Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • בית המדרש "אשר בנחל" אין קרית ברסלב, צוריק אפן נאך רענאוואציעס

    נאך א לענגערע צייט וואס דער שיינער בית המדרש "אשר בנחל" אין שטעטל קרית ברסלב אויף די דענמאן גאס איז געווען פארמאכט צוליב דעם וואס מען האט עס איבערגעבויעט לעצטענס,  קומט יעצט אריין די פריידיגע בשורה אז עס איז שוין ברוך השם צוריק געעפענט געווארן. מען האט געמאכט אסאך וויכטיגע תיקונים אין בית המדרש כדי עס זאל זיין ראוי צו נוצן אין די קאלטע ווינטער חדשים, צווישן זיין האט מען איבערגעמאכט די אינסולעישאן, אז די הייצונג זאל זיך האלטן אינעווייניג, אויך האט מען צוגעלייגט הייצונג עס זאל קענען אנווארעמען אזא גרויסע פלאץ, און פארמאכט א טיר וואס האט אריינגעלאזט די קעלט פון גאס. די זעלבע זאך האט מען געטון אין די מקוה, ווי מען האט אינסולירט, איבערגעמאכט די הייצונג, און נאך. זינט דער דיין שליט"א האט זיך ארויסגעצויגן קיין קרית ברסלב מיט א חודש צוריק, האט זיך דער דיין קובע געווען זיין פלאץ צו דאווענען אין בית המדרש "אשר בנחל", ווי דער דיין שליט"א לערנט פאר זייער געשמאק אלע שיעורים, אריינגערעכנט דער שיעור אין א דף גמרא, א שיעור אין פעולת הצדיק שב"ק אינדערפרי פארן דאווענען, סיפורי מעשיות שב"ק נאכן דאווענען, אזוי אויך דברי תורה ביי שלש סעודות. די פילע מתפללים זענען זיך מחיה מיטן שול, ווי מען נעמט אויף יעדעם בסבר בפנים יפות, און מ'דאווענען און מ'לערנט אינאיינעם, און מ'חזרט איבער די שיינע דיבורים וואס מיר הערן כסדר פון ראש ישיבה וואס געט אונז איבער די שיינע עצות פון הייליגן רבין אזוי ווי מוהרא"ש האט עס איבערגעגעבן. דער ראש ישיבה שליט"א האט לעצטענס געשריבן אין א בריוו פארן געטרייען גבאי פון ביהמ"ד מו"ה מאטי היימליך הי"ו, ווי דער ראש ישיבה בעט "מ'זאל אויפנעמען יעדעם אזוי שיין אין בית המדרש אז זאל שפירן אין בית מדרש אשר בנחל אזוי ווי ווען מ'לערנט אשר בנחל". אין א שמועס וואס "ברסלב סענטער" האט געהאט מיטן גבאי'ן ר' מאטי, האט ער אונז געבעטן איבערצוגעבן א ישר כח פאר אלע מתפפלים פון בית המדרש, "יעדער העלפט און טוט וואס ער קען צו העלפן דעם בית המדרש אויף אלע מיני וועגן, ווי עס וואלט געווען זייער אייגן הויז". דער סדר פון די תפילות אין בית המדרש איז: מנחה ערב שב"ק - האלבע שעה נאכן זמן, 9:00 אינדערפרי - שיעור אין "פעולות הצדיק" דורכן דיין, 9:30 ברכות, מנחה ושל"ש 15 מינוט נאכן זמן עש"ק. * אין אנדערע נייעס אין שטעטל איז איינגעקויפט געווארן דער לעבנסוויכטיגער "דיפיברילעיטאר" מאשין פארן בית המדרש אויפן "האשקי" גאס וואס איז אפן לתורה ולתפלה יעדע שבת יו"ט און א גאנצע וואך. דער דיפיברילעיטאר מאשין איז וויכטיג ביי עמוירדזשענסי פעלער, ווען א מענטש ל"ע פאלט צוזאם און מען דארף מאכן סי-פּי-אַר, יעדע מינוט קען דאן מאכן א חילוק פון לעבן און טויט רח"ל, דאן קען דער מאשין זיין מיטן אייבערשטנ'ס הילף א לעבנ'ס רעטער, מ'זאל נישט דארפן צוקומען דערצו. דער מאשין איז נתנדב געווארן דורך איינער פון די חשובע מתפללים הרוצה בעילום שמו. דער מאשין איז זייער וויכטיג צו האבן אין יעדע פאבליק פלאץ בפרט אין שטעטל ווי דער ציבור ווערט קיין עין הרע גרעסער מיט יעדן טאג, עס דאווענען אין ביהמ"ד יעדן טאג א גרויסער ציבור, ווי אויך געפונט זיך דארט דער כולל א גאנצן טאג.  

    < זעה מער יט טבת תשפ"ב 📝
  • שיינע מלוה מלכה להודות ולהלל מוצש"ק מקץ-חנוכה אין איבערגעבויעטן בנין התלמוד תורה אין קרית ברסלב ליבערטי

    דער גאנצער שטעטל קרית ברסלב ליבערטי אנשים נשים וטף און נאך פילע פון אנשי שלומינו פון נאנט און ווייט זענען זיך צוזאם געקומען אינעם גרויסן זאל פונעם ניי פריש איבערגעבויעטן בנין התלמוד תורה אין קרית ברסלב ליבערטי, דעם מוצאי שבת קודש חנוכה, צו א גרויסע סעודת הודאה להודות ולהלל צום אייבערשטן, ווי מוהרא"ש שרייבט אין אשר בנחל אז מ'זאל זיך צוזאם קומען ליל ה' דחנוכה צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסד און נס אז מיר קריגן נישט אויפן רבין און נאך מער אז מיר זענען זיך מחיה מיט די עצות און זיסע לעבן - צוליב דעם זענען געקומען א גרויסע צאל אנשי שלומינו און האבן אפגעגעבן א שבח והודאה צום באשעפער אויף די שכל אין לעבן און הדרכה וואס מיר באקומען פון ראש ישיבה שליט"א וואס ציעט ווייטער דעם גאלדענעם קייט די תורה וואס ער האט געלערנט פון מוהרא"ש, וואס האט אונז געלערנט דעם וועג פון הייליגן רבין. "ווי שיין איז דער אויבן אן, מיט די חשובע מלמדים ומרביצי תורה" האט דער ראש ישיבה געזאגט, "דער שענסטער אויבן אן זענען אונזערע מלמדים!". די סעודה איז פארגעקומען ווי געזאגט אינעם בנין וואס מען האט אפגעקויפט פאר די תלמוד תורה. דער בנין איז געבויעט געווארן פאר איבער הונדערט יאר צוריק מיט מסירת נפש דורך אידן וואס זענען דאן געקומען פון אייראפע, זיי האבן געבויעט א ריזיגן ביהמ"ד שטארק און שיין, אבער איין טעות האבן זיי געמאכט, זיי האבן נאכגעלאזט די חינוך הבנים והבנות, די קינדער האט מען געלאזט גיין שארן די שניי און צוזאם נעמען די בלעטער... די שיינקייט פון היכל הקודש, איז אז מ'גיבט זיך אפ מיט די קינדער. צום ביישפיל, איין אינגערמאן פארציילט, אז גייענדיג איין טאג אויפן גאס דא אין שטעטל צוזאמען מיט זיין קליין אינגעלע, זענען אים אנטקעגן געלאפן א גאנצע מחנה הינער, רופט זיך אן דער קליינער "טאטי, איך האב נישט מורא, מיין רבי האט מיר אויסגעלערענט אז 'השם לי', דער אייבערשטער איז מיט מיר, 'ולא אירא', איך האב נישט מורא פון קיינעם, קיינער קען מיר גארנישט טון!" אויף דעם איז מען געקומען דאנקען דעם באשעפער עד הנה עזרונו רחמיך. מען האט זיך געוואשן צו א שיינע סעודה, מען האט געזונגען זמירות, און געהערט עטליכע שיינע דרשות.&nbsp; הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א איז געווען דער יושב ראש, מען האט געהערט א שיינע דרשה פון הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א וואס האט גערעדט דער דבר המוסדות, און ארויסגעברענגט וואס איז אונזער ציל. אוזער ציל איז אריינצוברענגען אמונה נישט נאר אין אונז, נאר געדענקען אז עס זענען דא נאך אידן אויף דער וועלט, און יעדער קען העלפן צו פארשפרייטן אמונה פאר נאך אידן. דערנאך האט מען געהערט שיינע ווערטער פונעם אדמיניסטראטאר מו"ה רפאל פארסט הי"ו, וואס האט ארויסגעברענגט אז מיר דאנקען השי"ת אז מיר האבן געטראפן דעם פך שמן חתום בחותמו של כהן גדול, וואס מיט דעם צינדן מיר אן די 8 ליכט, די אכט מוסדות, די חדרים, מיידל סקולס, ישיבות, כוללים אין וויליאמסבורג, קרית יואל און קרית ברסלב. דערנאך האט הר"ר יואל מנחם גרשון שניטצלער שליט"א באדאנקט פאר אלע וואס האבן געהאלפן דרוקן די הייליגע בריוו "עצתו אמונה". דערנאך האט מען געהערט שיינע דיבורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס האט גערעדט איבער חינוך הבנים והבנות, און אז אן דעם איז גארנישט דא, איבער די חשיבות פון די מלמדים פון היכל הקודש, וואס זענען נישט קיין פשוטע מלמדים, זייערע הענט זענען געבינדן, מוהרא"ש לאזט נישט שלאגן, שרייען, און ארויסווארפן, זיי מוזן ארבעטן זייער שווער, מיט אלע סארטן קינדער. "די מלמדים זענען די טייערסטע וואס היכל הקודש פארמאגט". ומנותר קנקנים נעשה נס לשושנים 📸 דער ציבור ביים מלוה מלכה

