Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • נייע הערליכע וועבסייט "ברסלב עניטיים" מיטצוהאלטן אלע שיעורים פון ראש ישיבה

    קרעדיט: מו"ה אברמי אייזנער הי"ו   אין א געוואלדיגע פרישע דורכברוך קומט יעצט אריין די נייעס, אז נאך כמעט א יאר ארבעטן, האט זיך היינט געעפענט פארן ציבור הרחב דער נייער הערליכער וועבסייט "ברסלב עניטיים", דער ברסלב עניטיים האט מען ספעציעל געמאכט פאר אידן וואס זענען אפגעהיטן און ווילן נישט און האבן נישט קיין צוטריט צו קיין ווידיא סייטס ווי צום ביישפיל יוטוב, זאלן אבער קענען מיטהאלטן די שיעורים פון ראש ישיבה אויף די זעלבע פראקטישע וועג, און אפילו נאך בעסער.   די וועבסייט איז גענצליך אליין געבויט "קאסטום מעיד" צו די געברויכן פון די שיעורים פון ראש ישיבה, מען האט געלייגט א שטארקע דגוש אז די עקספיריענס פונעם וועבסייט זאל זיין פליסיג און געשמאק, די שיעורים זאלן זיין גרינג צו טרעפן אין ממש סעקונדעס, מען האט אריינגעלייגט גאר אסאך ארבעט אז דער גאנצער הלוך ילך פונעם וועבסייט זאל לויפן זייער שנעל, דער סוירטש ענדזשין זאל זיין עפעקטיוו, אזוי אויך האט מען זיכער געמאכט בסייעתא דשמיא אז ווען מען טוישט די שפראך צו לשון הקודש זאל זיך נישט נאר טוישן די שפראך פונעם גאנצן וועבסייט, נאר עס זאלן ארויפקומען נאר די שיעורים פון לשון הקודש, און די זעלבע זאך ביי ענגליש. אזוי אויך האט מען אריינגעלייגט כחות אז מען זאל קענען דאונלאדן די שיעורים צו זיך אויפן אייגענעם דעווייס, און אז די דאונלאוד זאל גיין גאר גיך. למשל צו דאונלאודן א "חיזוק יומי ווידיא" נעמט בלויז עטליכע סעקונדעס.   כדי דער וועבסייט זאל בעזרת השם אנגיין אומגעשטערט און זיין דאס מערסטע אפ-טו-דעיט מיט יעדע פרישע שיעור, זענען דא צען געטרייע וואלונטירן וואס זענען כסדר גרייט יעדן טאג אז יעדע נייע שיעור ווי נאר עס ווערט געזאגט דורכן ראש ישיבה, זאן מען דאס בעז"ה תיכף ארויפלייגן.   דורך עפענען אן אקאונט אינעם וועבסייט קען מען צושרייבן קאמענטירן צום שיעור, אזוי אויך קען מען "סעיוון" א שיעור צו הערן שפעטער, אזוי אויך יעדעס מאל מען גייט אריין אינעם וועבסייט וועט מען קענען זען ביים שיעור צי ער האט עס שוין אויסגעהערט, אויב עס איז רויט האט מען עס  נאכנישט געזען, אויב עס איז גרין מיינט עס אז מען האט שוין געזען דעם שיעור. אזוי אויך קען מען מנדב זיין א שיעור, און אלע וואס וועלן הערן דעם שיעור וועט עס גיין אויף זיין זכות. אזוי אויך אין טאג פון א יארצייט, אדער לכבוד א שמחה, קען מען מנדב זיין א שיעור.   מען קען שוין ארויפגיין אויפן נייעם וועבסטייט און זיך דערקוויקן דאס הארץ מיט די געשמאקע דיבורים פון ראש ישיבה, וואס וועט אויפוועקן די נשמה צום אייבערשטן.   דער שטאב פון "ברסלב עניטיים" געבט איבער אז מען ארבעט אויף נאך פארשידענע נוצבארע און פראקטישע אפציעס פארן וועבסייט. פאלגט נאך פאר ווייטערדיגע אפדעיטס. breslevanytime.com 

    < זעה מער ט אלול תשפ"ב 📝
  • קאנסול פון אוקריינא אין מאלדאווע באשטעטיגט אפענע גרעניצן פאר חסידי ברסלב

