בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#39 - נישטא גארנישט קיין נוצן פון זיך אויפעסן מיט אלטע מעשיות
צרות, התחדשות, שכחה, עבר

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב געליינט דיין בריוו בכובד ראש, עס האט מיר געציפט ביים הארץ הערנדיג וואס דו ביסט אלץ אריבער, פון דיינע יונגע יארן.


קלאפ זיך נישט אראפ, נעם דעם רבינ'ס שכל. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "אֵצֶל הָעוֹלָם הַשִּׁכְחָה הִיא חִסָּרוֹן גָּדוֹל בְּעֵינֵיהֶם", ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, "אֲבָל בְּעֵינַי, יֵשׁ בְּהַשִּׁכְחָה מַעֲלָה גְּדוֹלָה", אין מיינע אויגן איז שכחה א גרויסע זאך, "כִּי אִם לֹא הָיְתָה שִׁכְחָה, לֹא הָיָה אֶפְשָׁר לַעֲשׂוֹת שׁוּם דָּבָר בַּעֲבוֹדַת ה'", וואלט ווען נישט געווען קיין שכחה וואלט מען נישט געקענט טון קיין שום זאך אין עבודת השם, "אִם הָיָה זוֹכֵר כָּל מַה שֶּׁעָבַר לֹא הָיָה אֶפְשָׁר לוֹ לְהָרִים אֶת עַצְמוֹ לַעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּשׁוּם אֹפֶן", אויב וואלט מען געדענקט יעדע זאך וואס מען האט געטון וואלט מען נישט געקענט אנהייבן טון גוטע זאכן, "גַּם הָיוּ מְבַלְבְּלִים אֶת הָאָדָם מְאֹד כָּל הַדְּבָרִים שֶׁעוֹבְרִים עָלָיו", אויך וואלט מען געווארן געשטערט פון אלעס וואס איז אריבער, "אֲבָל עַכְשָׁו עַל יְדֵי הַשִּׁכְחָה נִשְׁכָּח מַה שֶּׁעָבַר", אבער יעצט ווען עס איז דא שכחה, מען פארגעסט - פארגעסט מען די אלע נישט גוטע זאכן, קען מען אנהייבן פון פריש דינען דעם אייבערשטן.


דאס איז דעם רבינ'ס שכל, דעם רבינ'ס זאך איז: הייב אן פונדאסניי, שלעפ נישט דיין עבר, הרג'ע זיך נישט מיט אלטע זאכן וואס מען האט דיר בא'עוולה'ט אדער זאכן וואס דו האסט יענעם בא'עוולה'ט, נישטא גארנישט קיין נוצן פון זיך אויפעסן מיט אלטע מעשיות. רבי נתן זאגט (שיחות הר"ן, שם): "וְאֶצְלוֹ הַדֶּרֶךְ, שֶׁכָּל מַה שֶּׁעָבַר וְהָלַךְ, נִפְסָק וְהוֹלֵךְ לַחֲלוּטִין, וְאֵינוֹ חוֹזֵר בְּדַעְתּוֹ עוֹד כְּלָל", ביים רבי'ן איז נישט געווען אינטערעסאנט אלטע זאכן, א זאך וואס איז געווען האט מען מער נישט גערעדט און געטראכט, "וְאֵינוֹ מְבַלְבֵּל כְּלָל עַצְמוֹ עוֹד בַּמֶּה שֶּׁכְּבָר עָבַר וְהָלַךְ".


עס איז זייער שווער אפילו נאר צו ליינען וואס דו ביסט אריבער אין דיינע יונגע יארן, מען האט דיר געפייניגט השם ישמרינו; יעצט איז צייט זיך צו רוקן פאראויס אין לעבן, יעצט דארפסטו טראכטן ווי אזוי דו קענסט זיך בעסער מאכן; דאס קען נאר געשען מיט דעם רבינ'ס וועג פון התבודדות ותפילה און זיך כסדר מחדש זיין.


איך ליין אלע דיינע בריוו, שרייב מיר נאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#38 - זע צו זיין צייטליך אין שטוב צו צינדען די חנוכה ליכט
תודה והודאה, חנוכה, ניגונים, התחדשות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


יעצט קומט יום טוב חנוכה, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "יְמֵי חֲנֻכָּה הֵם יְמֵי הוֹדָאָה", חנוכה איז א צייט פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, דאס איז שעשועי עולם הבא.


דעריבער וויל איך דיר מחזק זיין דו זאלסט אנהייבן פון היינט, פונדאסניי - דאנקען דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט דיר.


זע צו זיין צייטליך, ביים זמן הדלקה - אין שטוב, זעקס אזייגער איז דער זמן. מאך זיך גרייט דו זאלסט קענען זיין צייטליך.


צינד די הייליגע מנורה, זינג זמירות און זאג: "שכוח אייבערשטער פאר מיין לעבן, שכוח אייבערשטער איך בין א איד, שכוח אייבערשטער איך האב א משפחה, שכוח פאר יעדע זאך"; דאנק און לויב אן א שיעור, דאס וועט עפענען א טיר אין הימל, עס וועט קומען נאך ניסים, נאך ישועות.


א יישר כח פאר אלס וואס דו האסט געהאלפן פאר די נסיעה; איך וועל מתפלל זיין פאר דיר, פאר דיין ווייב און קינדער.

#37 - לאמיר זיך באנייען, לאמיר האבן אונזער פרישקייט אונזער גאנץ לעבן
תפילה והתבודדות, מחלוקת, שלום, התחדשות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ברידער תלמידי היכל הקודש ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך פריי זיך זייער צו הערן גוטע גרוסן פון ענקער חבורה; מען האלט זיך פריש, מען באנייט זיך כסדר פונדאסניי.


דאס זעען מיר די וואך ביי די הייליגע אבות און אמהות, שרה אמנו האט געלעבט מֵאָה שָׁנָה וְעֶשְׂרִים שָׁנָה וְשֶׁבַע שָׁנִים; זאגט די הייליגע רש"י, פארוואס זאגט די תורה באזונדער נאכאמאל און נאכאמאל: "שנה"? אונז צו לערנען אז שרה איז געווען ביי די הונדערט יאר אזוי פריש ווי ביי די צוואנציג און ביי די זיבן; דאס איז די מעלה פון די הייליגע צדיקים, זיי האבן א פרישקייט, א לעבעדיגקייט - זייער גאנץ לעבן; דער הייליגער רבי האט געזאגט אויפ'ן גרויסן צדיק דער רבי ר' זושא פון האניפולי זכותו יגן עלינו, אז ער האט לאנגע יארן געהאט דעם ברען, דעם התחדשות - אזוי ווי אין אנהייב.


דעריבער טייערע חברים, ליבע ברידער; לאמיר זיך באנייען, לאמיר האבן אונזער פרישקייט אונזער גאנץ לעבן. דער רבי זאגט: "אלט טאר מען נישט זיין" (שיחות הר"ן, סימן נא), דער רבי האט געזאגט אויף זיך (שבחי הר"ן, סימן ו) ער פלעגט שטענדיג אנהייבן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן, ער פלעגט מאכן עטליכע מאל א טאג א פרישע התחלה.


זייט שטארק אין די הייליגע הנהגה וואס דער רבי לערנט אונז, די הנהגה פון התבודדות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה; ק) ער האט געהערט פון אסאך צדיקים, אז זיי אלע זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך התבודדות, ווייל מען קען נישט זיין אן ערליכער איד אן התבודדות. ווען דער רבי האט דאס געזאגט, אז מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד אן התבודדות, זענען דארט געשטאנען אנשי שלומינו, זיי האבן אנגעפאנגען אויסרעכענען נעמען פון צדיקים, האט דער רבי געזאגט אויף יעדע נאמען וואס זיי האבן אויסגערעכנט, אז אלע פון זיי האבן אים בפירוש געזאגט אז זיי זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך אסאך רעדן צום אייבערשטן, נאכדעם האט מען אויסגערעכנט נעמען וואס זענען זיך נישט מתבודד, האט דער רבי געזאגט זיי זענען טאקע ערליכע אידן אבער זיי זענען צעמישטע ערליכע אידן, זיי האבן נישט קיין ישוב הדעת; אן התבודדות איז מען א פארלוירענער.


