Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • געהויבענע שבת חנוכה מיט'ן ראש ישיבה שליט"א און אנשי שלומינו

    דער הערליכער יום טוב חנוכה אין שטעטל צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, איז געווען א פארגעניגן פון די ערשטע מינוט ביז די לעצטע מינוט, די שטעטל האט געלעבט אין עפעס א יום טוב'דיגע שטומינג, עפעס וואס מען קען נישט מסביר זיין מיט ווערטער, אויב מען האט דאס נישט אליין מיטגעלעבט. מיר וועלן פרובירן בלויז אראפצולייגן די כראנאלאגישע סדר וויאזוי עס איז צוגעגאנגען פון אנהייב ביזן סוף.   דער ראש ישיבה שליט"א איז אנגעקומען אין שטעטל מאנטאג מקץ שפעט ביינאכט, די איינוואוינער האבן זיך אויפגעוועקט אינדערפרי צו א סופרייז, "דער ראש ישיבה געפונט זיך מיט אונז אין שטעטל", און אפילו מען זעט אים נישט יעדע מינוט, שפירט זיך אבער אין שטעטל אַן אנדערע לופט אַן אנדערע אטמעספער, א רואיגקייט לאזט זיך אראפ, מען שפירט עפעס אזא קלארע אמונה לופט וואס קומט מיט ווען דער ראש ישיבה קומט אין שטעטל.   במשך די טעג ביז שבת האט דער ראש ישיבה עטליכע מאל באזוכט אין חדר, און געדאווענט צוזאמען מיט די קינדער א ווארימע געשמאק דאווענען, פאר הלל האט דער ראש ישיבה גערעדט אפאר ווערטער און אנגעווארימט די קינדער צו דאווענען א געשמאקע הלל פאר'ן אייבערשטן, אויך האט דער ראש ישיבה מחזק געווען די איינגעשטעלטע אין די מוסד און אזוי ווייטער.   דינסטאג ביינאכט האט דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט אין שטוב פון האברך מו"ה יעקב לעזער שליט"א וואס האט געמאכט א מסיבה פאר די חשובע קינדער וואס לערנען מיט אים דעם דף גמרא יעדן טאג, דער ראש ישיבה שליט"א האט זיי שטארק מחזק געווען אנצוהאלטן ווייטער צו לערנען דעם דף גמרא יעדן טאג, וואס דאס באשיצט און היט אפ דעם מענטש פון אלעם בייזן.   מיטוואך האט דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט ביים נייעם "פיש געשעפט" און געקלאפט מזוזות, דער ראש ישיבה איז געווען זייער פרייליך צו זען אז די שטעטל ווערט ברוך השם מער און מער אהערגעשטעלט מיט אלע געברויכן וואס פעלט זיך אויס פאר א אידישע שטאט, דער ראש ישיבה שליט"א האט דארט איינגעקויפט פיינע פרישע פיש לכבוד שבת קודש.   אויך האט דער ראש ישיבה באזוכט ביים נייעס "פערעלעס קליידער געשעפט" און געקלאפט מזוזות, דער ראש ישיבה האט זייער הנאה געהאט צו זען אז ענדליך האלט מען שוין דא, וואס די קליידער געשעפט אין שטעטל האט זיך אזוי שיין פארברייטערט אויף אזא שיינעם פארנעם אין אזא קורצע צייט.   דאנערשטאג זענען די בחורים ארויסגעקומען אין שטעטל צו זיך אויפהאלטן אויף שבת חנוכה אין שטעטל צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. דער ראש ישיבה האט נאכאמאל באזוכט אין חדר, אויך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבער אין בית הדפוס זיך אומקוקן אויף די הייליגע ארבעט וואס קומט דארט פאר, ווי מען דרוקט יעדן טאג נאך און נאך ספרים און קונטרסים פאר אידישע קינדער, אז זיי זאלן אויך וויסן די סוד וויאזוי מען קען האבן א שיינע פרייליכע לעבן מיט'ן אייבערשטן אויף דער וועלט.   דערנאך איז דער ראש ישיבה ארויף אין סטודיא און רעקארדירט א שיינעם ניגון וואס וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף ארויסקומען אין די קומענדיגע צייט.   ביינאכט האט דער ראש ישיבה געגעבן דער וועכנטליכער ליל ששי שיעור פאר אינגעלייט אין בית המדרש אויף האשקי, די דרשה האט זיך פארצויגן פאר א שעה און א האלב, מען האט ארום גערעדט גאר שטארק אז חנוכה איז א צייט וואס מען דארף דאנקען דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט, כאטש וואס ס'קומט אונז נישט גארנישט, דאך גיבט אונז דער אייבערשטער אזויפיל גוטס יעדע רגע און יעדע מינוט.   נאכ'ן שיעור איז דער ראש ישיבה אריבער ביים נייעם "העניך'ס טעיסט געשעפט", קלאפן מזוזות, דערנאך האט דער ראש ישיבה זיך אראפגעזעצט און טועם געווען פון די פיינע מאכלים וואס טראגט דעם הכשר פון דומ"ץ דקהילתנו הקדושה, דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון האבן אזא פלאץ ווי א מענטש קען אריינקומען זיך דערכאפן דאס הארץ און עסן א פיינעם טעלער טשאלענט מיט קוגל און נאך, דאס איז א געוואלדיגע הכנסת אורחים, אפילו מען מאכט געלט איז עס נאך אלס הכנסת אורחים, דער גראסערי מאן רעכנט אויך געלט, דאס איז פשוט ער זאל קענען ווייטער אנגיין מיט די געשעפט, אבער באמת איז עס א חסד וואס דער גראסערי מאן טוט.   און אזוי איז מען אריין אינעם לעכטיגן שבת חנוכה - שבת ראש חודש טבת, די וועטער אינדרויסן איז טאקע געווען גאר קאלט און גליטשיג, אבער אינעווייניג איז געווען גאר גאר ווארים. דער ראש ישיבה האט געדאווענט אלע תפילות אין האשקי שול, קבלת שבת האט מען געהאט די זכי' צו הערן דעם ראש ישיבה דאווענען, עס האט אנגעווארעמט יעדנ'ס הארץ, די סעודה האט דער ראש ישיבה געגעסן מיט די בחורים אין בית המדרש, אביסל נאך די סעודה איז מען זיך צאמגעקומען זינגען צוזאמען זמירות שבת, דערנאך האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט פון דעם אז מען דארף האבן א צדיק זאל דיר זאגן וויאזוי זיך צו פירן, "לכו אל יוסף" גיי צו א צדיק זאל דיר ווייזן דעם ריכטיגן וועג וואס דו האסט צוטוהן אויף דער וועלט, יוסף האט געזאגט אלע דארפן זיך מל'ען, דאס הייסט אז מען דארף זיין הייליג בקדושת היסוד, נאר אזוי קען מען האבן א גוט לעבן, יוסף האט אריינגעברענגט א אמונה אין די מענטשן, מען דארף נישט מורא האבן פון קיין שום זאך אין דער וועלט, נאר פונעם אייבערשטן. אלע אנדערע וואס האבן זיך אוועקגעלייגט עסן אין מצרים איז פון דעם גארנישט געבליבן, אלעס איז געווארן פארפוילט, ווייל אן א צדיק איז א פארפוילטע לעבן, ביי קאראנע צייטן איז געווען מענטשן וואס האבן זיך אוועקגעלייגט אסאך טישוס און וואסער, זיי האבן געלעבט אין פחד אין שרעק, אבער וואס העלפט טישוס און וואסער ווען די מענטש אליין לעבט נעבעך אין פחד יעדע מינוט? פאר דעם דארף מען האבן א צדיק וואס געט אריין א לויטערע אמונה פשוטה.   אינדערפרי פאר'ן דאווענען האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט אין ספר "פעולת הצדיק" די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט פארציילט פון א רב בישראל וואס האט אכט און צוואנציג יאר זיך געוואלגערט אין עולם התוהו רחמנא לצלן, האט דער רבי אויסגעפירט ווער עס וועט קומען צו מיר ראש השנה, שבת חנוכה און שבועות וועט ווערן ניצול פון דעם, מוהרא"ש איז מסביר, פארוואס פונקט די דריי צייטן? ווייל ראש השנה געט דער הייליגער רבי אריין א קלארע אמונה אינעם מענטש און מען הייבט אן צו רעדן צום אייבערשטן, שבת חנוכה באקומט מען די מתנה פון דאנקן דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים, און שבועות די מתנה פון לערנען תורה אויפ'ן געשמאקן וועג וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז אז מען דארף נישט פארשטיין ביים לערנען, נאר מען זאגט די ווערטער, וואס דורך דעם איז מען זוכה צו אדורכגיין כל התורה כולה.   צו שחרית איז דער ראש ישיבה צוגעגאנגען צום עמוד, און געדאווענט א ווארימע הלל וואס האט יעדן אנגעווארעמט דאס הארץ אין די פראסטיגע ווינטערדיגע וועטער וואס האט געהערשט אין גאס.   ביי סיפורי מעשיות האט דער ראש ישיבה נאכמאל גערעדט פון דאנקען דעם אייבערשטן, "וואס איז דער גאנצער מענטש? אין איין מינוט קען די מענטש אויפהערן אטעמען חס ושלום, א מענטש דארף זיך צוגעוואוינען צו דאנקן דעם אייבערשטן, נאכדעם קען מען בעטן דעם אייבערשטן וואס מען דארף".   ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה מעורר געווען אנשי שלומינו זיך צו מאכן א שיעור אין ספר "ליקוטי מוהר"ן", וואס דאס וועקט אויף א מענטש פון שלאף און מאכט דעם מענטש רעדן צום אייבערשטן, ובפרט אז מען מאכט זיך א שיעור אין ספר "אשר בנחל" די בריוון פון מוהרא"ש, מאכט עס גלייך דער מענטש גיין אין בית המדרש דאווענען, אנטון תפילין און אזוי ווייטער.

