Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • זעכציג יאר פון התחלת כתיבת ספר הקדוש אשר בנחל

    היינט כ"ד כסלו ערב חנוכה ווערט גאנצע זעכציג יאר פון ווען מוהרא"ש זי"ע האט אנגעהויבן באלייכטן די וועלט מיט זיינע הייליגע בריוון וואס איז געדרוקט געווארן דערפון די צוויי הונדערט צוויי און זיבעציג בענדער אשר בנחל, וואס אנטהאטלן בערך 100,000 בריוו וואס איז געבויט אויף די עצות און ווערטער פון הייליגן רבין, וואס איז מחזק און מעודד צענדליגע טוינזטער אידן איבער די גאנצע וועלט.   מוהרא"ש (אין ספר שיחת מוהרא"ש) דערציילט א פלא'דיגע מעשה וויאזוי דאס שרייבן די היילגע ספרים האבן זיך אנגעהויבן, אין די טעג פאר חנוכה תשכ"ד האבן זיך אנגעהויבן צוזאם נעמען בחורים ארום מוהרא"ש זי"ע, מוהרא"ש האט זיי אלע מקרב געווען, און גערעדט מיט זיי די עצות פון הייליגן רבין, די בחורים האבן דאן געלערענט אין א געוויסע ישיבה, און דער ראש ישיבה דארט האט זיי אנגעהויבן צו מאכן ענג, און די בחורים האבן אנגעהויבן צו שרייבן בריוו פאר מוהרא"ש ווי זיי האבן זיך אויסגערעדט אלעס וואס עס גייט זיי דורך, מוהרא"ש איז נאך דאן געווען זייער אינג, און כאטש ער האט שוין דאן געקענט אויסענווייניג אלע ספרים פון הייליגן רבין, אזוי אויך האט ער געקענט די פילע ספרי האריז"ל זי"ע, מוהרא"ש האט אסאך געלערענט גמרא פוסקים מדרשים ספרי חסידות און אזוי ווייטער, אבער ער האט זיך נישט געשפירט באקוועם מיט דעם אז מענטשן קומען זיך אויסרעדן צו אים, ווי זיי פאלן נעבעך דורך, ווי דער סמ"ך מ"ם ווארפט זיי אראפ, דערפאר האט ער נישט געוואלט ענפטערן די אלע בריוו, ער האט געשפירט אז דאס איז זייער א גרויסע אחריות.   מוהרא"ש האט דאן נאכגעזאגט פון הייליגן רבי נתן זי"ע וואס האט זיך אויסגעדרוקט אזוי: "צו רעדן צו מענטשן, און אים געבן עצות, דאס איז די גרעסטע אחריות, ווייל אפשר וועל איך אים געבן התחזקות, אבער ער דארף יעצט הערן התעוררות, אדער פארקערט, איך וועל אים זאגן מוסר, אבער ער דארף יעצט הערן התחזקות, און דערמיט קען איך אים צוברעכן".   דערפאר האט מוהרא"ש זייער שטארק נישט געוואלט אריינגיין דערין, אבער נאכדעם וואס פילע טייערע בחורים זענען געקומען צו אים אהיים, און אויך האבן זיי אנגעהויבן צו שרייבן בריוון מיט זייערע פראבלעמען, האט ער דאן איין טאג אסאך געוויינט צום אויבערשטן שעות ארוכות, און געבעטן דעם אויבערשטן ער זאל וויסן וואס צו טון, וואס ער זאל שרייבן, און וואס צו ענטפערן, אזוי האט זיך מוהרא"ש געלייגט שלאפן וויינענדיג אינמיטן התבודדות.   