    ווי שוין עטליכע מאל באריכטעט ווערט אין די טעג אסאך ארומגערעדט איבער די פארשידענע וועגן וויאזוי מען קען אנקומען קיין אומאן אויף ראש השנה נאכדעם וואס די לופטפעלדער אין אוקראינע זענען נאך דערווייל פארשפארט. &nbsp; אזוי ווי דער נענטסטער עירפארט אינדרויסן פון אוקריינא צו אומאן איז אין שטאט "קישינעוו" אינעם לענדל "מאלדאווא". איז פאריגע וואך אפגעהאלטן געווארן א זיצונג אין קישינעוו, ווי דער אוקריינישער קאנסול, דער מאלדאווער הויפט-רב הר"ר פנחס זאלצמאן שליט"א מיט נאך עטליכע ברסלב'ע עסקנים און כלל טוער האבן זיך צוזאם געזעצט און דורכגעשמועסט די מצב פון די גרעניצן, מען האט ערקלערט פארן קאנסול ווי וויכטיג עס איז פאר די טויזנטער חסידי ברסלב זיך צו געפונען אין אומאן אויף ראש השנה, און מען האט דורכגעשמועסט די זיכערהייט סיטואציע, און די מצב ביים גרעניץ וואס איז געווען לעצטענס שטארק פראבלעמאטיש. &nbsp; דער אוקריינישער קאסול אין מאלדאווע האט דערקלערט איז פון אוקריינא'ס זייט איז דער לאנד גרעניץ פולקאם אפו, און זיין אפיס איז גרייט צו העלפן סיי ווער עס דארף הילף זייענדיג אין מאלדאווע. &nbsp; לויט ווי הרב פנחס זאצלמאן זאגט איז דער זיצונג דורך מיט גרויס הצלחה, און ער איז איבערצייגט אז די רעגירונגען פון ביידע לענדער זענען פולקאם וויליג צו העלפן זיכער מאכן אז בעז"ה אז אלעס זאל דורכגיין מיט הצלחה. &nbsp; אנשי שלומינו זענען מתפלל אז מען זאל טאקע קענען אנקומען צום הייליגן רבין מיט אייבערשטנ'ס הילף אויף ראש השנה און פועלן א גוט געבענטשט יאר.

    < זעה מער כה תמוז תשפ"ב 📝
  • לאנג ערווארטעטער נייער ברסלב סענטער שאפ עפפ ערשינען פארן פובליק

    מיט קוים א וואך צוריק האבן מיר דא באריכטעט אז מען האלט שוין אט אט ביים לאונטשן דעם לאנג פארצויגענעם פראיעקט פונעם ברסלב סענטער שאפ עפפ. געלויבט דער אייבערשטער, אז די דעוועלאפמענט פונעם עפפ איז געגאנגען שנעלער ווי געראכטן, און היינט קענען מיר שוין מעלדן, אז יא, דער עפפ איז שוין אוועילעבל פארן ציבור צום נוצן. &nbsp; דער עפפ איז א סערוויס וואס ווערט צוגעשטעלט צו דאונלאודן בחנם סיי אויפן "גוגל פלעי" מארקעט, און סיי אויפן "עפל עפפ" סטאר. &nbsp; דער עפפ איז ברוך השם ארויסגעקומען זייער שיין, געשמאק, און גרינג, מען קען זייער גרינג זען דעם אויסוואל אויף פארשידענע מיני אופנים, מען קען זוכן "קאלעקשאנס", מען קען זוכן "קאטעגאריעס" און נאך, מען קען סארטירן די אייטעמס אויף פארשידענע מיני אופנים, לויט די א"ב, לויט די פרייז, לויט די פאפולערקייט, און אזוי ווייטער. &nbsp; אלע אויסוואלן זענען זייער שיין קלאר און גרויס, מיט א געשמירטע שנעלע עקספיריענס בעזרת השם יתברך, איר וועט דארט טרעפן די פילע ספרים, קונטרסים, סידיס, יו-עס-בי'ס, בילדער, און נאך זאכן אויף אידיש, לשון הקודש, ענגליש. אלעס ווערט פארקויפט פאר גאר גוטע פרייזן. צום ביישפיל עס זענען דא 168 קונטרסים וואס ווערן פארקויפט פאר בלויז $1.49 א שטיק, 20 קונטרסים (אביסל דיקערע) פאר $1.99 א שטיק. און איבער אלעם, אויב קויפט מען פאר איבער $35 איז די דעליווערי (אין די פאראייניגטע שטאטן) געצנליך בחנם! &nbsp; דא איז א לינק צו ביידע עפפ פלאטפארמעס, פאלגענד איז א לינק צום עפפ אויפן "גוגל פלעי" סטאר, און אט איז די לינק צום עפפ ביים "עפל" סטאר. &nbsp; 📚 מעשה'לע פאר קינדער #1