    < זעה מער א טבת תשפ"ב 📝
  • שיינע באזוך פונעם ראש ישיבה שליט"א אין שטעטל

    &nbsp; פארגאנגענעם מיטוואך וישלח האט מען געהאט די זכיה צו האבן דעם ראש ישיבה אין שטעטל פאר א קורצע אבער גאר שיינע באזוך. דער ראש ישיבה איז אנגעקומען אינדערפרי צו די טעגליכע מנין שחרית זיבן אזייגער, נאכן דאווענען איז פארגעקומען דעם ברית רך הנולד ביי מו"ה&nbsp; אברהם הערש וועבערמאן הי"ו, עס איז געווען גאר שיין צו זען ווי די אינגעלייט נוצן אויס די הייליגע מינוטן ביים ברית און זענען זיך מתבודד מיטן אייבערשטן און בעטן זיך אויס זייערע בקשות פון אליהו הנביא וואס קומט צו יעדע ברית. דער ראש ישיבה שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און דערנאך געזאגט די ברכות און געגעבן א קריאת השם; ויקרא שמו בישראל "חיים". דערנאך האט מען זיך געוואשן צום סעודת ברית אין בית המדרש, ביי די סעודה האט דער ראש ישיבה גאר שיין ארומגערעדט וועגן די שיינקייט פון אידישע קינדער וואס מאכן א ברית מילה מיט גרויס שמחה, און דערנאך ארויסגעברענגט ווי וויכטיג עס איז פאר עלטערן אריינצוברענגען א פרייליכקייט אין שטוב, אזוי וועלן זיך די קינדער האלטן ביי אידישקייט און נישט וועלן אוועקלויפן חס ושלום. נאכן ברית איז דער ראש ישיבה געגאנגען באזוכן דעם בנין בית הדפוס וואס געפונט זיך הארט אונטערן בית המדרש, דער ראש ישיבה האט זיך אומגעקוקט אויף די ארבעט, דורכגעגאנגען געוויסע פרטים וואס מען קען בעסער און שענער מאכן פארן בית הדפוס. דערנאך האט דער ראש ישיבה אפגעשטאט א באזוך אינעם נייעם געשעפט אין שטעטל "באמבאלינא", וואו מען קען איינקויפן קליידונג און שטאפיר פאר נייע געבוירענע קינדער פאר גאר צוגענליכענע פרייזן, דער ראש ישיבה האט געקלאפט א מזוזה, און דערנאך איינגעקויפט אפאר זאכן. דער בעל הבית פונעם געשעפט האט געוואלט געבן פאר אומזיסט, אבער דער ראש ישיבה האט געזאגט ער וויל באצאלן די פולע פרייז. נאכדעם איז דער ראש ישיבה געגאנגען באזוכן די נייע הייזער וואס ווערן יעצט געבויעט. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער האט זייער הנאה אז די הייזער ווערן געבויעט מער טיפער אריין אינעם פראפערטי, נישט אזוי נאנט צו די ראוד אזוי איז עס מער איידעלער און באשיידן. אויך האט דער ראש ישיבה אפגעשטאט א באזוך אין די אפיסעס פון "פעסט בוילד" בוי פירמע וואס בויען די נייע הייזער אין שטעטל. דער ראש ישיבה איז דורך געגאנגען אלע נייע לאטס וואו מען פלאנט בקרוב צו בויען, און מען האט געוויזן פאר'ן ראש ישיבה אלע פרטים פון יעדע לאט, וואס און ווי גרויס מען קען דארט בויען, אזוי אויך איז מען דורך געגאנגען די פרטים פונעם שטח הבית החיים, און וואו עס האלטן די פערמיטס פארן בית החיים און ווי לאנג עס וועט נאך נעמען ביז דאס וועט זיין באשטעטיגט. ביים סוף האט דער ראש ישיבה אפגעשטאט א באזוך ביים נייעם מצה בעקעריי, וואס ווערט געבויעט מיט א גרויסע שנעלקייט און מען קען זען ווי די ארבעט רוקט זיך פאראויס יעדן טאג, עס איז שוין אנגעקומען געוויסע גרויסע חלקים פונעם מעכטיגן אויוון, וואס איז ספעציעל באשטעלט געווארן פאר'ן מצה בעקעריי דקהלתינו הקדושה. דער ראש ישיבה איז אדורך אלע וויכטיגע פרטים בנוגע די מצה בעקעריי, און געזאגט פונקטליך וויאזוי יעדע פרט דארף ווערן געמאכט כדת וכהלכה, בפרט אז מען רעדט דא פון א מצה בעקעריי וואו מען גייט באקן מצות פארן הייליגן יום טוב פסח, וואס דעמאלטס מוז דאס ווערן געמאכט מיט אלע חומרות והידורים, מער ווי א גאנץ יאר. מען האפט מיטן אייבערשטן'ס הילף צו קענען עפענען דעם מצה בעקעריי גענוג צייטליך, כדי עס זאל זיין גענוג מצה פאר אלע משפחות אנשי שלומינו וואס ווילן האבן מצה פון אונזער מצה בעקעריי, וואס וועט ווערן געבאקן מיט אלע חומרות והידורים, און וועט טראגן דעם הכשר פונעם דיין פון קרית ברסלב שליט"א. הרחיבו מקום אהלך

    < זעה מער כו כסלו תשפ"ב 📝
  • שאטל אין שטעטל "קרית ברסלב" שוין צוריק אין באנוץ

    ווי שוין באריכטעט אין די פארגאנגענהייט, איז איינגעשטעלט געווארן בערך א יאר צוריק א "שאטל" באס סערוויס פארן באנוץ פון די איינוואוינער און באזוכער אינעם שטעטל "קרית ברסלב" ליבערטי. דאס איז געווען ווען מיט די פילע פרישע צוגעקומענע ציבור וואס זענען געקומען וואוינען אין שטעטל איז די געגנט ווי דער עולם וואוינט געווארן זייער אויסגעשפרייט און ווייט, און דער ראש ישיבה האט דאן באשלאסן אז עס איז וויכטיג צו האבן צוגעשטעלט א גרינגע און ביליגע טראנספארטאציע סיסטעם, סיי אויף אנצוקומען פון איין זייט שטעטל צו די אנדערע, און סיי אויף ארויסצופארן פון שטעטל איינצוקויפן אין די לאקאלע געשעפטן. די שאטל איז געווען טאקע געווען אין באניץ ביז לעצטענס, בפרט אין די זוממער חדשים איז עס גאר גוט געווארן אויסגענוצט, סיי דורך די איינוואוינער וואס וואוינען אין שטעטל א גאנץ יאר, און אויך פאר די משפחות וואס קומען ארויס אין די זוממער חדשים וויילן אין שטעטל, פון וואס אלע האבן זייער הנאה געהאט. די לעצטע צייט האט זיך אבער געמאכט געוויסע קאמפליקאציעס מיטן שאטל, וואס האט צוגעברענגט אז מען זאל עס נישט קענען נוצן, וואס דאס האט שווער געמאכט צו קענען אנקומען פון איין פלאץ צום אנדערן. דער ראש ישיבה שליט"א האט זייער געוואלט אז די שאטל זאל צוריק אריין גיין אין דינסט ווי אמשנעלסטן, און ברוך השם אז דער שאטל איז שוין פארראכטן געווארן, צו יעדעמ'ס צופרידנהייט. אזוי אויך האט מען נויטיג דארפט אויפנעמען א דריייווער פארן שאטל, און שכח אייבערשטער מען האט געטראפן א גאר א גוטע און איבערגעגעבענע דרייווער. יעצט קען מען שוין מעלדן די גינסטיגע נייעס, אז ברוך השם דער שאטל איז שוין צוריק אויפן ראוד און באדינט ווייטער דעם ציבור, נאך בעסער און שענער פון וואס עס איז געווען ביז יעצט.

