען רעדן מיט אים, זאגט ער: "איך וויל יעצט ערלעדיגן דעם ראש ישיבה, איך וויל אים יעצט שלאגן צום טויט" ה' ישמרינו, האט אים דער דרייווער געזאגט: "טראג זיך אפ פון דא, איך ווארן דיך!" ער האט זיך דערשראקן און אוועקגעפארן, שפעטער איז ער צוריק געקומען און מיך שיעור דער'הרג'עט; איך וועל דאס שרייבן שפעטער אינעם בריוו, איך וויל זיך האלטן אין א סדר.


איך האב געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע אין בית המדרש קארלסבורג. שלאפן האב איך נישט געקענט דארט, אין מירון איז אזוי פרייליך - מען קען נישט שלאפן, איך בין אויפגעבליבן ביינאכט אין די דירה, איך האב געלערנט מיינע שיעורים.


מיטוואך אינדערפרי פיר אזייגער פארטאגס בין איך זיך געגאנגען טובל'ן ביי מיין טאטע'ס מקוה. איך האב געדאווענט שחרית מיט מיין טאטע שליט"א ותיקין. מיין זיידע זכרונו לברכה פלעגט אין מירון דאווענען ותיקין; אזוי פירט זיך מיין טאטע שליט"א, ער דאווענט ותיקין. געווענליך דאווענט ער אין די מערה, אבער ערב ל"ג בעומר, ל"ג בעומר און א טאג נאך ל"ג בעומר – דאווענט ער אין זיין בית המדרש מראה יחזקאל, אונטן פונעם בארג. בפרט היי יאר, נאכדעם וואס די מדינה של גיהנום האבן געווארנט און געמאכט אזעלכע פחדים – האבן מיר געדאווענט אונטן.


איך בין ארויף צום מערה מיט מיינע זין שמעון און הרב אלחנן חיים, ער איז אויך געקומען קיין מירון מיט זיין ווייב, ער איז געפארן א טאג פריער. די גאנצע וועג ארויף צום מערה איז געווען רואיג.


אריינקומענדיג אין די מערה איז מיר גוט געווארן, די גאנצע מערה איז אנגעפילט מיט פאליציי, עס איז ליידיג, מען לאזט נישט קיינעם בלייבן שטיין, מען קען נאר גיין. בלית ברירה בין איך אריבער די מערה. פון איין זייט האט עס מיר געגעבן א קליינע ציפ אין הארץ: 'היתכן, וואס איז די חוצפה וכו''; איך האב אבער שנעל געדריידט די מחשבות אויף פארקערט, איך האב זיך געפריידט, געלויבט דעם באשעפער איך בין ביי רבי שמעון בר יוחאי.


ארויסקומענדיג פון אונטער די מערה, דארט זענען געווען הונדערטער אידן און געזאגט תהלים, א טייל האבן זיך געקריגט מיט די פאליציי, איך האב גענומען א תהלים און אנגעהויבן זאגן תהלים. עס איז געווען א ברענעדיגע זון, איך האב געזוכט א שאטן, אונטערן שאטן איז געווען פיין. איך האב געטראכט צו זיך: 'וואס האב איך מיט די סדרנים? וואס גייט מיך אן וואס זיי טוען?' אין אנדערע זמנים ווען מען האט יא געקענט זיין אין די מערה – וואלט איך זיך אויך געזוכט א רואיגע ווינקעלע וואו צו זאגן תהלים.


איך האב אנגעהויבן תהלים מיט א שמחה, פלוצלונג האט זיך מיר געעפנט די הארץ, איך האב זיך געקענט גוט מתבודד זיין. מען קען זיך נישט פארשטעלן די הרהורי תשובה וואס מען שפירט אין מירון, בפרט ל"ג בעומר און ערב ל"ג בעומר. בשעת'ן זיך מתבודד זיין האב איך פארגעסן אז עס איז הייס, אז איך שוויץ, אז איך בין נישט געשלאפן און נישט געגעסן; אזוי איז עס, ווען מען פאלגט דעם רבי'ן, מען רעדט צום אייבערשטן – פארגעסט מען פון אלעס, מען וויל גארנישט, נאר אביסל דביקות בה', נאר אביסל קרבת אלקים.


איך האב מסיים געווען ספר תהלים און מזכיר געווען אלע קוויטלעך, בקשות פון אנשי שלומינו. אויפ'ן וועג אראפ און א גאנצע צייט זייענדיג אין מירון, זענען צוגעקומען מענטשן, זקנים ונערים, חסידי'שע, אשכנזי'שע און ספרדי'שע, פון אלע סארט, פון אלע קרייזן – זיך באדאנקען פאר די שיעורים און בריוו.


א בחור ברענגט מיר א מתנה, א פארמאכטע דיקע ענוועלאפ; איך בין שוין צוגעוואוינט צו די סארט מתנות, איך ווייס וואס ליגט אינעווייניג נאך פאר'ן עפענען – א צעבראכענע סמארטפאון, מיט א בריוול וואס שטייט: "בזכות די שיעורים פון קו ברסלב, בזכות די גליונות און בריוו – האב איך מחליט געווען אוועק צו ווארפן די טעלעפאן".


הונדערטער האבן שוין אוועק געווארפן זייערע מאוויס וכדומה פון הערן חיזוק און יראת שמים פון רבי'ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן, אזוי אויך (שם, סימן רצד): "אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם", איך בין אן אוצר פון יראת שמים; די וועג פון רבי'ן איז א זיסע וועג, די מוסר פון רבי'ן איז א זיסע מוסר.


די אלע וואס שרייען אויף בחורים און מיידלעך וואס האבן נישט א גוטע טעלעפאן: "שגץ!" "שיקסע!" "גיהנום!" "רשעים!" - דאס מאכט גארנישט אויס, עס טוט גארנישט אויף, עס מאכט נאר ערגער, עס איז מבאיש ריח, אויף דעם זאגט אונז דער הייליגער תנא רבי עקיבא (ערכין טז:): "תָּמֵהַּ אֲנִי, אִם יֵשׁ בַּדּוֹר הַזֶּה מִי שֶׁיָּכוֹל לְהוֹכִיחַ", איך וואונדער זיך אויב איז דא אין אונזער דור איינער וואס קען זאגן מוסר, ווייל אז מען ווייסט נישט ווי אזוי צו זאגן מוסר (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח): "לֹא דַּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל בְּתוֹכַחְתּוֹ", נישט נאר ער טוט נישט אויף מיט די מוסר, "אַף גַּם הוּא מַבְאִישׁ רֵיחַ שֶׁל הַנְּשָׁמוֹת הַשּׁוֹמְעִים תּוֹכַחְתּוֹ", ער מאכט נאך א שלעכטע גערוך אויף די מענטשן; עס האט נאך קיינער נישט אוועקגעווארפן א טעלעפאן וואס מען קען קוקן עבירות – דורכדעם וואס מען האט אים געזאגט מוסר אויף די וועג: "שגץ!" "שיקסע!" "גיהנום!" "רשעים!" אבער די תוכחה פון רבי'ן, פון משה רבינו – געבט א גוטע גערוך, נִרְדִּי נָתַן רֵיחוֹ.


דער אייבערשטער האט געהאלפן, זייט די ישיבה שטייט האבן שוין טויזנטער און צענדליגער טויזנטער אידן תשובה געטון דורך די מוסר פון רבי'ן, וואס ער געבט אריין אין אידישע קינדער א ריח טוב, ווען מען הערט: "דער אייבערשטער האט דיך ליב", "דער אייבערשטער ווארט אויף דיר", "דער אייבערשטער איז מיט דיר" - די ווערטער זענען שטערקער פון די שטערקסטע זאך, דאס פועל'ט אז דער מענטש זאל צוריק קומען.


א פרוי דערציילט פאר מיין ווייב, זי איז א באהאלטענע מקורב, זי מיט איר מאן לעבן שטילערהייט אויפ'ן רבינ'ס וועג, זי פרעגט אלע אירע פראגעס, זי הערט די שיעורים. זי געבט שיעורים פאר עלטערע מיידלעך, אסאך סקולס רופן איר רעדן; זי רעדט פון רבי'ן, פארשטייט זיך אן דעם רבינ'ס נאמען.


דערציילט זי אז א מיידל רופט איר אן פאריגע וואך און זאגט איר: "איך וויל דיר זאגן א גרויסן יישר כח, האסט געראטעוועט מיין לעבן!" זי דערציילט פאר די פרוי: "געדענקסט פאריאר ביסטו געקומען געבן א שיעור אין מיין סקול, ביסט צוגעקומען צו מיר, האסט מיך געפרעגט ווי אזוי איך הייס, האסט מיר געזאגט די פאר ווערטער 'איך זע אין דיר א שיינע עתיד', האסט געשמייכלט צו מיר אזוי זיס, דו האסט מיר דעמאלט געראטעוועט; איך בין שוין געווען אפגעמאכט ביי מיר שטילערהייט אז איך לאז אלעס אפ, און ווען דו האסט מיר געזאגט 'איך זע אין דיר א שיינע עתיד' – האט דאס מיר צוריקגעהאלטן פון טון שלעכטס, די ווערטער שרייט אין מיר, 'איינער זעט אין מיר אן עתיד'".


