בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#13 - דער אייבערשטער מאכט מיט די תפילות דאס בעסטע פאר'ן מענטש
תפילה והתבודדות, אמונה, סבלנות, קשיות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, יעדע תפילה ווערט אנגענומען ביים אייבערשטן, נאר אסאך מאל זעט מען נישט גלייך די ישועה, מען דארף האבן אסאך סבלנות ווען מען בעט דעם אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש רבה ואתחנן ב, יז): "יֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לְאַרְבָּעִים יוֹם", עס איז דא אמאל א תפילה וואס ווערט אנגענומען נאך פערציג טעג, אזוי ווי מיר זעען ביי משה רבינו (דברים ט, יח): "וָאֶתְנַפַּל לִפְנֵי ה' כָּרִאשֹׁנָה אַרְבָּעִים יוֹם וגו'", ער האט געדאווענט פערציג טעג צום אייבערשטן. "וְיֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לְעֶשְׂרִים יוֹם", עס איז דא אמאל א תפילה וואס ווערט אנגענומען נאך צוואנציג טעג, אזוי ווי מיר זעען ביי דניאל (דניאל י, ג): "לֶחֶם חֲמֻדוֹת לֹא אָכַלְתִּי וגו' עַד מְלֹאת שְׁלשֶׁת שָׁבֻעִים יָמִים", ער האט געפאסט דריי וואכן, נאכדעם האט ער געבעטן (שם ט, יט): "ה' שְׁמָעָה ה' סְלָחָה וגו'". "וְיֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לִשְׁלשָׁה יָמִים", עס איז דא אמאל א תפילה וואס ווערט אנגענומען נאך דריי טעג, אזוי ווי מיר זעען ביי יונה הנביא (יונה ב, א): "וַיְהִי יוֹנָה בִּמְעֵי הַדָּג וגו'", און נאכדעם שטייט (יונה ב, ב): "וַיִּתְפַּלֵּל יוֹנָה אֶל ה' אֱלֹקָיו מִמְּעֵי הַדָּגָה". "וְיֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לְיוֹם אֶחָד", עס איז דא אמאל א תפילה וואס ווערט אנגענומען נאך איין טאג, אזוי ווי מיר זעען ביי אליהו הנביא, עיין שם.


דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט חס ושלום נישט האבן קיין ספיקות אין תפילה - און זיכער נישט אפלאזן תפילה, ווייל יעדע תפילה ווערט אנגענומען ביים אייבערשטן, דער אייבערשטער מאכט מיט די תפילות דאס בעסטע פאר'ן מענטש. אמאל איז דא א גזירה אויפ'ן מענטש, נעמט מען די תפילות וואס דער מענטש בעט אויף א געוויסע זאך און מען איז מבטל מיט די תפילות - די גזירה. צום ביישפיל, א מענטש בעט אויף פרנסה און מען לייגט דאס פאר זיין געזונט אדער די געזונט פון זיין משפחה; דער מענטש ווייסט נישט וואס גייט פאר, ער טראכט צו זיך 'איך בעט אויף פרנסה און איך זע נישט ווי עפעס רוקט זיך!' ער ווערט צעבראכן און הערט אויף בעטן; אבער באמת האט מען גענומען די אלע תפילות און אים געראטעוועט דאס לעבן.


איך האף אז דו וועסט זיך שטארקן און ווייטער גיין צום אייבערשטן, אים בעטן אויף יעדע זאך פון דיין לעבן - אפילו דו זעסט נישט גלייך די ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - דער חלום איז אמת, אויבן אין הימל איז נישטא קיין קשיות
שמחה, קשיות, חלומות

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית יואל


אייער מאן האט מיר דערציילט די חלום וואס איר האט זיך גע'חלומ'ט פון אייער ברודער עליו השלום, וואס איז נפטר געווארן ל"ג בעומר אין מירון; ער איז נעבעך צעדרוקט געווארן ה' ירחם.


איר האט אים געזען אין חלום אזוי פרייליך, ער האט אייך געזאגט: "עס איז מיר זייער גוט דא אין הימל, דא איז נישטא קיין שום קשיות".


איר האט אים געפרעגט אין חלום: "פארוואס קומסט נישט אין חלום צו אנדערע פון די משפחה?" האט ער געזאגט: "איך קען נישט קומען ווען מען איז טרויעריג, איך קען נישט ליידן די עצבות, איך קום נאר וואו עס איז פרייליך".


דער חלום איז אמת, אויבן אין הימל איז נישטא קיין קשיות, אויבן אין הימל קען מען נישט ליידן די מענטשן וואס זענען טרויעריג. ביים אייבערשטן שטייט (דברי הימים א' טז, כז): "עֹז וְחֶדְוָה בִּמְקֹמוֹ", ביים אייבערשטן איז נאר דא שמחה.


שטארקט אייך מיט אמונה, זייט פרייליך. די הייליגע חכמים זאגן (שבת לא:): "אין שכינה שורה", דער אייבערשטער רוט נישט, "לא מתוך עצבות ולא מתוך עצלות", ביי זויערע מענטשן און ביי פוילע מענטשן וכו', "אלא מתוך דבר שמחה של מצוה"; און די גמרא זאגט דארט: "וכן לחלום טוב", זאגט רש"י (דבור המתחיל לחלום טוב): "אם בא לישן מתוך שמחה", אז מען גייט שלאפן פרייליך, "מראין לו חלום טוב", ווייזט מען פון הימל גוטע חלומות.


אייער ברודער איז אויבן אין גן עדן, אים איז יעצט זייער גוט. ער איז אוועק אין אזא הייליגע טאג, אין אזא הייליגע פלאץ, צווישן אזויפיל הייליגע מענטשן, און ער קומט צו די נאנטע וואס זענען פרייליך און האבן נישט קיין קשיות אויף די אמונה.


זייט מפרסם דעם חלום פאר די משפחה און באקאנטע, עס זאל פארמערט ווערן אמונה.

#11 - זיך שטארקן מיט אמונה אפילו ווען מ'זעט נישט די גוטע ענדע
חברים, אמונה, חסידות ברסלב, קשיות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג שבועות, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וויסן זאלסטו, אלעס וואס פאסירט מיט'ן מענטש איז פונעם אייבערשטן, קיין שום זאך איז א בייצופאל. אלעס איז דער אייבערשטער; דומם, צומח, חי און מדבר - אלעס איז ער. און אלעס איז נאר פאר אונזער טובה, מיר פארשטייען נישט וואס פאסירט, עס קען אויס קוקן ווי שלעכטס אבער באמת איז גארנישט קיין שלעכטס, אלעס איז נאר גוטס.