    < זעה מער יד כסלו תשפ"ב 📝
  • מקוה מלכה אין ביהמ"ד עצתו אמונה ליבערטי ווערט אט אט פארטיג

    אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי אויפן טווין ברידזש ראוד, געפונט זיך דער פערטער בית המדרש פון שטעטל "בית המדרש עצתו אמונה". אין דעם ביהמ"ד דאווענען מדי שבת בשבתו א שיינער ציבור פון עטליכע מנינים אידן, ווי מען ווארימט זיך אן מיט די דיבורים פון הייליגן רבין און זיינע הייליגע עצות. א גאר געשמאקע אטמאספער פון אחדות געפונט זיך אין דעם בית המדרש, אלע מתפללים שפירן זיך ווי א חלק פון בית המדרש, און יעדער פריידט זיך צו ארויסצוהעלפן און נעמען א חלק אין די הצלחה פונעם בית המדרש. דער ביהמ"ד ווערט געפירט דורכן באליבטן גבאי הר"ר יואל מנחם גרשון שניטצלער שליט"א, וועלכע לערנט פאר יעדן שב"ק דער שיעור אין סיפורי מעשיות און שלש סעודות, ווי ער איז מהנה דעם ציבור מיט די דיבורים געשעפט פונעם קוואל פונעם הייליגן רבין און זיינע תלמידים. דער מגיד שיעור הר"ר יעקב משה אינדארסקי שליט"א, לערנט פאר אין ביהמ"ד יעדן שב"ק און מוצש"ק א שיעור אין א דף גמרא בטוב טעם ודעת, און טאקע פאריגן שב"ק האט מען געפראוועט דעם סיום אויף מסכת ראש השנה, מיט די באטייליגונג פון די בחורים די תלמידים פון ישיבה קטנה וועלכע לערנען ביים מגיד שיעור הר"ר יעקב משה שליט"א. דער ביהמ"ד האט דער ראש ישיבה פארארדענט צו עפענען צוליב די פילע אידן וואס וואוינען אינעם געגענט, וועלכער איז זייער ווייט צו גיין צו סיי וועלכע אנדערע בית המדרש. בפרט ביינאכט ווען עס איז שטאָק פינסטער, אדער אין די גאר קאלטע ווינטער נעכט אין די הויכע שנייען. כאטש ביז יעצט איז מען זיך באגאנגען מיט א צייטווייליגע מקוה, האט דער ראש ישיבה שליט"א באשלאסן צו בויען אין דעם ביהמ"ד געהעריגע מקוה פאר שבת קודש. נאכן ארבעטן אויף די מקוה שוין עטליכע חדשים, איז מען שוין יעצט כמעט פארטיג. מען האט געמאכט א פראכטפולע באקוועמע מקוה, וואס וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף באנייען אויף דעם קומענדיגן יום טוב חנוכה הבע"ט. היינט, מאנטאג וישלח איז שוין ב"ה אנגעקומען די שיינע פראקטישע מקוה בענק, וואס איז נארוואס פארטיג געווארן. דא איז דאס פלאץ זיך צו באדאנקען פון די חשובע עוסקים במלאכת הקודש, וואס האבן אריינגעלייגט גאר אסאך כחות טאג און נאכט פאר די הצלחה פון דעם נייעם מקוה, מו"ה יואל ראזענבערג הי"ו, הר"ר יעקב משה אינדארסקי שליט"א, און מו"ה אברהם דוד לאקס הי"ו. דער אייבישטער זאל זיי באצאלן מיט אלעם גוטן. מה מקוה מטהר את הטמאים

    < זעה מער יב כסלו תשפ"ב 📝
  • פרישע דורכברוך אויף היי יאר תשפ"ב: א נייע מצה בעקערי אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי

    ביי אונז האלט מען נאך אינמיטן חודש חשון, און קוים וואס מיר טראכטן אז אין איבער א חודש קומט חנוכה. ביי אונז קומט נאך א לאנגע ווינטער ביזן יום טוב פסח הבעל"ט... ביים ראש ישיבה שליט"א איז שוין אבער באלד פסח. צוליב דעם וואס די קהילה איז זיך ברוך השם אזוי שיין צואוואקסן, האט דער ראש ישיבה שליט"א באשלאסן אז עס איז צייט אריינצושפרינגען אין א נייעם פרישן קאסטבארן פראיעקט פון בויען און אהערשטעלן א נייעם און מהודר'דיגע ברסלב'ע מצה בעקערי אינעם שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, וואס וועט מיטן אייבערשטנס הילף צושטעלן געשמאקע פיינע מצות לכבוד יום טוב פסח פארן געברויך פונעם גאנצן ציבור אנשי שלומינו. אין די צייט האט מען שוין אנגעהויבן אנגרייטן די פלאץ פארן מצה בעקעריי, מען גייט בעז"ה בויען א גרויסן ציגלנעם אויוון, אין וואס מען וועט נאך מיטן אייבערשטנ'ס הילף אנהייבן צו באקן מצות נאך פאר היי יאר פסח הבעל"ט. דער בעקעריי וועט בעז"ה האבן די שטרענגע השגחה פונם דיין שליט"א, וואס וועט זיכער מאכן אז די מצות זענען געבאקן מיט די העכסטע מאס כשרות שטאפלען, מיט אלע חומרות והידורים וואס עס פעלט זיך אויס. 🎞️ דער ראש ישיבה באקט מצות - ניסן תשע"ט

    < זעה מער יט חשון תשפ"ב 📝
  • שיינעם באזוך פונעם ראש ישיבה שליט"א אין תלמוד תורה אין קרית ברסלב ליבערטי

    פארגאנגענעם מיטוואך לך לך איז דער ראש ישיבה שליט"א געקומען אויף א באזוך זיך אומצוקוקן און שעפן נחת פונעם הערליכן שטעטל. דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט שחרית מיט'ן ערשטן מנין אין בית המדרש אויף האשקי, און גלייך דערנאך איז דער ראש ישיבה אריבער אין חדר, און האט אפגעווארט די קינדער בשעת זיי זענען אראפגעקומען פון די באסעס. דער ראש ישיבה שליט"א איז אריין אין כיתה ד' צום חשובן מלמד הר"ר הערשל שניטצלער שליט"א, בשעת דער מלמד איז געזיצן און געלערנט מיט די קינדער. דער ראש ישיבה שליט"א האט דארט אנגערופן עטליכע עלטערן, און זיי געזאגטווי וואויל זייערע קינדער זענען און ווי שיין דרך ארץ'דיג זיי פירן זיך אויף. דער ראש ישיבה האט דערנאך איבערגעשמועסט איבערגעגאנגען מיטן מלמד וויאזוי זיך צו פירן בפרטיות מיט יעדן קינד אין קלאס. דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריין אין נורסערי צום מלמד הר"ר יעקב יאקאבאוויטש שליט"א, ווי דער ראש ישיבה האט געטיילט פאר אלע קינדערלעך א טשאקאלאד, און געטאנצן מיט זיי מיטן ניגון "א מחיה חדר...", "א מחיה רבי יאקאבאוויטש...", און אזוי ווייטער. נאכדעם איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבער צו בית פיגא סקול און געגעבן א שיעור פאר די תלמידות און גערעדט איבער די וויכטיגקייט פון אידישע קינדער זיך צו פירן מיט דרך ארץ, און אז ביים הייליגן רבי'ן איז געווען א יסוד 'דרך ארץ' און מיר דארפן זיך פירן אינעם רבינ'ס וועג. דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר די מיידלעך, "איך האב געברענגט פאר ענק די בעסטע טיטשער'ס, האט שכל און הערט אויס וואס זיי זאגן. די שכל וועט עטץ מיטנעמען נאך די חתונה!". דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א איבערגעגאנגען מיט די לערערינס וויאזוי זיך צו באגיין מיט יעדע תלמידה באזונדער, און אראפגעשטעלט וואס די יסודות זענען פון בית פיגא סקול. אויך האט זיך דער ראש ישיבה אומגעקוקט אויף די ארבעט אינעם בנין וואס ווערט יעצט געמאכט, ווי מען לייגט צו פרישע קלאסן פאר די געברויך פונעם תלמוד תורה. דער באזוך האט גאר שטארק אויפגעפרישט די איינגעשטעלטע, די תלמידים ותלמידות, וואס האבן באקומען פרישע חיות ווייטער אנצוגיין, און זיך מחדש זיין מיט די עצות והדרכות וואס דער ראש ישיבה לערנט מיט אונז.

