Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אפיסעס פון מוסדות אין ברסלב שטעטל אריינגעצויגן אין נייעם רחבותדיגע לאקאל

    ווען די שטעטל האט זיך געגרינדעט, האט דער ראש ישיבה געעפענט א צענטראלע אפיס פאר די לאקאלע מוסדות, די אפיסעס זענען צוערשט געווען איינקאווטירט געווארן אין עטליכע צימערן וואס א חשובע נדבן האט אראפגעגעבן פון זיין ביזנעס בחפץ לב פאר די מוסדות אין צענטער פון שטעטעל. אזוי ווי די מוסדות האבן זיך ב"ה שטארק צואוואקסן, און מען האט צוגענומען נאך איינגעשטעלטע, איז מען זייער שנעל אויסגעוואקסן דאס פלאץ. האט דער ראש ישיבה מחליט געווען אז עס פעלט זיך אויס אריבער צו פירן די אפיסעס אין א גרעסערע לאקאציע מיט מער פלאץ. מען האט באשטימט א חלק פון די נייע בנין פון תלמוד תורה, וואס איז געקויפט געווארן פאר די מוסודות פארגאנגענעם זומער, אז עס זאל אריינעמען די אפיסעס. די לעצטע עטליכע וואכן האט מען שווער געארבעט צו פארענדיגן די אפיסעס מיט אלע צוגעהערן און מעבל. און געלויבט דער אייבישטער אז מען האט שוין ברוך געענדיגט מיט די ארבעט, און מען וועט בעזר השם אריינציען אין די נייע אפיסעס ביז עטליכע טעג, ווי מען וועט בעז"ה קענען אנגיין מיט די הייליגע ארבעט, מיט הרחבת הדעת. בילדעריגדיל תורה ויאדיר.

    < זעה מער יד טבת תשפ"א 📝
  • נייע עירוב טראק אין שטעטל

    שוין איבער א האלבע יאר וואס דער עירוב אין שטעטל איז שוין פולקאם פארטיג, און ווערט גענוצט יעדן איינציגן שבת צו די צופרינדהייט פון אלע תושבים. אויפן פארלאנג פונעם ראש ישיבה גייען די מלמדים הי"ו ארום יעדן ערב שבת קודש בודק זיין דעם עירוב, וואס דאס איז גאר א שווערע ארבעט, וויבאלד דער עירוב נעמט אריין גאר גאר אסאך שטחים וואס מען דארף דורך גיין און אויסטשעקן, צי די עירוב איז נישט פסול געווארן ערגעצוואו אינמיטן די וואך. עס האט זיך שוין געמאכט עטליכע מאל אז מען האט געטראפן די עירוב בענדל צוריסן, און אין די לעצטע מינוט האט מען עס פארראכטן. מען פלעגט זיך אבער אלץ זייער מוטשען אנצוקומען ביים שפיץ פון די זוילן, וואס צו דעם מוז מען האבן אן "עירוב טראק" וואס האט אויף זיך א גרויסן לייטער אין די לעצטע שטיק צייט האט די וועד העירוב זיך אריין געלייגט אין דעם גאר שטארק, מען האט געזוכט די ריכטיגע טראק עס זאל זיין געאייגנט פאר דעם, און נאך אסאך תפלות און אסאך ארום זוכן האט מען ברוך השם געפונען גאר א גוטע טראק, וואס וועט מיט'ן אייבערשטענ'ס הילף ארויסהעלפן בודק זיין דעם עירוב און פאררעכטן וואו עס וועט זיך אויספעלן. &nbsp; ביז דערווייל האט די הנהלה אויסגעלייגט דאס געלט צו קענען קויפן דעם טראק; ווער עס וויל האבן די אייביגע זכות פונעם עירוב טראק - וואס שוין היינט גוט באקאנט די גרויסע זכות פון פאררעכטן אן עירוב - זאל זיך מעלדן צום ראש ישיבה שליט"א, די זכות וועט אים זיכער באגלייטן אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.

