Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • געהויבענע שבת חנוכה אין שטעטל מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    דער הערליכער שבת אין שטעטל צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, איז געווען א פארגעניגן פון די ערשטע מינוט ביז די לעצטע מינוט, די שטעטל האט געלעבט אין א יום טוב'דיגע שטימונג, עפעס וואס מען קען נישט מסביר זיין מיט ווערטער, מיר וועלן פרובירן בלויז אראפצולייגן די כראנאלאגישע סדר וויאזוי עס איז צוגעגאנגען פון אנהייב ביזן סוף.     דער ראש ישיבה שליט"א איז אנגעקומען אין שטעטל מיטוואך ביינאכט פרשת וישב, די איינוואוינער האבן זיך אויפגעוועקט אינדערפרי צו א סופרייז, "דער ראש ישיבה געפונט זיך שוין אין שטעטל", און אפילו מען זעט נישט דעם ראש ישיבה יעדע מינוט, שפירט זיך אבער אין שטעטל אַן אנדערע לופט אַן אנדערע אטמאספער, א רואיגקייט לאזט זיך אראפ, מען שפירט עפעס אזא קלארע אמונה לופט וואס קומט מיט ווען דער ראש ישיבה קומט אין שטעטל.     דאנערשטאג אינדערפרי האט דער ראש ישיבה באזוכט אין ישיבה, און געדאווענט צוזאמען א ווארימע געשמאקע דאווענען. אויך האט דער ראש ישיבה באזוכט אין די מוסד און גערעדט צו די קינדער וויאזוי מען דארף זיך אויפפירן מיט מידות טובות און דרך ארץ. אויך האט דער ראש ישיבה געברענגט מען זאל אויסטיילן שיינע גרויסע תהילים'ס פאר די תלמידות פון בית פיגא בייגעלייגט מיט א בריוו.   אויך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבער אין בית הדפוס זיך אומקוקן אויף די הייליגע ארבעט וואס קומט דארט פאר, ווי מען דרוקט יעדן טאג נאך און נאך ספרים און קונטרסים פאר אידישע קינדער, אז זיי זאלן אויך וויסן די סוד וויאזוי מען קען האבן א שיינע פרייליכע לעבן מיט'ן אייבערשטן אויף דער וועלט.   ביינאכט נאכן צינדן דעם ערשטן לעכטל איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן ליל ששי שיעור אין בית המדרש הגדול, דער ראש ישיבה האט שטארק ארומגערעדט פון נישט שרייען אינדערהיים, נאר זיך אויפפירן מיט א דרך ארץ אזוי ווי דער רבי לערנט אונז.    שפעט דאנערשטאג זענען די בחורים ארויסגעקומען אין שטעטל צו זיך אויפהאלטן אויף שבת חנוכה אין שטעטל צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א.    און אזוי איז מען אריין אינעם לעכטיגן שבת מברכים ראש חודש טבת, די וועטער אינדרויסן איז געווען גאר געשמאק ברוך השם, צוליב וואס געוויסע האבן געבעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיין שיינע וועטערס. דער ראש ישיבה האט געדאווענט אלע תפילות אין האשקי שול, קבלת שבת האט מען געהאט די זכי' צו הערן דעם ראש ישיבה דאווענען, עס האט אנגעווארעמט יעדנ'ס הארץ, די סעודה האט דער ראש ישיבה געגעסן מיט די בחורים אין בית המדרש. פאר די סעודה האט דער ראש ישיבה געשמועסט מיט די בחורים א לאנגע צייט צוליב דעם וואס די משפחה איז נאכנישט געווען גרייט צו אנהייבן די סעודה, און דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז מען קען נישט שרייען אינדערהיים ווען מען איז נאכנישט גרייט, מען דארף זיך רעכענען מיט יענעם, ובפרט ווען ביי א מאן נעמט שנעלער זיך צו מאכן גרייט.    נאך די סעודה איז מען זיך צאמגעקומען זינגען צוזאמען זמירות שבת, אויך איז געווען די שלום זכר ביי האברך מו"ה בנציון יאקאבאוויטש הי"ו.   דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט פון דעם וואס דער רבי האט געזאגט מען זאל קומען צו אים די דריי צייטן פון די יאר, שבת חנוכה, שבועות און ראש השנה, דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט פון קומען צום הייליגן רבי'ן ראש השנה וואס דאס גייט אן אפילו נאכן רבינ'ס פטירה.   דערנאך האט מען נאך אביסל געזינגען און דער ראש ישיבה האט ווייטער ממשיך געווען צו רעדן פארוואס מען קומט צום רבי'ן שבת חנוכה, ווייל דעמאלט לערנט דער רבי אויס צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס מען האט, ס'איז דא מענטשן וואס ווען מען זאגט זיי דאנק דעם אייבערשטן אז דו קענסט זען, דו קענסט גיין, דו קענסט שמעקן, זאגט ער "יעדער קען זען, גיין, שמעקן און אזוי ווייטער", אבער דער אמת איז אז דאס איז נישט אמת, דער ראש ישיבה האט פארציילט מעשיות פון מענטשן וואס קענען נעבעך נישט זען, זיי קענען נישט שמעקן, זיי קענען נעבעך נישט גיין דער אייבערשטער זאל אפהיטן, א איד דארף זיך צוגעוואוינען דאנקען אויף יעדע זאך וואס מען האט יא.   דער ראש ישיבה האט פארציילט בשעת די קאראנע האט א איד געדארפט האבן א מאשין צו אטעמען, דער דאקטער האט אים געשיקט עפעס א ריזן ביל צו באצאלן, און ווען דער איד האט דאס געזען האט ער אנגעהויבן וויינען און זיך אנגערופן "וויפיל בין איך שולדיג דעם אייבערשטן וואס געבט מיר צו אטעמען יעדע מינוט פון ווען איך בין געבוירן ביז היינט".   אויך האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט די חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אים אז ער איז אנגעקומען צו מוהרא"ש, ווייל ער האט געהאט א בילד אין קאפ אז צו זיין א ערליכער איד דארף מען פאסטן, נישט שלאפן אין קיין בעט און אזוי ווייטער, אבער פון ווען ער האט באקומען דעם קליינעם ספר אשר בנחל האט זיך אין געעפענט א נייע וועלט, ער האט געזען אז מען קען עסן און שלאפן, אבער טו עס מיטן אייבערשטן.   אינדערפרי פאר'ן דאווענען האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט די סידור עת רצון די שטיקל פון מן המיצר וואס מוהרא"ש שרייבט אזוי שיין וויאזוי א מענטש דארף זיך דערהאלטן אין די שווערסטע מצבים וואס ער גייט נאר אדורך, און ווען ער האט יסורים זאל ער וויסן אז דאס קומט פונעם אייבערשטן, ער שיקט דאס פארן מענטש אים צו אויפוועקן פון שלאף.    צו שחרית איז דער ראש ישיבה צוגעגאנגען צום עמוד, און געדאווענט א ווארימע הלל וואס האט יעדן אנגעווארעמט דאס הארץ, אויך האט דער ראש ישיבה געליינט גאר ווארעם און געשמאק, און דערנאך געבענטש ראש חודש.   ביי סיפורי מעשיות האט דער ראש ישיבה פארציילט די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט פארציילט פון א רב בישראל וואס האט אכט און צוואנציג יאר זיך געוואלגערט אין עולם התוהו רחמנא לצלן, האט דער רבי אויסגעפירט ווער עס וועט קומען צו מיר ראש השנה, שבת חנוכה און שבועות וועט ווערן ניצול פון דעם, מוהרא"ש איז מסביר, פארוואס פונקט די דריי צייטן? ווייל ראש השנה געט דער הייליגער רבי אריין א קלארע אמונה אינעם מענטש און מען הייבט אן צו רעדן צום אייבערשטן, שבת חנוכה באקומט מען די מתנה פון דאנקן דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים, און שבועות די מתנה פון לערנען תורה אויפ'ן געשמאקן וועג וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז אז מען דארף נישט פארשטיין ביים לערנען, נאר מען זאגט די ווערטער, וואס דורך דעם איז מען זוכה צו אדורכגיין כל התורה כולה.   אויך האט דער ראש ישיבה נאכאמאל גערעדט פון דאנקען דעם אייבערשטן, "וואס איז דער גאנצער מענטש? אין איין מינוט קען די מענטש אויפהערן אטעמען חס ושלום, א מענטש דארף זיך צוגעוואוינען צו דאנקן דעם אייבערשטן, נאכדעם קען מען בעטן דעם אייבערשטן וואס מען דארף".    ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט חיי מוהר"ן סימן פה די מעשה וואס דער רבי האט פארציילט חנוכה פון א גאסט וואס איז געקומען צו א בעל הבית און אים געוויזן וויאזוי מען קען לעבן דא אויף דער וועלט און זיין אין די זעלבע צייט דבוק צום אייבערשטן.   דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען פירט זיך ביי אנשי שלומינו דאס צו פארציילן שבת חנוכה, מען קען אין דעם זאגן אסאך פשטים, אבער איך זאג דאס וויאזוי איך האב פארשטאנען פון מוהרא"ש.   אויך האט דער ראש ישיבה מעורר געווען אנשי שלומינו זיך צו מאכן א שיעור אין ספר "ליקוטי מוהר"ן", וואס דאס וועקט אויף א מענטש פון שלאף און מאכט דעם מענטש רעדן צום אייבערשטן, ובפרט אז מען מאכט זיך א שיעור אין ספר "אשר בנחל" די בריוון פון מוהרא"ש, מאכט עס גלייך דער מענטש גיין אין בית המדרש דאווענען, אנטון תפילין און אזוי ווייטער.   שפעטער האט דער ראש ישיבה געצינדן די גרויסע מנורה אין שול, דער ראש ישיבה האט געזאגט מען זאל ווארטן אויף אלע קינדער, זיי זאלן מיטהאלטן וויאזוי מען צינדט די מנורה.   זונטאג האט דער ראש ישיבה אויסגעניצט אריבער צו גיין אין די מוסד און רעדן צו די קינדער אין חדר הערן פון זיי וואס זיי לערנען און אזוי ווייטער.     דער שבת וועט זיכער געדענקט ווערן פאר א לאנגע צייט און מען וועט מיטנעמען די לימודים מיט זיך איבעראל וואו מען געפינט זיך נאר.  

