Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אנטדעקט געווארן אויטענטישע פתח המערה פון רבי שמעון בר יוחאי

    נאכן חורבן הבית איז ארץ ישראל געווען פארלאזט פאר הונדערטער יארן, כמעט קיינער האט זיך נישט דארט געדרייט, אויסער וואנדערדיגע בעדואינער וועלכע פלעגן באזוכן די ארץ ישראל'דיגע מדבריות פון צייט צו צייט, איז עס געווען פוסט אין וויסט, און כאטש מען האט געוויסט אז דער הייליגער רבי שמעון ליגט אין מירון, האט אבער דער הייליגער אר"י הקדוש מגלה געווען וואו דער ציון איז. מיט די צייט האט מען אויפגעבויעט א בנין, און מען האט עס צוביסלעך פארגרעסערט לויטן געברויך ביז עס איז געווארן אויפן היינטיגן גרויסן פארנעם.   מיט די יארן אבער איז אבער פארגעסן געווארן וואו פונקטליך איז די פתח המערה. מען ווייסט אז ער ליגט דארט ערגעץ אינעם בנין. אבער וואו איז די פתח המערה? וואו ליגט ער. עס זענען דא ארגאניזאציעס וואס זענען גרייט פאר די ריכיטגע פרייז, פאר אכצן טויזענט דאלער וועלן זיי שטילערהייט צופירן אהין, די שאלה איז צי זיי ווייסן וואס זיי רעדן. איז עס טאקע דארט וואו זיי זאגן?   עס איז באקאנט אז דער גרויסער בעל מקובל הגה"צ רבי אשר זעליג מרגליות זצ"ל וואס איז געווען דבוק ומקושר צום הייליגן רבי שמעון האט געוואוסט פונקטליך אוואו דאס געפונט זיך, אבער נישט געוואלט עס מגלה זיין פאר'ן המון עם. מען זאגט אז ער האט נישט געוואלט אז די מדינה זאל מאכן דערפון א מערת פריצים, און עס זאל פארשוועכט ווערן דער מקום קדוש. דער ראש ישיבה'ס זיידע הגה"צ רבי יחזקאל ראטה זצ"ל וואס איז אויך געווען שטארק מקושר מיטן הייליגן רבי שמעון, און פלעגט פארברענגען טעג און וואכן לערנענדיג נגלה און נסתר אינעם הייליגן ציון האט געהאט די זכי' צו מקבל זיין פון רבי אשר זעליג דער פונקטליכע פלאץ.   יעצט ווען די ישיבה מיט די תלמידים האבן זיך אריבערגעצויגן פאר א וואך קיין מירון אויף בקשה פונעם ראש ישיבה שליט"א, האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט נאכן דאווענען א שיעור פאר די בחורים, און דערנאך האט דער ראש ישיבה געבעטן די בחורים אויב איינער וויל עפעס פרעגן, זאל מען פרעגן. די בחורים האבן זיך גענומען די מוט, און געבעטן דעם ראש ישיבה אז אזוי ווי זיי ווייסן אז זיין זיידע האט געוויסט דער פלאץ אפשר קען דער ראש ישיבה זיי מגלה זיין און זיי זאלן האבן די זכי' צו מתפלל זיין דארט ביים אריגינעלן פתח המערה.   דער ראש ישיבה האט קודם פרובירט אפצורעדן די בחורים, "עס איז א היבשע מהלך צו גיין פון דא דער קארלסבורגע הויף אין מירון ביז דארט, און עס איז זייער הייס" אבער די בחורים האבן נישט נאכגעלאזט, זיי ווילן נאכאלץ גיין. האט זיי דער ראש ישיבה געזאגט "אבער מען האלט נאך פאר פרישטאג, עסט זענטס זיכער הונגעריג", דאס האט אויך נישט געהאלפן. די בחורים זאגן אז זיי זענען גרייט אויף אלעם, אבי מען זאל גיין.   דער ראש ישיבה האט צוגערופן די בחורים נענטער צו זיך און זיי געזאגט שטילערהייט "אויב אזוי וועל איך ענק מגלה זיין יעצט וואו דער עכטער פתח המערה איז, און עטס וועטס קענען גיין מתפלל זיין דארט און עטס וועט זיכער פועלן." דער ראש ישיבה שליט"א האט געוויזן אויף זיין מויל און זיי געזאגט "עטס זעטס, דא איז די פתח המערה, אויב מען עפנט די מויל און מען רעדט צום אויבערשטן, איז מען ביי די אויטענטישע פתח המערה, און מען קען מתפלל זיין בזכות דער היילגער רבי שמעון, און בזכות אלע צדיקים, אז מען זאל זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, מען קען רעדן צום אויבערשטן אויפן פשוטן שפראך און זוכה זיין צו אלע מדריגות וואס מען זוכה זיין בזה העולם, און מען וועט זיכער פולען אלע ישועות"   דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט, אז צו גיין צום פתח המערה קאסט נישט קיין געלט, מען דארף נישט קיין פראטעקציע, און מען דארף נישט מאכן קיין אפוינטמען. יעדע איד ווילאנג ער לעבט, און נישט קיין חילוק וואו אויף דער וועלט ער געפונט זיך, און וואס עס איז אלץ דורכגעגאנגען אויף אים קען ער יעצט זוכה זיין דערצו. ער שטייט יעצט נעבן דעם פתח המערה, און ער קען יעצט אנהייבן צו רעדן. דער אויבערשטער ווארט צו הערן פון דיר.   מען קען הערן מער דעטאלן איבער דעם געוואלדיגן התגלות וואס דער ראש ישיבה האט מגלה געווען אויף די אינטערוויו אויף קול ברסלב מיט'ן מגיד שיעור הר"ר משה שמואל שטעסל שליט"א.