מיין ווייב פרעגט די פרוי: "וואס עפעס ביסטו צוגעגאנגען צו די מיידל, און וואס עפעס האסטו איר דאס געזאגט?" זאגט די פרוי: "ווען איך בין אריינגעקומען אין סקול געבן די שיעור פאר די עלסטע כתה, רופט מיר די מנהלת צו און זאגט מיר 'איך וויל דיר ווייזן די ערגסטע מיידל פון סקול, זי ווייזט מיר אויף די מיידל', מער האב איך נישט געדארפט, זאגט די פרוי, די שיעורים פון ישיבה האבן אנגעהויבן שפילן אין מיין קאפ, איך האב זיכער געמאכט אריבער צו גיין צו די מיידל און איר געבן א גוט ווארט, און יעצט א יאר שפעטער איז פון די ערגסטע מיידל געווארן די בעסטע מיידל"; קומט אויס אז די מנהלת דארף זיך זוכן אן ארבעט ביי די מיסט, קומט אויס אז אידישע קינדער, בחורים און מיידלעך – ווילן יא זיין גוט, נאר די בעלי מוסר זענען מבאיש ריח.


איך האב מיטגעהאלטן ביי די נסיעה צענדליגער פעלער ווי עס האט אויסגעבראכן א געשלעג ביי די הדלקות וכדומה, ווען א בחור, א אינגערמאן נעמט ארויס זיין סמארטפאון כאפן בילדער אדער ווידיאו, מען הויבט אן שרייען: "שגץ!" "גיהנום!" "רשעים!" – דאס העלפט נישט, דאס מאכט נאר ערגער; וואלט יענער געגעבן א גוט ווארט פאר א בחור, א שמייכל – וואלט די שמייכל און גוט ווארט מער אויפגעטון.


לכתחלה האט געהייסן עס וועט זיין אן הדלקה ביי מיין טאטע שליט"א ליל ל"ג בעומר, למעשה האט מען אביסל מורא געהאט, די מדינה של גיהנום האט נישט געלאזט מאכן הדלקות, האט מען דאס אפגעשטופט אויף די צווייטע נאכט, דאס הייסט ל"ג בעומר נאכמיטאג, פון זעקס אזייגער ביז אין די נאכט אריין; אפילו די פאליציי וועלן קומען וועט מען העכסטנס דעמאלט ענדיגן. אזוי האט מען טאקע געטון, מען האט געדאווענט מעריב און געציילט ספירה. נאכן דאווענען האט מען געצינדן לעכט לכבוד התנא האלוקי און געטאנצן "בר יוחאי", עס איז געווען א סעודה ביי מיין טאטע שליט"א. מיין טאטע שליט"א האט גערעדט; איך בין אביסל אויסגעמאטערט יעצט פון די נסיעה, געדענק איך נישט פינקטליך.


מיר האט זייער געברענט ארויפצוגיין צום מערה טאנצן לכבוד די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי. איך האב נישט געהאט קיין טיקעט, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן מען זאל מיך אריבערלאזן אן קיין טיקעט, אויך האב איך נישט געוויסט צי מען קען בכלל גיין, יעדע מינוט איז געווען אנדערע נייעס, מען לאזט יא, מען לאזט נישט; מיר האט זייער געברענט ארויפצוגיין.


איך בין ארויף מיט מיין זון שמעון; אזוי ווי איך הויב אן גיין זע איך שוין אנשי שלומינו, בחורים און אינגעלייט – גייען מיר נאך, מען האט נישט געבעטן קיין טיקעט, די גאנצע וועג איז געווען מיט פאליציי, יעדע פאר טריט האט מען אפגעשטעלט, איך האב מיטגענומען דעם ספר תקוני זוהר, איך האב געלערנט אויפ'ן וועג און אין די מערה האב איך מסיים געווען תקוני זוהר. מען האט זיך נישט געקענט אפשטעלן, מען האט געטריבן.


אינדרויסן, אונטערן בנין, האב איך געזוכט וואו צו טאנצן, מיר האבן אנגעהויבן טאנצן ביז עס איז געווארן פרייליכע טענץ, מיר האבן געטאנצן פאר צוויי שעה.


וואס זאל איך דיר זאגן, אזעלכע טענץ, אזא שמחה, אזא קדושה – האב איך שוין לאנג נישט געשפירט. די אחדות; אלע אידן טאנצן לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, אלע אידן פרייען זיך אינאיינעם, מען איז פול מיט הרהורי תשובה. איך קען נישט שרייבן וואס איך שפיר נאכאלץ אין מיין הארץ, איך וועל סיי ווי נישט קענען ארויסברענגען וואס איך שפיר, וועל איך זיך אפשטעלן פון שרייבן.


א גאנצן טאנצן האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים און פאר'ן מיך מקרב זיין צום נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה, אויך האב איך אסאך געבעטן פאר דיר און פאר אלע אידן.


אויפ'ן וועג אראפ איז שוין געווען א גרויסער עולם אנשי שלומינו וואס זענען מיט געקומען, מען האט זיך מחזק געווען מיט די מתנה וואס מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון רבי'ן.


פלוצלונג אינמיטן וועג ווארט מיך אפ דער ... וואס איז מיר א טאג צוריק נאכגעפארן, איך האב שוין געשריבן אנהויב בריוו, און הויבט אן שרייען אויף מיר: "שגץ!" "רשע!" "מנוול!" ער האט מיך געוואלט שלאגן, ער איז געשפרינגען אין די לופט מיט א רציחה, בחסדי ה' האט מען אים צוריקגעהאלטן, עס איז געווארן א געשלעג, אבער מיר האט דער אייבערשטער געהיטן. אנהויב, אויפ'ן וועג ארויף צום מערה, האב איך געזאגט פאר די בחורים וואס זענען מיך נאכגעלאפן: "לאזט מיר אפ, לאזט מיר גיין אליין, וואס ווילט איר פון מיר?" איך האב ליב צו גיין צו רבי שמעון בר יוחאי אן קיינעם, ווי א פשוט'ער מענטש גייט, אן קיין באגלייטער, למעשה זע איך, א נס אז עס זענען יא מיט געקומען מיט מיר בחורים און אינגעלייט, אזוי בין איך געראטעוועט געווארן.


האברך ... איז געווען מיט מיר, איך האב אים געבעטן: "טו מיר א טובה, ראטעווע מיר, דו ביסט דאך א בעל כח, האלט אים אפ", איז ער צוגעלאפן צו אים און אים אנגעכאפט מיט כח ביז איך בין אראפ צו מיין דירה. שפעטער זאגט ער מיר אז זיין טאטע ר' ..., א תלמיד פון מוהרא"ש - האט אים געגעבן א פסק פארוואס ער האט דאס געטון, זיין טאטע געדענקט וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ער האט אים געזאגט: "היתכן דו האסט אים נאר אפגעהאלטן, וואלסט אים געדארפט שפאלטן זיין קאפ, אזא מענטש וואס איז א רוצח – דארף מען אים צעברעכן זיינע ביינער".


ל"ג בעומר ביינאכט האב איך נישט געקענט שלאפן פון גרויס שמחה, איך האב געלערנט זוהר. איך האב געדאווענט ותיקין ביי מיין טאטע שליט"א. נאכן דאווענען האב איך זיך געזעצט לערנען זוהר מיט האברך ישראל יוסף שניצלער, איך האב א שיעור מיט אים יעדן שבת אינדערפרי אין ספר הזוהר, מיר האבן זוכה געווען צו ענדיגן דעם גאנצן זוהר, אויסער איין פרשה, פרשת פנחס, עס איז א לאנגע פרשה. מיר האבן געלערנט זוהר פאר לאנגע שעות, בערך זעקס שעה, נאך עטליכע אינגעלייט האבן זיך צוגעזעצט לערנען די הייליגע זוהר.


האברך בערל לעווי איז אנגעקומען אין מירון, ער האט נישט געהאט וואו איינצושטיין, ער איז געקומען על דעת צו שלאפן אויף א בענקל אין בית המדרש. איך האב זייער הנאה געהאט, געווענליך אמעריקאנער מענטשן זארגן קודם פאר די בעט וכו', דא זע איך א אינגערמאן קומט פון אמעריקע צו רבי שמעון בר יוחאי אן גארנישט, נאר צו זיין ביי רבי שמעון בר יוחאי. איך האב אים אריינגענומען אין מיין דירה, זיי האבן זיך איינגעטיילט, ער מיט יוסי האבן געהאט איין בעט; ווען ער איז געשלאפן איז ער געווען אין די מערה, און אזוי פארקערט.


עס זענען געקומען משפחות מאכן חאלאקע; האברך ברוך נוסבוים, אויך אן אייניקל פון הרב אברהם שושן פון בני ברק.


נאכמיטאג איז געווען די הדלקה ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט פייערדיגע טענץ, מען האט געטאנצן לכבוד רבי שמעון בר יוחאי מיט א העכערע שמחה.


פאר'ן אנצינדן די הדלקה איז דער מנהג אז אלע גיסן אויל לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, מען לייגט וואטע מיט אויל, מען זינגט נגוני דביקות. איך האב זיך גוט מתבודד געווען.


עס איז גאר אנדערש ווען מען קען מאכן א כלי פון די דערהויבענע צייטן, מען קען זיך מתבודד זיין. קענסט זען יעדע מאל ביי א חופה ווען מען זינגט נגוני התעוררות, אויב איז דער חתן מקורב צום רבי'ן, וועסטו קוקן אויף זיינע ליפן ווי ער נוצט אויס די מינוטן פאר תפלה והתבודדות, און אז נישט, שטייט מען מיט א פארמאכטע מויל, און עס בלייבט גארנישט פון די דערהויבנקייט.