מישט אייך נישט אין קיין מחלוקות, מיר זענען נישט געקומען קיין ברסלב פאר מחלוקות. אפילו מען וועט אייך זאגן אין מיין נאמען עפעס פון מחלוקות - זאלט איר נישט אויסהערן, נאר אנטלויפן; קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן, קיינמאל נישט רעדן אויף אנדערע. נישטא קיין צייט פאר די זאכן, עס איז נישט ווערד צו רעדן פון מחלוקות. לאמיר נאר זוכן ווי מיר קענען ברענגען נאך א איד צום אייבערשטן, נאך א פארפאלק זאלן וויסן אז זיי קענען לעבן דא בזה העולם אין גן עדן.


גייט התבודדות; אלעס גייט גרינגער ווען מען איז זיך מתבודד. דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "דערפאר וואס איך האב זיך אזוי צוגעוואוינט צו מאכן התבודדות, יעדע זאך וואס איך טו - שמועס איך אויס מיט'ן אייבערשטן, דעריבער גייט מיר אלעס אזוי מיט א ישוב הדעת".


די וואך זעען מיר אין די פרשה ווי אליעזר עבד אברהם האט זיך מתבודד געווען ביים ברונעם ער זאל טרעפן א שידוך פאר יצחק, ער האט פונקטליך אויסגעשמועסט מיט'ן אייבערשטן די סימנים ווי אזוי ער וועט זען אויב דאס איז די ריכטיגע, דאך זאגן אונז די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (תענית ד.) אז ער האט נישט גוט געבעטן, "שלשה שאלו שלא כהוגן [...] אליעזר עבד אברהם", ער האט געבעטן שלא כהוגן, ער וואלט ווען געדארפט אויסשמועסן בפרטי פרטיות; "יכול אפילו חיגרת, אפילו סומא", וואס וואלט ער געטון ווען עס קומט א הונקעדיגע מיידל, א בלינדע מיידל? זאגט מוהרא"ש מען זעט פון דעם וואס הייסט התבודדות, אפילו דער וואס שמועסט שוין יא מיט'ן אייבערשטן - דארף וויסן אז מען דארף אלעס אויסשמועסן, אלעס אויסרעדן, ממש כידבר איש אל רעהו.


ווען איך וועל קומען קיין ארץ ישראל וועל איך בלי נדר קומען אריינשטעקן מיין קאפ ביי ענקער חבורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - צייל נישט די טעג, יעדע מינוט הויב אן פונדאסניי
עבודת השם, התחדשות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, געב נישט אויף; אז מען פאלט אראפ הייבט מען זיך אויף, מען בלייבט נישט ליגן אויף דער ערד. געדענק, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל", אז דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן, "תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", גלייב אויך אז דו קענסט פאררעכטן.


אמאל מיינט דער מענטש אז ער דינט דעם אייבערשטן, אבער באמת דינט ער זיך, ער וויל קענען זאגן "שוין זעקס חדשים וואס 'איך' זינדיג נישט", "שוין פערצן חדשים וואס איך בין נישט פוגם", און ווען מען פאלט אראפ נאכדעם קען מען זיך נישט ליידן, מען וויל זיך נישט קענען; מען וויל נישט דאווענען, מען וויל נישט לערנען; ווייל ביז אהער האט ער זיך געדינט, וואלט ער געדינט דעם אייבערשטן - וואלט ער ווייטער געדינט דעם אייבערשטן, די עבירה וואלט אים נישט אראפגעווארפן, ער וואלט תשובה געטון. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנג): "אָט וִוי אִיר זֶעט מִיר, אִיךְ זָאל חַס וְשָׁלוֹם עוֹבֵר זַיין דִי גְרֶעסְטֶע עֲבֵרָה, וָואלְט דָאס מִיר גָארְנִישְׁט אַרָאפּ גֶעוָוארְפְן, אִיךְ וָואלְט נָאךְ דֶעם גֶעוֶוען אַזוֹי אֵיין עֶרְלִיכֶער יוּד וִוי פְרִיעֶר, דֶער נָאךְ וָואלְט אִיךְ תְּשׁוּבָה גִיטָאן".


ברודער, דאס איז נישט אונזער וועג, צו ציילן די טעג וויפיל טעג מען איז שטארק, וויפיל טעג איך בין נישט פוגם; אונזער וועג איז יעדן טאג, יעדע מינוט אנהייבן פונדאסניי זיין גוט.

#35 - קום לערנען אין שול אינדערפרי און ביינאכט
חינוך הילדים, התחדשות, בית המדרש, לימוד התורה, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער קאזין און תלמיד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר מחזק זיין, איך געדענק די ערשטע צייט ווען דו האסט זיך ארויסגעצויגן אין שטעטל פלעגסטו קומען פארטאגס לערנען, האסט געלערנט דיינע שיעורים צופרי פאר'ן דאווענען, עס איז געווען אזוי מחי'דיג, די גאנצע טאג, די גאנצע מענטש - איז אינגאנצן אנדערש.


וויל איך דיר מחזק זיין, באניי זיך, הייב אן פון פריש; קום צופרי לערנען דיינע שיעורים כסדרן, אויך ביינאכט זאלסטו זיך קובע זיין א שיעור אין גמרא. דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן נב): יַקְדִּים וְיַחְשִׁיךְ לְבֵית הַכְּנֶסֶת, עַל יְדֵי זֶה יַאֲרִיךְ יְמֵי בָנָיו", אז מען קומט אין שול אינדערפרי און ביינאכט - וועלן די קינדער לאנג לעבן; ווייל קינדער וואס באקומען א חינוך פון קומען אין שול ביינאכט און צופרי - וועלן זיי אויך אזוי טון, וועלן זיי לעבן; ווייל נאר אז מען לערנט און מען דאווענט לעבט מען א חיים טובים.


שרייב מיר יעדע מאל דו מאכסט א סיום משניות, א סיום מסכתא, א סיום אויף א חלק פון די תורה.


 

#34 - שטארק זיך ווייטער מיט דיין פרישקייט
וואקסינען, התחדשות, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן ווי דו ביסט זיך מחי' מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות און חיזוק, האסט געהאט די יאר גאר אנדערע ימים טובים; דיינע קינדער זאגן דיר: "טאטי, זייט דו ביסט צוריק געקומען פון אומאן הערסטו נישט אויף זאגן א גאנצן צייט 'יישר כח אייבערשטער'", די גאנצע שטוב האט אויפגעלעבט; דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח צו קענען ווייטער זיין שטארק מיט די וועג.


בנוגע נעמען די וואקסין קעגן קורונה; עס איז נישט קיין שום פראבלעם נישט צו נעמען און עס איז נישט קיין שום פראבלעם יא צו נעמען, דארפסט נישט מורא האבן פון דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - האב נישט מורא פון חתונה האבן
שידוכים, התחדשות, חתונה, זיווג שני

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו ביסט אריינגעפאלן וכו' - מיינט נישט אז אלע זענען אזוי; עס איז נאריש צו טראכטן אז אלע שידוכים וואס מען רעדט פאר דיר זענען אזוי ווי די ערשטע.


