Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • חמשה עשר באב: "מסכת תענית טומל" אין ישיבה תפארת התורה

    ווער עס קומט אריין אין ישיבה תפארת התורה ברסלב אין די טעג וועט געכאפט ווערן אין סורפרייז. כאטש די בחורים לערנען פלייסיג אין אלע חדשים אין יאר, ישיבה תפארת התורה איז א חידוש וואס איז נישטא אזוינס אין די גאנצע וועלט, עס האט נישט איר גלייכן אינעם סכום פון די צענדליגע טויזנטע בלעטער גמרא, פרקים משניות, וכו' וכו' וואס קומט ארויס פון דעם בית המדרש. אבער דאך אנגעהויבן פון חמשה עשר באב קען מען ממש נישט רעדן צו קיין בחור, "אנטשולדיגט איך האב נישט קיין צייט" וועסטו הערן ווען דו וועסט צוגיין צו סיי וועם, ער לויפט צו צום שאנק און עפענט אויף א גרויסע גמרא, און זעצט זיך לערנען פאר עטליכע שעה אין א ציה. וואס גייט דא פאר? איך זעה נישט קיין משגיח וואס צייכענט און טרייבט, וואס קען נעמען א אינגע בחור מיט הייסע בלוט און אים ממש ווי צוקלעבן צום באנק מיט א גמרא פאר שעות אריכות, אן קיין פרסות, אן קיין קנסות און אן קיין שעות רצופות קאמפיין?   די געשיכטע הייבט זיך אין תשע"א, לאמיר איבערגעבן דאס ווארט פאר ראש ישיבה שליט"א וואס פארציילט עס הערליך אין א בריוו. “געווען איז דאס זומער שנת תשע”א, מיר זענען געווען אין קעמפ “מחנה תפארת התורה ברסלב” - עלענוויל ניו יארק, די דריטע יאר פון ווען איך האב געעפענט די ישיבה. דעמאלט איז נישט געווען קיין איין חתן אין ישיבה, ווייל מען האט זייער מבזה געווען די ישיבה, און מען האט ארויסגעלאזט א שלעכטע נאמען אויף מיר און אויף די ישיבה וכו’, וואס דאס האט געברענגט אז מענטשן האבן מורא געהאט צו נעמען א בחור פון ישיבה פאר אן איידעם. יעדעס מאל מען האט אנגעטראגן א שידוך פאר איינעם, און יענער האט געהערט אז דער בחור לערנט אין ברסלב, האט יענער גלייך אראפגעהאקט דעם טעלעפאן. איך פלעג כסדר פרעגן פון מוהרא”ש: “וואס וועט דא זיין, קיינער וויל נישט נעמען קיין בחור פון ישיבה?!” און מוהרא”ש פלעגט מיר ענטפערן: “וועסט נאך זען, עס וועט קומען א צייט, וואס די מיידליך וועלן נאר וועלן בחורים פון דיין ישיבה”, דעמאלט האט דאס אויסגעקוקט ווי מוהרא”ש וויל מיר סך הכל מחזק זיין, ווייל במציאות, אז עס זאל טאקע אזוי זיין האט מען דעמאלט נישט געקענט טראכטן.   אבער היינט צו טאגס זעט מען וואס הייסט א ברכה פון א צדיק; צענדליגער שידוכים זענען געווארן נאר ווייל די מיידלעך האבן זיך איינג’עקשנ’ט אז זיי ווילן נאר א בחור פון ישיבה, ווייל זיי הערן די דרשות פון ישיבה, און זיי הערן ווי אזוי די בחורים וואקסן אויף מיט מידות טובות, מיט שכל, וואס מען הערט נישט אין אנדערע פלעצער.    איך האב דעמאלט געשריבן בריוון פאר מוהרא”ש זכרונו לברכה אז די בחורים וויינען צו מיר, זיי ווילן חתונה האבן, און מוהרא”ש האט מיר געשריבן אז ער גייט קומען חמשה עשר באב אין קעמפ מאכן א סעודה, און ער גייט ברענגען שידוכים. אזוי איז געווען, מוהרא”ש איז געקומען אין קעמפ, און מען האט געמאכט א סעודה לכבוד חמשה עשר באב.   