    < זעה מער יח חשון תשפ"ב 📝
  • יארצייט סעודה פון הייליגן רבין, דאנערשטאג נאכט חוה"מ סוכות אין שטעטל

    קומענדיגע וואך חול המועד סוכות וועלן זיך חסידים ואנשי מעשה צוזאם קומען אין אלע שטעט און שולן איבער די וועלט, צו פראווען דעם 211'סטע יארצייט פון הייליגן רבין זי"ע, וואס פאלט אויס דעם צווייטן טאג חול המועד סוכות, אין טאג פון אושפיזא דמשה רעיא מהימנא, ווי מען וועט שמועסן און חזרן דעם הייליגן רבינס עצות און חיזוק, און זיך מחזק זיין אויף ווייטער צו לעבן מיט די הייליגע עצות, און זיך טיילן מיט די גרויסע ירושה וואס דער רבי האט אונז איבערגעלאזט. אין ביהמ"ד היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי אויף 181 האשקי רד. וועט מען זיך אי"ה צוזאם קומען דאנערשטאג נאכט דעם ערשטן טאג חול המועד, אור ליום י"ח תשרי, אום 8:00 ווי מען וועט פראווען דעם יארצייט אינעם גרויסן סוכה וואס איז געווארן אויפגעשטעלט אין הויף פון ביהמ"ד ווי מען וועט זיך וואשן צו א שיינע סעודה לכבוד די הילולא פונעם הייליגן רבין זי"ע. דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה געבן א שיינע שמועס פול מיט דברי הדרכה און חיזוק, אזוי אויך וועט מהנה זיין בזהשי"ת א שיינע קאפעליע. נאכן בענטשן וועט מען בעז"ה טאנצן בתופים ובמחולות אין ביהמ"ד לכבוד שמחת בית השואבה. תאו והתכנשו להילולא דרבינו 🎞️ שחרית סוכות תשפ"א ביים ראש ישיבה 📰 יארצייט סעודה אין וויליאמסבורג סוכות תשע"ט 📰 היינט דינסטאג שיעור התחזקות פאר אינגעלייט - הכנה ליום הקדוש 📚 קונטרס שמחת תורה פון מוהרא"ש אויף אידיש - $1.49 📚 קונטרס סדר הקפות נוסח ברסלב אידיש - $1.99 📖 סעט משניות $12.99 📚 פראקטישע לוח ברסלב אידיש $1.99 📰 געהויבענע ראש השנה תשפ"ב אריבער אין אומאן &nbsp;

    < זעה מער ח תשרי תשפ"ב 📝
  • נאך א פרישער בית המדרש אין שטעטל

    &nbsp; אזוי ווי דער שטעטל צואוואקסט זיך קע"ה און עס איז קומען כסדר צו נאך תושבים אינעם שטעטל, און מען וואוינט היפש צושפרייט איינער פון דעם צווייטן, האט דער ראש ישיבה אנגעוויזן צו עפענען פילע פרישע בתי מדרשים וואס וועלן גענוצט ווערן אויף די שבתים וימים טובים, אויף אלע זייטן פון שטעטל. יעצט איז געקומען די רייע צו עפענען דער פערטער בית המדרש אין שטעטל - דאס מאל אין די מיידל קעמפ. דער מנין איז געגרינדעט געווארן ווען במשך דעם זומער האבן זיך אויפגעהאלטן דארט מערערע משפחות וואס קומען פארן זומער אין שטעטל, און די נענטסטע בית המדרש איז א גוטע האלבע שעה צו גיין, אזוי האט זיך פארמירט דער מנין צוערשט אויף פרייטיג צונאכטס. יעצט אפילו ווען דער זומער סעזאן האט זיך שוין געענדיגט בשעה טובה ומצלחת, וועט אבער דער מנין ווייטער אנהאלטן בעזהשי"ת פאר די אלע משפחות וואס וואוינען אינעם געגענט, יעדע ליל שבת קודש. יעצט ארבעט מען בס"ד צו פארשאפן א ספר תורה פארן פרישן בית המדרש, און אזוי וועט מען אויך קענען דאווענען מנחה און שלש סעודות. דערווייל - אזוי ווי עס פארמאגט נאכנישט קיין מקוה אויפן פלאץ - וועט מען נאך נישט דאווענען דארט שחרית שבת קודש אינדערפרי. ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ 🛒 נייע הערליכע קענוועס בילד פון מוהרא"ש צו באקומען 📚 ראש השנה ביי צדיקים 📸 דער ראש ישיבה טיילט אויס ספרים מיטצונעמען קיין אומאן פאר די מפיצים

    < זעה מער כב אלול תשפ"א 📝
  • בריוון פון חשובע רבנים און דיינים שליט"א צו די הכתרה פונעם דיין שליט"א