קענסט פרעגן די אינגעלייט ישראל יוסף שניצלער און בערל לעווי, זיי וועלן דיר דערציילן אביסל וואס דארט האט זיך געטון.


פרייטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט ותיקין, איך האב געטראפן ר' יונה אונזער דיין, נאכן דאווענען איז ער געקומען צו אונז אין די דירה, מיר האבן געענדיגט אינאיינעם זוהר. איך האב זייער שטארק געוואלט מאכן די סיום ל"ג בעומר, אבער נאכן לערנען אזויפיל שעה האט מיר די קאפ אנגעהויבן שווינדלען, איך האב זיך געדארפט אפשטעלן; מיר האבן געלערנט אינאיינעם אפאר בלאט זוהר און געמאכט א סיום, מיין ווייב האט אנגעגרייט אביסל ירקות מיט ברויט, עס איז געווען א שיינע סיום.


שפעטער בין איך ארויף צו מיין זיידע און באבע זכרונם לברכה, זיי ליגן העכער די ציון פון רבי יוחנן הסנדלר. איך האב דארט געזאגט דעם יום תהלים, נאכדעם בין איך געגאנגען צו די מערה.


איך האב אויסגעלאזט א פרט וואס האט פאסירט ל"ג בעומר נאכמיטאג אין די מערה, דער עולם האט זיך געשטארקט קעגן די פאליציי, מען האט זיי מנצח געווען און זיי זענען אנטלאפן. מען האט ארויסגעווארפן אלע אייזענעס וואס זיי האבן געמאכט אין די מערה נישט צו לאזן מענטשן קומען, פון נאכמיטאג איז אלעס צוריק געווארן אזוי ווי אלע יארן. איך האב זיך צוריקגעהאלטן פון ארויפגיין ל"ג בעומר נאכמיטאג צו די מערה, ווייל א גאנצע צייט איז געווען שמועות אז עס איז דא מהומות וכו'. פרייטאג בין איך געווען אין די מערה, איך האב געזאגט תיקון הכללי מיט די תפילה פון רבי נתן צו רבי שמעון בר יוחאי (לקוטי תפילות חלק ב', סימן מז).


שבת בין איך געווען אין מירון, איך האב אלעס מיט געהאלטן מיט מיין טאטע שליט"א; די תפילות און די סעודות. מנחה ערב שבת האבן מיר געדאווענט אונטן אין קארלסבורג, קבלת שבת זענען מיר ארויף דאווענען אין די מערה, מען האט געטאנצן "לא תבושי", אויך "בר יוחאי"; א גאנץ יאר איז דער מנהג אין מירון צו טאנצן "בר יוחאי" נאך קדיש יתום, פאר כגוונא. (אגב, מוהרא"ש פלעגט זינגען יעדע שבת ביי די באטע "בר יוחאי").


שבת אין מירון זענען געווען טויזנטער משפחות, עס האט זיך געשפירט ווי א יום טוב'דיגער שבת. ליל שבת האב איך געגעסן ביי מיין טאטע שליט"א, אויך דער דיין ר' יונה און ישראל יוסף שניצלער נרו יאיר מיט נאך אנשי שלומינו. מיין טאטע האט מכבד געווען ר' יונה מיט'ן זינגען "אשת חיל"; ער האט אויסגערופן: "ברסלב'ער דיין אשת חיל", ער האט אים געזאגט ער זאל זינגען דעם ברסלב'ער "אשת חיל".


ביי די סעודה האט מיין טאטע שליט"א גערעדט פון די מעשה (פסחים קיב.) רבי שמעון בר יוחאי האט געבעטן רבי עקיבא זאל אים לערנען תורה, רבי עקיבא האט נישט געוואלט, האט רבי שמעון בר יוחאי געזאגט: "רַבִּי, לַמְּדֵנִי תּוֹרָה, וְאִם לָאו, אֲנִי אוֹמֵר לְיוֹחַאי אַבָּא וּמוֹסֶרְךָ לַמַּלְכוּת", איך וועל זאגן פאר מיין טאטע יוחאי און מען וועט דיר איינשפארן אין תפיסה; מיין טאטע שליט"א האט נאכגעזאגט די ווערטער פון רבי'ן (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ס) וואס איז פשט, אזוי רעדט מען צו א רבי? מען סטראשעט אים אז מען גייט אים איבערגעבן פאר די רעגירונג?! נאך איז שווער, רבי עקיבא איז דאך שוין געווען אין תפיסה, וואס זאגט ער אים "איך וועל דיך פאר'מסר'ן און לייגן אין תפיסה?" זאגט דער רבי, מען דארף אכטונג געבן נישט צו לערנען מיט תלמידים שאינם מהוגנים וכו', עיין שם.


עס זענען געווען אסאך אנשי שלומינו, זיי האבן געוואלט מאכן א באטע, עס איז געווען זייער שפעט, מען האט געענדיגט די סעודה צוויי אזייגער, עס איז נישט געווען שייך. אברהם איז אריבערגעקומען נאך די סעודה צו מיר מיט זיין משפחה פאר אפאר מינוט, עס איז געווען זייער שיין.


 שבת אינדערפרי האב איך געהאט א מעשה מיט א שיכור ואכמ"ל.


איך האב געלערנט מיט ישראל יוסף נרו יאיר זוהר חדש אויף רות, אלס הכנה פאר די הייליגע יום טוב שבועות.


דער דיין ר' יונה האט געדאווענט פסוקי דזמרה, איך האב געדאווענט שחרית און מיין טאטע שליט"א האט געליינט קריאת התורה פרשת בהר מיט בחוקותי, עס איז געווען א חוץ לארץ'דיגער עולם וואס האבן נאכנישט געהערט ליינען פרשת בהר, האט ער אנגעהויבן בהר ביז בחוקותי שני.


מיין טאטע שליט"א האט מיר געבעטן צו זאגן דברי תורה ביי די סעודה פון צופרי, איך האב גערעדט פון דאס גרויסקייט פון אידישע קינדער.


מיר געפונען אין זוהר הקדוש, רבי שמעון בר יוחאי לויבט אויס דאס טייערקייט פון אידישע קינדער, דאס גרויסקייט פון מצוות ומעשים טובים וואס מיר טוען. מיר געפונען (שבת לג:), ווען רבי שמעון בר יוחאי איז ארויס פון די מערה און געזען א איד גייט מיט הדסים לכבוד שבת, איינס פאר זכור און נאך איינס פאר שמור – האט רבי שמעון בר יוחאי געמאכט א גרויסע עסק פון דעם, אונז צו ווייזן דאס גרויסקייט פון יעדע גוטע זאך, אדער גוטע מנהג וואס א איד טוט פאר'ן אייבערשטן, אז דאס איז זייער חשוב אין הימל. היינט צו טאגס ווייסן מיר דאס חשיבות פון די זאך, איידער רבי שמעון בר יוחאי האט דאס מגלה געווען וואלט מען געלאכט פון אזא מענטש, מען וואלט אים געזאגט: "היינט איז נישט יום טוב סוכות, מאך זיך נישט נאריש, וואס איז דאס שבת מיט הדסים?!" רבי שמעון בר יוחאי האט אבער אנדערש געקוקט, ער זעט א איד טוט א שיינע זאך פאר שבת, זאגט ער: "חזי כמה חביבין מצות על ישראל", קוק ווי אידישע קינדער ליבן די מצוות.


אינטערעסאנט, דער מהרש"א זאגט (שם חדושי אגדות, דיבור המתחיל חד כנגד זכור): "וכמו שבנרות זוכין לבנים חכמים", אזוי ווי שבת ליכט איז מסוגל פאר קינדער תלמידי חכמים, "הכי נמי הדסים", אזוי אויך, ווער עס שמעקט הדסים שבת וועט האבן "בנים צדיקים, שנקראו הדסים", עיין שם; די זעלבע ווערטער זאגט דער רבי (ספר המדות אות בנים, סימן נט): "עַל יְדֵי הֲדַסִּים בְּשַׁבָּת זוֹכֶה לְבָנִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים".


אויך האב איך געזאגט וואס איך האב געהערט פון מוהרא"ש, אויף דעם מאמר חז"ל (ברכות לה.): "הַרְבֵּה עָשׂוּ כְּרַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאי וְלֹא עָלְתָה בְּיָדָן", אסאך האבן פרובירט נאכצומאכן רבי שמעון און זיי האבן נישט מצליח געווען, פארוואס טאקע נישט? ווייל "'הַרְבֵּה' עָשׂוּ כְּרַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאי", אסאך טון, אסאך נאכמאכן איז שווער, אבער אז מען פרובירט צו טון קלייניקייטן, זאכן וואס מען קען - דעמאלט איז מען יא מצליח.


די ווערטער איז א מצוה צו רעדן מיט מענטשן, מען זאל וויסן אז דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער, דאס איז דער גאנצער זוהר; יעדע בלאט, און פאר יעדע שטיקל - זאגט ער נאכאמאל און נאכאמאל: "וואויל איז פאר אונז אידישע קינדער וואס דער אייבערשטער האט אונז אויסדערוועלט פון אלע פעלקער, ער האט אונז ליב", דאס איז סודות התורה, עס איז באהאלטן פון אונז; מען דריידט זיך ארום צעקלאפט און דערשלאגן, מען חזר'ט זיך ליגנט, מען קלאפט זיך; ווער רעדט נאך אז מען הערט תורות פון שֵׁדִין יְהוּדָאִין (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כח) וואס קלאפן דעם מענטש מיט ליגנט, אז 'דער אייבערשטער איז ברוגז אויף מיר', 'ער דארף נישט מיינע מצוות', 'ער דארף נישט מיין דאווענען' וכו' וכו'; דאס דארף מען זאגן פאר אנדערע, די ווערטער פון זוהר: "דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער".