    < זעה מער כז כסלו תשפ"ד 📝
  • חנוכת הבית פארן נייעם בית הוראה 'עמק יחזקאל' אין קרית ברסלב

    ווי שוין באריכטעט האט מען געבויעט א נייע בית הוראה אין שטוב פונעם דיין הרב ר' יונה זינגער שליט"א אין שטעטל, ווי די איינוואוינער קומען כסדר אנפרעגן שאלות הלכה למעשה, אויף וואס דער דיין ענטפערט כדת של תורה. &nbsp; פאריגע וואך דאנערשטאג איז פארגעקומען א חנוכת הבית אויפן נייעם שטיבל וואס מען האט קורא שם געווען "בית הוראה עמק יחזקאל", דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך פערזענליך באטייליגט, אזוי אויך האבן זיך די חשובע כולל יונגעלייט באטייליגט, דער ראש ישיבה האט געזאגט עטליכע ווערטער און בתוך הדברים געזאגט פאר די אינגעלייט ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו געדענקען און קענען גוט די הלכות וואס מען לערענט אז מען זאל בעטן דעם אייבערשטן, "אנשטאט זיצן לאנג אויף איין הלכה זאל מען ענדערש זיצן נאך א מינוט ביי אהבה רבה און בעטן והאר עינינו בתורתך", האט דער ראש ישיבה געזאגט. &nbsp; דער דיין שליט"א האט געפרעגט דעם ראש ישיבה שליט"א אויב עס איז פאסיג א נאמען צו געבן פארן בית הוראה 'עמק יחזקאל' נאכן קארלסבורגער רב ז"ל דער זיידע פון ראש ישיבה שליט"א, זאגענדיג אז ער האט זוכה געווען דארט אנצוהייבן צו פסק'נען שאלות און באקומען סמיכה פונעם רב ז"ל, דער ראש ישיבה האט זייער הנאה געהאט פונעם געדאנק און געזאגט אז עס איז פאסיג צו געבן א נאמען פאר א פלאץ ווי מען פסק'ענט שאלות נאך דעם גרויסן צדיק וואס האט זיך כל ימיו אוועק געגעבן אויפצושטעלן הונדערטער און טויזנטער מורה הוראות. &nbsp; די שטעטל איינוואוינער האבן זוכה געווען אז דער דיין שליט"א באשיינט דער שטאט, און געבט זיך אוועק פיר און צוואנציג שעה אין מעת לעת סיי ווען מען דארף עפעס פרעגן. א גאנצן טאג זיצט ער אין היכל הבית המדרש, ווי ער איז דער ראש הכולל, און אלע ווייסן די אדרעס צו קענען קומען פרעגן אויב עס מאכט זיך א שאלה, אזוי אויך אין די אנדערע שעות, זיצט דער גרויסער גאון דער דיין שליט"א אסאך שעות אין זיין בית הוראה ווי ער לערנט און נעמט אויף די שואלים. דער דיין שליט"א נעמט אלעמען אויף בסבר פנים יפות, און ענטפערט בטוב טעם ודעת, דער דיין איז באקאנט אז אויסער זיין גרויסע גאונות בתורה, ווי ער אויסגעקאכט אין יעדע אזוי גערופענע "פארשטופטע הלכה", האט ער געלערנט פלייסיג אויך דער "פינפטער חלק שולחן ערוך", און דער דיין פארשטייט פון דעם שואל די שאלה "צווישן די שורות", און דער דיין שליט"א האט שוין געהאט די זכי' ארויסצוהעלפן און שטעלן אויף די פיס פילע אידישע שטובער. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א דערמאנט דעם מעמד אין א בריוו "היינט בין איך געווען אין שטעטל באזוכן די ישיבה, חדר, בית פיגא, און ועל כולם די כולל; איך בין געזיצן מיט די כולל אינגעלייט אינעם בית הוראה עמק יחזקאל, על שם מיין זיידע קארלסבורגער רב זכר צדיק לברכה; די כולל אינגעלייט האבן זיך פארהערט א חלק הלכות שבת, עס איז געווען זייער א שיינע מעמד." &nbsp; אין לו להקב"ה אלא ארבע אמות של הלכה