    < זעה מער יח אייר תשפ"ד 📝
  • רענט קאמפיין שיקט קוויטל מיטן ראש ישיבה שליט"א אויף מירון

    אזוי ווי ביז יעצט ביי אלע נסיעות וואס דער ראש ישיבה האט אונטערגענומען צו די מקומות הקדושים, זאל עס זיין אין אייראפע, אדער ארץ ישראל, בפרט יעדעס יאר פאר ל"ג בעומר, האט דער רענט קאמפיין מיטגעשיקט א קוויטל פון אלע אנשי שלומינו וועלכע שטיצן דעם הייליגן אונטערנעמונג, כדי דער ראש ישיבה זאל אלעמען קענען אינזין האבן בדבר ישועה ורחמים. &nbsp; ווי באקאנט איז דער רענט קאמפיין א הערליכע אונטערנעמונג פון צוויי געטרייע אינגעלייט מאנשי שלומינו וועלכע האבן געזען די גרויסע עול וואס צאלן רענט פאר'ן בנין הבית המדרש האט אויפן ראש ישיבה, וועלכע פלעגט דארפן אוועק געבן זייער אסאך צייט צו קענען דעקן די רענט. זענען די צוויי תלמידים מוה"ר אשר בער אינדארסקי הי"ו און מוה"ר שבתי מארקוס הי"ו אריינגעשפרינגען אין די זאך, און געזאגט פארן ראש ישיבה שליט"א אז זיי נעמען זיך אונטער בסייעתא דשמיא צו צוזאם קלויבן דעם סכום דעפאר פון אנשי שלומינו, און דערמיט געבן דעם ראש ישיבה די הרחבת הדעת ער זאל זיך קענען אפגעבן מיט די תלמידים די קינדער בחורים אינגעלייט וואס דארפן האבן די חיזוק און הדרכה טאג טעגליך. עס איז שווער זיך פארצושטעלן וויאזוי די מוסדות וואלט אויסגעזען ווען דער ראש ישיבה דארף ווען זיין פארנומען מיט די געלט זאכן. &nbsp; די רענט קאמפיין האט זיך נישט אפגעשטעלט דא, אויפן בקשה פונעם ראש ישיבה האבן זיי אויך גענומען אונטער זיך צו צאלן די רענט פאר נאך עטליכע שולן במשך די יארן. היינט צו טאגס זענען זיי פאראנטווארטליך פאר די רענט פון די בנינים אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, און סטעטן איילענד. &nbsp; מען זעט ווי אנשי שלומינו זענען זייער ווארעם דערצו, עס איז פשוט ווען מען זעט די געטרייע עסקנים געבן זיך אוועק מיט אזא הארץ און ארבעטן פאר'ן אויבערשטנ'ס וועגן, שפירט מען פאר א זכי' ארויסצוהעלפן, און געלויבט דעם אויבערשטן אז זיי האבן שוין געקענט דעקן די רענט פאר אזויפיל יארן.&nbsp; &nbsp; בפרט נאכדעם וואס אנשי שלומינו האבן געזען אין א בריוו ווי דער ראש ישיבה שרייבט פאר איינע פון די תלמדים "מיט'ן געבן דיין מעשר, דיינע צדקות &ndash; פאר די רענט, ביסטו יוצא אלע צדקות פונעם מוסד, אנגעהויבן מיט די ישיבה, תלמוד תורה, מיידל סקול, כולל, הדפסה און אזוי ווייטער", און ווי די גבאים זאגן, רופט זיך דער עולם אן זייער שיין. יעצט ווען דער ראש ישיבה שליט"א איז געפארן קיין ארץ ישראל, האט די רענט קאמפיין ווידער געשיקט מיט'ן ראש ישיבה שליט"א א קוויטל מיט אלע נעמען וואס געבן, און דער ראש ישיבה שליט"א, ליינט דעם קוויטל ביי די פילע קברי צדיקים, בפרט ביי מוהרא"ש'ס ציון און און מירון ביים הייליגן רבי שמעון. &nbsp; מען קען זיך משתתף זיין אינעם רענט קאמפיין דורך רופן דעם גבאי מו"ה שבתי מארקוס הי"ו אויף 347-735-9688, אדער אויפן לינק.&nbsp;