ביי די דרשה האט מוהרא”ש געזאגט אזוי: “איך זאג צו פאר אלע בחורים וואס זענען זיבעצן יאר און העכער, יעדער בחור וואס וועט יעדן טאג לערנען גאנץ מסכת תענית - פון ט”ו אב ביז ראש השנה, זאג איך צו אז ער וועט טרעפן זיין שידוך גלייך נאך ראש השנה”; וואס זאל איך דיר זאגן, כאשר אמר כן היה, עס האט זיך גלייך אנגעפאנגען שידוכים איינס נאכן צווייטן, און אלע זענען חתנים געווארן און חתונה געהאט, און זיי האבן א שיינע לעבן. עס זענען געווען אפאר בחורים וואס האבן נישט געטראפן זייער שידוך גלייך דעמאלט, אין אנהייב האבן זיי געהאט קשיות - וואס הייסט? וואו איז מיין שידוך? איך האב דאך געזאגט מסכת תענית פערציג מאל? למעשה, שפעטער ווען זיי האבן געטראפן זייער שידוך, האבן זיי געזען אז זייער כלה איז נאך געווען יונג”.   די זעלבע זאך חזר'ט זיך איבער יעדעס יאר חמשה עשר באב, א געזונטע בחור וויל חתונה האבן, און וועט טון אלעס אויף דער וועלט צו טרעפן א שידוך, און דא הערט מען א סגולה פון א צדיק וואס האט מבטיח געווען. דערפאר דארף זיי קיינער נישט הייסן, קיינער דארף זיי נישט טרייבן. די בחורים שטרענגען זיך אן - אויסער זייער פילע אנדערע שיעורים און לימודים - צו ענדיגן יעדן איינציגן טאג די גאנצע מסכת וואס באשטייט פון דרייסיג בלאט. און געלויבט דער אויבערשטער, די הבטחה פון מוהרא"ש זי"ע גייט נישט פארפאלן, די בחורים טרעפן שידוכים און שטעלן אויף אידישע שטובער.    מיט דעם אפשר קען מען משלב זיין ביידע מאמרי חז"ל "לא הי’ ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב" אז מען האט דעמאלטס געטראפן שידוכים, צוזאמען מיט דעם וואס חז"ל זאגן זייער שארף אז פון חמשה עשר באב דארף מען מוסף זיין בלימוד התורה. אין ישיבה תפארת התורה גייען די ביידע זאכן צוזאמען.   🎧 דרשה פון מוהרא"ש חמשה עשר באב תשע"א אין קעמפ פון ישיבה תפארת התורה ברסלב   לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב

    < זעה מער טו אב תשפ"ג 📝
  • ישיבה תפארת התורה פארט ארויס אין קעמפ

    אזוי ווי אלע יארן פארט דער ראש ישיבה שליט"א ארויס מיט די בחורים אין קעמפ צו וויילן אויף די זומער וואכן, ווייט אוועק פון די שטאט, וואו מען קען זיין אפגעזונדערט פון די שטאטישע גאסן, און זיך קונה זיין אסאך גוטע זאכן תורה ותפילה און יראת שמים. &nbsp; אין די לעצטע פיר יאר זינט דער שטעטל איז געווארן אויפגעשטעלט, איז די הייליגע ישיבה געווארן א חלק פון שטעטל אין די זומער וואכן. &nbsp; פאריאר האט שוין דער ראש ישיבה באשטימט אז די ישיבה זאל איבערנעמען דעם בנין אונטערן בית המדרש אויף האשקי פאר די בחורים כדי מען זאל קענען איבערלאזן דעם בית המדרש פארן שטעטל. און ווי שוין באריכטעט האט דער ראש ישיבה שליט"א היי יאר געלאזט בויען א פרישע בית המדרש פארן שטעטל, כדי דער בית המדרש אויף האשקי זאל בלייבן בלויז פאר די כולל אינגעלייט. &nbsp; כאטש מען האט שוין גענוצן דעם בנין אונטערן בית המדרש פאריאר איז עס ביז יעצט געווען אויף א פראוויזארישן פארנעם ווען דער בנין איז געווען רוי און אומפארטיג, היי יאר האט הר"ר יואל הכהן ראזענבערג שליט"א גענומען אויף זיך איבערצובויען דעם בנין הערליך