    < זעה מער כב כסלו תשפ"ד 📝
  • ילד שעשועים ברסלב קימפעטארין היים

    &nbsp; גאר א פרייליכע שטימונג הערשט אין היכל הקודש אין די טעג מיט דעם וואס דער נייער "ילד שעשועים ברסלב קימפעטארין היים האט מיטן אייבערשטנ'ס הילף געעפענט אירע טויערן אין די יעצטיגע טעג. &nbsp; פאר א צייט צוריק איז דער געטרייער עסקן מו"ה יואל הכהן ראזענבערג הי"ו געקומען צום ראש ישיבה און פארגעשלאגן א געדאנק צו עפענען א ברסלב'ע קימפעטארין היים, וואס זאל סערווירן די געברויך פון אנשי שלומינו וואס די פרויען דארפן זיך גיין אויסרוען נאכן האבן א קינד, וואס גיין זיך אפרוען אין אנדערע פלעצער קען ברענגען מיט זיך שוועריקייטן, ווי למשל די הויכע פרייזן וואס מען בעט פאר א נאכט, וואס דאס קומט צוליב דעם וואס מען שפירט אז מען דארף צושטעלן די קימפעטארן היים מיט גאר גאר א הויכע סטאנדארט, וואס דער אמת איז אז מען דארף דער עיקר די הארץ און געפיל וואס ליגט דערין, נישט דוקא די אלע פענסי לייטס און טיילס ארום און ארום. &nbsp; צוליב דעם און נאך סיבות האט דער ראש ישיבה געזען פאר וויכטיג אריינצוטאנצן אין א פרישע פראיעקט פון אהערשטעלן א קימפעטארן היים, וואס וועט זיין צוגעשטעלט מיט הארץ און נשמה אויף א שיינעם איידעלן אופן.&nbsp; &nbsp; דער ראש ישיבה האט געשטעלט משפחת אפפעל שיחי' וואס האבן שוין אויף זייער רעקארד צו אנפירן פילע פראיעקטן פאר אנשי שלומינו, אנגעהויבן מיטן צושטעלן דאס עסן פאר די סקול און חדר, נאכדעם מיט די לעידיס אקזילערי, און אין די לעצטע יארן מיט די חתונות וואס מען שטעלט צו בחנם, פון וואס איבער הונדערט מחותנים האבן געקענט פירן זייערע קינדער אונטער די חופה גענצליך בחנם. &nbsp; די חשובע מרת וועבערמאן שתחי' אשת הר"ר אברהם הערש שליט"א וואס איז אן אייניקל פון הרה"ג ר' נפתלי ראזענפעלד ז"ל וועלכע איז געווען דער ערשטער וואס איז אויפגעקומען מיט'ן געדאנק פון א "קימפעטארן היים", האט זוכה געווען צו עפענען דעם נייעם קימפעטארן היים, נאכדעם וואס אלעס איז בסעייתא דשמיא פארטיג געווארן אין די לעצטע טעג. מען קען רעזערווירן א פלאץ אינעם היים אין די צייט פון א שמחה דורך רופן מרת אפפעל תחי'.

    < זעה מער יד כסלו תשפ"ד 📝
  • ברוך השם אלע קהילה אינדארסירטע קאנדידאטן געווינען

    ווי אין גאנץ אמעריקע איז אויך אין ליבערטי געווען נאוועמבער וואלן, אין א שמועס מיט מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו אויף קול ברסלב, פארציילט ער אז ברוך השם מען זעט אז דער גענצער ציבור אנשי שלומינו תושבי קרית ברסלב זענען ארויס שטימען אויף די בקשה פון די הנהלה און די ראש ישיבה, און ברוך השם אז אלע קאנדידאטן פאר וועם די הנהלה האט געבעטן האבן געווינען זייערע אמטן. &nbsp; ער פארציילט אז בסך הכל איז געווען אין ליבערטי בערך ניין הונדערט שטימען, פון וואס די שטעטל האט צוגעשטעלט בערך פינף הונדערט, און אז עס איז געווען איינער וואס האט געוואלט לויפן פארן סופערווייזער אמט, און געקומען צו די הנהלה פרעגן אויב ער לויפט צי מען וועט אים שטיצן, און ווען ער האט געהערט אז נישט, האט ער געזאגט דאן האט ער נישט קיין שאנס, און ער איז נישט געלאפן. און אזוי איז אויסגעקומען אז דער סופערווייזער איז געלאפן פאר זיין אמט אן קיין קעגנערשאפט בכלל. &nbsp; ער האט געזאגט אז ער איז זייער נתפעל צו זען ווי ניין און ניינציג פראצענט פון שטעטל איז ארויסגעגאנגען שטומען. און אויסער ממש איינצעלנע וואס זענען געווען ממש אן אונס זענען אלע געקומען. מען זעט ווי דער ציבור פארשטייט אז די הנהלה איז דא בלויז לטובת הציבור, און זיי פארשטייען אז קיינער מיינט נישט זיך. &nbsp; אויך האט מען געשטימט פאר פארשידענע אמטן אין די קאונטי, וואס מען נוצט כסדר זייערע סערוויסעס, ווי צום ביישפיל די "די-עם-ווי", דער מאטאר וויהקל דעפארטמענט, וואס ווערט געפירט דורך די קאונטי. אזוי אויך די פארשידענע סאושעל סערוויסעס ווי הילף פאר עסן "פוד סטעמפס", העלט אינשורענס הילף "מעדיקעיד", הייצונג הילף "היעפ", וואס די אלע זענען פעדעראלע פראגראמען, אבער ווערן געפירט פון די קאונטי. אויך דארף מען צומאל צוקומען צו די קאונטי בנוגע - עס זאל זיך נישט מאכן - די עי סי עס, די טשיילד פראטעקשאן סערוויסעס. &nbsp; ביי דער געלעגענהייט האט האט ר' מנחם געבעטן אז איידער מען אפלייעט פאר הילף פון די רעגירונג צי היעפ, פוד סטעמפס, און אזוי ווייטער, איז אלץ כדאי מען זאל זיך דורכרעדן מיט ר' מרדכי אהרן וואס איז גרייט צו העלפן מיט'ן אויספילן די אפליקעישאן, און מאכן זיכער אז אלעס איז אויסגעהאלטן געזעצליך. ווייל די קאונטי איז זייער שטרענג אויב מען טוט עפעס אומגעזעצליך, און אויב מען פילט עס אויס אן אפליקעישאן נישט ריכטיג, קען עס זיין זייער שווער. &nbsp; ב"ה אז דא איז דא א ציבור וואס פאלגט, דער ראש ישיבה שליט"א בעט אז מען זאל זיך צוהערן צו די חברי הנהלה, פאלגט מען. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן אלע זאלן האבן פון אלעם גוטן מען זאל נישט דארפן צוקומען צו די רעגירונג.