    < זעה מער יד כסלו תשפ"א 📝
  • יום כיפור אין קרית ברסלב ליבערטי

    דעם יום כיפור האט דער ראש ישיבה שליט"א געפראוועט אין שטאט ברסלב, ליבערטי, מיט די באטייליגונג פון הונדערטער אנשי שלומינו וואס זענען געקומען צו פארן אויף יום טוב. אנגעהויבן האט זיך עס שוין פון שבת שובה, ווען דער ראש ישיבה שליט"א איז שוין געווען אין שטעטל. במשך דעם געהויבענעם שבת האט דער ראש ישיבה אסאך גערעדט דברי התחזקות והתעוררות זיך צו גרייטן צום גרויסן און הייליגן טאג יום כיפור, דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז ווען מ'שטייט אינעם ערשטן שבת פון יאר, איז דאס אזוי ווי דער קאפ פונעם יאר, אלעס גייט נאכ'ן קאפ, דארף מען אויסנוצן דעם ערשטן שבת ווי עס דארף צו זיין, מאכן א גוטע התחלה, ובפרט אין שלום בית זיך פארצונעמען צו רעדן נאר שיין אינדערהיים, און זיך אויפפירן ווי עס פאסט, און דער עיקר דארף מען זיך שטארקן צו רעדן צום אייבערשטן, זיך אויסרעדן דאס גאנצע הארץ פאר אים אויף די אייגענע שפראך, דאס באגלייט דעם מענטש אין סיי וועלכע מצב. די התעוררות וואס איז געווען אום יום כיפור אין שטעטל מיט'ן ראש ישיבה שליט"א איז ממש נישט צום באשרייבן, דער ראש ישיבה האט גערעדט פאר כל נדרי, ער האט מעורר געווען אויף תשובה און תיקון המעשים, און אויף צניעות ביי די פרויען, און אז מ'זאל זיך שטארקן צו לערנען יעדן טאג תורה. אינדערפרי פאר'ן דאווענען האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט א בלאט גמרא, און האט ארויסגעברענגט וואס רבי נתן האט געזאגט, "ס'קומט אלול, מ'ברענט און מ'ברענט, אבער מ'טוט גארנישט", דער עיקר דארף מען זיך נעמען אין די האנט אריין און טון למעשה, עפענען יעדן טאג די הייליגע גמרא, און דאס וועט אונז צוריק ברענגען צום אייבערשטן. די תפלות במשך יום כיפור זענען אריבער מיט א שטארקע התעוררות און דערהויבנקייט, מ'האט זיכער אויסגע'פועל'ט א גוט געבענטשט יאר. מוצאי יום כיפור האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ, אז דער אייבערשטער האט אונז געגעבן אזא הייליגע טאג און אונז מוחל געווען אלע עבירות, און אז מיר זענען זוכה צו זיין מקורב צום הייליגן רבי'ן וואס קלעבט אונז צו צום אייבערשטן און ווייזט אונז דער וועג צו האבן א גוט לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. ויום טוב היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש!

