Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • הערליכע שבת אין קעמפ מיט הגה"צ ר' יצחק לעזער שליט"א

    דעם פארגאנגענעם שבת קודש איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס שמחה און דערהויבנקייט אין מחנה היכל הקודש אין מאנטיסעלא. יעדן שבת אין קעמפ איז ממש מעין עולם הבא, מען קומט זיך צוזאם פרייטאג צו נאכטס ביי די באטע, מען זינגט אינאיינעם די זמירות מיט הארציגע אידישע ניגונים, און מען הערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס בלאזט אריין א פרישע גייסט צו קענען אנגיין פאר נאך א וואך. שבת אינדערפרי נאכ'ן דאווענען איז דא א קידוש יעדע וואך, און דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר סיפורי מעשיות פון הייליגן רבי'ן, געפלאכטן מיט הערליכע שמועסן וואס מ'קען ארויסנעמען פון די מעשיות וואס זאלן אונז לערנען א וועג אין לעבן. אויך ביי שלש סעודות הערט מען דברי תורה פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס זענען כמים קרים על נפש עיפה. און צו באגלייטן דעם שבת קודש קומט פאר יעדע וואך א גרויסארטיגע מלוה מלכה, פילע אידן קומען צו פארן פון נאנט און ווייט מיטצוהאלטן די מלוה מלכה'ס אין קעמפ, מען זינגט די זמירות אינאיינעם, מען זינגט שיינע ניגונים, און מען איז מחיה מיט נאך א דרשה פונעם ראש ישיבה שליט"א. דעם פארגאנגענעם שבת קודש האבן מיר געהאט די זכיה אז הגה"צ ר' יצחק לעזער שליט"א איז געווען צו גאסט אין קעמפ, דער ראש ישיבה שליט"א האט אים איבערגעגעבן דאס ווארט צו רעדן דברות קודש במשך דעם גאנצן שבת. די בחורים און די אינגעלייט תושבי המחנה האבן געשלינגען מיט דורשט די דברי התחזקות והתעוררות, ווי אויך האט הגה"צ ר' יצחק שליט"א שטארק מחזק געווען אז מ'זאל זיך צוהערן צום ראש ישיבה שליט"א וואס געבט איבער ווייטער דאס וואס מוהרא"ש האט געלערנט אלע יארן, און ער ברענגט עס אראפ פאר יעדן איינעם עס צו קענען מקיים זיין לעובדא ולמעשה, ער האט ארויסגעברענגט פאר די בחורים אז זיי זאלן וויסן און פארשטיין די געוואלדיגע זכיה וואס זיי האבן צו לערנען אין אזא הייליגע ישיבה, און אויב וועלן זיי אויסהערן און פאלגן דעם ראש ישיבה שליט"א וועלן זיי זיכער האבן א גוט לעבן. די אלע וואס האט מיטגעהאלטן דעם שבת זענען מעיד אז דער געשמאק פון דעם געהויבענעם שבת וועט זיי פארבלייבן אין די ביינער פאר א לאנגע צייט. השבת נועם הנשמות!

    < זעה מער כב תמוז תשע"ח 📝
  • ערשטער שבת פון זומער אין ברסלב'ער קעמפ אריבער זייער שיין