    < זעה מער א טבת תשפ"ג 📝
  • הערליכע סעודת הודאה מוצש"ק חנוכה ר"ח טבת אין שטעטל

    נאך א הערליכע שבת וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געוויילט אין שטעטל צוזאמען מיט פילע געסט אנשי שלומינו וואס האבן זיך געוואלט געפונען ביים קיבוץ פון חסידי ברסלב צוזאמען מיטן ראש ישיבה, איז מוצאי שבת קודש אפגעהאלטן געווארן א הערליכע מלוה מלכה אין שטעטל. &nbsp; טראץ די גאר שטארקע קעלט פון קרוב צו זירא פארנהייט דעגריס וואס האט געהערשט אין גאס, זענען מוצאי שבת קודש געקומען צו פארן פון אנדערע שטעט פילע צענדליגע געסט, וואס האבן נישט געקענט זיין שבת אין שטעטל, און האבן זיך געפרייט צו קומען מיטהאלטן דעם שיינעם סעודת מלוה מלכה מוצש"ק, זיך צו קענען אנווארימען דאס הארץ מיט די ווארימע דיבורים פון הייליגן רבי'ן. &nbsp; מען האט זיך געוואשן צו א הערליכע סעודה, ווי עס איז געווען צוגעשטעלט פון אלעם גוטן, ווארעמס, און געשמאקע מאכלים לכבוד סעודת מלוה מלכה און לכבוד חנוכה. מען האט געזונגען אינאיינעם די זמירות פון מלוה מלכה. &nbsp; צו ערשט האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט די פיר גרויסע זאכן וואס דער מסיבה טוט פארשטעלן, א סעדות ראש חודש, א סעודת מלוה מלכה, א סעודת חנוכה, און בעיקר א מסיבת חנוכת הבית פאר די צווייטע בנין התלמוד תורה דא אין שטעטל. דערנאך האט ער ארויסגעברענגט די השתלשלות פונעם שטעטל, ווי די תלמידים פון ראש ישיבה האבן זיך דערזען וואוינען אין פלעצער ווי מען האט נישט געהאט קיין מוסדות אויף די וועג פון הייליגן רבי'ן, און עס האט אויסגעזען ווי די זאך פון הייליגן רבי'ן בלייבט חס ושלום ווייטער א סוד, פון וואס די קינדער וועלן נישט וויסן, ביז דער אייבערשטער האט געהאלפן אז עס איז בייגעפאלן פאר מו"ה יואל הכהן ראזענבערג הי"ו אז מען קען מאכן א שטעטל פאר אנשי שלומינו, וואס מיטן צושטומונג פון ראש ישיבה שליט"א איז עס געווארן ווי עס איז היינט בליעה"ר. &nbsp; אויך האט ער פארציילט אז איינמאל איז מוהרא"ש זי"ע געווען ביי א מסיבה אין שטאט קרית יואל, אויפ'ן וועג אהיים האט ער זיך אנגערופן פאר אנשי שלומינו וואס זענען דעמאלט געווען אין די קאר "הלוואי עפענט מען א שטעטל אין אפסטעיט פאר אנשי שלומינו צו קענען דארט וואוינען צוזאמען", און אז מוהרא"ש האט דאס זיך אנגערופן איז עס פארשטייט זיך געווען באגלייט מיט תפילות וואס ער האט געבעטן אויף דעם אז דאס זאל צושטאנד קומען, און געלויבט דעם אייבערשטן אז היינט האלט מען דא, און מען זעהט אז מוהרא"ש'ס תפילות זענען נישט געגאנגען לאיבוד.&nbsp;&nbsp; &nbsp; דערנאך האט מען געהערט א שיינע באריכט פונעם באליבטן אדמיניסטראטאר פון די מוסדות מו"ה רפאל פורסט הי"ו, וואס האט איבערגעגעבן אביסל וואס טוט זיך אין די אפיסעס, ווי ער האלט מיט ווי די איינגעשטעלטע שטרענגען זיך אן צו מחנך זיין די קינדער צו אמונה און קדושה, אלעס אָן פּעטש,&nbsp; אָן קלאפן די קינדער, נאר אלעס מוז גיין מיט אויפבויען די קינדער, ער האט איבערגעגעבן פארשידענע ציפערן פון די בודזשעט פון די מוסדות, וויפיל קינדער, מלמדים, טישטערס זענען דא. &nbsp; דערנאך האט ער געבעטן אז צוליב די גרויסע שוועריקייט נאכצוקומען דעם בודזשעט, עפענט מען מען יעצט צוויי נייע פראגראמען, איינס "פולע שכר לימוד", ווי אלע וואס האבן די מעגליכקייט, וועלן באצאלן די פולע קאסט פון זייערע קינדער. און די צווייטע "כאילו ילדו" ווי מען וועט ספאנסערן א קינד וואס מאיזה סיבה שהוא ווערט זייער שכר לימוד נישט געדעקט. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה ארויפגערופן צענדליגע אינגלעך, בחורים, און אינגעלייט צו מאכן זייערע סיומים ברבים, אינגע קינדער האבן געמאכט סיומים אויף מסכת הש"ס און משניות, און דערנאך בחורים וואס האבן מסיים געווען פארשידענע זאכן, מסכת הש"ס, גאנץ משניות, זוהר הקדוש, ליקוטי מוהר"ן, און נאך. און דערנאך אינגעלייט. דער ראש ישיבה האט ארויפגערופן דעם איבערגעגעבענעם מלמד הר"ר יחזקאל סאמעט שליט"א וואס האט מסיים געווען משניות דער 204'סטע מאל. &nbsp; דערנאך האט מען ארויפגערופן מו"ה אברהם אלי' פריעדריך הי"ו וואס האט מיט גרויס התרגשות געמאכט זיין ערשטער סיום הש"ס, נאכן סיום האט ער גערעדט אפאר ווערטער און פארציילט אז ווען ער האט געזען מו"ה שבתי מזרחי הי"ו מאכן זיין סיום הש"ס האט דאס אים אינספירירט און אים געגעבן דעם שטופ אז "ש"ס איז אויך געמאכט פאר אים". &nbsp; דערנאך האט מען געהערט לעכטיגע דיבורים פונעם ראש ישיבה שליט"א - וואס האט ארויסגעברעגט אז מען איז זיך דא צוזאם געקומען צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן - ער האט געזאגט ווי ער דאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נס אז נאכדעם וואס ער האט געעפענט א ישיבה וואס יעדער וואס וויל לערנען, יעדער וואס וויל קומען דאווענען און לייגן תפילין, קען קומען, צוליב דעם איינעם "חטא" האט מען ארויסגעווארפן זיינע קינדער פון חדר. "מיינע קינדער וואלטן היינט מן הסתם נישט געוואלט רעדן מיט מיר ווען נישט דעם...", האט דער ראש ישיבה געזאגט. דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט פונעם שיינעם שטעטל ווי עס וואקסט אין בליעט, און אויב וואונדערט מען זיך פארוואס נאכדעם וואס מען איז יעצט מחנך דעם צווייטן בנין פונעם תלמוד תורה, פארוואס מען האט שוין יעצט געקויפט נאך א געביידע - האט דער ראש ישיבה געזאגט "דער שטעטל האט יעצט איבער הונדערט תושבים, קומענדיגע יאר וועט שוין בעזרת השם זיין צוויי הונדערט, און עס וועלן נאך זיין דא טויזנטער תושבים אינעם גאנצן אומגעגענט, משפחות וואס וועלן לעבן מיטן הייליגן רבי'נס לימודים". &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז די סיומים רעדן פאר זיך אליינס. דא אין דעם שטעטל איז נישטא קיין בעסערע שוואכערע, נישט קיין חילוק ווי מ'גייט אנגעטון, ארבייטער מיט זייערע דזשעקעטס, אדער א כולל אינגערמאן מיט א רעקל, אלע לערנען ברוך השם און האבן יראת שמים. יעדע אינגערמאן אין שטעטל גייט נישט שלאפן פאר ער האט געעפענט א חומש, א משניות און גמרא. און אויף דעם דאנקט מען דעם אייבערשטן. יְמֵי חֲנוּכָּה הֵם יְמֵי הוֹדָאָה - זֶה בְּחִינַת שַׁעֲשׁוּעַ עוֹלָם הַבָּא (ליקוטי מוהר"ן ח"ב סימן ב')

    < זעה מער א טבת תשפ"ג 📝
  • ברסלבע מצה בעקעריי עפענט זיך אי"ה בקרוב

    קרית ברסלב - אין די נאנטע טעג וועט זיך אם ירצה השם עפענען די באקאנטע ברסלב'ע מצה בעקעריי אין שטעטל, וואס האט זיך שוין באקאנט געמאכט מיט איר גוטע נאמען אלץ די געשמאקסטע ווי אויך מהודר'דיגע מצות, און ועל כולם האט דאס די מעלה אז אלע ארבעטערס זענען ברסלב'ע חסידים וואס בעטן דעם אייבערשטן אז די מצות זאל זיין כשר און געשמאק פאר די וואס וועלן פון דעם עסן אין יום טוב פסח. &nbsp; דאס יאר קומט צו נאך א געוואלדיגע מעלה, אז מען וועט באקן ספעלט מצה, פאר די אלע וואס קענען נאר עסן די סארט מצה. &nbsp; עס איז נאך דא געציילטע ליידיגע פאזיציעס צו ארבעטן אינעם בעקעריי, זיך אייצושרייבן קען מען זיך מעלדן צום מענעדשער מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו. &nbsp; די מצה בעקעריי איז אינטער די שטרענג השגחה פונעם חשוב'ן דיין שליט"א וואס מאכט זיכער אז אלעס זאל זיך פירן מיט אלע חומרות והידורים ווי עס דארף צו זיין. &nbsp; מיט'ן אייבערשטן'ס הילף וועט דאס יאר זיין נאך בעסער ווי פאריאר, נאכדעם וואס מען האט אין די לעצטע וואכן אריינגעלייגט אסאך כחות עס צו מער אהערגעשטעלן מיט אלע באקוועמליכקייטן און הידורים וואס פעלט זיך נאר אויס.