    אנשי שלומינו זענען נאך אונטער'ן רושם פון דעם גאר געהויבענעם און פרייליכן "מעמד הכתרה" וואס מ'האט מיטגעלעבט פארגאנגענע וואך זונטאג, ווען מען האט אויפגענומען דעם חשובן דיין, הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א, אלס דיין ומורה צדק אין קרית ברסלב ליבערטי. פילע רבנים און דיינים שליט"א, ספעציעל די ביי וועמען דער דיין שליט"א האט געלערנט און גענומען שימוש, האבן געשריבן בריוון צו די קהלה, איבער דעם גרויסן כח התורה וההוראה פונעם חשובן דיין שליט"א, אז מ'זאל אויפנעמען דעם דיין בכבוד הראוי, און זיך צוהערן און פאלגן זיינע פסקים, און אזוי וועט מען זייער שיין מצליח זיין בעז"ה. צווישן די פילע בריוו שטארט ארויס דער מכתב קודש פונעם קארסלבורגער רב שליט"א, וואס האט זיך נישט געקענט באטייליגן ביים גרויסן מעמד, אזוי ווי ער געפונט זיך יעצט אין עיה"ק מירון אין ארץ ישראל, וואס דרוקט אויס זיינע פריידיגע געפילן אויף דעם גרויסן געשעעניש, ער ברענגט ארויס די מעלות און חשיבות פונעם חשובן דיין שליט"א, און בעט ביי די אנשי הקהלה זיי זאלן זיך צוהערן צום דיין, און פאלגן זיינע פסקים. פאלגנד איז דער לשון פונעם מכתב קודש: בעזהשי"ת כ"ו אב, יומא דהילולא של מרן רבינו הק' זי"ע, לסדר לשכנו תדרשו ובאת, פעיה"ק מירון תו"ב תשפ"א לפ"ק בשורה טובה תדשן עצם ותחד לבבינו, בשמענו שהגיע עת משוש בעיר המעיטרה קרית ברסלב ליבערטי נוא יארק, העומדת תחת נשיאותו של בני בכורי הרגה"צ ר' יואל שליט"א, להעמיד עליהם איש על העדה לישב על כסא ההוראה אשר יצא ואשר יבא לפניהם לפי רוחו של כל אחד ואחד ויסבול עול הציבור, ה"ה המופלא ומופלג במ"ח דברים שהתורה נקנית בהן, השקדן העצום, כבוד הרה"ג מוהר"ר יונה זינגער שליט"א, ביודעי ומכירי קאמינא, כבר שנים רבים דעייל ונפיק אצלינו, וטיילנו כמה ארוכות וקצרות האיך לדון ולהורות לשואלים בדבר ה' זו הלכה, והראה כוחו הגדול לענות בשפה ברורה בסברא ישרה לעומקא דדינא וקולע אל השערה, וכבר נשמע קולו בבואו אל הקודש בבית הוראה קארלסבורג עוד בחיים חיותו של מרן אמ"ו ז"ל הכ"מ, על רב תבונתו וחכמתו ויראתו להשיב שואלי דבר, ושימש הרבה אצלנו, וכל דרכיו ונתיבותיו שלום ונועם על דרך תוה"ק, ולו נאה ויאה להיות נמנה בין המורי"ם בצדקה, יורה יורה כדת של תורה, ובכן אתן את ברכתי שיתקיים אצלו וה' עמו מלמד שהלכה כמותו בכל מקום. ואל אנשי הקהלה אבקש, אנא ראו להרים קרנו בכבוד, ואליו תשמעון כקטון כגדול, ואז תזכו שיעשה פרי לטובה וכרועה עדרו ירעכם, ובמהרה נזכה שיתקיים הכתוב (ישעיה א כו) ואשיבה שופטים כבראשונה, בהרמת קה"ת וישראל ובנין ביהמ"ק אס"ו. הכו"ח למען כבוד התוה"ק ועמליה הק' משה רוטה &nbsp; אויך דער חשובער דומ"ץ קהל עדת יראים וויען, הרה"ג מוה"ר שמחה שטראהלי שליט"א, האט געשריבן גאר ווארעמע ווערטער פאר די איינוואוינער פון שטעטל, אז ער האט אסאך געלערנט מיט'ן דיין שליט"א אין פילע מקצועות אין שלחן ערוך, ער איז מעיד איבער זיין געוואלדיגע התמדת התורה און איבער זיין כח צו פסק'ענען שאלות לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא, און ער ענדיגט צו מיט א ברכה אז ער זאל מצליח זיין אין זיין נייעם פאסטן. פאלגנד איז דער לשון המכתב: בס"ד ישמח לבי על בשורה טובה ששמעתי מקרית ברסלב בעיר ליבערטי נ'י', העומדת תחת נשיאות ידידי מאז הגה"צ ר' יואל ראטה שליט"א, להכתיר עליהם איש על העדה, להורות להם דבר ה' זו הלכה, ה"ה ש"ב הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א. והנה באתי להעיד שאני מכיר את הרה"ג הנ"ל כבר משנים רבות, והוא עוסק בתורה הקדושה בהתמדה רבה כמה שנים לטובה ביגיעה רבה לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא בדבר ה' זו הלכה, וכמבואר בגמ' שאין להקב"ה בעולמו אלא ד' אמות של הלכה בלבד. וטיילתי עמו בהרבה מקצועות בש"ע זה כמה שנים לטובה ונוכחתי לדעת שיודע לדון ולפסוק ולפלפל בסברא ישרה לעומקה של הלכה כדת של תורה. ובכן אתן את ברכתי שיזכה לדון ולהורות לאמיתה של תורה בלי שום מכשול, ויפוצו מעיינות תורתו חוצה, ללמוד וללמד ולשמור ולעשות מתוך רוב נחת והרחבת הדעת, ויתרחבו גבולי הקדושה והטהרה, ובזכות זה נזכה לביאת משיח צדקנו בב"א. הכו"ח למען כבוד התורה, ביום ז' אלול תשפ"א לפ"ק הק' שמחה אהרן שטראהלי &nbsp; און אזוי ווייטער האבן נאך חשובע דיינים שליט"א געשיקט בריוון ספעציעל צום מעמד, צווישן זיי הרה"ג ר' אלטר אליעזר הורוויץ שליט"א, רב דביהמ"ד קדושת יו"ט סאטמאר ב"פ; הרה"ג ר' שאול יחזקאל שווארץ שליט"א, דומ"ץ דעברעצין; און נאך. דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער דיין שליט"א זאל מצליח זיין אין זיין הייליגע ארבעט מיט הרחבת הדעת און אלע ברכות וישועות. אלא ד' אמות של הלכה בלבד! 📰 געהויבענע מעמד הכתרה אין קרית ברסלב ליבערטי 📸 בילדער 🎦 קליפס 🛒 לוח ברסלב אידיש תשפ"ב &nbsp; 📚 ראש השנה ביי צדיקים &nbsp;