ווען ער איז איינגעשלאפן האט מוהרא"ש געזען דעם הייליגן רבין אין חלום ווי דער רבי שפאצירט מיטן הייליגן רבי נתן, און זיי ביידע קומען צו אים, ער איז געשטאנען אויף זיין פלאץ און האט געקוקט אויף זיי ווי זיי ווערן נענטער, דער רבי האט גערעדט מיט רבי נתן א טיפע זאך (אזוי האט מוהרא"ש פארציילט, אז ער האט געזען לויט די באוועגונגען פון רבי נתן ווי ער קוקט אויפן רבין, און ער שטרענגט זיך אן צו פארשטיין יעדע ווארט, ווי איינער וואס הערט אויס א קאמפליצירטע זאך) און אזוי זענען זיי געגאנגען צוזאמען, דער רבי רעדט, און רבי נתן הערט אויס, ביז זיי זענען אנגעקומען צו די פלאץ ווי מוהרא"ש איז געשטאנען, און דאן האט זיך דער רבי אפגעשטעלט און געשמייכעלט צו אים, און מוהרא"ש איז צוגעגאנגען צום רבין און אים געזאגט פארשידענע זאכן, און אויך איבער דעם וואס די בחורים ווילן פון אים, און ער האט געווייינט צום רבין, "וואס זאל איך טון? וואס זאל איך זיי ענטפערן?" דאס אלעס האט מוהרא"ש אריינגעזאגט שטילערהייט אין די אויערן פון הייליגן רבין אז רבי נתן זאל נישט הערן, ווייל ער האט געזען ווי רבי נתן בייזערט זיך, און האט אים געוויזן א פנים ווי איינערוואס פרעגט פארוואס האקסטו מיר אריין אינמיטן דער רבי רעדט צו מיר.   אבער מוהרא"ש האט נישט געקוקט דערויף, נאר גערעדט צום רבין און אים אלעס פארציילט, און דער רבי האט געשמייכעלט צום צו אים און אים געזאגט בזה הלשון ""שרייב מיין קינד שרייב, איך וועל דיר מגלה זיין שיינס אין מיין תורה, איך וועל זיין מיט דיר", און דערנאך זענען זיי געגאנגען ווייטער.   מוהרא"ש איז געבליבן אויף זיין פלאץ און געקוקט ווי זיי גייען אוועק, דער רבי רעדט און רבי נתן קוקט אויפן רעגן און הערט זיך צו, אזוי איז מוהרא"ש געשטאנען ביז מען האט זיי שוין מער נישט געזען. דאס איז געווען אין א פעלד, און דערנאך האט מוהרא"ש זיך גענומען רעדן צום אויבערשטן, און אינמיטן התבודדות האט מוהרא"ש געזען פלוצלינג ווי איינער קומט צו לויפן פון דערווייטענס פונעם ריכטונג ווי דער רבי און רבי נתן זענען געגאנגען, און ער לויפט צו צו מוהרא"ש מיט א געוואלדיגע שמחה ביז ער איז אנגעקומען צו אים און אים געגעבן די הענט "שלום עליכם", און אים געזאגט "יעצט ווייס איך ווער דו ביסט, און האט אים געגעבן א קלאפ אויף די פלייצע, און אים געקושט אין די שטערן און האט אים געזאגט "האב נישט מורא, איך וועל זיין מיט דיר שטענדיג, און אין אלע דיינע חידושים וועל איך שטענדיג זיין מיט דיר", און דאס איז געווען דער הייליגער רבי נתן אליינס.   און טאקע פון דעם ערב חנוכה תשכ"ד, האט מוהרא"ש זי"ע אנגעהויבן צו שרייבן, און דער אויבערשטער האט געהאלפן אז זינט דאן האט מוהרא"ש פאר פופציג יאר בלי הפסק געשריבן אן א שיעור ספרים און בריוון, וואס איז בכח אריינצוגעבן כח אין יעדן איד אין יעדן מצב באשר הוא שם, און האט שוין צוריק געברענגט אן א שיעור אידישע קינדער צום אויבערשטן.

