Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • צענטע יאר אנגעהויבן אין ישיבה

    מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט מען יעצט אנגעהויבן דעם פרישן זמן, און מען האפט עס אנצופילן מיט אסאך תורה ותפלה ומעשים טובים. עס גלויבט זיך נישט צו זען אז מען האלט שוין ביי די צענטע יאר זינט די ישיבה האט זיך געעפנט, נאך אזויפיל שוועריקייטן און מניעות וואס מען איז דורך די גאנצע צייט, און די ישיבה שטייט נאך מיטן פולן פראכט און עס קומען נאך צו מער און מער בחורים וואס ווילן אויך שעפן פון דעם ריינעם קוואל, זיך לערנען א וועג אין לעבן אזוי ווי דער רבי לערנט אונז. פאר צען יאר צוריק, ערב יום כיפור, האט מוהרא"ש ז"ל געשריבן א בריוו פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז אזוי ווי מען האט אים ארויסגעווארפן פון די ישיבה וואו ער איז געווען דער מנהל, בלויז פאר דעם חטא אז ער האט מעורר געווען די בחורים צו לערנען אסאך משניות און גמרא, דעריבער זאל ער עפענען אן אייגענע ישיבה, און נאך מער מעורר זיין די בחורים אויף התמדה אין לימוד התורה הקדושה. אינעם בריוו האט מוהרא"ש געשריבן אז די נייע ישיבה דארף נישט הייסן א ברסלב'ע ישיבה, כדי נישט צו מאכן קיין מחלוקת, דער עיקר איז נאר אריינצוברענגען אין די בחורים די אלע הייליגע געוואלדיגע עצות פון הייליגן רבי'ן. און אזוי האט דער ראש ישיבה געטון, ער האט געעפנט א נייע ישיבה מיט מסירת נפש, און אנגעהויבן מיט א פרישקייט אריינצולייגן אין די בחורים די ריינע אמונה, צו שפירן און וויסן אז דער אייבערשטער איז שטענדיג מיט אונז, און אז מען קען אייביג רעדן צו אים, און גלייכצייטיג אריינגעלייגט אין די בחורים א געוואלדיגע געשמאק צו זיצן און לערנען די הייליגע תורה מיט א געוואלדיגע התמדה. אין א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט לעצטנס געשריבן פאר איינעם, זעט מען אביסל ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען די בראשית-יארן פון די ישיבה, פאלגנד איז אן אויסצוג פונ'ם בריוו: "מוהרא"ש ז"ל האט מיר געשריבן א בריוו איך זאל עפענען א ישיבה, מוהרא"ש ז"ל שרייבט אין די בריוו, עס דארף נישט זיין מיט'ן נאמען "ברסלב", ווייל דער רבי האט בפירוש געזאגט מען זאל רעדן דיבורי אמונה מיט מענטשן נישט אין זיין נאמען, "וואס גייט מיר אן א מענטש וועט בענטשן ברכת המזון בכוונה ווען ער וועט נישט וויסן אז דאס קומט פון מיר" -  האט דער רבי געזאגט. און אזוי האב איך געטון, איך האב געעפענט די ישיבה מיט'ן נאמען "תפארת צבי" אויפ'ן נאמען פונעם קרעטשניפער רבי ז"ל, ווייל קיינער האט מיר נישט געוואלט פארדינגען א פלאץ וואו צו לערנען מיט די בחורים, איך האב נישט געהאט קיין ברירה, איך האב נישט געהאט וואו צו גיין, מיר זענען געגאנגען אין א זאל וואו מען מאכט שמחות, מיר האבן צעטיילט די זאל מיט מחיצות אויף כיתות און אזוי געלערנט. נאך א וואך האט איינער געזאגט ער איז מסכים אריין צו נעמען די ישיבה בתנאי זיך צו בויען א חסידות, איך האב געפרעגט מוהרא"ש ז"ל איבער דעם, "אוודאי" - האט מוהרא"ש געזאגט - "דער עיקר לייג אריין אין די בחורים לימוד משניות, די בחורים זאלן זאגן פרקים משניות אפילו אן פארשטיין", דאס פלעג איך הערן טאג און נאכט פון מוהרא"ש ז"ל, "לייג אריין אין די בחורים לימוד משניות, די בחורים זאלן זאגן פרקים משניות אפילו אן פארשטיין". "נאך א פאר וואכן איז מען געקומען צו דעם רב און מען האט אים געסטראשעט אז מען גייט אים באשמוצן מיט כתבי פלסתר וכו', דער רב האט