Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • וועבסייט אפדעיט: אוידיא שיעורים

    אויף די גרויסע פארלאנג פון די פילע באנוצער פונעם וועבסייט איז בעזרת ה' צוגעלייגט געווארן א נייע פעידזש אויפן וועבסייט - "אוידיא שיעורים", ווי עס וועט בעז"ה כסדר ארויפגעלייגט ווערן פרישע שיעורים אויף אוידיא פארמאט, סיי די שיעורים וואס ווערן דא ארויפגלייגט אויף א ווידיא פארמאט ווי שיעורים פאר בחורים, פאר אינגלייט, און פאר פרויען. בפרט איז א פריידיגע בשורה, אז די אלע שיעורים וואס ווערן נאר אויפגעכאפט אויף אוידיא פארמאט, צום ביישפיל די גמרא בבלי און ירושלמי שיעורים, וואס ווערט פארגעלערנט מלא חן טעגליך דורכן ראש ישיבה, אנגעפילט מיט חיזוק, עצות, און הדרכות לויט די הקדמות פון הייליגן רבין און זיינע תלמידים, וועט שוין בעז"ה זיין אויפן וועבסייט צו הערן און צו דאונלאודן אויפן נייעם פעיזש. דער נייער אפטיילונג וואס איז נארוואס געעפענט געווארן, וועט בעז"ה ווערן אפדעיטעט טעגליך מיט די פרישע שיעורים, און אזוי אויך וועלן די אלטע שיעורים בעז"ה ווערן ארויפגעלייגט מיט די צייט. דער נייער אפטיילונג געפינט זיך אונטער די "אלבומס" טעב אויפן מעין פעידזש. שמעו ותחי נפשכם   ברסלב סענטער/אוידיא שיעורים

    < זעה מער ה טבת תשע"ט 📝
  • 500 בריוון שאלות ותשובות אפגעצייכענט היינט ערב חנוכה

    מיט גרויס פרייד האלטן אנ"ש מיט, אז מ'האלט שוין ביי 500 שאלות ותשובות, וואס איז קלארע ענטפערס פאר מענטשן וואס האבן אנגעפרעגט דעם דעת תורה פון די ראש ישיבה שליט"א, ביי אומצאליגע ספיקות און צוויייפלענישן וואס זיי האבן נאר געהאט. ספעציעל איז דער שמחה גרויס היינט ביי תלמידי היכל הקודש היינט, וואס היינט ערב חנוכה איז געווארן 55 יאר זינט מוהרא"ש ז"ל האט אנגעהויבן צו שרייבן די הייליגע ספרים "אשר בנחל", וואס איז מחיה און משמח צענדליגע טויזנטער אידן איבער די גאנצע וועלט, און איז שוין געווארן געדרוקט טויזנטער מאל. די ספרים האבן געהאט די גרעסטע חשיבות ביי מוהרא"ש, אזוי ווייט אז ער האט געהייסן אז אויף זיין מצבה זאל מען ארויסשרייבן אלץ זיין טיטל "מחבר ספרי אשר בנחל", אויך איז באקאנט די הבטחה פון מוהרא"ש וואס ער שרייבט צענדליגע מאל אין די בריוון, אז ווער עס דארף סיי וועלכע ישועה, זאל דרוקן א באנד אשר בנחל, און ער וועט זיכער געהאלפן ווערן. אלע שאלות ותשובות ווערן געדריקט יעדע וואך אין עצתו אמונה צוזאמען מיט די אנדערע בריוון וואס דער ראש ישיבה שרייבט פריוואט פאר אידן פון אלע עלטער און אלע מצבים, וואס ווערט אויך ארויפגעלייגט כסדר אויף די וועבסייט דא ביי די "חיזוק", אונטער "בריוו" אדער "מכתב יומי", און צום לעצט וואס מ'האט צוגעלייגט "בריוו פאר פרויען". די קונטרסים "עצתו אמונה" איז ב"ה זייער אויפגעכאפט. און צוליב די גרויסע פארלאנג האט מען שוין אין די קורצע צייט געדרוקט אין פארשפרייט שווערע טויזנטער דערפון אין אלע געגנטער. אזוי אויך קען מען דאונלאדן די עצתו אמונה יעדע וואך דא אויפן וועבסייט, פון וואו מ'קען עס אליינס ארויספרינטן. אויך ווערט יעדע וואך ארייינגעלייגט אין די גליון איין שאלה ותשובה &nbsp;די גליון האט אנגעהויבן מיט 500 קאפיס א וואך אין ווערט היינט פארשפרייט 3,000 קאפיס יעדע וואך אין אלע שולן אין וויליאמסבורג בארא פארק מאנסי און קרית יואל - אויסער די צענדליגע טויזנטער וואס באקומען דעם גליון אויף די אימעיל איבער די גאנצע וועלט. דער גליון ווערט אויך ארויפגעלייגט אויף די וועבסייט יעדע וואך דא. &nbsp; לדעת את המעשה אשר יעשון

