Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך אויפן געהויבענעם יום טוב חנוכה

    מוהרא"ש זי"ע פלעגט זאגן אז ווען דער הייליגער רבי האט געלעבט פלעגט ער זאגן אז דריי מאל אין יאר דארף מען קומען צו אים, ראש השנה, שבת חנוכה, און שבועות. מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז היינט זאל מען נישט פאר'ן צום ציון נאר ראש השנה, וויבאלד דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט אז דאס דארף מען אנהאלטן אויך נאכ'ן רבינ'ס פטירה, אבער אין די אנדערע ימים טובים ווי חנוכה און שבועות דארף מען זיך געפונען אינדערהיים און זיך אפגעבן מיט די ווייב און קינדער. אבער מיט דעם איז כדאי צו גיין דאווענען אינאיינעם מיט אנשי שלומינו, ווייל די זמנים האבן יעדעס איינס א ספעציעלע באדייט, וואס דער רבי געבט אין אין די טעג. ראש השנה לערנט דער רבי מיט אונז אמונה, מען זאל גלייבן אז דער אויבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר, און נעבן מיר, און דערפאר זאל מען בעטן דעם אויבערשטן וואס מען דארף. שבועות, געבט אונז דער רבי דער "סדר דרך הלימוד", אז יעדער איד באשר הוא שם קען קונה זיין די תורה, מען זאל זאגן די ווערטער פון די תורה וואס וועט אונז ברענגען צו די העכסטע מדרגות, און חנוכה איז "להודות ולהלל לשמך הגדול", אין דעם יום טוב וועלן מיר זיך אנשעפן מיט "דאנקען דעם אויבערשטן", איינערקענען די פילע גוטס וואס דער אויבערשטער טוט מיט אונז, און זיך צוגעוואוינען אים צו דאנקען דערפאר.   אינעם שטעטל קרית ברסלב הערשט א ווארימקייט אין די יעצטיג פראסטיגע טעג, מען גרייט צו אנטפאנגען דעם ראש ישיבה שליט"א אויף שבת חנוכה, זינט די גרינדונג פונעם שיינעם ברסלב'ן שטעטל, קומט דער ראש ישיבה ארויס אויף שבת חנוכה וויילן מיט אנשי שלומינו צוזאמען בשבת אחים גם, און צוזאמען דאנקען דעם אייבערשטן אויף די געוואלדיגע חסדים אז מיר זענען מקורב צו אזא גרויסע רבי וואס גיבט אונז עצות אדורכצוגיין געשמאק יעדן טאג פונעם לעבן.   מוצאי שבת חנוכה וועט פארקומען א שיינע מלוה מלכה להודות ולהלל אויף אלע חסדים וואס דער אייבערשטער שענקט אונז. ווי אויך וועט די מלוה מלכה זיין געווידמעט צו מחזק זיין די בתי מדרשים פון אונזער שטאט, וואס האלטן זיך אויף פון די געלטער וואס אנשי שלומינו געבן א גאנץ יאר פאר די גבאי הבית המדרש. די שולן אין שטאט, ובפרט די וואכן שול אויף האשקי וואס ווערט גענוצט יעדן טאג פון יאר קאסט אפ טויזנטער דאלער יעדע חודש, עס קאסט געז צו הייצן, לעקטער, רייניגן יעדע נאכט, פיצן די שניי, גארבעדזש, טעקס, אינשורענס, און נאך. עס וועט ווערן פארטיילט שיינע מתנות פאר די וואס געבן שיינע סכומים במשך דעם יאר.   אין אנדערע נייעס פונעם שטעטל טוט די הנהלה אויפמערקן אז דער גארבעדזש פירמע "טאמפסאן סאנעטעישן" וואס א גרויסע עולם נוצט, העכערט אירע ראטעס אנגעהויבן פונעם נייעם יאר למספרם, דער אויבערשטער האט געהאלפן אז נאך תפילות האט די הנהלה געטראפן צוויי פירמעס וואס זענען נישט אזוי טייער, איינס איז "סאניטעישאן דזשעף" 845-482-0926 און די צווייטע איז "סאניטעישאן פריים" 845-898-1544. עס איז כדי ארייצורופן צו איינע פון די צוויי און אריבערטוישן איידער די פרייזן הייבן זיך אין די קומענדיגע טעג.   📖 ספרים אויף חנוכה אויף שאפ ברסלב   הנרות הללו קודש הם!

    < זעה מער כג כסלו תשפ"ה 📝
  • שמאלע גארדען האוז בריק אין שטעטל גענצליך ערזעצט

    נאך אן ארבעט פון בערך פינף חדשים, איז מען פרייליך צו מעלדן אז דער שמאלער בריקל ביי גארדען האוז (קאונטי בריק 261) האט מען גענצליך ערזעצט, און אנשטאט דער שמאלער שוואכער בריק וואס האט נישט געקענט פארנעמען מער פון איין ליניע, און האט נישט געקענט האלטן מער פון אכט טאן, האט דער אויבערשטער געהאלפן אז דער קאונטי האט דארט אויפגעבויעט א ברייטע שטארקע בריק וואס וועט קענען טראגן טראקס, באסעס, און קארס אויף ביידע ליניעס. &nbsp; דאס קומט אין א צייט וואס דער קאונטי האט באשלאסן איבערצובויען די אלע אלטע שוואכע בריקן אין געגענט, ווען ציערשט האט מען פאריאר געטוןדי זעלבע זאך מיט'ן אנדערן בריק אינעם שטעטל ביי דענמען רד. (קאונטי בריק 272) וואס האט זיך געצויגן פאר זעקס חדשים. &nbsp; די אנגייענדע ארבעט אויפן ראוד האט פאראורזאכט צייטווייליגע אומבאקוועמליכקייט ווען צוליב דער אפגעשפארטער ראוד האט מען געדארפט פארן א שיינעם אומוועג דורך מעריהאף און קראוס ראודס אנצוקומען צו די אנדערע זייט, אבער מען האט זיך אנגעגארטלט מיט געדולד, און מיט תפילות צום אויבערשטן אייבערשטן איז דער בריק פארטיג געווארן אין צייט, און יעצט קען מען שוין דארט פאר באקוועם און געשמאק. &nbsp; לויטן סקעדזשול האט זיך עס געדארפט עפענען מאנטאג וישלח, למעשה האט זיך עס אפגעשטיפט אויף דינסטאג, עס איז מערקוורידיג דער מעסעדזש וואס דער אינדשעניר האט געשיקט פאר'ן געטרייען חבר הנהלה מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו, ווי ער האט זיך אנטשוליגט אז צוליב די רעגן שנייען האט מען עטוואס געשפעטיגט מיט'ן עפענען, און ער האט צוגעעדיגט דעם מעסעדזש אז דער נייער בריק "וועט זיך האלטן לענגער פון אונז". &nbsp; אבער וואס פארשטייט א גוי? אויב גלייבט מען נאר אין איין וועלט, האלט זיך דער בריק לענגער, אבער מיר ווייסן אז דער וועלט איז נאר א פרוזדור, און אונזער נשמה איז א נצחי. דער רבי האט געזאגט אז דער וועלט איז געגליכן צו א שמאלע בריק, און דער עיקר מען זאל נישט מורא האבן, מוהרא"ש פלעגט זאגן, אז וואס איז די עצה מען זאל נישט מורא האבן, מען זאל לייגן א צוים פון ביידע זייטן, וואס איז דער צוים מען זאל נישט מורא האבן, אמונה און שמחה, אויב נעמט מען מיט מיט זיך די צוויי זאכן דארף מען נישט מורא האבן און מען קען דורכשפאצירן דעם שמאלסטן בריק.

