Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • ברסלב סענטער צייכענט אפ דאס דערגרייכן 3,000-סטע בריוו, און 1,500-סטע שו"ת בריוו פון ראש ישיבה שליט"א

    מיט גרויס שמחה טוט די מערכת פון "ברסלב סענטער" אפצייכענען דאס ארויפלייגן דעם בריוו נומער 3,000 אויף אונזער "בריוו" אפטיילונג, און שאלות ותשובות נומער 1,500 אויף אונזער "פראגעס" אפטיילונג. דאס איז אויסער די בערך 1,000 בריוו ארויפגעלייגט אויף די "מכתב יומי" אפטיילונג. די אלע בריוו זענען אנגעפילט מיט קלארע הדרכה, אינספירירנדע חיזוק און פראקטישע עצות פאר פילע שואלים וואס פרעגן אן דעם דעת תורה פון די ראש ישיבה שליט"א, ביי זייערע פילע ספיקות און צוויייפלענישן וואס עס מאכט זיך זיי נאר. דאס אלעס ווערט געדרוקט בעז"ה וועכענטליך אין די "עצתו אמונה" קונטרסים, וואס איז אגב פון די הייסטע אייטעמס און ווערט צוכאפט פון די מפיצים. די עצתו אמונה קען מען אויך דאונלאודן בעז"ה וועכענטליך פון "ברסלב סענטער" וועבסייט. און צוליב די גרויסע פארלאנג האט מען ערמעגליכט עס צו קענען באקומען וועכענטליך אויף די פאסט. פאר סובסקריבשאנס קען מען רופן אין "קרן הדפסה" אויף 718-387-2691 עקסטענשאן 3, אדער דורך אימעיל subscribe@kerenhadfusa.org. אזוי אויך קען מען קויפן פאר א מינימאלע פרייז די געדרוקט קונטרסים און ספרים עצתו אמונה אויפן שוין היינט בארימטן הערליכן וועבסייט: shop.breslevcenter.com. וואס ווערט כסדר אפדעיטעד מיט פרישע ספרים, קונטרסים און סידיס און נאך. אויך ווערט יעדע וואך ארייינגעלייגט אין די גליון געקליבענע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א. דער גליון - וואס האט אנגעהויבן בשנת תשע"ב מיט נישט מער פון עטליכע צענדליגע קאפיעס א וואך, ווערט היינט פארשפרייט שווערע צענדליגע טוינטער קאפיעס פון די גליון אין דער אידישער שפראך אליינס. אין די שולן אלע אידישע געגנטער אין גרעיטער ניו יארק. - וואס דאס איז אויסער די צענדליגע טויזנטער וואס באקומען דעם גליון אויף אימעיל איבער די גאנצע וועלט. און חוץ מזה ווערן נאך טויזנטער פארשפרייט אין די ענגלישע שפראך און אויף לשון הקודש. לדעת את המעשה אשר יעשון 🎞️ וועכענטליכע קונטרסים "עצתו אמונה" צום טיר אויף די פאסט 📖 ספרי עצתו אמונה  

    < זעה מער כד טבת תשפ"ב 📝
  • פילע נייע הערליכע ספרים זיך צו דערקוויקן

    אין די לעצטע טעג זענען ארויפגעקומען פילע צענדליגע נייע ספרים מיט וואס אידישע קינדער אין די גאנצע וועלט זענען זיך מחיה, מען קען געפינען אן אויסוואל פאר אלעמען פאר מענער פרויען קינדער, ימים טובים, ענינים, חיזוק, תפילות, סיפורים. צווישן אנדערע קען מען טרעפן, סידור עת רצון נוסח ספרד, תהלים תהילות נתן, ספרי רבי נתן, זמירות שב"ק זמירות ישראל, זוהר מראה אש, חיי מוהרא"ש, אוצר השבת, סידור עת רצון נוסח עדות המזרח, ברכת המזון, פעולת הצדיק, מילות מוהרא"ש, סיפורי מעשיות נהרי אפרסמון, אוצר לנשים, שמירת הזמן, ארך אפים, ונהר יוצא מעדן, שיחות מוהרא"ש, זאת התורה, ספר המידות לילדים, הצדיק מיבנאל, תיקון הכללי לילדים, ליקוטי מוהר"ן שפת הנחל, אשר בנחל פילע בענדער, כך שמעתי מפיו, תפילות מוהרא"ש. דאס איז אויסער די פילע אידישע קונטרסים וואס גייט ארויפגיין אויפן וועבסייט אין די קומענדיגע טעג בעזרת השם יתברך כי לקח טוב נתתי לכם 🛒 דרוקט דא פאר די פילע צענדליגע נייע אייטעמס 🛒 לכבוד מוהרא"ש'ס יארצייט הממשמש ובא, האט דער וועבסייט ארויסגעשטעלט אן אייגענארטיגע "קאלעקשאן" 🛒 שובבי"ם קאלעקשאן

    < זעה מער כג טבת תשפ"ב 📝
  • הערליכע נייע איבערגעבויעטער "ברסלב סענטער" אנליין סטאר, מחיה די פילע קאסטומערס