    < זעה מער כז סיון תשפ"ב 📝
  • ברסלב סענטער שאַפּ צייכענט אפ א הצלחה'דיגע יאר

    עס גלייבט זיך שווער אז עס שוין דורך א גאנצע יאר זינט דער דערעפענוג פונעם געשעפט דא אויף "ברסלב סענטער" וועבסייט, ווען אין די קורצע צייט האט זיך דער געשעפט פונעם וועבסייט איינגעשאפן א גאר גוטן נאמען ביי די פילע קאסטומערס פון איבער די גאנצע וועלט וועלכע באשטעלן די ספרים און באקומען עס דעליווערט צום טיר שנעל און פונקטליך. &nbsp; אין די צייט זענען שוין ארויסגעפארן שווערע טויזנטער ארדערס צו קאסטומערס, און מען הערט צוריק ברוך השם גאר גוטע גריסן. אבער די ארבעט שטעלט זיך נישט אפ דא, די שטאב פונעם ברסלב סענטער וועבסייט ארבעט אויף נאך פארשידענע גאר גרויסע פראיעקטן, דאס איז אויסער דאס אויפהאלטן און כסדר פארבעסערן דעם וועבסייט כסדר בסייעתא דשמיא. &nbsp; יעצט ווען מען צייכענט אפ א יאר, איז אינטערעסאנט צו ארויסשטעלן די קאלירפולע ליסטע פון די פאפולערסטע אייטעמס, וואס איז געגאנגען די בעסטע במשך די לעצטע צוועלף חדשים צייט: &nbsp; 1 - קמיע פון מוהרא"ש לשמירה ולהצלחה 2 - פלעי פאר פרויען "דער בערגער און דער ארימאן" 3 - לוח ברסלב תשפ"ב 4 - ריפלעקטאר קמיע 5 - קונטרס A Simple Faith 6 - קונטרס התשטחות על קברי צדיקים 7 - עצתו אמונה חלק ה' 8 - הגדה של פסח אור זרוע 9 - קונטרס יש תקוה 10 - סדר הדלקת נר חנוכה &nbsp; די פראיעקט פון אויפהאלט און פארבעסערן דעם אלגעמיינעם וועבסייט און דער געשעפט אפטיילונג ציעט אריין אין גאר גרויסע הוצאות, מען קען זיך משתתף זיין און אפקויפן א טאג, וואך אדער חודש, און עס וועט מפורסם ווערן אויפן וועבסייט דער נאמען פונעם נדבן. &nbsp; צו קויפן דעם זכות פון א פרנס היום, פרנס השבוע, אדער פרנס החודש דרוקט דא &nbsp;

    < זעה מער יב ניסן תשפ"ב 📝
  • ברסלב סענטער נעמט שוין ענדליך אן ספאנסערשיפּס

    דער ברסלב סענטער וועבסייט וועלכע גייט שוין אן פאר עטליכע יאר, און וואקסט און פארברייטערט זיך מיט יעדן טאג, מיט אקטיווע פלענער צו פארטאפלען און פארשענערן און צולייגן נאך און נאך אפציעס.&nbsp; &nbsp; איינע פון די גרויסע און קאסטבארע פראיעקטן איז א "ברסלב סענטער טעלעפאן עפפ" וואס האלט שוין ברוך השם ביי די לעצטע שטאפלען, און וועט גאר בקרוב מיט אייבערשטנס הילף פארטיג ווערן. &nbsp; דער וועבסייט וואס ווערט אפדעיטעד יעדן טאג ב"ה מיט נייעס, בריוו, שאלות, בילדער, שיעורים, קליפס, גליונות און נאך קאסט גאר אסאך אויפצוהאלטן, פאר א מינימאלע פרייז קען מען קויפן דער זכות פון א טאג "פרנס היום", וואך "פרנס השבוע", און חודש "פרנס החודש" וואס וועט באצאלן די הוצאות פון אויפהאלטן דעם וועבסייט. &nbsp; וואס קען זיין א גרעסערע צדקה פון געבן פאר הפצה? דער וועבסייט איז פון די גרעסעטע הפצה אפאראטן וואס איז נאר פארהאן, דער וועבסייט ציעט צו זיך שווערע טויזנטער באזוכער פון די איבער גאנצע וועלט, פילע וועלכע האבן נישט די געלעגענהייט צו קומען פערזעליך אין א בית המדרש היכל הקודש, און הערן פערזענליך א שיעור פון ראש ישיבה, זיצן ביי זיך אין אפיס און שלינגען מיט דורשט די ווערטער פון ראש ישיבה שליט"א פון די שיעורים און בריוו און באקומען חיות און הדרכה וואס באלייכט זיי זייער לעבן. &nbsp; איר קענט יעצט גיין צום מעין פעידזש פונעם וועבסייט און טרעפן דעם פרישן קנעפל "זייט אייך משתתף" ווי איר וועט קענען מנדב זיין וויפיל איר קענט כברכת השם אשר נתן לך. &nbsp; די גרעסערע נדבות ווי פרנס השבוע און פרנס החודש קען מען אויך באצאלן אין פעימענטס. &nbsp; ווען איר געבט אייער נדבה, געדענקט אויסצוקלויבן אייער טאג/וואך/חודש. אין די צייט פון א יארצייט פון די עלטערן/זיידעס/צדיקים לויט אייער באגער, אדער אין צייט פון א שמחה אדער במקום סעודות הודאה, און טוט א נחת רוח פאר רבונו של עולם מיטן שטיצן דעם וועבסייט וואס איז מגלה און מפרסם דעם אייבערשטן אויף אזא פארנעם.