    < זעה מער כב כסלו תשפ"ה 📝
  • אנשי שלומינו שליסן זיך אן אינעם ליבערטי פייער דעפארטמענט

    דער שטעטל קרית ברסלב אין ליבערטי איז ברוך השם מצליח בסייעתא דשמיא, עס קומען כסדר צו פרישע משפחות וואס ווילן זיך אנשליסן מיט דעם שיינעם געמיינדע וואס שטרעבט צו לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן וואס דער ראש ישיבה שליט"א דערמאנט כסדר. עס קומען כסדר פאר מנינים פאר שחרית מנחה און מעריב אין די פילע שולן וואס זענען צושפרייט איבער אלע זייטן פון שטאט, במשך דעם טאג הערט זיך א קול תורה פון די טייערע אינגעלייט וואס תורתם אומנתם וואס אקערן דורך סוגיות הש"ס, און זענען זיך משלים בהוראה הלכה למעשה, פון די פריע פארטאגס שעה'ן ביז אין די אוונט שעה'ן זעט מען קינדער, בחורים און אינגלייט בני תורה און ארבייטער ווי מען זעצט זיך אין בית המדרש צו לערנען שיעורים כסדרן. אין די אידישע שטובער וואס זענען אויסגעשפרייט אין די פילע געגענטער פון שטאט פירט מען זיך בדרך התורה, מען רעדט שיין איינער צום צווייטן, און מען פירט שיינע אידישע שטובער על מי מנוחות, מען רעדט צום אויבערשטן און מען פריידט זיך מיט תורה ומצוות. &nbsp; די הנהלה פון שטעטל געבט זיך אוועק און בסייעתא דשמיא ארבעט מען צו קענען צושטעלן אלע געברויכן וואס א אידישע שטאט דארף האבן ברוחניות ובגשמיות, זאל עס זיין מיט'ן צושטעלן א פלאץ צו קענען איינקויפן קליידער פאר גאר ביליג. אדער ס'זאל זיין א בית התבשיל אלע זאלן האבן וואס צו עסן, א גאר מהודר"דיגע עירוב ארום דעם גאנצן שטאט. דער שאטל, א מצה בעקעריי. אזוי אויך טוט דער ראש ישיבה שליט"א כסדר מעודד זיין מען זאל טון חסד איינע מיטן צווייטן, און פילע אינגעלייט אדער ווייבלעך טוען וואלונטירן פאר די פילע חסד ארגאניזאציעס ווי הצלה, חברים, ביקור חולים, קימפעטארן היים, עירוב, בית התבשיל, און אזוי ווייטער. &nbsp; יעצט הערט מען אז דער ראש ישיבה האט געבעטן אינגעלייט זאלן זיך איינשרייבן אין א פרישע חסד ארגאניזאציע, דער לאקאלער פייער דעפארטמענט, על כל צרה שלא תבא זאלן זיין אינגעלייט פון אנשי שלומינו אינעם פייער דעפארטמענט, ווי אלע ווייסן זייער גוט די חילוק וויאזוי די אלגעמיינע פייער דעפארטמענט זעען אויס, און וויאזוי א אידישע פייער לעשער וואלונטיר רעאגירט צו א קאל. און אנשטאט עס זאלן נעמען לאנגע מינוטן ביז די פייער לעשער קומען אן, און אסאך מאל איז עס שוין צו שפעט, לאזט א אידישע וואלונטיר אלעס אפ ווען ער הערט א רוף, און קומט צו פארן די שנעלסטע וואס מעגליך. &nbsp; די פרישע וואלונטירן אינעם פייער דעפארטמענט, וועט בעז"ה ארויסהעלפן סיי די אידן אין שטעטל, און אזוי אויך וועט עס שטארק בייהילפיג זיין אין אלגעמיין פארן דעפארטמענט און ספעציעל פאר אחינו בני ישראל וואס וואוינען דא א גאנץ יאר און אזוי אויך די וואס קומען ארויף פאר זומער. &nbsp; מו"ה יוסף הכהן פריעדמאן הי"ו וועלכע איז שוין געווען א פייער לעשער וואלונטיר איידער ער האט זיך אהערגעצויגן, איז שוין דארט א לענגערע צייט, אין די לעצטע טעג איז מו"ה לייבי אפפעל הי"ו געווארן אנגענומען בייי זיי, נאכן אדורכגיין פילע טעסטס און טרענירונגען. און אזוי אויך האבן נאך עטליכע אינגעלייט וואס זייער הארץ ברענט זיי צו טון חסד מיט מיט אידישע קינדער אנגעהויבן די שווערע פראצעדור צו ווערן אנגענומען ביי זיי. &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן אז מ'זאל זיי קיינמאל נישט דארף נוצן, ס'זאל אלעמאל זיין גוט פאר אידישע קינדער. &nbsp;

    < זעה מער יז כסלו תשפ"ה 📝
  • קליידער געשעפט אין שטעל פארברייטער צו קענען אקאמאדירן גרויסע וואוקס פון שטעטל בליעה"ר