    אין די לעצטע האלבע יאר זינט דער ברסלב סענטער וועבסייט האט געעפענט דער אנליין סטאר, האבן שוין פילע הונדערטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט נהנה געווען פון דעם געוואלדיגן סערוויס, וואו מען קען אריינשפאצירן אינעם הערליכן סטאר פיר און צוואנציג שעה א טאג און זיך ארומקוקן אויף די פילע פּאליצעס און זיך אנזעטיגן פונעם רייכן אויסוואל און שיינער סדר פון ספרים, סידיס, קונטרסים, קארטלעך, דרשות, בילדער און נאך פילע פראדוקטן אויף אידיש, ענגליש, לשון הקודש און נאך, פילע ספרים פון הייליגן רבין, פון רבי נתן, פון מוהרא"ש, און פון ראש ישיבה, אויף אלע ענינים פאר מענער, פרויען, קינדער, ימים טובים, מידות טובות, תפילות, סגולות, שלום בית, שמירת עינים, און נאך אסאך, וואס די אלע צופרידענע קאסטומערס האבן אריינגעלייגט אין זייער "וועגעלע" און איינגעקויפט פאר שפאט ביליגע פרייזן, און עס באקומען צוגעשיקט צום טיר אין בלויז עטליכע קורצע טעג. דער שטאב פונעם ברסלב סענטער סטאר איז אבער נישט געשלאפן אין די לעצטע האלבע יאר, מען איז געזיצן מיט געלונגענע וועב דעוועלאפערס און פאראכטן, איבערגעמאכט, צוגעלייגט,&nbsp; פארבעסערט און פארשענערט איבעראל ווי עס האט נאר אויסגעפעלט. ברוך השם, דער נייער הערליכער איבערגעמאכטער געשעפט איז שוין פארטיג געווארן צו יעדנ'ס צופרידנהייט, און די טירן פונעם נייעם סטאר איז שוין ב"ה ברייט אפן, און איז ברוך השם פארנומען מיט ערפילן און שיקן די פילע ארדערס פון די קאסטומערס איבער די גאנצע וועלט. 🛒 דיספלעי דער נייער סטאר האט פארשידענע נייע סערוויסעס וואס איז שטארק נוצבאר פאר אלעמען. צוערשט איז דער גאנצער אויסשטעל הערליך איבערגעמאכט געווארן, דער דיספלעי פון די אייטעמס זענען אסאך שענער און מער מסודר. 🛒 סוירטש עס איז פארבעסערט געווארן אויבן דער וויכטיגער "זוך" (סוירטש) קנעפל 🛒 וואלוטע דערנעבן איז צוגעלייגט געווארן פאר די אינטערנאציאנאלע קאסטומערס א "וואלוטע" (קאָרענסי) קנעפּל, מיט וואס איינקויפער פון ענגלאנד, קאנאדע, און ארץ ישראל וועלן אויסוועלן זייער לאקאלע וואלוטע, און אזוי ארום וויסן וויפיל זיי צאלן פאר יעדע זאך אין זייערע געלטער. 🛒 לאָגין דערנעבן איז ארויפגעקומען די איבערגעמאכטע "לאגין" קנעפל, ווי מען וועט קענען זען אלע פריערדיגע ארדערס, און אפדעיטן אדרעסן. 🛒 קאַרט דערנעבן איז דא דער נייער פארבעסערטער "וועגעלע" (קאַרט) קנעפל, ווי אלעס אינעם וועגעלע גייט אריין הערליך, קלאר און מסודר, ווי מ'קען צולייגן, אראפנעמען און אפילו אויסוועלן די שיפּינג אפּציעס. אזוי אויך ווייזט עס אויפן פלאץ וויפיל נאך מען קען קויפן אנצוקומען צו 35 דאלער און באקומען "אומזיסטע דעליווערי". 🛒 אייטעם וויו דער גאצער "אריינלייגן אין וואגן" (עד טו קאַרט) קנעפל גוט און פראקטיש איבערגעמאכט געווארן, ווי מ'קען ביי יעדע אייטעם מיט א דרוק זען א "שנעלע בליק" (קוויק וויו) אויפן אייטעם, און מיט א קליק אויפן "עד טו קארט" ליגט עס שוין אינעם וואגן. 🛒 פילטערס צוליב די פילע נייע אייטעמס אינעם סטאר וואס איז נאר געווארן מער און מער האבן די פילע קאסטומערס געבעטן אז מען דארף וויכטיג האבן "פילטערס". אזוי האט מען טאקע געטון, ביי יעדע "אייל" (פעידזש) אין געשעפט אויף די לינקע זייט, געפינט זיך א גאנצע ליסטע פון גרייטע "פילטערס" פון וואס מען קען אויסוועלן, און אלעס איז געוואנדן אין די אייטעמס פון יענעם אפטיילונג. צום ביישפיל אז מען געפינט זיך אינעם געגענט פון קונטרסים&gt;אידיש וועט מען זען פילטערס ווי אומאן, אמונה, בטחון, בחורים, חיזוק, חינוך, חנוכה, פורים, פסח, ראש השנה, שמחת תורה, נוסח התפלה, פרנסה, רפואה, שבת, שובבי"ם, שידוכים, שלום בית, שיעורים כסדרן, תשובה, און נאך, און מיט א קליק אויפן מייזל קומט ארויף דער אויסוואל פון דעם ספעציפישן נושא. 🛒 טשעט עקסטער איז צוגעלייגט געווארן א "שמועס" (טשעט) קנעפל, ווי מען קען אנפרעגן דעם שטאב סיי וואספארא שאלה און בעטן אויב מען דארף סיי וועלכע הילף אינעם געשעפט. * דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל קענען ווייטער אויספירן דעם תפקיד וואס דער וועבסייט האט גענומען אויף זיך, צו פארשפרייטן און ערמעגליכן אלע אידן פון די גאנצע וועלט וואס געפינען זיך אָנליין, זאלן האבן פון וואו צו שעפן ריינע וואסער פונעם שפרודלדיגן קוואל פון הייליגן רבין, און קענען טרעפן דעם וועג צום אייבערשטן און באקומען עצות און חיזוק אויף די וועג וואס די צדיקי אמת האבן אונז איבערגעגעבן. כמים קרים על נפש עייפה 🛒 קומט אריין אינעם נייעם געשעפט, און באקענט זיך מיט אלע נייע איינריכטונגען 🛒 צענדליגע נייע אייטעמס אין די לעצטע עטליכע וואכן 🛒 שובבי"ם קאלעקשאן

    < זעה מער טז טבת תשפ"ב 📝
  • מ'קען שוין באשטעלן דעם פריש איבערגעדרוקטן "הלקת נר חנוכה" דא אויפן וועבסייט

    מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די פרייליכע נייעס ביי אנשי שלומינו בכלל, אז דער נייער איבערגעארבעטער "סדר הדלקת נר חנוכה" איז נארוואס ארויס פון דרוק, און איז שוין דא צו באקומען דא אויפן וועבסייט. דער "סדר הדלקת נר חנוכה היכל הקודש" ווערט יאר יערליך צוכאפט ביי אנשי שלומינו, און איז שוין איבערגעדרוקט געווארן פילע מאל, אבער דאס מאל איז עס פריש איבערגעטייפט געווארן, און איבערגעארבעט געווארן מיט שיינע גרויסע געשמאקע אותיות מאירת עינים, וואס וועט זיין א תענוג רוחני פאר אלע וואס קויפן דאס איין. דער קונטרס אנטהאלט די גאנצע סדר הדלקת נר חנוכה, בארייכערט מיט גאר שיינע געשמאקע שטיקלעך וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן אין זיינע פילע היילגע ספרים, שיינע געדאנקען און חיזוק ווערטער וואס וועקן אויף אויסצונוצן די גרויסע צייט ביים צידן די הייליגע חנוכה ליכט, און רעדן איבער די גרויסע עת רצון און אז מ'קען דעמאלטס פועלן גאר גרויסע זאכן. אזוי אויך אנטהאלט דער ספר פילע גאר ווארימע תפילות וואס מוהרא"ש האט געשריבן ספעציעל אויף חנוכה. תפילות אויף פארשידענע ענינים ווי גוטע קינדער, שידוכים, פרנסה, און נאך. תפילות וואס עפענען אויף דאס הארץ צום אייבערשטן, און פועלן גאר גרויסע ישועות. נאך אן ארבעט פון עטליכע חדשים,&nbsp; מען קען קויפן דעם נייעם איבערגעמאכטן "סדר הדלקת נר חנוכה" דא אויפן וועבסייט, און עס באקומען דעליווערט צום טיר. באשטעלט שוין היינט, כדי עס זאל נאך אנקומען באצייטענס בעפאר חנוכה. אין די לעצטע טעג זענען אויך צוגעקומען נאך פארשידענע נייע אייטעמס אויפן וועבסייט. צווישן זיי פארשידנע "הפצה קארטלעך": ווי "הייב אויף די טעלעפאן", "זייט אייך מחיה", "רעד שיין צו דיין ווייב", "חיזוק פאר די אידישע שטוב", "ווער נישט נערוועז פון דיין ווייב", די אלע קארטלעך זענען בלויז $4.99 פאר א פעקל פון הונדערט שטיק. אזוי איך פארשידענע קונטרסים פון מוהרא"ש זי"ע, ווי "הכי מאושר" ($1.49), "חיים טובים" ($1.49), "כבוד הבעל - כבוד האשה - כבוד חמיו" ($1.99), "הרצון קובע" ($1.49), און נאך פיל, ווי מ'קען זיין אינעם וועבסייט אונטערן קעפל "פרישע סחורה". אין די זעלבע צייט גייט אן דער גרויסער חנוכה ספעשל אויפן וועבסייט, ווען אלעס קען מען יעצט באקומען פאר 10 פראצענט ביליגער - אלעס אריינגערעכענט, אן קיין אויסנאמען. 📚 דער נייער "סדר הדלקת נר חנוכה" פאר בלויז $2.99 🕎 אין ברסלב סענטער סטאר איז יעצט אלעס 10% ביליגער לכבוד חנוכה 🎁בעסטע חנוכה מתנה: מתנה קארטל פון "ברסלב סענטער" 💳 BreslevCenter.com gift card