האב נישט מורא פון חתונה האבן, מיר דארפן טון דעם רצון השם יתברך; דער אייבערשטער זאגט מען זאל חתונה האבן - דארף מען חתונה האבן, דער אייבערשטער זאגט מען דארף האבן קינדער - דארף מען טון די מצוה, מען דארף נישט מורא האבן.


וואס איז געווען איז געווען, קוק נישט צוריק, טראכט נישט פון דיין עבר, פון דיין ערשטע זיווג; יעצט איז צייט חתונה צו האבן אזוי ווי די תורה זאגט.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו טרעפן דיין זיווג און אלע מחשבות און בלבולים זאלן אוועק גיין.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#32 - לאז זיך נישט נאך, דיין ישועה וועט זיכער אנקומען
שידוכים, אמונה, התחזקות, צדיקים, אומאן, התחדשות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טייערער ..., איך בעט דיר דערהאלט זיך, איך בעט דיר פון מיין הארץ געב נישט אויף, לאז זיך נישט נאך. איך ווייס אז דו ביסט זייער צעבראכן, דו ווארטסט שוין אזוי לאנג אויף דיין שידוך, דו האסט שוין געטון אלע סגולות און אזויפיל גוטע זאכן, דו האסט שוין נישט קיין כח צו גלייבן אז עס גייט טאקע געשען, אז דו גייסט יא טרעפן דיין שידוך. דאך בעט איך דיר פון מיין הארץ, בלייב גלייבן, בלייב שטארק, ווער צוריק שטארק; האב נישט קיין טענות אויפ'ן אייבערשטן, האב נישט קיין ספיקות אין אמונה, אידישע קינדער בלייבן שטארק אפילו זאל זיין וואס זאל זיין.


דער הייליגער בעלזא רב זכותו יגן עלינו, ווען ער איז געזיצן שבעה נאך זיין ברודער דער בילגורייער רב זכרונו לברכה איז געווען ביי אים איינער פון די גרויסע רבי'ס, נאכן זאגן דעם נוסח "המקום ינחם אתכם" וכו', האט ער צוגעלייגט: "מען זאל נישט וויסן פון קיין צער", דער הייליגער בעלזא רב איז געווארן זייער צוקאכט און זיך אנגערופן: "צער?! דער אייבערשטער האט מיר נאך קיינמאל נישט מצער געווען"; ער האט דאס איבערגעזאגט אפאר מאל: "צער?! דער אייבערשטער מאכט נישט קיין צער".


דאס איז די גרויסקייט פון די צדיקים, ביי זיי איז אלץ גוט, זיי גלייבן אזוי שטארק (ברכות ס:): "כָּל מַה דְּעָבֵיד רַחְמָנָא לְטָב עָבֵיד"; און דאס איז די זאך פון הייליגן רבי'ן, ער ברענגט דאס אריין אין אונז פשוט'ע מענטשן, פארגרעבטע און מגושמ'דיגע מענטשן, מיר זאלן אויך האבן אן השגה אין איידלקייט, מיר זאלן וויסן אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט.


איך בעט דיר מיין ליבער ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך, לאז זיך נישט נאך. מיר פארן יעצט צום רבי'ן, דארט וועסטו פועל'ן דיין שידוך, אבער געדענק, דאס וועט נאר געשען אז דו וועסט זיך נישט נאכלאזן, דו וועסט ארומגיין פרייליך, דו וועסט זיך אנטון שיין, פרישע וועש; גיין אין שול דאווענען שחרית, מנחה און מעריב; זיך קובע זיין שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן ע"ו); זיין פרייליך, נישט ארומגיין מיט א זויערקייט.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב און ווארט אויף דיין ישועה.


א כתיבה וחתימה טובה.


 

#31 - פארגעסן די אלטע מעשיות און אנהויבן פון ניי
תהלים, התחדשות, נעגל וואסער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן האט מיר שוין לאנג צוריק געשריבן א בריוו וואו ער בעט מיר אין אייער נאמען אז איר דארפט חיזוק אויף זאגן תהלים, איר קענט נישט קוקן אויפ'ן תהלים צוליב וואס אייערע עלטערן האבן אייך זייער געדרוקט צו זאגן תהלים ביום החופה, אויך דארפט איר חיזוק אויף נעגל וואסער.


איך פארשטיי אייך זייער גוט אז איר קענט נישט, עס דערמאנט אייך צוריק אלטע נישט גוטע זכרונות, דאך בעט איך אייך איר זאלט נישט צוריק גיין צו די אלטע מעשיות, הייבט אן א נייע לעבן. מיר זענען מקורב צום רבי'ן, די עיקר ביים רבי'ן איז "זיך באנייען", נישט טראכטן פונעם עבר, וואס איז געווען איז געווען, מען דארף פארגעסן פונעם עבר.


אז איר וועט זאגן תהלים וועט איר פארדינען גרויסע רווחים, תהלים ברענגט ישועות, אויך זאלט איר זיך אפגיסן נעגל וואסער; וועלן אוועקגיין אלע שדים ורוחות רעות, איר וועט זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.


ביי מיר זענט איר זייער חשוב, אויך אייער מאן איז ביי מיר זייער באליבט.


א כתיבה וחתימה טובה.


 

#30 - איך ווייס ס'איז דיר זייער ענג, אבער דערהאלט זיך מיט אלע כוחות
תפילות אויף אידיש, שידוכים, התחדשות, פרישע כוחות

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת עקב, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות צו בלייבן מיט דיין עבודות השם. איך ווייס אז עס איז דיר זייער ענג, דו ביסט צעבראכן אויף פיץ פיצלעך; שוין אזויפיל יארן ווארטסטו אויף דיין שידוך, דו זעסט נישט קיין שום שטראל פון ליכטיגקייט, מען טראגט דיר גארנישט אן, אלע דיינע חברים האבן שוין שטובער מיט קינדער, דו ביסט אזוי צעבראכן.


דאך בעט איך דיר טייערער ברודער, דראפע זיך מיט אלע דיינע כוחות; דערהאלט זיך, לאז זיך נישט נאך, בלייב פריש. טו זיך אן שיינע זויבערע קליידער, מאך זיך שיין דיין בארד און פיאות, לאז זיך נישט נאך. והעיקר זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, בעט אים די ווערטער:


"הייליגער באשעפער, רחמנות'דיגער טאטע, דערבארעמדיגער פאטער, געב מיר מיין שידוך; געב מיר מיין פאר, געב מיר מיין באשערטע, איך וויל חתונה האבן, איך וויל נישט זיין אליינס, איך קען נישט זיין אליינס, איך קען זיך מער נישט דערהאלטן, איך האלט אין איין פאלן, איך האלט אין איין פוגם זיין, איך פאל אראפ אין גראבע ביטערע עבירות.


טאטע זיסער, איך וויל זיין גוט, איך וויל נישט טון קיין עבירות; העלף מיר, שטארק מיר, ברענג מיר מיין שידוך ווייל איך קען נישט מער".


אזוי זאלסטו בעטן יעדן טאג און לייג צו דיינע אייגענע תפילות; די תפילות וועלן ארויפגיין צום אייבערשטן, שפאלטן אלע הימלען און דיר ברענגען דיין ישועה.


 

#29 - אריינשטעקן דעם קאפ צווישן אנשי שלומינו זיך אביסל אויפצופרישן
חברים, שטעטל, אומאן, ראש השנה, התחדשות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בענק זיך זייער נאך דיר, פאריאר פלעגסטו ארויסקומען זומער מזמן לזמן; איך טראכט עס איז כדאי די הוצאות הדרך און די טירחא זיך אריין צו שטעקן דעם קאפ צווישן אנשי שלומינו זיך אביסל אויפפרישן, אנפילן די בעטערי.