זיך דערשראקן און אונז ארויס געווארפן און אראפ גענומען די נאמען "תפארת צבי", האט מוהרא"ש מיר געזאגט צו געבן דעם נאמען "תפארת התורה", אבער עס האט נאך אלץ נישט געהייסן ברסלב, ביי די שיעורים וואס איך פלעג געבן אין ישיבה האב איך נישט גערעדט בשם דעם רבי'ן, נאר "עס שטייט אין די הייליגע ספרים... צדיקים האבן געזאגט... איך האב קיינמאל נישט נאכגעזאגט בשם דעם רבי'ן, די בחורים האבן ניטאמאל געוואוסט ווער מוהרא"ש איז, ווער רבי נתן איז וכו'. "נאכדעם האבן זיי אנגעהויבן צו פארשפרייטן, מען האט מפרסם געווען אז איך בין ברסלב, און איך מאך מיינע תלמידים ברסלב, מען האט ארויס געגעבן ספרים און קונטרסים קעגן מיר אז איך בין פארכאפט אין ברסלב און איך בין זייער סכנה'דיג ווייל איך מאך די בחורים ברסלב, האב איך געטראכט צו מיר, אז עס איז יא אזוי אז מען שרייבט אויף מיר איך בין ברסלב, פארוואס זאל איך זיך פארשטעקן? בעסער געזאגט, פון וועמען זאל איך זיך פארשטעקן? האבן מיר געטוישט די נאמען פון די ישיבה צו "תפארת התורה היכל הקודש ברסלב". "דאס אלעס שרייב איך דיר, דו זאלסט נישט אנקוקן מיט א זלזול א ברסלב'ער אינגערמאן וואס עס זעט אויס ווי ער זוכט ארויס צו שטארן, ווען אונטער דאס וואס ער שטארט ארויס ליגט אסאך פארגאסענע בלוט. וויפיל איך זאל דיר שרייבן וואס עס איז אריבער אויף מיר בזיונות, וועסטו קיינמאל נישט גלייבן וואס א ברסלב'ער איד גייט אריבער ווען ער קומט צום רבי'ן, ווי די גאנצע משפחה נעמט זיך אויף אים, מען הייבט אן רודפ'ן, מען הייבט אן טרינקן זיין בלוט שטילערהייט, בשעת ווען די אנדערע קינדער טון וואס זיי ווילן וכו'. "מוהרא"ש ז"ל איז מקורב געווארן ביי די פופצן יאר צום הייליגן רבי'ן, ער האט געלעבט פאר זיך ער איז געווען דבוק צום אייבערשטן, נאך מוהרא"ש'ס חתונה איז געקומען א פעטער פון מוהרא"ש'ס ווייב, ער איז געוואויר געווארן אז מוהרא"ש לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן, האט ער געשוואוירן אז ער גייט אים אוועק נעמען פון ברסלב, ער האט אנגעהויבן רודפ'ן מוהרא"ש, דער אייבערשטער זאל אפהיטן. ביז מוהרא"ש האט געזען אז עס רירט אן זיין שלום בית, האט מוהרא"ש געטון א זאך, און מוהרא"ש פלעגט זאגן אז עס איז געווען א ווילדע זאך, ער האט געדרוקט אלע ספרים פון רבי'ן, און אונטן וואו מען שרייבט נדפס על ידי... האט מוהרא"ש געשריבן "נדפס על ידי אליעזר שלמה ברסלבער ני"ו"... (מיר האבן דא אין ישיבה נאך פון די אלטע ספרים וואו מען קען דאס זען), מוהרא"ש האט אים געוואלט זאגן מיט דעם, אז מיר קענסטו נישט אוועק נעמען פון רבי'ן, דאס איז מיין לעבן דאס איז מיין נאמען, דעמאלט האט דער פעטער געזען אז עס איז נישט דא וואס צו טון. דאס אלעס שרייב איך דיר דו זאלסט וויסן אז נישט אלעס ווייסטו, ווען דו זעסט ווי א מענטש גייט און קומט און עס זעט אויס כאילו ער זוכט צו מאכן מחלוקות, אז אונטער די "ארויס שטארן", ווי דו רופסט דאס, ליגט אסאך רדיפות. "דערפאר איז זיכער נישט כדאי צו מאכן מחלוקות ווען מען ווערט מקורב, אז מען קען עס אויס באהאלטן איז זיכער כדאי, אבער מען דארף געדענקען וואס דער רבי האט געזאגט אויף זיין חולק, ווען ער האט אנגעפאנגען קריגן אויף אים: "אויב וועט ער מיר לאזן א וועג פון דער זייט, וועל איך אים גארנישט טון; אבער אז ער וועט מיר אינגאנצן שטערן, וועל איך אים צושניידן אויף שטיקער". דאס גייט ארויף אויף יעדן מקורב, אויב קען מען לערנען דעם הייליגן רבי'נס ספרים בהצנע לכת, מען קען מקיים זיין אלעס וואס דער רבי זאגט אן קיין