וואס וועט טאקע טראגן דעם נאמען "היכל ראזענבערג", ווי דארט וועלן פארקומען אלע אקטיוויטעטן פון די ישיבה, דארט וועלן די בחורים דאווענען, לערנען, דארט וועט דער ראש ישיבה פארלערנען אלע שיעורים, סיי אין גמרא, סיי חיזוק שמועסן און אזוי ווייטער. &nbsp; אזוי ווי במשך דעם זומער זוכן פילע אידן זיך אריבער צו כאפן אין ישיבה מיטצוהאלטן א שיעור וועלן מיר דא אראפברענגען דעם סדר היום כדי מען זאל וויסן ווען צו קומען.&nbsp; דער סדר פון די ישיבה הייבט זיך אן אכט אייגער אינדערפרי ווען דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר פאר די בחורים א שיעור אין גמרא, איין דף א טאג, דער שיעור איז א געשמאקע שיעור קלאר קורץ און שארף ווי נאכן שיעור נעמט מען ארויס פון די גמרא עצות און חיזוק אויף למעשה. &nbsp; אום עלף אזייגער דאווענט מען שחרית, פיר אזייגער איז מנחה. &nbsp; דער בארימטער שיעור התחקות פון סיפורי מעשיות קומט פאר בעז"ה יעדע נאכט אום 8:15, וואס צו דעם שיעור קומען כסדר צו פארן פילע אידן, און טאג טעגליך זעט מען אידן וואס זענען פונקט דורכגעפארן דעם געגענט און כאפן זיך אז דא איז די ברסלב'ע שטעטל מיט די ברסל'ע ישיבה און זיי שטעלן זיך אפ צו טועם זיין פון די זיסע לעכטיגע עצות און שיעורים פון ראש ישיבה, ווי די צוהערערע דערכאפן זיך דאס הארץ, און דערמאנען זיך א קוק צו טון אויפן הימל, און געדענקען אז דער באשעפער פירט די וועלט וויאזוי ער וויל, און וואס מ'דארף ווענדט מען זיך נאר צו אים. &nbsp; נאכן שיעור וועט מען דאווענען מעריב. &nbsp; יעדע דאנערשטאג נאכט במשך דעם זומער וועט פארקומען אין היכל ראזענבערג דער שיעור פאר די אינגעלייט אום 9:00. &nbsp; יעצט בעת מיר שרייבן די שורות ווערט די ארבעט אין "היכל ראזענבערג" פארטיג, מען האט היינט געפעינט די ווענט, און צוליב דעם וועט דער שיעור פאר אינגעלייט נישט קענען פארקומען אין היכל ראזענבערג, און וועט צוליב דעם פארקומען אין בית המדרש אויבן, אזוי אויך וועט עס פארקומען הערשט אום 10:00 צוליב וואס דער ראש ישיבה שליט"א וויל נישט שטערן דעם סדר אין בית המדרש. &nbsp; די זומער וואכן זענען די בעסטע הכנה צו די הייליגע טעג, מען פארברענגט אין קעמפ נאר מיט די ביימער און הימל און מיט'ן אייבערשטן, עס איז גארנישט דא פאר די אויגן, נאר חומש, משניות און גמרא, און מיט דעם טוט מען מאכן די ריכטיגע הכנה צו ראש השנה, וואס איז שוין אט אט דא. &nbsp; די ישיבה קטנה בחורים וועלן פארברענגען זוממער אין מחנה אילן החיים וואס איז באשימט געווארן פאר זיי, וואס דאס וועט זיכער זיין גאר א גרויסע תועלת, און וועלן מיט'ן אייבערשטענ'ס הילף אריינכאפן אסאך פסוקים חומש פרקים משניות און בלעטער גמרא, און אזוי אויך אלע גוטע מדות ומעשים טובים וואס די חשובע מגידי שיעור שליט"א לייגן אריין אין זיי. &nbsp; מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט דער זומער אויך זיין א גרויסע סוקסעס אזוי ווי אין די פארגאנגענע יארן, מען וועט זיך אנשעפן פילע הויפענעס מיט תורה ויראת שמים. &nbsp; ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה!