מוצאי שבת קודש בין איך געפארן קיין יבנאל צו די שבע ברכות פון ר' עזרא בוים מיט הרב אליעזר איידלשטיין. לכתחלה האב איך געוואלט גיין צו די חתונה, אבער עס איז געווען אזוי פארהאקט אין מירון, מען האט נישט געקענט ארויספארן און אריינפארן פון מירון נאר מיט א באס. איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביי די שמחה. יעצט מוצאי שבת קודש בין איך געפארן, עס איז געווען זייער געפיליש צו זיצן מיט אזעלכע גרויסע צדיקים, הרב רבי יצחק שליט"א, הרב רבי דניאל שליט"א, אויך דער מחותן הרב ר' אליעזר שליט"א, מיט ר' עזרא נרו יאיר.


הרב רבי יצחק שליט"א האט דערציילט זייער אינטערעסאנטע זאכן פון די השתלשלות פון יבנאל. מוהרא"ש האט געהאט פלענער צו קויפן אין מאנסי, אויך האט מוהרא"ש שוין כמעט געקויפט א חלקה אין ניו דזשערסי. איך האב זיך זייער מחי' געווען מיט די שיינע דיבורים.


אויך האט ער דערציילט שיינע אינטערעסאנטע זאכן פונעם גר צדק אברהם זכרונו לברכה, דער זון פונעם גראף פאטאצקי. מען האט באהאלטן פון אים ספר ויקרא, ווייל דאס איז דער יסוד פון א איד, ביז ער איז דערגאנגען אז חומש איז פינף, עס פעלט איין באנד. אויך די סיפור פון די שריפה, אז דער בעל יסוד ושורש העבודה האט זיך באהאלטן נאנט צום פייער צו קענען זאגן "אמן" אויף די ברכה וואס ער האט געמאכט ביים ווערן פארברענט, און נאך אסאך שיינע זאכן.


נאכדעם האט מען מיר געבעטן רעדן. איך האב גערעדט קורץ און שארף, איך האב גערעדט צום חתן, אז ער קומט יעצט קיין יבנאל דארף ער וויסן מען מוז האבן שייכות מיט ערליכע אידן, "וֶהֱוֵי מִתְאַבֵּק בַּעֲפַר רַגְלֵיהֶם" (אבות א, ד), מען מוז ליב האבן ערליכע אידן. נאר די וואס זענען צוגעקלעבט צו ערליכע אידן, צדיקים – די האבן ערליכע דורות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן", דער וואס האט ליב ערליכע אידן, "הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", דער וועט האבן קינדער ערליכע אידן, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן", דער וואס איז מכבד ערליכע אידן, "הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", וועט אויך האבן איידעמער ערליכע אידן, "דְּדָחִיל מֵרַבָּנָן", דער וואס האט הכנעה פאר ערליכע אידן, "הוּא גּוּפֵיהּ הֲוֵי צוּרְבָּא מֵרַבָּנָן", וועט ער אליינס ווערן א גרויסער צדיק. איך האב זיך געבעטן צום חתן, זיי נישט ווי די נארישע מענטשן וואס זאגן "אמאל זענען געווען צדיקים, היינט איז נישטא", דער הייליגער רבי נתן האט אמאל געזאגן פאר'ן רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן קצב): "שֶׁאֵין הָעוֹלָם רוֹצִים לְהַאֲמִין שֶׁיִּהְיוּ נִמְצָאִים עַכְשָׁו צַדִּיקִים גְּדוֹלִים בְּמַעֲלָה מְאֹד כְּמוֹ בַּדּוֹרוֹת הָרִאשׁוֹנִים", מענטשן זאגן אז היינט איז נישטא קיין גרויסע צדיקים אזוי ווי אמאליגע טעג, האט דער הייליגער רבי געזאגט: "בְּוַדַּאי נִמְצָאִים צַדִּיקִים בְּכָל דּוֹר וָדוֹר", און די אלע וואס זאגן אז היינט זענען נישטא קיין צדיקים זענען כופרים.


מוהרא"ש דערציילט, עס איז געווען א טיפש אין ברסלב, ער האט נישט געשיקט זיינע קינדער אין חדר ווייל עס איז נישט געווען קיין ברסלב'ער חדר, ביים סוף זענען אלע ארויס לתרבות רעה. און אזוי וועט זיין מיט די אלע וואס שפעטן פון ערליכע אידן, די קינדער גייען אלע ארויסגיין לתרבות רעה; וואויל איז דער וואס האט ליב ערליכע אידן און איז זיי מכבד.


איך האב געבענטשט און געזאגט די שבע ברכות, מען האט געטאנצן. איך בין געווען זייער פרייליך זיך צו טרעפן מיט תלמידי היכל הקודש, צדיקים אמיתיים שבדורינו.


פון דארט בין איך ארויף צום ציון פון מוהרא"ש. עס איז געווען די יום הולדת פון מוהרא"ש, כ"א אייר – חסד שביסוד. איך האב געזאגט תיקון חצות, תיקון רחל זיצנדיג און תיקון לאה שטייענדיג, אויך תיקון הכללי, און זיך מתבודד געווען.


איך האב געבעטן פאר יעדן איינעם בפרטיות, אויך פאר דיר אהרן בן פיגא און פאר דיין שותף אהרן ישראל בן רות נעמי, איר זאלט מצליח זיין העלפן די מוסד זיך פארברייטערן אין אלע זייטן.


דער זון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, הרב נחמן שליט"א - איז געווען דארט ביים ציון, ער האט זיך מתבודד געווען, איך האב אים נישט געוואלט שטערן. מוהרא"ש האט מיר אמאל געזאגט: "מיין זון איז אן אמת'ער לב נשבר". ער איז געזעצן ביים ציון און געוויינט אויפ'ן קול מיט א צעבראכנקייט.


מיר זענען צוריק געקומען קיין מירון פארטאגס, איך האב באגעגנט מיין טאטע ארויפגיין מיט טלית ותפילין צו די מערה, איך האב זיך שנעל איבערגעטון די בגדי שבת לבגדי חול, און ארויף דאווענען שחרית כוותיקין.


נאך שחרית האב איך געזאגט די תיקון הכללי ביי רבי שמעון בר יוחאי און די תפילה פון רבי נתן (לקוטי תפילות חלק ב', סימן מז), א הארצרייסנדע תפילה, ווי מען בעט רבי שמעון בר יוחאי ער זאל העלפן עס זאל נישט זיין קיין שכחת התורה.


עס איז נישט שייך איבערצושרייבן די זעלבע זאך יעדע פאר מינוט, וואס האט זיך אפגעטון ביי יעדע פלאץ וואו מיר זענען געווען, איבעראל קומען זיך מענטשן באדאנקען פאר זייער לעבן, זייט זיי האבן אנגעהויבן הערן די דרשות און ליינען די בריוון האט זיך אלעס ביי זיי געטוישט.


מיר זענען געפארן קיין טברי', האברך חיים מאיר ערפס נרו יאיר האט מיך ארום געטראגן. קודם זענען מיר געפארן צום הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס, איך האב זיך דארט מתבודד געווען, אויך געצינדן א ליכט מיט שמן לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס. אויך געדאווענט מנחה.


פון דארט זענען מיר געפארן צום ציון הרמב"ם, און צום ציון השל"ה און נאך צדיקים. ביים ציון השל"ה האבן מיר געזאגט די תפילת השל"ה, פון דארט זענען מיר געפארן צום קבר רבי עקיבא, נאכדעם צו קבר רבי חייא ובניו. פון דארט זענען מיר געפארן קיין ירושלים.


איך בין אנגעקומען אין אונזער בית המדרש היכל הקודש אויף רחוב רבי נחמן מברסלב 15, די שול איז געווען איבערגעפולט קעפ אויף קעפ. די גבאים האבן מיך געפרעגט וואו צו מאכן די שיעור, זיי האבן געוואלט ארויסדינגען א זאל, איך האב נישט געוואלט, איך האב ענדערש געוואלט ביי אונז אין בית המדרש, איך געפון זיך זייער גוט דארט, די לופט דארט איז זייער געשמאק און איינגענעם.


ביים סוף שיעור זענען ארויפגעקומען אויפ'ן בימה א בחור דוד שמעון לעווינסאן, און הילד יהודה בן ר' מרדכי ברילל, ביידע האבן געמאכט א סיום הש"ס, דער טאטע פונעם קינד האט געזאגט אפאר ווערטער. עס איז גאר אנדערש צו זען מיט די אויגן ווי יונגע קינדער און בחורים לערנען און ענדיגן גאנץ ש"ס אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן וואס האט אונז געלערנט א וועג ווי אזוי מיר זאלן אויסנוצן די טעג מיט לערנען כסדרן דיקא, אפילו אן פארשטיין, בגירסא בעלמא (שיחות הר"ן, סימן עו).


מעריב און ספירת העומר האב איך געדאווענט אין שול, האברך משה ראזענבערג נרו יאיר האט געדאווענט פאר'ן עמוד, ער איז אין יאר נאך זיין טאטע ר' יצחק עליו השלום.