מחלוקות, מה טוב ומה נעים; אבער אז מען זעט אז מען גייט פארלירן דעם רבי'ן וכו', דעמאלט איז נישט שייך צו קוקן אויף א צווייטן עס איז א בחינה פון חייך קודמין". ברוך ה', יעצט אז מען איז שוין אריינגעגאנגען אין די צענטע יאר פון די הייליגע ישיבה, זעט מען באשיינפערליך די סייעתא דשמיא וואס באגלייט די ישיבה אויף טריט און שריט, ווי שיין די ישיבה האט זיך צעוואקסן. און אויסער די בחורים וואס לערנען אין ישיבה, זענען דא נאך טויזנטער בחורים און אינגעלייט פון איבער די גאנצע וועלט וועלכע האלטן אויך מיט אלע דרשות פון ישיבה, און זיי פרובירן אויך זיך צו שטארקן מיט די הייליגע און געוואלדיגע עצות פון רבי'ן וואס דער ראש ישיבה געבט איבער אין זיינע טייערע שיעורים. יעדן טאג אינדערפרי פאר'ן דאווענען לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר א שנעלער שיעור פון א דף גמרא, און נאכ'ן דאווענען און פת שחרית לערנט דער ראש ישיבה פאר יעדן טאג א שיעור אין גמרא רש"י תוספות בעיון ביז להלכה למעשה אין שלחן ערוך, און דערנאך א הערליכער שיעור אין נ"ך געפלאכטן מיט הערליכע דיבורים. שפעטער נאכמיטאג קומט פאר א שיעור התחזקות, ווי אזוי זיך צו דערהאלטן אויף די וועלט מיט די לימודים פון רבי'ן. אין די פתיחה דרשה האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט איבער די גרינד פרונציפן אויף וואס די ישיבה איז געשטעלט, בעיקר אויף די הויפט צוויי עצות פונעם רבי'ן, די ערשטע צו רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, ווען א איד ווייסט אז דער אייבערשטער איז איבעראל, וועט ער עפענען די מויל און אנהייבן רעדן צו אים, און אים דערציילן אלעס וואס עס ליגט אים אויפ'ן הארץ, און מען זעט טאקע בחוש אז די אלע וואס געוואוינען זיך איין צו רעדן צום אייבערשטן, האבן גאר אן אנדער סארט לעבן, מען איז רואיג און פרייליך, וויסנדיג אז דער אייבערשטער איז ביי מיין זייט און ער וועט מיר שטענדיג העלפן. די צווייטע זאך וואס דער רבי האט אונז געגעבן, איז דער "סדר דרך הלימוד", וואס אויף דעם וועג קען יעדער איד זוכה זיין צו לערנען תורה, אז מען קען בלויז זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו ווען מען פארשטייט נישט, און ווער עס וועט זאגן אסאך תורה וועט מיט די צייט זיין קאפ זיך עפענען און ער וועט אלעס פארשטיין. און דערפאר איז נישטא קיין תירוץ "איך פארשטיי נישט קיין לערנען", "איך האב נישט קיין געדולד צו לערנען", ווייל מיט דעם וועג קען יעדער לערנען די הייליגע תורה. און מען זעט ווי די בחורים ניצן אויס די צייט, יעדער לערנט זיך זיינע אייגענע שיעורים אין די אייגענע צייטן, איינער אין משניות איינער אין גמרא, א.א.וו. יעדער לויט זיין דרגא, און במשך די יארן וואס די ישיבה שטייט האט מען געזען ווי די בחורים וואס האבן געפאלגט און געלערנט אויף דעם וועג, האבן גאר שטארק מצליח געווען, און זענען בקי אין אסאך חלקי התורה. בחורים ענדיגן צענדליגע מאל ששה סדרי משנה, בחורים ענדיגן ש"ס, בחורים לערנען אסאך אנדערע שיעורים יעדער אויף זיין שטייגער, טייל ענדיגן א מסכת הונדערט און איין מאל, און דאן נעמען זיי נאך א מסכת צו ענדיגן 101 מאל, און אזוי ווייטער. עס דערפריידט דאס הארץ צו זעהן די שיינע פירות וואס זענען שוין ארויסגעקומען פון ישיבה, די צענדליגע אינגעלייט יוצאי ישיבתינו וואס האבן זוכה געווען אויפצושטעלן בתים נאמנים לה' לשם ולתפארת, מיטנעמענדיג די אלע לימודים וואס זיי האבן געלערנט אין ישיבה אויך אויף נאך די חתונה. והתפארת זו מתן תורה!