    אין א גוטע שעה איז אין די לעצטע טעג פארענדיגט געווארן די ארבעט פון פארגרעסערן און פארברייטערן די קליידער געשעפט אינעם ברסלב'ן שטעטל. &nbsp; דער געשעפט&nbsp; גייט שוין אן ברוך השם זינט דער גרינדונג פונעם שיינעם שטעטל, אויפן פארלאנג פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס האט געזען פאר וויכטיג עס זאל ווערן צוגעשטעלט אזא סערוויס, כדי משפחות זאלן קענען איינקויפן קליידונג פאר צוגענגליכענע פרייזן. &nbsp; דער סטאר האט זיך אנגעהויבן אויף א קליינעם פארנעם אין די בעסמענט פון משפחת היילפרין שיחיו, אבער מיט די צייט האט מען געזען אז דאס פלאץ איז צו ענג און קליין, און א גרויסע לאקאציע איז געווארן וויכטיג. די הנהלה איז דעריבער אריינגעשפרינגען און אפגעקויפט דערפאר א גרויסע בנין און דארט אריבערגעצויגן די קליידער סטאר. אין די זעלבע צייט האט מען געעפעפט דארט דעם קאמפיוטער קיאסק, וואס דער ראש ישיבה האט געפאדערט תיכף ביים עפענען דעם שטעטל אז עס זאל ווערן צוגעשטעלט, כדי מען זאל קענען איינצוקויפן אנליין אינדרויסן פון שטוב, און אידישע הייזער זאלן קענען בלייבן ריין פון די פארשידענע כלים. &nbsp; די פילע משפחות וואס ציען זיך כסדר אריבער צום שטעטל האבן אבער צוגעברענגט אז דער נייער פלאץ איז ווידער קליין געווארן, און האט ווייטער געברענגט א נויטע געברויך מען זאל זיך אויסברייטערן. דער ראש ישיבה שליט"א האט דעריבער געבעטן דעם חבר ההנהלה מו"ה מרדכי אהרן היילפרין הי"ו צו זען אז מען זאל פארברייטערן דעם יעצטיג פלאץ כאטש אויף דערווייל, ביז מען וועט טרעפן א גרעסערן לאקאל. &nbsp; תיכף האט מען זיך גענומען צו די ארבעט, דער געטרייער מו"ה אליעזר שמן הי"ו האט זיך צוגעשטעלט מיט הארץ און געפיל, און אויפגעבראכן נאך עטליכע צימערן וואס זענען נישט געווען דערווייל אין באניץ, וואס האט היבש אויסעברייטערט דעם באזאר, צום צופרידנהייט פון אלע איינוואוינער. &nbsp; יעצט ביים שרייבן די שורות איז שוין די ארבעט אינגאנצן פערטיג געווארן און דער געשעפט איז שוין פולקאם גרייט צו סערווירן אלע חשובע משפחות מיט פיל א גרעסערע אויסוואל פון אלע סארטן שיינע קליידער פאר די גאנצע משפחות פון אויבן ביז אונטן, אלעס פאר אפאר דאלער. &nbsp; דא איז די פאסיגע פלאץ אויסצודרוקן הכרות הטוב פאר אלע חשובע פרויען וואלונטירן וואס העלפן ארויס אהערצושטעלן און מסדר זיין דעם באזאר ווי עס דארף צו זיין. יעדע וואלונטיר האט זיך זיין ארבעט וואס ער טוט מיט גרויס געטריישאפט, מיט הארץ און נשמה, איינער פאקט אויס קליידער, אנדערע זענען מסדר די קליידער וועלכע זענען ראוי צו ווערן פארקויפט און וועלכע נישט, אלע טוען די ארבעט מיט די גאנצע הארץ און נשמה אלעס כדי די באזאר זאל זיין אהערגעשטעלט אויפן שענסטן און בעסטן אופן, ווי אלע איינקויפער קענען עדות זאגן אז די באזאר איז גאר שיין און מסודר אהערגעשטעלט נישט ווייניגער ווי די שענסטע קליידער סטארס. דער אייבערשטער זאל באצאלן די חשובע וואלונטירן מיט אלעס גוטס, זיי זאלן זען אסאך נחת ביי אלע קינדער און אייניקלעך.

    < זעה מער ד חשון תשפ"ה 📝
  • א הערליכע פרייליכע און ווארימע יום טוב איז אריבער אין שטעטל צוזאמען מיטן ראש ישיבה

    פון ערב יום כיפור האט זיך אנגעהויבן איין לאנגע קייט פון ווארימע דערהויבענע תפילות און דרשות. יום כיפור האט דער ראש ישיבה געדאווענט פארן עמוד און אריינגעברענגט א געוואלדיגע התעוררות אין אלע מתפללים. אזוי אויך האט מען געהערט גאר פייערדיגע דיבורים פאר כל נדרי, ווי דער ראש ישיבה האט אויך ארויסגעברענגט אז מ'זאל נישט זיין קיין עניו און טראכטן אז מיינע תפילות טוען נישט אויף, נאר מ'דארף וויסן אז מיין תפילה איז זייער חשוב ביים אייבערשטן, און יעדע תפילה טוט אויף. &nbsp; נאך יום כיפור האט מען זיך געגרייט צום פרייליכן יום טוב סוכות, מ'האט פארגרעסערט דעם סוכה אין שול בהתנדבות האברך מו"ה אברהם שבתי מזרחי הי"ו. דער אייבערשטער זאל אים באצאלן מיט אלעס גוטס. &nbsp; די ערשטע טעג איז אריבער גאר שיין מיט ווארימע תפילות און לעכטיגע דיבורים פונעם ראש ישיבה וואס האט מחזק געווען זיך צו פרייען מיט די מצות היום, און אויך אסאך ארומגערעדט פון פאלגן דעם רבינ'ס עצות פון כאפן א שפאציר יעדן טאג און רעדן צום אייבערשטן, און אזוי אויך נישט זיין קיין בטלנים, זען אויסניצן די צייט יעדן טאג צו לערנען שיעורים כסדרן. &nbsp; אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שטארק ארומגערעדט ביי די קידוש נאכן דאווענען וועגן די וויכיטיגקייט פון האבן שלום בית וואס דאס איז געווען ביים רבי'ן א יסוד.&nbsp; &nbsp; מוצאי שבת חול המועד איז מען זיך צאמגעקומען אינעם גרויסן סוכה פראווען דעם גרויסן הילולא פון הייליגן רבי'ן. דעם קומענדיגן טאג זונטאג איז פארגעקומען גאר א פרייליכע הכנסת ספר תורה נתנדב געווארן דורך האברך מו"ה אברהם שבתי מזרחי הי"ו. די ספר תורה איז ארויס פון זיין שטוב אויף 78 האשקי, און פון דארט האט מען געטאנצן מיטן תורה ביזן בית המדרש אויף 181 האשקי, יעדער אינגערמאן האט געהאט די זכי' צו טאנצן מיטן תורה, אלע קינדער האבן זיך מיטגעפריידט מיט פאקלען אין די הענט און מיט תורה פענער. &nbsp; דערנאך האט מען געטאנצן אין בית המדרש צוזאמען פאר א לענגערע צייט, די שמחה איז געווען גאר גרויס, מ'האט זיך געפריידט אז מ'האט אזא געשמאקע תורה וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן. &nbsp; שפעטער איז פארגעקומען א גרויסארטיגע סעודה לכבודה של תורה אינעם גרויסן סוכה ביים חצר הבית המדרש, ווי עס איז אויך פארגעקומען א צווייטע סיום הש"ס דורכן נדבן מו"ה אברהם שבתי הי"ו. ביים דרשה האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט די אייגענארטיגקייט פון דעם הכנסת ספר תורה אז גלייך נאכן ענדיגן דעם מעמד גייט מען ווייטער צוריק צו די חומש צוריק צו די משניות און גמרא, ס'איז נישט נאר א מעמד פאר אפאר מינוט און דא ענדיגט זיך עס. &nbsp; אזוי איז אריבער די חול המועד טעג מיט געשמאקע תפילות און אזוי אויך שמחת בית השואבה. פון דארט איז מען אריין אין הושענה רבה אנגעהויבן מיט קריאת משנה תורה, דערנאך איז געווען צוגעשטעלט א סעודה. נאכן סעודה האט מען צוזאמען אויסגעזאגט גאנץ תהילים אזוי ווי דער מנהג איז. &nbsp; אינדערפרי האט מען זיך געשטעלט דאווענען אום 9:00 אזייגער, ס'איז זיך צאמגעקומען גאר א גרויסער עולם מיטצוהאלטן דעם דערהויבענעם דאווענען, צווישן יעדע שטיקל פון די הושענות האט דער ראש ישיבה מעורר געווען אויף אן אנדערן ענין, די התעוררות איז געווען גרויס, אלע האבן תשובה געטון און געבעטן דעם אייבערשטן מ'זאל זיך קענען פארגענומען גוטע קבלות. און געבעטן אויף א גוט קוויטל פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל (מען קען הערן די דרשות אויף "קול ברסלב"). &nbsp; דערנאך איז מען אריין אין די פרייליכע צווייטע טעג יום טוב, וואס איז פארגעקומען אין צווייטן זייט שטעטל אויף די ירושלים גאס וואס געפונט זיך ביי טווין ברידזש געגענט. די חשובע גבאים האבן אויפגעשטעלט א גרויסן שאטער כדי ס'זאל זיין גענוג פלאץ צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור וואס קומען מיטהאלטן די פרייליכע הקפות. &nbsp; ברוך השם אז די וועטער האט מיטגעשפילט נאכדעם וואס אנשי שלומינו האבן געבעטן דעם אייבערשטן דערויף, און מ'האט געקענט גיין און קומען אן זיך דארפן ספראווענען מיט א רעגן אינדערמיט. &nbsp; די הקפות איז געווען עפעס גאר פרייליך און הייליג, מ'האט געקענט זען אז אנשי שלומינו זענען באמת פרייליך מיט די תורה, ס'איז נישט קיין געמאכטע מעשיות וואס מ'טאנצט פאר א שטיק צייט און דערנאך לאזט דאס נאך, ניין! די טענץ און די שמחה האט אנגעהאלטן פון אנהייב די ערשטע הקפות ביזן לעצטן הקפה פון שמחת תורה. &nbsp; דער ראש ישיבה האט במשך די הקפות אריינגעברענגט א געוואלדיגע פרישקייט אין אלעמען און געזען אז מ'זאל טאנצן און זיך פרייען מיט די תורה איש בל יעדר. &nbsp; די הייליגע טעג וועלן געדענקט ווערן פאר א לאנגע צייט, די דרשות פון חיזוק און התעוררות האט זיכער עושה רושם געווען אויף אלעמען, אויפן לאנגן ווינטער וואס קומט, מ'האט זיך גוט אויפגעפרישט די נשמה מיט די אלע תפילות און דרשות וואס מ'האט געהערט פונעם ראש ישיבה שליט"א, און מ'האט זיכער גע'פועל'ט א גוט זיס יאר.&nbsp;