    < זעה מער כו כסלו תשפ"ג 📝
  • חנוכת הבית פאר נייעם בנין פון תלמוד תורה אין שטעטל מוצש"ק מקץ חנוכה

    קרית ברסלב, ליבערטי - פארגאנגעם זונטאג וישב איז פארגעקומען א "מעמד קביעת מזוזה" ביים נייער חדר בנין אין ליבערטי, בראשות דער ראש ישיבה וואס איז ספעציעל געקומען צו פארן צום מעמד. &nbsp; אויפן אויפבוי פונעם בנין קומט זיך א גרויסן דאנק די ווארימע נדבות פון אנשי שלומינו, וואס איז אויפגעטריבן געווארן דורך די לאנג יעריגע גבאים פונעם רענט קאמפיין, מו"ה שבתי מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו, וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט זיי געבעטן זיי זאלן נעמען אויף זיך אויך דאס שאפן נדבנים צו קענען ענדיגן דעם בנין. אנשי שלומינו האבן נישט אנטוישט, און האבן זיך אנגערופן מיט ווארימע סכומים. &nbsp; דער ראש ישיבה האט גערופן די נדבנים צום מעמד קביעת מזוזה, ווי דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער די גרויסע זכיה פון אינוועסטירן אין חינוך, ספעציעל ווען מען רעדט פונעם חדר היכל הקודש, ווי מען לערנט די קינדער צו לעבן מיטן אייבערשטן, און צו ליב האבן תורה ומצוות. &nbsp; דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט די שיינע וואוקס פון די מוסדות, וואס מען האט נארוואס געעפענט אינעם ערשטן געביידע, און איז אזוי שנעל אויסגעוואקסן, אזוי ווייט אז מען פלאנט שוין יעצט צו קויפן א דריטע בנין. &nbsp; אזוי אויך האט דער ראש ישיבה אויסגערומט די טייערע מלמדים און טישטערס וואס לייגן אריין גרויסע כחות צו קענען אויפציען קינדער וואס זענען געזונט אויך בנפש. &nbsp; דער ראש ישיבה האט ארום גערעדט פון די געוואלדיגע חינוך וואס מען באקומט דא, די שטארקע אמונה וואס די מלמדים און טיטשערס לייגן אריין אין די קינדער, און די גרויסע כחות וואס זיי לייגן אריין צו ערציען קינדער וואס זאלן וואקסן געזונט, זיי זאלן וועלן חתונה האבן און אויפשטעלן דורות פארן אייבערשטן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט: "לעצטנס איז דא אן אויפוואכונג איבער דעם פראבלעם אז מיידלעך ווילן נישט חתונה האבן, מען זוכט עצות אויף דעם, מען איז ארויף געקומען אויף אן עצה צו מאכן תקנות אז א מיידל טאר נישט רעדן צו קיין פרענד נאך עלף אזייגער ביינאכט, מיט די האפענונג אז אפשר אזוי וועט זי נישט זיין אזוי צוגעקלעבט צו די פרענדס", דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ווען ער האט דאס געהערט האט ער ממש אנגעהויבן וויינען פאר אידישע קינדער, "דאס איז די עצה זיי זאלן וועלן חתונה האבן? צוכאפן די פאון וועט העלפן? ווען מען לאזט מיר רעדן וואלט איך אין צוואנציג מינוט זיי געקענט מסביר זיין די שיינקייט פון חתונה האבן און ווי גוט עס איז צו לעבן אן עכטע לעבן נאך די חתונה מיט'ן אייבערשטן". דער ראש ישיבה האט אויסגעפירט: "ברוך השם אז דא אין די מוסד לערנט מען דאס אויס פאר די קינדער פון יונגווייז אן". &nbsp; די וואך מאנטאג האט מען ברוך השם באנייעט דעם בנין, די קינדער האבן זיך אריבער געצויגן צו זייערע נייע קלאסן, אזוי אויך האבן זיך די אפיס איינגעשטעלטע אריבער געצויגן צום נייעם הערליכן אפיס אינעם נייעם בנין ווי עס איז אסאך בעסער אהערגעשטעלט. &nbsp; אלע אנשי שלומינו זענען געלאנדעט אנטייל צו נעמען אינעם גרויסן מלוה מלכה קומענדיגע וואך מוצש"ק מקץ חנוכה וואס וועט פארקומען צוזאמען מיט א גרויסארטיגן "חנוכת הבית" מסיבה, ווי מען וועט דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פונעם הייליגן רבין און פון זיינע זיסע עצות. דער מלוה מלכה וועט בזרת השי"ת פארקומען אינעם ערשטן חדר בנין אויף 39 טשעסטנאט סטריט. דער ראש ישיבה שליט"א וועט זיך בעז"ה באטייליגן און אויפטרעטן מיט א שיינע דרשה לכבוד חנוכה און לכבוד דעם געהויבענעם מאמענט.