נאך מעריב האט גענומען צייט ביז איך בין ארויס, דער עולם האט געגעבן שלום.


פון דארט בין איך געגאנגען צום אכסני', אברהם הנ"ל האט צוגעשטעלט א באקוועמע דירה מכל טוב וטוב.


בשעת די שיעור האבן זיך די ווייבער פון אנשי שלומינו צאמגענומען ביי משפחת פערל אין שטוב זיך צו באקענען מיט מיין ווייב תחי', זיי האבן איר שיין אויפגענומען. זי האט מיר דערציילט אז זי איז זייער איבערגענומען פון די פרויען, זיי זענען זייער איידל און פריינטליך, זייער צום זאך, זי איז אהיימגעקומען פון דארט זייער פרייליך.


אברהם האט צוגעשטעלט א געשמאקע מאלצייט, איך האב גערופן חיים מאיר מיט שמעון פיש נרו יאיר זאלן קומען מיט עסן, זיי האבן נאך גארנישט געגעסן פון אינדערפרי.


שפעטער ביינאכט זענען אריבערגעקומען די גבאים פון ירושלים, מיר האבן גערעדט ביז שפעט ביינאכט ווי אזוי מיר זאלן פארברייטערן די חדר, מיר גייען זוכן א גרעסערע פלאץ, מיר דארפן שוין נאך א מלמד.


איך האב געבעטן דעם גבאי יצחק נרו יאיר ער זאל ווערן מנהל רוחני פונעם חדר, איך האף ער וועט עס אננעמען. איך האב נישט צו שטארק געבעטן, כדרכנו, מיר זאגן נישט יענעם וואס צו טון, מען העלפט נאר יענעם טראכטן גוטע מחשבות און אז יענער וויל אזוי טון – טוט ער, און אז נישט – נישט, אויך האבן מיר גערעדט וועגן עפענען א ישיבה אין ארץ ישראל; דאס איך נאך א פראגע, עס איז נישט קיין גרינגע זאך.


איך בין געבליבן אויף ביז פיר אזייגער פארטאגס, מיין זון הרב אלחנן האט געדארפט אהיים פארן, איך האב נישט געוואלט ער זאל פארפאסן די פליגער.


מאנטאג אינדערפרי בין איך געגאנגען דאווענען אין אונזער בית המדרש, נאכן דאווענען איז געווען א סיום, הבחור שמעון פאללאק האט מסיים געווען ש"ס. עס איז געווען אזוי שיין, אזוי איינגענעם צו זיין צווישן אנשי שלומינו, וואו יעדער איינער לערנט אזוי פלייסיג. ביים סיום האב איך גערעדט אביסל חיזוק פון דאס גרויסקייט פון לערנען תורה.


נאכדעם איז געווען קבלת קהל, איך בין געזיצן אין שול און אויפגענומען. מענטשן זענען אריבער איינער נאכן צווייטן, יעדער מיט זיינע בקשות, מיט זיינע זאכן. בערך צוועלף אזייגער האב איך געמאכט אן הפסקה, איך בין אריבער צום תלמוד תורה מיט יצחק.


דארט אין חדר ביי משפחת פערל אין שטוב; ווען איך קום אהין כאפט מיר אן אזעלכע געפילן וואס איז שווער ארויס צו שרייבן אויפ'ן פאפיר. עס טראגט מיר צוריק ווען מיר האבן געעפנט די ערשטע תלמוד תורה חסידי ברסלב אין אמעריקע, אסרו חג פסח שנת תש"ע האבן מיר געעפנט די חדר אין א דירה אין וויליאמסבורג, דו געדענקסט זיכער אלעס וואס איך געדענק, דו ביסט דאך פון די ערשטע פינף משפחות וואס האבן אנגעהויבן די חדר, עס איז געווען קליין און בא'טעמ'ט.


דער מלמד יושע ראבינאוויטש איז א גאר פיינער מלמד, ער לייגט אריין אין די קינדער אמונה און יראת שמים, עס זענען צוגעקומען נאך צוויי משפחות אין חדר, משפחת לעווינסאן און משפחת גאטליב.


איך בין אריין צו משפחת פערל רעדן מיט זיי בענין עצתו אמונה און איש אמונות, זיי ארבעטן יומם ולילה לא ישבותו ארויסצוגעבן וועכנטליך די קונטרסים איש אמונות און עצתו אמונה, איך ווייס נישט ווי זיי נעמען די כוחות און די צייט, עס איז ביי מיר א גרויסע וואונדער, איין משפחה זאל אריינלייגן אזויפיל שעות א וואך פאר הפצה... אשרי להם, וואויל איז זיי! עס איז די גאנצע שטוב זייערע; אלעס איז דארט, די חדר, די הדפסה, דער בית המדרש האט זיך דארט אנגעהויבן.


פון דארט בין איך צוריק אין שול ווייטער אויפנעמען מענטשן, מחזק זיין אידישע קינדער, אויסהערן אידישע הערצער – ביז שפעט נאכמיטאג. עס איז געווען אינטערעסאנט צו זען ווי אלע שטייען אין די שורה מיט א ספר אין די האנט און לערנען זייערע שיעורים כסדרן, קיינער האט נישט מבטל געווען קיין צייט, דאס איז דאך איינע פון די מעלות פונעם סדר דרך הלימוד, מען קען אלץ לערנען, מען דארף נישט אנברענגען קיין צייט.


נאכדעם איז געווען נאך א סיום הש"ס, הבחור שמואל אייזיק בן ר' שמעון עוזר פערל האט מסיים געווען ש"ס, או איז דאס געווען שיין, וואס איז דא שענער ווי א סיום הש"ס פון א יונגער בחור... איך בין ממש געפאלן פון מיינע כוחות פון ארבעטן ארום די זייגער, טאג און נאכט, אן עסן, אן שלאפן. מענטשן האבן מיר געפרעגט ווי נעמט מען די כוחות? דער ענטפער איז, ווען מען זעט בחורים, אינגעלייט און קינדער לערנען די הייליגע תורה – דאס געבט כח, זיצן ביי א סיום הש"ס – דאס איז פאר מיר עסן און שלאפן.


מיר האבן געדאווענט מנחה מעריב, ספירת העומר. נאך מעריב האט מען אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה פאר "בית המדרש היכל הקודש סטעטן איילענד", ר' יעקב היילפרין האט אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה ביים סופר ר' נחמן יאקאבאוויטש, מאנשי שלומינו; איך האב געשריבן דעם גאנצן ווארט "בראשית".


נאכדעם בין איך אהיים זיך צאמפאקן די פעקלעך, מיר זענען געפארן צום הר המנוחות. מיין ווייב האט דארט א זיידע און באבע, זיי ליגן די ערשטע רייע ביי די בעלזא נייע חלקה, פינקט אנטקעגן די ציון פון הייליגן חיד"א זכותו יגן עלינו.


מיין זיידע, הרב החסיד רבי יצחק דוד הכהן פריעדמאן זכרונו לברכה איז געווען א גרויסער ערליכער איד, א תלמיד פון פאפא רב זכרונו לברכה, א בעלזער חסיד, אויך א מוקיר רבנן. איך האב געהאט די זכי' צו לערנען נאך מיין חתונה בחברותא מיט אים יעדע נאכט אין פאפא שול אין וויליאמסבורג מסכת שבת, איך האב אסאך קונה געווען פון אים.


יעדע יאר פאר ראש השנה, ווען איך האב זיך געזעגנט פון אים - האט ער מיט טרערן אין די אויגן מיר געבעטן איך זאל מתפלל זיין פאר אים וכו' וכו', אויך די באבע, רחל בת הרב החסיד ר' שלמה גפן ליגט דארט, זי איז געווען א גרויסע צדקת.


איך בין אריין ביים אוהל פונעם חיד"א, איך האב מתפלל געווען און זיך מתבודד געווען. אויך דארט האבן מיר ספרדי'שע אידן באפאלן מיט שכוח'ס פאר די שיינע חיזוקים וואס זיי זענען מקבל.


אין עירפארט האב איך גערעדט מיט די גבאים פון ירושלים וויכטיגע זאכן, עניני קהילה, זאכן וואס מען קען נאך מער טון; דאס וועל איך נישט שרייבן, איך וועל דאס רעדן מיט דיר פריוואט.


די וועג איז געווען גאר גוט ברוך ה', איך בין געשלאפן רוב וועג, פארטאגס האב איך געוואשן נעגל וואסער, געזאגט ברכת התורה און זיך מתבודד געווען.


האברך שמואליק בלעדי האט מיך אפגעווארט, איך בין אהיים געגאנגען העלפן ארויפטראגן די פעקלעך, העלפן מיין ווייב, גלייך געגאנגען אין מקוה און געלאפן אין ישיבה. אנקומענדיג אין ישיבה איז נאך דער בית המדרש געווען ליידיג, איין קינד איז דארט געזעצן און געלערנט, הילד שמעון פארקאש א זון פון ר' מאיר דוד נרו יאיר; ער איז א פלייסיג קינד, ער לערנט יעדן אינדערפרי שעות אין בית המדרש.