    < זעה מער כט תשרי תשפ"ה 📝
  • הכנסת ספר תורה אין שטעטל - קומענדיגער זונטאג, א' דחוה"מ סוכות

    אין שטעטל גרייט מען זיך מיט גרויס פרייד צום גרויסן מעמד ווען מען גרייט זיך צום געהויבענעם מעמד ההכנסת ספר תורה, וואס וועט אי"ה פארקומען קומענדיגער זונטאג, דעם ערשטן טאג חול המועד סוכות. דער ספר תורה איז נדבת לבו פון מו"ה שבתי מזרחי הי"ו, וועלכער האט געלאזט שרייבן דעם ספר תורה לע"נ רחל שמחה ע"ה בת מו"ה יצחק הי"ו. &nbsp; דער מהודר'דיגער ספר תורה איז געשריבן געווארן דורכן באקאנטן סופר מומחה, הר"ר יצחק שמואל פרענקל שליט"א, וואס איז פון די חשובע אנשי שלומינו אין ירושלים עיר הקודש, וועלכע האט אוועקגעגעבן לאנגע חדשים צו שרייבן דעם ספר תורה פאר די קהילה. &nbsp; דער מעמד האט זיך שוין אייגענטליך אנגעהויבן פארגאנגענעם זונטאג העעל"ט ווען מען האט אפגעראכטן א געהויבענע מעמד "כתיבת ספר תורה" אין שטוב פונעם נדבן מו"ה שבתי הי"ו, ווי מען האט געענדיגט שרייבן די לעצטע אותיות פונעם ספר תורה ווי דער מנהג איז, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ ווי מען האט זיך געפריידט בשמחת התורה, און געדאנקט דעם אויבערשטן אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו, און אויף דעם אז "והבדלנו מן הטועים ונתן לנו תורת אמת, וחיי עולם נטע בתוכינו". &nbsp; אי"ה קומענדיגער זונטאג דער צווייטער טאג חול המועד, אינעם טאג פונעם הילולא פון הייליגן רבי'ן וועט מען זיך ווידער צוזאם קומען אין שטוב פונעם נדבן מו"ה שבתי מזרחי הי"ו ווי מען וועט ארויספירן דעם נייעם ספר תורה פונעם שטוב אויף 78 האשקי רד. אום 5:00 נאכמיטאג, באגלייט מיט געזאנג און טענץ בתופים ובמחולות, און מען וועט אזוי באגלייטן דעם נייעם ספר תורה אונטער דעם חופה דעם גאנצן האשקי גאס ביז'ן גרויסן בית המדרש אויף 181 האשקי רד. מיט פאקלען פענער און פעקלעך פאר די קינדער. &nbsp; אין בית המדרש וועלן אפווארטן באסעס וועלכע וועלן אהיים פירן די פרויען און מיידלעך מיט די קליינע קינדער איבער'ן גאנצן שטעטל. &nbsp; אום 6:00 וועט מען בעז"ה דאווענען מנחה אין בית המדרש, וואס וועט נאכפאלגן מיט געהויבענע טענץ לכבודה של תורה, און וועט נאכפאלגן מיט א שיינע סעודה לכבוד התורה. &nbsp; תנו כבוד לתורה

    < זעה מער יג תשרי תשפ"ה 📝
  • סעודת הילולא פון הייליגן רבי'ן וועט ווערן אפגעראכטן ביומא דהילולא קדישא מוצש"ק חוה"מ סוכות הבעל"ט אין שטעטל

    אנשי שלומינו גרייטן זיך מיט גרויס התרגשות צום יארצייט פון הייליגן רבין וואס געפאלט אויס קומענדיגע וואך זונטאג חול המועד סוכות ח"י תשרי הבעל"ט. &nbsp; טראצדעם וואס עס זענען שוין פאריבער גאנצע 214 יאר פון די פטירה פון הייליגן רבי'ן האט זיך דער לעכטל פון הייליגן רבין נישט נאר נישט אויסגעלאשן, פונקט פארקערט, מיט יעדן טאג וואס גייט אריבער צינדן זיך אן דערפון נאך און נאך לעכט, ווי דער הייליגער רבי האט זיך אויסגעדרוקט "מיין פייערל וועט ברענען ביז משיח וועט קומען", דער רבי האט געזאגט אז ער וועט זיין אנדערש ווי אנדערע צדיקים, וועלכע האבן אראפגעברענגט אן אוראויף דער וועלט, און ווען זיי זענען נסתלק געווארן לחיי העולם האבן זיי דאס מיט גענומען מיט זיך, האט אבער דער רבי איבערגעלאזט ספרים וואס וועלן אנהאלטן צו באשיינען און באלייכטן די וועלט, מיט עצות און חיזוק און וועלן צוריק ברענגען צוריק אידן צום אויבערשטן ביז משיח'ס טאג. &nbsp; וואס דארף מען מער פון דעם וואס מיר האבן נארוואס צוגעזען אין אומאן: די וועלט שטוינט, ווער האט געוואשן די מחות פון די צענדליגע טויזנטער אידן אז זיי זאלן נעמען אויף זיך די מיסיע פון זיך צורייסן און צופליקן און רייזן ענדלאזע שעות אריין אין א מלחמה געפלאגטע לאנד? דער ענטפער איז זייער פשוט, די אידן האבן טועם געווען פון די זיסע און לעכטיגע עצות פון רבין וואס האט זיי געטוישט און געמאכט שפירן דעם אויבערשטן, האט זיי צוגעקלעבט צו די תורה, און האט אריינגעגעבן אין זיי די זיסקייט פון תורה ומצוות, ווען אזא איד הערט די בקשה פון רבי'ן "קיינער טאר נישט פעלן", קוקט ער שוין נישט אויף גארנישט, און מיט אמונת חכמים פאלגט ער און טוט וואס דער צדיק בעט. &nbsp; יעדעס יאר חול המעוד סוכות ווען עס קומט דער גרויסער טאג פון די הילולא קדישא, קומען פאר סעודות הילולות איבער די גאנצע וועלט, ווי אנשי שלומינו קומען זיך צוזאם און חזר'ן איבער די ווערטער פון הייליגן רבי'ן און דערווארימען זיך צו זיין פייער, אויך אין היכל הקודש וועלן זיך אנשי שלומינו זיך צוזאם קומען אין אלע בתי מדרשים איבער די וועלט ווי די גבאים וועלן אויפטרעטן און רעדן פון די חיזוק און עצות פון רבין אויף די וועג וואס מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערענט, דער ראש ישיבה שליט"א וועלכע פראוועט היי יאר דעם גאנצן חודש תשרי אין שטעטל, וועט בעז"ה פראווען דעם יארצייט מוצש"ק אין די פארגרעסערטע סוכה וואס איז ספעציעל אויפגעבויעט געווארן פאר דעם צוועק אין הויף פון בית המדרש אויף 181 האשקי רד. &nbsp; די גבאים געבן איבער אז די ווייבער שול וועט זיין אפן, און עס וועט זיין א ברייטע סעודה לכבוד דעם הילולא, דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה אויפטרעטן מיט א שיינע שמועס פון דברי חיזוק, און וועט נאכפאלגן מיט א פרייליכע שמחת בית השואבה בתופים ובמחולות.