    < זעה מער ד כסלו תשפ"ד 📝
  • נייע בית הוראה געבויעט אין שטעטל

    אין די טעג האט מען צוגעבויעט א "בית הוראה" אין שטוב פונעם דיין הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א, ווי שואלים וועלן קענען אריבערקומען פרעגן שאלות. ביז יעצט פלעגט מען דארפן ווארטן אויפן גאס ווען מען האט געהאט א שאלה, און דערנאך האט דער דיין נאר געקענט אויפנעמען אין זיין דיינינג רום, א זאך וואס קען מאכן א שואל אומבאקוועם, דערפאר איז א גוטע בשורה אז מען האט נארוואס צוגעבויעט א פראקטישע בית הוראה, מיט אן אריינגאנג פון די גאס. &nbsp; די שטעטל איינוואוינער האבן זוכה געווען אז דער דיין שליט"א באשיינט דער שטאט, און געבט זיך אוועק פיר און צוואנציג שעה אין מעת לעת סיי ווען מען דארף עפעס פרעגן. א גאנצן טאג זיצט ער אין היכל הבית המדרש, ווי ער דינט ווי דער ראש הכולל, און אלע ווייסן די אדרעס צו קענען קומען פרעגן אויב עס מאכט זיך א שאלה, אזוי אויך אין די אנדערע שעות, זיצט דער גרויסער גאון דער דיין שליט"א אסאך שעות אין זיין בית הוראה ווי ער לערנט און נעמט אויף די שואלים. דער דיין שליט"א נעמט אלעמען אויף בסבר פנים יפות, און ענטפערט בטוב טעם ודעת, דער דיין איז באקאנט אז אויסער זיין גרויסע גאונות בתורה, ווי ער אויסגעקאכט אין יעדע אזוי גערופענע "פארשטופטע הלכה", האט ער געלערנט פלייסיג אויך דער "פינפטער חלק שולחן ערוך", און דער דיין פארשטייט פון דעם שואל די שאלה "צווישן די שורות", און דער דיין שליט"א האט שוין געהאט די זכי' ארויסצוהעלפן און שטעלן אויף די פיס פילע אידישע שטובער. &nbsp; אין א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט די וואך פארן דיין שליט"א געדורקט אין עצתו אמונה שרייבט דער ראש ישיבה זיין גרויס צופרידנהייט פונעם דיין. "די גריסן פון כולל זענען געוואלדיג, אלע זאגן אזוינס האט מען נישט געזען, ווען מען גייט אריין אין שול זעט מען נאר התמדת התורה מיט עמלות בתורה. &nbsp; איך וויל דיר בעטן זאלסט זען אז אלע כולל אינגעלייט זאלן לערנען מער ווייניגער די זעלבע סעיפים, אזוי זאל מען קענען מקבל זיין איינער פון צווייטן, נישט די חברותא לערנט הלכות בשול און א צווייטע חברותא לערנט הלכות בורר, און דער הלכות רפואה, נאר אלע זאלן לערנען בערך די זעלבע אפגערוקט. &nbsp; נעכטן האב איך געטראפן רבי יצחק שליט"א פון יבנאל, ער האט מיר געגעבן אזעלכע גוטע גריסן אויפן כולל, ער זאג, יעצט געפינט ער זיך פאר א וואך אין שטעטל, און ער האלט מיט אינדערפרי, פונקטליך צען אזייגער הויבט אן גיין א קול תורה, אזוינס און אזעלעכס, איך האב גרויס הנאה און גרויס נחת. &nbsp; א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר, בעיקר עס זאל זיין א שטעטל געבויט אויף תורה ויראת שמים." &nbsp; אין לו להקב"ה אלא ד' אמות של הלכה

    < זעה מער ג כסלו תשפ"ד 📝
  • אפדעיטס איבערן בית החיים אין שטעטל

    אין ווייטערדיגע אפדעיטס איבערן בית החיים, האלט די הנהלה אינמיטן פארהאנדלען אויף א שטח וואס מען טראכט צו נוצן פארן בית מועד לכל חי, און כדי צו וויסן אויב דער שטח איז פאסיג און ראוי צו נוצן פארן בית עלמין האט די הנהלה געלאזט אראפ רופן הרה"ח ר' חיים שלמה וויינשטאק שליט"א וואס איז נאך געווען פון די חברה קדישה דקהל יטב לב דסאטמאר אין צייטן פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע, און אויסערדעם האט ער פראקטיק איבער פופציג יאר אין די חברה קדישה. וואס דערפאר האט ער שוין ארויסגעהאלפן פילע קהילות און שטעט ווען זיי האבן געוואלט גרינדן א בית החיים, ווי ער האט מיט זיין עקספערטיז געהאלפן און געראטן כדת מה לעשות. &nbsp; יעצט איז ער אראפ געקומען צום שטח אויף וואס מען פארהאנדעלט מיטן אייגענטומער, און מען איז איבערגעגאנגען מיט אים דעם גאנצן פראפערטי, און ער האט באטראכטן דעם גאנצן פלאץ פון יעדן פרעספעקטיוו, די לאקאציע, די גראדקייט, די סארט ערד דערפון, און ער האט געזאגט אז לויט זיין מיינונג איז דער שטח גאר געאייגענט פאר א בית החיים, און עס לוינט זיך ווייטער צו גיין מיט דעם געשעפט. &nbsp; אין די טעג גייען ווייטער אן די פארהאנדלונגען צווישן דעם בעל הבית און די הנהלה, און האפענטליך וועט מען קענען מעלדן בקרוב פרישע אפדעיטס. &nbsp; פאר א ברסלב'ע חסיד איז רעדן פון א בית החיים און יום המיתה א פרייליכע זאך, נישט אז מען וויל חס ושלום פטור ווערן פונעם לעבן, און אנטלויפן פונעם מציאות, נאר פארקערט, ווייל מען לעבט מיטן מציאות געדענקט מען אז בעל כרכך אתה חי, און בעל כרכך אתה מת, מען קען נישט אנטלויפן פונעם מלאך המוות וועט די טאג קומט אן. קיינער האט זיך נאך נישט ארויסגעדרייט דערפון. צום סוף מוז יעדער אנקומען אין בית החיים. אבער דאס איז נישט קיין דיפרעסטע זאך, פארקערט, מען ווייסט אז יעצט איז מען דא אויף א צייטווייליגע מיסיע, ווי מען קויפט זיך איין מצוות און מעשים טובים, כדי אז מען זאל האבן צו עסן און צו טרונקען וואס אנצוטון און וואו צו וואוינען ווען די טאג וועט קומען און די נשמה וועט זיך צוריק קערן צום אויבערשטן. און ווען מען דערמאנט זיך דערפון וועלן מיר זיך אויפפרישן און זיך צוריק קערן צום אויבערשטן, וואס דאס איז די בעסטע זאך וואס מיר קענען טון.

    < זעה מער א כסלו תשפ"ד 📝
  • בר מצוה פון אייניקל פון הרב הצדיק ר' יצחק לעזער שליט"א אין שטעטל

    פארגאנגענעם ליל שישי איז פארגעקומען א געהויבענע שמחת בר מצוה אין שטעטל ווען הרה"ג ר' יעקב לעזער שליט"א פון די חשובע תלמידי חכמים אין שטעטל האט בר מצוה געמאכט זיין חשובע זון ני"ו. דער בר מצוה איז פארגעקומען אויף א באשיידענע פארנעם, עס איז געווען א מסיבה שתלמידי חכמים מסובים בא, עס האבן זיך באטייליגט די חשובע זיידעס, בראשם הרב הצדיק ר' יצחק שליט"א און הרב ר' מרדכי יונה שיק שליט"א, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט דער וועכענטליכע ליל שישי שיעור די וואך אין שטעטל, כדי ער זאל זיך קענען באטייליגן ביים בר מצוה. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין זיין בריוו די וואך איבער זיין גרויסע שמחה אז ער האט זיך געקענט באטייליגן ביים שמחה "די וואך ליל שישי האב איך געגעבן די שיעור אין שטעטל. איך בין ארויסגעפארן אויף א שמחה, א בר מצוה פון משפחת יעקב לעזער, אויך דער זיידע הרב רבי יצחק שליט"א איז געקומען פון יבנאל; איך האב זיך זייער געפרייט זיך צו טרעפן מיט אים." &nbsp; אזוי אויך שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א זיינע שטארקע הכרת הטוב געפילן צום זיידן הרב הצדיק ר' יצחק שליט"א "רבי יצחק שליט"א איז געקומען פון יבנאל קיין אמעריקע, עס איז געווען א מסיבה פאר זיינע הייליגע מוסדות. איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין דארט, איך קום אזויפיל הכרת הטוב פאר רבי יצחק שליט"א, ער האט מיר אלע יארן אזוי מחזק געווען; ווען איך בין אריבער מיינע שווערע יארן אין היכל הקודש וכו' וכו' האט רבי יצחק שליט"א מיך זייער מחזק געווען. איך האב זייער ליב תלמידי היכל הקודש, עס איז ממש וואס דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די ליבשאפט וואס וועט זיין צווישן ענק; וואס זאל איך דיר זאגן, ביי תלמידי היכל הקודש זעט מען עס; איין ווארט קען מען זאגן: "אשרינו"." &nbsp; אויך האבן אנשי שלומינו א שטארקע הכרת הטוב צו די עלטערן פון די בר מצוה בחור וועלכע געבן זיך אוועק טאג און נאכט פאר אנשי שלומינו, הרב ר' יעקב שליט"א איז פון די אויסגערופענע תלמידי חכמים אין כולל וואס איז עוסק בתורה יומם ולילה און יעדע הלכה'דיגע פראיעקט אין שטעטל ווערט אויסגעארבעט דורך די תלמידי חכמים. אזוי אויך מרת לעסער תחי' געבט זיך אוועק פאר די טייערע קינדערלעך זייענדיג דער מהנלת אין מיידל שולע, און באגלייט די קינדער און די טיטשערס אז די מוסדות זאלן קענען ארויסגעבן שיינע פירות קינדער וואס זענען יראי' ה' בעלי מידות טובות און געזונטע עקרת הבית און מאמעס וואס קענען ווייטער ציען ערליכע אידישע דורות. &nbsp; זאל דער אויבערשטער העלפן אז די עלטערן און די זיידעס זאלן ווייטער זען נאר אידיש נחת ביי אלע זייערע קינדער און אייניקלעך אמן.