גלייך נאכדעם זענען די בחורים געקומען, איך האב פארגעלענט א שיעור גמרא, די היינטיגע בלאט. אויך האב איך אנגעגרייט א שיעור פאר די פרויען, איך געב נישט שיעורים פאר פרויען דירעקט, איך זאג אריין א שיעור אין א מאשין און דאס שפילט מען נאכדעם אויף פאר אנשי שלומינו, יעדן דינסטאג איז דא א פרויען צאמקום אין שטעטל, די פרויען קומען זיך צאם, מען הערט א שיעור; דארף איך יעדע וואך אנגרייטן א שיעור פאר זיי.


נאך שחרית בין איך ארויסגעפארן אין שטעטל, צום ערשט בין איך געגאנגען קוקן דעם נייעם בנין קרן הדפסה, איך זע ווי מוהרא"ש שמייכלט אויבן אין "גן עדן" ווען ער קוקט אראפ און זעט דעם בנין הדפסה, וואו מען דרוקט טויזנטער ספרים טעגליך.


איך האף בקרוב וועט זיין דער חנוכת הבית. איך וויל ווייזן פאר אנשי שלומינו די גרויסע אפעראציע וואס טוט זיך דארט אפ, איך וויל אז יעדער איינער זאל האבן א חלק אין הדפסה און א חלק אין הפצה, מען קען נישט זיצן ווי א מחותן מיט פארמאכטע הענט, נאר יעדער איינער זאל האבן א חלק אין ברענגען משיח.


פון דארט בין איך געגאנגען צו די קינדערלעך; דאס איז דאך מיין זאך, חינוך הבנים והבנות. איך האב געגעבן דריי שיעורים, איינס פאר די מיידלעך, צוויי פאר די סטעף – מלמדים און טישטערס וכו', און פאר די אינגלעך. אויך בין איך געגאנגען מיט די אינגלעך א שפאציר, זיי ווייזן די נייע בנין התלמוד תורה וואס מען בויט יעצט.


איך בעט דיר זייער טייערער אהרן בן פיגא, העלף מיר רעדן מיט אנשי שלומינו, אלע זאלן נעמען א טייל אינעם קאמפיין וואס מיר מאכן נאך שבועות. איך דארף רחמי שמים נישט אריינזינקען אין א טיפע לאך פון חובות, די מוסד האט שרעקליכע חובות. די יאר האבן מיר געבויט שולן און מקוואות, מצה בעקעריי, יעצט האט מען געקויפט א פלאץ פאר די קינדער פאר זומער, פון אלע זייטן האב איך חובות, איך בעט דיר זייער זאלסט אנווארעמען אנשי שלומינו.


אפשר יעצט וועט מקוים ווערן דאס וואס מוהרא"ש האט דיר געבעטן זאלסט זיין פאנדרעיזער פאר זיינע מוסדות; אזוי ביסטו דאך מקורב געווארן, מען האט דיך געברענגט פאר א פאנדרעיזער פאר די מוסדות אין יבנאל, יעצט וועט דאס מקוים ווערן.


פון חדר בין איך געפארן צום שטוב פון ישראל חיים נרו יאיר, ער האט מיך איינגעליידנט צו א שבע ברכות פאר זיין טאכטער מיט החתן אלי' בן ישראל שלום נרו יאיר. איך זאג דיר דעם אמת, מיין קאפ האט שוין געשווינדלט פון זיין אויף אזוי לאנג, אבער איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביי זייער שמחה. ערשטנס, די מחותנים זענען ביי מיר זייער טייער, דער אבי הכלה איז אן איידעלער מענטש, ער פירט אן איידעלע ריינע שטוב, און אזוי אויך דער אבי החתן פירט א שיינע ערליכע אידישע שטוב; איך שטאלציר מיט אזעלכע טייערע משפחות.


צווייטנס, דער חתן נרו יאיר איז געווען אלע יארן אין ישיבה, ער האט אלץ געהאלפן די ישיבה, ער האט אלץ צוגעלייגט א האנט, אויך די כלה איז פון די חשוב'ע תלמידות.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער, איך האב געזאגט וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן ביי שבע ברכות. מען זאגט אין די ברכות: "שַׂמֵּחַ תְּשַׂמַּח רֵעִים הָאֲהוּבִים, כְּשַׂמֵּחֲךָ יְצִירְךָ בְּגַן עֵדֶן מִקֶּדֶם"; דאס איז די נשמה פון חתן כלה וואס אין הימל זענען זיי געווען איינס, יעצט ווען זיי טרעפן זיך איינער דעם צווייטן וואונטשט מען זיי: "שַׂמֵּחַ תְּשַׂמַּח וְגוֹ', כְּשַׂמֵּחֲךָ יְצִירְךָ בְּגַן עֵדֶן", זיי זאלן לעבן מיט ליבשאפט, מיט פרייד אזוי ווי זיי האבן געלעבט אויבן אין גן עדן, זיך נישט קריגן, זיך נישט באשולדיגן, און אז דער חתן וויל אז זיין ווייב זאל אנערקענען אין חתן דומה למלך, דארף ער רעדן צו איר ווי מען רעדט צו א מלכה, וועט זי רעדן צו אים ווי מען רעדט צו א מלך.


איך האב געזאגט הויך אויפ'ן קול וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש. מוהרא"ש האט מיר געגעבן די זאך אז ווען מיין ווייב רופט מיר אויפ'ן טעלעפאן הייב איך אויף אן ווערן נערוועז, זאל זי רופן הונדערט מאל א טאג, איך הייב אויף, איך הער איר אויס; דאס איז איינע פון די מיליאנען פינטלעך וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש.


פון דארט בין איך געגאנגען נעמען מיינע קינדער, איך האב צעטיילט מיינע קינדער פאר די נסיעה, א טייל ביי מיין זון הרב שלמה, א טייל ביי משפחות אין וויליאמסבורג, ביי ר' מרדכי אינדיג, און ביי שבתי מזרחי.


איך בין געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי די נייע פארפאלק.


איך בין יעצט צוריקגעקומען פון די נסיעה, איך האב גערופן א מנין בחורים צו מיר אין שטוב פאר א מנין מעריב, יעצט איז שוין שפעט ביינאכט, איך גיי זיך צולייגן, מען דארף אביסל שלאפן צו קענען ווייטער אנגיין מיט עבודת השם.


איך בין מתפלל פאר דיר און פאר דיינע קינדער, איך האב געטראפן דיינע קינדער היינט אין שטעטל. דיין זון פנחס דוד נרו יאיר קאכט אין בית המקדש פאר די צאן קדשים, דיין איידעם אברמי האבן איך געטראפן אין בנין קרן הדפסה, ער ארבעט אויפ'ן אלבוים "טאנץ מיט אמונה #4", דיין איידעם הערשל נרו יאיר איז דאך א מלאך המושיע פאר אונזערע קינדער, ער זיצט מיט א כתה קינדער, לעבעדיגע קינדער וואס יעדע רגע ווילן זיי ארויסטאנצן פון די הויט, ער האלט זיי מיט אזא סבלנות. רפאל נרו יאיר, דער אדמיניסטראטאר זאגט מיר היינט, דיין איידעם הערשל נרו יאיר זאגט אים, ער האט א גוטע פראומאושן ווי אזוי צו איינקעסירן שכר לימוד, אזוי טוען דאך אלע מוסדות, מען רופט אויס ווער עס צאלט שכר לימוד גייט אריין אין א גורל וכו', זאגט ער, מען זאל אויסרופן, ווער עס קען אריינקומען אין זיין כתה האלטן די כתה פאר איין שעה און די קינדער וועלן אים נישט ארויסטראגן, דער דארף נישט צאלן שכר לימוד פאר א יאר; אזוי וועלן עלטערן האבן א געפיל און צאלן שכר לימוד, מען זאל קענען באצאלן פאר די מלמדים די מינימאלע געהאלט וואס עס קומט זיי.


ווען דו רעדסט מיט אנשי שלומינו זיי זאלן זיך אנשליסן אינעם קאמפיין, זאג זיי צוויי זאכן. איינס, זיי זאלן נישט געבן זייער געלט, זיי זאלן ברענגען געלט פון חברים, משפחה, באקאנטע וכדומה, צווייטנס, וואס רבי נתן האט געזאגט פאר'ן רבינ'ס אייניקל ווען ער האט אים געבעטן געלט פאר'ן קלויז אין אומאן און ער האט געקווענקלט, האט ער אים געזאגט די ווערטער: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר אויך, נאר שענער און בעסער וועט זיין אז דו וועסט העלפן"; נאך די ווערטער האט ער געגעבן צדקה, אזוי זאלסטו זאגן פאר אנשי שלומינו: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר, נאר שענער און בעסער וועט זיין אויב דו וועסט צולייגן א האנט, העלפן די הייליגע מוסד, די הייליגע קהילה".


איך שלאף שוין איין, זיי מיר געזונט.

#13 - גיין אין קאנטרי נאר מיט א גוטע סביבה
חברים, נעגל וואסער, פירושים, קאנטרי

בעזרת ה' יתברך


יום ג' בהר, ט"ז אייר, ל"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


האברך ... נרו יאיר האט מיר געוויזן דיין נאמען צווישן די משפחות וואס קומען אינעם נייעם ברסלב'ער קאנטרי.


איך פריי זיך זייער אז דו וועסט זיין זומער מיט אנשי שלומינו, עס איז זייער וויכטיג זיך צו דרייען צווישן אנשי שלומינו ברסלב'ער חסידים; ווייל א מענטש וועט באאיינדרוקט פון די ארומיגע.


קענסט זען וואוילע אינגעלייט וואס האבן נאך א ברעקעלע יראת שמים, זיי גייען אין קאנטרי מיט נישט א גוטע סביבה, עס האט אן השפעה אויף זיי, ביז זיי פארלירן דאס ברעקל יראת שמים.