איך ווארט צו הערן פון דיר בנוגע אומאן; איך האף אז דו רישט זיך צו קומען אויף ראש השנה. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכ, תג): "ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, קיינער טאר נישט פעלן". היי יאר קען מען פארן פאר שבת, אויך קען מען פארן נאך שבת; דאס הייסט מען פארט ארויס מוצאי שבת.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף פאר איך קיין אומאן פאר שבת קודש, מיר דאווענען מיר זאלן זוכה זיין אנצוקומען געזונטערהייט און צוריק קומען מיט תיקונים און ישועות.

#28 - איך האף אז דו האסט זיך נישט אפגעקילט
התחדשות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב שוין זייער לאנג נישט געהערט פון דיר; איך ווייס ניטאמאל וואו דו וואוינסט. איך בין במשך די זומער וואכן אין קרית ברסלב ליבערטי, איך האב געמיינט איך וועל דיר טרעפן דא, דו פלעגסט דאך וואוינען דא אין געגנט (איך ווייס נישט אויב דו וואוינסט נאך דא).


געדענקסט די טעג ווען מיר האבן זיך געטראפן? וויפיל חיזוק דו האסט געטרינקען מיט דורשט, דו פלעגסט זאגן ווי דו ביסט זיך אזוי מחי' מיט די דיבורי התחזקות, מיט די עצות. איך האף אז דו האסט זיך נישט אפגעקילט, איך האף אז דו ווילסט נאך אלץ זיין א איד, דו בענקסט נאך, דו ווילסט נאך, דו ווארטסט נאך וכו' וכו'.


טייערער ..., דא ביי אונז האט זיך גארנישט געטוישט, מיר רעדן די זעלבע דיבורים פון אמאל, אויב מען שפירט (דברים לב, מז): "רק הוא", זאגן חכמינו זכרונם לברכה (ירושלמי פאה א, א): "מכם", איז דאס פון די אידן, נישט פון די הייליגע תורה, פון די הייליגע צדיקים.


אז דו וועסט מיר שרייבן וועסטו מיר מחי' זיין.

#27 - די שיעורים שלעפן צוריק צום אייבערשטן
דרשות, התחדשות, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


האסט געטון א קלוגע זאך מיט'ן קומען זומער אין שטעטל, אזוי וועסטו זיך צוריק אויפפרישן מיט די שיעורים און עצות פון רבי'ן.


קום צו די שיעורים, יעדן טאג איז דא לכל הפחות צוויי שיעורים, אינדערפרי די גמרא שיעור און ביינאכט א שיעור אין ספר סיפורי מעשיות. די שיעורים וועקן אויף צוריק צו קומען צום אייבערשטן, די שיעורים שלעפן צוריק צום אייבערשטן; עס איז זייער וויכטיג נאך די חתונה צו בלייבן מקושר מיט די פלאץ.


קענסט זיך נישט פארשטעלן צו וואס פאר א מדריגה דער רבי וועט אונז ברענגען. ווער עס פאלגט דעם רבי'ן, ווער עס לערנט שיעורים כסדרן, ער איז זיך מתבודד און פריידט זיך מיט די מצוות – ווערט א גרויסער צדיק.


יעדעס מאל איך זע דיר קומען אין ישיבה – פריי איך זיך.

#26 - יעצט אז דו ביסט א חתן געווארן, דארפסטו זיך אויפפרישן
התחדשות, חתן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער איידעם ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין שידוך, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן שיינע ליכטיגע דורות.


יעצט אז דו ביסט א חתן געווארן - דארפסטו זיך אויפפרישן, אנהייבן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן. זיי מוסיף שיעורים כסדרן בכל חלקי התורה, אויך זאלסטו מוסיף זיין נאך צייט פאר התבודדות, זיי מוסיף מיט דאנקען דעם אייבערשטן און זיי מוסיף אויף בעטן. אויך זאלסטו מוסיף זיין אין הפצה, ווי מער פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות.


איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו אזא טייערער איידעם, פון אזא חשוב'ע משפחה; דער אייבערשטער זאל מיר ווייטער העלפן מיינע אלע קינדער און אייניקלעך זאלן זיין ערליכע אידן, אידן וואס פארשפרייטן אמונה, אידן וואס זענען עוסק אין הפצה.

#25 - האלט זיך פריש
מקוה, שידוכים, התחזקות, התחדשות, טעלעפאן, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר; איך האף אז דו דערהאלסט זיך, איך האף דו ביסט נישט מיואש, איך האף דו ווילסט נאך זיין אן ערליכער איד.


פריער האט מען מיר גערופן זיך נאכפרעגן אויף דיר פאר א שידוך, איך האב געגעבן גוטע גרוסן אויף דיר.


איך בעט דיר זייער, אנטלויף נישט; דו שטייסט שוין אט אט ביי די ישועה, יעצט איז נישט קיין צייט צו אנטלויפן. דראפע זיך און דערהאלט זיך, בלייב ערליך, האב נישט צוטון מיט נישט גוטע זאכן.


אנשטאט גיין דא און דארט זוכן גליקן – גיי צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיר העלפן, ער זאל רחמנות האבן אויף דיר.


גיי יעדן טאג אין מקוה און זאג די צען קאפיטלעך תהלים, די תיקון הכללי, דאס איז מתקן פגם הברית – הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן.


 לאז זיך נישט נאך; טו זיך אן פרישע בגדים, האלט זיך פריש, וואש זיך אפ יעדן טאג און ווארף אוועק יעצט פאר קבלת התורה די טעלעפאונס און טעבלעטס וואס מען קען זען אין דעם עבודה זרה, גלוי עריות און שפיכות דמים.

#24 - זיך האלטן פריש און מכבד זיין די ווייב
שלום בית, הפצה, חסידות ברסלב, התחדשות, פרישע כוחות, ארץ ישראל, שכחה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


שלום וברכה וכל טוב סלה אל אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך פרוביר צו באקומען א רשות אריין צו קומען קיין ארץ ישראל, איך וועל זיך זייער פרייען צו קומען צו ענק, זיך באקענען פון דער נאנט מיט די פרישע מקורבים. איך האב זייער ליב פרישע מקורבים, זיי האבן א ברען און א פלאקער, זיי פרייען זיך מיט יעדע שיחה, מיט יעדע דיבור; עס איז גאר אנדערש דער וואס איז פריש, דער וואס לעבט - ווי די וואס זענען אלט און קאלט.


דער רבי האט געשריגן (שיחות הר"ן, סימן נא): "אלט טאר מען נישט זיין!" דער יצר הרע וויל נאר אריינווארפן דעם מענטש אין א זקנה, אלט איז די גרעסטע סכנה; דעריבער האט דער רבי געזאגט מען זאל זיך באנייען און פארגעסן וואס איז געווען, דער רבי האט געזאגט (שם, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון"; מען קען הערן ווי מענטשן רעדן זיך אפ אז זיי האבן נישט קיין גוטע זכרון, זיי פארגעסן וואס איז געווען, מען מיינט אז דאס איז א חסרון, "אבער ביי מיר - זאגט דער רבי - איז שכחה א גרויסע מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, ווייל מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהייבן פונדאסניי"; איך זוך אלץ פרישע חברים, פרישע מקורבים; מיט זיי איז געשמאק צו רעדן, מיט זיי איז געשמאק צו זיין; מען שפירט זיך אזוי גוט צווישן אנשי שלומינו וואס זענען ניי, פריש און ווילן אנהייבן פונדאסניי הערן פון רבי'ן; איך האף צו זיין בקרוב מיט אייך.


איך בעט אייך טייערע חברים, געבט אכטונג אין שטוב נישט וויי צו טון די ווייב; מיר זענען געקומען צום רבי'ן - דארפן מיר פאלגן דעם רבי'ן. רבי נתן האט אמאל געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער: "פארוואס קומסטו צו א רבי אז דו פאלגסט נישט דעם רבי'ן?"