    < זעה מער יז אלול תשפ"א 📝
  • געהויבענע "מעמד הכתרה" אין קרית ברסלב ליבערטי

    גאר געהויבענע און פרייליכע מאמענטן האבן אנשי שלומינו מיטגעלעבט דעם זונטאג ביים "מעמד הכתרה", ווען מען האט אויפגענומען דעם חשובן דיין, הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א, אלס דיין ומורה צדק אין קרית ברסלב ליבערטי. פילע הונדערטער אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט מיטצוהאלטן דעם גרויסן מעמד וואס מאכט זיך נישט יעדן טאג, ווי אויך די קרובי המשפחה פונעם דיין שליט"א וואס זענען געקומען זיך מיטפרייען מיט די גרויסע שמחה. דער עולם האט זיך געוואשן צו א רייכע סעודה ווי עס פאסט פאר אזא חשובער מעמד, און הנאה געהאט פון די טאלאנטפולע "הלוים" קווייער וואס האט מהנה געווען דעם ציבור. דער אויבנאן איז באשיינט געווארן דורך חשובע רבנים און דיינים, טייל ביי וועמען דער דיין שליט"א האט געלערנט און גענומען שימוש, פאלגענד איז א טיילווייזע רשימה פון די חשובע רבנים און דיינים; הרה"ג ר' שמחה שטראהלי שליט"א, דומ"ץ קהל עדת יראים וויען; הרה"ג ר' שאול יחזקאל שווארץ שליט"א, דומ"ץ דעברעצין; הרה"ג ר' יחיאל שטיינמעטץ שליט"א; דומ"ץ במאנסי ומומחה גדול לעניני עירובין, וואס האט געבויעט דעם גיגאנטישן פראכטפולן עירוב אין קרית ברסלב און געבט דעם הכשר דערויף; זיין זון הרה"ג ר' חיים מאיר שטיינמעטץ שליט"א; הרה"ג ר' שאול יחזקאל פאנעט שליט"א, מו"ץ בבית הוראה קארלסבורג; הרה"ג ר' אברהם גראס שליט"א, דומ"ץ במאנסי; הרה"ג ר' אלחנן רוטה שליט"א, א ברודער פונעם ראש ישיבה שליט"א; הרה"ג ר' יודל זינגער שליט"א, טאטע פונעם דיין שליט"א; הרה"ג ר' שמחה פנחס שטראהלי שליט"א, שווער פונעם דיין שליט"א, עטליכע רבני כולל "היכל הקודש"; און נאך. דער יושב ראש, הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א, האט געעפנט דעם מעמד מיט א ברוכים הבאים פאר אלע פארזאמלטע, און האט ארויסגעברענגט די פרייליכע און ווארעמע געפילן אין אזא צייט ווען מ'נעמט אויף א דיין אין שטאט, נאכדעם וואס דער שטעטל צואוואקסט זיך אזוי שנעל און שיין, בכמות ובאיכות. דאן האט ער פארגעליינט א בריוו פון כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א, וואס געפונט זיך יעצט אין עיה"ק מירון אין ארץ ישראל און דערפאר האט ער זיך נישט געקענט באטייליגן ביים מעמד, און האט געשיקט ספעציעל א בריוו לכבוד די הכתרה. אינעם בריוו ברענגט דער רב שליט"א ארויס זיין שמחה אז מ'נעמט אויף דעם חשובן דיין אין שטעטל, מיט וועמען ער האט אסאך געלערנט און קען מעיד זיין אז ער איז ראוי לאותו איצטלא, צו פסק'ענען שאלות פאר אידישע קינדער, און ער ענדיגט צו מיט א בקשה צו די איינוואוינער פון שטעטל צו מכבד זיין דעם דיין ווי עס פאסט, און אויסהערן און פאלגן זיינע הוראות. דערנאך האט מען מכבד געווען דעם דעברעצינער דיין שליט"א מיט א דרשה. דער דעברעצינער דיין האט ארויסגעברענגט זיינע געפילן איבער דעם וואס מ'נעמט אויף דעם חשובן דיין אין שטאט, די זכי' אז מ'קען אויפנעמען א דיין וואס איז אויפגעוואקסן שוין פון אלס קינד דא אין די קהלה ביים ראש ישיבה שליט"א, און ער האט זיך ארויפגעארבעט אלס אזא גרויסער תלמיד חכם און מורה הוראה מובהק, וואס קען און ווייסט ווי אזוי צו פסק'ענען לאמיתה של תורה. דער דיין שליט"א האט דערציילט אז אין די ערשטע העלפט פונעם זומער איז ער געווען אינדרויסן פון שטאט, טאקע נישט ווייט פון קרית ברסלב, און דאן האט ער געשטעלט דעם דיין ר' יונה שליט"א אויף זיין פלאץ אין שטאט, צו פסק'ענען שאלות, וויסנדיג אז ער קען זיך אינגאנצן פארלאזן אויף אים. און גלייכצייטיג האט ער אין די צייט קעגנגעלערנט די איינוואוינער פון שטעטל, די ערליכקייט און איידלקייט וואס מ'זעט אויף תלמידי היכל הקודש, יראים ושלמים, דאס בעסטע וואס כלל ישראל פארמאגט, וואס איז א זעלטענהייט צו זען. גלייכצייטיג האט ער ארויסגעברענגט די פילע מעלות פונעם פרישן דיין שליט"א, און צוגעענדיגט מיט ברכות אז דער דיין שליט"א זאל מצליח זיין אין זיין הייליגע ארבעט. דאן איז ארויפגעקומען אויפ'ן בימה איינער פון די חשובע חברי הנהלת הקהלה, מו"ה יואל ראזענבערג הי"ו, וואס האט אריינגעלייגט גאר אסאך כוחות אינעם שטעטל; ער האט פארגעליינט דעם "כתב התמנות", אויפצונעמען דעם פרישן דיין שליט"א צו דינען אלס דומ"ץ קרית ברסלב ליבערטי. דערנאך האט ער גערעדט אפאר ווערטער לשבחם פון די חשובע אינגעלייט, די חברי הנהלת הקרי', וואס ארבעטן אזוי שווער אויפצובויען דעם שטעטל, די פילע יגיעה און פלאג וואס ווערט אריינגעלייגט אז דער שטעטל זאל וואקסן און בליען לשם ולתפארת, און וויפיל מ'דארף זיי מכיר טובה זיין אויף דעם. דערנאך האט מען אויפגערופן דעם חשובן דיין ר' יונה שליט"א פאר א דרשה. דער דיין שליט"א האט אנגעהויבן מיט די גרויסקייט פון בויען א שטעטל מיט'ן ציל צו דינען דעם אייבערשטן, נאכברענגדיג ווערטער פון הייליגן חתם סופר איבער דעם ענין, און אזוי ווייטער מאריך געווען מיט שיינע דברי תורה. דער דיין שליט"א האט דערציילט וואס ער געדענקט נאך אלס קליין קינד ווי אזוי זיין טאטע שליט"א איז איין טאג אהיימגעקומען מיט אן היתר הוראה וואס ער האט באקומען, און דערציילט פאר די קינדער אז ער האט געלערנט פלייסיג און אזוי זוכה געווען צו דעם, און כאטש וואס ער האט דעמאלט נאכנישט פארשטאנען וואס דאס מיינט פונקטליך, האט דאס אים אבער שוין דעמאלט אריינגעגעבן דעם חשק אז איין טאג וועט ער אויך זוכה זיין צו דעם, און מיט דעם האט ער ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון ארייננעמען די קינדער זיי זאלן מיטהאלטן ווי דער טאטע לערנט, און דאס וועט זיי געבן די שטופ און חשק אויך צו לערנען פלייסיג און מצליח זיין אין תורה. דער דיין שליט"א האט ארויסגעברענגט זיין הכרת הטוב פאר זיין טאטע, זיין שווער, און די גאנצע משפחה, וואס האט אים ארויסגעהאלפן ער זאל קענען לערנען און אנקומען צו זיין הצלחה. ווייטער האט דער דיין שליט"א זיך באדאנקט פאר'ן ראש ישיבה שליט"א ביי וועמען ער האט געלערנט שוין פון די צוועלף יאר אלט, און נאר דורך די לימודים פון הייליגן רבי'ן וואס ער האט געלערנט ביים ראש ישיבה שליט"א האט ער געקענט אזוי שיין מצליח זיין. און ער האט צוגעענדיגט מיט א תפלה צו קענען געטריי באדינען די גאנצע קהלה אין אלע הלכה'דיגע ענינים פאר לאנגע יארן. דערנאך האט דער שווער פונעם דיין שליט"א, הרה"ג ר' שמחה פנחס שטראהלי שליט"א, גערעדט פאר'ן עולם, ער האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון אויפנעמען א דיין אין שטאט, אזוי ווי מ'האט געלערנט די פאריגע וואך, "שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך", און ווי רש"י זאגט אז דער זכות פון אויפנעמען ערליכע דיינים איז גענוג צוריק צו ברענגען אידן קיין ארץ ישראל. ער האט גערעדט פון די גרויסע זיידעס פון וועמען דער דיין שליט"א שטאמט, און זייערע גרויסע זכותים וועלן אים זיכער באגלייטן, ער זאל האבן גרויס סייעתא דשמיא. און ער האט צוגעענדיגט מיט א ברכה משולשת, א ברכה פאר כלל ישראל, וואס איז דורכגעגאנגען ליידער אזא שווערע יאר מיט אזויפיל צרות, און דער רבי זאגט אין ספר המדות "על ידי העמדת דיינים כשרים נתבטל הצרות", איז יעצט א גרויסע עת רצון צו פועל'ן אז צום נייעם יאר זאל מען מער נישט הערן פון קיין שום צרות ביי אידישע קינדער; א ברכה פאר די חשובע איינוואוינער פון קרית ברסלב זיי זאלן מצליח זיין אין אלעס, און צום לעצט א ברכה פאר זיין חשובן איידעם, דער פרישער דיין שליט"א, אז ער זאל מצליח זיין מיט זיין עבודת הקודש, יאריך ימים על ממלכתו. ביים מעמד האט מען אויך באערט דעם חשובן חבר ההנהלה, הרבני הנגיד מו"ה שבתי מזרחי הי"ו, וואס לייגט אריין אזויפיל כוחות אינעם אויפבוי פונעם שטעטל, פון אנהויב ביז יעצט, וואס האט יעצט מנדב געווען דעם הערליכן בנין המוסדות, ווי די טייערע תינוקות של בית רבן פון שטעטל לערנען תורה א גאנצן טאג. דער גרויסער בנין המוסדות, א בנין רחבת ידים, וואו דער מעמד הכתרה איז פארגעקומען, איז גאר א גרויסע הילף פאר די מוסדות, די ברייטע קלאס צימערן און די גרויסע זאלן, געבן הרחבת הדעת פאר די מלמדים און תלמידים צו קענען לערנען תורה מיט א רואיגקייט. דער שיינער בנין איז נתנדב געווארן דורך ר' שבתי, און וועט גערופן ווערן אויף זיין נאמען "בנין שבתי". ווי אויך איז ארויפגערופן געווארן בכבוד הראוי, הרבני הנגיד מו"ה יואל גאלדבערגער הי"ו, אב"י בקרית יואל, וואס די קהלה האט א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר אים, אויף דעם וואס ער העלפט גאר אסאך ארויס די הייליגע מוסדות מיט אלע לעגאלע אנגעלעגנהייטן וואס פעלט זיך אויס. שוין לאנגע יארן וואס ר' יואל שטייט צו די האנט פונעם ראש ישיבה שליט"א ארויסצוהעלפן מיט וואס נאר מעגליך, טעג און נעכט געבט ער אוועק אז די הייליגע מוסדות זאלן קענען אנגיין אומגעשטערט, און קענען אויפטון און מקרב זיין אזויפיל אידן צום אייבערשטן. דערנאך האט גערעדט דער וויענער דיין שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט אז ער שפירט א זכי' צו קענען אויפטרעטן בשבחו פונעם דיין ר' יונה שליט"א, מיט וועמען ער האט אסאך געלערנט פילע מקצועות התורה, די קלארקייט וואס ער האט אין הלכה, און האט אנגעוואונטשן אז די סייעתא דשמיא זאל אים שטענדיג באגלייטן בכל אשר יפנה. דאן האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, די גרויסע שמחה פון די גאנצע קהלה אז מ'איז זוכה אויפצונעמען א דיין אין די קהלה, און האט באטאנט די געוואלדיגע התמדת התורה פונעם דיין שליט"א אלע יארן, די פילע שיעורים וואס ער האט אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, ער איז זוכה צו ענדיגן יעדעס יאר ש"ס, שוין דורכגעלערנט הונדערטער מאל ששה סדרי משנה, און אזוי ווייטער זיינע פילע שיעורים בכל מקצועות התורה, און איז ער אנגעקומען צו זיין שטארקע הצלחה במעלות התורה, און דאס איז א זאך וואס יעדער קען נאכמאכן, נישט יוצא זיין מיט'ן דיין'ס לערנען, נאר יעדער זאל זיכער מאכן צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, אויפ'ן סדר דרך הלימוד קען יעדער איד, אין יעדן מצב, אויך לערנען תורה, קיינער קען זיך נישט ארויסדרייען פון די הייליגע תורה. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט פון דעם וואס מענטשן כאפן נישט וויפיל א דיין געבט זיך אוועק פון זיך פאר אנדערע אידן, מ'כאפט נישט וויפיל צייט א דיין געבט אוועק צו ענטפערן שאלות, ער געבט אוועק זיין טאג און נאכט צו העלפן אידישע קינדער. אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט די וויכטיגקייט פון פרעגן יעדע שאלה און ספק פון א דיין, אויסלערנען אויך פאר די קינדער אז א איד מוז האבן א דיין צו פרעגן אלע זיינע ספיקות, מ'קען זיך נישט אליין פסק'ענען. חז"ל זאגן אז ווער ס'איז מכבד תלמידי חכמים וועלן זיינע קינדער זיין תלמידי חכמים, קינדער שמעקן זייער גוט וואס איז חשוב ביי די עלטערן, אויב עלטערן זענען נאר פארנומען מיט געלט, הייזער, קארס, און אנדערע נארישקייטן, קען מען נישט צווינגען די קינדער ליב צו האבן תורה, אבער אז די קינדער זעען אז ביי די עלטערן איז חשוב די הייליגע תורה, מ'איז מכבד תלמידי חכמים און ערליכע אידן, וועלן די קינדער אויך באקומען א ליבשאפט צו די הייליגע תורה. און דער ראש ישיבה שליט"א האט פארענדיגט מיט דברי ברכה פאר'ן חשובן דיין שליט"א, ער זאל קענען מדריך זיין די אידן פון שטאט אויפ'ן ריכטיגן וועג, בדבר ה' זו הלכה, ווי אויך ווייטער ממשיך צו זיין מיט זיין אמט אלס ראש הכולל, און אויפשטעלן נאך פילע דיינים. נאך די דרשות איז דער גאנצער עולם דורכגעגאנגען אנצוואונטשן ברכת מזל טוב פאר'ן דיין שליט"א, און מ'האט זיך ארויסלאזט אין פייערליכע טענץ בשמחת התורה. ביים סוף האט מען געבענטשט ברכת המזון, און דער עולם איז זיך צעגאנגען מיט התרוממות הנפש, נאך א אזא דערהויבענער מעמד נשגב וואס וועט בלייבן אין די ביינער פון אלע באטייליגטע פאר לאנגע יארן. אין לו להקב"ה אלא ארבע אמות של הלכה בלבד! 📸 בילדער 🎦 קליפס 🛒 לוח ברסלב אידיש תשפ"ב 📚 ראש השנה ביי צדיקים &nbsp;