    < זעה מער כד כסלו תשפ"ד 📝
  • הילולת מוהרא"ש איבער די וועלט

    אנשי שלומינו זענען נאך אונטער'ן רושם פון דעם גרויסן הייליגן טאג י"ז שבט, די יארצייט פון אונזער גרויסער רבי, מוהרא"ש זי"ע, וואס איז אויסגענוצט געווארן זיך צו שטארקן מיט די לימודים פון הייליגן רבי'ן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט. &nbsp; דער ציון הקדוש פון מוהרא"ש זי"ע אין יבנאל איז באלאגערט געווארן במשך די טעג פון פילע טויזנטער אידן וואס זענען געקומען צו פארן זיך משטתח זיין ביומא דהילולא קדישא, פון איבער די גאנצע וועלט זענען אידן געקומען צו פארן, אבער ספעציעל פון ארץ ישראל איז מען געקומען פון איבער'ן גאנצן לאנד, זיך אויסצובעטן בדבר ישועה ורחמים. &nbsp; ווי שוין באריכטעט איז אין וויליאמסבורג פארגעקומען דער צענטראלע סעודת הילולא, וואס איז מיטגעהאלטן געווארן דורך הוק אפ אין פילע שטעט אין ניו יארק, ניו דזשערסי און קאנאדע. &nbsp; אויך אין אלע היכל הקודש צענטערן איבער די וועלט איז מען זיך צוזאם געקומען צו אפרעכטן דעם יארצייט, און הערן וואס מען קען ארויסנעמען פון דעם גרויסן טאג, פאלגענד איז א באריכט פון א טייל בית מדרשים פון היכל הקודש איבער די וועלט: &nbsp; ירושלים - דינסטאג אווענט זענען זיך אנשי שלומינו צוזאמגעקומען אין בית המדרש היכל הקודש אין ירושלים עיה"ק, מען האט זיך אינאיינעם מחזק געווען צו גיין ווייטער אין די וועגן פון מוהרא"ש, מען האט געזינגען די שיינע גראמען וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געזינגען איבער די גרויסקייט פון מוהרא"ש, און נאך די סעודה האט זיך ארויסגעלאזט א שיירה אינאיינעם צום ציון הקדוש אין יבנאל. &nbsp; די קינדער פון תלמוד תורה היכל הקודש און די מיידלעך פון בית פיגא אין ירושלים, זענען געפארן מיטוואך אינדערפרי צום ציון הקדוש אין יבנאל, און זיך אויסגעבעטן אלעס גוטס. &nbsp; בני ברק - תלמידי היכל הקודש אין בני ברק זענען זיך צוזאמגעקומען צו א סעודת הילולא אין א זאל, מען האט געהערט ווארעמע ווערטער פונעם חשוב'ן גבאי מו"ה אבא חייא רייזמאן הי"ו וואס האט פארגעלערנט א שטיקל פון די הייליגע צוואה פון מוהרא"ש, און האט ארויסגעברענגט ווי די עצות פון הייליגן רבי'ן קען מען נוצן אין יעדע צייט און אין יעדע מצב, אויסרעכנדיג עטליכע עצות פון הייליגן רבי'ן ווי אזוי עס קומט צונוץ פאר יעדן איד צו יעדע צייט. &nbsp; א זעלטענע סיום האט מען מיטגעהאלטן פון א קליין אינגל וואס האט זוכה געווען מסיים צו זיין מסכת ברכות, און דערנאך א סיום ששה סדרי משנה צום זיבעטן מאל דורך מו"ה נחמן יצחק רעכניצער הי"ו. דערנאך האט מען געהערט עטליכע ווערטער פונעם מנהל בית הדפוס, דער גרויסער מפיץ מו"ה נתנאל לעוו הי"ו, וואס האט דערציילט ווי אידישע קינדער לעכצן צו די דיבורים פון הייליגן רבי'ן, און עס ליגט אויף אונז א חוב צו טון הפצה, צו פארשפרייטן די עצות פון הייליגן רבי'ן פאר אידישע קינדער, רעדן דיבורי אמונה אינדערהיים מיט די ווייב און קינדער, און אזוי אויך מיט יעדן מענטש וואס מען טרעפט נאר. &nbsp; נאך די סעודה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ, צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די געוואלדיגע מתנה וואס ער האט אונז געגעבן, אז מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען אז מיר זאלן האבן א גוט לעבן מיט'ן אייבערשטן. &nbsp; צפת/טבריה - פילע אנשי שלומינו פון איבער ארץ ישראל וואס זענען געפארן צום ציון הקדוש פון - מוהרא"ש, זענען זיך צום ערשט צוזאמגעקומען אין בית המדרש היכל הקודש אין טבריה, אינאיינעם מיט די חבורות פון צפת און טבריה, און זיך מחזק געווען ממשיך צו זיין צו גיין אין די וועגן פון מוהרא"ש זי"ע אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז, מען האט געזינגען