רבי נחמן טולטשינער איז אמאל געווען מיט רבי נתן, זיי זענען געגאנגען צום רבינ'ס ציון, אויפ'ן וועג האט זיך צעריסן רבי נחמן טולטשינער'ס רעקל, האט אים רבי נתן געזאגט: "גיי ניי צו דיין רעקל", ווייל דער רבי זאגט אז מען דארף אכטונג געבן אויף די בגדים זיי זאלן נישט זיין צעריסן, אבער רבי נחמן טולטשינער האט געוואלט זען ווי רבי נתן גייט צום ציון, איז ער ווייטער מיטגעגאנגען מיט רבי נתן, האט אים רבי נתן געזאגט: "פארוואס קומסטו צו א רבי אז דו פאלגסט נישט דעם רבי'ן?"


דאס זאג איך אייך טייערע חברים: "אז מען איז געקומען צום רבי'ן דארף מען פאלגן דעם רבי'ן"; ביים רבי'ן איז געווען שלום בית א יסוד היסודות, דער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל מכבד זיין די ווייב, מען זאל שיין רעדן צו די ווייב; מען האט נישט געקענט זיין ביים רבי'ן נאר דער וואס האט שלום בית, אנדערש ווי אין אנדערע מקומות וואס מען קוקט אויף די זאך פון שלום בית ווי א מאדערנע זאך, א פארגעשריטענע זאך; מען מיינט אז אויב מען רעדט פון שלום בית, אויב מען האט שלום בית - איז מען שוין נישט קיין עבד השם; ביים רבי'ן איז שלום בית נישט קיין מאדערנע זאך, שלום בית איז 'אייבערשטער', שלום בית איז 'קדושה', שלום בית איז מאכן א פלאץ פאר 'השראת השכינה'.


אנטלויפט פון די פאלשע לימודים, די חומרות וואס מען לערנט אויס פאר חתנים און כלות; אנטלויפט פון די וואס רעדן קעגן די תורה, מיר האבן א שלחן ערוך, דאס איז אונזער לעבן; די אלע וואס לייגן צו אויפ'ן שלחן ערוך חומרות און פרישות - דאס איז גורם אז מען זאל נאכדעם אריינפאלן אין עבירות חמורות, די אלע וואס רעדן צו אברכים פון פרישות - די זענען די גורמים אויף אלע שלום בית פראבלעמען.


מוהרא"ש פלעגט אונז דערציילן, אין ברסלב איז געווען זייער א גרויסער צדיק, הרב הקדוש רבי אברהם בן רבי נחמן מטולטשין זכר צדיק לברכה (בעל מחבר ספר "באור הלקוטים"), ער פאר זיך איז געווען גענצליך מובדל ומופרש פון די וועלט, מיט דעם אלעם ווען אנשי שלומינו פלעגן אים בעטן הדרכות בענינים שבינו לבינה וכו', פלעגט ער שטענדיג זאגן: "קִינְדֶערְלֶעךְ, הִיט אַייךְ פוּן כְּרִיתוּת"; דאס הייסט מען זאל אכטונג געבן צו היטן הלכות טהרה, מען זאל חזר'ן הלכות טהרה צו וויסן נישט נכשל צו ווערן אין קיין שום הלכה, אבער נישט צולייגן קיין שום פרישות, נאר ווען מען מעג - מעג מען אלעס וכו' און אין די אנדערע טעג וכו' זאל מען היטן די הלכות.


מען דארף נישט מער פון רבינ'ס ווערטער, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", ווייל די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס איז דמיונות, שטותים און קאפ דרייעניש, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר: 'וְחַי בָּהֶם, וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם', כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען אלץ מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה צי נישט - די האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט, זיי לעבן אלץ אין ספיקות, און די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


טייערע חברים, טייערע ברידער; מיר קענען נישט האלטן די אלע שיינע זאכן נאר פאר אונז, מיר דארפן דאס געבן פאר נאך, מיר דארפן דאס פארשפרייטן פאר אנדערע; יעדער איינער זאל בעטן דעם אייבערשטן ער זאל אויך האבן א חלק אין פארשפרייטן די זיסע עצות, ער זאל האבן א חלק אין הפצה.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אז איך וועל קומען, בעט איך אייך, מאכט נישט קיין שום פירסום, קיין שום צעטלעך; איך וויל עס נישט, איך וועל קומען צו אייך, מיר וועלן זיך מחזק זיין פון דער נאנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - שטארק זיך און הייב זיך נאכאמאל אויף
מקוה, קדושה, שידוכים, התחזקות, תשובה, התחדשות, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת טהרה, ב' דראש חודש אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך און הייב זיך אויף; הייב אן נאכאמאל פון ניי, אפילו דו האסט שוין אנגעהויבן טויזנט מאל - הייב אן טויזנט מיט איין מאל; אז דו ביסט אראפגעפאלן - הייב זיך אויף, ביסט נכשל געווארן אין פגם הברית - זאלסטו תשובה טון, זאלסט צוריק קומען צום אייבערשטן.


דער רבי האט אונז געגעבן א תיקון פאר די עבירה; די צען קאפיטלעך תהילים איז א תיקון אויף די עבירה. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא): "אסאך צדיקים האבן געוואלט אראפברענגען א תיקון פאר דעם, אבער זיי האבן דאס נישט געקענט משיג זיין; א טייל האבן יא אנגעהויבן משיג זיין, אבער זיי זענען אוועק פון דער וועלט אינמיטן, איך - האט דער רבי אויסגעפירט - האב זוכה געווען משיג צו זיין און מגלה זיין דעם תיקון הכללי".


אויך זאלסטו זיין נזהר צו גיין אין מקוה. ווען דער רבי האט מגלה געווען דעם תיקון הכללי, האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, שם): "דאס ערשטע זאך איז מקוה"; ווען א מענטש גייט אין מקוה וואשט ער אפ זיין נשמה, אין די זעלבע צייט וואס ער טובל'ט זיין גוף דא אונטן דעמאלט טובל'ט מען זיין נשמה אויבן.


איך בעט דיר זייער, גיי נישט צו די אלע פלעצער וכו' וכו'; זיי שטארק נישט צו טון עבירות, אז דו וועסט צעברעכן דיין יצר הרע - וועסטו באקומען שנעל דיין שידוך. יעדעס מאל מען האט א נסיון און מען שטארקט זיך אויפ'ן נסיון - איז מען זוכה צו גרויסע ניסים.


איך האף אז דו וועסט אנהייבן פונדאסניי, דו וועסט אפלאזן די אלע עבירות; איך ווייס אז עס איז דיר ביטער שווער, ווייל דער וואס האט זיך שוין צוגעוואוינט צו די ביטערע עבירה פון פגם הברית - אים איז זייער שווער, ער ליגט שוין אין די הענט פונעם יצר הרע, ער האלט אין איין אראפפאלן אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה; וויפיל מען וויל אפלאזן - פאלט מען צוריק אין דעם. מיט דעם אלעם, אויב מען נעמט דעם רבינ'ס עצה, די עצה פון התבודדות; מען שרייט צום אייבערשטן ער זאל ראטעווען פון דעם - איז מען זוכה צו ווערן אן ערליכער איד.