    < זעה מער ג חשון תשע"ח 📝
  • שיינער סיום הש"ס אין קעמפ

    די וואך דינסטאג (פ'ראה) איז פארגעקומען אין קעמפ א שיינער סיום הש"ס, הרה"ח ר' יעקב משה אינדארסקי שליט"א האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס צום פינפטן מאל. אזוי ווי ער האט זיך איינגעפירט די לעצטע פאר יאר צו לערנען יעדן טאג זיבן בלאט גמרא און אזוי ענדיגן יעדעס יאר גאנץ ש"ס, און ער קומט יעדעס יאר אין קעמפ צו מאכן דעם סיום. א שיינע סעודה איז סערווירט געווארן, עס זענען זיך צוזאמגעקומען די תושבי המחנה, מיט פילע געסט פון אנשי שלומינו און קרובי המשפחה וואס זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט זיך משתתף צו זיין מיט די שמחה. נאכ'ן מסיים זיין, האט ר' יעקב משה גערעדט אפאר ווערטער, דאנקענדיג דעם אייבערשטן, און זאגנדיג א יישר כח פאר'ן ראש ישיבה, וואס ער האט אים געגעבן די חיזוק און התעוררות צו לערנען יעדן טאג אסאך גמרא, אויסער די פילע אנדערע שיעורים וואס ער איז זוכה צו לערנען יעדן טאג. נאכדעם האט מען געהערט דברי תורה פון זיין חשוב'ן שווער הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט בשבחו פון ר' יעקב משה, וואס טראץ זיין פארנומענקייט, זייענדיג פאריאגט על המחיה ועל הכלכלה, האט ער זוכה געווען אראפצו'גנב'ן צייט צו לערנען אזויפיל תורה, ווען ער האט זוכה געווען אין די לעצטע פיר יאר צו מאכן יעדעס יאר א סיום הש"ס, און דאס יאר האט ער צום פינפטן מאל זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס. און דאס איז מחייב אלע אינגעלייט וואס זענען פאריאגט און פארפלאגט און נעמען דאס פאר א תירוץ אז זיי האבן נישט קיין צייט צו לערנען, אבער ר' יעקב משה ווייזט אויף אז אויב מען מיינט עס אמת'דיג קען מען טרעפן גענוג צייט צו לערנען יעדן טאג אביסל תורה. מען האט געזינגען ווארימע הארציגע ניגונים, און דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט פרישע חיזוק און התעוררות זיך שטארקן מיט א פרישקייט צו לערנען די הייליגע תורה. כי הם חיינו ואורך ימינו! &nbsp; צו זען די ווידיא דרוקט דא

    < זעה מער כג אב תשע"ז 📝
  • תשעה באב אין קעמפ

    דער תשעה באב איז אפגעראכטן געווארן אין ישיבה אין קעמפ מיט גרויס התעוררות. פארנאכטס זענען זיך צוזאמגעקומען די גאנצע ישיבה, מיט די פילע אנשי שלומינו תושבי המחנה, צו מתאבל זיין און מקונן זיין אינאיינעם אויפ'ן חורבן בית המקדש. נאך מעריב האט מען זיך געזעצט אויף דער ערד צו זאגן איכה און קינות, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעזאגט איכה מיט גרויס התעוררות. שפעטער ביינאכט, נאך די קינות, האט מען זיך אראפגעזעצט צו זינגען אינאיינעם ווארימע הארציגע ניגונים פון השתוקקות צו משיח צדקינו און צום בנין בית המקדש במהרה בימינו. דערנאך האט מען געהערט דברי התעוררות פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט נאכגעזאגט וואס דער רבי זאגט אז ווען מען זאגט איכה און קינות, דארף דאס יעדער אויסטייטשן אויף זיך אליין, אויף זיין אייגענעם חורבן, אויף דעם וואס ער איז אזוי ווייט פונעם אייבערשטן, און אויף דעם וואס ער האלט צוריק ביאת המשיח. די שמועס האט אנגעהאלטן ביז גאר שפעט אין די נאכט שעה'ן, מיט פילע ניגונים און דיבורים. (מען קען זען דעם גאנצן שמועס אויפ'ן לינק דא אונטן). אינדערפרי נאך שחרית האט מען ווידער זיך אראפגעזעצט צו זאגן קינות, און דערנאך האט דער ראש ישיבה נאכאמאל גערעדט ביז נאך חצות. זאל דער אייבערשטער העלפן אז מיר זאלן שוין זוכה זיין צו גיין קעגן משיח צדקינו בב"א. ליל תשעה באב תשע"ז - חלק א' ליל תשעה באב תשע"ז - חלק ב' &nbsp; מוצאי תשעה באב, נאכ'ן אויספאסטן, האט מען געמאכט קידוש לבנה ברוב עם אויפ'ן פעלד אין קעמפ. דערנאך האט מען געטאנצן אינאיינעם, און נאכדעם האט מען זיך אוועקגעזעצט אויפ'ן פרייען פעלד פאר א קומזיץ, וואו מען האט געזינגען ווארימע ניגונים צוזאמען. בילדער ווידיא