    < זעה מער יב תשרי תשפ"ה 📝
  • כפרות צענטער ווערט צוגעשטעלט אין שטעטל מיטוואך און ערב יום הקדוש

    די איינוואוינער פון שטעטל נעמען אויף מיט א געוואלדיגע צופרידנהייט, אז די הנהלה האט געמאלדן אז עס ווערט צוגעשטעלט הינער צו קענען מקיים זיין דעם מנהג פון "כפרות" אינעם שטעטל. &nbsp; די כפרות וועט זיין צוגעשטעלט קומענדיגן מיטוואך נאכמיטאג פון 2:00 ביז 7:00 אווענט ביים בנין פונעם ברסלב באזאר, די פרייז וועט זיין $10 פאר א כפרה.&nbsp; &nbsp; ערב יום כיפור פארטאגס וועט אויך ווערן צוגעשטעלט כפרות (בלויז זכרים) פון 5:00 ביז 7:00 פונקטליך, מיט שוחטים אויפן פלאץ. די פרייז ערב יום כיפור וועט זיין $20. &nbsp; כי ביום הזה יכפר עליכם

    < זעה מער ה תשרי תשפ"ה 📝
  • סעקיורטי קעמעראס ווערן אינסטאלירט אין שטעטל

    מיטן אייבערשטנ'ס הילף האט מען אין די טעג אנגהויבן די ארבעט פון אינסטאלירן "סעקיוריטי קעמעראס" אין אלע ווינקלען פונעם שטעטל. דאס קומט נאכדעם וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן א בריוו פאר די חברי ההנהלה, וואו ער באטאנט די וויכטיגקייט פון קעמעראס צו קענען אויפכאפן לייסענס פלעיטס פון די וואס זענען פארמישט אין גניבות אדער אנדערע שלעכטע מעשים. אין דעם בריוו דערציילט דער ראש ישיבה אז א פרוי איז באפאלן געווארן דורך א באנדע שקצים. זי האט געשריגן צום אייבערשטן מיטן גאנצן הארץ, און א נס איז געשען אז זיי זענען אנטלאפן. דער ראש ישיבה דערמאנט אויך איבער גנבים וואס גנב'ענען פאסט פון די איינוואוינער, און איבער די גרויסע פראבלעם פון קארס פאר פארן שנעל, וואס שטעלן אונזערע קינדער אין א סכנה. אונזער חבר ההנהל מו"ה מרדכי היימליך הי"ו האט איינגעקויפט די קעמעראס. און ווי געזאגט האט מען שוין אנגהויבן די פאקטישע אינסטאלאציע ארבעט. מען פלאנט עס צו לייגן ביי ביי די הויפט אריינגענג פון שטעטל, אריינגערעכנט רעקליף, טווין ברידזש (ביידע זייטן), האשקי, און דענמאן. מען דארף אבער געדענקען אז נישט קעמעראס און נישט סעקיוריטי איז אויף וועם מיר פארלאזן זיך, מיר גלייבן אז נאר דער אויבערשטער וואס איז דער שומר ישראל וועט אונז היטן פון אלעם בייזן. אין אנדערע נייעס האט מען אנגעהויבן די ארבעט צו בויען א כלים מקוה, א וויכטיגער פראיעקט פאר א אידישע שטאט וואס האט נאך געפעט ביז יעצט. זינט מען האט געגרינדעט דעם שטעטל פינף יאר צוריק, לייגט מען כסדר צו פרישע איינריכטונגען, אבער אויף צו טובל'ען כלים האט מען זיך געמוזט באגיין מיטן האשקי מקוה, וואס איז בכלל נישט אויסגעשטעלט דערפאר. יעצט האט מען דערהאלטן די ווארימע נדבה פון מו"ה אברהם אלי' פרידריך הי"ו פאר א נייע כלים מקוה, האט מען תיכף צוגעטרעטן צו די ארבעט. דער ראש ישיבה האט באשטימט אז עס זאל פלאצירט ווערן אינעם בנין פון די קהילה אויף טווין ברידזש, נעבן די קליידער סטאר (באזאר) און דער קיאסק. די ארבעט איז שוין אין פולן שוואונג, און מען האפט בקרוב דאס מקוה צו ענדיגן צו די צופרידנהייט פון אלע תושבים. עין רואה ואוזן שומעת!