    < זעה מער ג תמוז תשפ"ג 📝
  • בית המדרש פאר די בחורים אין שטעטל "היכל ראזענבערג"

    קרית ברסלב ליבערטי. - א הערליכע בנין ווערט צוגעגרייט מיטן אייבערשטנ'ס הילף פאר די טייערע בחורים די תלמידים פון הייליגן ישיבה "תפארת התורה" היכל הקודש ברסלב זאלן האבן א געשמאקע בית המדרש צו לערנען און דאווענען במשך די זומער חדשים. &nbsp; עס קוועלט דאס הארץ זעענדיג די גבולי הקדושה ווערן כסדר נתרחב, דא אין "ברסלב סענטער" קען מען קוים נאכקומען די באריכטן, ווי נאר מען הערט איבער איין בנין, איין בית המדרש, איין מקוה, דארף שוין באריכטן איבער דעם קומענדיגן. &nbsp; דאס מאל איז די רעדע פונעם בנין הונטערן בית המדרש אויף האשקי וואס איז לכתחלה געבויעט געווארן פארן געברויך פונעם קרן הדפסה, אבער אזוי ווי דער אויבערשטער האט געהאלפן איז די הדפסה זייער שנעל אויסגעוואקסן דעם גרויסן בנין. אזוי אויך אין די זעלבע צייט מיטן וואוקס פונעם שטעטל ב"ה, האט מען שוין מער נישט געקענט אנהאלטן האשקי בית המדרש זאל דינען פאר אלעם, און נאך פאריאר האט דער ראש ישיבה באשטימט אז אזוי ווי די הדפסה האט זיך שוין ברוך השם מסדר געווען אין א נייעם ריזיגן פלאץ זאל די הדפסה בנין אריבערגיין פאר די בחורים. אזוי אויך האבן מיר שוין באריכטעט אז פארן געברויך פון די טעגליכע מינים אין שטעטל ווערט יעצט געבויט א נייע בית המדרש, און דער ביז יעצטיגע האשקי בית המדרש וועט באשטימט ווערן בלויז פארן כולל, זיי זאלן קענען אנגיין מיט זייערע לימודים אן קיין שטער. &nbsp; הרה"ח יואל ראזענבערג שליט"א וואס שטייט אונטער יעדע גוטע זאך אין די קהילה איז דא ווידער אנטקעגן געקומען און מנדב געווען אויך דעם פראיעקט, אויף וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט קורא שם געווען דער נייער בית המדרש פאר די בחורים "היכל ראזענבערג", און מען האט אויפגענומען דעם אלעמען באליבטן קאנטראקטער מחשובי אנשי שלומינו הר"ר שלמה יאקאבאוויטש שליט"א וואס אויסער זיינע פילע לייסטונגען פאר די קהילה ווי ער פירט אן מיט די בית התבשיל מיט די גרעסטע מאס איבערגעגעבנקייט, און איז פון די געטרייע גבאים פון בית המדרש צו די צופרידנהייט פון אלע מתפללים, האט ער אויך דא אריינגעלייגט זיין גאנצע הארץ און נשמה, און האט אויסגענוצט זיינע געבענטשטע טאלאנטן זיכער צו מאכן אז מיטן אויבערשטנ'ס הילף קומט דער בנין ארויס א הערליכע, געשמאקע און פראקטישע פלאץ פאר די בחורים, צוגעפאסט מען זאל דארט קענען לערנען במשך די זומער וואכן מיט הרחבת הדעת. &nbsp; אין די לעצטע וואכן האבן זיך דארט געטון גרויסע זאכן, און מיט די געטרייע באגלייטונג פונעם קאנטראקטער הר"ר שלמה שליט"א האט מען אויפגעבויט די נייע פרעימינג, מען האט אינסטאלירט גרויסע געשמאק ליכטיגע פענסטערס, מען האט געלייגט שיטראק, און ער האט אויסגעארבעט די פלענער אויף אזא וועג אז די דאך זאל בלייבן הויך וואס וועט צוגעבן צום געשמאקן לופטיגן אטמאספער. &nbsp; אנשי שלומינו וואס זעען די ארבעט קענען זיך נישט אפוואונדערן פון די גוטע ארבעט וואס ר' שלמה האט דא אריינגעלייגט, ווי שיין געשמאק עס ווערט צוגעשטעלט און ווי אומגלויבליך שנעל די ארבעט רוקט זיך, און ווי די פלענער לויטן וועלן די בחורים - וואס גרייטן זיך שוין אין די טעג ארויסצופארן צו די בערג אויפן זומער - שוין נוצן דעם נייעם רחבות'דיגן בית המדרש אויף היי יאר זומער. &nbsp; די טייערע בחורים און די פולע הונדטערטע געסט וואס קומען ארויס במשך דעם זומער מיטצוהאלטן די שיעורים פון ראש ישיבה וועלן זיך זיכער מחיה זיין אינעם בית המדרש, וואס איז צוגעשטעלט געווארן מיט אלע געברויכן, ווי סענטראל עיר קאנדישאן, אריינגעבויטע קלארע ספיקערס, גוטע קוואליטעטע סערעמיק טיילס, ווען אין דעם בית המדרש וועט דער ראש ישיבה שליט"א פארלערנען די בארימטע דאנערשטאג נאכט שיעור פאר אינגעלייט און די היינט שוין גאר בארימטע טעגליכע חיזוק שיעורים, אזוי אויך וועט פון דא בעז"ה ארויסגיין טויזנטער פרקים משניות, בלעטער גמרא, און פון דא וועלן אומצאליגע אידן ווערן נענטער צום אויבערשטן.

    < זעה מער כז סיון תשפ"ג 📝
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ז
  • תשע״ח
  • תשע״ט
  • תשפ״א
  • תשפ״ג
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com