    < זעה מער כב כסלו תשפ"ג 📝
  • שיינעם באזוך פונעם ראש ישיבה אין שטעטל

    פארגאנגענעם מיטוואך און דאנערשטאג חיי שרה האט דער ראש ישיבה באזוכט אין שטעטל, און ארום געגאנגען באזוכן אין אסאך פלעצער, אויפן וועג אהיים פונעם באזוך האט דער ראש ישיבה געשריבן א בריוו איבער דעם באזוך און וואס ער האט מיטגעהאלטן אין שטעטל. &nbsp; דער ראש ישיבה איז ארויסגעפארן ביינאכט צום שטעטל צו א בר מצוה. דער בר מצוה בחור האט מסיים געווען ביי די בר מצוה מסכת שבת, במקום זיין פשעטל. &nbsp; ביי די בר מצוה האט דער ראש ישיבה געזאגט אז עס איז אים נישט גרינג ארומצופארן צו שמחות, דאך איז ער ארויסגעקומען צו די בר מצוה, צוליב וואס די עלטערן האבן געמאכט די סעודת בר מצוה אויף א פשוט&rsquo;ע איידעלע אופן ביי זיי אין שטוב, און ער האפט אז אנשי שלומינו וועלן זיין קלוג און דאס נאכמאכן, נישט אויסצוגעבן אומזיסטע געלט און זיך מאכן חובות פאר די פאר שעה, צו פראווענען א שמחה אין א זאל. &nbsp; דער ראש ישיבה האט אויך גערעדט פון דאס גרויסקייט פון די אבות און די אמהות. ווי מיר זעען אין די סדרה, "שני חיי שרה" זאגט רש&rdquo;י: "כולן שוין לטובה", ווי צדיקים טייטשן אז עס איז איר שטענדיג גוט געווען; די אבות און די אמהות האבן געהאט אזא קלארע לויטערע אמונה, זיי האבן געוויסט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף זיי - איז פאר זייער טובה. &nbsp; ווייטער זאגט רש&rdquo;י הקדוש "נסמכה מיתת שרה לעקידת יצחק, לפי שעל ידי בשורת העקדה שנזדמן בנה לשחיטה וכמעט שלא נשחט, פרחה נשמתה ממנה ומתה", שטייט פון ספרים, וואס איז דער כמעט "שלא" נשחט, עס וואלט לכאורה געדארפט שטיין "כמעט שנשחט", אויבנאויף איז דאך דאס געווען די סיבה פון איר מיתה, זאגן זיי א פארקערטע בחינה, אז שרה אמנו האט געוויסט אז אברהם אבינו איז געגאנגען טון די ווילן פונעם אייבערשטן, און ווען זי האט געהערט אז מען האט אים "נישט געשחטן" - פון דעם האט זי זיך דערשראקן, זי האט נישט געוואלט גלייבן אז איר מאן אברהם אבינו און איר זון יצחק האבן זיך נישט געקענט שטארקן אויפ&rsquo;ן שטן און טון די ווילן פונעם אייבערשטן; ווי קען זיין, נאך אזויפיל נסיונות, און ער איז אלעס בייגעשטאנען - האט ער יעצט נישט געטון די ווילן פונעם אייבערשטן, פון דעם איז געווען מיתת שרה. &nbsp; אבער באמת האט אברהם אבינו יא געטון רצון ה&rsquo;, ווייל דער אייבערשטער האט אים נישט געהייסן שחט&rsquo;ן יצחק, נאר געזאגט "והעלהו שם לעולה". ֹ דער בר מצוה בחור איז געזיצן מיט א ליכטיגע פנים; אזוי פרייליך. דאס איז פירות פון די חינוך פון אונזערע מוסדות, ווי די מלמדים און טיטשערס לייגן אריין אין די קינדער זיי זאלן זיין גרייט פאר די לעבן, זיי גרייטן אן די קינדער וואס איז א בר מצוה; נישט א זאל, נישט א שפילער, נישט א פארטי פלענער, נישט בלומען וכו&rsquo; וכו&rsquo;, נאר אז מען גייט זוכה זיין צו לייגן תפילין, מען גייט אריין לעול התורה והמצוות. &nbsp; און אזוי אויך ביי די מיידלעך, די טיטשערס לייגן אריין אין די מיידלעך וואס איז חתונה האבן; נישט א זאל, נישט בלומען, נישט א טייערע כלה קלייד, נישט טייערע צירונגען און אזוי ווייטער, נאר לעבן א שיינע זיסע לעבן, אזוי ווי דער אייבערשטער הייסט. &nbsp; נאך די בר מצוה איז דער ראש ישיבה צוגעגאנגען צום נייעם ספרים געשעפט, דער בעל הספרים סטאר האט מכבד געווען דעם ראש ישיבה צו קלאפן מזוזה. עס איז זייער געפאָלן דעם ראש ישיבה דעם געשעפט, ער האט דארט אן אויסוואל פון ספרים פאר אנשי שלומינו וואס ווילן לערנען און מסיים זיין כל התורה כולה. אנגעפאנגען פון חומש - שיינע חמשים, נ&rdquo;ך - הערליכע סעטס נ&rdquo;ך, משניות - הערליכע סעטס משניות, תלמוד בבלי - הערליכע שיינע גמרות מיט גרויסע געפינטלטע אותיות, און אזוי אויך תלמוד ירושלמי. הערליכע סעטס רמב&rdquo;ם. טור, שלחן ערוך. הערליכע סעטס מדרשים, אלע סארטן מדרשים; דער ראש ישיבה האט זיך געקויפט א סעט מדרש, א הערליכע זוהר, הערליכע תיקונים, און אלע דעם רבינ&rsquo;ס ספרים. &nbsp; דער ראש ישיבה האט באמערקט ווי ער האט אריינגעברענגט טעוועלעך שמירה ליולדת, וואס דער ראש ישיבה האט אים דאס געבעטן אריינצוברענגען, דער ראש ישיבה האט אנגעמערקט אז ער האט געזען אז אסאך ווייסן בכלל נישט פון דעם, אז מען פירט זיך אויפצוהענגען אינעם שטוב פון די יולדות, אויף אלע פיר ווענט - די טעוועלעך פון די שמירה. &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט ווי ער איז אריין צו מוהרא&rdquo;ש זכותו יגן עלינו פאר די וואך נאכט פון זיין זון יצחק דוד נרו יאיר, און ער האט געפרעגט מוהרא&rdquo;ש וואס ער דארף טון, צי ער דארף אויף זיין און לערנען א גאנצע נאכט, האט מוהרא&rdquo;ש געזאגט: &ldquo;דארפסט נישט אויף זיין א גאנצע נאכט, איין זאך יא, הענג אויף די טעוועלעך אויף אלע פיר ווענט&rdquo;. &nbsp; פון דארט איז דער ראש ישיבה געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי א חשוב&rsquo;ע משפחה, משפחת זוסמאן - וואס האבן זיך יעצט אריינגעצויגן אין איינע פון די נייע דירות אויף טווין ברידזש. &nbsp; דער ראש ישיבה האט איבערגענעכטיגט אין שטעטל. און פארטאגס האב דער ראש ישיבה געהאט גרויס נחת זייענדיג אין בית המדרש אין שטעטל, ווען ער האט געזען די פילע אינגעלייט זיצן אין לערנען, מען איז זיך קובע עיתים לתורה. &nbsp; דער ראש ישיבה האט זיך זייער געפריידט צו קענען טרעפן דעם דיין שליט&rdquo;א, דער דיין האט איבערגעגבן פארן ראש ישיבה שליט"א זייער שיינע גרוסן סיי פון די כולל אינגעלייט און סיי פון אלע משפחות וואס פרעגן שאלות, דער ראש ישיבה האט גערעדט מיטן דיין פארשידענע זייער וויכטיגע זאכן &nbsp; דער ראש ישיבה האט געטראפן הרב רבי יצחק לעסער שליט&rdquo;א, דער ראשי ישיבה האט זיך אויסגעדרוקט א געוואלדיגע שמחה צו קענען ארייננעמען אין זיין שטוב אזא גאסט, הרב רבי יצחק שליט&rdquo;א וועלכע איז געקומען צו וויילן אין שטעטל אויפן פארגאנגעם שבת. ווען די תפילות, די באטע און די שלש סעודות איז געפראוועט געווארן אין האשקי שול, וואס איז געווען א גרויסע חיזוק פאר אלע משפחות פון אנשי שלומינו. &nbsp; אינדערפרי האט דער ראש ישיבה גערופן איינער פון די חשוב&rsquo;ע מלמדים וואס פירן די באס און אים געבעטן: &ldquo;איך וויל מיט דיר מיטגיין ארומפארן די שטעטל&rdquo;; דער ראש ישיבה האט געזאגט "וואס זאל איך דיר זאגן, דאס געבט מיר כח." ביי יעדע שטוב וואו די באס האט זיך אפגעשטעלט איז דער ראש ישיבה אראפגעקומען פון באס, און אויסגעשריגן &ldquo;א גוט מארגן! שלום עליכם!&rdquo; אויך א גאנצע וועג אויפ&rsquo;ן באס האט דער ראש ישיבה פרייליך געמאכט די קינדער. &nbsp; ניין אזייגער, ווען די קינדער זענען אנגעקומען איז דער ראש ישיבה געגאנגען דאווענען שחרית מיט די עלטערע קינדער, די ישיבה קטנה פון קרית ברסלב; דער מגיד שיעור זייערער איז הרב ישראל יוסף שניצלער שליט&rdquo;א, וואס ער געבט זיך אפ מיט די בחורים מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט נישט צום באגרייפן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט אנגעטון תפילין פאר&rsquo;ן פרישן בר מצוה בחור אפרים פישל נרו יאיר און נאכן דאווענען איז געווען א שטיקל לחיים. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געגעבן א שיעור פאר די מלמדים און טיטשערס; דער ראש ישיבה האט זיי דערציילט די גוטע נייעס אז ברוך ה&rsquo; האברך נתן יוסף ברוך בן טויבא וואס דארף א רפואה שלימה איז שוין אראפ פון די רעספערעיטאר און זיין מצב ווערט בעסער און בעסער, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז דאס אלעס איז אין זכות פון די תפילות וואס מיר אלע בעטן און וואס די קינדער בעטן. &nbsp; פון דארט איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין קרית יואל, צו מחזק זיין די חדר און בית פיגא אין קרית יואל.

    < זעה מער ל חשון תשפ"ג 📝
  • גאר דערהויבענע שבת אין שטעטל מיטן גרויס גאסט הרב רבי יצחק לעססער שליט"א

    גאר א דערהויבענעם שבת איז אריבער אין שטעטל במחיצת הרב רבי יצחק לעזער שליט&rdquo;א פון יבנאל עיר ברסלב, גאר אסאך געסט זענען געקומען צו פארן אויף שבת אין שטעטל צו קענען מיטלעבן דעם דערהויבענעם שבת מיט&rsquo;ן גרויסן גאסט. &nbsp; די תפילות און טישן זענען פארגעקומען אין בית המדרש הגדול אויף די האשקי גאס, פרייטאג צונאכטס נאך די סעודה איז מען זיך צוזאם געקומען צו א באטע אין בית המדרש ווי מען האט זינגען צוזאמען זמירות און ניגונים לכבוד שבת. &nbsp; דערנאך האט מען געהאט די זכי&rsquo; צו הערן דברי תורה פונעם גרויסן גאסט, וואס האט גערעדט שטארקע התחזקות איבער די נושא פון "זיך שטענדיג באנייען" פון די פרשה ויהיו שני חיי שרה, 'שני' קען אויך טייטשן 'צוויי' אז א יעדע איד האט צוויי מיני לעבנס, איינס בגשמיות און איינס ברוחניות און מען דארף אין ביידע לעבנס וויסן וויאזוי מען איז זיך מחדש, ווי רש"י זאגט בת ק' כבת כ' וכו' און מען דארף אייביג זיך אויפפרישן, ווייל אויף די וועלט איז אויך דא א גן עדן נאר דער רבי זאגט (ליקו"מ חלק א' סימן רפ"ו) טבעו בארץ שעריה אז דער צדיק הייבט אויף די טויער אז דער מענטש זאל קענען אריינגיין אין גן עדן&lrm;&lrm;. רבי אברהם שטערהארץ אן אייניקל פון רבי נתן ווען ער איז שוין געווען העכער די ניינציג האט ער ארויפגעלייגט יעדן טאג די הענט אויף די מזוזה און געזאגט: "א נייע טאג!!&lrm;&lrm;" &nbsp; אינדערפרי האט מען געדאווענט צוזאמען א ווארימע דאווענען, נאכן דאווענען האט רבי יצחק פארגעלערנט סיפורי מעשיות (די ערשטע מעשה), ווי דער הייליגער רבי הייבט אן: "אויפן וועג האב איך דערציילט א מעשה וואס ווער עס האט געהערט די מעשה האט געהאט א הרהור תשובה". רבי יצחק איז אריין אין א שיינע שמועס אז די וועג איז יעדע מענטשנ'ס לעבן וואס ער גייט דורך שוועריגקייטן אבער מיט א צדיק קען מען אלעס גרינגער דורכגיין&lrm;&lrm; &ldquo;דא אויף די וועלט איז מען אויפן וועג אנצוקומען צו די אייביגע וועלט, ווילאנג מען איז דא אויפן וועג כאפט מען אריין צו טון מצות ומעשים טובים&rdquo;. &nbsp; א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן חפץ חיים זי&rdquo;ע, ער קומט אריין אין שטוב זעט ער אז עס איז דא דארט אן אלטער טיש און בענקלעך, אָן קיין מעבל בכלל, פרעגט ער דעם חפץ חיים: &ldquo;וואו איז די פורניטשער&rdquo;? פרעגט אים דער חפץ חיים צוריק: &ldquo;און וואו איז אייער מעבל&rdquo;? זאגט דער איד: &ldquo;מיין מעבל איז אינדערהיים, איך האב דארט הערליכע מעבל, יעצט בין איך פשוט אינטערוועגנס, איך גיי נישט מיטשלעפן מיט מיר די מעבל&rdquo;. האט זיך דער הייליגער חפץ חיים אנגערופן צו דעם איד: &ldquo;איך בין אויך אויפן וועג, איך בלייב נישט אייביג דא אויף דער וועלט, עס איז נאר א דורכגאנג, דארט אויף יענע וועלט האב איך גאר שיינע מעבל אוועקגעלייגט&rdquo;. &nbsp; אויך האט מען ארום גערעדט פון דעם וויאזוי א מענטש קען וויסן אויב ער וואוינט אויפן ריכטיגן פלאץ, "אפשר איז מיין פלאץ נישט אין ברסלב&rsquo;ן שטעטל? אפשר דארף איך וואוינען ערגעץ אנדערש?" נאר די סימן איז, אויב דו האסט שמחה, אויב דא ביזטו א צופרידענער פרייליכער מענטש, און וועם דו טרעפסט געבסטו אים א גוט ווארט, אזוי אויך אין שטוב זעסטו נאר די גוטס אויף דיין ווייב און קינדער, איז א סימן אז דא איז די גוטע פלאץ. &nbsp; ביי שלש סעודות האט רבי יצחק שליט&rdquo;א ארום גערעדט פון דאס גרויסקייט פון א איד וואס וויל זיין ערליך, און ער זאגט דאס ארויס צום אייבערשטן: &ldquo;הייליגער באשעפער איך וויל זיין ערליך איך וויל זיין וואויל, קוק נישט אויף דעם וואס איך פאל אראפ, איך וויל נישט טון קיין שלעכטס, וואס זאל איך טון אז דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ אין עבירות?&rdquo;. פון די ווערטער פאסירן גרויסע זאכן. &nbsp; אויך האט רבי יצחק שטארק ארום גערעדט פון די וויכטיגקייט פון האבן א מורה דרך וואס ווייזט דיר א וועג אין יעדן מצב וויאזוי זיך צו פירן, אפילו ביים רבי&rsquo;ן אליין אין ברסלב, דארף מען אויך האבן א צדיק וואס זאל דיר זאגן וואס דער רבי וויל פון אונז, און דאס האבן מיר געהאט אין דעם דור, אזא צדיק ווי מוהרא&rdquo;ש וואס האט גענומען דעם רבינ&rsquo;ס ווערטער בתמימות ופשיטות אן קיין דריידלעך, און אונז אויסגעלערנט צו גיין אויף דעם וועג, און וואס מען קען נאכנישט פאלגן בעט מען דעם אייבערשטן אז איך זאל עס סוף כל סוף קענען מקיים זיין, למשל אזא זאך ווי דער "סדר דרך הלימוד", פון ווען מוהרא&rdquo;ש האט געזען דעם שיחה אין שיחות הר&rdquo;ן האט ער עס אנגענומען אן קיין פשרות, און נישט נאר דאס, נאר ער האט געמאכט זיכער אז די גאנצע וועלט זאל אויך וויסן דערפון.&nbsp; &nbsp; זונטאג האט רבי יצחק שליט&rdquo;א באזוך אין חדר ביי אלע קלאסן, און גערעדט צו די קינדער אז זיי זאלן גיין אין די וועגן פון יעקב איש תם, &ldquo;תם&rdquo; איז ראשי תיבות תהילים און משניות, די צוויי זאכן האלן דעם מענטש ערליך. &nbsp; דערנאך האט רבי יצחק שליט"א אפגעשטאט א באזוך ביים בית הדפוס פון וואס רבי יצחק האט גאר שטארק הנאה געהאט צו זען וויאזוי מען דרוקט טויזענטער קונטרסים צו מפיץ זיין פאר אידן איבער די גאנצע וועלט.