    < זעה מער א כסלו תשפ"ד 📝
  • באזוך פון ראש ישיבה איז מחזק אנשי שלומינו אין שטעטל

    לכבוד די נייע ישיבה וואס האט זיך געעפענט אין שטעטל, האבן די איינוואוינער פון שטעטל געהאט די זכי' אז דער ראש ישיבה איז ארויסגעקומען אין שטעטל, און האט באזוכט אין מערערע פלעצער, פון וואס ער האט געשעפט נחת. &nbsp; דער ראש ישיבה איז אנגעקומען אין שטעטל אכט אזייגער אינדערפרי, און זיך געזעצט לערנען אין בית המדרש פון די בחרוים שיעורים כסדרן ביז שחרית; מען האט געדאווענט צוזאמען א ווארימען שחרית. דערנאך איז דער ראש ישיבה געגאנגען מיט די בחורים צו די גראסערי און יעדער האט זיך געקענט קויפן עפעס אויפן ראש ישיבה&lsquo;ס חשבון, לכבוד דעם וואס זיי פירן זיך מיט דרך ארץ און לערנען פלייסיג. &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארגעלערנט דעם שיעור אין גמרא פאר די בחורים, און דערנאך אויסגעפרעגט די בחורים ווער עס לערנט דעם בלאט יעדן טאג. איינע פון די חשובע קינדער הילד נחמן פוקס נרו יאיר האט זיך פארהערט ביים ראש ישיבה גאנץ צעטל קטן אויף אויסנווייניג דער ראש ישיבה האט זייער הנאה געהאט און אים געגעבן געלט דערפאר. &nbsp; דער ראש ישיבה איז דאן געגאנען שפאצירן מיט די בחורים אויף די גאסן אינעם נייעם געגענט און זיך אנגערופן: "איך זע שוין דא שטראמען אידן דא שבת מיט די שטריימלעך, דא וועט זיין א שיינע שטעטל". מען קען הערן א לענגערע באריכט וואס איז אלס געווען אין ישיבה ביים באזוך אויף קול ברסלב ביים שמועס פון די ברסלב&lsquo;ע ברודער פון פרשת וירא. &nbsp; שפעטער איז דער ראש ישיבה אריבערגעגאנגען צום בית הדפוס ווי עס איז פארגעקומען א קביעות מזוזה ביי די נייע אפיסעס וואס מען האט נארוואס געענדיגט בויען. איינע פון די אפיסעס איז געווידמעט פאר די סטעף פונעם קרית ברסלב בלעטל, פון דארט ווערט אהערגעשטעלט די שיינע קינדער אפטיילונג, דער ראש ישיבה האט זיך דארט אנגערופן: "די קינדער איז די עיקר, אויף דעם דארף מען לייגן א דגוש." אויך האט דער ראש ישיבה זיך אומגעקוקט אויף אלע גליונות, קונטרסים און ספרים וואס ווערט געדרוקט אינעם בית הדפוס אויף א טעגליכע פארנעם. &nbsp; דערנאך איז דער ראש ישיבה צוגעפארן צום נייעם "ילד שעשועים&ldquo; קימפעטארן היים צום שבע ברכות וואס מען האט דארט געמאכט פאר החתן בנציון נרו יאיר בן מו&ldquo;ה ישראל חיים ברוין הי&ldquo;ו - עב"ג מו"ה אייזיק אפפעל הי&ldquo;ו. מען האט זיך געוואשן צום שבע ברכות מען האט געברענגט טונא און אייער סאלאט פון חדר, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען האט קודם געהאט באשטעלט פאר געלט א טייערע מעניו פון עסן, אבער איך האב געהייסן מען זאל דאס אפרופן, און אנשטאט דעם זאל זיין עסן פון חדר פאר אומזינסט. &nbsp; דער ראש ישיבה האט זייער שיין ארומגערעדט לשבח פון די צוויי חשובע מחותנים וואס העלפן אזוי סאך די קהילה זה בכה וזה בכה. דער ראש ישיבה האט פארציילט וויאזוי די ישיבה האט זיך געבויעט און ווי מען האלט היינט ברוך השם. אויך האט מען ארומגערעדט פון די נס אז מיר קענען מאכן חתונה ביליג אן קיין חובות, מען מאכט חתונה אין בית המדרש פאר אומזיסט. מענטשן ווערן שווערע בעלי חובות ביים חתונה מאכן די קינדער. דערנאך האט מו&ldquo;ה אהרן וועבערמאן הי&ldquo;ו פארציילט די היסטאריע וואו עס האט זיך אנגעהויבן די געדאנק פון א קימפעטארן היים, און די סיבה פארוואס מען האט דאס אויפגעשטעלט אין שטעטל. &nbsp; פון דארט איז דער ראש ישיבה אהיימגעפארן מלא רגש פונעם ברסלב&lsquo;ן שטעטל וואס פירט זיך אזוי ווי דער הייליגער רבי לערנט אונז, אלע רעדן צום אייבערשטן, לערנען שיעורים כסדרן און פירן זיך אויף שיין אינדערהיים מיט דרך ארץ.

    < זעה מער כג חשון תשפ"ד 📝
  • אפען הויז פארן נייעם קימפעטארן היים דעם דינסטאג אין מיטוואך