    < זעה מער י אב תשע"ז 📝
  • סיום הש"ס אין ישיבת "כוכבי אור" מאנסי

    דער פארגאנגענעם מיטוואך נאכט איז דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעפארן קיין מאנסי אינאיינעם מיט עטליכע בחורים, זיך צו באטייליגן ביי א גרויסער "סיום הש"ס" פון א בחור וואס האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס, אין די ברסלב'ע ישיבה "כוכבי אור" אין מאנסי. אזוי ווי דער חשובער בחור איז נתעורר געווארן אנצוהויבן לערנען ש"ס פון די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, האט ער איינגעלאדענט דעם ראש ישיבה שליט"א צו קומען מיטהאלטן די געהויבענע סיום הש"ס. אויסער די בחורי הישיבה זענען זיך אויך צוזאם געקומען פילע בחורים פון פארשידענע ישיבות מיטצוהאלטן דעם געוואלדיגן מעמד ווי אזוי א בחור אין ישיבה איז זוכה צו ענדיגן גאנץ ש"ס. ביי די סעודה האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה ווען א איד איז זוכה צו ענדיגן גאנץ ש"ס, ווי אויך האט ער שטארק ארויסגעברענגט אז דאס ווייזט ווי אזוי א בחור וואס לערנט אין סיי וועלכע ישיבה, ער האלט מיט אלע סדרים אין זיין ישיבה, פון דעסט וועגן קען ער זיך צופלייסן און זוכה זיין צו ענדיגן גאנץ ש"ס בלויז אין די אייגענע זייטיגע צייטן. נאך ברכת המזון איז זיך דער עולם צוגעגאנגען מיט פרישע קבלות טובות, פילע בחורים זענען זייער נתעורר געווארן פון דעם געהויבענעם מעמד, און האבן באשלאסן אויך אריינצוטאנצן אין דעם און אנהויבן צו לערנען אסאך גמרא אין די אייגענע צייטן, צו אנהויבן פון מסכת ברכות און גיין אין א סדר ביז'ן זוכה זיין צו ענדיגן גאנץ ש"ס. כי הם חיינו ואורך ימינו!

    < זעה מער יד סיון תשע"ז 📝
  • יום טוב שבועות בין כותלי הישיבה

    א הערליכע יום טוב האבן די בחורים אפגעראכטן אין ישיבה, אינאיינעם כאיש אחד בלב אחד האט מען פון פריש מקבל געווען די תורה. שבועות ביינאכט זענען זיך אלע בחורים צוזאמגעקומען אינאיינעם מיט אנשי שלומינו צו זאגן צוזאמען תיקון ליל שבועות, קודם האט זיך יעדער געלערנט זיינע שיעורים, אזוי ווי מוהרא"ש זאגט אז שבועות ביינאכט זאל מען לערנען אביסל פון יעדע לימוד וואס מען וויל לערנען במשך די יאר, און דאס איז א סגולה אז מען זאל טאקע זוכה זיין צו לערנען א גאנץ יאר די שיעורים. דערנאך האט מען אינאיינעם געזאגט די תיקון ליל שבועות מיט גרויס התעוררות און געשמאק. אינצווישן האט מען אויך געזונגען ווארימע ניגונים, זיך אויסבעטנדיג ביים אייבערשטן אין די הייליגע נאכט אז מען זאל זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה ווי עס דארף צו זיין, צו זוכה זיין צו לערנען און צו מקיים זיין די תורה. שפעטער האט מען זיך געשטעלט דאווענען, א שיינע ווארימע דאווענען נאכגעפאלגט מיט די הייליגע פיוט אקדמות און קבלת התורה, מיט גרויס דערהויבנקייט. עס האט זיך געשפירט אין די לופט די דערהויבנקייט פון די הייליגע מאמענטען, ווען מען האט זוכה געווען פון פריש מקבל צו זיין די תורה. קבועין כן תהווין בהנהו חבורתא!