    < זעה מער כז חשון תשפ"ג 📝
  • נייע געשעפטן אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי

    געלויבט דעם אייבערשטן די אקטיוויטעטן אין שטעטל שלאפט נישט איין, יעדן טאג וואס גייט אדורך בויעט זיך נייע געשעפטן, הייזער, בנינים פאר די מוסדות און אזוי ווייטער. &nbsp; צום ערשט ווילן מיר באריכטן איבער א ספרים געשעפט וואס עפענט זיך יעצט אין שטעטל. ברוך השם אז דער ראש ישיבה לערנט אונז אויס צו לערנען יעדן טאג די שיעורים כסדרן, אנגעהויבן פון חומש, משניות, גמרא, און שפעטער איז דא נאך שיעורים ווי מדרש, זוהר, תיקוני זוהר, דעם הייליגן רבינ&rsquo;ס ספרים, אלע חסידישע ספרים און נאך, וואס דאס אלעס האט דער הייליגער רבי אונז געזאגט אז עס איז גוט דורך צו גיין במשך דעם לעבן. דערפאר האט זיך שטארק אנגעזען די נויטיגקייט פון האבן א ספרים געשעפט לאקאל, און מען זאל זיך נישט שלעפן אריין אין שטאט פאר יעדע ספר. &nbsp; דער נייער ספרים געשעפט ווער געעפנט דורך האברך לייבי ראטה הי&rdquo;ו אונטער זיין דירה אויף די "טווין ברידזש" גאס.&nbsp; דער געשעפט וועט זיין אהערגעשטעלט גאר שיין מיט א פולע אויסוואל פון אלע ספרים און דזשודעיקע געברויכן &nbsp; אזוי אויך הערט מען איבער דעם וואס מען האט אין די טעג אנגעהויבן ארבעטן אהערצושטעלן א הערליכן "פורניטשער געשעפט" ווי מען וועט פארקויפן גאר שיינע פורניטשער פאר גאר ביליג. &nbsp; &nbsp;ווי אלע ווייסן רעדט דער ראש ישיבה גאר אסאך פון נישט מאכן קיין חובות בשעת מען מאכט חתונה, און נישט זיך ווארפן מיט אידיש געלט, דערפאר קויפט מען טאקע נישט קיין טייערע פורניטשער פאר די פרישע פארפעלקער אויף די חתונה, אבער א בעט, א טיש און בענקלעך דארף מען דאך האבן, דערפאר האט דער ראש ישיבה געזען פאר וויכטיג אויפצושטעלן אזא סארט געשעפט וואס מען וועט דארט קענען טרעפן הערליכע פורניטשער פאר ביליג. &nbsp; עס ווערט אהערגעשטעלט ביים גרויסן לאט אויף רעדקליף, דארט ווי עס בויעט זיך יעצט פרישע הייזער פאר אנשי שלומינו, די הנהלה מיט&rsquo;ן ראש ישיבה שליט&rdquo;א ארבעטן גאר שווער עס זאל זיין שיין אהערגעשטעלט אויף א געשמאקן פארנעם, צו די צופרידענהייט פון אלע תושבים. &nbsp; בקרוב האפט מען צו מעלדן די ווייטערדיגע אנטוויקלונגען פונעם פורניטשער סטאר, ווען דאס וועט זיך עפענען בשעה טובה ומצלחת.

    < זעה מער כז חשון תשפ"ג 📝
  • קאמפיוטער קיאסק "לאַונטש" אין שטעטל געעפענט

    קרית ברסלב. - נאך א לאנגע צייט וואס די קהלה האט געזוכט א פאסיגע פלאץ פאר די קאמפיוטער קיאסק, איז אונז א פרייד צו מעלדן די גוטע בשורה אז נאכדעם וואס מען האט אפגעקויפט דעם בנין פאר די געברויך פון די קהילה ביים עק פון שטעטל, האט דער ראש ישיבה באשטימט אז איינע פון צוועקן פאר וואס מען וועט דאס נוצן איז פארן וויכטיגן קאמפיוטער קיאסק. דער פלאץ האט מען שוין ברוך השם געענדיגט צורישן מיט אלע צוגעהערן, מען האט אריינגעלייגט אסאך כחות און געלט אז עס זאל זיין אויפן בעסטן אויפן און אויפן כשר'סטן וועג, די קאמפיוטערס זאלן זיין ריין פון אלע מרעין בישין, און עס איז שוין אפן פארן פאבליק צו די צופרידענהייט פון אלע תושבי העיר. &nbsp; גאנץ אנפאנג ווען מען האט געעפענט דעם שטעטל האט דער ראש ישיבה תיכף גערעדט איבער די וויכטיגקייט צו האבן א קאמפיוטער קיאסק אין שטעטל. ביים ראש ישיבה איז זייער וויכטיג אז דער שטוב זאל זיין זויבער, און מען זאל נישט זיין פארנומען אין שטוב נאר מיט די משפחה, דערפאר זארגט דער ראש ישיבה אז מען זאל צושטעלן א גוטע ריינע קאמפיוטער קיאסק, מען זאל קענען האלטן די שטובער זויבער. &nbsp; פון אנהייב איז דער קיאסק געווען פלאצירט ווי עס איז היינט די מיידל קעמפ, שפעטער ווען מען האט דארט געעפענט די מיידל קעמפן האט זיך עס אריבער געצויגן ווי עס היינט דער בית המדרש "אשר בנחל" אויף די דענמאן גאס, ווען עס איז געווארן דארט דער בית המדרש האט מען זיך געצויגן צום שטוב פון האברך מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, וואס האט מיט מנדב געווען בחנם א חלק פון זיין דירה פארן קיאסק, זאל אים דער אייבערשטער באצאלן מיט אלעס גוטס פארן טון אזא געוואלדיגע זאך. &nbsp; ווי שוין דערמאנט איז געווארן אפגעקויפט דורך די הנהלה, א בנין ספעציעל פאר די געברויך פון די קהילה, וואס מען וועט נוצן אויסער פארן וועט דארט אויך אריבערגיין די באזאר, און נאך זאכן פאר די קהילה וועט דארט זיין בקרוב מיטן אייבערשטנ'ס הילף. &nbsp; יעצט ווען עס גייט אריבער צום הערליכן נייעם לאקאל, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז מען זאל טוישן די נאמען צו א מער פראפעסיאנאלער נאמען, פון היינט און ווייטער וועט עס הייסן די "לאַונטש" (אין ענגליש Lounge) &nbsp; אנשי שלומינו זענען שטארק מכיר טובה פאר האברך מו"ה מרדכי היימליך הי"ו וואס דער ראש ישיבה האט געשטעלט אוועקצושטעלן דעם "לאַונטש", וואס האט טאקע אריינגעלייגט גרויסע כחות צוצושטעלן דאס פלאץ מיט אלעס וואס פעלט זיך נאר אויס, אנגעהויבן פון די קאנסטראקציע ארבעט ביזן אהערשטעלן קאמפיוטערס, פרינטערס און אזוי ווייטער, וואס ערט געטון מיט גרויס איבערגעגעבענקייט, זאל אים דער אייבערשטער באצאלן מיט אלעס גוטן. &nbsp; אין א בריוו וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן פאר מו"ה מרדכי נרו יאיר, זעט מען ווי שטארק עס איז וויכטיג פארן ראש ישיבה דער קיאסק אין שטעטל עס זאל זיין אהערגעשטעלט ווי עס דארף צו זיין: &nbsp; "איך וויל אזוי שטארק אז דא אין שטעטל זאלן די אינגעלייט זיין ריין און זויבער, זיי זאלן נישט האבן אין שטוב קיין שום כלים. גלייך ווען מיר האבן אנגעהויבן רעדן פון בויען די שטעטל, פון די ערשטע זאכן האב איך געבעטן די הנהלה אז איך דארף א קיאסק, איך וויל נישט אינגעלייט זאלן אריינברענגען אין שטוב קיינע כלים." &nbsp; "מיר האלטן יעצט דריי יאר פונעם שטעטל און עס איז גארנישט דא. איך בעט דיר, העלף מיר, וואס האב איך פון די שטעטל, וואס דארף איך א שטעטל? איך וויל דאך נאר דאס, אז מען זאל לעבן דא בקדושה ובטהרה. יעדן צווייטן טאג הער איך אז נאך און נאך קויפן זיך טעלעפאונס, טעבלעט, ווייל זיי האבן נישט קיין וועג ווי אזוי צו לעבן; זיי זענען גערעכט, מען דארף קענען זען אימעילס, מען דארף קענען זען די באנק וכו' וכו'; אפשר דאך קענסטו זיין דער גוטער שליח." &nbsp; "געדענק וואס איך זאג דיר, די אלע וואס פירן זיך בתמימות, זיי פאלגן צדיקים, פאלגן ערליכע אידן, נעמען נישט אריין אין שטוב קיין שום כלי וואס האט אינטערנעט - די וועלן בלייבן מיט ערליכע דורות, און די אויבער חכמים וואס מאכן חוזק פון די ווערטער פון צדיקים און האלטן זיך קלוגער, ווער ווייסט וואס וועט זיין מיט די דורות הבאים..." &nbsp; "אזוי איז געווען מיט זעכציג יאר צוריק, די הייליגע צדיקים האבן געשטורעמט א וועלט מען זאל נישט האבן אין שטוב קיין טעלעוויזשן מיט ראדיא, די וואס האבן געפאלגט - די האבן אייניקלעך און איר אייניקלעך נאמנים לה', און די אידן וואס האבן געלאכט, זייערע אייניקלעך נעבעך זענען אויסגעמישט, השם ישמרינו." &nbsp; מען קען הערן א מער דעטאלירטע באריכט איבערן "לאונטש" אינעם אינטערוויו מיט ר' מרדכי נרו יאיר אויפן קול ברסלב טעלעפאן ליין 212-444-9191 דערנאך 7 8 אינמיטן די "שמועס מיט די ברסלב'ע ברודער" פון פרשת נח.