די הייליגע חכמים דערציילן (נדה לא.): "שְׁנֵי בְּנֵי אָדָם שֶׁיָּצְאוּ לִסְחוֹרָה", צוויי מענטשן האבן איינגעקויפט סחורה דאס צו פארקויפן אין א צווייטע מדינה, "יָשַׁב לוֹ קוֹץ לְאַחַד מֵהֶן", גייענדיג צום שיף האט זיך איינער פון זיי צעבראכן די פיס און ער האט נישט געקענט גיין צום שיף, די שיף איז אוועק געפארן מיט'ן אנדערן שותף, מיטנעמענדיג אלע סחורה, און דער מענטש מיט'ן צעבראכענעם פוס איז אונטערגעבליבן, "הִתְחִיל מְחָרֵף וּמְגַדֵּף", האט דער מענטש אנגעהויבן רעדן קעגן די אמונה, ער האט געהאט טענות צום אייבערשטן, "לְיָמִים שָׁמַע שֶׁטָבְעָה סְפִינָתוֹ שֶׁל חֲבֵירוֹ בַּיָּם הִתְחִיל מוֹדָה וּמְשַׁבֵּחַ", נאך א שטיק צייט האט ער געהערט אז די שיף איז איינגעזינקען אין וואסער מיט אלע מענטשן מיט די גאנצע סחורה, האט ער אנגעפאנגען דאנקען דעם אייבערשטן (ישעיה יב, א): "אוֹדְךָ ה' כִּי אָנַפְתָּ בִּי", איך דאנק דיר אייבערשטער אז דו האסט געצערנט אויף מיר און מיר צעבראכן מיין פיס, "יָשֹׁב אַפְּךָ וּתְ'נַחֲמֵנִ'י", ווייל אזוי בין איך געראטעוועט געווארן פון ווערן דערטראנקען; אין דעם פסוק איז מרומז דעם הייליגן רבינ'ס נאמען, דער רבי לערנט אויס דעם מענטש אז ער זאל דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער טוט מיט אים, אפילו וואס עס זעט אויס ווי שלעכטס.


רוב מעשיות ענדיגן זיך נישט אזוי, רוב מעשיות ענדיגן זיך אן דעם וואס מען זאל הערן אז דער שיף איז איינגעזינקען, מען בלייבט מיט די צעבראכענע פיס, מען בלייבט מיט'ן פארשפעטיגן די שיף; טאקע דערפאר זענען זייער אסאך מענטשן צעבראכן, זיי פארלירן די אמונה, זיי האבן קשיות, אבער אז מען איז מקורב צום הייליגן רבי'ן, דעמאלט דאנקט מען דעם אייבערשטן אפילו מען ווייסט נישט דעם אויספיר, פארוואס דער אייבערשטער האט געמאכט מען זאל זיך צעברעכן די פיס, מען ווייסט נישט פארוואס מען האט פארשפעטיגט די שיף, פארוואס מען האט פארלוירן די געשעפטן; מען בלייבט געטריי.


עס איז זייער גוט צו האבן שייכות מיט אנשי שלומינו, זיך צאמקומען לכל הפחות איין מאל א וואך; אזוי ווערט מען שטארק מיט אמונה, מען באקומט כוחות צו קענען אנגיין וויייטער אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - א שאד זיך צו טענה'ען, ענדערש אריינברענגן אמונה אין נאך א איד
הפצה, צדיקים, וויכוחים, בריוו, עצתו אמונה, קשיות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אז דו וועסט אריינקוקן אין בריוו פון פריערדיגע צדיקים, וועסטו זען ווי זיי שרייבן; זיי חתמ'נען זיך: "הדורש שלומך באהבה רבה", אדער: "ידידך האוהב אותך מכל הלב", וכדומה; פארוואס איז דאס נישט קינדיש – ווייל עס איז לשון הקודש?! וואס איז אזוי געפערליך אז א ראש ישיבה זאל שרייבן פאר זיין תלמיד "איך האב דיר ליב"? פארוואס איז דאס מער קינדיש ווי הדו"ש באה"ר - ווייל עס איז לשון הקודש געשריבן אין ראשי תיבות איז דאס מער ערוואקסן?


הקץ לדברי רוח? א שאד צו רעדן, א שאד צו ענטפערן; אין די צייט קען מען מזכה זיין נאך בחורים און אינגעלייט מיט תורה, תפלה, תשובה ומעשים טובים.


די וואס מאכן ליצנות פון די בריוו פון עצתו אמונה אינעם גליון, אז עס איז א גליון פאר קליינע קינדער; מען רעדט פון שלום בית, פון קינדערישע זאכן; פרעג זיי אויב זיך קריגן איז יא דערוואקסן... רעדן שיין, אויסלערנען אינגעלייט א' ב' פון לעבן דאס איז קינדיש, זיך קריגן איז וואס? – דערוואקסן.


שטארק זיך אין דיין עבודת הקודש, זיי ממשיך מיט דיינע תלמידים ביתר שאת וביתר עוז בדרך אהבה ורחמנות.


איך האב דיר ליב.


הדוש"ט [הדורש שלומו וטובתו] באה"ר [באהבה רבה] בלו"נ [בלב ונפש]


 

#9 - אויבן אין הימל שטומט אלעס
אמונה, משפחה, קשיות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


האסט געבעטן חיזוק אויף אמונה.


טייערער ..., - מיר ווייסן גארנישט, מיר פארשטייען גארנישט, עס זענען דא מענטשן וואס ליידן ביטערע יסורים, קינדער פון צעריסענע שטובער ה' ישמרינו, נאכדעם זענען דא גאנצע שטובער; וואס זענען די קינדער שולדיג, פארוואס דארפן זיי ליידן?!


דאס איז זאכן וואס מיר ווייסן נישט און מיר ווילן נישט וויסן, דאס איז זיכער אז אויבן אין הימל שטומט עס, אויבן אין הימל שטומט אלעס.


דער הייליגער צדיק רבי מרדכי'לע מנעשכיז זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן: "ווער עס האט קשיות - רופט מען ארויף אויבן, מען שטארבט; דעמאלט פארשטייט מען שוין אלעס", אויך האט דער צדיק געזאגט: "איך פרעג נישט קיין קשיות, דערפאר האב איך אריכות ימים".


גלייב מיר, איך וויין פאר דיר; ווען איך טראכט ווי מען האט דיר געפייניגט און וואס דו גייסט נאכאלץ אריבער - קומט מיר טרערן, דאך בעט איך דיר שטארק זיך, האב נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן; חזר זיך די ווערטער (דברים לב, ד): "אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא"; חזר זיך די ווערטער (איכה א, יח): "צַדִּיק הוּא ה' כִּי פִיהוּ מָרִיתִי", דער אייבערשטער איז גערעכט מיט אלעס וואס ער טוט.


ווי מער דו וועסט חזר'ן די אמונה - וועסטו באקומען אייזערנע נערוון, דו וועסט אלעס קענען אריבערגיין, די אלע צרות וועט נישט מאכן קיין רושם אויף דיר.

#8 - גייט נישט צו די בחירות, דער עיקר איז דער מאן און ווייב זאלן שטימען
תפילות אויף אידיש, אמונה, שלום בית, הפצה, פסח, קשיות, בלבולים, בחירות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, ד' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן; עס איז גאר אנדערש די הכנות צום יום טוב פסח ווען מען ווייסט פון רבי'ן, אלעס גייט צו מיט א שטארקע שמחה, מען פריידט זיך צו רוימען די חמץ.