    < זעה מער ח סיון תשע"ז 📝
  • הערליכע סעודת ל"ג בעומר

    דעם פארגאנגענעם זונטאג, ל"ג בעומר, זענען זיך צוזאמגעקומען פילע הונדערטער אנשי שלומינו בהיכל בית מדרשינו אין וויליאמסבורג, צו פראווען אינאיינעם דעם געהויבענעם טאג. ביי די סעודה האט מען געזינגען אינאיינעם ווארימע הארציגע ניגונים, און דערנאך מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון רבי שמעון בר יוחאי, וואס ער האט מגלה געווען פאר די וועלט די חשיבות פון יעדע מצוה, וואס גרויסע זאכן עס דרייען זיך איבער אין אלע וועלטן ווען א איד איז זוכה צו קומען אין שול דאווענען, ווען א איד איז זוכה צו לערנען די הייליגע תורה, און אזוי ווייטער יעדע מצוה וואס א איד טוט, וואס דאס פארשאפט א געוואלדיגע נחת רוח פאר'ן אייבערשטן און עס טוט גרויסע תיקונים אין אלע וועלטן. דעריבער דארפן מיר זיך זייער פרייען אין דעם גרויסן טאג, און נאכדערצו אז דער הייליגער רבי האט עס נאך מער אראפגעברענגט פאר אונז, דער רבי לערנט אונז אויס אז יעדער איד אן אויסנאם קען זוכה זיין צו די אלע גרויסע זאכן, קיינער זאל נישט טראכטן אז ער איז צו ווייט פון דעם, אז ער איז אזוי ווייט פונעם אייבערשטן אז דער אייבערשטער דארף נישט האבן זיינע מצות, נאר פונקט פארקערט, ווען א איד ווייסט ביי זיך אז ער איז ווייט פונעם אייבערשטן און פון דעסט וועגן שטרענגט ער זיך אן צו טון א מצוה, ער שטרענגט זיך אן זיך צוריק צו האלטן פון אן עבירה, איז דאס נאך פיל מער חשוב ביים אייבערשטן. די עצה פאר יעדן מענטש איז צו עפענען זיין מויל און אנהויבן צו רעדן צום אייבערשטן, צו דערציילן פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס מען גייט אריבער, יעדע טאג אראפנעמען א מינוט צו כאפן א שמועס מיט'ן אייבערשטן, און דאן וועט דער אייבערשטער זיכער העלפן דעם מענטש אז ער זאל געהאלפן ווערן מיט אלעס וואס ער דארף און ער זאל ווערן אמת'דיג נאנט צום אייבערשטן. און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה שליט"א ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פונעם טאג, און פון אלע געוואלדיגע עצות און לימודים וואס דער רבי לערנט אונז. און ער האט אויסגעפירט אז ווען רבי שמעון בר יוחאי איז ארויסגעקומען פון די מערה האט ער געזאגט אז ער גייט עפעס טון צו העלפן די שטאט, און די זעלבע דארף זאגן יעדער איד וואס האט זוכה געווען צו הערן און מקיים זיין די עצות פון רבי'ן, דאס האט אים געהאלפן און אויפגעלאכטן זיין לעבן, דארף ער זען צו העלפן נאך אידן, און זיי דערציילן איבער דעם הייליגן רבי'ן וואס האט די כוחות צו העלפן יעדן איד אין יעדן מצב, ווען א איד וועט לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים און מקיים זיין וואס דארט שטייט, וועט ער זיכער ארויסקריכן פון אלע זיינע פראבלעמען, ער וועט גאר שטארק מצליח זיין ברוחניות ובגשמיות, אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. נאכ'ן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ לכבוד התנא האלקי. תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו!

    < זעה מער יט אייר תשע"ז 📝
  • פרויען פארטי געווען א גרויסע סוקסעס

    דעם זונטאג איז פארגעקומען די יערליכער פארטי לטובת מוסדותינו הקדושים אין שטוב פון די חשובע מרת ניימאן (פראממער) שתחי', וואס איז באקאנט מיט אירע פילע לייסטונגען ארויסצוהעלפן אידישע קינדער איבעראל, און ספעציעל איז זי גאר שטארק איבערגעגעבן פאר אונזערע מוסדות, און זי העלפט שטענדיג ארויס מיט גרויס איבערגעגעבנקייט. די פארטי האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין גאר אן אויסערגעווענליכע סוקסעס. הונדערטער פרויען האבן אנטייל גענומען ביי די פארטי, און זיך משתתף געווען מיט גאר שיינע סכומים, פארשטייענדיג די געוואלדיגע מצוה פון ארויסהעלפן אזעלכע הייליגע מוסדות אין וואס די טייערע קינדער ווערן מחונך מיט די הייליגע עצות פון רבי'ן, און האבן א חלק אין די הייליגע מוסדות וואס איז א לייכט טורעם פאר די גאנצע וועלט, ווען צענדליגע טויזנטער אידן פון איבער די וועלט שעפן חיות און התחזקות פון אט די הייליגע מוסדות. די פרויען וועלכע האבן נישט געקענט אנטייל נעמען ביי די פארטי, קענען נאך אריינרופן אין אפיס איבערצוגעבן זייער ברייטהארציגע נדבה, 718-384-1652 עקס. 101. חכמות נשים בנתה ביתה!