    < זעה מער יט כסלו תשפ"ב 📝
  • חנוכה אין ברסלב סענטער: 10% הנחה אויף אלעס

    לכבוד חנוכה טוט דער ברסלב סענטער ארויסשטעלן א סעיל אויף אלעס אינעם ברסלב סענטער וועבסייט, ווי אנשי שלומינו האבן יעצט די געלעגענהייט איינצוקויפן פון אלעם גוטן, אנגעהויבן פון קונטרסים, סידיס, בילדער, ספרים און נאך פיל סחורה, פאר 10 פראצענט הנחה פון די גאנץ יעריגע ביליגע פרייז. פון היינט זונטאג פרשת וישב, קענט איר באזוכן דעם וועבסייט, און איינקויפן מכל טוב וטוב, איר דארפט נישט אריינלייגן קיין שום קאוד, נאר בשעת'ן באצאלן, וועט איר אויטאמאטיש זען א 10% הנחה אויף אייער גאנצער ארדער. ביי דער געלעגענהייט זענען מיר פרייליך צו מעלדן, אז אין די נאנטע טעג וועלן צוקומען נאך א גאר גרויסע אויסוואל פון ספרים וואס איז ספעציעל באשטעלט געווארן פון די מדפיסים פון ארץ ישראל, און איז געווען אויפגעהאלטן ביי די פארטן פאר עטליכע חדשים, אבער איז ברוך השם נארוואס אנגקעקומען צום ווערהאוז פונעם וועבסייט, ווי מען איז מסדר אלע ספרים, און וועט בקרוב ארויפגעשטעלט ווערן פארן ציבור הרחב אנשי שלומינו וואס ווארטן שוין דערויף א לאנגע צייט. צווישן די ספרים ציילן זיך פילע ספרים פון מוהרא"ש זי"ע אויף פילע ענינים ווי סידורים, שבת, תהלים, זוהר הק', פירוש אויפן ליקוטי מוהר"ן, ספרים פאר פרויען, און נאך אסאך, אזוי אויך איז דא אן אויסוואל פון ספרים פון סיפורים פון מוהרא"ש באגלייט מיט אויג פארכאפענדע בילדער וואס זענען ארויסגעקומען אין ארץ ישראל דורך עטליכע לאנגיעריגע תלמידים פון מוהרא"ש. אויך פילע בענדער "אשר בנחל" אויף לשון הקודש, אזוי אויך די ספרים פון הייליגן רבין און רבי נתן אויף פארשידענע סייזעס און פארמאטן לויט די געשמאק פון יעדעם עקסטער. לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה' 🛒 דער ברסלב סענטער סטאר &nbsp;

    < זעה מער יז כסלו תשפ"ב 📝
  • ברסלב סענטער'ס "מתנה קארטל" - בעסטע געשאַנק צו געבן

    שטייענדיג אין די ערב חנוכה טעג, ווען מען גרייט זיך צו פייערן דעם פרייליכן יום טוב חנוכה, איז "ברסלב סענטער" פרייליך צו מעלדן פאר אנשי שלומינו, אז נאך דעם גרויסן פארלאנג פון באזוכער אויפן וועבסייט, האט מען ב"ה באוויזן אהערצושטעלן א "מתנה קארטל" (גיפט קאַרד) וואס מ'קען קויפן אויפן וועבסייט, וואס מען קען שיקן אלץ א מתנה, אדער הכרת הטוב צו משפחה פריינט און באקאנטע. אזא מתנה וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף זיכער דערפרייען יעדן וואס באקומט דאס. ער קען דאס נעמען און נוצן צו קויפן אלצדינג אויפן וועבסייט, אנגעהויבן פון די פולע הונדערטער קונטרסים, ספרים, בילדער, סידיס, און נאך אויף אידיש, ענגליש, אדער לשון הקודש. דאס איז א מתנה וואס וועט טוישן זיין/איר לעבן, פאר די פאר דאלער, וועט ער/זי געוואר ווערן אז דער באשעפער האט אים/איר אויך ליב, דער באשעפער ווארט אויף אים/איר אויך, און אז דער באשעפער האט פון אים/איר אויך נישט פארגעסן. ער/זי וועט באקומען חיזוק און חיות ווייטער אנצוגיין, און זיין פרייליך מיט אלע גוטע מתנות וואס דער אייבישטער האט אים/איר געגעבן אין לעבן. דער "ברסלב סענטער" וועבסייט, האט זיך גאר שטארק באקאנט געמאכט אין די אידישע מארקעט אין אלגעמיין, און ביי אנשי שלומינו בפרט, מיט די בעסטע סערוויס, און גאר צוגעגליכענע פרייזן. עס ווערט כסדר צוגעלייגט נאך און נאך אייטעמס לויט די פארלאנג פון די קאסטומערס, ווי איר קענט זען מיט די אייגענע אויגן. כמעט יעדן טאג קומען צו פרישע קונטרסים אדער ספרים. און אנשי שלומינו נוצן אויס דעם געשמאקן און מסודר'דיגע וועבסייט, און באשטעלן כסדר דארט די פילע ספרים און אנדערע ארטיקלען, וואס קומט דערנאך אן צום טיר גאר שנעל. מען הערט צוריק גאר גוטע גריסן פון די פילע קאסטומערס, ווי גרינג עס איז צו נוצן, דעם גרויסן שיינעם אויסוואל. בפרט איז מען גאר צופרידן פון דעם "פרי דעליווערי" סערוויס (אויף ארדערס פון $35 און העכער), וואס ווערט גוט אויסגענוצט דורך די פילע צופרידענע קונדן. אויך איז געווארן צוגעלייגט א פרישע "הילף" קנעפל ביים וועבסייט, דורך וועלכע באזוכער וועלן קענען אנפרעגן און באקומען ענטפערס אויפן פלאץ איבער אלעס אנבאלאנגט דעם וועבסייט. 🛒 דרוקט דא, און קויפט א "מתנה קארטל"

    < זעה מער ז כסלו תשפ"ב 📝
  • פילע פרישע קונטרסים ארויפגעקומען אויפן וועבסייט

    אין די יעצטיגע צייט פון הסתרת פנים, ווען דער אייבישטער כביכול באהאלט זיך, און וויל מען זאל אים אויפזוכן, שיקט דער אייבישטער אין די זעלבע צייט זה לעומת זה, די גרויסע צדיקים אין יעדן דור וואס זענען מפרסם און מגלה דעם אייבערשטן אויף אלע מיני אופנים וואס נאר מעגליך. אין אונזער דור האבן מיר געהאט דעם צדיק מוהרא"ש, וואס איז זיין גאנץ לעבן ארום געגאנגען מיט די איינע מחשבה: "וואס קען איך טון אז נאך א איד זאל לעבן מיטן אייבערשטן? אז נאך איינער זאל אויך באקומען דעם גן עדן נאך אויף דער וועלט?" פאר דעם צוועק האט זיך מוהרא"ש אוועקגעגעבן זיין גאנצע לעבן און איז געזיצן און געשריבן אן א שיעור ספרים, קונטרסים, בריוון, אלעס מיט דעם ציל, אז מען זאל טרעפן דעם אייבערשטן, יעדער אין זיין לעבן. מוהרא"ש האט געשריבן קונטרסים און ספרים אויף יעדן נושא וואס מ'קען נאר טראכטן. אזוי אז די ספרים רעדן צו יעדעס אידיש קינד אין יעדן מצב. דער "קרן הדפסה היכל הקודש", וואס זייער ציל איז צו גיין אין די וועגן פון מוהרא"ש, דרוקט כסדר איבער נאך און נאך ספרים און קונטרסים, און ווי נאר די ספרים ווערן פריש אוועליבל אויפן מארקעט, ווערן זיי תיכף ארויפגעלייגט אויפן "ברסלב סענטער געשעפט" עס זאל זיין צו באקומען פאר אלעמען איבער די גאנצע וועלט. אין די לעצטע צייט האט מען זיך גענומען מיט א פרישע אייפער און ברען איבערצודרוקן די פילע קונטרסים פון מוהרא"ש וואס איז מגלה און מפרסם דעם אייבערשטן אין אידיש, ענגליש, לשון הקודש און נאך. בלויז אין די לעצטע טעג זענען צוגעקומען פילע פרישע קונטרסים אויפן וועבסייט וואס ווערן פארקויפט פאר בלויז איינס און א האלב - צוויי דאלער. צווישן זיי:&nbsp; 📚 Match Made in Heaven 📚 A Voice Calls Out To G-d 📚 חנוכה שמח 📚 תקון שובבי"ם 📚 דערשרעק זיך נישט 📚 דער הייליגער רבי נתן 📚 פורים שמח 📚 שמחת פורים &nbsp; כי מן הבאר ההוא ישקו העדרים 📰 ברסלב סענטער געשעפט "דעליווערי בחנם" ארדערס העכער 35 דאלער &nbsp;