    < זעה מער יב אלול תשפ"א 📝
  • היסטארישע מעמד הכתרה אין קרית ברסלב ליבערטי היינט אום 5:30 נאכמיטאג

    קרעדיט: מו"ה משה ווייזער הי"ו אין די מינוטן ווערן געמאכט די לעצט מינוטיגע צוגרייטונגען צום גרויסן הכתרה. ווער דער גאנצער ציבור אנשי שלומינו וועט אפגעבן דעם ריכטיגן כבוד התורה ביים מעמד הכתרה וואו דער ראש ישיבה שליט"א וועט ממנה זיין דעם ראש הכולל הרה"ג ר' יונה זיגער שליט"א אלץ דיין ומורה צדק קהלה קדושה קרית ברסלב ליבערטי. די פירמע "פיוזשען איווענטס" האט אראפגעלייגט א הערליכע ארבעט מיט צוגרייטן בס"ד א הערליכע פראגראם, עס וועט מהנה מיט נגינה די בארימטע "הלווים" כאאר, צוזאמען מיטן הערליכען מוזקאנט ר' ישראל גאלדשטיין הי"ו, וואס וועלן אראפלייגן גאר שיינע שטיקלעך, און שיינע נגינה צום גרויסן מעמד און אויך אלץ הכנה צו די הייליגע טעג הממשמשים ובאים. אזוי אויך איז א גאר רייכע און געשמאקע סעודה געווארן צוגעגרייט געווארן פאר אלע משתתפים, און דער זאל איז געווארן גאר שיין אהערגעשטעלט מיט גענוג זיץ פלעצער פארן גאנצן ציבור, מען זאל קענען גוט מיטהאלטן און הנאה האבן פונעם שיינעם מעמד. דער ראש ישיבה שליט"א, דער נייער דיין שליט"א און נאך פילע רבנים שליט"א ביי וועם דער דיין האט גענומען שימוש וועלן אויפטרעטן מיט שיינע דרשות. אין א גוטע בשורה פאר די חשובע פרויען ווערט איבערגעגעבן אז עטליכע איבערגעגעבענע פרויען האבן זיך וואלוטירט צוצושטעלן בעיבי סיטינג, אזוי אז אויך מאמעס מיט בעיביס זאלן קענען קומען און מיטהאלטן דעם שיינעם מעמד אומגעשטערט. דער אדרעס פונעם זאל איז, 39 טשעסטנאט סט. ליבערטי ניו יארק 12754 (לינק צו גוגל מעפס). דער פראגראם הייבט זיך אן בסעייתא דשמיא אום 5:30 נאכמטאג. על ידי דיינים כשרים, התורה חביבה בעולם (ספר המידות) 📚 ראש השנה ביים צדיקים 📖 תיקוני זוהר מנקד (מנהג לומר בחודש אלול - שיחת הר"ן רצ"ד) 📚 לוח ברסלב תשפ"ב לשון הקודש 📚 ניי: לוח ברסלב תשפ"ב אין אידיש

    < זעה מער ז אלול תשפ"א 📝
  • רוב טיקעטס שוין אויספארקויפט ביים מעמד הכתרה פונעם דיין שליט"א קומענדיגן זונטאג

    קרעדיט: מו"ה ארי פיש הי"ו מיט גרויס עקסטאז גרייטן זיך אנשי שלומינו צום געהויבענעם מעמד הכתרה, וואס וועט פארקומען בעזרת השם יתברך אום זונטאג פרשת תצא, ז' אלול הבעל"ט, און וועט אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר אינעם גרויסן אוידיטאריום פונעם בנין המוסדות אין ליבערטי, ווי מען וועט אפגעבן דעם פאסיגן כבוד התורה, ווען דער ראש ישיבה שליט"א וועט ממנה זיין דעם גרויסן תלמוד חכם וואס יראתו קודמת לחכמתו הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א אלץ דיין ומורה צדק בקהילת היכל הקודש ברסלב ליבערטי, און וועט בעז"ה שטיין צום דינסט פונעם ציבור צו פסק'נען שאלות. מען האט אויפגענומען דעם בארימטן "פיוזשען איווענט" פירמע אנגעפירט דורכן טאלאנטפולן ר' יואל ווערצבערגער ני"ו, אנצופירן אלע טעכנישע ענינים פונעם מעמד, דער הערליכע פראגראם, דער אויסשטעלן פונעם זאל, די סעודת מצוה, און די שירה וזמרה. עס וועט מהנה זיין ביים מעמד די בארימטע "הלווים" קווייער צוזאמען מיטן בארימטן שפילער ר' ישראל גאלדשטיין הי"ו, מען ארבעט אויס הערליכע ניגונים און פרקי חזנות וואס וועט הערליך אראפגעלייגט ווערן לכבוד דעם גרויסן און היסטארישן מאורע, אזוי אויך וועט מען זינגען ווארימע ימים נוראים ניגונים אלץ הכנה צו די הייליגע טעג וואס קומט שוין אט אט. אויך ווערט אויסגעארבעט די דעטאלן פונעם גרויסן סעודת מצוה וואס וועט זיין צוגעגרייט פאר אלע משתתפים, אויך גרייט מען צו א באזונדערע פלאץ פאר די קינדער צו קענען מיטהאלטן די כבוד וואס מען געט פאר די תורה. מען האט אפגעשמועסט מיט די פאליציי און מסדר זיין די טרעפיק און פארקינג, צו די צופרידנהייט פון אלע משתתפים. מען גרייט צו עטליכע פארקינג ערטער אינעם געגענט צו קענען אקאמאדירן דעם ציבור. אבער מיט'ן ערווארטונג פונעם גרויסן ציבור איז נישט מעגליך צוצושטעלן גענוג פארקינג אינעם געגענט, דעפאר וועט צוגעשטעלט ווערן שאטל באסעס פון שטעטל אהין און צוריק עקסטער פאר מענער און פרויען, וואס וועט טראגן דעם ציבור. מען בעט טאקע דעם ציבור זאל למען הצלת המעמד נאר צו פארקן אין שטעטל און פון דארט נעמען דעם שאטל וואס וועט צוטראגן בעזרת השם צום טיר פון זאל.&nbsp; עס וועלן אויפטרעטן דער ראש ישיבה שליט"א, דער דיין שליט"א און נאך פילע רבנים ביי וועם דער דיין שליט"א האט געלערנט די אלע יארן און גענומען שימוש. דער ראש ישיבה שליט"א טוט איינלאדענען אלע אנשי שלומינו מיט די משפחות צו דער היסטארישער מעמד הכתרה וועט וועט לאנג געדענקט ווערן ביי אלע באטייליגטע. מען בעט זייער אז מען זאל קויפן טיקעטס צום מעמד וואס פריער, אזוי אז מען זאל קענען צוגרייטן די סעודת מצוה ביים מעמד לויטן ציבור המשתתפים. יגדיל תורה ויאדיר 🛒 צו קויפן א טיקעט ביים מעמד הכתרה 📖 צו קויפן א תיקוני זוהר 📖 צו קויפן א סעט משניות 📚 צו קויפן לוח ברסלב תשפ"ב 📚 די טעג פון בין הזמנים 🎹 נייע מוזיק ווידיא, טאטע עפן מיר די טיר &nbsp;