    < זעה מער ה אייר תשע"ז 📝
  • שיינע נסיעה קיין יבניאל מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    דעם פארגאנגענעם שבת פ' ויקרא האבן א גרופע בחורים אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א געוויילט אין יבניאל. די נסיעה איז ארויסגעפארן מיטוואך נאכט פון ניו יארק, אנקומענדיג דאנערשטאג פארנאכטס אין ארץ ישראל. פרייטאג פארטאגס האבן די בחורים אויסגעזאגט גאנץ תהלים ביים ציון הק' פון מוהרא"ש אין יבניאל, אזוי ווי מוהרא"ש האט מבטיח געווען אין זיין צוואה, און ער האט געהייסן דאס אויסגעקריצן אויף זיין מציבה, "איך זאג צו אז יעדער בחור אדער מיידל וואס דארף א שידוך און זיי וועלן קומען דא אויף מיין קבר און דורכזאגן גאנץ ספר תהלים פון אנפאנג ביזן סוף פאר מיין זכות, וועל איך טון אלעס וואס איך קען, אז זיי זאלן טרעפן זייער שידוך. און דאס זאג איך צו מיט א שטארקע הבטחה". שבת קודש האט מען געפראוועט אין יבניאל מיט גרויס דערהויבנקייט, די איינוואוינער אין יבניאל האבן געשעפט פרישע כוחות און חיזוק פון דעם שיינעם שבת. מוצאי שבת צום מלוה מלכה זענען געקומען צו פארן פילע געסט פון נאנט און ווייט, זיך אנצואווארימען מיט די חיזוק און התעוררות פונעם ראש ישיבה שליט"א. אין לויף פון די עטליכע טעג וואס מען האט געוויילט אין ארץ ישראל איז מען אינאיינעם ארומגעפארן צו פילע קברי צדיקים, וואו מען האט זיך אויסגעבעטן אלעס גוטס. ביים ציון הק' פון רבי חייא האט מען אויך געלערנט אינאיינעם א פרק אין תוספתא וואס רבי חייא האט געשריבן. דער ראש ישיבה האט דערציילט פאר די בחורים די מעשה וואס חז"ל דערציילן (בבא מציעא פ"ה) אז א מענטש איז בלינד געווארן נאכדעם וואס ער האט געקוקט אויף רבי חייא אויבן אין הימל, און דערנאך איז ער געגאנגען צו זיין ציון און געבעטן פון רבי חייא אז ער זאל האבן א רפואה אויף די אויגן אין זכות וואס ער לערנט די תוספתא וואס רבי חייא האט מסדר געווען, און ער איז טאקע אויסגעהיילט געווארן. די בחורים לערנען אויך יעדן טאג א פרק אין תוספתא, און מען האט מתפלל געווען געהאלפן צו ווערן מיט אלע ישועות און רפואות. אזוי איז מען ווייטער ארומגעפארן צו אסאך קברי צדיקים, ביז ווען מען איז זונטאג נאכט צוריק געקומען קיין אמעריקא, מיט פרישע חשק אנצוגיין צו דינען דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין, און מיט די שטארקע אמונה אז מען האט זיכער אויסגע'פועל'ט אלעס גוטס. לקדושים אשר בארץ המה!

    < זעה מער ט ניסן תשע"ז 📝
  • פרישער קונטרס "א כשר'ן פסח"

    מיט פרייד איז געווארן אויפגענומען ביי אידן איבעראל די גוטע בשורה איבער די ערשיינונג פונעם פרישן קונטרס "א כשר'ן פסח". יעצט אין די צייט ווען מען גרייט זיך צו דעם הייליגן און פרייליכן יום טוב פסח, איז די בעסטע צייט צו חזר'ן וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז, ווי אזוי זיך צוצוגרייטן צום יום טוב ווי עס דארף צו זיין, און ווי אויסצונוצן דעם יום טוב אויפ'ן בעסטן אופן. דער קונטרס געבט א קלארן בליק אויף די אלע זאכן, און וועט פארשאפען אן אמת'ן עונג יום&nbsp;טוב פאר די אלע וועלכע ליינען דעם קונטרס, און זענען מקיים וואס דארט שטייט. דער קונטרס, ווי אויך די הערליכע הגדה של פסח "אור זרוע" אין אידיש, און &nbsp;נאך פילע אנדערע ספרים און קונטרסים, איז דא צו באקומען בהיכל הישיבה אויף 27 סקילמען סט. כאילו הוא יצא ממצרים!