    < זעה מער כ חשון תשפ"ג 📝
  • פרישע הייזער ווערן געבויעט אין שטעטל קרית ברסלב

    אין אלע זייטן פונעם שטעטל בויעט מען יעצט פרישע הייזער פאר אנשי שלומינו וואס ווארטן אין די רייע זיך ארויסצוציען אין שטעטל און אויך קענען וואוינען אין אזא הייליגע פלאץ וואס איז ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן'ס נאטור, מיט גראז און ביימער, און עס איז אזוי געאייגענט צו שפאצירן און רעדן צום אייבערשטן ווען אימער. &nbsp; אין די יעצטיגע טעג בויעט מען צוויי פרישע הייזער אויף די האשקי גאס, נאך איין הויז אויף די שטיגליץ גאס, עס איז דא נאך איין לאט אויף שטיגליץ וואס מען האט שוין געשניטן די ביימער צו מאכן גרייט פאר נאך א הויז אבער עס ווארט נאך אויף די פערמיטן פון די שטאט צו קענען אנפאנגען בויען. &nbsp; אויך בויעט מען פרישע הייזער אויף רעדקליף ווי עס איז באקאנט מיטן נאמען די "פארם לאט" ווייל עס איז דארט געווען א פארם, עס איז א ריזיגע שטח פון פערציג עיקר, יעצט בויעט מען דארט פיר פרישע הייזער, עס איז אין פלאן צו בויען דארט נאך אסאך מער הייזער, אין די קומענדיגע שטיק צייט. &nbsp; ווי אויך בויעט מען יעצט א פרישע געגענט פון אסאך הייזער וואס וועט זיין צו פארדינגען, דאס ווערט געבויט אויף טווין ברידזש הארט נעבן די אכט הייזער וואס איז געבויעט געווארן לעצטע יאר, מען האט שוין געגאסן די יסודות פאר אלע הייזער ברוך השם, און איין הויז האט מען שוין אנגעהויבן די פרעימינג. &nbsp; פארגאנגענעם פרייטאג ערב שבת לך לך איז דער ראש ישיבה אריבערגאנגען צום שטח פון טווין ברידזש און פון רעדקליף צוזאמען מיטן בויער מו"ה שבתי מזרחי הי"ו, און איבערגעגאנגען אלע פרטים וויאזוי עס גייט געבויעט ווערן און וויפיל הייזער עס גייט האבן אין זיך, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער וויל האבן א גרויסער בית המדרש פאר די איינוואוינער פון דעם געגענט אויף טווין ברידזש, ווייל די בית המדרש וואס איז יעצט דא - בית המדרש "עצתו אמונה" איז שוין ברוך השם אויסגעוואקסן, דער ראש ישיבה איז איבערגעגאנגען אלע פרטים ווי גרויס דער בית המדרש זאל זיין און וואס עס זאל אלץ האבן אין זיך. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה געמאלדן אז דער נייער גאס אריין פון דעם נייעם געגענט אויף טווין ברידזש וועט טראגן דעם נאמען "ירושלים" און דער בית המדרש וועט הייסן "בית המדרש היכל הקודש ירושלים". &nbsp; מען האפט צו בויען נאך פרישע הייזער בקרוב, עס ווענדט זיך אלץ אין די תפילות פון אנשי שלומינו אז די שטאט זאל לאזן בויען אויף אלע שטחים וואס מען האט שוין געקויפט, און אויך זאל מען קענען אפקויפן נאך שטחים. &nbsp;

    < זעה מער טז חשון תשפ"ג 📝
  • בית המדרש "פעולת הצדיק" - פינפטער בית המדרש אין שטעטל

    טראץ דעם גרויסן פארלאנג פון פילע אנשי שלומינו וואס זוכן זיך ארויס צו ציען און קומען וואוינען אינעם שטעטל "קרית ברסלב" איז זייער גרויס, פרובירט דער ראש ישיבה גאר שטארק אז די פרייזן פון די דירות זאל בלייבן סטאביל, דער ראש ישיבה וויל אז אינגעלייט זאלן קענען לעבן מיט רואיגקייט און מנוחת הנפש, און נישט דארפן ארבעטן אווער טיים פשוט צו קענען האבן א דאך איבערן קאפ. &nbsp; דערפאר האט דער ראש ישיבה געבעטען אז מען זאל נישט אזוי שנעל אפקויפן יעדע דירה וואס די שכנים לייגן נאר ארויס - אויב זיי הייבן די פרייזן, אויסנוצדיג דער גרויסן פארלאנג, דער ראש ישיבה זאגט אז ענדערש זאל מען אביסל אויסווארטן און נאר קויפן הייזער וואס מען בעט די ריכטיגע מארקעט פרייז, אפילו אויב די הייזער זענען אביסל ווייטער איינס פונעם צווייטן. &nbsp; די זעלבע זאך ווען עס קומט צו בויען פרישע הייזער גייט מען אויף דעם זעלבן סיסטעם, נאר ווי מען טרעפט א שטח פאר א גוטע פרייז קויפט מען עס אפ און מען בויעט דארט הייזער, אזוי ארום איז אויסגעקומען אז כאטש מען וואוינט טאקע אין איין טאון, זענען אסאך הייזער נישט אין "וואלקינג דיסטענס" צו קענען גיין צופיס שבת אין איין בית המדרש, אזוי ווי אינדערוואכן וואס מען קען פארן מיט א קאר. צוליב דעם עפענט מען יעדע שטיק צייט נאך א בית המדרש אין יעדע פרישע געגענט וואו די אינגעלייט ציען זיך אריין. &nbsp; יעצט קומט די נייעס אז אין דער "רעדקליף" געגענט האט זיך געעפענט דער נייעסטער בית המדרש פון שטעטל, "רעדקליף" איז גלייך ביים אנהייב שטעטל, דער ראש ישיבה האט א נאמען געגעבן דער בית המדרש "פעולת הצדיק". &nbsp; דער נייער בית המדרש "פעולת הצדיק" איז דער פינפטער בית המדרש אין שטעטל, דער ערשטער בית המדרש איז דער גרויסער בית המדרש אויף 181 האשקי ביים שטוב פונעם ראש ישיבה שליט"א, דער צווייטער האט געפינט זיך אין די "דענמען" געגענט מיט'ן נאמען "אשר בנחל", דער דריטער איז אויף די "טווין ברידזש" גאס מיטן נאמען "עצתו אמונה", דער פערטער איז אויף די "מארקס" גאס מיט'ן נאמען "מקור השמחה", און יעצט איז צוגעקומען דער פינפטער בית המדרש מיט'ן נאמען "פעולת הצדיק". &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן אז פון אלע בתי מדרשים אין שטעטל זאל ארויס קומען אסאך תורה, תפלה, התחזקות, שיעורים, סיומים, שמחות, און פילע מצות ומעשים טובים. &nbsp; רבי אלעזר הקפר אומר, עתידין בתי כנסיות ובתי מדרשות שבבבל שיקבעו בארץ ישראל (מגילה כט)