    < זעה מער כב אלול תשפ"ד 📝
  • דורכברוך צו פארבעסערן שבת באקסעס פאר נצרכים

    אין שטעטל גייט אן דער בארימטער חסד צענטער "בית התבשיל" וואס אפערירט מיט פילע אקטיוויטעטן, און העלפט ארויס אנשי שלומינו אויף פילע וועגן. טייל זענען באקאנט, אבער רוב רובם פון די האלב מיליאן דאלער בודזשעט ווערט אויסגעגעבן שטילערהייט אן קיין פרסום. &nbsp; נישט מער פון עטליכע טעג צוריק האבן אלע בייגעוואוינט דער לעצטער ריזיגער חלוקה אינעם נייעם בנין אויף רעדקליף, ווי עס איז געווען צוגעשטעלט בהרבחה פון אלעם גוטן בחנם, פרוכט, גרינצייג, טרונקען, פעיפער גודס, נאש, און נאך פילע זאכן לכבוד שבת ויום טוב און א גאנץ יאר. דער חלוקה איז דורך מיט גרויס סוקסעס, ווען פילע אנשי שלומינו האבן זיך אייגעפאקט מכל טוב וטוב, און אזוי ארום האט מען געהאט א געלעגענהייט צו זען אביסל פון דער נאנט מהנעשה והנשמע אינעם בית התבשיל. &nbsp; איינע פון די שטילע אבער קאסטבארע פראיעקטן פונעם בית התבשיל איז די שבת באקסעס פראגראם וואס שטעלט צו א גאנצע שבת ארדער פאר פילע בני תורה און נצרכים, א פראיעקט וואס גייט אן גאנץ יאר אויף א גאר שטארקע פארנעם, ווען יעדע וואך קומט אן א דעליווערי פון די גראסערי אנגעפילט מכל טוב וטוב, גרעיפ דזשוס, פלייש, פיש, גרינצייג, פרוכט און פעיפער גודס צו מחי' זיין די אלע משפחות וואס זענען אנגעוויזן דערויף. &nbsp; נאך א מיטינג מיט'ן ראש ישיבה האט דער בית התבשיל באשלאסן ארויפצוברענגען דעם פראיאקט אויף א פרישע שטאפל. כאטש דער נייער סיסטעם וועט קאסטן סאך מער געלט פאר'ן בית התבשיל, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז עס לוינט זיך. דער סיסטעם וועט ארבעטן אז יעדע איינגעשריבענער וועט באקומען דעם ארדער לויט זיין געברויך. &nbsp; מען וועט קענען באקומען א "גראסערי ליסטע" ביים צדקה גבאי פונעם בית התבשיל הר"ר יחזקאל סאמעט שליט"א, וואס מען וועט דארפן אויספילן יעדער איינער אלע אייטעמס פונעם ליסטע פונקטליך וואס און וויפיל מען דארף, א זאך וואס וועט זיכער צוגעבן זייער אסאך פאר די אלע משפחות, ווען זיי וועלן באקומען יעדע וואך לויט'ן געברויך. &nbsp; אנשי שלומינו האבן גרויסע זכי' צו שטיצן דעם הערליכן מוסד. מען הערט צוריק פונעם נייעם גבאי הר"ר יחזקאל שליט"א אז אנשי שלומינו געדענקען גוט וויאזוי מוהרא"ש פלעגט אלץ אויסרומען דער בית התבשיל וואס ער האט אויפגעשטעלט אין יבנאל, ווי ער פלעגט כסדר זאגן די גרויסקייט פון שטיצן אזא זאך. דער בית התבשיל וואס איז געבויט אויף די זעלבע יסודות, קען אנגיין נאר דורך די שטיצע און חיזוק פון אנשי שלומינו. &nbsp; לשובע ולא לרזון &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער כא אלול תשפ"ד 📝
  • גרויסע חלוקה אין שטעטל קומענדיגע זונטאג ביים נייעם בנין פון בית התבשיל

    דער בארימטער בית התבשיל אין שטעטל, וואס שטייט בראש פון פילע חסד אקטיוויטעטן, מיט'ן ציל אז יעדע משפחה, אפגעזען פון זייער צושטאנד, זאל האבן צו עסן צו דער זעט, האט נארוואס מודיע געווען אז די קומענדיגע חלוקה וועט פארקומען אינעם נייעם גרויסן בנין אויף 117 רעדקליף רד. - דער בנין וואס איז נישט לאנג צוריק אריבער צו די הענט פונעם בית התבשיל, און האלט אינמיטן אריבערגיין רענאוואציעס מען זאל עס קענען נוצן פאר נאך פילע צוועקן, הייבט אן א פרישע תקופה פאר'ן בית התבשיל, ווען דער פלאץ וועט בעז"ה קענען צושטעלן די לאגיסטיקס וואס עס פעלט אויס פאר אזא פראיעקט, מיט גענוג פלאץ און גענוג פארקיג פאר אלע וואס קומען נעמען פון די חלוקות. &nbsp; יעצט לקראת די ימים טובים הבעל"ט וועט פארקומען א גאר גרויסע חלוקה לכל הקהל הקדוש, אם ירצה השם קומענדיגע זונטאג נצבים וילך 6:00 נאכמיטאג, עס וועט פארטיילט ווערן פילע נוצבארע עסן און אנדערע פראדוקטן וואס וועלן בעז"ה ארויסהעלפן פילע משפחות צו קענען אריינברענגען די ימים טובים גרינגער און פרייליכער. &nbsp; עס וועט זיין צענדליגע אייטעמס, צווישן זיי קרעקערס, סנעקס, טרונקען, פרוכט, גרינצייג, פעמפערס, פעיפער גודס און נאך נוצליכע אייטעמס וואס מען קען נוצן אין א אידישע משפחה, עס וועט זיין - מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף אסאך שענער, בעסער, און מער ווי די ביז יעצטיגע גרויסע חלוקות. &nbsp; אלע זענען געלאנדעט צו קומען אנטייל נעמען אין די חלוקות, און נעמען פון די ריזיגע אויסוואל פון פראדוקטן גענצליך בחנם, וכל הקודם זכה. &nbsp; די חלוקה איז צושטאנד געקומען דורכן בית התבשיל וואס ווערט געפירט דורכ'ן געטרייען גבאי מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו מיט די הילף "לשובע ולא לרזון" וואס ווערט געפירט דורכן געטרייען גבאי מו"ה שמעון ישראל פאזען הי"ו, וואס שטעלט צו ריזיגע חלוקות אין פילע אידישע שטעט לע"נ הרה"ק ר' ישעי' ב"ר משה פון קערעסטיר זי"ע, וואס איז געווען בארימט פאר זיינע פילע פעולות צו שטילן די הונגער פון אידישע קינדער. &nbsp; דער זכות זאל מגין זיין די אלע עסקנים וואס זענען עוסק בצרכי ציבור באמונה, זאלן געבענטש ווערן פון אלעם גוטן, צו פארשריבן ווען צו א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

    < זעה מער טז אלול תשפ"ד 📝
  • געהויבענע ימים טובים הבעל"ט אין שטעטל מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    צהלי ורוני יושבת קרית ברסלב, די איינוואוינער פונעם שטעטל זענען זייער פרייליך מיט די נייעס אז זיי וועלן האבן די זכי' צו האבן דעם ראש ישיבה שליט"א פאר גאנץ חודש תשרי. &nbsp; לויט'ן פלאן מיטן אייבערשטנ'ס הילף, וועט דער ראש ישיבה קומען אין שטעטל תיכף נאך ראש השנה פון אומאן, און וועט דארט פארבלייבן ביז נאך שמחת תורה. &nbsp; דעם הייליגן טאג יום כיפור און אזוי אויך די ערשטע טעג סוכות וועט דער ראש ישיבה בעז"ה דאווענען אין בית המדרש אויף האשקי, און שמחת תורה וועט מען בעז"ה פראווען אין ירושלים שול אין שטעטל. אלע וואס ווילן דינגען א זיץ אין בית המדרש אויף האשקי זאלן זיך מעלדן צום גבאי מו"ה אברהם הערש וועבערמאן הי"ו ווי פריער, כדי יעדן צו קענען צופרידנשטעלן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער טוט דאס כדי גרינגער מאכן פארן עולם, ווייל אלע יארן פלעגן פילע אריינפארן אין שטאט אויף שמחת תורה, און אויסער די פילע טירחות פאר צענדליגע משפחות, קאסט עס אויך גרויסע געלטער צו דינגען דירות, דערפאר האט דער ראש ישיבה מחליט געווען צו טוישן היי יאר די פלענער און זיין אין שטעטל אויף סוכות. &nbsp; די גבאים פון ירושלים שול זענען שוין געזיצן מיט די גבאים פון האשקי שול, צו אויסצוארבעטן אלע דעטאלן פון שמחת תורה, אז ס'זאל זיין צוגעשטעלט אויפן בעסטן אופן פאר מענער, פרויען און קינדער. &nbsp; אין די זעלבע צייט קומט אריין די גוטע נייעס, אז די הנהלה פון שטעטל האט אנגעהויבן בויען א פראקטישע שטארקע שארטקאט צווישן די מארקס און ירושלים גאסן, וואס וועט שטארק פארגרינגערן פאר די תושבים און זיי פארשפארן פון דארפן קריכן אויף לאנגע וועגן ארום און ארום. &nbsp; עס איז גאר מערקווירדיג די אחדות אין שטעטל ווי יעדער וואס האט נאר געקענט האט אזוי שיין זיך צוגעשטעלט, צוערשט איז מו"ה אברהם דוד לאקס הי"ו אנטקעגן געקומען צו מנדב זיין די הוצאות פון בויען דעם שארטקאט, און אזוי אויך האבן פילע פראפערטי אייגענטומער געגעבן רשות בסבר פנים יפות מען זאל דורכשניידן זייער פראפערטי. מען זעט ווי אנשי שלומינו פארשטייען אז די נכסים וואס זיי פארמאגן אויף דער וועלט איז נישט זייער "פיוטשער", זיי קוקן אן דער וועלט מיט די ריכטיגע בליק, אלץ א פרוזדור לטרקלין. &nbsp; די סעודת הילולא פון הייליגן רבין וואס געפאלט אויס אום חול המועד סוכות פלעגט ביז יעצט אפגעראכטן ווערן אין וויליאמסבורג, וועט היי יאר אפגעראכטן ווערן בעז"ה אויף א שיינע פארנעם, פרטים וועלן געמאלדן ווערן בקרוב בעז"ה.