און זיך געשטארקט אינאיינעם, און דערנאך ארויפגעגאנגען אינאיינעם צום ציון הקדוש אין יבנאל, וואס געפונט זיך גאנץ נאנט צום בית המדרש היכל הקודש טבריה. &nbsp; בית שמש - אנשי שלומינו פון בית שמש זענען ארויסגעפארן אום דינסטאג צום ציון הקדוש אין יבנאל, און אום מיטוואך אוונט איז מען זיך צוזאמגעקומען אין שטוב פון משפחת גאטליב צו א סעודת הילולא. &nbsp; מו"ה יואל גאלדענבערג הי"ו האט גערעדט שיינע דיבורים, די אמונה פשוטה וואס מוהרא"ש לייגט אריין אין אונז, און איבער'ן סדר דרך הלימוד וואס געבט א וועג פאר יעדן איד אין יעדן מצב צו לערנען די הייליגע תורה, מען האט זיך אויך געשטארקט אין הפצה און אזוי ווייטער אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אונז איבער פון מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; מודיעין עילית - אין בראכפעלד איז מען זיך צוזאמגעקומען צו א סעודת הילולא אום מיטוואך, מען האט זיך מחזק געווען מיט שיחות חברים, יעדער האט דערציילט א מופת וואס ער האט געזען ביי מוהרא"ש זי"ע, די אמת'ע סארט מופתים, ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז גענומען פון וואו מיר זענען געווען, און אונז מקרב געווען צום אייבערשטן, אונז געגעבן א וועג אין לעבן ברוחניות ובגשמיות, וואס דאס איז די גרעסטע מופת, און מען האט זיך מחזק געווען ווייטער עוסק צו זיין אין הפצה, צו מזכה זיין נאך אידן מיט די גרינגע און געוואלדיגע עצות וואס קען אויפהויבן יעדן איד און אים ברענגען צו די בעסטע און שענסטע זאכן אין לעבן. און נאך ברכת המזון האט מען אויפגעשפילט א שיעור פון ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; לאנדאן - תלמידי היכל הקודש זענען זיך צוזאם געקומען אין ביהמ"ד היכל הקודש&nbsp;אין לאנדאן, דער גבאי מו"ה שמואל אליעזר פערל הי"ו האט מכבד געווען מו"ה ישראל העסקעל הי"ו צו רעדן אפאר ווערטער - ער האט פארציילט דער סיפור וויאזוי רבי נחמן טולטישנער איז נתקרב געווארן צום רבין, ווען ער איז געווען א יתום און האט גארנישט געוויסט, און איינמאל האט ער געהערט א דיבור פון רבי נתן "די וועלט איז נישט און מען קען עס נישט האבן, יענע וועלט איז יא און מען קען עס דערגרייכן", וואס האט אים זייער געכאפט, און אזוי איז ער געווארן א תלמוד פון הייליגן רבי נתן, ביז ער איז אויסגעוואקסן דער גרויסער "רבי נחמן טולטשינער" &nbsp; אויך האט ער ארויסגעברענגט אז כאטש עס וואקסט שוין אונטער א פרישע דור וואס האט נישט געזען מוהרא"ש מיט די אויגן, קען מען אבער נאך אלץ זיין א תלמוד דורך לערנען אשר בנחל, און פאלגן וואס דער צדיק הייסט, ווי רבי נתן האט געזאגט פאר רבי נחמן טולטשינער "יאסל פאראנטשיק האט געזען דעם רבין, אבער דו ביסט א תלמוד". &nbsp; דערנאך האט מען געזונגען שיינע אידישע ניגונים פון די עצות וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט. &nbsp; מאטשעסטער -&nbsp; א שיינע ציבור איז זיך צוזאם געקומען לכבוד די הילולא אין שטוב פון איינע פון די חשובע תלמידים מוהרא"ש פון הר"ר שלמה פישער הי"ו. &nbsp; מו"ה שלמה זלמן רייז הי"ו האט גערעדט פון די גרויסקייט פון מוהרא"ש וואס האט געשריבן חיזוק קונטרסים און האט בלויז געוואלט אז אידן זאל באקומען חיזוק אין אמונה, חיזוק אין לימוד התורה, ער האט אפילו נישט געשריבן זיין נאמען, דער עיקר אז אידן זאלן דורכדעם זיך דערנענטערן צום אייבערשטן. &nbsp; אזוי אויך האט ער מחזק געווען איבער דער ענין פון הפצה, האט האט ארויסגעברענגט אז נאך פופציג יאר וואס מוהרא"ש האט געאקערט און געזייט פאר אונז איז שוין היינט ברוך השם אסאך גרינגער מפיץ צו זיין. אידן וואס האבן נאר איינמאל טועם געווען די זיסע קונטרסים, כאפן זיך צו דערצו, ווי א דורשריקער צו וואסער. ווי די מפיצים פארציילן. &nbsp; זכותו יגן עלינו!