    < זעה מער כד כסלו תשע"ט 📝
  • וועבסייט אפדעיט: בריוו פאר פרויען

    אויפן גרויסן פארלאנג פון די חשובע פרויען, וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף פון יעצט ווערן ארויפגעשטעלט אלע בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט פאר פרויען. כמעשהו ביי די אנדער בריוו כך מעשהו ביי די בריוו פאר פרויען, ווי אידישע פרויען און מיידלעך פון די גאנצע וועלט וועלן בעז"ה קענען ארויסנעמען חיזוק און עצות אויף טאג טעגליך, און זיך שטארקן צו טון די עבודת הקודש וואס דער אייבישטער האט איבערגעגעבן פאר די אידישע פרויען. די בריוו פאר פרויען געפינט זיך אונטער די "חיזוק" טעב פון די מעין פעידזש. בזכות נשים צדקניות נגאלו ממצרים. לינק צו די בריוו &nbsp;

    < זעה מער יח כסלו תשע"ט 📝
  • ניי אין ברסלב סענטער וועבסייט : היכל הנגינה - מוזיק

    היינט ב"ה איז פארטיג געווארן די מוזיק פעידזש אינעם וועבסייט. דער "עולם הנגינה" בלאט געפינט זיך אינעם מעין פעידזש, אזוי אויך קענט איר עס טרעפן אונטערן "אלבומס" מעניו. אין דעם נייעם אפטיילונג וועט איר בעז"ה קענען טרעפן די מוזיק אלבומס מיט הערליכע ניגונים וואס דערנענטערן אידן צום אייבערשטן. אזוי אויך וועט דארט זיין בעז"ה נוסחאות התפלה, ניגוני ברסלב, און נאך. יעצט ביים עפענונג פונעם נייעם בלאט אינעם סייט, האט מען שוין ארויפגעלייגט עטליכע שיינע אלבומס: "טאנץ מיט אמונה 1", "טאנץ מיט אמונה 2", "נוסח ימים נוראים" און "ניגונים פון תשובה 1", נאך אלבומס וועלן בעז"ה ארויפקומען אין די קומענדיגע טעג. שמעו ותחי נפשכם! http://www.breslevcenter.com/music

    < זעה מער ד אלול תשע"ח 📝
  • שטארק נוצבארע וועבסייט אפדעיטס זענען יעצט אין די לעצטע פאזעס