    < זעה מער כח תשרי תשפ"ג 📝
  • הערליכע זומער אריבער מיט אנשי שלומינו אין שטעטל

    געלויבט דעם אייבערשטן אז עס איז דורך א הערליכע זומער ווי אנשי שלומינו האבן פארברענגט מיטן אייבערשטן אינעם ברסלבן שטעטל. &nbsp; אלע האבן ברוך השם גוט אויסגענוצט די צייט, די אינגעלייט און די בחורים און אפילו די אינגעלך האבן אריינגעכאפט טויזנטער פרקים משניות, טויזנטער בלעטער בבלי ירושלמי תוספתא, מען איז דורך חומש שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י יעדע וואך, און נאך פילע לימודים, אלע אינעם שטעטל סיי די מענער און סיי די פרויען סיי די בחורים און סיי די מיידלעך האבן אריינגעכאפט אסאך התבודדות, מען האט פארברענגט אינעם שויס פונעם באשעפער'ס בריאה און אסאך גערעדט און זיך אויסגעשמועסט מיטן אייבערשטן אין די פעלדער און וועלדער, אזוי אויך נעמט מען מיט זיך טצענדליגע טויזנטער קאפיטלעך תהלים. &nbsp; עס איז דורך א זומער ב"ה מיט פילע אידישע שמחות קע"ה, אין שטעטל איז א שמחה יעדעס אינגל אדער מיידל וואס עס ווערט געבוירן. ביי ערליכע אידן ווייסט מען עס קינדער איז א ברכה. אזוי אויך זענען געשלאסן געווארן ברוך השם אסאך שידוכים ברוך השם, אסאך בחורים און מיידלעך זענען אויפגעראכטן געווארן ווען מען האט אין א מזל'דיגע שעה געבראכן טעלער, דאס אליינס אז זיי גייען אויפשטעלן א אידישע שטוב מאכט זיי שוין גענוג פרייליך אז מען דארף שוין נישט געבן קיין טייערע מתנות, קויפן טייערע ברענד נעים קליידער אדער פוירניטשער, דינגען א טייערע זאל, שפילער, זינגער און בדחן זיי זאלן זיין פרייליך מיט זייער חתונה.&nbsp; &nbsp; די אינגעלייט און די ווייבלעך האבן זיך אפגעגעבן מיט זייער אייגענע משפחה, מען האט אוועקגעווארפן די פארשאלטענע "סאשעל מידיע" וואס בארויבט אונזער טייערע צייט, מען איז אהיים געקומען צו די משפחה געשמועסט און פארברענגט, און זיך אפגעגעבן מיט די קינדער, זיי מיטגענומען אין שול דאווענען נעבן זיך און זיי אריינגעגעבן א געשמאק אין אידישקייט מיטן געבן פאר זיי גוטע זאכן פארן דאווענען שיין און ענטפערן אמן. &nbsp; מען האט אויסגענוצט די פילע געלעגענהייט זיך אריבערצוכאפן צו איינע פון די פילע שיעורים פון ראש ישיבה, איינער אינדערפרי א בלאט גמרא, אנדערע נאכמטיג צום שיעור אין סיפורי מעשיות, אדער ליל שישי דער שיעור פאר אינגעלייט, מען האט געשלינגען מיט דורשט די הייליגע ווערטער און מען האט זיך איינגעקויפט שכל, עצות און חיזוק פון הייליגן רבין אויף דעם זעלבן וועג ווי מוהרא"ש האט עס מקבל געווען. &nbsp; אזוי אויך האבן זיך אנגעזען אין שטעטל כסדר פילע געסט וואס האבן זיך אריבערגעכאפט פון קרית יואל, מאנסי, ברוקלין אדער אפילו פון ארץ ישראל צו וויילן מיטן ראש ישיבה אין שטעטל אויף א שיעור, אדער א טאג וואך אדער שבת, גליקליך זענען געווען די וואס האבן באוויזן צו עסן א "סעודה מיטן ראש ישיבה" און האבן מיטגענומען הדרכה אויף למעשה וויאזוי מען פירט א שבת טיש מיט די ווייב און קינדער, ווי מען לאזט זיך אראפ, מען פארציילט מעשיות, מען זינגט זמירות, און מען פריידט זיך מיט יעדע מינוט פון שבת. &nbsp; יעצט ווען מען גייט צוריק אהיים, נעמט מען מיט די אלע עצות און חיזוק צו זיך אין שטוב, ווי מען וועט ווייטער טון למעשה אלעס וואס דער ראש ישיבה לערנט אונז, מען וועט רעדן צום אייבערשטן, רעדן שיין צו די ווייב, זיך אפגעבן מיט די חינוך פון די קינדער, לערנען יעדן טאג כאטש אביסל, און זיך פרייען מיטן שלא עשני גוי.

    < זעה מער ח אלול תשפ"ב 📝
  • געשלאסן מקח אויף א נייע בנין פאר די קהילה אין קרית ברסלב

    פרישע נייעס קומט אריין פון די הנהלת הקהילה, א פרישע מקח איז נארוואס געשלאסן געווארן אפצוקויפן א גרויסער בנין פון כמעט 5 טויזענט סקווער פיס. &nbsp; עס רעדט זיך פון א שיינער בנין אויף די "טווין ברידזש" גאס, וואס וועט זיין צום באנוץ פאר פארשידענע באדערפענישן פון די קהילה, צום ביישפיל דער אלעמען באקאנטער "באזאר" וואס האט זיך שוין איינגעקויפט גאר א גוטע נאמען אלס א קליידער געשעפט מיט וואס אלע זענען זיך מחיה, מען טרעפט דארט קליידונג פאר ממש קליינגעלט, און מיט דעם האט מען שוין געשפארט גאר גרויסע געלטער פון אלע משפחות אנשי שלומינו. &nbsp; ביז יעצט איז די באזאר געווען איינקוואטירט אין שטוב פון מו"ה מרדכי אהרן היילפרין הי"ו, אבער אזוי ווי עס ווערט ב"ה גרעסער דער שטעטל, און צוזאמען מיט דעם וואקסט דער באזאר, דארף מען האבן פאר דעם מער פלאץ צו קענען בעסער איינקויפן און האבן גענוג פלאץ אויסצושטעלן אלע סארטן קליידער פון אלע סייזעס, דערפאר האט דער ראש ישיבה צוזאמען מיט די הנהלה באשלאסן צו באשטימען דעם בנין פאר די באזאר. &nbsp; ווי אויך וועט דארט פלאצירט ווערן א "קאמפיוטער קיאסק", וואס אין די קורצע צייט וואס דער שטעטל שטייט שוין האט שוין דער קיאסק ארומגעוואנדערט פילע מאל פון איין פלאץ צום צווייטן, און האט זיך נאך דערווייל נישט געקענט מסדר זיין אויף א וועג עס זאל זיין באקוועם און געשמאק פאר אנשי שלומינו צו קומען איינקויפן מיט די ווייב אויף א רואיגע און געשמאקע אופן. &nbsp; ווי געזאגט וועט א חלק פונעם בנין געווידמעט ווערן פארן קיאסק, מען וועט אהערשטעלן דאס פלאץ גאר שיין און פראקטיש, דער ראש ישיבה שטעלט דאס אהער מיטן ציל אז מען זאל זיך קענען אן עצה געבן אויך אן די פארשידענע מכשירים וואס זענען מחובר צו אינטערנעט, ווי סמארטפאונס טעבלעטס אייפעדס וכדומה, נאר מען זאל קענען האלטן די שטוב ריין און האבן א פלאץ ווי מען קען איינקויפן אנליין און באקומען אימעיל אויף א כשר'ע וועג. &nbsp; ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה

    < זעה מער ג אלול תשפ"ב 📝
  • אנשי שלומינו אין קרית ברסלב באזוכן און העלפן די אידישע ארעסטאנטן אין די תפיסות אין די אומגעגענט

    אויפן פארלאנג פונעם ראש ישיבה שליט"א האט א חשובער אינגערמאן אין שטעטל מו"ה משה עקשטיין הי"ו געעפענט א פרישע ארנאניזאציע, וואס וועט האבן די ציל ארויסצוהעלפן און ארגאניזירן באזוכן אידישע קינדער וואס שמאכטן לא עלינו אין די תפיסות ארום קרית ברסלב ליבערטי, וואס די אידן דארט קוקן שטארק ארויס אויף באזוכער. &nbsp; ווען מען קוקט זיך ארום אויף די מאפע פון ליבערטי והגלילות זעט מען מער ווי איין תפיסה אין די געגענט ווי עס זיצן אידישע קינדער לא עלינו, עס זענען איז דא מענטשן וואס האבן אסאך באזוכער צוליב דעם וואס ער האט משפחה און פריינד און זיי וואוינען נישט צו ווייט, אבער עס איז אויך דא אזעלכע וועלכע זייערע קרובים וואוינען זייער ווייט, און די אנדערע זייט אמעריקע אדער גאר אין אויסלאנד. אויך זענען דארט פארהאן איינזאמע אידישע קינדער וואס האבן נישט קיין קרוב און קיין גואל, און עס קען אויסקומען אז עס קען דורך גיין א לאנגע צייט וואס קיינער קוקט זיך נישט אום אויף זיי, זיי זעען בלויז די גרינע ווענט פון די תפיסה פיר און צוואנציג שעה אין טאג, און אין די זעלבע צייט ער דארף זיך קענען אויסקומען מיט די נידעריגע פארברעכער וואס זיצן דארט צוזאמען מיט אים. &nbsp; ווי דערמאנט האט דער ראש ישיבה געבעטן פון מו"ה משה הי"ו ער זאל זיך אריינלייגן דערין. און ווי ר' משה גיבט איר האט ער אנגעקניפט פארבינדונגען מיט אידן וואס טוען אין די ענינים א לענגערע צייט און קענען זיך אויס מיט די ביוראקאטישע געזעצן פון יעדן תפיסה אינעם געגענט באזונער, ווען מען קען גיין און וואס מען קען ברענגען, צי מען דארף זיך איינשרייבן, וויפיל באזוכער זיי מעגן האבן, און אזוי ווייטער. &nbsp; ווען מען פרעגט מענטשן צי וואלטן אפשר געוואלט קומען באזוכן, ענטפערן אסאך מענשטן "איך ווייס נישט וואס צו רעדן און איך האב נישט וואס צו רעדן, במילא איז דאס נישט פאר מיר", אבער ווער עס איז שוין אמאל געגאנגען באזוכן אין א תפיסה ווייסט די מענטשן דארפן בלויז א אידישע הארץ מיט אן אפענעם אויער וואס זאל זיי אויסהערן, זיי ווילן פשוט מיט איינעם מיטטיילן זייערע מיטמאכענישן, זיי ווילן איינער זאל זיי אויסהערן, און אזוי אביסל זיי פארלייכטערן זייערע שווערע אומשטעדן אין וועלכע זיי געפונען זיך. און דאס איז א געוואלדיגע מצוה וואס מען קען נישט באשרייבן. &nbsp; ווער עס וויל טון די גרויסע מצוה פון גיין באזוכן אין א תפיסה זאל ביטע רופן מו"ה משה עקשטיין הי"ו, און אפשמועסן מיט אים וועם, ווען און וואו מען קען באזוכן. אין דעם זכות זאל דער אייבישטער העלפן איר זאל קיינמאל נישט מיטמאכן די אלע שוועריקייטן.