    < זעה מער כ חשון תשפ"ב 📝
  • ברסלב סענטער געשעפט שטעלט פאר "דעליווערי בחנם" פאר ארדערס העכער 35 דאלער

    אין די יעצטיגע טעג ווען די פרייזן פון דעליוועריס אין די אלגעמיינע וועלט זענען זייער הויך, איז אונז א גרויס פרייד צו מעלדן אז שאפּ.ברסלב-סענטער.קאם שטעלט צו "פרי דעליווערי" איבער גאנץ אמעריקע פאר ארדערס פון פינף און דרייסיג דאלער און העכער. דער וועבסייט האט זיך שטארק באקאנט געמאכט אין די אידישע מארקעט בכלל און ביי אנשי שלומינו חסידי ברסלב בפרט מיט די העכסט פּראפעסיאנאלע געשמאקע אויסשטעל, שנעלע דעליווערי, און בפרט מיט די גאר גאר עפארדעבל פרייזן. די פרייזן פון די קונטרסים לויפן אין די געגענט צווישן "איינס-און-א-האלב" און "צוויי" דאלער פאר רוב רובם פון די קונטרסים. דאס איז מיטן ציל אז יעדער איד איבער גאנץ יונייטעד סטעיטס זאלן קען באקומען 17-23 קונטרסים פאר די נישטיגע סכום פון פינף און דרייסיג דאלער - שוין אריינגערעכעט דעליווערי. די שטאב פון קרן הדפסה ארבעט שווער צוצושטעלן אלע הדפסה והפצה געברויכן פאר אנשי שלומינו, מען דרוקט און מען שטעלט ארויף אויפן וועבסייט פילע נייע קונטרסים טאג טעגליך. צווישן די גאר פאפולערע אידישע און ענגלישע קונטרסים וואס זענען געדרוקט געווארן לעצטענסט ציילן זיך אויפבויען קינדער - You Are Not A Failure - דערהאלט זיך ברודער - A Peaceful Home - וואו לויפסטו - Perenting With Pride - דער באשעפער איז מיט דיר - קדושת שובבי"ם - שומר הברית עם תיקון הכללי - דער באשעפער דארף דיך יא - Self Confidence - געב נישט אויף - א רואיג לעבן - גלייב אין דיר - א רבי וואס קען מיך העלפן - The Secret of Success - אוצר הקדושה - Don't Worry. און נאך אסאך. די גוטע גריסן וואס מען הערט צוריק, ווי אידישע שטובער ווערן אויפגעראכטן, בחורים און מיידלעך טרעפן צוריק דעם וועג צום אייבערשטן, אידישע קינדער הייבן אן צו באקומען א קשר מיטן אייבערשטן, מען רעדט צו אים און מען לערנט זיין הייליגע תורה, דאס געט די כחות ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט פון דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים, וואס ווערט צוכאפט אין די גאנצע אידישע וועלט. לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה'

    < זעה מער יד חשון תשפ"ב 📝
  • פילע פרישע ספרים אנגעקומען צום ברסלב סענטער געשעפט

    קרעדיט מו"ה אשר יעקב בלום הי"ו די ארבעט אינעם קרן הדפסה גייט אן מיטן פולן פארע, מען דרוקט פולע טויזנטער ספרים, קונטרסים און גליונות טאג טעגליך. מען קען באמת נתפעל ווערן פון די מעכטיגע אפאראט וואס טוט זיך דארט אפ, ווען מען דרוקט אפ טאג טעגליך גאנצעטע פאלעטס ספרים בלי שום גוזמא. איינע פון די וויכטיגסטע זאכן אויף וואס דער קרן הדפסה ארבעט יעצט, איז זיכער צו מאכן אז אלע ספרים און קונטרסים זענען "פולי אין סטאַק", און דערפאר גייען די מאשינען א גאנצן טאג, מיט די באגלייטונג פון געטרייע אינגעלייט אנשי שלומינו וואס געבן זיך אוועק בכל לב ונפש, און מאכן זיכער מיטן אייבערשטנ'ס הילף אז די ארבעט גייט אן מיטן פולסטן שטארקייט. טאג טעגליך זעט מען פילע מפיצים קומען אריין און פולן אן זייערע זעק מיט א ריזיגע אויסוואל פון ספרים, קונטרסים, גליונות, סידיס, קארטלעך, א.א.וו. גייען דערנאך ארויס עס צו פארשפרייטן אומעטום, און מאכן זיכער אז יעדע אידישע משפחה זאל באקומען א שאנס צו באקומען א פרישע חיות א פרישע לעבן, דורך באקומען פון די הייליגע ספרים וואס וועט זיי אריינגעבן א נייע האפענונג און אויסלערנען די וועג וויאזוי צו קענען אנגיין מיטן לעבן אין 2021 מיט אלע נסיונות און שוועריקייטן, און נאך אלץ בלייבן געטריי און ערליך צום אייבערשטן. אין דער זעלבער צייט ארבעט מען אויך אנצופילן דעם סטאק פונעם ברסלב סענטער שאפ וועבסייט וואס ווערט אנגעפירט דורך די בארימטע "קרן הדפסה", ווי עס קומען כסדר אריין ארדערס פיר און צוואנציג שעה אין טאג פון אלע עקן וועלט, וואס באשטעלן אויטאמאטיש פון די גרויסע אויסוואל פון ספרים קונטרסים און סידיס א.א.וו. וואס ווערט דערנאך אפגעשיקט צו אדרעסן איבער די גאנצע וועלט פאר א מינימאלע אפצאל. דער שטאב פון "קרן הדפסה" ארבעט שטארק אז דער געשעפט זאל צושטעלן אלע געברויכן וואס א ברסלבער חסיד פון סיי ווי איבער די וועלט זאל נאר דארפן. מען דרוקט כסדר נייע ספרים און קונטרסים, און מען לייגט עס צו צום אזוי אויך גרויסן אויסוואל, וואס פארמערט זיך כסדר מיט יעדן טאג. דא ברענגען מיר א טיילווייזע ליסטע פון פרישע ספרים און קונטרסים וואס זענען לעצטענס ארויף: אוצר הקדושה אַן אוֹצֶר פוּן פוּפְצְן הֶערְלִיכֶע קוּנְטְרֵסִים וָואס רֶעדְט אִיבֶּער וִויאַזוֹי אַ מֶענְטְשׁ קֶען פַארְרֶעכְטְן אַלֶעס אוּן זַיין הֵיילִיג, אוּן וִויאַזוֹי מֶען קֶען אַרוֹיסְקְרִיכְן פוּנֶעם פְּלָאנְטֶער פוּן עַבֵירוֹת ר"ל.&nbsp; אידישקייט איז שיין אַ הֶערְלִיכֶער שִׁיעוּר פוּן רֹאשׁ יְשִׁיבָה שְׁלִיטָ"א פַאר עֶלְטֶערְן, מְחַנְּכִים אוּן מְחַנְכוֹת, פוּל מִיט חִיזוּק אוּן עֵצוֹת וִוי אַזוֹי אַרַיין צוּ בְּרֶענְגֶען אִין דִי קִינְדֶער אַ גֶעשְׁמַאק אִין אִידִישְׁקֵייט, זֵיי זָאלְן וִויסְן אַז 'אִידִישְׁקֵייט אִיז שֵׁיין', אוּן וֶוער עֶס גֵייט אִין דִי וֶועגְן פוּן דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה הָאט אַ זִיסֶע לֶעבְּן אוֹיף דֶער וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶער וֶועלְט. א שיינע חתונה עֵצוֹת אוּן חִיזוּק וִוי אַזוֹי אַ מֶענְטְשׁ קֶען זוֹכֶה זַיין צוּ פִירְן זַיינֶע קִינְדֶער אוּנְטֶער דִי חוּפָּה מִיט שִׂמְחָה אוּן גֶעשְׁמַאק, אוּן שֶׁעפְּן פוּן זֵיי אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת. סעט משניות ששה סדרי משנה עם פירוש רבינו עובדיה מברטנורא, ועיקר תוספות יום טוב. איינער פארשטייט מיך אַנְטְפְּלֶעקְט אַז אֵיינֶער פַארְשְׁטֵייט דִיר יָא, אוּן אַז דוּ קֶענְסְט מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטֶענְ'ס הִילְף אַרוֹיסְגֵיין פוּן יֶעדְן פְּרָאבְּלֶעם. ליקוטי מוהר"ן שיינע גרויסע אותיות, הארטע דעקל. די טעג פון בין הזמנים וַוייזְט דִי וֶועג פַאר בָּחוּרִים וִוי אַזוֹי אוֹיסְצוּנִיצְן דִי טֶעג פוּן בֵּין הַזְמַנִים, אוּן צוּ וִויסְן אַז דִי אֶמֶת'ע בֵּין הַזְמַנִים אִיז נָאר בֵּין מִיתָה לִקְבוּרָה.&nbsp; לוח ברסלב תשפ"ב לשון הקודש מיט שיינע מאמרים פון מוהרא"ש זי"ע לויטן זמן פון יאר, אויפצופלאמען דאס הארץ צום אייבערשטן. מיט זמנים פאר יעדן טאג: עלות, נץ, סו"ז קרי"ש ותפלה שקיעה און ר"ת. מיט די שיעורים פאר יעדן טאג: בבלי, ירושלמי, תוספתא, נ"ך און רמב"ם. תיקוני זוהר מנוקד געדרוקט מיט שיינע גרויסע אותיות, און איינגעטיילט לויט די טעג פון ר"ח אלול ביז יום כיפור. (עיין שיחת הר"ן רצ"ד) ששה סדרי תוספתא מיט א הערליכע דרוק - דפוס קרן הדפסה היכל הקודש, מנוקד (נוסח הגר"א) - מוהרא"ש זאגט אז דורכן לערנען ב'בלי י'רושלמי ת'וסתפא, איז מען זוכה צו קויפן א "בית נצחי" - א הויז אויף יענער וועלט. אזוי אויך איז עס מסוגל צו האבן אן אייגענע הויז דא אויף דער וועלט. לקוטי עצות געשריבן דורכן הייליגן רבי נתן זי"ע. א שיינע געשמאקע דרוק. חיי מוהר"ן די לעבנ'ס געשיכטע פון הייליגן רבין. געשריבן דורכן הייליגן רבי נתן. ספר המידות אויף וואס הייליגער רבי האט זיך אויסגעדרוקט: "דער ספר האט מיר געמאכט פאר א איד" ימי מוהרנ"ת דאס לעבנ'ס געשיכטע פון הייליגן רבי נתן. וויאזוי ער איז אויפגעוואקסן, און ווי ער איז נתקרב געווארן צום הייליגן רבין, און וואס עס איז אלץ דורכגעגאנגען במשך זיין לעבן, אזוי אויך פילע מעשיות און עפיזאדן פון הייליגן רבין. ליקוטי תפילות געשריבן דורכן הייליגן רבי נתן געבויעט אויף די תורות פון הייליגן רבין. תפלות וואס עפענט אויף דאס הארץ צום אייבערשטן, תפילות וואס מען טרעפט זיך דערין, און מאכט שפירן נאנט צום אייבערשטן, וואס קען מיך און וועט מיר העלפן. לייט אף אמונה דער ערשטער באנד פון עצתו אמונה איבערגעטייטשט אויף ענגליש.