ווען איר רוימט אויס די חמץ זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף די חמץ וואס איז אין הארצן, די חמץ וואס ליגט אין מח; דער יצר הרע וואס ווערט אנגערופן (ברכות יז.): 'שְׂאוֹר שֶׁבְּעִסָּה', מען זאל נישט האבן קיין שום קשיות און ספיקות אויפ'ן אייבערשטן.


קשיות און ספיקות איז אסור - אפילו במשהו; איין פינטעלע קשיות אויף די אמונה איז שוין זייער ביטער, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ה): "וְתַעֲשֶֹה מֵאוֹתִיּוֹת חָמֵץ מַצָּה, הַיְנוּ שֶׁלֹּא תַּחְמִיץ חָכְמָתְךָ", חמץ און מצה האבן די זעלבע אותיות, ביידע האבן א מ' און א צ', דער גאנצער חילוק איז פון דעם אות חי"ת און דעם אות ה"א וואס מאכט אינגאנצן אויס א קליינע פינטעלע, ווייל אז מען לייגט צו א קליינע פינטעלע צום אות ה"א ווערט דאס א חי"ת; זאגט דער רבי אז מען דארף אכטונג געבן פון שלעכטע מחשבות אפילו במשהו.


טייערע חברים, וויסן זאלט איר אז אן תפילה קען מען גארנישט; מען דארף אסאך בעטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין נזהר פון א משהו חמץ, איך זאל זוכה זיין אריינצוגיין אין יום טוב מיט שמחה"; נאר אזוי קען מען זוכה זיין צו זיין נזהר פון חמץ און זיין פרייליך יום טוב.


מוהרא"ש פלעגט דערציילן זייער אסאך מאל די מעשה פון דעם גרויסן צדיק, רבי דוד ממיקולייב זכרונו לברכה, א תלמיד פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו. ער האט זיך אונטערגענומען צו מאכן וויין פאר זיין רבי דער הייליגער בעל שם טוב, ער האט עס אליינס געמאכט מיט אלע חומרות, מיט אלע ענינים און מיט אלע בחינות וכו' וכו'. אויפ'ן וועג אהיים האט מען אים אפגעשטעלט ביי די גרעניץ און דער וועכטער האט געעפנט די וויין און עס מטמא געווען, ער האט עס געמאכט יין נסך. רבי דוד איז געווארן אויסער זיך, ער איז געווארן זייער צעבראכן פארוואס דאס האט פאסירט, ער האט געפרעגט זיין רבי דעם הייליגן בעל שם טוב זי"ע פארוואס דאס האט פאסירט, האט אים דער הייליגער בעל שם טוב געפרעגט: "האסטו געבעטן דעם אייבערשטער אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן לטובה?" האט ער געענטפערט פאר'ן הייליגן בעל שם טוב אז ער האט טאקע אינגאנצן פארגעסן צו בעטן דעם אייבערשטער.


מוהרא"ש פלעגט דאס שטענדיג חזר'ן מיט אונז, מיר זאלן וויסן און געדענקען צו בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך; נאר אזוי האט מען הצלחה.


טייערע ליבע ברידער, גייט מזכה זיין אנדערע זיי זאלן אויך האבן וואס מיר האבן; זייט עוסק אין די הייליגע עבודה פון מפיץ זיין. מיר דארפן געבן אונזער חיים טובים פאר אנדערע, מיר קענען דאס נישט האלטן בלויז פאר אונז; מיר דארפן עוסק זיין אין הפצה, פארשפרייטן די ספרים און קונטרסים ווי מער. פארשטייט זיך עס זאל נישט גיין אויפ'ן חשבון פון די ווייב; מען דארף יעצט העלפן אין שטוב אריינברענגען דעם יום טוב, אבער אין די זייטיגע צייטן דארף מען גיין מזכה זיין אידישע קינדער זיי זאלן אויך האבן דעם רבינ'ס התחזקות.


יעצט גייט זיין נאכאמאל בחירות, דארף מען גיין פארשפרייטן פאר אלעמען פאר וועמען מיר שטימען; מיר שטימען פאר'ן אייבערשטן, מיר דארפן פארשפרייטן פאר אלעמען אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט און אלעס אנדערש איז ליגנט. נישט דער פארטיי וועט אונז העלפן און נישט יענע פארטיי וועט זיין גוט, אלעס איז נארישקייטן; די אלע פארטייען מיינען כבוד און געלט, מיר האבן נישט קיין חלק אין די זאכן, מיר האבן די הייליגע תורה. אנדערע זאגן אויך: 'מיר פאלגן דעת תורה', אבער עס איז תורא מיט אן אל"ף, "וְאָתָא תּוֹרָא וְשָׁתָא לְמַיָּא"; עס איז געקומען די אקס און אויסגעטרינקען די וואסער, די הייליגע תורה, אזוי ווי עס שטייט (בבא קמא יז.): "אֵין מַיִם אֶלָּא תּוֹרָה", די תּוֹרָא טרינקט אויס די אמת'ע תורה.


אין שטוב זאלט איר זיך אויסקומען, מאן און ווייב זאלן שטימען. אין אידיש זאגט מען, ווען מען קומט זיך נישט אויס: "מיר שטימען נישט"; ווען מאן און ווייב קריגן זיך זאגט מען אויף זיי: "זיי שטימען נישט?" די זעלבע ווארט וואס מען נוצט ווען מען זאגט: "מיר גייען נישט צו די בחירות"; בעט איך אייך, מיר שטימען טאקע נישט ביי די בחירות, אבער אין שטוב שטימען מיר יא; תלמידי היכל הקודש געבן זייער אכטונג צו שטימען אין שטוב, זיך נישט קריגן.


קויפט א שיינע זאך פאר די ווייב לכבוד יום טוב; געב איר געלט מיט א גוט אויג, מיט די גאנצע הארץ. זאג איר 'דאס איז פאר דיר לכבוד יום טוב', זי זאל זיך קויפן וואס איר הארץ באגערט. עס זאל דיר נישט אנגיין וואס זי קויפט, א פרוי וויל עפעס אנדערש, זי האט אירע זאכן וואס זי דארף; זאלסטו איר פרייליך מאכן.