    < זעה מער כד שבט תשפ"ג 📝
  • צענטראלע סעודה לרגל די יומא דהילולא קדישא פון מוהרא"ש זי"ע, דינסטאג נאכט אין וויליאמסבורג

    ווי יאר יערליך וועט אין וויליאמסבורג אפגעהאלטן ווערן דער גרויסער צענטראלע סעודת הילולא צום יארצייט פון אונזער גרויסן רבי'ן מרן מוהרא"ש זי"ע, וואס פאלט אויס אין טאג פון י"ז שבט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אייביג ביים יארצייט אז כאטש מען קען פארציילן אן א שיעור אותות ומופתים פון מוהרא"ש זי"ע, איז עס נישט אינטערעסאנט. דער בעל שם טוב זי"ע איז אמאל געקומען אין חלום צו איינע פון די תלמידים מיט טענות פארוואס מען רעדט פון זיינע מופתים. דאס איז זיכער אז צדיקים קענען משפיע זיין פרנסה פאר אידישע קינדער, זיי קענען פועלן פרסנה, קינדערלאזע פארפעלקער ווערן נפקד, און אזוי ווייטער. דער גרעסעטער מופת פון מוהרא"ש זי"ע איז געווען אז ער האט געקענט פראווען אזא מופת אז אויך אונז פשוטע מגושם'דיגע מענטשן זאלן אויך אנהייבן טראכטן "עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט", "עס איז דא א תכלית וואס איך דארף דא אויפטון אין די פאר יאר וואס איך לעב", ער האט געפראוועט א מופת אז ער האט געקענט מאכן אז מיר זאלן אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, מיר זאלן אנהייבן גלייבן אין זיך אז עס איז נאך דא א האפענונג פאר מיר ארויסצוגיין פון מיינע פראבעלמען ברוחניות און בגשמיות, ער האט אזויפיל געבעטן און געמאנט ביז ער האט געפועלט ביי אונז מיר זאלן אנהייבן מעביר סדרה צו זיין פון אנפאנג וואך, מיר זאלן פרובירן די עצה פון זאגן משניות, און מיר זאלן אננעמען די עצה פון סדר דרך הלימוד, ער האט אזויפיל גערעדט און געפאדערט ביז מיר האבן שוין אנגעהויבן גלייבן אז עס איז דא א וועג וויאזוי צו האבן שלום בית, דורך רעדן שיין צו די ווייב, און זיך נישט טענה'ן מיט איר. "איר ווילט הערן א מופת פון מוהרא"ש", - זאגן די תלמידים - "א מופת בין איך!" &nbsp; ווי געזאגט האט דער ראש ישיבה באשטימט אז דער צענטראלע סעודה וועט דאס יאר פארקומען אין וויליאסבורג אין בית המדרש הגדול היכל הקודש אויף 27 סקילמאן סט., ווי מען וועט זיך וואשן צו א שיינע סעודה, מען וועט הערן שיינע דברי התחקזות פונעם ראש ישיבה שליט"א, און עס וועט זיין א שיינע פראגראם איבער דאס לעבן פון מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; די זעלבע צייט וועלן אנשי שלומינו זיך אנגארטלען און שטיצן דעם קרן הדפסה וואס איז געווען די לעבנס ציל פון מוהרא"ש, צו דרוקן און פארשפרייטן די זיסע און הילייגע עצות פון הייליגן רבין, און דאס גייט צו בעיקר דורך די ספרים, קונטרים, און גליונות. &nbsp; תאו והתכנשו להילולא דרבי &nbsp;

    < זעה מער טו שבט תשפ"ג 📝
  • יומא דהילולא קדישא פון מוהרא"ש זי"ע