    < זעה מער טו אייר תשפ"ד 📝
  • פורים מאביל פארברייטערט אקטיוויטעטן

    ווי באקאנט פון אלע יארן גייען ארום די בחורים פון ישיבה יעדעס יאר אום פורים צו די חשובע נדיבי עם וואס נוצן אויס דעם גרויסן טאג פורים צו שטיצן און ארויסהעלפן די הייליגע ישיבה וואס האט שוין געהאלפן און העלפט ארויס אזויפיל אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט, א זכות וואס איז אומשאצבאר. &nbsp; אזוי ווי די הייליגע מוסדות שטייען יעצט אין גאר א שווערע פינאנציעלע מצב, וועט מען דאס יאר אויסברייטערן די אקטיוויטעטן אום יום טוב פורים, צו מאכן מערערע גרופעס צו קענען אנגעקומען צו אלע היימישע געגנטער אין ניו יארק און ניו דזשערסי און ארום, ווי די בחורים וועלן ארויפקומען און גאר פרייליך מאכן אין די שטיבער פון די נדיבים וואס העלפן ארויס די הייליגע ישיבה זיך צו קענען שטעלן אויף די פיס, און אנפילן די טיפע חובות-לעכער וואס צועפענען זיך לעצטנס מער און מער. &nbsp; אויב ווילט איר געבן גרעסערע סכומים פאר די הייליגע ישיבה, אדער ווייסט איר פון א שכן, קרוב, אדער גוטער פריינט וואס וואלט געהאט חשק די בחורים זאלן ארויפקומען צו אים אום יום טוב פורים, זעט צו רופן ווי פריער, ווייל מען וועט נאר קענען אננעמען ביז ווילאנג די ליסטע ווערט פול. פאר ברוקלין רופט מו"ה שמעון פיש הי"ו אויף 917-232-9070, און פאר קרית יואל (נאר די ערשטע נאכט) רופט מו"ה מרדכי לייב טירנויער הי"ו אויף 845-537-7477. &nbsp; די בחורים פון ישיבה זענען איידעלע בחורים וואס דרייען נישט איבער די שטוב, נאר זינגען מיט הארץ און נשמה, מען זינגט הארציגע און פרייליכע ניגונים פון חיזוק אמונה און תשובה, וואס וועט זיין א תעניג רוחני יעדע רגע.&nbsp; &nbsp; ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר! &nbsp;