דא האט איר א תפילה, א געבעט צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו מקבל זיין דעם יום טוב פסח אזוי ווי עס דארף צו זיין:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, עֶס קוּמְט יֶעצְט דֶער יוֹם טוֹב פֶּסַח, אִיךְ פְּרוּבִּיר זִיךְ צוּצוּגְרֵייטְן צוּם הֵיילִיגְן יוֹם טוֹב, אִיךְ וֵוייס אָבֶּער דֶעם אֱמֶת אַז אִיךְ אַלֵיין קֶען גָארְנִישְׁט טוּן, נָאר מִיט דַיין הִילְף וֶועל אִיךְ קֶענֶען זוֹכֶה זַיין צוּ אַ שֵׁיינֶעם יוֹם טוֹב. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל הָאבְּן גֶענוּג גֶעלְט צוּ קֶענֶען אַיינְקוֹיפְן אַלֶע גֶעבְּרוֹיכְן פוּן יוֹם טוֹב, אַז אִיךְ זָאל קֶענֶען צוּשְׁטֶעלְן פַאר מַיין וַוייבּ אוּן קִינְדֶער אַלֶעס וָואס זֵיי דַארְפְן הָאבְּן אוֹיף יוֹם טוֹב. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁפִּירְן אַ זִיסֶע אוּן גֶעשְׁמַאקֶע טַעַם אִין דֶעם הֵיילִיגְן יוֹם טוֹב, אִיךְ זָאל נָאר זַיין פְרֵיילִיךְ בְּמֶשֶׁךְ דֶעם גַאנְצְן פֶּסַח, אֲפִילוּ וֶוען זַאכְן וֶועלְן נִישְׁט גֵיין אַזוֹי וִוי אִיךְ וִויל, אֲפִילוּ וֶוען זַאכְן וֶועלְן זִיךְ נִישְׁט אוֹיסְאַרְבֶּעטְן אַזוֹי וִוי אִיךְ הָאבּ זִיךְ פָארְגֶעשְׁטֶעלְט, זָאל אִיךְ נִישְׁט וֶוערְן גֶערֶעגְט אוּן טְרוֹיעֶרִיג נָאר אִיךְ זָאל זִיךְ וַוייטֶער הַאלְטְן זֵייעֶר פְרֵיילִיךְ. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרַיינְצוּבְּרֶענְגֶען אַ פְרֵיילִיכֶע שְׁטִימוּנְג אִין מַיין שְׁטוּבּ, אִיךְ אַלֵיין זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ אוּן אִיךְ זָאל אוֹיךְ מַאכְן פְרֵיילִיךְ מַיין וַוייבּ אוּן קִינְדֶער. דִי שִׂמְחָה‏ זָאל זִיךְ אִיבֶּערְגִיסְן פוּן מִיר אַזוֹי וַוייט אַז אֲפִילוּ וֶוער עֶס וֶועט נָאר שְׁטֵיין נֶעבְּן מִיר זָאל אוֹיךְ וֶוערְן פְרֵיילִיךְ.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אִיךְ גֶעבּ אִיבֶּער מַיין גַאנְצֶע יוֹם טוֹב פֶּסַח פַאר דִיר, אִיךְ גֶעבּ זִיךְ אִינְגַאנְצְן אִיבֶּער פַאר דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל חַס וְשָׁלוֹם נִישְׁט עֶסְן קַיין בְּרֶעקְל חָמֵץ אוּן עֶס זָאל זִיךְ נִישְׁט גֶעפוּנֶען אִין מַיין הוֹיז קַיין מַשֶׁהוּ חָמֵץ אוּם פֶּסַח. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זִיךְ זֵייעֶר פְרֵייעֶן מִיט דֶעם וָואס אִיךְ בִּין זוֹכֶה אוֹיסְצוּרֵיינִיגְן דֶעם חָמֵץ פוּן מַיין שְׁטוּבּ אוּן אִיךְ בִּין זוֹכֶה צוּ עֶסְן דִי הֵיילִיגֶע מַצָה. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ דִי אַלֶע סְגוּלוֹת פוּן דִי הֵיילִיגֶע מַצָה, אַז דִי מַצָה זָאל אוֹיסְוַואשְׁן מַיין הַארְץ, עֶס זָאל אַרַיינְבְּרֶענְגֶען אִין מַיין הַארְץ אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה, אַז אִיךְ זָאל נָאר גְלֵייבְּן אִין דִיר מִיטְ'ן גַאנְצְן הַארְץ, אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין שׁוּם סְפֵיקוֹת אִין דִי הֵיילִיגֶע אֱמוּנָה, אִיךְ זָאל וִויסְן אוּן גְלֵייבְּן מִיט אַ קְלָארְקֵייט אַז נָאר דוּ פִירְסְט דִי גַאנְצֶע וֶועלְט, אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיף דֶער וֶועלְט אוֹיסֶער דִיר. דִי מַצָה זָאל זַיין צוּ מִיר פַאר אַ רְפוּאָה, עֶס זָאל מִיר אוֹיסְהֵיילְן פוּן אַלֶע סָארְט קְרֶענְק, סֵיי פִיזִישֶׁע קְרֶענְק אוּן סֵיי גֵייסְטִישֶׁע קְרֶענְק, עֶס זָאל מִיר אוֹיסְהֵיילְן בְּגַשְׁמִיוּת אוּן עֶס זָאל מִיר אוֹיסְהֵיילְן בְּרוּחֲנִיוּת.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז דִי שִׂמְחָה פוּן דִי הֵיילִיגֶע מַצָה אוּן פוּן אַלֶע מִצְוֹת פוּנֶעם יוֹם טוֹב זָאל מִיר בַּאגְלֵייטְן אוֹיךְ אוֹיף דִי גַאנְצֶע יָאר, אִיךְ זָאל אַ גַאנְץ יָאר זַיין זֵייעֶר פְרֵיילִיךְ אַז אִיךְ הָאבּ זוֹכֶה גֶעוֶוען צוּ עֶסְן נָאר מַצָה אוּן נִישְׁט חַס וְשָׁלוֹם קַיין שׁוּם בְּרֶעקְל חָמֵץ אוּם פֶּסַח. אוּן אַזוֹי זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטֶענְדִיג‏ נָאר פְרֵייעֶן מִיט יֶעדֶע מִצְוָה וָואס אִיךְ טוּ, מִיט יֶעדֶע גוּטֶע זַאךְ וָואס אִיךְ טוּ, אֲפִילוּ וֶוען אִיךְ קוּק זִיךְ אָן אוּן אִיךְ זֶע אַז אִיךְ בִּין אַזוֹי וַוייט פוּן דִיר, אוּן דֶער יֵצֶר הָרַע וִויל אַרַיינְבְּרֶענְגֶען אִין מִיר אַ צֶעבְּרָאכְנְקֵייט אוּן עַצְבוּת, זָאל אִיךְ זִיךְ נִישְׁט לָאזְן פַארְפִירְן פוּן אִים, נָאר אִיךְ זָאל זִיךְ וַוייטֶער הַאלְטְן זֵייעֶר פְרֵיילִיךְ, אִיךְ זָאל קוּקְן נָאר אוֹיף דִי גוּטֶע חֲלָקִים וָואס אִיךְ הָאבּ, אוּן דוּרְךְ דֶעם זוֹכֶה זַיין צוּ וֶוערְן אֱמֶת'דִיג נָאנְט צוּ דִיר.