    1) מוזיק א שפאגל נייע אפטיילונג וועט בעז"ה געעפענעט ווערן פאר מוזיק. דער בלאט וועט בעז"ה אנטהאלטן די ניגונים וואס וועקן אויף פון שלאף אז מ'זאל רעדן צום אייבערשטן, די שיינע ניגונים פון ישיבה און פונעם ראש ישיבה, ניגונים און נוסחאות פון ברסלב בכלליות, און נאך. דאס אלעס וועט בעז"ה זיין עוועיליבל אויף א הערליכן געשמאקן פארמאט סיי צו דאונלאודן, און סיי צו הערן אנליין. &nbsp; 2) שפראכן אומגעהויערע כחות ווערט אריינגעלייגט צוצולייגן נאך שפראכן צום וועבסייט. דער וועבסייט באקומט כסדר טויזנטער ווענדונגען פון אידן וואס פארשטייען נאר אנדערע שפראכן, ווי צום ביישפיל לשון הקודש און ענגליש. יעצט ארבעט מען אויס אז וואס מער אפטיילונגען פונעם וועבסייט זאל זיין צום פארשטיין פאר וואס מער אידישע קינדער איבער דער גאנצער וועלט, אז אויך זיי זאלן קענען הערן די עצות און שעפן פונעם שפרודלדיגן לעבעדיגן קוואל פונעם הייליגן רבין. &nbsp; 3) געשעפט עס וועט בעז"ה געעפענט ווערן א פול-פוקנציאנירדע געשעפט ווי מען וועט בעז"ה קענען באשטעלן אויפן וועבסייט ספרים, קונטרסים, סידיס, יו-עס-ביס, און אנדערע ברסבלע ארטיקלען. אויך ארבעט מען אויס איינצופעדעמען א פארגעשניטענע שיפינג סיסטעם צו קענען שיקן גרינגערהייט די באשטעלונגען אויף די גאנצע וועלט. * די מענעדזשמענט פונעם וועבסייט געבן איבער אז זינט דער סייט איז אפן האט עס שוין געהאט איבער 30,000 באזוכער (מיט איבער 300,000 היטס אויפן מעין פעידזש). יעדע חודש האט עס בערך 5,000 באזוכער (מיט איבער 15,000 היטס אויפן מעין פעידזש). די גריסן וואס מען הערט געבן א געוואלדיגע חיזוק אנצוגיין ווייטער מיט די עבודת הקודש, "זייט איך הער די שיעורים, דאוון איך מיט מנין" שרייבט איינער. "איך האב מיך אויסגעלערענט וויאזוי זיך אפצוגעבן מיט מיינע קינדער, און איך ברענג מער נישט אהיים מיין סעלעפאן, א גרויסע ישר כח פאר אייער וועבסייט" געט אונז א צווייטער איבער. "איר האט געטוישט מיין לעבן. איך האב אנגעהויבן צו לערנען, איך האב באקומען א נייע האפענונג אז מיין מצב וועט זיך נאך איין טאג טוישן צום גוטן. איך האב אסאך מיטגעמאכט אין מיין לעבן, איך האב אנגעהויבן מאכן התבודדות יעדן טאג, און איך פיל מיך אסאך בעסער", שרייבט אן אנדערע בריוו. &nbsp; טייערע אידן, נעמט א חלק אין די גרויסע הוצאות פונעם אויפבויען און אויפהאלטן דעם וועבסייט וואס ברענגט אריין דעם אייבערשטן אויף די גאנצע וועלט. דרוק דעם לינק. דער אייבישטער וועט אייך אוודאי באצאלן מיט כל משאלות לבכם לטובה אמן.

    < זעה מער כא אב תשע"ח 📝
  • פרישע ספרים און גליונות ווערן בעז"ה אפדעיטעד יעדן דאנעשטאג

    "בית נצחי", די פרישע קונטרס פאר די קומענדיגע וואך; דער "בית נצחי" אנטהאלט די "בית" ב'בלי, י'רושלמי, ת'וספתא, אין גרויסע שיינע אותיות. "גליון היכל הקודש",&nbsp;די פרישע גליון פאר שב"ק; דאס איז דער באקאנטער גליון אויף אידיש וואס ווערט פארש&lrm;פרייט יעדע וואך שבת אין אלע שולן, מיט וואס דער עולם איז זיך מחיה. "עצתו אמונה", די פרישע קונטרס&nbsp; מיט די בריוו, די שאלות און תשובות פונעם ראש ישיבה פונעם פארגאנענעם וואך. וואס אנטהאלט הויפענעס פון חיזוק און עצות פאר אידן וואס פרעגן אן. אויפן פארלאנג פונעם ציבור, וועט דאס אלעס בעז"ה ארויפגעלייגט ווערן יעדע וואך דאנערשטאג (אדער ווי נאר עס וועט ווערן פארטיג פון דרוק) ביי די ספרים אפטיילונג. הנה ימים באים&nbsp;נאם ה' והשלחתי&nbsp;רעב&nbsp;בארץ&nbsp;לא רעב ללחם&nbsp;ולא צמא למים כי אם לשמע את דברי ה' גליון היכל הקודש אידיש בית נצחי קונטרס עצתו אמונה

    < זעה מער א תמוז תשע"ח 📝
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ח
  • תשע״ט
  • תשפ״א
  • תשפ״ב
  • תשפ״ג
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com