    < זעה מער ב אלול תשפ"א 📝
  • קרן הדפסה לאדענט אייך איין צו ווערן א ברסלב פריים מעמבער!

    פרייליכע נייעס: פון קרן הדפסה ווערט געמאלדן א נייע מעמבערשיפ פראגראם, וואס וועט געבן פארשידענע נוצליכע עקסלוסיוו בענעפיטן פאר אירע מיטגלידער. &nbsp; אויטאמאיש אלע גליונות צום טיר: צום ערשט וועלן אלע פריים מעמבערס אויטאמאטיש באקומען אויף די פאסט יעדע וואך "אלע" וועכענטליכע גליונות און קונטרסים וואס ווערט ארויסגעגעבן, נישט באגרעניצט צי עס קומט ארויס יעדע וואך צי נישט, דאס הייסט איר וועט באקומען אלע אידישע גליונות, סיי וואס מען אפערט שוין ביז יעצט סובסקריבשאנס, און סיי וואס מען אפפערט נישט קיין סובסקריבשאן, און אין דעם איז אריינגערעכענט אויך די וועכענטליכע גליונות און קונטרסים וואס וועלן ארויסקומען בעז"ה פון יעצט און ווייטער, וואס ער וועט באקומען צוגעשיקט אהיים יעדע וואך. &nbsp; פריאריטי דעליווערי: ווי באקאנט איז די פאסט דעליווערי לעצטענס זייער שפעט, און טראץ אונזערע שטארקסטע באמיאונגען, קען זיך מאכן אז די גליונות פארשפעטיגן. מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט דאס נישט פאסירן פאר פריים מעמבערס. זיי וועלן באקומען אפגעשיקט אלע גליונות מיט שנעלע דעליווערי, און וועלן עס באקומען דאס שנעלסטע וואס מעגליך.&nbsp; &nbsp; אנלימיטעד דיסקאונטס: עקסטער באקומען די פריים מעמבערס א ספעשל באנוס: 10% דיסקאונט אויף "אלעס" פון די הונדערטער פראדוקטן אויף ברסלב סענטער געשעפט, אריינגערעכענט ספרים, קונטרים אויף אידיש, ענגליש און לשון הקודש, סידיס צו הערן אדער צו זען, און נאך פילע פראדוקטן, וואס וואקסט כסדר מיט יעדן טאג. &nbsp; די וועכענטליכע גליונות און קונטרסים וואס די פריים מעמבערס באקומען שוין יעצט איז: עצתו אמונה, אשר היה אל יואל, בית נצחי, גליון היכל הקודש, גליון סיפורי מעשיות, קרית ברסלב בלעטל, אזוי אויך וועלן זיי באקומען בעז"ה יעדע וואך די אדערע פארשידענע וועכענטליכע גליונות וואס קומען ארויס אדער וועלן ארויסקומען אין די צוקונפט. &nbsp; די פרייז צו ווערן א פריים מעמעבער איז $24.99 א וואך. &nbsp; רופט שוין 718-387-2691 עקסטענשאן 3.