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער! אִיךְ וִויל אוֹיךְ אַרוֹיסְגֵיין פוּן מִצְרַיִם! אַזוֹי וִוי דִי אִידִישֶׁע קִינְדֶער זֶענֶען גֶעוֶוען פַארְשְׁקְלַאפְט אִין מִצְרַיִם אוּנְטֶער דֶעם שְׁוֶוערְן יָאךְ פוּן פַּרְעֹה אוּן דִי שְׁלֶעכְטֶע מִצְרִיִים, דִי זֶעלְבֶּע בִּין אִיךְ אוֹיךְ פַארְשְׁקְלַאפְט אוּנְטֶער מַיין שְׁוֶוערֶע יֵצֶר הָרַע אוּן אוּנְטֶער מַיינֶע שְׁלֶעכְטֶע מִדוֹת אוּן שְׁלֶעכְטֶע תַּאֲווֹת, אוּן אִיךְ זֶע נִישְׁט דֶעם וֶועג אַרוֹיס פוּן מַיין אֵייגֶענֶע שְׁוֶוערֶע גָלוּת. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, מַיינֶע אוֹיגְן זֶענֶען נִישְׁט גוּט, זֵיי וִוילְן נָאר קוּקְן אוֹיף זַאכְן וָואס מֶען טָאר נִישְׁט, אוּן זֵיי וִוילְן נִישְׁט קוּקְן צוּ דִיר. מַיינֶע אוֹיעֶרְן וִוילְן נָאר הֶערְן אַלֶע נַארִישְׁקֵייטְן אוּן זֵיי וִוילְן זִיךְ נִישְׁט צוּהֶערְן צוּ דִי קוֹל פוּן דִי צַדִיקִים וֶועלְכֶע וִוילְן מִיר מְקַרֵב זַיין צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. מַיין נָאז טוֹיג אוֹיךְ נִישְׁט, אִיךְ הָאבּ אַזַא שְׁטַארְקֶע "חֲרוֹן אַף", יֶעדֶע קְלֵיינִיקֵייט וָואס גֵייט נִישְׁט אַזוֹי וִוי אִיךְ וִויל, נֶעמְט מִיךְ מַמָשׁ אַרוֹיס פוּן דִי כֵּלִים אוּן אִיךְ וֶוער אַזוֹי שְׁנֶעל אוֹיפְגֶערֶעגְט. מַיין מוֹיל אִיז מַמָשׁ וִוי פַארְשְׁלָאסְן וֶוען עֶס קוּמְט צוּ רֶעדְן צוּ דִיר אוּן וֶוען עֶס קוּמְט צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אַנְשְׁטָאט אִיךְ זָאל אוֹיסְנוּצְן מַיין מוֹיל וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אַנְשְׁטָאט אִיךְ זָאל אוֹיסְנוּצְן דִי גֶעוַואלְדִיגֶע גְרוֹיסֶע כּוֹחוֹת וָואס אִיךְ הָאבּ אִין מַיין מוֹיל, וֶוען אִיךְ זָאל זִיךְ אוֹיסְרֶעדְן מַיין גַאנְצֶע הַארְץ פַאר דִיר יֶעדְן טָאג, וֶוען אִיךְ זָאל זִיךְ אוֹיסְבֶּעטְן בַּיי דִיר אַלֶעס וָואס אִיךְ דַארְף, וָואלְט אִיךְ שׁוֹין לַאנְג גֶעהָאלְפְן גֶעוָוארְן אוּן אַרוֹיסְגֶעקְרָאכְן פוּן אַלֶע מַיינֶע פְּרָאבְּלֶעמֶען; וֶוען אִיךְ זָאל וֶוען נוּצְן מַיין מוֹיל צוּ זָאגְן דִי וֶוערְטֶער פוּן דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, וָואלְט דִי תּוֹרָה מִיךְ שׁוֹין לַאנְג גֶעמַאכְט פְרֵיילִיךְ אוּן מִיךְ בַּארוּאִיגְט פוּן אַלֶע מַיינֶע שְׁלֶעכְטֶע מִדוֹת אוּן שְׁלֶעכְטֶע תַּאֲווֹת; אַנְשְׁטָאט דֶעם נוּץ אִיךְ מַיין מוֹיל נָאר צוּ רֶעדְן נַארִישְׁקֵייטְן אוּן זַאכְן וָואס דוּ לָאזְט נִישְׁט רֶעדְן, אוּן דָאס בְּרֶענְגְט אוֹיף מִיר נָאךְ פִיל מֶער צָרוֹת אוּן פְּרָאבְּלֶעמֶען. מַיין מֹחַ אִיז אִינְגַאנְצְן פַארְדְרֵייט, אִיךְ טְרַאכְט נָאר פוּן אַלֶע נַארִישְׁקֵייטְן אוּן עֲבֵירוֹת, מַיין מֹחַ אִיז פוּל מִיט אַלֶע סָארְט פְּחָדִים, אִיךְ טְרַאכְט נָאר וָואס אַ צְוֵוייטֶער וֶועט זָאגְן אוֹיף מִיר, אוּן מַיין מֹחַ אִיז פַארְדְרֵייט מִיט אַלֶע סָארְט גֵייסְטִישֶׁע קְרֶענְק אוּן שְׁוֶוערִיקֵייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, שִׁיק מִיר שׁוֹין משֶׁה רַבֵּינוּ, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין טְרֶעפְן דֶעם אֱמֶת'ן צַדִיק אַזוֹי וִוי משֶׁה רַבֵּינוּ וָואס הָאט דֶעם כֹּחַ מִיר אַרוֹיסְצוּנֶעמֶען פוּן מַיין שְׁוֶוערֶע גָלוּת מִצְרַיִם, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זִיךְ צוּהֶערְן צוּם קוֹל פוּן דֶעם צַדִיק, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל פָאלְגְן דִי אַלֶע עֵצוֹת פוּנֶעם צַדִיק, אוּן דוּרְךְ דֶעם וֶועל אִיךְ אַרוֹיסְגֵיין פוּן מַיין אֵייגֶענֶע גָלוּת, אִיךְ וֶועל אֱמֶת'דִיג שְׁפִּירְן דֶעם "כְּאִילוּ הוּא יָצָא מִמִּצְרַיִם", אִיךְ וֶועל קֶענֶען אַרוֹיסְגֵיין פוּן מַיין מִצְרַיִם, אוּן דַאן וֶועל אִיךְ קֶענֶען זִינְגֶען שִׁירָה פַאר דִיר, אוּן דִיר דַאנְקֶען פַאר דִי גְרוֹיסֶע נִסִים וָואס דוּ הָאסְט גֶעטוּן מִיט מִיר".


 דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#7 - הייליגער באשעפער, איך האב נישט קיין קשיות אויף דיר
תפילות אויף אידיש, שמחה, אמונה, רפואה, נסיונות, קשיות, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי - החודש, מברכים ניסן, כ"ח אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


היינט איז דיין געבורטס טאג; עס ווערט געברענגט ("ספר היום יום" יום י"א בניסן): "בְּיוֹם הַהֻלֶּדֶת, עַל הָאָדָם לְהִתְבּוֹדֵד וּלְהַעֲלוֹת זִכְרוֹנוֹתָיו וּלְהִתְבּוֹנֵן בָּהֶם, וְהַצְּרִיכִים תִּיקוּן וּתְשׁוּבָה - יָשׁוּב וִיְתַקְנֵם", אינעם געבורטסטאג דארף מען אריינטראכטן וואס מען דארף אלץ פאררעכטן און מען זאל תשובה טון און אלעס פאררעכטן.


דער עיקר אויף וואס מיר אלע דארפן תשובה טון איז אויף די עבירה פון טראכטן שלעכטס אויפ'ן אייבערשטן. ווען מען גייט אריבער שווערע טעג אין לעבן און מען פארלירט די אמונה, מען פרעגט קשיות: 'פארוואס?' 'פארוואס לייד איך?' 'פארוואס האב איך נישט מיין שידוך?' 'פארוואס האב איך נישט קיין געלט?' און אזוי ווייטער, אויף דעם דארף מען תשובה טון.


דאס איז די מדרגה פון צדיקים; דער אייבערשטער פרובירט זיי אויס מיט ביטערע שווערע נסיונות - דאך האבן זיי נישט קיין קשיות און קיין תרעומות אויפ'ן אייבערשטן, זיי ווייסן אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט מיט זיי - איז נאר גוט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, ג): "עֲשָׂרָה נִסְיוֹנוֹת נִתְנַסָּה אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם וְעָמַד בְּכֻלָּם, לְהוֹדִיעַ כַּמָּה חִבָּתוֹ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם", אברהם אבינו האט מען אויספרובירט מיט צען נסיונות און ער האט זיך דערהאלטן, ער איז נישט אוועק געגאנגען פון די אמונה און ער האט ווייטער מגלה געווען די אמונה פאר די גאנצע וועלט. "לְהוֹדִיעַ כַּמָּה חִבָּתוֹ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם", דאס ווייזט אונז ווי ווייט אברהם אבינו איז געווען דבוק צום אייבערשטן; ער איז נישט אוועק געגאנגען פון די אמונה אפילו ער איז דורך שווערע ביטערע נסיונות.


איך בעט דיר זייער, היינט אין דיין געבורטסטאג זאלסטו תשובה טון; זאג דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך האב נישט קיין קשיות אויף דיר, איך גלייב באמונה שלמה אז אלעס וואס איך גיי אריבער איז נאר פאר מיין טובה, אלעס איז צו פאררעכטן מיינע מעשים - פון יעצט און פון די פריערדיגע גלגולים. איך גלייב אז דו געבסט מיר נאר גוטס, דאס וואס איך מוטשע זיך, עס טוט מיר וויי מיין גאנצע גוף, און דאס וואס איך ווארט נאך אויף מיין שידוך [און אזוי ווייטער זאלסטו אויסרעכענען אלעס וואס גייט אריבער] - דאס איז נאר פאר מיין גוטס, מיר צו אויסלייטערן, איך זאל זיין נענטער צו דיר".


נעם די עצה פון רבי'ן. דער רבי האט אונז געגעבן א וואונדער מעדעצין, די מעדעצין קענסטו שוין יעצט האבן; דארפסט נישט ווארטן ביזן זומער אויף די נייע מעדעצין וואס דער דאקטער זאגט דיר יענץ וועט דיר היילן; קענסט שוין יעצט אייננעמען די מעדעצין, זאג דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער הייל מיר אויס", זינג דיר דעם ניגון: "ורפא, ירפא, ורפא ירפא ירפא; דו האסט דער כח צו היילן, טו דיין רפואה צואיילן - הייל מיר אויס", וויין צום אייבערשטן: "הייל מיר אויס, הייל הייל - מיר אויס", בעט אים ער זאל דיר שיקן א רפואה, דו זאלסט זיין געזונט; בעט אים דו זאלסט שוין טרעפן דיין שידוך, דיין פּאָר, זאלסט זיין גליקליך און צופרידן; די טרערן וואשן אפ אלע פלעקן, די טרערן וואשן אפ אלע צרות.


אבער דאס וויינען דארף קומען פון א ריינע פלאץ אין הארץ, נישט פון די אנגעווייטאגטע פלאץ, נישט פון עצבות און מרה שחורה, נישט פון דעפרעסיע, נאר מתוך שמחה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קעה) ווען מען וויינט דארף דאס זיין פון א פרייליכע פלאץ פון הארץ, די ראשי תיבות פון בכיה איז (תהלים פט, יז): "בְּ'שִׁמְךָ יְ'גִילוּן כָּ'ל הַ'יּוֹם וּבְצִדְקָתְךָ יָרוּמוּ", איך וויין פון שמחה, איך פריי זיך אז איך האב א באשעפער; איך בין נישט אליינס, דער אייבערשטער איז מיט מיר, ער היט מיר, ער טוט וואס איז באמת גוט פאר מיר.


שבת וועל איך זיין אין בארא פארק ביי מיין טאטע שליט"א.


זאלסט האבן א פרייליכן שבת.

#6 - מ'זאגט אזויפיל תהלים, פארוואס זעט מען נאכנישט די ישועה?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, התחזקות, תהלים, קשיות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן איז געווען ביי מיר, ער האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן ענטפערס אויף די זאכן וואס שטערן אייך.


איר פלעגט זאגן זייער אסאך תהילים, אבער יעצט איז אייך שווער צו זאגן תהילים ווייל איר זעט ווען איר בעט אזויפיל פאר חולי ישראל, איר זענט אזויפיל מתפלל און איר זאגט תהילים - און למעשה איז דער חולה נישט געהיילט געווארן; איר פארשטייט נישט וואס גייט פאר, וואו גייען די אלע תפילות? איר דריידט זיך ארום מיט קשיות.


וויסן זאלט איר אז עס מוז זיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן; דאס איז די שיינקייט, אז מיר פארשטייען נישט וואס טוט זיך אויף די וועלט. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן נב): "כָּךְ רָאוּי לִהְיוֹת דַּיְקָא, שֶׁיִּהְיוּ קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ יִתְבָּרַךְ", אזוי דארף זיין, אזוי קומט עס זאל זיין און עס איז שיין עס זאל זיין - קשיות אויפ'ן אייבערשטן. דער רבי זאגט ווייטער: "אִם הָיָה הַנְהָגָתוֹ כְּפִי חִיּוּב דַּעְתֵּנוּ, אִם כֵּן הָיָה, חַס וְשָׁלוֹם, דַּעְתּוֹ כְּדַעְתֵּנוּ". ווייל אויב וואלט מען ווען פארשטאנען יעדע זאך וואס דער אייבערשטער טוט, וואלט דאך חס ושלום געווען אונזער שכל אזוי ווי דעם אייבערשטנ'ס פארשטאנד. אבער - האט דער רבי אויסגעפירט - וואויל איז דעם מענטש וואס האט נישט קיין שום קשיות אויפ'ן אייבערשטן, ער גלייבט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז נאר פאר זיין טובה.


איך בעט אייך זייער איר זאלט ווייטער זאגן תהילים, איר זאלט ווייטער דינען דעם אייבערשטן מיט תמימות; זוכט נישט, ווילט נישט און ערווארטס נישט צו פארשטיין וואס דער אייבעשטער מאכט און טוט. עס איז נישט מעגליך אז מיר קליינע מענטשן זאלן פארשטיין דעם אייבערשטנ'ס וועגן, מיר דארפן גלייבן באמונה שלימה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט מיט א פונקטליכקייט, אלעס וואס פאסירט איז נאר צום גוטן, אלעס איז ער און ער איז אלעס.