    < זעה מער כז אב תשפ"ב 📝
  • טיי אווענט פארן ברסלב כולל זונטאג דברים אין שטעטל

    ווי באקאנט האט דער ראש ישיבה שליט"א אויפגעשטעלט דעם בארימטן "כולל היכל הקודש" ווי עס לערנען מיט א געוואלדיגע התמדה א קבוצה פון אויסגעקליבענע אינגעלייט, דער ראש ישיבה שליט"א לאזט נישט קומען אינעם כולל איינער וואס קומט ווייל ער דארף הייסן א "כולל אינגערמאן" צוליב וואס זייער שווער האט געלט און מוז האבן דעם איידעם אין כולל, וכדומה,&nbsp; דא זיצן אינגעלייט וואס לעבן מיט תורה, אטעמען תורה, ווייל נפשם חשקה בתורה. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט איינגעפירט אז די אינגעלייט זאלן דורכאקערן די שווערע מקצועות וואס זענען גילטיג בשעת'ן אויפבויען דעם קהילה. די אינגעלייט האבן שוין אין די לעצטע חדשים גוט דורכגעלערענט די קאמפליצירטע סוגיות פון מקוואות, שחיטה און עירובין, און אזוי ווייטער. און אויסער דעם זיצן זיי א גאנצן טאג און זענען זיך משלים אין אלע מקוצעות וואס עס פעלט זיך אויס פאר א שטאט, ווי יורה דעה חלק א' און חלק ב', הלכות שבת און אזוי ווייטער. &nbsp; יעצט וועט דער כולל אפהאלטן דעם ערשטן טיי אווענט אינעם שטעטל קרית ברסלב ווי די איינוואוינער פון שטעטל אזוי אויך די זומער געסט וועלן האבן די זכיה צו קענען נעמען א חלק אין שטיצן די תלמידי חכמים פון שטאט. &nbsp; דער מסיבה וועט בעזרת השם פארקומען קומענדיגן זונטאג דברים הבעל"ט אין שטוב פון מו"ה אברהם פריעדריך הי"ו אויף 87 רעד קליף ראוד אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי. א געשמאקע רייכע מאלציילט וועט זיין צוגעגרייט פאר אלע משתתפים. און א גאר אינטערעסאנטע א פאנעל פון פיר געהויבענע תלמדים פון ראש ישיבה שליט"א וועלן&nbsp; פארשטעלן א שיינע פרעזענטציע, ווי מען וועט זיי פרעגן אקטועלע אינטערעסאנטע שאלות וואס זיי וועלן ענטפערן יעדער איינער לויט זייער ערפארונג אין לעבן. &nbsp; צו זען די חשיבות פונעם כולל איז כדאי צו כאפן א בליק וויאזוי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט איבערן כולל מיט צוויי חדשים צוריק "איך בין געווען דעם פארגאנגענעם מאנטאג אין שטעטל, איך האב אריינגעקוקט אין כולל צו זען ווי מען לערנט. איך האב דיר געוואלט געבן שלום עליכם, אבער איך האב נישט געוואלט איבערהאקן דיין לערנען; איך בין געשטאנען און געקוקט ווי איר לערנט מיט אזא התמדה, דאס האט מיר זייער פרייליך געמאכט." &nbsp; "געב איבער פאר'ן דיין הרב ר' יונה שליט"א, איך האב זייער געוואלט געבן פאר אים שלום און רעדן מיט אים, אבער ענקער התמדה האט מיר נישט געלאזט דאס טון." &nbsp; דער ציבור אנשי שלומינו ווערן ערווארטעט צו קומען אין שטיצן דעם הייליגן כולל, און מיט דעם באקומען דעם שמירה עליונה וואס די תורה ברענגט אויף א איד. &nbsp; תורה, בין בעידנא דעסיק בה ובין בעידנא דלא עסיק בה מגנא ומצלא (סוכה כא) &nbsp;

    < זעה מער כו תמוז תשפ"ב 📝
  • סיום הש"ס פון דרייצן יעריגע בחור ערשטוינט אלעמען

    א הערליכע סיום איז פארגעקומען אין קעמפ "אילן החיים" פארגאנגענעם מיטוואך פרשת בלק, ווען הבחור בנימין זאב זוסמאן נרו יאיר וואס וואוינט אין קרית ברסלב ליבערטי האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס. &nbsp; בנימין זאב האט אנגעפאנגען צו לערנען ש"ס כסדרן צוויי אהאלב יאר צוריק, בשעת גאנץ כלל ישראל האט נאכאמאל אנגעהויבן לערנען ש"ס א דף א טאג, בנימין זאב האט נאך דאן געוואוינט אין קרית טאש אין קאנאדא, און האט דארט גוט אויסגעניצט די צייט און געלערנט איין בלאט נאכן צווייטן אזוי ווי דער ראש ישיבה לערנט אונז אויס, אסאך טעג פלעגט ער לערנען איינס אדער צוויי בלאט, און אסאך טעג האט ער געלערנט אסאך מער בלעטער גמרא. &nbsp; יעצט האט ער זוכה געווען צו מסיים זיין גאנץ ש"ס, אלס אינגער בחור פון דרייצן יאר, א זאך וואס מען הערט נישט אזוי אפט, און דאס איז גאר גרויסע נייעס, וואס ווייזט פאר יעדן איד אז די תורה איז אפן פאר יעדן איינעם, אנגעהויבן פונעם קלענסטן און געענדיגט ביים גרעסטן, יעדער קען זוכה זיין צום כתרה של תורה. &nbsp; דער ראש ישיבה איז ספעציעל געקומען זיך באטייליגן ביים סיום וואס איז געפראוועט געווארן אין קעמפ, צוזאמען מיט אלע קינדער וואס האבן צוגעקוקט וויאזוי זייער חבר האט שוין זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס, און געמאכט א קנאת סופרים, אז אלע זאלן שטרעבן אויך זוכה צו זיין דערצו &nbsp; צוערשטא האט דער אינגער "חתן תורה" הב' בנימין זאב געמאכט דעם סיום, דערנאך האט מען געזינגען צוזאמען ניגונים פון תורה, דערנאך האט זיין טאטע מו"ה אשר לעמל זוסמאן הי"ו גערעדט אפאר ווארימע ווערטער פון הארץ, און געדאנקט דעם אייבערשטן ברבים פאר די לעכטיגע מתנה וואס ער האט אים געשאנקען אז זיין זון האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס. &nbsp; דערנאך האט מען געהערט א הערליכע שמועס פונעם ראש ישיבה, וואס האט ארויסגעברעגנט לשבח פון בנימין זאב וואס לערנט אזוי פלייסיג יעדן טאג, און אויך הערט מען צוריק גוטע גריסן אז די קינדער לערנען גוט, און מען שפילט גוט, און מען לעבט באחדות איינער מיט'ן צווייטן, און דער ראש ישיבה האט זיך אנגערופן מיט א מורא'דיגע לשון "איך בין זיכער אז מוהרא"ש קוקט אראפ פון הימל און האט מורא'דיגע נחת אז ער האט איבערגעלאזט אזא שיינע קהילה, אזא שיינע תלמוד תורה, אזא שיינע מחנה." &nbsp; ביים סוף האט דער ראש ישיבה געזאגט "קינדער, קוים איז מען געקומען אין קעמפ, און מען גייט שוין באלד אהיים, מען גרייט זיך שוין צו פארן אויף אומאן צום הייליגן רבי'ן, דארפט עטץ זען אויסניצן די צייט צו זאגן פרקים משניות און דפים גמרא. אין קעמפ דארף מען זיך פארטראגן מיט יעדן קינד, מען דארף זיין "ברסלב - לב-בשר" א ווייך הארץ צו א צווייטן איד." &nbsp; דער ראש ישיבה האט צוגעענדיגט: "פארוואס פאסט מען שבעה עשר בתמוז? נאר וועגן מען האט זיך נישט ליב געהאט, מען דארף ליב האבן א צווייטן אפילו יענער איז נישט דיין סטייל, ער טוט אן זיין גלעזער אויף די פיאות, און דו טוסט אן די גלעזער אינטער די פיאות, אים דארפסטו אויך ליב האבן". "א איד איז אמאל געקומען צו זיין רבי אז ער האט געענדיגט לערנען גאנץ ש"ס, האט אים דער רבי געזאגט "און וואס האט ש"ס 'דיר' געלערנט? מען דארף זען צו האבן גוטע מדות דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אלע לערנען תורה א גאנץ לעבן, נישט אפלאזן די משניות און די גמרא." &nbsp; תורת השם תמימה משיבת נפש

    < זעה מער כב תמוז תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 34 results

1 2 3
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ג
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com