    מיט גרויס פרייד מעלדן מיר אז דער קימפעטארן היים פון היכל הקודש ווערט שוין צוגעגרייט צו ווערן געעפענט אין די קומענדיגע צוויי וואכן.&nbsp; &nbsp; אין צוזאמענהאנג מיטן עפענען דעם פראכטפולן קימפעטארן היים ווערט אנאנסירט צוויי "אפען הויז" טעג, ווי די פאבליק וועט האבן די געלעגענהייט צו קענען זעם דעם וואונדער מיט די אייגענע אויגן, ווי מען האט מיט סייעתא דשמיא באוויזן אויפצובויען אין די קורצע צייט א פראכטפולע און באקוועמע היים ווי די קימפעטארינס וועלן זיך קענען אפרוען נאכן געבורט פון א קינד אויף א גאר געשמאקע פלאץ, וואס וועט גארנישט זיין אונטערשטעליג פון די באקאנטע קימפעטארן היימען מיט אלעם וואס וועט דארט זיין צוגעשטעלט בגשמיות, אבער בעיקר וועט דארט זיין א געשמאקע אטמאספער, אזא זאך וואס געלט קען נישט צושטעלן, דארט וועט מען לאזן לעבן, מען וועט דארט קענען רעדן אפן פונעם אויבערשטן און מען וועט נישט זיין פארקנעכטעט צו די פעיר פרעשור וואס הערשט אויף די אלגעמיינע גאס. און בעיקר וועט עס נישט זיין אויפן חשבון פון מאכן דעם מאן פאר בעל חוב, מען וועט קענען דינגען א צימער אינעם היים פאר פרייזן וואס א אינגערמאן קען זיך ערלויבן, און אזוי די קימפעטארין אהיים קומען פונעם קימפעטארן היים מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף צו א מאן וואס דארף נישט לויפן ארבעטן אווערטיים, און דארף נישט שפילן באהאלטן מיט די בעלי חובות, נאר ביידע עלטערן וועלן זיך קענען אפגעבן סיי מיטן ניי געבוירן קינד און סיי מיט די אנדערע קינדער, און אויפציען זייערע קינדער געזונט ברוחניות ובגשמיות. &nbsp; פאריגע וואך מיטוואך איז פארגעקומען א קביעת מזוזה צוזאמען מיט א שבע ברכות פאר הר"ר אייזיק אפעל שליט"א אינעם נייעם קימפעטארין היים, דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך באטייליגט און זיך שטארק באדאנקט פאר ר' יואל הכהן ראזענבערג וואס האט זיך באטייליגט אויף זיין שווערע האראוואניע וואס לייגט אריין אהערצושטעלן אלע פראיקעטן אין די קהלה מיט מסירת נפש, און בפרט דעם קימפעטארן היים. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה שטארק אויסגערומט דעם מחותן נ"י און זיין ווייב תחי' וואס האבן זיך אלע יארן אוועקגעגעבן בלב ונפש פאר די קהלה אנגעהויבן מיט די תלמוד תורה , די סקול, די לעידיס אקזילערי, די חתונות בחנם, וואס דאס אלעס איז זיי צו פארדאנקען, אזוי אויך פאר דעם נייעם קימפעטארין היים האבן זיי זיכער געמאכט אז עס זאל זיין בעז"ה פון בעסטן און שענסטן. מען קען הערן די גאנצע דרשה אויף קול ברסלב. &nbsp; די אפען הויז וועט פארקומען קומענדיגע דינסטאג און מיטוואך פון זיבן נאכמטיג ביז צען אזייגער ביינאכט, דינסטאג פאר מענער און מיטוואך פאר די פרויען. &nbsp; מיטן אויבערשטנס הילף וועט מען שוין קענען עפענען דעם היים אין די קומענדיגע וואך אדער צוויי. און ווי נאר עס וועט זיין פרישע אפדעיטס וועלן מיר בעזרת השם דא מעלדן.

    < זעה מער כא חשון תשפ"ד 📝
  • הרב הצדיק רבי יצחק לעזער שליט”א צוגאסט אויף שבת אין שטעטל

    מיט גרויס פרייד האבן אנשי שלומינו בכלל און די איינוואוינער פון שטעטל בפרט אויפגענומען דעם גרויסן גאסט פון ארץ ישראל הרב רבי יצחק לעזער שליט&rdquo;א וואס איז געקומען וויילן אין שטעטל פאר צוויי וואכן, לכבוד די שמחת הבר מצוה פון זיין חשובן אייניקל אברהם נרו יאיר בן הר"ר יעקב שליט"א פון די חשובע תלמידי חכמים אין שטעטל. &nbsp; דער גרויסער גאסט איז פון די גרויסע תלמידים פון מוהרא"ש זי"ע, און האט מקיים געווען דעם משנה אין אבות "יהי ביתך בית ועד לחכמים, והוי מתאבק בעפר רגליהם, והוי שותה בצמא את דבריהם." שעפענדיג פונעם גרויסן קוואל פון מוהרא"ש זי"ע פאר מער פון פופציג יאר, און האט זוכה געווען אפצושרייבן גאר אסאך דברי תורה און שמועסן פון מוהרא"ש זי"ע מיט זיין זיסע און געשמאקע שפראך, בפרט איז באקאנט די זעכצן בענדער שיחות מוהרא"ש וואס דער גרויסער גאסט האט מזכה געווען פאר כלל ישראל, א ספר וואס איז מחיה און מעודד יעדעם וואס לערענט דערין. &nbsp; אנשי שלומינו קוקן שטארק ארויס מיט צו האלטן די געהויבענע טעג מיטן חשובן גאסט, בפרט שבת קודש ווען מען וועט הערן די דברות קודש און שיינע שמועסן, וואס וועט זיכער מחזק זיין אנשי שלומינו און איבערלאזן א גרויסן רושם אויף א גאר לאנגע צייט. &nbsp; בזמן שהצדיק בעיר הוא זיוה הוא הדרה

    < זעה מער יח חשון תשפ"ד 📝
  • פארשידענע פאררעכטיגונג ארבעט ווערן געמאכן אויף די גאסן אין שטעטל

    די טאון אף ליבערטי האט געמאלדן איבער פארשידענע ארבעט וואס ווערט דורגעפירט אין די טעג אין בעפארברייטונג צום ווינטער, און זיי האבן געבעטן אז מען האבן פארשטענדעניש און מען זאל קאאפערירן מיט די ארבייטער וואס וועלן קאנטראלירן די טרעפיק בשעת די ארבעט. &nbsp; צו ערשט ווערט אין די יעצטיגע טעג איבערגעמאכט דער בריק ביי איסט מאנגאופ ראד נאך די האשקי גאס, אויך האבן זיי געלאזט וויסן אז ביים איסט מאנגאופ ראוד הארט נאכן בריק האט מען באשטעלט א ספעציעלע שטארקע אייזערנע צוים וואס מען לייגט ביי די זייט פון די ראודס ביי געוויסע פלעצער צו פארמיידן מען זאל נישט אריינפאלן ביי די זייטן פונעם ראוד, וואס איז שטארק וויכטיג דא, צוליב דעם טיפן טאל גלייך ביים זייט פונעם ראוד. &nbsp; טראצדעם וואס דער צוים איז שוין געווארן באשטעלט א לאנגע צייט צוריק, איז עס נאך נישט אנגעקומען ביז יעצט צוליב וואס ווערט געמאכט קאסטום און דאס נעמט אסאך צייט ביז דער פירמע ענדיגט דאס צו מאכן און דעליווערט דאס, אבער ב"ה יעצט געבן זיי איבער אז אין די נאנטע טעג ערווארט מען אז עס זאל וועט עס אנקומען, און מען וועט עס תיכף דערויף אינסטאלירן &nbsp; יהי רצון שתולכינו לשלום, ותחזרינו לשלום

    < זעה מער ח חשון תשפ"ד 📝
  • הנהלה גייט ארויס שטארק מחוזק נאך א פראדוקטיווע מיטינג מיטן ראש ישיבה שליט"א