    < זעה מער יג אלול תשפ"ד 📝
  • הערליכע זומער געענדיגט ב"ה אויף די בערג אין קרית ברסלב

    אין די טעג קערן זיך אנשי שלומינו ברוך השם צוריק אין שטאט אריין, נאכן פארברענגען א געשמאקע זומער צווישן די בערג אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, ווי די פילע משפחות, און תלמידי הישיבה האבן געהאט א זומער צום געדענקען אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א וואס האט געוויילט אין שטעטל פאר די זומער סעזאן. &nbsp; אלע האבן אויסגענוצט דעם שיינעם זומער מיט פארברענגען אינטערן שאטן פונעם אייבערשטנ'ס הערליכן בריאה וואס ער האט באשאפן פאר אונז אידישע קינדער מען זאל זיך קענען אביסל מיישב זיין און שפאצירן צווישן די גראז און ביימער, וואס דאס אלעס איז הכנה צום יום הדין ראש השנה וואס שטייט שוין ביים שוועל. &nbsp; יעצט נאכן זומער האט זיך אנגעהויבן צוריק מיט א פרישקייט די לימודים אין אלע קלאסן, ווי מען גייט מיט א פרישקייט אריינבראקן אין די קינדער די ריינע אמונה אינעם אייבערשטן. &nbsp; אין שטעטל גייט ווייטער אן די מוסדות פון די קינדער די אינגלעך און די מיידלעך, מען גייט צוריק צום געווענליכן סקעדזשול, אזוי אויך האט זיך יעצט אנגעהויבן דער פרישער זמן אין ישיבה, וואס איז אריבערגעפירט געווארן צום בנין היכל ראזענבערג הינטערן בית המדרש אויף האשקי. &nbsp; די ישיבה ווערט געפירט דורך דעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט געשטעלט דעם חשובן מגיד שיעור הרב יוסף שניצלער שליט"א וואס פארשטייט גאר גוט צו די בחורים, און געבט זיך אפ מיט יעדן ווי אן אייגן קינד. צום נייעם זמן האט מען אויפגענומען א פרישע מגיד שיעור הרב יעקב לעסער שליט"א וואס וועט פארלערנען יעדן טאג א שיעור אין גמרא, ר' יעקב&nbsp; גאר גוט באקאנט מיט זיין געשמאקן וועג פון פארלערנען. ער לערנט דעם דף גמרא יעדן טאג מיט די חשובע קינדער פון חדר, און יעצט וועלן אויך די בחורים נהנה זיין פון אים. &nbsp; די תלמוד תורה וועט ווייטער אנגיין ביים בנין אויף 33 טשעסנאט, וואס איז שוין אויסגעוואקסן, און מען האפט בקרוב צו אנהייבן בויען גאר א גרויסן בנין אויף די קראס פארם גאס ביים ווינקל פון די דענמאן גאס, עס דארף נאך אריבערגיידן די אפראוועלס פון די העלט דעפארטמענט, וואס ביזדערווייל ווילן זיי נישט געבן קיין ערלויבעניש צו גיין ווייטער, און מען דארף פאר דעם האבן די תפילות פון אנשי שלומינו אז דאס זאל ווי שנעלער ווערן אפראווד. &nbsp; די סקול האט זיך ברוך השם אנגעהויבן די לימודים מיט א פרישקייט, איין קלאס וועט אריבערגיין צום בנין פון 29 לינקאלן וואס איז ביז יעצט געווען אין באניץ פאר די ישיבה, און יעצט וועט עס ווערן געניצט פאר די סקול. &nbsp; אזוי אויך אין וויליאמסבורג הייבן זיך פריש אן די לימודים אין די מוסדות סיי די אינגלעך און סיי די מיידלעך און אזוי אויך ביי די בחורים.&nbsp; &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן די פרישע זמן זאל אריבערגיין מיט הצלחה, אלע קינדער זאלן אויסוואקסן אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געוואלט, אנגעפילט מיט אמונה און א שמחה צו יעדע מצוה. די מלמדים און טיטשערס זאלן האבן די כוחות אנצוגיין ווייטער מיט מחנך זיין די חשובע קינדער. &nbsp;

    < זעה מער כט אב תשפ"ד 📝
  • זיצונג צווישן עסקני הקהלות פון אפסטיעט אפגעהאלטן אין שטעטל