    < זעה מער יב תשרי תשפ"א 📝
  • עירוב אין שטעטל מאכט ב"ה פארשריט

    איינס פון די גאר וויכטיגע פונקציעס וואס א אידישע ישוב דארף האבן איז אן עירוב. דער ראש ישיבה האט זיך אריינגעלייגט אינעם קאסטבארן פראיעקט פון אויפבויען א מהודר'דיגע עירוב. און ברוך השם עס זענען דא טייערע אינגעלייט וואס טראץ זייערע טירדות וואס זיי זענען ב"ה טרוד על המחיה ועל הכלכלה, רייסן זיי אראפ פוון זייער טייערע צייט און געבן זיך אוועק און העלפן צו צו בויען דעם עירוב, יעדער מיט וואס ער קען ער, טייל בויען, טייל העלפן מיט געלט. מען האט שוין ב"ה געמאכט גרויס פארשריט, אבער עס איז נאך דא אסאך ארבעט. דער ראש ישיבה איז ארויס אין א רוף אז ווער עס קען זאל צולייגט א האנט צו ענדיגן דעם עירוב אין שטעטל, ווער עס וויל געבן א נדבה זאל איבער געבן דאס געלט פארן ראש ישיבה. דער ראש ישיבה שרייבט צווישן אנדערע, אז "העלפן בויען אן עירוב איז מסוגל פאר גרויסע ישועות, ובפרט געהאלפן צו ווערן מיט זרע של קיימא; אפאר משפחות וואס האבן געגעבן צדקה פאר'ן עירוב האבן שוין געזען גרויסע ניסים וואס מען וועט קענען דערציילן אם ירצה ה' מיט א מזל טוב". &nbsp; פאלגענד איז די פולע בריוו. בעזרת ה' יתברך יום ד' פרשת אמור, י"ב אייר, שנת תש"פ לפרט קטן לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש קרית ברסלב, ה' עליהם יחיו. איך בעט אייך זייער, ווער עס קען העלפן ענדיגן בויען דעם עירוב זאל צולייגן א האנט; מיר דארפן הילף, סיי בגוף, סיי בממון און סיי מיט חיזוק ווערטער פאר די איבערגעגעבענע אינגעלייט און בחורים וואס געבן אוועק טעג און נעכט אז מיר זאלן האבן א כשר'ע מהודר'דיגע עירוב. העלפן בויען אן עירוב איז מסוגל פאר גרויסע ישועות, ובפרט געהאלפן צו ווערן מיט זרע של קיימא; אפאר משפחות וואס האבן געגעבן צדקה פאר'ן עירוב האבן שוין געזען גרויסע ניסים וואס מען וועט קענען דערציילן אם ירצה ה' מיט א מזל טוב. איך האף און איך בענק צו הערן אז מען לעבט באחדות איינער מיט'ן צווייטן און מען קוקט גוט איינער אויפ'ן צווייטן; אין דעם איז אנגעהאנגען די הצלחה פונעם שטעטל. ווען מען זעט א חסרון ביי א צווייטן איז דאס דער אייגענער חסרון, ווען מען קען נישט ליידן א צווייטן דאס איז דער אייגענער פראבלעם; אויף דעם איז דא איין עצה, ארויסגיין אין פעלד און שרייען: "רבונו של עולם איך וויל ליב האבן יעדן איינעם, פארוואס בין איך אזוי אז איך קען נישט ליידן דעם און יענעם?" די עצה פון התבודדות איז א וואונדערליכע עצה, ווער עס נוצט די עצה ווערט אויסגעוואשן און אויסגערייניגט, מען באקומט נייע בלוט, ריינע בלוט און א ריינע הארץ. ווען מען בעט זיך ביים אייבערשטן: "רבונו של עולם, טאטעניו, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל ליב האבן יעדן איינעם, איך וויל שפירן א צווייטנס צער און ווייטאג", דורכדעם איז מען זוכה אז מען באקומט א ריינע הארץ, א ריינע בלוט. שטארקט אייך, טאנצט יעדן טאג נאך אלע דריי תפילות; מאכטס א רינג אלע אינאיינעם, דורכדעם וועלן מיר זוכה זיין מיר וועלן ברענגען משיח צדקינו. אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (זוהר חדש נח, דף כג) אז משיח צדקינו וועט קומען אפילו עס וועט זיין נאר איין שול וואו מען וועט זיין בשלום; מיר ווארטן צו זען וואו וועט זיין די איין שול וואס אלע האבן זיך ליב און אלע ווילן נאר יענעם זאל גיין גוט. איך ענדיג מיט די ווערטער וואס מוהרא"ש ברענגט טויזנטער מאל אין ספר אשר בנחל פון הייליגן רבי'ן. דער רבי איז געשטאנען ביים טיר פון זיין שטוב, ער האט געלייגט זיין האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם", ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן, סימן קפז)". דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים. &nbsp; &nbsp; שמחים לשמרו ולערב עירובו

    < זעה מער יג אייר תשפ 📝
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ג
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com