    < זעה מער כו תמוז תשפ"א 📝
  • קרן הדפסה שטארק פארנומען די טעג ארויסצושיקן די פילע באשטעלונגען פונעם נייעם אנליין געשעפט

    נאך דעם וואס דער ברסלב סענטער אנליין געשעפט איז בעזרת השם געעפענט געווארן פאריגע וואך, טוט זיך ביים קרן הדפסה א גרויס געטומל. ווי עס שיינט, כאפט זיך דער עולם ארויף אויפן "חצי בחנם" אפפער וואס דער וועבסייט שטעלט צו ביז שבועות, לכבוד דאס ערעפענונג פונעם נייעם געשעפט. דער שטאב אין קרן הדפסה, איז שטארק פארנומען ארויסצושיקן די פילע באשטעלונגען איינס נאך די אנדערע. און מען הערט שוין צוריק פילע צופרידענע גריסן פונעם ציבור. דער עולם באוואונדערט דעם פראפעסיאנאלע וועבסייט, ווי גרינג און געשמאק עס איז זיך צו באנוצן מיטן אנליין געשעפט, און דרוקן זיך אויס מיט שטארק דאנקבארקייט, אז מען שטעלט צו אזא וויכטיגע סערוויס פון קענען איינקויפן די הייליגע ספרים פיר און צוואנציג שעה אין מעת לעת, אן קיין אפהאלט. מען גיבט אונז איבער אז במשך די וואך איז פארקויפט געווארן גאר אסאך קונטרסים פון מוהרא"ש זי"ע, פילע ספרי אשר בנחל און עצתו אמונה, גאר אסאך קמיעות, און בפרט איז צעכאפט געווארן די נייע פלעי פאר פרויען "דער בערגער און דער ארימאן" - וואס מען האט שוין געדארפט ריסטאקן פריש, נאכן ווערן צוכאפט פונעם נייעם וועבסייט פאר האלב פרייז. עס איז אריינגעקומען פילע פארלאנגען פונעם ציבור, וואס ווילן קויפן די ספרים פון הייליגן רבין, פון רבי נתן, און נאך ספרים פון מוהרא"ש זי"ע; אויף וואס מיר קענען מבשר זיין אז מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט עס בקרוב נאכקומען. מען ארבעט יעצט ארויפצולייגן די ספרים פון הייליגן רבין און פון רבי נתן, און די פילע הונדערטער ספרים פון מוהרא"ש זי"ע. אזוי אויך וועלן ארויף קומען אויפן וועבסייט אין די נאנטע צייט נאך פילע ארטיקלען וואס קענען אינטערעסירן חסידי ברסלב, ווי צום ביישפיל "טלית קטן'ס מיט תכלת", און נאך. לֹא רָעָב לַלֶּחֶם וְלֹא צָמָא לַמַּיִם כִּי אִם לִשְׁמוֹעַ אֵת דְּבַר הַשֵּׁם 🛒 דער נייער ברסלב סענטער אנליין געשעפט 📀 פרויען פלעי "דער בערגער און דער ארימאן" 📖 ספרי אשר בנחל און עצתו אמונה 🛡️ קמיע פון מוהרא"ש לשמירה ולהצלחה 📸 מען דרוקט איבער פילע קונטרסים אין קרן הדפסה 📸 מען דרוקט איבער דעם קורצן "תיקן ליל שבועות" 📰 קורצע תיקון ליל שבועות ווערט פריש איבערגעדרוקט דורך די קרן הדפסה 📰 הפצה ראטעוועט - דער ראש ישיבה שליט"א מחזק די מפיצים אין ארץ ישראל 📰 וואס וויל דער באשעפער פון אונז? דברי חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א 📰 חידוש אין עולם ההפצה - דראפבאקס אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו 📰 מען עפענט אויף דעם נייעם אנליין געשעפט 📜 מחזק א איד וואס האט געארבעט מ'זאל קענען צוקומען צום וועבסייט "ברסלב סענטער" 💿 ניגונים פון תשובה לימי הספירה

    < זעה מער כב אייר תשפ"א 📝
  • ברסלב-סענטער.קאם עפענט ב"ה אויף די טויערן פונעם אָנליין געשעפט

    נאך דעם גרויסן פארלאנג פון די טויזנטער "ברסלב סענטער" אקטיווע באנוצער, וואס האבן כסדר געבעטן אז מען מוז האבן אן אנליין געשעפט ווי מען קען "קויפן" 24 שעה אויטאמאטיש די ספרים, קונטרסים, און סידיס. האט די שטאב פון ברסלב סענטער אריינגעלייגט גאר אסאך כח צייט און געלט אנצוקומען צו אויסארבעטן דעם געשעפט. מען איז געזיצן מיט "וועב דיזיינערס" און מומחים גאנצעטע טעג, און אויסגעארבעט און איבער געארבעט אלע דעטאלן, און געלויבט דעם אייבערשטן שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה, אז "ברסלב סענטער" איז אנגעקומען ביז אהער, און יא די טויערן פונעם נייעם מסודרדיגן "ברסלב סענטער" געשעפט איז שוין ברייט אפן. דער געשעפט איז לעת עתה איינגעטיילט אין עטליכע באזונדערע אפטיילונגען. סידיס, קונטרסים, ספרים, און פארשידענס. מיר וועלן דא אראפגעבן נאר גאר א קורצע טעימה פונעם אויסוואל, וואס איז כטיפה מן הים וואס מען קען דארט אלץ טרעפן, ועוד ידם נטויה בעזרת השם יתברך צוצולייגן צום אויסוואל נאך פילע פראדוקטן. ביי די סידיס אפטיילונג טרעפט מען א שיינער אויסוואל פון פילע סידיס פונעם ראש ישיבה, פון די ישיבה, וכו'. צום ערשט די בארימטע "גראמען" סידיס, דאס איז א קאלעקשאן פון הערליכע גראמען מיט וואס דער ראש ישיבה האט אויסגערופן מוהרא"ש זי"ע ביי חתונות. די גראמען זענען באמת יעדעס איינס ווי א שיעור התחזקות, געשמאק פאכמאניש אראפגעלייגט מיט גראמען. אויך זעט מען דארט די "טאנץ מיט אמונה" סידיס, א סעריע סידיס וואס אנטהאלט הערליכע ניגונים אויף אידיש, ווי דער ראש ישיבה גראמט אויס פארשידענע נושאים פון עצות און חיזוק פון הייליגן רבין מיט וואס מען קען זיך מחיה זיין. דערנאך איז דא די "ניגונים פון תשובה" סידיס, א סעריע פון סידיס וואס אנטהאלט פילע אידישע ניגונים פון ראש ישיבה, פול מיט התחזקות אין תשובה און אמונה, וואס פרישט אויף א מענטש. און נאך גאר אסאך הערליכע סידיס וואס איז אוממעגליך אלעס אויסצורעכענען אין די ראמען פון א קורצע ארטיקל. אונטער די קונטרסים פעידזש, איז שויין דא דארט צו באקומען א ריזיגער אויסוואל פון איבער 120 פארשידענע קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן אויף פילע נושאים, ואי אפשר לפורטם כי רבים הם; אריינגערעכענט צענדליגע אידישע קונטרסים ווי צום ביישפיל "אידיש נחת", "האב רחמנות אויף דיין קינד", "גלייב אין דיר", אזוי אויך פילע קונטרסים אויף לשון הקודש, עטליכע אויף שפאניש, רוסיש, און פראנצויזיש. בעז"ה וועט נאך צולייגן נאך פילע הונדערטער קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן אויף יעדע נושא וואס איר קענט נאר טראכטן. ביי די ספרים אפטיילונג קען מען שוין טרעפן די 4 בענדער ספרי עצתו אמונה בריוו פונעם ראש ישיבה אויף אידיש, און דעם ספר אשר בנחל אידיש חלק ב'. וואס זענען מלא התחזקות, אמונה און עצות אויף אלע ענינים אין לעבן. מיט אייבערשטנ'ס הילף וועט ארויפגיין דארט נאך פילע ספרים. אונטער די "פארשידענס" פעידזש וועט בעזהשי"ת ארויפגיין פילע אנדערע ארטיקלען וואס וועט מחיה זיין און מהנה אנשי שלומינו צו יעדע צייט. צום ביישפיל, יעצט קען מען דארט טרעפן די אזוי שטארק געזוכט "קמיע" פון מוהרא"ש לשמירה ולהצלחה; אן "עס די" קארט, אנגעפילט מיט איבער צוויי הונדערט דרשות פון ראש ישיבה; און די נייע די-ווי-די פלעי פאר פרויען און מיידלעך וואס איז לעצטענס ארויסגעקומען "דער בערגער און דער ארימאן". מיטן אייבערשטנס הילף וועט נאך צוקומען נאך פילע אפטיילונגען אויפן וועבסייט, להחיות בהם נפש כל חי, וויפיל דער אייבערשטער וועט געבן די מעגליכקייט. ווי פארשטענדליך זענען די הוצאות אויפצוהאלטן און פארבעסערן דעם וועבסייט גאר אסאך, און נאר אדאנק וואס דער אייבערשטער האט געהאלפן אז אידן פארשטייען די חשיבות פון הפצה וואס דער וועבסייט טוט, גרייכנדיג צו טויזנטער מענטשן יעדן טאג, און זיי זענען מנדב פארן וועבסייט יעדער לויט זיין יכולת, אזוי קענען מיר אנגיין און פארבעסערן אונזער וועבסייט. עס איז דא נאך אסאך מער וואס מען קען און דארף געטון ווערן. פילע פלענער זענען פארהאן וויאזוי צו פארבעסערן און פארברייטן דעם וועבסייט אויף פילע פראנטן. נעמט א חלק אינעם מעכטיג הפצה אפאראט "ברסלב סענטער" וועבסייט, און געבט אייער הארציגע נדבה דורך דרוקן דעם דעם לינק. יָפֻצוּ מֵעֵינוֹתֶיךָ חוּצָה 🛒 דער נייער "ברסלב סענטער" געשעפט 💳 צו מנדב זיין פארן וועבסייט 📰 ברסלב סענטער וועסבייט גרייכט איבער 100,000 קליקס א חודש - ניסן תשפ"א 📰 ברסלב סענטער גרייט זיך צו עפענען די טויערן פונעם אנליין געשעפט 📰 ברסלב סענטער צייכענט אפ די צוויי-טויזנטסטער בריוו פון ראש ישיבה שליט"א 📸 מען גרייטן זיך צום דעם אלבום טאנץ מיט אמונה #4 אין סטודיא 📸 מען ענדיגט דעם אלבום טאנץ מיט אמונה #2 📸 דער אלבום ניגונים פון תשובה #7 שוין גרייט 💬 די קמיע פון מוהרא"ש דארף האבן דאס בילד דערויף? 📜 אן א שיעור מענטשן זענען זיך מחי' מיט די חיזוק פון רבי'ן 📜 פארשפרייטן די אמונה, דעם רבינ'ס עצות, פאר די גאנצע וועלט 📜 מחזק א איד וואס האט געארבעט מ'זאל קענען צוקומען צום וועבסייט "ברסלב סענטער" 📰 📀 פּלעי "דער בערגער און דער ארימאן" צו באקומען