דאס איז געווען די גרויסקייט פון די אבות הקדושים. דער אייבערשטער האט זיי אויסגעפרואווט מיט ביטערע שווערע נסיונות און זיי האבן נישט געהאט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, זיי האבן ווייטער געדינט דעם אייבערשטן מיט תמימות ופשיטות. דערפאר האבן זיי זוכה געווען אז ביים דאווענען רופט מען דעם אייבערשטן: "אלקי אברהם, אלקי יצחק ואלקי יעקב", ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין קשיות אויף די אמונה.


מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן זוכה זיין צו האבן א שטארקע אמונה, א ריינע אמונה - אזוי ווי די אבות הקדושים, מיר זאלן נישט האבן קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן. דער הייליגער צדיק רבי אלימלך זכותו יגן עלינו פון ליזענסק האט געמאכט א תפילה וואס מען זאל בעטן פאר מען הייבט אן דאווענען, אין די תפילה בעט מען: "'וְתַשְׁפִּיעַ רוּחַ קָדְשְׁךָ עָלֵינוּ, שֶׁנִּהְיֶה דְבֵקִים בָּךְ', העלף מיר באשעפער, איך זאל זוכה זיין צו זיין איינס מיט דיר, 'וְשֶׁנִּשְׁתּוֹקֵק תָּמִיד אֵלֶיךָ יוֹתֵר וְיוֹתֵר', און איך זאל שטענדיג מער און מער גליסטן צו דיר, 'וּמִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה תַּעֲלֵנוּ, שֶׁנִּזְכֶּה לָבוֹא לְמַעֲלַת אֲבוֹתֵינוּ הַקְּדוֹשִׁים, אַבְרָהָם, יִצְחָק וְיַעֲקֹב', און איך זאל זוכה זיין צו קומען צו די מדריגה פון די אבות הקדושים, אברהם אבינו, יצחק אבינו און יעקב אבינו, איך זאל האבן אזא שטארקע אמונה ווי זיי, 'וְתִקְבַּע אֱמוּנָתְךָ בְּלִבֵּנוּ תָמִיד בְּלִי הֶפְסֵק', איך זאל שטענדיג האבן א פעסטע אמונה, 'וּתְהֵא אֱמוּנָתְךָ קְשׁוּרָה בְּלִבֵּנוּ כְּיָתֵד שֶׁלֹּא תִמּוֹט', די אמונה זאל זיין אזוי שטארק אין מיר אזוי ווי א נאגל וואס איז גוט אריינגעהאקט אין דער ערד, אזוי שטארק זאל זיין מיין אמונה אין דיר אייבערשטער, איך זאל קיינמאל נישט פארגעסן פון דיר".


לייגט אריין די ווערטער אין הארץ וועט איר שפירן די זיסקייט פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - פארוואס איז יעקב אבינו ברוגז געווען אויף רחל אז זי האט געבעטן קינדער?
קינדער, תפילה והתבודדות, צדיקים, אמונת חכמים, קשיות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די טייערע קינדער שיחיו פון שטעטל, וואס לערנען ביי ר' ... שליט"א.


איך פריי זיך זייער צו הערן פונעם מגיד שיעור אז איר לערנט פלייסיג.


איך וויל אייך פרעגן א פראגע פון די פרשת השבוע, עס שטייט אין פסוק (בראשית ל, א): "וַתֹּאמֶר אֶל יַעֲקֹב הָבָה לִּי בָנִים", רחל האט געבעטן יעקב אבינו 'געב מיר קינדער', "וְאִם אַיִן - מֵתָה אָנֹכִי", ווייל אויב איך האב נישט קיין קינדער בין איך אזוי ווי א טויטער מענטש. רש"י זאגט, זי האט געבעטן יעקב אבינו ער זאל דאווענען זי זאל האבן קינדער, אזוי ווי יצחק אבינו האט געבעטן דעם אייבערשטן פאר רבקה זי זאל האבן קינדער. שטייט ווייטער (שם שם, ב): "וַיִּחַר אַף יַעֲקֹב בְּרָחֵל", יעקב אבינו האט זיך זייער אויפגערעגט אויף רחל.


עס איז מיר זייער שווער צו פארשטיין פארוואס האט יעקב אבינו זיך אויפגערעגט אויף רחל, זי האט דאך געטון וואס א איד דארף טון! ווען מען דארף א ישועה דארף מען גיין צו א צדיק אים בעטן ער זאל מתפלל זיין, די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא קטז.): "כָּל שֶׁיֵּשׁ לוֹ חוֹלֶה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ", ווען מען האט א צרה אין שטוב, איינער איז קראנק, "יֵלֵךְ אֵצֶל חָכָם וִיבַקֵּשׁ עָלָיו רַחֲמִים", זאל מען גיין צו אן ערליכן איד ער זאל דאווענען צום אייבערשטן פאר אים; דאס האט רחל געטון, זי האט נישט געהאט קיין קינדער האט זי געבעטן יעקב אבינו דער צדיק פונעם דור: 'בעט פאר מיר קינדער'; פארוואס האט יעקב אבינו איר אוועק געמאכט?


איך האב אן ענטפער, וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן; איך וויל הערן פון אייך אויב איר קענט טראכטן אן ענטפער.


לערנט ווייטער מיט התמדה, פירט זיך ווייטער מיט יראת שמים, וועט איר מיר מאכן א נחת רוח.

#4 - פארוואס קאסט דער שבת אסאך געלט?
הכרת הטוב, שבת קודש, סיום הש"ס, קשיות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


די אלע וואס טענה'ן אז דער שבת קאסט אסאך געלט, "היתכן דער ראש ישיבה רעדט אזויפיל מען זאל שפארן געלט, וואס גייט דא פאר וכו' וכו'?" איר דארפט אליינס פארשטיין אז דאס איז נישט וואס באדערט זיי באמת, עס באדערט עפעס אנדערש וכו', זיי קענען נישט זאגן אפן וואס באדערט זיי, אז זיי וועלן זאגן זייערע טענות וועט מען זיי נישט אויסהערן, עס איז דא אסאך צו רעדן דערוועגן וכו'.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט קיינמאל נישט פארגעסן די טובות וואס איר האט באקומען פון דעם הייליגן פלאץ און וואס איר באקומט נאך אלץ. אז איר האט באמת נישט קיין געלט צו קומען וועט קיינער נישט זיין ברוגז אז איר קומט נישט, איין זאך בעט איך אייך, נעמט נישט קיין טייל מיט די וכו'.


איר האט זוכה געווען צו טייערע זון און טייערע איידעמער פון דעם הייליגן ישיבה, אז איר וועט ווייטער שעצן דעם פלאץ און געדענקען וואס איר באקומט דא, וועט איר זוכה זיין צו חתונה מאכן אלע קינדער און האבן נחת פון זיי.