בעיקר זאלסטו ארבעטן אויף שמחה, זאלסט זיין פרייליך און אז עס איז דיר שווער צו זיין פרייליך - זאלסטו זיך מאכן פרייליך, ווייל שמחה היט דעם מענטש פון די עבירה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסט) עס שטייט (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה', יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם", ווען איך פריי זיך מיט'ן אייבערשטן איז: "יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ" - עס איז מער נישטא קיין עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - עס טוט זיך א פרישקייט אין אלע הינזיכטן
תפילה והתבודדות, קברי צדיקים, מוסדות, התחדשות, לימוד התורה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמיני, כ"ז ניסן, מברכין החודש, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש פון ירושלים שיחיו


איך ווארט א גאנצע וואך איינער פון אייך זאל בכלל בעטן פאר א בריוו, למעשה היינט איז שוין ערב שבת און קיינער פון אייך האט נישט געבעטן פאר א בריוו, וועל איך אייך שרייבן אומגעבעטן, ווייל איך טראכט א גאנצע וואך פון אייך, איך בענק זיך נאך אייך.


איך האף צום אייבערשטן אז איר זענט זיך נאך ווייטער מחזק; קען זיין איר בעט נישט פאר א בריוו, איר מיינט אז איך בין פארנומען, איר מיינט אז איך בין דערשראקן, עס גייען ארום פאלשע קלאנגען אז עפעס טוט זיך וכו' וכו'.


איך וועל אייך דערציילן וואס טוט זיך; עס טוט זיך אזוי, מיר האבן אנגעהויבן נאך א זמן אין ישיבה מיט א שטארקע פרישקייט, עס איז שוין די דרייצנסטע יאר וואס דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די זכיה צו זיצן מיט בני הנעורים, אריינלייגן אין זיי די שכל פון רבי'ן מיט מוהרא"ש'ס וועג, עס זענען צוגעקומען פרישע תלמידים, די בחורים לערנען מיט א שטארקע התמדה ח"י פרקים משניות, אויך לערנט מען אסאך גמרא.


נאך א זאך טוט זיך יעצט; די חדר, סיי אין וויליאמסבורג סיי אין קרית יואל און אין קרית ברסלב - גייט אן מיט א שטארקייט, די מלמדים לייגן אריין אין די קינדער יראת שמים, מיר האבן מלמדים וואס איז נישטא אין די וועלט, זייער לעבן איז אמונה, אזוי קענען זיי דאס אריינלייגן אין די קינדער.


אויך טוט זיך יעצט, די סקול בית פיגא גייט ווייטער אן, מען גרייט אן די תלמידות וואס דאס לעבן איז; זיי זאלן מכבד זיין די עלטערן, זיי זאלן דאנקען יעדע זאך דעם אייבערשטן.


נאך טוט זיך, עס בויט זיך א שטעטל לשם ולתפארת; מיר האלטן שוין נאנט צו זעכציג משפחות וואס לעבן א באשיידענע לעבן, אלע לעבן מיט'ן אייבערשטן, וואס מען דארף בעט מען דעם אייבערשטן.


נאך טוט זיך, מיר ענדיגן יעצט נאך א שטאק אינעם בנין אין אומאן; עס זענען דא אזויפיל פרישע מקורבים וואס ווילן זיין אינאיינעם ראש השנה מיט תלמידי היכל הקודש, ענדיגט מען יעצט אויפבויען נאך א שטאק.


נאך טוט זיך, עס ווערן געדרוקט וועכנטליך צענדליגער טויזנטער ספרים, קונטרסים און גליונות אין אלע שטעט; תלמידי היכל הקודש גיין אן מיט הפצה, מען פארשפרייט דאס אין אלע שול'ן. אסאך שול'ן ווארפן דאס אוועק, א טייל לייגן די גליונות אין בית הכסא מיט זלזול, א טייל צערייסן דאס, אבער מיר קענען נישט קוקן אויף דעם, מיר דארפן טון וואס מיר דארפן טון, וואס דער רבי האט אונז געהייסן, מיר פארשפרייטן ווייטער די הייליגע זיסע ליכטיגע עצות פון רבי'ן פאר אנדערע, און אז מען ווארפט דאס אוועק וועלן פון די מיסט מקורב ווערן פרישע מקורבים; מיר אליינס האבן דא גרויסע מפיצים וואס זענען מקורב געווארן פון קונטרסים אין שמות, פון גליונות אין בית הכסא.


מער פון דעם טוט זיך נישט, עס טוט זיך אפשר ביי מענטשן וואס האבן נישט דעם סדר דרך הלימוד און לעבן נישט מיט זכרון פון עלמא דאתי; ביי זיי טוט זיך עפעס אין מח, מען רעדט וכו' וכו', אבער ביי תלמידי היכל הקודש טוט זיך נאר פון תכלית.


מיר ענדיגן די וואך מאנטאג, ראש חודש אייר - מסכת שקלים און מען הייבט אן מסכת יומא, איך בעט אייך טייערע חברים, זייט נישט קיין בטלנים, כאפט איך מיט מיט'ן באן, עס פארט א רכבת יעדן טאג פון מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה ואגדה; א שאד מען זאל נישט זיין אויף די רכבת, אויף די באן. דער רבי האט אונז געגעבן א גרינגע וועג ווי אזוי יעדער איינער קען מצליח זיין ארויסכאפן אביסל גוטס יעדן טאג, אפילו די פארנומענע טעג; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו) אז מען דארף נישט פארשטיין דאס לערנען, מען דאף זאגן די ווערטער; בעט איך אייך טייערע ברידער, עפנט די הייליגע גמרא יעדן טאג און לערנט גמרא, משניות און דעם רבינ'ס ספרים, וועט איר זוכה זיין צו ווערן ערליכע אידן.


ועל כולם גייט אביסל התבודדות, גייט אביסל צו מאמע רחל מזמן לזמן, כאפט אייך אריבער צו שמואל הנביא, שמעון הצדיק; ביי די פלעצער איז דאך אזוי גוט זיך מתבודד זיין; בעטס אויך פאר מיר יואל בן ריצא רעכיל, איך דארף אסאך תפילות.


א פרייליכן שבת.

#21 - בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן זוכה זיין ארויס צו גיין פון מצרים
תפילה והתבודדות, חסידות ברסלב, התחדשות, רבינו ז"ל, פסח, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ו אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד תלמידי היכל הקודש, תושבי ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בעט ענק טייערע חברים, מיר שטייען יעצט אין אזא הייליגע צייט, שבת החודש שבת מברכים ניסן, ערב דעם הייליגן רבינ'ס געבורטסטאג; דער רבי איז געבוירן געווארן ראש חודש ניסן, אינעם טאג וואס מען האט אויפגעשטעלט דעם משכן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש סדר עולם, פרק ז): "רֹאשׁ חוֹדֶשׁ נִיסָן נָטַל עֶשֶׂר עֲטָרוֹת"; דאס גייט ארויף אויף די מתנה פון די צען קאפיטלעך תהילים, וואס איז אראפגעקומען אויף די וועלט ראש חודש ניסן; איז יעצט א צייט וואס מען דארף זיך פון פריש באנייען, פון פריש זיך צוריקקערן צום אייבערשטן.


טייערע ברידער, טייערע חברים; לאמיר אנהייבן לעבן מיט די עצות פון רבי'ן. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, אבער ביי מיר איז שכחה א גרויסע מעלה; ווען עס וואלט נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, מען וואלט נישט פארגעסן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהייבן פונדאסניי"; דאס איז געווען ביים רבי'ן א וויכטיגער יסוד, מען זאל אלץ אנהייבן פונדאסניי, נישט זיך קלאפן מיט'ן עבר נאר גיין ווייטער.


איך בעט אייך מיינע ברידער, מיינע טייערע חברים פון ארץ ישראל; אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן דארפן מיר פאלגן דעם רבי'ן. מיר דארפן זיך באנייען, מיר דארפן אנהייבן נוצן די עצות. די עצה פון התבודדות; גיין אין א ווינקל, א פלאץ וואו קיינער הערט נישט און זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן. איר וואוינט אין ארץ ישראל, איר זענט ארומגענומען מיט אזוינע הייליגע צדיקים, וואו מען גייט און וואו מען שטייט ליגן די הייליגע צדיקים וואס אויף זיי שטייט די וועלט; כאפט א שפאציר, גייט צו א ציון פון א צדיק אינמיטן טאג, ביינאכט אדער פארטאגס און זייט אייך מתבודד דארט.