    פארגאנגענעם דאנערשטאג האט דער ראש ישיבה פאררופן א הנהלה מיטינג, כדי איבערצושמועסן און איבערגעגאנגען וויכטיגע פלענער פארן עתיד פון די קהילה. &nbsp; צוערשט איז מען איבערגעגאנגען די פארשידענע פלענער איבער פרישע בנינים פאר די תלמוד תורה אין שטעטל, ווייל די וואוקס פון די חדר און סקול מערט זיך שנעל קע&rdquo;ה, און מען האט שוין נישט קיין פלאץ פאר פרישע קינדער וואס קומען אריין יעדע שטיק צייט אינעם מוסד. מען איז איבערגעגאנגען אלע אפציעס וואו און ווען מען זאל בויען, אדער גאר קויפן א בנין, און ווי גרויס די בנין דארף זיין, וויפיל קלאס צימערן, די לאנטש רום און אזוי ווייטער. &nbsp; עס איז כדאי אנצומערקן א געוואלדיגע שינוי לטובה וואס איז געווארן אינעם תלמוד תורה ווען דער מנהל מו&rdquo;ה מרדכי אינדיג שליט&rdquo;א האט זיך ארויסגעצויגן אין שטעטל, און איבערגענומען דאס פירן די חדר מיטן גאנצן שטארקייט, אזוי אויך האט ער איבערגעגעבן פאר אנדערע צו פירן די אנדערע פראיעקטן וואס האט אים אוועק גענומען צייט, צום ביישפיל די קול ברסלב האטליין און די באוואוסטע &lsquo;גליון היכל הקודש&rsquo;, כדי ער זאל האבן מער צייט קאפ און מח פאר די טייערע קינדער, און זיכער מאכן אז יעדן קינד איז מצליח, וואס דאס איז ביים ראש ישיבה די וויכטיגסטע זאך און די שווארץ אפעל פונעם אויג. און אויב עלטערן האבן א פראבלעם אינעם חדר קען מען זיך שטענדיג מעלדן צום מנהל שליט&rdquo;א, און ער וועט בעז"ה קעיר נעמען, דער ראש ישיבה זאגט אלץ אז עס איז קיינמאל כדאי צו רעדן מיט אנדערע אויב מען האט א פראבלעם פראבלעם אינערהאלב די מוסד, בפרט ווען מען ווייסט אז דער מנהל איז אלעמאל גרייט אויסצוהערן און פאררעכטן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט מחזק געווען ביים מיטינג אז מען זאל אויספאלגן אלע געזעצן פון די שטאט ווען עס קומט צו בויען, און נישט זוכן אויסצושפילן, דער ראש ישיבה האט פארציילט אז אויף די פלאשינג גאס אין וויליאמסבורג איז יארן צוריק געווען א קליין וואסערל, וואס מען האט ביים בויען דארט געמיינט אז מען האט עס באזייטיגט, אבער יעצט ביים גרויסן רעגן ערב סוכות איז עס גאר שטארק צוריק ארויפגעקומען, און אסאך אידן האבן ליידער געהאט אסאך שאדן.&nbsp; &nbsp; אויך האט מען דיסקוסירט איבער ווען מען זאל אנהייבן צו באקן אין די מצה בעקעריי היי יאר, און אזוי וויפיל ארבעטערס מען דארף דארט האבן, צוליב וואס פאריאר איז נישט געווען גענוג מצות פאר אלעמען. &nbsp; מען האט איבערגעשמועסט די פראבלעם אז יעצט זענען די מארגעדזש ראטעס זייער הויעך, און עס איז זייער שווער פאר אינגעלייט צו קויפן הייזער, מען איז איבערגעגאנגען עטליכע אפציעס, דער ראש ישיבה געזאגט אז אפשר זאל מען מאכן אזוי ווי ביי די אונגרישע הייזער אין מאה שערים, מען האט דעמאלט געדארפט הייזער פאר די כולל אינגעלייט אין ירושלים, האט מען גענומען א געגענט פול מיט ביימער וואס עס האבן זיך געדרייט דארט אסאך חיות. דער פילאנטראפ ר&rsquo; משה מאנטיפיורי האט דאס מנדב געווען. דאס איז די סיבה פארוואס מען האט דארט געבויעט א חצר וואס פירט אריין צו א אנדערע חצר איינס אינעם צווייטן, כדי עס זאל זיין אפגעהיטן פון די חיות וואס האבן זיך געדרייט דארט, אויך איז דארט געווארן א תקנה אז די הייזער גייען אריבער צו די קינדער און אזוי ווייטער. &nbsp; מען האט דארט גערעדט נאך פילע זאכן וואס מיר דא נאר אנרירן אויפן שפיץ גאפל, ווי אז מען גייט ווייטער בית החיים, וויאזוי מ'קען העלפן אינגעלייט מיט דזשאב און פרנסה, איבער די נייע ישיבה קטנה, די נייע מקוה טהרה וואס מ'קויפט אין די נייע ווילעדזש, וויאזוי מ'קען פארבעסערן די טראנספארטיעשאן אין חדר/סקול, וואס מ'דארף נאך טון פארן קימפעטארין היים וואס ווערט בעז"ה פארטיג בקרוב, איבער די קיאסק און באזאר. און נאך. &nbsp; אין דעם געלענגהייט טוען מיר זיך באדאנקען פארן ראש ישיבה מיט די געטרייע הנהלה וואס ארבעטן טאג און נאכט אז די קהילה און די הייליגע מוסד זאל זיך בויען אויפן שענסטן און בעסטן אופן וואס איז נאר שייך, עס זאל זיין גוט פאר אונז און די קינדער, אז מיר זאלן קענען דינען דעם אייבערשטן אויף די וועג וואס דער רבי לערנט אונז. דער אייבערשטער זאל זיי באצאלן מיט אלעס גוטס. &nbsp; עס איז וויכטיגע צו באמערקן וואס דער ראש ישיבה זאגט שטענדיג &ldquo;אין שטעטל וועלן נאך זיין טויזענטער משפחות, אבער נאר אויב מען וועט זיך ליב האבן וועט מען קענען מצליח זיין&rdquo;.

    < זעה מער ד חשון תשפ"ד 📝
  • סקול שטייערן אין ליבערטי סקול דיסטריקט אראפ מיט פינף פראצענט

    אין א צייט וואס די ווערט פון די געלט פאלט, און די פרייזן שטייגן, "אינפלאציע", איז אבער די סקול שטייערן אין ליבערטי סקול דיסיטריקט "גענידערט" געווארן מיט עטליכע פראצענט. &nbsp; אנשי שלומינו אין שטעטל מוטשען זיך שוין עטליכע יאר מיט די הויכע סקול שטייערן וואס מען צאלט דא מער ווי געווענליך. אויפן בקשה פונעם ראש ראש ישיבה האט די הנהלה מטכס עצה געווען וואס מען קען טון אראפברענגען די שטייערן, אז אזויפיל אידיש געלט זאל נישט גיין לאיבוד. &nbsp; די ערשטע השתדלות וואס מען האט געטון איז איז "תפילה", מען האט געבעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל אנהייבן צו רעכענען ווייניגער שטייערן אויף די הייזער, און אויך אז מען זאל האבן די ריכטיגע שפראך ביי די שטאטישע באאמטע און אז זיי זאלן פארשטיין אז דאס קען נישט אזוי ווייטער אנגיין, די שטייערן דארפן אראפקומען. &nbsp; מיט א תפלה צום אויבערשטן איז מען אריבער צו זיי, און אפגעהאלטן עטליכע מיטינגען און ארויסגעברענגט פון אונזער קוק ווינקל וויאזוי מיר זעען עס. עס איז אריבער א שיינע שטיק צייט און מען האט גארנישט געהערט פון זיי, מען האט נישט געוויסט אויב מען האט למעשה עפעס אויפגעטון. &nbsp; ארויסגעשטעלט האט זיך עס אז די תפילות און פעולות האבן אויפגעטון ברוך השם, און די טעקסעס זענען היפש אראפגעגאנגען, כאטש עס קען נאך זיין בעסער, אבער אנשי שלומינו דאנקען דעם אויבערשטן אויף דאס וואס מען האט שוין עררייכט. &nbsp; די סקול טעקסעס - וואס איז די גרעסטע טעקס וואס א געווענליכע מענטש באצאל אין אמעריקע - איז גענידערט געווארן דאס יאר מיט פינף פראצענט, און יעדער לויט די ווערט פון זיין דירה וועט זיך שפארן כאטש עטליכע הונדערט דאלער. &nbsp; דא איז טאקע דאס פלאץ צו דערמאנען אלע דירה אייגענטומער אז עס איז דא א שטאטישע פראגראם "סטאר" וואס גיבט צוריק בערך $600 פון די טעקסעס וואס מען האט געצאלט. און די הנהלה איז גרייט ארויסצוהעלפן אלע וואס ווילן וויסן מער אינפארמאציע דערוועגן.