#3 - אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז מיט א פונקטליכער חשבון
אמונה, קשיות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ב' דראש חודש חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב געהערט די ביטערע בשורה, ברוך דיין האמת; דער אייבערשטער זאל טרייסטן אייך און די גאנצע משפחה, מען זאל נישט וויסן מער פון קיין צער.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן אין אמונה; גלייבן אינעם אייבערשטן און נישט פרעגן קיין קשיות אויף די אמונה. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן נב): אויפ'ן אייבערשטן איז דא קשיות און דאס איז זיין גרויסקייט; ווייל אויב וואלטן מיר אלעס פארשטאנען, וואלט געווען חס ושלום זיין שכל אזוי ווי אונזער שכל, דערפאר קען מען נישט פארשטיין דרכי המקום; אבער מיר דארפן גלייבן באמונה שלימה אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט און אלעס איז בהשגחה. מען דארף שטענדיג חזר'ן דעם פסוק (דברים לב, ד): "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ, כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז מיט א פונקטליכער חשבון.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין אלע אויסגעלייזט ווערן, און יעדער איינער פון זיין פריוואטן גלות - מיט'ן שיקן משיח צדקינו במהרה בימינו.

#2 - דער אייבערשטער פירט די וועלט
שידוכים, אמונה, קשיות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב זיך נאכגעפרעגט אויף וכו', עס איז זייער א גוטע זאך; לדעתי זאלסטו גיין צום שידוך, דער אייבערשטער זאל דיר באגלייטן אויף טריט און שריט.


אחי היקר, שטארק זיך און שטארק אנדערע מיט די עצות פון רבי'ן. דער הייליגער רבי זאגט (עיין שיחות הר"ן, סימן ג; אשר בנחל ח' תקע"ח): "גאט איז גרויס, גרויס, גרויס, מען ווייסט גארנישט"; מיר ווייסן נישט דעם אייבערשטנ'ס דרכים, א מענטש קען צומאל טראכטן: 'פארוואס דארף אזוי זיין?!' 'פארוואס דארף איך דאס דורכגיין?' 'פארוואס דארפן מיינע קינדער דאס מיט מאכן?' איין תירוץ איז דא: "דער אייבערשטער פירט די וועלט".


איך ווארט צו הערן בקרוב א מזל טוב.


א פרייליכן שבת.


 

#1 - נישט האבן קשיות אויפ'ן אייבערשטן
חינוך הילדים, אמונה, נעגל וואסער, קשיות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, צום עשרה בטבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן: "יעדע פארוואס - איז נאך א קליפה", אזוי ווי צדיקים האבן געזאגט אויפן פסוק (תהלים עט, י): "'לָמָּה' - יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם", א גוי זאגט "לָמָּה?" ווידעראום א איד זאגט: "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט האט א חשבון".


מיר דארפן טון וואס דער אייבערשטער הייסט אונז טון אן קיין שום קשיות און אן קיין שום חשבונות; דער אייבערשטער האט אונז געהייסן מחנך זיין אונזערע קינדער מיט יראת שמים און ער זאגט אונז צו אז אויב מיר וועלן מחנך זיין די קינדער מיט יראת שמים וועלן מיר האבן נחת. ממילא קען מען נישט פרעגן קשיות 'פארוואס ביי דעם משפחה זענען אלע קינדער ארויס לתרבות רעה רחמנא לצלן, מיט דעם וואס די עלטערן האבן געטון אלעס פאר זייער יראת שמים?' און אזעלכע אינצידענטן טארן נישט שוואך מאכן די אמונה אין די ווערטער פון צדיקים.


איך האב פארציילט ביי די פאריגע פרויען צוזאמקום א מעשה וואס מוהרא"ש האט דערציילט, אז א פרוי איז געקומען צום סטייפלער גאון זכותו יגן עלינו און ביטערליך געוויינט אז אירע קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט, יעצט האט איר זון זיך רחמנא לצלן אפגעשניטן די פיאות און די צער גידול בנים וואס זי גייט אדורך; האט איר דער סטייפלער גאון געפרעגט: "איר גיסט זיך אפ נעגל וואסער אינדערפרי?" די פרוי איז רויט געווארן פאר בושה און מודה געווען אז זי גיסט נישט אפ קיין נעגל וואסער, האט דער סטייפלער גאון איר געזאגט: "דעמאלט וואס ווילט איר פון מיר? אז מען גיסט נישט אפ נעגל וואסער בלייבט די טומאה פון ביינאכט אויף די הענט און וואס מען כאפט אן ווערט טמא, דעריבער איז די גאנצע שטוב פול מיט א רוח טומאה רחמנא לצלן. וואס קען איך טון אז איר אליינס האט זיך גורם געווען די צרות?" מיר האבן דאס דערציילט אלץ א חיזוק פאר די פרויען זיי זאל זיין נזהר אין מחנך זיין די קינדער זיך אנצוגרייטן נעגל וואסער פארן שלאפן גיין, און אינדערפרי זאלן זיי נישט אראפ גיין פון בעט אן אפגיסן נעגל וואסער.


אויף דעם ארויף שרייבט איר אז איר זענט געווארן זייער צעבראכן נאך די דרשה, איר זענט אהיים נאך די דרשה און געוויינט בכיות עצומות אויף אייערע געשוויסטער, הלמאי אייערע עלטערן האבן געטון אלעס אויף דער וועלט צו האבן ערליכע קינדער, זיי האבן יא אפגעגאסן נעגל וואסער וכו' און למעשה זענען עטליכע קינדער ארויסגעגאנגען לתרבות רעה.


איז קודם כל, קוקט אייך אן; ווי אזוי האבן אייערע עלטערן זוכה געווען אויפצושטעלן אזא קינד ווי אייך, וואס איר לעבט מיט אזא שטארקע אמונה און איר גייט אזוי בצניעות וכו' וכו'? צווייטנס, מען טאר נישט פרעגן קיין קשיות אויפן אייבערשטן; מיר דארפן טון וואס מיר האבן צו טון און דער אייבערשטער זאל טון וואס איז גוט אין זיינע אויגן.


דריטנס בעט איך אייך זייער: שטארקט אייך מיט אלע כוחות אויפצוציען אייערע קינדער בקדושה וטהרה. לאזט אייך נישט צעברעכן פונעם יצר הרע וואס וויל אלעס טון אייך צוצונעמען אייער משפחה - היה לא תהיה!


היינט איז דער יארצייט פון הייליגן רבי נתן זכרונו לברכה, וועל איך אייך שרייבן א ווארט פון רבי נתן. דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך ווייס שוין אלע עצות און חיזוקים ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיטן יצר הרע קומט ער צו מיר מיט גאר א נייע וועג וואס איך האב זיך נישט געראכטן"; דאס איז דער וועג פונעם יצר הרע - מאכן חלישות הדעת פאר יעדן איינעם אויף זיין וועג.


גרייטס אן נעגל וואסער פאר אלע קינדער יעדע נאכט בשמחה רבה, און זייטס מדקדק אין אלע הלכות און אין מנהגים, דורכדעם וועט איר זוכה זיין אויפצושטעלן א שיינע שטוב.