    < זעה מער ח אדר ב' תשפ"ד 📝
  • שובבי"ם אין די ברסלבע ישיבה

    אין ישיבה תפארת התורה לעבט מען מיט די צייט, דאס מיינט אז מען לערנט נישט די סדרה ווי אן אלטע מעשה וואס איז געווען טויזנטער יארן צוריק, נאר מען לערנט עס אויף זיך אליינס, יעצט ווען מען איז אריין אין שובבי"ם, מען לערנט די פרשיות ווי די אידן זענען ארויס פון מצרים, נעמען עס די בחורים פערזענליך. מען זעט אין די פרשה אז אויך איך קען ארויסגיין פון מיין "מצר ים" וואס מיינט די ענגשאפט אין מח, און אפילו מען איז משעובד צו פרעה, קען מען טון וואס די אידן האבן געטון דעמאלטס, און שרייען צום אויבערשטן, און פאלגן דעם צדיק משה רבינו, וואס נעמט אונז אויך היינט ארויס פון מצרים, און ברענגט אונז צום בארג סיני און געבט אונז די זיסע און הייליגע תורה, אויף א וועג אז מיר זאלן וויסן אז אויך אונז קענען זוכה זיין צו זיין צדיקים און אויך אונז קענען לערנען די תורה. &nbsp; ווען מען קומט אריין אין ישיבה סיי אין שטעטל און סיי אין שטאט שפירט מען א שובבי"ם לופט, די טייערע תלמידים וואס לערנען פלייסיג א גאנץ יאר לייגן צו נאך שיעורים און נאך לימודים, פילע בחורים לערנען פילע בלעטער גמרא כסדרן, די בחורים זאגן אויס גאנץ תהלים יעדע וואך, אויסער די פילע אנדערע שיעורים ווי חומש רש"י מיט תרגום,, אכצן פרקים משניות יעדן טאג, לייגן נאך פילע צו א בלאט ירושלמי, א פרק תוספתא, רבמ"ם, טור, שלחן ערוך, מדרשים, זוהר הקדוש, חסידישע ספרים און אזוי ווייטער. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען אז אין די טעג זאל מען זיין מער נזהר און זאגן די צען קאפיטלעך פון תיקון הכללי (ט"ז, מ"א, מ"ב, ל"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ), און מען זאל נישט טראכטן "אזא גרינגע זאך צען קאפיטלעך תהלים" און זיך לאזן פונעם סמ"ך מ"ם וואס וויל אונז איינרעדן אז נאר שווערע עבודות קענען אונז מתקן זיין, אזוי ווי דער רבי טייטשט "ולא שמעו אל משה מקוצר רוח ומעבודה קשה", אידישע קינדער האבן נישט צוגעהערט צו משה מיינענדיג אז מען דארף טון עבודות קשות ארויסצוגיין פון מצרים. דער ראש ישיבה האט געבעטן מען זאל נישט אוועקלייגן די תיקון הכללי אויף שפעטער, נאר תיכף נאכן דאווענען מיט די רבינו תם תפילין זאל מען זאגן די צען קאפיטלעך תהלים וואס דאס איז די גרעסטע תיקון שובבי"ם. &nbsp; דער ראש ישיבה האט אין איינע פון די טעג ביים פארלערענען פרקי אבות פארן דאווענען אנגעצייכענט די משנה אין פרק ד' "אלישע בן אבויה אומר, הלומד ילד למה הוא דומה, לדיו כתובה על ניר חדש. והלומד זקן למה הוא דומה, לדיו כתובה על ניר מחוק." האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ווי באקאנט איז דאס געווען "אחר", האט דער ראש ישיבה געזאגט אז אפשר איז דאס געווען זיין טעות, פארוואס ער האט נישט תשובה געטון נאכדעם וואס ער איז נעבעך דורך וואס ער איז דורך, ווייל ער האט געוואלט זיין נאר ווי א ריינע פאפיר וואס מען האט נאך גארנישט געשריבן דערויף נאר גוטע זאכן, ער האט נישט געקענט דולדן זיין דורכפאל. אבער דאס איז נישט ריכטיג, ווייל מען קען אייביג אנהייבן פון פריש און זיין ווי א קינד וואס איז היינט געבוירן אויב מען טוט תשובה. &nbsp; שובו בנים שובבים

    < זעה מער כט טבת תשפ"ד 📝
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ב
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תש״פ
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com