    פארגאנגענעם סוף וואך זענען די אינגעלייט ב"ה אנגעקומען אין "מחנה תפארת התורה ברסלב", און זיך מסדר געווען. סיי שב"ק און סיי מוצש"ק ביי מלוה מלכה האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט אז מיר זענען ב"ה ארויסגעקומען דא אין קעמפ, ווי עס איז נישטא די שמוץ פון שטאט. דא איז דא נאר הימל, ביימער און באשעפער, מ'הערט דא איין דרשה און נאך א דרשה פון אמונה, ביז מיר וועלן אויך שפירן אז דער אייבישטער איז דא מיט אונז. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז אויב איז קעמפ אזא גוטע זאך, פארוואס גייט מען נישט אויף א גאנץ יאר? און אויב פעלט עס נישט אויס, פארוואס פונקט אויף צען וואכן? נאר מ'דארף אנקוקן קאנטרי, ווי גיין אין א ריהעב, ווי מיר קומען צו זיך פון די אלע אנשיקענישן פון א גאנץ יאר, וואס מ'האט אפילו נישט קיין צייט ארויפצוקוקן צום הימל, און ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט זעט מען נאר בילדינגס, געלט און ביזנעס, &nbsp;און מ'פארגעסט צו טראכטן אז עס איז דא באשפער אויף דער וועלט; ווער רעדט נאך פון די הייסע זומער טעג, וואס דער יצר הרע ברענגט אין גאס, און די פריצות איז אומדערטרעגליך. און אין די עטליכע וואכן, ערהוילט מען זיך פון דאס אלעס, און מ'שעפט פרישע כחות אויף א גאנץ יאר, ממילא אזוי איז דאס די בעסטע הכנה צו פארן צום הייליגן רבינס ציון אין אומאן אויף ראש השנה. במשך דעם גאנצן זומער קומען כסדר באזוכן בחורים און אינגעלייט פון אלע ארומיגע קעמפס און קאנטריס, און זעצן זיך לערנען געשמאק יעדער זיינע שיעורים כסדרן, און זענען זיך מחי' מיט די געשמאקע פלאץ, וואס חוץ אמונה און התחזקות איז נישטא וואס צו זוכן דארט. פאלגענד איז דער קעמפ סקעדזשול: 7:30 שחרית 8:15 שיעור דף גמרא, דערנאך א שיעור אין נ"ך, דערנאך א שיעור חינוך פאר מלמדים 10:45 צווייטע מנין שחרית 2:15 שיעור עיון אין גמרא ביז הלכה למעשה 4:00 מנחה 4:15 שווימען 8:00 שיעור התחזקות 9:45 בערך מעריב יעדע מוצש"ק ווערט געפארוועט סעודת מלוה מלכה איין שעה נאכן זמן. ווי דער ראש ישיבה שליט"א לאזט הערן מורא'דיגע דיבורי התחזקות. צו וואו עס קומען צו פארן אינגעלייט און בחורים פון נאנט און ווייט. אלע אויבנדערמאנטע שיעורים קבועים ווערן פארגעלערענט דורכן ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; ההרים והגבעות יפצחו לפניכם ברכה

    < זעה מער יב תמוז תשע"ח 📝
  • מען פארט ארויס אין "מחנה תפארת התורה"

    אזוי ווי אלע יארן וועלן די בחורים דאס יאר אויך ארויספארן אין קעמפ צו וויילן אויף די זומער וואכן, ווייט אוועק פון די שטאט, וואו זיי וועלן אויסניצן די טעג פון זומער מיט תורה און עבודה, אפגעזונדערט פון די אלע שטאטישע פראבלעמען, און זיך קונה זיין אסאך גוטע זאכן. די זומער וואכן זענען די בעסטע הכנה צו די הייליגע טעג, מען פארברענגט אין קעמפ נאר מיט די ביימער און הימל און מיט'ן אייבערשטן, עס איז גארנישט דא פאר די אויגן, נאר זיך קונה צו זיין תורה ויראת שמים, און מיט דעם צוגיין צום ראש השנה, דער יום הדין, מיט די אלע גוטע זאכן וואס מען האט זיך איינגעקויפט אינעם זומער. נאך זומער וועלן אלע בחורים פארן אינאיינעם מיטן אייבערשטנ'ס הילף אויף ראש השנה אין אומאן, אזוי ווי די לעצטיגע יארן וואס אלע בחורים פארן אינאיינעם מיטן ראש הישיבה, און רעכטן אפ דעם יום טוב אין אומאן די תפלות און די סעודות בדיבוק חברים. מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט דער זומער אויך זיין א גרויסע סוקסעס, אזוי ווי אין די פארגאנגענע יארן, און זיך אנשעפן פילע הויפענעס מיט תורה ויראה. ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה!

    < זעה מער ח תמוז תשע"ח 📝
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ז
  • תשע״ח
  • תשע״ט
  • תשפ״א
  • תשפ״ג
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com