מיר שטייען יעצט נאנט צום הייליגן יום טוב פסח, מיר דארפן שוין אנהייבן בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן זוכה זיין ארויס צו גיין פון מצרים, ארויסגיין פון אלע טמאות און אנקומען צו די קדושה פון יום טוב פסח. פסח איז די אותיות פֶּה סָח (פרי עץ חיים שער חג המצות, פרק ז; ועוד); מען הייבט אן רעדן צום אייבערשטן, מען הייבט אן זען און פארשטיין אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט נאר דער אייבערשטער. אזוי גייט מען ארויס פון פרעה; פרעה איז די אותיות פֶּה רַע (ספר הליקוטים פרשת שמות, דבור המתחיל "ויגדל הילד"), א שלעכט מויל, א מויל וואס שעלט, א מויל וואס טשעפעט, א מויל וואס רעדט זיך אפ, א מויל וואס בארעדט אנדערע און טוט וויי אנדערע; דורך פסח, פה סח - גייט מען ארויס פון די קליפות.


רעדט נאר פון רבי'ן און פון זיינע תלמידים. ווען איר קומט זיך צאם זאלן זיין די דיבורים נאר פון רבי'ן, זייט מקבל איינער פון צווייטן שיינע זאכן פון רבי'ן, שיינע שמועסן. דארט וואו מען רעדט פון רבי'ן - דארט איז דער רבי, דארט וואו מען רעדט נישט פון רבי'ן, מעג זיין א גרויסע טאוול "בית המדרש ברסלב", אבער אז מען רעדט נישט פון רבי'ן - איז דער רבי נישט דארט.


זאלט איר נאר רעדן פון רבי'ן; דערציילט מעשיות פון רבי'ן, מעשיות פון אנשי שלומינו ובעיקר מעשיות פון הפצה. ווער עס גייט הפצה איז מחויב צו דערציילן פאר אנשי שלומינו יעדע פרט פון הפצה, דאס געבט חשק פאר אנדערע זאלן אויך אנהייבן גיין הפצה. ווען מען הערט ווי מענטשן זענען זיך מחי', מענטשן דערציילן ווי זייער לעבן האט זיך איבערגעדריידט, עס איז זיי זיס געווארן - דאס מאכט מען זאל בלייבן פרישע מקורבים, נישט אלט געזעצן. קוקט גוט וועט איר זען אן אינטערעסאנטע זאך, די מפיצים זענען אלץ פריש, ווייל זיי זעען יעדע רגע ווי דער רבי איז מחי' מתים.


די וואך האב איך געהאט א געמישטע וואך, פון איין זייט בין איך א בעל שמחה, דער אייבערשטער האט מיר געגעבן א געזונטע אינגל למזל טוב; פון די אנדערע זייט האב איך פארלוירן מיין גרויסער זיידע זכותו יגן עלינו, דאס איז מיר זייער שווער.


איך האב געהאט די זכי' אים משמש זיין לאנגע יארן; מיין זיידע האט געהאט זייער א גרויסע הרגשה אין הייליגן רבי'ן, ער האט מיר גענומען אלס בחור מיט זיך קיין אומאן. מיר זענען געפארן אין גאנץ אוקריינע, ראמעניע, אונגארן און פולין - ביי זייער אסאך מקומות הקדושים, און ווען מיר זענען אנגעקומען אין אומאן האט מיין זיידע געמאכט דארט א סטאנציע, מען איז געגאנגען אין מקוה, געדאווענט שחרית און נאכדעם געזאגט אינאיינעם די צען קאפיטלעך תהילים. ער האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה ביים ציון פון רבי'ן פון דאס גרויסקייט פון די צען קאפיטלעך, ער האט געוויינט ביים ציון און נאכגעזאגט וואס דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמאר ברענגט אין הייליגן ספר ויואל משה (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ) אז דער רבי האט געוויסט ברוח הקודש וואס וועט זיין ביז משיח וועט קומען, ער שרייבט בזה הלשון: "וזה ענין של רוח הקודש, שראה מה הגיע אלינו בעיקבא דמשיחא".


איך האב מיטגעהאלטן ווי ער פלעגט געבן געלט פאר ברסלב'ע חסידים זיי זאלן קענען פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה און מיט געשיקט א קוויטל "יחזקאל בן יהודית"; ער האט זייער חשוב געהאלטן ברסלב'ער חסידים.


מיין זיידע פלעגט מיר זייער אסאך מחזק זיין אין מיינע יונגע יארן איך זאל זיך מאכן א שיעור גורס זיין משניות; ער האט מיר געבעטן אלס חתן נאכאמאל איך זאל יעדן טאג זאגן אכצן פרקים משניות. ער פלעגט זיין גאנץ לעבן זאגן משניות, זיין גאנץ לעבן איז געווען נאר דינען דעם אייבערשטן.


מן השמים איז געווען אז איך זאל מאכן די וואכטנאכט מאנטאג נאכט און דינסטאג דעם ברית אויף מיין זון יחזקאל נרו יאיר, דאס האט אפגעהאלטן איך זאל נישט מיטגיין קיין ארץ ישראל; איך האף און איך בעט צו קענען קומען קיין ארץ ישראל, זיין מיט ענק און זיך מחזק זיין אינאיינעם מיט די הייליגע עצות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - הייב אן פונדאסניי
התחדשות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, כ' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו זען דיין נאמען צווישן די וואס העלפן די ישיבה.


הכרת הטוב איז פון די שענסטע מידות; אז דו געדענקסט די יארן וואס דו האסט געלערנט אין ישיבה, דו האסט קונה געווען אזויפיל שכל און הדרכה פאר'ן לעבן.


איך בעט דיר זייער, באניי זיך; הייב אן פונדאסניי, זאג פאר'ן אייבערשטן: "איך הייב אן פון יעצט", זאג פאר'ן באשעפער: "איך גיי שוין זיין גוט, איך גיי דיר זיין געטריי; זיי מיר מוחל אויף וואס איך האב געטון ביז יעצט".


וואויל איז דעם מענטש וואס לעבט מיט'ן אייבערשטן, ער ווייסט אז ער קען אלץ אנהייבן און מען קען אלץ פאררעכטן.


פון דיין ראש ישיבה.

#19 - קוק נישט צוריק אויף נעכטן, דו קענסט נאך אלץ פאררעכטן
תשובה, התחדשות, טעלעפאן, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


איך האב אזוי רחמנות אויף דיר, אזא שאד אז דו ביסט צוריק געפאלן, דו קוקסט מאוויס; דו ביסט דאך אזא טייער קינד, דו האסט דאך אזוינע גוטע זאכן, פארוואס זאלסטו דאס טון? דו האסט נישט קיין טאג און נישט קיין נאכט, דו ביסט צוגעקלעבט צום טעלעפאן, דו שלאפסט מיט דעם, דו לעבסט מיט דעם.


איך בעט דיר טייערער ..., אפשר דאך? אפשר הייבסטו אן זיין אן ערליכער איד? היינט נאכט איז פורים, עס איז א צייט וואס דו קענסט צוריק קומען צום אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה יג:): "אֶסְתֵּר הַמַלְכָּה הָיְתָה עוֹמֶדֶת מֵחֵיקוֹ שֶׁל אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ", אסתר המלכה איז נעבעך אנגעקומען אין פאלאץ פון אחשורוש, זי איז געלעגן אין חיקו של אחשורוש, דאך האט זי זיך נישט מייאש געווען, "וְטוֹבֶלֶת" - זי איז געגאנגען זיך רייניגן, "וְיוֹשֶׁבֶת בְּחֵיקוֹ שֶׁל מָרְדְכַי", זי איז געלאפן צום צדיק.