    < זעה מער יג אייר תשפ"א 📝
  • ברסלב סענטער וועסבייט גרייכט איבער 100,000 קליקס א חודש

    מיט יעדן טאג וואס גייט אריבער ווערן מער און מער מענטשן געוואר פון די לימודים און עצות פון הייליגן רבין. די מפיצים גייען ארום צו אידישע קינדער, און פארשפרייטן די הייליגע ספרים און סידיס, וואס טוישן הונדערטער אידן דאס לעבן. זיי ווערן געוואר אז אויך זיי קענען האבן א עכטע קשר מיטן אייבערשטן. זיי הייבן אן צו שפירן א טעם אין זייער לעבן. וואס געשעט דערנאך? ער הייבט אן צו זוכן, וואו קען מען באקומען נאך פון די ספרים? ער וויל באקומען נאך דרשות און נאך גליונות. פילע קומען אן צום ברסלב סענטער וועבסייט, ווי זיי דערקוויקן זיך מיט די בריוון, מען שיקט אריין שאלות און זיי באקומען וואונדערליכע ענטפערס. זיי דאונלאדן פון דא אלע גליונות און ספרים, זיי הערן אויס די הונדערטער שיעורים וואס דער ראש ישיבה געבט כסדר, טעגליך פאר די בחורים, דער טעגליכער שיעור גמרא. אויך באקומט מען טעגליך אפדעיטס און קראנטע נייעס וואס טוט זיך אין ישיבה, אין חדר, אין קעמפ, אין שטעטל, אין אומאן, אין בית הדפוס, שמחות צווישן אנשי שלומינו, און אזוי ווייטער. דאס אלעס ווערט אפדעיטעד יעדן טאג. יעדן טאג ווערן ארויפגעלייגט פרישע בריוו פון ראש ישיבה, עס ווערט ארויפגעלייגט די נייע שיעורים אויף ווידיא און אוידיא, יעדע וואך קומט ארויף אלע נייע גליונות און קונטרסים וואס ווערט דאונלאדעט אין די טויזנטער, יעדן טאג ווערט ארויפגעלייגט די פרישע נייעס וואס עס טוט זיך. עס קומט ארויף טעגליך פילע נייע בלידער אלבומס, פרישע אינטערעסאנטע קליפס וואס טוט זיך ביים ראש ישיבה. יעדן טאג איז דא די נייעסטע "חיזוק יומי" קליפס, וואס פילע באקומען פון דא. עס ווערט אריינגעלייגט גאר אסאך געלט און כח אויפצוהאלטן דאס אלעס און עס כסדר פארבעסערן.&nbsp;און ברוך השם אז דער וועבסייט איז עושה פירות, מען קען ממש זען ווי די טרעפיק צום וועבסייט פארמערט זיך ממש טאג טעגליך מיט גאר שטארק ציפערן. עס פארמערן זיך די אקטיווע באנוצער מיט עטליכע הונדערט א וואך. אזוי ווייט אז פאר די פארגאנגעם חודש למספרם איז די צאל קליקס צום וועבסייט אריבערגעגאנגען דעם 100,000 ציפער. עס אונז א געוואלדיגע זכיה אז מיר האבן א חלק אין די געוואלדיגע זיכוי הרבים פון טויזנטער אידן וואס באקומען פון דא זייער לעבן. עס איז אוממעגליך צו שילדערן דעם קורת רוח וואס מען שפירט ווען מען הערט צוריק פון אידן פידבעק, און געבט אונז א געוואלדיגע חיזוק אנצוגיין ווייטער מיט די עבודת הקודש, "זייט איך הער די שיעורים, דאוון איך מיט מנין" זאגט אונז איינער. "איך האב מיך אויסגעלערענט וויאזוי זיך אפצוגעבן מיט מיינע קינדער, און איך ברענג מער נישט אהיים מיין סעלעפאן, א גרויסע ישר כח פאר אייער וועבסייט" שרייבט אונז א צווייטער איבער. "איר האט געטוישט מיין לעבן. איך האב אנגעהויבן צו לערנען, איך האב באקומען א נייע האפענונג אז מיין מצב וועט זיך נאך איין טאג טוישן צום גוטן. איך האב אסאך מיטגעמאכט אין מיין לעבן, איך האב אנגעהויבן מאכן התבודדות יעדן טאג, און איך פיל מיך אסאך בעסער", שרייבט אן אנדערער צו אונז. אויסער די פרישע אפטיילונגע אויף וואס מען ארבעט יעצט, ווי דער "געשעפט" פעידזש וואס וועט ממש בקרוב געעפענט ווערן בעז"ה, ארבעט מען אויף נאך אסאך פראיעקטן אינערהאלב די וועבסייט. צום ביישפיל, מען לייגט יעצט אריין גאר אסאך ארבעט צו דעוועלאפן א פראקטישע טעלעפאן "עפּפּ", וואס אנטשפעכט צו זיין א גאר א הערליכע און נוצבארע עפּפּ, וואס וועט באנצט ווערן דורך טויזנטער בעז"ה. און אויך האט מען לעצטענס אנגעהויבן צו ארבעט גענצליך איבערצומאכן די גאנצע סטרוקטור פונעם וועבסייט. צוליב וואס ווען מען האט געעפענט דעם וועבסייט מיט עטליכע יאר צוריק האט מען נישט גע'חלומ'ט ווי ווייט און ווי ברייט עס וועט זיך צואוואקסן קע"ה און דער יעצטיגער דיזיין איז שוין נישט צוגעפאסט פארן וועבסייט מיט אזויפיל אפטיילונגען אזויפיל אפדעיטס, און אזויפיל באנוצער. אזוי אויך ביי די בילדער און ווידיאס אפטיילונג איז זייער נויטיג שטארקע רענאווציעס, ווי איר קענט אליינס זען, דאס דארף אינגאנצן איבערגעפרישט ווערן. דאס זעלבע מיט די נייעס אפטיילונג; דער יעצטיגער אויסשטעל איז שוין לאנג "אַוטדעיטעט". דאס אלעס ציעט אריין אין גאר גרויסע הוצאות פון צענדליגע טויזטער דאלער א חודש. ווי באקאנט קאסט יעדע ריר צו דעוועלאפן א וועבטייט טויזנטער דאלערס. און ווערט אויסגעהאלטן דורך נדבות וואס אידן ווארפן אריין ביי אונזער נדבות אפטיילונג. און צוליב וואס די הוצאות האבן זיך שטארק פארמערט, גייט בעז"ה קומען גרויסע שינוים אין די נדבות אפטיילונג אויך, ווי מען וועט בעז"ה קענען אפקויפן דער זכות פון א טאג, א וואך, אדער חודש פונעם וועבסייט. נעמט איינטייל אין די הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס אור, און דערנענטערן אידישע קינדער צום אייבערשטן דורך מנדב זיין צום וועסייט דורך קליקן דא. אין דעם זכות וועט דער באשעפער זיכער אויסהערן אייער תפילות און איר וועט געהאלפן מיט ישועות און רפואות געזונט פרנסה נחת, און וואס איר דארפט. &nbsp;עַד הֵנָּה עֲזָרוּנוּ רַחֲמֶיךָ, וְלֹא עֲזָבוּנוּ חֲסָדֶיךָ &nbsp; &nbsp;📰 🎼 נגינה אפטיילונג עפענט זיך אויף 📰 📜 בריוו פאר פרויען ווערט צוגעלייגט 📰 🔗 "שעירן" און "דאולאוד" אפשאנס ווערן צוגעלייגט 📰 👍 מען צייכענט אפ די צוויי-טויזנטסטער בריוו פון ראש ישיבה אויפן וועבסייט 📰 🛒 ברסלב סענטער עפענט אט אויף די טויערן פונעם אנליין געשעפט 💳 צו מנדב זיין פארן וועבסייט