מיר געפונען (פסחים קיב:), רבינו הקודש האט געזאגט פאר זיינע קינדער: "אַל תָּדוּרוּ בִּשְׁכֶנְצִיב", זיי זאלן נישט גיין קיין שכנציב וואוינען; דעמאלט איז געווען א קאנטרי וואס האט געהייסן "קאנטרי שכנציב", וואס איז געווען דער פראבלעם דארט? זיי זענען געווען לצים; זעט מען פון דעם אז אפילו אזעלכע הייליגע מענטשן ווי רבינו הקדוש'ס קינדער האבן זיך אויך געדארפט באווארענען מיט וועם זיי דרייען זיך.


זיי שטארק מיט נעגל וואסער; פאר דיר, דיין ווייב און דיינע קינדער זאלסטו אנגרייטן נעגל וואסער – וועט די שטוב זיין הייליג און ריין.


איך בין יעצט אויפ'ן פליגער, אויפ'ן וועג קיין מירון, איך וועל בעטן פאר דיר.

#12 - עלטערן דארפן אויסלערנען די קינדער צו טון וואס מען דארף
חינוך הילדים, נעגל וואסער

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת קדושים, ה' אייר, כ' לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין ווייב.


וואס איז בכלל די פראגע, וואס איז אז ער וויל זיך נישט אפגיסן נעגל וואסער? מען טוט נישט וואס מען וויל, מען טוט וואס מען דארף טון. ענקער ארבעט איז אים אויסלערנען צו טון וואס מען דארף, יעצט איז די צייט, ביי די פינף יאר – דעמאלט איז די צייט אויסצולערנען די קינדער צו טון וואס איז ריכטיג.


ווען מיינע קינדער זאגן מיר "איך וויל נישט", "איך האב נישט ליב", וכדומה, לערן איך זיי מען טוט נישט נאר זאכן וואס מען וויל און וואס מען האט ליב, מען טוט וואס איז ריכטיג.


גיס אים אפ נעגל וואסער; מאך עס אינטערעסאנט. לויב אים און הייב אים אויף, און מאך אים פאלגן.

#11 - אפגיסן נעגל וואסער פאר די קינדער
חינוך הילדים, מלמדים, נעגל וואסער

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תצוה, י' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט זוכה צו זיין א מלמד פאר תינוקות של בית רבן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפ'ן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד - אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת". איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס פון די וועלט.


זייער גוט טוסטו אז דו פרעגסט די קינדער אינדערפרי ווער עס האט זיך שוין געוואשן נעגל וואסער און ווער נישט, און דו גיסט אפ פאר אלע קינדער וואס האבן נאכנישט געוואשן, ווייל נישט אין אלע שטיבער גיסט מען אפ נעגל וואסער; עס איז זייער וויכטיג אויסצולערנען די קינדער די הייליגקייט.


בנוגע וכו'; איך האב דיר ליב אזוי ווי אמאל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - חס ושלום ווערן אריינגעדריידט אין מחלוקת
כיבוד אב ואם, שלום בית, תהלים, מחלוקת, נעגל וואסער, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו פירסט דיין שטוב בקדושה ובטהרה, דו און דיין ווייב גרייטן אן נעגל וואסער, איר גייט נישט אראפ פון בעט אן אפגיסן נעגל וואסער; דאס איז די פונדאמענט פון א ריינע שטוב.


בנוגע דיין שווער און שוויגער וואס קריגן זיך און דיין ווייב ווערט אריינגעמישט; זאג דיין ווייב אז זי זאל זיך נישט מישן, זי זאל שטיין פון די זייט. עס איז זייער ווייטאגליך פאר קינדער צו זען ווי עלטערן קריגן זיך, עס איז דא א גרויסע יצר הרע זיך אריין צו מישן; מען דארף אבער טון וואס דער אייבערשטער זאגט און חס ושלום ווערן אריינגעדריידט אין מחלוקת.


דו זאלסט זאגן יעדן טאג אביסל משניות און גמרא, און דיין ווייב זאל זאגן אביסל תהלים, און ביידע פון ענק זאלן בעטן דעם אייבערשטן אויף ענקער פשוט'ע שפראך אלעס וואס איר דארפט; וועט איר האבן א גן עדן לעבן אויף די וועלט.


 

#9 - הדרכה פאר א בחור ווי אזוי זיך צו פירן אין לעבן
תפילה והתבודדות, שלאפן, בחור, נעגל וואסער, לימוד התורה, בריוו, ישיבה, הדרכות, קריאת שמע, בר מצוה, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין בר מצוה! דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויסוואקסן אן ערליכער איד, א גרויסער צדיק.


דיין טאטע האט מיר געשיקט בילדער פון דיין בר מצוה; איך באוואונדער דיין קלוגשאפט, דו ביסט יונג אבער דו האסט שכל מער פון עלטערע, דו האסט געבעטן דיינע עלטערן פאר א פשוט'ע בר מצוה, עס האט זיי נישט געקאסט קיין געלט; וואויל איז דיר.


דו בעטסט איך זאל דיר שרייבן הדרכה ווי אזוי זיך צו פירן אין לעבן.


די ערשטע זאך אינדערפרי זאלסטו אפגיסן נעגל וואסער, גיי נישט אראפ פון בעט אן נעגל וואסער. טו זיך אן און גיי אין מקוה, דער רבי זאגט: "די ערשטע זאך איז מקוה"; ברסלב'ער חסידים זענען זייער מקפיד נישט צו פארפעלן מקוה קיין איין טאג.


יעצט אז דו ביסט אין ישיבה זאלסטו גיין מיט זייער סדר היום; ווען מען דארף זיין ביים לערנען - זאלסטו זיין גרייט אין צייט, און ווען מען דארף זיין ביים דאווענען - זאלסטו זיין גרייט, סדר איז זייער וויכטיג פאר עבודות השם.


ווען דו האסט איבריגע צייט זאלסטו זיך מסדר זיין א סדר צו לערנען די שיעורים. די ערשטע שיעור זאלסטו זיך מאכן אין מקרא; לערן יעדן טאג א חלק פון די פרשה, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, ביז סוף וואך - די גאנצע פרשה שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י.


די צווייטע שיעור זאלסטו זיך מאכן אין משניות; זע צו לערנען יעדן טאג אכצן פרקים, אויב איז דיר שווער צו זאגן אכצן פרקים אין איין צי קענסטו עס איינטיילן אין דריי; זעקס פרקים אינדערפרי, זעקס פרקים נאכמיטאג און זעקס פרקים ביינאכט.


אכצן פרקים משניות איז זייער וויכטיג פאר א יונגער בחור; קוק נישט אויב דו פארשטייסט וואס דו לערנסט, דו זאג די ווערטער פון די משניות, פארשטייסט איז גוט און אז נישט זאלסטו ווייטער זאגן מיט א שטארקע עקשנות, דאס וועט דיר מאכן פאר א גרויסער צדיק.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין גמרא און אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג תהלים.


ווען עס ווערט נאכט - גיי שלאפן; דריי זיך נישט אין די גאסן, גיי נישט צו קיין חבורות, גיי שלאפן פרי און שטיי אויף פרי.


זיי מקפיד אויף קריאת שמע שעל המטה. זיי זיך מרגיל צו ליינען קריאת שמע בנוסח אריז"ל; אנהייב איז דאס שווער, אבער אז מען טוט דאס א לאנגע צייט אין איין צי - ווערט דאס ווי א געוואוינהייט.


ועל כולם זאלסטו גיין התבודדות, רעד צום אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך; בעט אים ער זאל דיר העלפן דו זאלסט זיין א צדיק, בעט אים ער זאל דיר מקרב זיין צו אים. רעד צו אים אלעס וואס ליגט דיר אויפ'ן הארץ, זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט, ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך. דער רבי זאגט אז התבודדות, דאס איז די סוד ווי אזוי מען ווערט א צדיק.


שרייב מיר לכל הפחות יעדע וואך א בריוו וועסטו מיר מחי' זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - פארגעסן די אלטע מעשיות און אנהויבן פון ניי
תהלים, התחדשות, נעגל וואסער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן האט מיר שוין לאנג צוריק געשריבן א בריוו וואו ער בעט מיר אין אייער נאמען אז איר דארפט חיזוק אויף זאגן תהלים, איר קענט נישט קוקן אויפ'ן תהלים צוליב וואס אייערע עלטערן האבן אייך זייער געדרוקט צו זאגן תהלים ביום החופה, אויך דארפט איר חיזוק אויף נעגל וואסער.


איך פארשטיי אייך זייער גוט אז איר קענט נישט, עס דערמאנט אייך צוריק אלטע נישט גוטע זכרונות, דאך בעט איך אייך איר זאלט נישט צוריק גיין צו די אלטע מעשיות, הייבט אן א נייע לעבן. מיר זענען מקורב צום רבי'ן, די עיקר ביים רבי'ן איז "זיך באנייען", נישט טראכטן פונעם עבר, וואס איז געווען איז געווען, מען דארף פארגעסן פונעם עבר.


אז איר וועט זאגן תהלים וועט איר פארדינען גרויסע רווחים, תהלים ברענגט ישועות, אויך זאלט איר זיך אפגיסן נעגל וואסער; וועלן אוועקגיין אלע שדים ורוחות רעות, איר וועט זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.