    פאריגע וואך זענען זיך צוזאם געקומען פילע פארשטייער און עסקנים פון די פארשידענע קהילות הקדושות אין די קעטסקיל ראיאן ווי מען האט זיך דורכגעשמועסט פילע נושאים, די עסקנים האבן זיך אויסגעשמועסט צווישן זיך די תחומים וואו זיי האבן אישוס מיט די רעגירונג, און מטכס עצה געווען וויאזוי מען קען ארבעטן אינאיינעם און טרעפן לעזונגען, וואס איז אסאך מער עפעקטיוו ווען מען איז אויף איין פעידזש און מען ארבעט באחדות. &nbsp; דער מיטינג איז אפגעהאלטן אין קרית ברסלב אין די הערליכע אפיסעס פון "פעסט בוילט" וואס געהער פאר מו"ה שבתי מזרחי הי"ו, ווי עס האבן זיך אנגעזען פילע עסקנים פון די שטעט און שטעטלעך אין די אפסטעיט ניו יארק געגענטער, צווישן זיי היכל הקודש ברסלב, ישיבה סאוט פאלסבורג, וויזניץ גיבערס, הרב מתתי' רוטנער פון ליבערטי, הרב אברהם ראזענבערג פון פאלסבורג, און הרב יעקב מאנדלאוויטש פון מאנטיסעלא. &nbsp; דער זיצונג איז געווען זייער פראדוקטיוו, ווען מען האט ארויפגעברעגנט פילע נושאים וואס מען דארף זיך דורכקומען מיט די לאקאלע מינוציפאליטעט אדער מיט די קאונטי רעגירונג א שטייגער ווי די סקול דיסקטריקטן וואס מען דארף טרעפן א מהלך וויאזוי זיך אומצוגיין מיט זיי מען זאל חלילה נישט קענען ארויפצווינגען אויף ערליכע אידן די שרעקליכע גזירות וואס די סטעיט דראעט קעגן אונזער הייליגע חינוך היל"ת, אזוי אויך האט מען גערעדט פון טרעפיק, פארשידענע אויסבעסערונגען וואס איז אין די אינטערעסע פון היימישע אידן אויף די ראודס אינעם געגענט, צווישן אנדערע האט מען ארום גערעדט איבער די ארבעט פון די עסקנים וואס לייגן אריין כחות אז מען זאל קענען באקומען וואוטשערס פון טשיילד קעיר פאר קליינע קינדער וואס ביידע עלטערן ארבעטן. &nbsp; די עסקנים לייגן אריין מחשבה אין וויאזוי מען זאל ארויסקומען ערקלערן דעם ציבור איבער די וויכטיגקייט פון ארויסגיין שטימען, ווייל כאטש נישט אלע עסקנים מוזן זיין איינשטימיג פאר וועם מען זאל גיין שטימען, זענען זיי אלע ביי די מיינונג אז די שפראך פון שטימען איז וואס א פאליטישאן פארשטייט. מיר פארשטייען אידיש, אין כינע פארשטייט מען כינעזיש, אבער א פאליטישאן פארשטייט נאר איין שפראך, שטים שפראך. מען קען רעדן צו א פאליטישאן, אים מסביר זיין, ער וועט דיר אפילו צושאקלען מיט'ן קאפ און ארויסווייזן העפליכקייט און מיטלייד, אבער בדרך כלל איז עס אריין אין איין אויער און ארויס פון די אנדערע... אבער ווען ער זעט אז עס איז דא א ציבור וואס מאנט פון אים א דין וחשבון, עס איז דא א געגענט וואס שטימט, דארפסטו אים שוין מער גארנישט מסביר זיין, און ער ווייסט פונקטליך וואס זיינע קאנסטיטשוענטס דארפן. &nbsp; ערליכע אידן זענען אינטערעסירט מען זאל זיי לאזן במנוחה וואוינען, און מען זאל נישט מאכן קיין געזעצן און רעגולאציעס וואס זאל שטערן פון דינען דעם אויבערשטן, פאר די אלגעמיינע ציבור אינטערעסירט גאנץ קנאפ ווער עס איז סופערווייזער, און ווער עס פירט די קאונטי, אבער דער ערליכער ציבור פאלגט די רבנים און ווען מען בעט מען זאל טון א חסד און ארויסקומען צו וואוטן, טוט מען עס. &nbsp; מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף וועט פון דעם מיטינג ארויסקומען אסאך כבוד שמים און גוטע פעולות וואס וועט העלפן דעם היימישן ציבור וואקסן און בליען ביז משיח'ס טאג.

    < זעה מער ד אב תשפ"ד 📝
  • בית התבשיל היכל ישעי' קויפט א נייעם געביידע אין שטעטל

    עס קומט אריין א גרויסע אפדעיט פונעם בארימט בית התבשיל אין שטעטל: די הנהלת הקהלה געבט אוועק פארן בית התבשיל דעם גרויסן געביידע אויף 117 רעדקליף ראוד. דער בנין, וועלכער פארמאגט צוויי שטאק, יעדער פון זיי 5,000 סקווער פוס, וועט דינען אלס דער צענטער פון זייערע פילע הייליגע אקטיוויטעטן. &nbsp; דער פלאץ געפינט זיך אין צענטער פון שטעטל, הארט נעבן ביהמ"ד פעולת הצדיק און די נייע בארדיטשוב גאס. אינעם נייעם געביידע וועט מען מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף דורכפירן די כסדר'דיגע חלוקות, און וועט זיין דער צענטער פון חסד און צדקה אין שטעטל. דער אויבערשטע שטאק וועט דינען אלס א קאך, וואו מענטשן וועלן קענען קומען אויפפיקן גרייטע מאכלים דורכאויס דעם גאנצן יאר, און דער אונטערשטע שטאק וועט זיין דער סטארעדזש, מיט גרויסע פרידזשידערס און פריזערס צו באזארגן די פילע פראיעקטן פונעם בית התבשיל. &nbsp; אין צוגאב באקומט דער בית התבשיל ארום דעם בנין א שטח פון אן עיקער גרויס, וואס דערויף פלאנט מען בעז"ה אויסצופלאסטערן א ברייטע פארגינג פלאץ גענוג פאר ארום הונדערט קארס &ndash; וואס וועט שטארק צונוץ קומען פאר די וואלונטירן וואס קומען העלפן און פאר די וואס קומען נעמען עסן אדער צו די חלוקות. די איבערבוי ארבעט ווערט ערווארטעט זיך אנצוהייבן אין די גאר נאנעט טעג, און מיר וועלן בעז"ה מיטהאלטן ווי דער אלטער געביידע, וועלכער איז בערך צוויי הונדערט יאר אלט און האט ביז יעצט געדינט אלס א שטאל, וועט פארוואנדלט ווערן אין א לעבעדיגע צענטער פון אהבת חינם. די ארבעט נעמט אריין צו לייגן א קאנקריט פלאר, איבערמאכן די עלעקטעריק, און אינסטאלירן ריזיגע קאמערשאל פרידזשידערס און פריזערס, אזוי אז דאס זאל קענען דינען דעם צוועק פאר וועלכע מען האט עס באשטימט. &nbsp; אויף דעם אויבערשטע שטאק וועט בויען א ריזיגע קאמערציאלער קאך, וואו עס וועלן זיך געפינען די וואלונטיר קעכערס וועלכע וועלן צושטעלן געשמאקע היימישע מאכלים וואס וועט זעטיגן יעדן הונגעריגן.&nbsp; &nbsp; דער בנין וועט זיין די באזע &ndash; דער הויפקווארטיר פונעם בית התבשיל, וואו מען וועט סטארעדזשן, סארטירן, אנגרייטן שבת פעקלער, און אהערשטעלן א פולקאמע רבי ישעי'לעס קאך. &nbsp; מען קען נישט ענדיגן דעם באריכט אן ארויסברענגען דעם געוואלדיגן הכרת הטוב וואס עס קומט פארן פאר'ן מנהל פונעם בית התבשיל, מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, וועלכער האט ביז יעצט אוועקגעגעבן זיין אייגענע הויז פאר די אלע אקטיוויטעטן. אלע איינוואוינער פון שטעטל זענען עדות איבער זיין געוואלדיגע געטריישאפט, אבער יעצט ווען דער שטעטל איז זיך צואוואקסן, האט מען זיך שוין געמוזט פארברייטערן און ארויסגיין פון זיין שטוב. מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף וועט מען אין דעם נייעם חסד צענטער קענען פארברייטערן און פארבעסערן אירע אלע הייליגע אקטיוויטעטן. &nbsp;

    < זעה מער ג אב תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 35 results

1 2 3
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ג
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com