אַיֶּכָּה? וואו ביסטו!? קום צוריק, דו קענסט נאך זיין א צדיק, דיין נשמה קומט פון אויבן, עס איז דאך אזוי הייליג.


קוק נישט צוריק אויף נעכטן, דו קענסט נאך אלץ פאררעכטן; ווארף אוועק דעם טעלעפאן, נעם דעם משניות מיט די גמרא, דיין לעבן וועט צוריק ווערן לעבן.

#18 - פרישט אייך אויף מיט א שיעור התחזקות
חיזוק פאר פרויען, התחדשות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בא, ט' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד נשות אנשי שלומינו שתחיו, קרית ברסלב ליבערטי


די וואך שבת איז דא א שבת התוועדות אין שטעטל פאר אונזערע תלמידות בית פיגא; עס וועט זיין פרייטאג צו נאכטס א שיינע באטע און מוצאי שבת וועט זיין א שיינע מלוה מלכה.


אלע פרויען פון שטעטל זענען געלאדנט מיט צו האלטן, עס וועט זיין פאר אייך שטארקע חיזוק, איר וועט אויך קענען ארויסנעמען גוטע זאכן און שעפן פרישע כוחות.


זונטאג וועט זיין א שיעור פון מרת ... תחי' פאר די פרויען; איר וועט זייער הנאה האבן און זיך אויפפרישן, עס איז ווערד צו קומען מיט האלטן דעם שיעור.


א פרייליכן שבת.

#17 - רבונו של עולם, ווייז מיר דיין אמת, איך וויל זיך נישט לאזן אפנארן
תפילה והתבודדות, אומאן, התחדשות, פארנארן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ט' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך קום יעצט פון רבינ'ס ציון, פון אומאן; עס איז מיר אריבערגעלאפן אין זכרון דיינע יונגע יארן, דיין מסירות נפש צו קומען צום רבי'ן, ווי עס האט געברענט אין דיר דאס קומען צום רבי'ן.


אז מען וויל בלייבן פריש, מען וויל ווייטער דינען דעם אייבערשטן - דארף מען זיך באנוצן מיט די עצה פון התבודדות.


הלוואי וואלסטו געפאלגט דעם רבי'ן, וואלסט אראפגענומען אפאר מינוט צו גיין אין א שטילע פלאץ, זיך אויסצורעדן דאס הארץ און בעטן דעם אייבערשטן: "הדרכינו באמתיך ולמדינו, רבונו של עולם, ווייז מיר דיין אמת, לערן מיר דיין אמת; איך וויל זיך נישט לאזן אפנארן"; דעמאלט וואלסטו געהאט אן אנדערע טעם אין לעבן.


..., אינו דומה - עס האט נישט קיין פארגלייך דער וואס איז זיך מתבודד צו איינער וואס איז נישט מקפיד אויף דעם.


אדרבה, פרוביר עס אויס, וועסטו זען ווי אלעס וועט גיין אנדערש.

#16 - מאך היינט פאר דיר א "יום הולדת", א טאג וואס דו ווערסט פריש געבוירן
התחדשות, סיפורי צדיקים, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים-וילך, י"ח אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


היינט איז זייער א גרויסער טאג, היינט איז די יום הולדת פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו און פונעם הייליגן בעל התניא זכותו יגן עלינו; איז יעצט א פאסיגע צייט דו זאלסט זיך באנייען, מאך היינט פאר דיר א "יום הולדת", א טאג וואס דו ווערסט פריש געבוירן, דו הייבסט אן לערנען און דאווענען.


טייערער ..., קום אין שול אינדערפרי און ביינאכט; זיי זיך קובע עתים לתורה, נאר דאס בלייבט פונעם מענטש, אלעס אנדערש איז נאר צייטווייליג. קוק אן זיידי און זיינע ברידער; זיידי זיצט און לערנט ביי די אכציג ווי א יונגער בחור, דאס וואס ער האט געטון אלס בחור - טוט ער נאך ביז'ן היינטיגן טאג.


איך ווארט און האף צו הערן פון דיר וואס דו נעמסט זיך פאר אינעם היינטיגן טאג, י"ח אלול.


מאך זיך גרייט ווייל מיר פארן אם ירצה ה' קיין אומאן.

#15 - צי מ'איז גרויס אדער מ'איז קליין, נאר זיך דערהאלטן
התחזקות, התחדשות, פירושים, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, ליבער ברידער, תלמידי היכל הקודש ירושלים.


איך פריי זיך זייער אז איר נעמט זיך צאם יעדע שבת זיך מחזק זיין מיט'ן רבינ'ס עצות; יעדן טאג דארף מען פון פריש עצות און חיזוק ווי אזוי זיך צו דערהאלטן, מען קען נישט נוצן די חיזוק פון נעכטן אויף מארגן, יעדן טאג דארף מען פון פריש מקורב ווערן.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תפא): עס זענען זיך אמאל צומגעקומען גרויסע שניידערס וואס האבן געוואלט מאכן א קלייד פאר די לבנה און זיי זענען געגאנגען אפמעסטן די מאס פון די לבנה, אבער די לבנה ווערט דאך יעדן טאג אן אנדערע מאס - קודם ווערט זי גרעסער און גרעסער און נאכדעם ווען זי איז שוין גרויס הייבט זי אן צו ווערן קלענער, זענען געקומען די קליינע שניידערס און זיי האבן געזאגט אז זיי וועלן פרובירן וכו' האבן די גרויסע שניידערס געזאגט פאר די קליינע שניידערס: "וואס פרובירט איר, מה דאך מיר - וואס מיר זענען די גרעסטע שניידערס פון רוסלאנד האבן נישט געקענט, וועט איר קענען?!" דער רבי האט נישט אויסגעפירט דעם נמשל.


דער רבי האט דאך געגעבן רשות צו קנייטשן זיינע ספרים ווי אזוי מען וויל - בתנאי מען זאל נישט אוועק גיין פון שלחן ערוך; דער רבי לערנט אונז מיט די מעשה אז מיר זאלן נישט טראכטן אז מען קען זיך מסדר זיין א פארזיכערטע וועג ווי אזוי מיר וועלן אייביג קענען זיין ערליכע אידן. יעדער וויל זיך מאכן א סדר ווי אזוי צו זיין אן ערליכער איד און זיך מאכן א וועג ווי אזוי צו מצליח זיין אין לעבן, אבער מען קען נישט מאכן א וועג ווי אזוי מען קען זיין פארזיכערט אז אלעס וועט קלאפן וכו', ווייל איין טאג גייט מען ארויף - מען ווערט גרעסער, און איין טאג גייט מען אראפ - מען ווערט קלענער, יעדן איינציגסטן טאג איז דא פרישע איבערגייאכטס, פרישע מניעות און פרישע נסיונות וואס מען דארף קענען אריבער טראגן.


שטארקט אייך און זייט זיך מחזק; אפילו מען טרעפט זיך אין טיפע בלאטע דארף מען געדענקען וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן שב): "דער עיקר איז 'מִבֶּטֶן שְׁאוֹל שִׁוַּעְתִּי'"; דאס וואס שטייט ביי יונה הנביא (יונה ב, ג) ווי ער האט געשריגן צום אייבערשטן ווען די פיש האט אים איינגעשלינגען, אזוי אויך ווען מען שפירט ווי מען איז איינגעשלינגען ביים יצר הרע, מען פאלט אראפ אין שלעכטע מעשים - זאל מען שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות; העלף מיר! איך וויל זיין אן ערליכער איד".


א פרייליכן שבת.