    קומענדיגע וואך מיטוואך, י"ז שבט, געפאלט די אכטע יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע. מיט יעדן טאג נענטער צום יארצייט דערקענט זיך די התעוררות און התרגשות ביי אנשי שלומינו בפרט, און ביי אידן איבער די וועלט בכלל, צו דעם געהויבענעם טאג. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט זאגן "אין טאג פון די יארצייט פון א צדיק, קומט מען זיך צוזאם און מען חזרט איבער וואס דער צדיק האט איבערגעלאזט פאר די וועלט", מען זעט ווי די לימודים און עצות וואס ער האט געלערנט מיט אידישע קינדער ביים לעבן, זענען ווייטער חי וקים, די הונדערטער ספרים די הונדערטערע טויזנעטער בריוו זענען נאך אלץ מחזק און מעורר אידישע קינדער איבער די וועלט, און זיי זענען נאך מער מוסף והולך און דערנענטערט טאג טעגליך נאך אידן צום אייבערשטן; און גדולים צדיקים במיתתם, מען זעט ווי די ספרים נעמען איין די וועלט, אפילו נאך מער און שטערקער ווי ביי זיין הייליג לעבן. &nbsp; די תלמידים פון מוהרא"ש געדענקן זייער גוט וואס מוהרא"ש האט געטון פאר זיי אלע זיינע יארן, ווי אזוי ער האט זיך מוסר נפש געווען טאג טעגליך נאר צו שטארקן און מחזק זיין יעדן איד אין יעדן מצב, און געלרענט מיט אונז וויאזוי מיר קענען אויך דינען דעם אייבערשטן, און וויאזוי יעדע פשוטע איד קען דורך רעדן צום אייבערשטן זוכה זיין צו די גרעסטער מדרגיות וואס א איד קען נאר צוקומען אויף דער וועלט. &nbsp; דעריבער שפירן אנשי שלומינו אזוי שטארק די גרויסייט פונעם דעם טאג, ווען די גרויסע תלמדים פון מוהרא"ש נעמען צוזאם פרישע תלמדים און מען חזר'ט איבער זיינע ווערטער, און מען געט איבער די עצות וואס דער צדיק האט אונז איבער געלאזט, און מען איז זיך מחזק ווייטער ממשיך צו זיין אין די הייליגע וועג. &nbsp; פילע אנשי שלומינו וועלן פארן צום הייליגן ציון אין יבנאל זיך משתטח צו זיין אויפ'ן הייליגן ציון פון מוהרא"ש זי"ע אין די טאג פון די יארצייט. אידן איבער די וועלט בכל מקומות מושבותיהם וואס האבן נישט געהאט די מעגליכקייט צו פארן צום ציון הקדוש, וועלן זיך צוזאמנעמען אין אלע שטעט אין די בתי מדרשים און איבער'חזר'ן דאס וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, און לערנען די הייליגע עצות פון זיינע פילע ספרים וואס ער האט אונז איבערגעלאזט בירושה. אזוי אויך וועלן אנשי שלומינו אויסנוצן דעם הייליגן טאג זיך אנצושטרענגען אויסצופירן דאס וואס מוהרא"ש האט געטון זיין גאנץ לעבן, צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און עס פארשפרייטן איבער די וועלט, און אזוי אריינברענגען די הייליגע לימודים פון רבי'ן אין יעדע אידישע שטוב. &nbsp; מען וועט זיך לאזן קאסטן מיט גרויסע שיינע סכומים ארויסצוהעלפן דעם "קרן הדפסה היכל הקודש" וואו מ'דרוקט טויזנטער ספרים און קונטרסים טאג טעגליך, און מען פארשפרייט עס צו אידן איבעראל, און וועקט זיי אויף אנצוהייבן לעבן מיטן אייבערשטן פון פריש. &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער ממשיך זיין זיך צו האלטן בדיבוק חברים און פאלגן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט. &nbsp; הוא ימליץ טוב בעדינו!

    < זעה מער ח שבט תשפ"ג 📝
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ח
  • תשע״ט
  • תשפ״א
  • תשפ״ב
  • תשפ״ג
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com