    < זעה מער א ניסן תשע"ז 📝
  • פרייליכע פורים און שושן פורים אין ישיבה

    אום פורים נאכמיטאג זענען זיך אנשי שלומינו צוזאם געקומען צו די סעודת פורים בהיכל הישיבה, נאך די סעודה האט מען ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ בתופים ובמחולות, און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף אלע זיינע חסדים, בימים ההם - וואס מיר זענען ניצול געווארן פון המן הרשע, און מקבל געווען די תורה פון פריש, "קימו וקבלו היהודים". ובזמן הזה - אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פונעם הייליגן רבי'ן, וואס לערנט אונז שטענדיג אנצוהייבן פון פריש, זיך נישט לאזן פארפירן פונעם יצר הרע, נאר שטענדיג נאכאמאל צוריק קומען צום אייבערשטן, זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, און אזוי וועלן מיר זיכער שטענדיג מצליח זיין. גאר א גרויסער עולם אנשי שלומנו זענען זיך צוזאם געקומען פון נאנט און ווייט זיך צו פרייען אינאיינעם, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האבן מיר זיכער גע'פועל'ט ישועות און רפואות פאר די גאנצע יאר. צומארגנס, אום שושן פורים, איז פארגעקומען א סעודה אין ישיבה, אינאיינעם מיט די שמחת שבע ברכות פאר החתן יצחק לעווי הי"ו. פילע אנשי שלומינו זענען זיך צוזאמגעקומען, מען האט געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א איבער ווי אזוי מיר דארפן מיטנעמען דעם פורים אויך אויף די גאנצע יאר, ווי אויך איבער דאס איבערגעטריבנקייט פון די טייערע שמחות, מענטשן געבן אויס אזויפיל געלט פאר טייערע און רייכע שמחות און מען האט גארנישט דערפון, דאס נעמט נאר אוועק דעם אפעטיט פון אידישע קינדער צו וועלן מאכן א שמחה, דאס בעסטע איז ווען מען מאכט א שמחה גאר באשיידן און נישט זוכן זיך אויפצורייסן און ווייזן פאר יעדן אז מען האט געמאכט א גאר מעכטיגע און טייערע שמחה. נאכ'ן בענטשן האבן עטליכע אינגעלייט און בחורים אהערגעשטעלט א שיינע פארשטעלונג פון וואס יעדער האט זייער הנאה געהאט. דערנאך האט מען זיך ווידער ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ, מען האט משמח געווען דעם חתן, און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף אלע זיינע חסדים. והימים האלה נזכרים ונעשים!

    < זעה מער יח אדר תשע"ז 📝
  • בחורי הישיבה שיין אויפגענומען דורך נדיבי עם בעצם יום הפורים

    אזוי ווי אין די פארגאנגענע יארן זענען די בחורים פון ישיבה אויך דאס יאר ארומגעגאנגען אום יום טוב פורים צו די נדיבים בעם, צוזאמנעמען באשטייערונגען פאר די הייליגע מוסדות. די בחורים זענען אויפגענומען געווארן מיט גרויס פרייד, וויסענדיג פון וועלכע ישיבה עס האנדעלט זיך, א ישיבה וואו די בחורים לעבן מיטן אייבערשטן, א ישיבה וואו יעדער בחור לערנט יעדן טאג בהתמדה רבה, בחורים וואס זענען אויסגעצייכנט מיט יראת שמים, מדות טובות, און איידלקייט, וואס מען טרעפט נישט. עס זענען געווען דריי גרופעס, א גרופע אין וויליאמסבורג, א גרופע אין בארא פארק. און א גרופע אין קרית יואל. די בחורים זענען ארויף געגאנגען און געזינגען די אלע באקאנטע אידישע ניגונים צום אייבערשטן. עס זענען צוריק געהערט געווארן גאר גוטע גריסן, ווי די חשובע נגידים האבן גאר שטארק הנאה געהאט, און זיך אנגערופן מיט ווארימע סכומים. מיטן אייבערשטנ'ס הילף איז עס אריבער מיט גאר גרויס הצלחה, דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער. ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר!

    < זעה מער טז אדר תשע"ז 📝
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ב
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תש״פ
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com