ביי מיר זענט איר זייער חשוב, אויך אייער מאן איז ביי מיר זייער באליבט.


א כתיבה וחתימה טובה.


 

#7 - וואויל איז די וואס זענען שטארק נזהר אין נעגל וואסער
חיזוק פאר פרויען, נעגל וואסער, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען מען שלאפט בייטאג דארף מען זיך אפגיסן די הענט; דאס דארף נישט זיין ביים בעט, אבער מען דארף זיך וואשן מיט א כלי יעדע האנט דריי מאל.


דאס איז ווען מען שלאפט בייטאג, אבער ביינאכט דארף מען זייער אכטונג געבן זיך נישט אראפצולייגן נאר אז מען גרייט זיך אן נעגל וואסער, כדי מען זאל זיך קענען אפגיסן גלייך ווען מען שטייט אויף און חס ושלום אראפגיין פון בעט מיט טמא'נע הענט.


וואויל איז די וואס זענען שטארק נזהר אין נעגל וואסער, בפרט אידישע פרויען; וועלן זיי ברענגען קדושה וטהרה אין שטוב.

#6 - מען קען זיצן אויפ'ן באס א גאנצן טאג און לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד
פרנסה, סדר דרך הלימוד, נעגל וואסער, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דו האסט פארשעמט די גאנצע קהילה, קיינער האט דאס נאכנישט באוויזן, צו לערנען און ענדיגן גאנץ ליקוטי מוהר"ן אין צוויי חדשים אויפ'ן באס.


זיי נישט ברוגז אז איך האב דיר אויפגעשטעלט אינמיטן סיפורי מעשיות, איך האב נאר געוואלט ווייזן פאר אלע אינגעלייט זיי זאלן זען אז מען קען לערנען און זיין א באס דרייווער אינאיינעם, מען קען זיצן אויפ'ן באס א גאנצן טאג און לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד.


אנשי שלומינו זאגן: ס'י ד'י על' (די ראשי תיבות פון די לייסענס וואס מען דארף האבן צו קענען פירן א באס) איז ראשי תיבות ס'דר ד'רך הל'ימוד; מען קען זיין א ס'י ד'י על' דרייווער און אז מען לערנט אויפ'ן ס'דר ד'רך הל'ימוד קען מען זוכה זיין צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה.


דיין ווייב האט מיר געפרעגט פון ווען מען דארף מקפיד זיין אפצוגיסן די קינדער "נעגל וואסער"; זאג איר אז ביי אונז גיסט מען אפ פונעם געבוירן.

#5 - אז די מאמע איז ריין איז די גאנצע שטוב ריין
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, נעגל וואסער, קריאת שמע

בעזרת ה' יתברך


                        יום ב' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלט אייער בריוו.


ליינט קריאת שמע יעדע נאכט און זייט זיך מתודה מיט די נוסח קריאת שמע של אריז"ל.


קריאת שמע איז נישט געמאכט נאר פאר מענער, קריאת שמע דארפן אלע ליינען; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ - מַזִיקִין בְּדֵילִין הֵימֶנּוּ", ווער עס ליינט קריאת שמע פאר ער לייגט זיך שלאפן גייען אלע מזיקים אוועק פון אים, נאך זאגן חז"ל (ברכות ח:) רבא האט געזאגט פאר זיינע קינדער: "אַל תֵּשְׁבוּ עַל מִטַּת אֲרַמִּית", איר זאלט נישט שלאפן אין א גוי'שע בעט, זאגט די גמרא עטליכע פשטים וואס דאס מיינט, דער ערשטער פשט איז "לֹא תִּגְנוּ בְּלֹא קְרִיאַת שְׁמַע", ער האט זיי אנגעזאגט זיי זאלן נישט גיין שלאפן אן ליינען קריאת שמע; זעט מען פון דעם ווי חשוב עס איז ווען מען ליינט קריאת שמע פאר מען לייגט זיך שלאפן.


אויך זאלט איר מקפיד זיין אויף נעגל וואסער; איידער איר גייט שלאפן זאלט איר אנגרייטן נעגל וואסער ביים בעט. דער זוהר הקדוש זאגט (וישב, קפד:) בשעת א מענטש שלאפט גייט ארויף זיין נשמה און עס קומט א רוח טומאה אויפ'ן מענטש, און ווען דער מענטש וועקט זיך אויף קומט זיין נשמה צוריק, דעמאלט גייט אוועק די רוח טומאה פון אים אבער עס בלייבט אויף זיינע הענט און טוט זיך נישט אפ נאר דורך נעגל וואסער.


פרויען דארפן נאך מער אכטונג געבן אויף נעגל וואסער, ווייל אז די מאמע איז ריין איז די גאנצע שטוב ריין. אויך דארף מען אפגיסן קליינע קינדער; דעם רבינ'ס מאמע פיגא די נביאה האט אזוי געטון, גלייך ווען דער רבי איז געבוירן געווארן האט זי אים אפגעגאסן די הענט, און אזוי יעדעס מאל ווען דער רבי איז נאך געווען א קליינע בעיבי און דער רבי האט זיך אויפגעוועקט אינמיטן די נאכט, האט זי אים אפגעגאסן נעגל וואסער, אזוי איז דער רבי געוואקסן אין א שטוב פון קדושה.


דער רבי האט אונז געגעבן אן עצה פון התבודדות; מען זאל זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך און אים בעטן ער זאל רחמנות האבן, נעמט די עצה וועט איר זיין א נייע מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - קריאת שמע שעל המיטה של אריז"ל איז פאר אלעמען
חיזוק פאר מיידלעך, שלאפן, נעגל וואסער, קריאת שמע

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קריאת שמע שעל המיטה של אריז"ל איז פאר אלעמען, סיי פאר אינגלעך און סיי פאר מיידלעך.


וואויל איז דעם וואס ליינט קריאת שמע פאר'ן גיין שלאפן, דורכדעם וועט ער געראטעוועט ווערן פון אלעם שלעכטס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ - מַזִיקִין בְּדֵילִין הֵימֶנּוּ", ווער עס ליינט קריאת שמע פאר ער לייגט זיך שלאפן גייען אלע מזיקים אוועק פון אים. נאך זאגן חז"ל (ברכות ח:): רבא האט געזאגט פאר זיינע קינדער: "אַל תֵּשְׁבוּ עַל מִטַּת אֲרַמִּית", איר זאלט נישט שלאפן אין א גוי'שע בעט; זאגט די גמרא אפאר פשטים וואס דאס מיינט, די ערשטע פשט איז: "לֹא תִּגְנוּ בְּלֹא קְרִיאַת שְׁמַע", ער האט זיי געזאגט זיי זאלן נישט גיין שלאפן אן ליינען קריאת שמע; זעט מען פון דעם ווי חשוב עס איז ווען מען ליינט קריאת שמע פאר מען לייגט זיך שלאפן.


אויך נעגל וואסער איז פאר אלעמען – סיי פאר אינגלעך און סיי פאר מיידלעך; מען טרעט נישט אראפ פון בעט אן אפגיסן נעגל וואסער.


וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן פונעם אייבערשטן, וועסטו זען גרויסע ניסים.

#3 - זיי מקפיד אויף נעגל וואסער
נעגל וואסער

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד האברך היקר ... נרו יאיר.


מזל טוב פאר די אפשערן פון דיין זון נרו יאיר; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זען נחת ביי אים און פון אלע קינדער געזונטערהייט צוזאמען מיט דיין ווייב תחי'.


זיי מקפיד אויף "נעגל וואסער"; פאר דו גייסט שלאפן זאלסטו אנגרייטן נעגל וואסער פאר דיר, פאר דיין ווייב און פאר דיין זון נרו יאיר. אינדערפרי זאלסטו נישט אראפגיין פון בעט אן אפגיסן נעגל וואסער און אויך זאלסטו אפגיסן דיינע קינדער; אז דו ביסט נישט אין שטוב ווען זיי שטייען אויף זאל דיין ווייב זיי אפגיסן.


מענטשן מיינען אז נעגל וואסער איז א נישט וויכטיגע זאך; באמת איז דאס א יסוד היסודות אין א אידישע שטוב, עס נעמט ארויס אלע שלעכטע און בייזע כחות, עס ברענגט קדושה וטהרה.

#2 - דאווענען אויף די הברה וואס מ'איז צוגעוואוינט
תפילה והתבודדות, נעגל וואסער, מנהגים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ה' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר טראכט צו שיקן אייערע קינדער אין חסידי'שע מוסדות וואו מען רעדט אויף די חסידי'שע הברה איז זיכער כדאי איר זאלט בלייבן מיט אייער אשכנז'ישע הברה וואס איר רעדט ביז יעצט, כדי זאל נישט צעמישן די קינדער.


בנוגע די נוסח התפילה וכו'; דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל נישט משנה זיין דעם נוסח התפילה, נאר יעדער איינער זאל דאווענען מיט די נוסח וואס זיינע עלטערן דאווענען.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט אייך, אז איר האט א טייערע מאן נרו יאיר מיט זיסע ליכטיגע קינדער, וועט דער אייבערשטער טון מיט אייך נאך גרויסע ניסים.


געבט אכטונג אויף נעגל וואסער, אז סיי איר און סיי אייערע קינדער זאלן נישט אראפגיין פון בעט אן אפגיסן נעגל וואסער, ווייל דאס הייליגט און היט דעם מענטש פון אלעם שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.