    < זעה מער כג שבט תשפ"ב 📝
  • נייע ספרים אויפן וועבסייט

    מיר לעבן אין א וועלט פון הסתרת פנים, די וועלט פארשטעלט די אמונה, און מענטשן גייען דורך שבעה מדורי גהנום, ווייל זיי שפירן נישט דעם אייבערשטן. אבער דער אייבישטער וויל אז מען זאל אים יא קענען טרעפן, שיקט דער אייבישטער גרויסע צדיקים אין יעדן דור וואס זענען מפרסם און מגלה דעם אייבערשטן אויף אלע מיני אופנים וואס נאר מעגליך, און אזוי הייבן אידישע קינדער אן צו לעבן א גוטע לעבן מיט אמונה. אין אונזער דור האבן מיר געהאט מוהרא"ש, וואס איז זיין גאנץ לעבן ארום געגאנגען מיט די איינע מחשבה: "וואס קען איך טון אז נאך א איד זאל לעבן מיטן אייבערשטן? אז נאך איינער זאל אויך באקומען דעם גן עדן נאך אויף דער וועלט?" פאר דעם צוועק האט זיך מוהרא"ש אוועקגעגעבן זיין גאנצע לעבן און איז געזיצן און געשריבן אן א שיעור ספרים, קונטרסים, בריוון, אלעס מיט דעם ציל, אז מען זאל טרעפן דעם אייבערשטן, יעדער אין זיין לעבן. מוהרא"ש האט געשריבן קונטרסים און ספרים אויף יעדן נושא וואס מ'קען נאר טראכטן. אזוי אז די ספרים רעדן צו יעדעס אידיש קינד אין יעדן מצב. דער "קרן הדפסה היכל הקודש", וואס זייער ציל איז צו גיין אין די וועגן פון מוהרא"ש, דרוקט כסדר איבער נאך און נאך ספרים און קונטרסים, און ווי נאר די ספרים ווערן פריש אוועליבל, ווערן זיי תיכף ארויפגעלייגט אויפן "ברסלב סענטער געשעפט" עס זאל זיין צו באקומען פאר אלעמען איבער די גאנצע וועלט. אין די לעצטע צייט האט מען זיך גענומען מיט א פרישע אייפער און ברען איבערצודרוקן די פילע קונטרסים פון מוהרא"ש וואס איז מגלה און מפרסם דעם אייבערשטן אין אידיש, ענגליש, לשון הקודש און נאך. בלויז אין די לעצטע טעג זענען צוגעקומען פילע פרישע קונטרסים אויפן וועבסייט וואס ווערן פארקויפט פאר בלויז איינס און א האלב - צוויי דאלער. צווישן זיי:&nbsp; 📚 געב זיך אכטונג 📚 Striking it Rich 📚 די וועג ארויס 📚 דו ביסט נישט פארלוירן 📚 מיין קינד איך האב דיר ליב 📚 נסיעה קיין ארץ ישראל 📚 קדושת שובבי"ם 📚 שומר הברית 📚 תיקון שובבי"ם &nbsp; אזוי אויך איז דא אויפן וועבסייט פילע נייע ספרים. צווישן זיי: 📖 ריינע אויגן ($2.99) &nbsp;📖 ליקוטי מוהר"ן שפת הנחל ח"ב ($24.99) 📖 אוצר שלום בית ($2.99) 📖 אשר בנחל איינצעלנע בענדער טז, כ, כב, כג, כה, לד, לח, מג, מד, מז, מח, מט, נב ($8.99) 📖 ליקוטי תפלות לילידים - מיט הערליכע בילדער ($22.99) 📖 כך שמעתי מפיו - סיפורים ומאמרים ששמע מוהרא"ש מרבי לוי יצחק בענדער ($9.99) און נאך פילע ספרים 🛒 א לינק צו אלעס אויפן וועבסייט, לויטן סדר ווי עס איז אריינגעקומען: all-items-sorted-by-created ווי איר קענט נוצן די פילטערס (אויף די לינקע זייט), אויסצוזוכן די חפצים, לויט אייער באגער. &nbsp; כי מן הבאר ההוא ישקו העדרים 📰 ברסלב סענטער געשעפט "דעליווערי בחנם" ארדערס העכער 35 דאלער

    < זעה מער ג שבט תשפ"ב 📝
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ח
  • תשע״ט
  • תשפ״א
  • תשפ״ב
  • תשפ״ג
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com