    < זעה מער א אלול תשפ"א 📝
  • גרויס התרגשות ביי אנשי שלומינו צום הכתרה פונעם דיין שליט"א - זונטאג תצא הבעל"ט

    גרויסע צאל טיקעטס שוין אויספארקויפט מיט בלויז איינס און א האלב וואך וואס טיילט אונז אפ פונעם גרויסן טאג- ווען מען גייט מכתיר זיין ברוב עם דעם לאנג יעריגן ראש הכולל הרה"ג ר' יונה זינגער לשרת בקודש אלץ דיין ומורה צדק פונעם שטעטל קרית ברסלב ליבערטי ניו יארק - ווערט דער התרגשות ביי אנשי שלומינו אלס גרעסער. דער גרויסער מעמד - ווי שוין באריכטעט - וועט אפגעהאלטן ווערן מיט גרויס פראכט אינעם גרויסן זאל פונעם בנין המוסדות אין ליבערטי ניו יארק, וואס וועט מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט ווערן לכבודה של תורה. א גאר שיינער פראגראם ווערט צוגעגרייט, פון וואס דער גאנצער ציבור וועט שטארק הנהנה האבן בעזרת השם יתברך: א גאר רייכע סעודה וועט סערווירט ווערן לכל הנאספים, און דער בארימטער "הלווים" כאר מיט שיינע מוזיק וועלן מהנה זיין דעם ציבור מיט פאסיגע נגינה ווערק. פילע גרויסע רבנים און פוסקים ביי וועלכער דער דיין האט געלערנט און גענומען שימוש לאנגע יארן וועלן זיך פערזענליך באטייליגן און באשיינעם דעם אווענט. צוליב דעם גאר גרויסער נאכפראגע פונעם ציבור זיך צו קומען באטייליגן, וואס איז פיל מער פון וויפיל דער ריזיגער זאל קען דערהייבן, וועט נישט מעגליך זיין צו קומען אויסער דורך דורך קויפן א טיקעט פון פאראויס פאר א קליינע אפצאל. צו קויפן א טיקטעט קען מען דרוקן דא ווי מען קען זיך אויסוועלן א טיש אנשי שלומינו, אברך אדער בחור, פרויען און מיידלעך. אויך קען מען קויפן טיקעטס דורך רופן 845.243.1580. נאך אסאך קאפ און מח האבן די עסקנים באוויזן אויסצוארבעטן א מייסטערהאפטיגע אויסשטעלן פארן זאל, וואס זאל סיי ערמעגליכן וואס מער פלאץ פאר אנשי שלומינו, און אין די זעלבע צייט זאל מען אויך קענען מיטהאלטן דאס בעסטע פון אלע ווינקלען פון זאל. דער ראש ישיבה האט געשריבן א בריוו ווי ער לאדענט פערזענליך איין אלע אנשי שלומינו זאלן זיך קומען באטייליגן פערזענליך, מיט די ווייב און קינדער, וואס וועלן זען וויאזוי מען טוט אפגעבן דעם ריכטיגן כבוד פאר די הייליגער תורה, און פאר די וואס לערנען די הייליגע תורה. אנשי שלומינו שרייבן אויף די פרטים פונעם מעמד אויפן קאלענדער:זונטאג כי תצא, ז' אלול תשפ"א 5:30 נאכמיטאג - 39 טשעסטנאט סט. ליבערטי ניו יארק, 12754. תְּנוּ כָבוֹד לַתּוֹרָה, וּתְנוּ לְרֹאשָׁהּ עֲטָרָה, כִּי הִיא לָנוּ עֹז וְאוֹרָה, מִפְּנִינִים יְקָרָה. צו קויפן א טיקטעט קען מען דרוקן דא

    < זעה מער כו אב תשפ"א 📝
  • גרויסע צוגרייטונגען צום היסטארישן מעמד הכתרה פונעם דיין שליט"א

    קרעדיט: מו"ה אלי קנאלל הי"ו מיט גרויס עקסטאז גרייטן זיך אנשי שלומינו צום געהויבענעם מעמד הכתרה, וואס וועט פארקומען בעזרת השם יתברך אום זונטאג פרשת תצא, ז' אלול הבעל"ט, און וועט אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר אינעם גרויסן אוידיטאריום פונעם בנין המוסדות אין ליבערטי, ווי מען וועט אפגעבן דעם פאסיגן כבוד התורה, ווען דער ראש ישיבה שליט"א וועט ממנה זיין דעם גרויסן תלמוד חכם וואס יראתו קודמת לחכמתו הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א אלץ דיין ומורה צדק בקהילת היכל הקודש ברסלב ליבערטי, און וועט בעז"ה שטיין צום דינסט פונעם ציבור צו פסק'נען שאלות. די עסקנים זענען די וואך געזיצן ביי מיטינגען אויסצוארבעטן די טעכנישע דעטאלן וואס פעלט זיך אויס פארן גרויסן מעמד. אין דעם איז אריינגערעכענט די שירה וזמרה, א סעודה רחבה פאר אלע משתתפים, און די באצירונגען און אויסשטעל פונעם זאל לכבודה של תורה. עקסטער זיצן די עסקנים מיט די פאליציי און שטאטישע באהערדע, ווי מען רעדט מיט זיי איבער די טרעפיק און פארקינג, אז אלעס זאל זיין צו די צופרידנקייט פון די שטאט און פונעם ציבור, מען ארבעט אויס מיט זיי עטליכע פארקינג ערטער אינעם געגענט וואס זאל זיין שטיין צום דינסט פון די משתתפים. מיט דעם אלעם ווערט ערווארטעט אז דער ציבור וועט זיין אסאך מער פון וויפיל פארקינג מען קען צושטעלן אינעם געגענט, דערפאר ווערט געפלאנט מען זאל צושטעלן שאטל באסעס פון שטעטל אהין און צוריק עקסטער פאר מענער און פרויען, וואס וועט טראגן דעם ציבור, אזוי אז מען וועט קענען פארקן אין שטעטל און פון דארט נעמען דעם שאטל וואס וועט צוטראגן בעז"ה צום טיר פון זאל. מיט אייבערשטנ'ס הילף ווערט ערווארטעט א הערליכער מעמד, מיט די פערזענליכע באטייליגונג פון פילע גרויסע רבנים, ביי וועם דער דיין שליט"א האט גענומען שימוש. דער ראש ישיבה שליט"א טוט איינלאדענען אלע אנשי שלומינו מיט די משפחות צום דער היסטארישער מעמד הכתרה וועט וועט לאנג געדענקט ווערן ביי אלע באטייליגטע. על ידי דיינים כשרים, התורה חביבה בעולם (ספר המידות, ערך דיין, אות ה) 📅 איך וויל דיך לאדענען, דיר און דיין בני בית

    < זעה מער יח אב תשפ"א 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 29 results

1 2
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ג
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com