    < זעה מער א ניסן תשפ"א 📝
  • 🛒 ברסלב סענטער עפענט אט אויף די טויערן פונעם אנליין געשעפט

    יעדן טאג באקומט אונזער "ברסלב סענטער" וועבסייט טויזנטער באזוכער פון אידן איבער די גאנצע וועלט וואס זענען געוואויר געווארן פון די זיסע וועגן וואס דער ראש ישיבה לערנט אויס. זיי קומען ארויף און הערן אויס די שיעורים פון ראש ישיבה אויפן וועבסייט, זיי דאונלאודן גליונות, אדער קונטרסים פון "ברסלב סענטער" און זאגן אונז ווי זייער לעבן האט זיך געטוישט צום גוט. עס קומען כסדר צוריק גריסן פון מענטש ווי "איך האב אנגעהויבן לעבן מיט אייבערשטן", "מיין שלום בית איז נישט צו דערקענען", "איך האב קיינמאל נישט געשפירט די זיסקייט פון די הייליגע תורה ווי יעצט", "איך האב אנגעהויבן ליב צו האבן אהיימצוקומען צו מיין ווייב און קינדער, מיין שבת טיש איז יעצט אזוי געשמאק" א.א.וו. און זיי האבן כסדר געבעטן "מיר ווילן קויפן דעם און דעם ספר פון מוהרא"ש זי"ע", אדער "וואו קען מען קויפן סידיס פון ראש ישיבה שליט"א?" א.א.וו. דערפאר האט די מאנשאפט אריינגלייגט גרויסע כחות אין די לעצטע פאר חדשים צו קענען עפענען דעם "געשעפט" אפטיילונג פון אונזער וועבסייט. מען האט אינוועסטירט גאר אסאך צייט, געלט, און מיה, צו אויפשטעלן און מסדר זיין דעם "געשעפט" בלאט פון "ברסלב סענטער", וואו מען וועט בעז"ה קענען באשטעלן פילע ספרים, קונטרסים, סידיס, און נאך פארשידענע ארטיקלען, און עס באקומען דעליווערט אהיים צום טיר. אין די טעג ווערט נאך אויסגעארבעט די לעצטע טעכנישט דעטאלן פונעם געשעפט אפטיילונג, וואס וועט בעז"ה זיין מסודר הערליך שיין און קלאר, און גרינג צו באנוצן. די פראיעקט פון אויפהאלט דעם וועבסייט און עס כסדר פארבעסערן ציעט אריין אין גאר גרויסע הוצאות, מען קען זיך משתתף זיין דורכ'ן דרוקן דעם לינק. &nbsp; 💳 צו מנדב זיין פארן וועבסייט

    < זעה מער יג אדר תשפ"א 📝
  • ברסלב סענטער צייכענט אפ די צוויי-טויזנטסטער בריוו פון ראש ישיבה שליט"א אויפן וועבסייט

    אין בלויז אביסל מער פון איין יאר זינט די מערכת פונעם וועבסייט האט ארויפגעלייגט דער טויזנסטער בריוו, צייכענען מיר אפ מיט פרייד דאס ארויפלייגן דעם בריוו נומער 2,000 געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א אויף אונזער "בריוו" אפטיילונג. דאס איז אויסער די בערך 1,200 הונדערט בריוו אינעם "פראגעס" אפטיילונג, און נאך הונדערטער בריוו אין די "בריוו פאר פרויען" און אין די "מכתב יומי" אפטיילונגען. די אלע בריוו זענען אנגעפילט מיט קלארע הדרכה, אינספירירנדע חיזוק און פראקטישע עצות פאר פילע שואלים וואס פרעגן אן דעם דעת תורה פון די ראש ישיבה שליט"א, ביי זייערע פילע ספיקות און צוויייפלענישן וואס עס מאכט זיך זיי נאר. דאס אלעס ווערט געדרוקט בעז"ה וועכענטליך אין די "עצתו אמונה" קונטרסים, וואס איז אגב פון די הייסטע אייטעמס און ווערט צוכאפט פון די מפיצים. די עצתו אמונה קען מען אויך דאולונדן בעז"ה וועכענטליך פון "ברסלב סענטער" וועבסייט. און צוליב די גרויסע פארלאנג האט מען ערמעגליכט עס צו קענען באקומען וועכענטליך אויף די פאסט. פאר סובסקריבשאנס קען מען רופן אין "קרן הדפסה" אויף 718-387-2691 עקסטענשאן 102, אדער דורך אימעיל subscribe@kerenhadfusa.org. אויך ווערט יעדע וואך ארייינגעלייגט אין די גליון געקליבענע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א. דער גליון - וואס האט אנגעהויבן בשנת תשע"ב מיט נישט מער פון 500 קאפיס א וואך, ווערט היינט פארשפרייט שווערע טוינטער קאפיעס פון די גליון אין דער אידישער שפראך אליינס. אין די שולן אלע אידישע געגנטער אין גרעיטער ניו יארק. - וואס דאס איז אויסער די צענדליגע טויזנטער וואס באקומען דעם גליון אויף די אימעיל איבער די גאנצע וועלט. און חוץ מזה ווערן נאך טויזנטער פארשפרייט אין די ענגלישע שפראך און אויף לשון הקודש. נייע קליפ: צו אייער טיר אויף די פאסט &nbsp; לדעת את המעשה אשר יעשון.

    < זעה מער יא שבט תשפ"א 📝
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ח
  • תשע״ט
  • תשפ״א
  • תשפ״ב
  • תשפ״ג
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com