    < זעה מער ב חשון תשפ"ד 📝
  • הכרת הטוב אסיפה פאר די בודקים פונעם עירוב אין שטעטל

    פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען א זעלטענע צאמקום פון הכרת הטוב בראשות דעם ראש ישיבה שליט"א פאר די חשובע בודקים פון די עירוב אין קרית ברסלב. &nbsp; ווי אלע ווייסן האבן מיר ברוך השם אין שטעטל די לעצטע פאר יאר, א כשר'ע עירוב ארום דעם גאנצן שטעטל מיט'ן הכשר פון הרה"ג יחיאל שטיינמעץ שליט"א, א גרויסע מומחה אויף עירובין וואס גיבט דעם הכשר אויפן עירוב ארום די שטעטל. &nbsp; די ערשטע תושבים געדענקען נאך גוט די צייטן פאר די עירוב איז געווען אין דינסט, מען האט נישט געקענט ארויסגיין שפאצירן מיט א קינד, מען האט געדארפט איבערקוקן די טאשן יעדע מאל פאר מען איז ארויס, זען אויב מען האט עפעס מיטגענומען. איינמאל ווען דער ראש ישיבה איז געווען פאר א שבת אין שטעטל האט דער ראש ישיבה גערעדט צו די תושבים אז מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו טראגן בטעות אין שבת, און מען כאפט זיך נישט אז אפילו די זוים פון די הויזן דארף מען אויסרייניגן ווייל דאס גייט אריין אין א שאלה פון טראגן. &nbsp; ברוך השם אז דער ראש ישיבה האט גלייך אין אנהייב ביים בויען דעם שטעטל געלייגט א דגוש אז מען זאל האבן א כשר'ע עירוב, דער ראש ישיבה האט דעמאלט געשטעלט האברך מו"ה מרדכי אהרן היילפרין הי"ו זאל שטיין בראש פון די וועד העירוב, און זען אז די עירוב זאל ווערן געבויעט מיט אלע הידורים וואס פעלט נאר אויס. דער ראש ישיבה האט ארויסגעשיקט אפאר געטרייע בחורים זאלן צוהעלפן צו בויען די עירוב, מען האט גאר שווער געארבעט אין די וועלדער ארום די שטעטל צו בויען דעם עירוב, ביז מען האט געזען דעם עירוב געענדיגט האט גענומען א היפש ביסל צייט. יעצט האט מען שוין ברוך השם א פערטיגן עירוב צו די צופרידענהייט פון אלע תושבים און געסט וואס וויילן פאר א שבת אין שטעטל. &nbsp; איין זאך באמערקט כמעט קיינער נישט, אז יעדן ערב שבת דארף מען פריש בודק זיין דעם עירוב אויב עס איז נישט געווארן ערגעץ צוריסן וכדומה. דער ראש ישיבה האט געשטעלט די חשובע מלמדים און נאך אפאר חשובע אינגעלייט זיי זאלן בודק זיין דעם עירוב יעדן איינציגן ערב שבת פונעם יאר, אפגעזען צי עס איז קאלט אדער הייס, שניי אדער רעגן, ערב פורים, ערב פסח, ערב סוכות, יעדער ממונה קוקט איבער זיין חלק אויף וואס מען האט אים געשטעלט, און נאכן בודק זיין לאזט ער וויסן אז עס איז פערטיג און עס איז כשר, אדער ווען עס מאכט זיך, אז מען דארף עפעס מתקן זיין. &nbsp; אלס הכרת הטוב פאר די חשובע בודקים האט דער ראש ישיבה זיי אריבערגערופן אין שטוב פונעם יושב ראש פונעם עירוב מו"ה מרדכי אהרן היילפרין הי"ו און איבערגעגעבן פאר יעדן א שיינע משניות קו ונקי, און בייגעלייגט א שיינעם בריוו זיך צו באדאנקען פאר די געטרייע ארבעט וואס זיי לייגן אריין שלא על מנת לקבל פרס, און אָן באקומען א גוט ווארט פאר די שווערע ארבעט א גאנץ יאר. &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן אין דעם זכות זאלן די חשובע בודקים האבן פון אלעם גוטן און זען נחת ביי אלע קינדער. &nbsp; 📰 עירוב אין שטעטל באקומט א הכשר

    < זעה מער יא אלול תשפ"ג 📝
  • אסיפה פון אלע גבאים פון די בתי מדרשים היכל הקודש אין שטעטל

    אין א זעלטענע מאורע האט דער ראש ישיבה צוזאם גערופן די גבאים פון די פילע שולן פון היכל הקודש ברסלב אין קרית ברסלב ליבערטי פארגאנגענעם דינסטאג ראה העעל"ט צו אן אסיפה צו זיך אין שטוב. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן הדרכה און עצות פאר אלע גבאים, און האט געזאגט עטליכע נקודות וואס ער וויל אראפשטעלן אין אלע שולן. &nbsp; די ערשטע זאך האט דער ראש ישיבה געזאגט וויל ער אז אלע מתפללים זאלן שפירן א חלק פונעם בית המדרש, דערפאר איז וויכטיג אז יעדע מתפלל זאלן האבן עפעס וואס ער געט ער צו פארן בית המדרש, צי זאל דאס זיין מיטן צושטעלן קידוש שבת אינדערפרי נאכן דאווענען אדער זאל מען צושטלען שלש סעודות, איינער קענען נעמען דאס וואשן און אויפהאלטן דעם בית המדרש, און אן אנדערער קען זיכער מאכן אז עס איז דא קאווע און אלע צוגעהערן אין בית המדרש, און אזוי ווייטער. דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן אז מען זאל אריינעמען יעדן איינעם אינעם בילד, און אזוי קען זיך פירן א בית המדרש מיט א געוואלדיגע אחדות און שלום. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער קען ארויסהעלפן די בתי מדרשים אין שטעטל אויב זיי מוטשען זיך מיט דעקן די קאסטן. די בעסטע זאך איז מען זאל דאס דעקן צווישן די מתפללים, יעדער ברענגט איין זאך און אזוי איז יעדע זאך מסודר, אבער אויב בלייבט נאכאלץ איבער א דעפיציט זאל מען זיך ווענדן צו די גבאים מו&rdquo;ה אברהם הערש וועבערמאן הי&rdquo;ו און מו&rdquo;ה אברהם יושע וועבערמאן הי&rdquo;ו וואס זיי וועלן זען עס זאל ווערן געדעקט מיט&rsquo;ן אייבערשטנ&rsquo;ס הילף על צד היותר טוב. &nbsp; ביים סוף האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט &ldquo;אין שטעטל וועלן נאך זיין טויזענטער משפחות, אבער נאר אויב מען וועט זיך ליב האבן וועט מען קענען מצליח זיין&rdquo;. &nbsp; מען קען הערן דעם גאנצן אסיפה אויף קול ברסלב 212-444-911 דערנאך 1-2-1

    < זעה מער ה אלול תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 42 results

1 2 3
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ג
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com